א בריוו צום עזר

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

א בריוו צום עזר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

יעדער ווייסט אז ס'איז דא זאכן וואס מ'קען נישט זאגן,
זאכן וואס ליגט באגראבן און מ'ערלויבט זיך נישט עס ארויסצוברענגן מיט די מויל, און דאס איז וואו די פעדער קומט אריין, מיטן פעדער קען מען סאך מער און טיפער גיין.

דאס האט מיך באוואויגן צו נעמען די פעדער און עס ניצן פאר מיין געברויך.

ס'איז דא זאכן וואס איך האב שוין לאנג געוואלט ארויסברענגן נאר איך האב מיך צוריקגעהאלטן אבער יעצט האב איך אפגעמאכט גענוג! איך גיי דא אריין שטעלן א בריוו וואס איך האב געשיקט (האב איך דען..?) און זאל דער עולם זאגן צו מ'פארשטייט מיך.

טייערע **** (נאמען ארויסגענומען)
איך וויל נישט חלילה אז דו זאלסט דאס ליינען וואו קריטיק אדער חלילה אז איך רעד מיך אפ, איך וויל נאר אדורך שמוסען אפאר קלייניקייט.

איך וויל קודם אנפאנגן מיט א שבח (קאמפלימענט) ב"ה (געלויבט דער פון אויבן) איך בין זייער צופרידן, נישט אז דו וועסט דא ליינען וועסטו מיינען אז איך קריטיקיר, דאס וואס איך שרייב דא איז נאר צו מאכן זאכן פון גוט זייער גוט,

די נאכטמאל (סאפיר')ס וואס דו מאכסט זענען אויסטערליש, ממש איינס און די וועלט,
נישט אז איך האב שוין געקאסט די גאנצע וועלט'ס עסן אבער דאס איז נאר אזא אויסדריק,
און וואו אויך איז די הויז די מערסטע צוזאמגענומען פון אלע הייזער (ווייטער נאר א אויסדריק) ב"ה אלעס קלאפט אויפן בעסטן.

אבער אפאר זאכן וואס איך וואלט געקענט באשטיין איבערצוגיין,

1) דאס רופן אינמיטן די ארבעט פרעגן וואס דו זאלסט מאכן פאר נאכטמאל איז נישט לאגיש! סאפיר איז א מתנה (פרעזענט) וואס דער אויבערשטער האט געגעבן פאר פרויען צו מאכן, ס'באלאנגט נישט אז איך זאל דיר דארפן זאגן וואס צו מאכן פאר צוויי סיבות.
איינס, ווייל געווענליך מאכסטו סייווי וואס דו האסט אפגעמאכט אז דו גייסט מאכן, די טעלעפאון קאל איז נאר זיכער צומאכן אז איך שטום צו, וויל איך דיר זאגן אז איך שטום אייביג צו! פון היינט ביז נאך די הינדערט און צוואנציג שטום איך צו.
צווייטנס, ווען איך ארבעט גלייך איך נישט צו טראכטן פון גאלאש אדער מעש פאטעיטא, ס'איז נישט...

2) די נעגל וואסער שיסל איז געמאכט פאר נעגל וואסער, ס'באדערט נישט אויב ניצסטו עס אינמיטן טאג פאר שמאטעס אבער ביי סוף טאג זאל עס צוריק זיין צום ארגינעלן באניץ

3) און דאס איז א זאך וואס איך וויל שטארק אויסשמוסען און קלאר מאכן,
ווען א קינד האט פיבער מיינט נאך נישט אז חלילה ...... פיבער מאכט זיך ביי אסאך, און מען טאר עס נישט איגנארירן אבער מ'דארף נאך נישט ציטערן פארן ערגסטן....

4) ס'קומט יעצט די קאנטרי סיזאן, ס'איז נישט קיין שום בושה צו זאגן אז דו ווילסט פארן און קאנטרי, איך פארשטיי דיך טויזענט פארצענט, אויב אזוי פארוואס ווען מ'רעדט פון קאנטרי ווארפסטו אריין די ווארט 'די קינדער'?
זיי דארפן עס אויך? קען זיין, אבער דו האלטסט טאקע אז די איין יעריגס פארשטייט די חילוק פון קאנטרי לופט ביז שטאטישע לופט? שווער צו זאגן.

5) אויך א נקודה (פוינט) וואס איך וויל אויסשמוסען, ס'מאכט זיך אמאל אז מ'פארשמועסט זיך און שוהל נאך מעריב (די דאווענען פון ביינאכט) און געווענליך נאך אזא שמועס ווען איך קום אהיים זאגסטו מיר אז דו האסט דיך שוין געזארגט וואו איך בין, און נעקסט טיים זאל איך קאלן אז איך גיי בלייבן שמוסען.
יעצט אזוי, ווען איך בלייב שמוסען מיינט אז איך מיך פארשמועסט, פארשמועסט מיינט אז די שמועס איז געווען אזוי זאפטיג אז איך האב נישט באמערקט די זייגער לויפן,
יעצט דו ווילסט פון מיר אז איך זאל רופן זאגן אז איך פארשמועס מיך? אויב כאפ איך נישט אז די זייגער לויפט וואו אזוי ווילסטו אז איך זאל געדענקן צו קאלן?
און נאך מער, וואס זארגסטו דיך? איך געדענק נישט ווען ס'איז די לעצטע מאל געווען אז מ'זאל פארכאפן א אינגערמאן האלב צוועלף ביינאכט! איך געדענק נישט! איך מיין אז דו דארפסט נישט זיין באזארגט.

6) זונטאג.
דאס ווארט זונטאג מיינט אסאך פאר אונז ביידע, געווענליך שפענדט מען א טאג אינדערהיים צוזאמען, מ'גייט שאפינג, אלעס פיין און וואויל,
אבער וואס די קינדער דארפן אנטון זונטאג האט שוין נישט מיט מיר, צו די פאסיק און די שטרומפ מעטשט איז איין חילוק ביי מיר,

7) דאס איז שוין ממש א קלייניקייט אבער אז איך רעד שוין איז עס ווערט צו דערמאנען,
די גארבידזש מיז נישט זיין פול אזש ביזן איבעררינען, די הויז פארמאגט גענוג גארבידזש בעג'ס און ווען ס'פעלט זיך אויס קען מען גראד אנפאנגן צו ניצען א צווייטע. נאך אלעמען בין איך דער וואס גייט עס דארפן ארויסטראגן.

און אז מ'רעדט שוין, די טאאטה פעסט מעג מען איינטוישן אפילו ווען ס'איז נאך נישט אינגאנצן ליידיג, ס'שטייט נישט און ערגעץ אז מ'דארף אויסקוועטשן ביזן לעצטן טראפ פארן אוועק ווארפן.

ס'איז זיכער דא זאכן וואס איך האב פארגעסן און איך וועל נאך צוריק קומען,
א-יא, פאר איך פארגעס, איך האב דיר עס נישט געוואלט זאגן אבער איך וויל וועל יא זאגן,
שיך צורקריצט נישט קיין פלאר! איך האב איינמאל פראבירט אריין צוקומען און די הויז (פארשטייט זיך ווען די האסט נישט געזעהן...) מיט שיך, און ס'איז גארנישט!! געשעהן.
גלייב עס נישט, פראביר עס.

מיט דעם וועל איך צוענדיגן, איך האפ אז דו גייסט עס נישט נעמען שווער און חלילה אז יעצט זאל נאכקומען א בלאזן אטאקע... איך מיין נישט גארנישט נאר זיך דורך צו שמוסען.

אז דו האסט עפעס וואס דו האלטסט אז איך קען מיך פארבעסערן ביטע לייג עס אריין אונעם פינקע אשת חיל צעטיל איך וועל פראבירן אריין צובליקן יעדען טאג זעהן די תשובה (ריספאנד).

דיינס באמת (URS TRULY)
טרעגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרעגער »

חחחחחחח, געלעגער!!! איך רוף שוין די רעביצין אהער צום סקרין!
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

איז דער בריוו קאפירייט, אדער מ'מעג עס גיבן פאר מרת גראדער צו ליינען?....

געוואלדיג! איך בין ממש מקנא דיין שלום בית, 7 זאכן און חוץ דעם איז אלעס אין בעסטן ארדענונג...

איינער האט אמאל געזעאגט אז יעדע נאכט 10:00 גייט ארום א רעקארדינג: ווען קומסטו שוין אהיים? און ס'איז זייער פארגעשריטן, ס'קאלט יעדן פון זיין אייגענע שטוב...

פיין געשריבן,
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2009 7:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנאגרעמס »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

מורא'דיג ווערט דאס ווארט מער און מער!!
פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלוני »

גראדער האט געשריבן:געוואלדיג! איך בין ממש מקנא דיין שלום בית, 7 זאכן און חוץ דעם איז אלעס אין בעסטן ארדענונג...

מ'זאגט נאך דאכצעך פון הרה"צ ר' יוסף חיים זאננענפעלד זצ"ל, שאמר א גאנץ לעבן האמיר קיינע דיפרענצן נישט געהאט, די גמרא זאגט דאך שוין אז במילי דשמיא הערט מען דעם מאן און במילי דעלמא - די רבנית, נאר איין זאך, ביי יעדע זאך האמיר זיך גע'טענה'ט צו איז דאס מילי דשמיא אדער ...
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)
דער קאמפיין איז נאך אקטועל https://go.thechesedfund.com/netzachvhoid/standalone
הערשעלע
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 03, 2010 4:07 pm
לאקאציע: צווישן מיין קאפעלוטש מיט מיין שיך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשעלע »

געלעגער, חחחחחח יו מעיד מיי דעי (שלום בית)!!

כאב עס יעצט געוויזן פאר די רעביצין, זאגט זי מיר אז נעקסט טיים דו ווילסט מיך עפעס זאגן, זאג עס גראד, דארפסט עס נישט אראפ שרייבן און אייוועלט און נאכדעם ווייזן, איך פארשטיי ווען מען רעדט נארמאל אויך!!!

זאל עס דיר גערעכנט ווערן...
פינטעל
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 22, 2009 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינטעל »

כ'האב עס יעצט געענדיגט ליינען איך פיל אז ס'האט ממש גערעדט צי מיר, איין מינוט, מעג א פרוי שרייבן אויף אייוועלט?.... פינטעל!!!!!! פינטעל!!!!!!!!!! קום אהער!!!! כמעג שרייבן מיט דיין ניק?...
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

א מעכטיגע שבמעכטיגע ארטיקל, האסט מיר געמאכט לאכן פאר זיבן מינוט רצוף, איך האב געלאכט אן אויפהער בשעת'ן ליינען דעם ארטיקעלע

געלעגער האט געשריבן:
איינס, ווייל געווענליך מאכסטו סייווי וואס דו האסט אפגעמאכט אז דו גייסט מאכן, די טעלעפאון קאל איז נאר זיכער צומאכן אז איך שטום צו, וויל איך דיר זאגן אז איך שטום אייביג צו! פון היינט ביז נאך די הינדערט און צוואנציג שטום איך צו.



דערמאנסט מיר, אין ישיבה איז געווען א בחור א פגע, וואס פלעגט זיך מאכן בא'טעמ'ט און פרעגן דעם עולם וויאזוי גייט עס וכו' וכו', איינמאל רופט זיך א בחור אן צו אים, הער אויס, ביי מיר גייט אלעס ברוך השם בסדר, און ווילאנג איך מעלד דיר נישט אז עפעס טויג נישט מוזטו נישט איבערפרעגן....
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
די גרויסע עפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די גרויסע עפל »

געליינט...........הנאה געהאט............ געלאכט ......... געפארוועט פאר מיין ווייב........... אין יא ......... זי בלאזט שוין ...............
איך וועל מיך שוין מארגען איבערבעטן מיט נאך א בריוו. (גלעגער מיר עס ווען צישטעלן)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אקעי, געלעגער ליידט אויף ערענסטע קאמיוניקאציע פראבלעמען.

אין די פסיכיאטארישע וועלט איז אפילו פארהאן א אפיציעלער נאמען אויף דעם צושטאנד גערופן GID (גראבע אינטערמידיעט דיסארדער), צוליב דעם נאמען אליינס האבן זיי שוין געמאכט צענדליגער טויזענטער אין סעסיע געלטער און דיאגנאזירונגען אבער קיין לעזונג איז דערווייל נאכנישט פארהאן.

א דייטשער פראפעסער ד"ר שוויינדל שרייבט אין זיין בוך "הארכען ווערבאטען?" אז א טיילווייזער ווארק-עראונד איז יא מעגליך, דאס איז צו נעמען א לאנגע פייפ און עס גוט אויסציען, איינער זאל אנהאלטן דעם עפענונג פון איין עק און דער אנדערער פון צווייטן עק, ביים עק זאל מען ארויפקלעבן א 'טראכטער' און אריינשרייען בּאָאָא... בשעת יענער לייגט עס צו צום אויער. דאס ברענגט שטארקע רעאקציע געפילן און בויעט צוריק אויף אלע קאמיוניקאציע פראבלעמען.

אלס קינד האב איך דאס אויספרובירט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

געלעגער, אויף דעם האט מען געווארט. געוואלדיג גוט!
אוועטאר
באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 692
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2008 11:24 am
לאקאציע: מיין קאפ, אין באנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנקיר »

פרינט....
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

חחחחחחחחחח
אוועטאר
EMT
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 05, 2008 5:04 pm
לאקאציע: ביים ארבעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך EMT »

;l;p- :grin:
געואלדיג
מיט א שמייכל ~ Always Happy
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

געלעגער!!! שוין איינמאל א געלעגער! אוי בין איך געליגן פאר געלעכטער!

ס'איז פיינע נייעס, און ווי גראדער זאגט: אויב אויסער די פראבלעמען איז אלעס ביי דיר אין ארדענונג, וויל איך הערן מער שלום בית עצות פון דיר...
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

ווארט נאר ווארט, ביז דיין עזר (געלעגער'טע) וועט דיר צוריקשרייבן "א בריוו צום עזר'טע", וואו זי וועט אויספאקן אלע אירע טענות אויף דיר. די ערשטע טענה וועט זיין: זיץ נישט אזויפיל אויף איי-וועלט!
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מבין נומ 1 »

וואס רעדט ער דא? קאלן וועגן סאפער? טאאטה פעיסט? אויסקוועטשן ביזן לעצטן ברעקל?

ווען ביזטו געווען ביי מיין הויז? חחחח יוי ביסטו גוט געלי
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

געלעגער, ס'איז נישט שיין אריינצוקוקן ביי יענעם אינדערהיים אין מיטהאלטן אלעס וואס דארט טוצעך... איי מין אזוי ארויסצוהאבן וואס ביי "יעדן" טוצעך אפ?!! מעכטיג!!!

און יא, כאבעס געוויזן פאר מיין ווייב, און זי האט מיר געזאגט אז די פרויען האבן אויך בלא בלא בלא...

געלעגער, דו ביסט נאך פון די איינציגסטע וואס האלטן אן די טראדישן פון דעם פארום "קרעטשמע", קיפ אן, איך בימעך מחי' מיט יעדן ארטיקל דיינע!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אז מען זעהט נאר דעם ניק "געלעגער" אויפן אויבנאן פון היימישע קרעטשמע, זאגט דאס שוין אן גוטס. דאסמאל איז עס אבער 'אבער א גוטס'. א דאנק!
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

געלעגער
א געשמאק צו ליינען אינמיטן ארבעטן וועגן גולאש מיט פאטעטאס, כ'גלייך עס גראדע זייער, ס'רינט שמאלץ..
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

א ריכטיגע קרעטשמע ארטיקל! מיט גאנצן חן. דאס איז עס!

באמת הנאה געהאט צו ליינען. איך זעה אז איך בין נישט אליין... מיט די צייט וועט דער בריוו ארויסקומען מיט הודערטער אינטערשריפטן ווי א קול קורא פון די מענער צו זייערע ווייבער. ווארט'ס נאר ווארט.

(זייטיגער נאטיץ: כ'קען שוין קוים ווארטן אויף איר ריספאנד. ווארשיינליך האט זי א ניק אין "אשת חיל" פארום.)
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

טרעגער, איך וואלט געגליכן צו הערן וואס די רביצין זאגט צום בריוו....

--

גראדער די בריוו איז נישט קאפירייט און איך זעה אז דו האסט עס טאקע געגעבן און זי האט דיך באצווינגן צו שרייבן א קאנטער ארטיקל, איז וואר?

--

מאנאג, א דאנק פאר די הענטעלעך, פיר איז נישט אוועק צומאכן.

--

פלוני דיין ווארט האבן מיר אוועק געלייגט און די ארכיוון, ס'איז א גוט ווארט צו האבן א באזיץ.

--

טענקס הערשעלע, איך גלייך צו הערן פון אידן אז זיי האבן הנאה געהאט.

--

פינטל, דו האסט אויף געשפירט וואו איך רעד צו דיר? ווייל איך האב אויך אזוי געשפירט...

--

יישר כח סאדע, ס'איז מיר א עקסטרע הנאה ווען איך קען מאכן שמייכלען אידן, א שאד אז דו ליינסט אזוי שנעל און ס'האט דיר נאר גענימען זיבן מינוט.

--

גרויסע פעפל, א בלאז און אזאנע הייסע זומער טעג שאדט נישט!

--

שוועמל דו האסט מיך אויפגעבאסט!

--

בעילאוט, ווען דו זאגסט ווען אז דו ווארטס וואלטן מיר זיך צוגעיאגט, לאזן ווארטן בעילאוט קען צוברענגן אן עקענאמישן קראך.

--

באנקיר, איך גלייך צו הערן אז דיין פרינטער ארבעט. ס'איז נעבעך אזויפיל אידן וואס ליידן זיך צוזאם איך געדענק נאך וואן הער יאנאש פלעגט דארפן דריי מאל בעטן ביי יעדע ארטיקל... איינער געדענקט נאך "פפפ"?
און דא ביי דיר מיט איין ווארט און אלעס פארט.

--

פאטאקי, ס'איז גוט הא?

--

אי עם טי, דיך זעהט מען ווייניג, אבער ס'איז מיר א כבוד אז דו האסט גענומען די מיה צו שרייבן דיינע געפילן.

--

עס עפעס, ס'איז פיינע נייעס הא?
עצות פאר שלום בית געב איך פאר א מינימאלע אפצאל, ווארף אריין די דיפאזיט אונעם פרטי קעסטל, אלעס בלייבט קאנפידענשעל.

--

משה'לע, איך זאל האבן די צייט וואלט איך עס געטון אבער אויף דערווייל מיזטו דיך באגעניגן מיט וואס איך האב צוגעשטעלט

--

מאשקע!! איך ווארט מיט שפאנונג, דערווייל האט זי נאך נישט די קוראזש..
אבער זאג מיר נישט אז דאס איז די סיבה פון דיין לעצטיגע אפוועזענהייט...?

--

מבין, אידישע שטיבער זענען גלייך, (אלע פון איין טייג געקנעטן..)

--

וויכי, אזאנע ווארעמע לויב ווערטער... המממ....

--

מייסד הקרעטשמע, והיה זה שכרי אז איך בין געווען דער וואס האט דיך ארויסגעשלעפט פון דיין צוויי וואכעדיגע באהעלטעניש,

--

אינטעליגענט, זעהסט יעדער איז אנדערש, איך גלייך עס אויך אבער נישט ביי די ארבעט. וואו אזוי זאגט וויכי אזא צייט כשם שפרינציפן כך דעסיזשין וכו'

--

צייטליך, די אשת חיל פארום איז פארמאכט געווארן דורכ'ן מנהל צייטליך (נישט דו, איך רעד פון די רויטע עכטע מנהל..)
און בנוגע קול קורא... איך מיין אז די קריכסט אויף זייער א האקעלע נושא.. מ'דארף זייער אבאכט געבן ביים ניצן די ווארט קול קורא....

דאנקע שיין טייערע אידן.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

ער האטצעך שוין צוריק געלייגט אין געלעגער אריין, אבער איך בין קוים ארויס, (כ'הער זאגן.) נו שוין, פאר גראדער האבעך שוין געבעטן ער זאל מיר שרייבן א בריוו אנשטאט מיר, קענעך שוין נישט דיך אויך משוגע מאכן דערפאר.

סאו עלעך דיר שרייבן נאר אפאר ווערטער, קודם אז כ'האב שטארק הנאה געהאט און גע'שמייכל'ט, און ס'זאל דיר מצוה גערעכענט ווערן. (סישוין אפאר ווערטער?)

יישר כחכם.
gagongan
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 16, 2010 3:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך gagongan »

איך האב אויך זייער הנאה געהאט ;l;p- ;l;p- ;l;p-
נו געגאַנגען
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

געלעגער געוואלדיג שיין אין לעבעדיג אראפ געשריבן ,
מגיימער עס ארויספרינטן פארן ווייבעלע

וויל לעט יו נא וואטס העפענינג

טענקס
Liberalism is a mental disorder
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”