רבי נתן אדלער זצ"ל אב"ד לאנדאן בעל נתינה לגר - כ"ט טבת תר"נ

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6132
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

רבי נתן אדלער זצ"ל אב"ד לאנדאן בעל נתינה לגר - כ"ט טבת תר"נ

תגובהדורך יציב פתגם » זונטאג ינואר 18, 2015 1:36 pm

דעם קומענדיגער דינסטאג פרשת בא, כ"ט לחודש טבת - ערב ראש חודש שבט - ווערט 125 יאר, זייט די פטירה פונעם ערשטן הויפט-רב פון גרויס-בריטאניע, וואס האט געוואוינט בעיר הבירה לאנדאן, און פון דארט אנגעפירט אלע אידישע אקטיוויטעטן מיט א פעסטע האנט אן קיינע פשרות, הגאון הגדול והצדיק רבי נתן בן רבי מרדכי הכהן אדלער זצ"ל בעל מחבר ספר "נתינה לגר" אויף תרגום אונקלוס על התורה.

רבי נתן אדלער, וועלכער איז באקאנט אלס "רבי נתן אדלער השני" (אדער "טשיף-ראביי נתן מארקוס אדלער" אויף די ענגלישער שפראך), איז געווען פון דער משפחה פון הגה"ק רבי נתן אדלער זי"ע פון פראנקפורט, דער רבי פון הייליגן חתם סופר זי"ע. ער איז געבוירן כ"א טבת תקס"ג אין די שטעטל האנאווער (הנובר) אין דייטשלאנד, וואו זיין פאטער איז געווען די שטאטס-רב.

נאך זיין חתונה איז ער געווארן אויפגענומען אלס דיין אין זיין היימשטאט הנובר, און שפעטער אלס רב. אין יאר תקפ"ט איז ער אריבער קיין אולדנבורג, צפון דייטשלאנד, וואו ער איז אויפגענומען געווארן אלס רב ואב"ד. א יאר שפעטער איז ער צוריק געקומען צו זיין היימשטאט הנובר, וואו ער איז געווארן הויפט רב פון די גאנצע מדינה.

אין יאר תר"ב האט זיך פארמירט די גרויסע אידישע קהילה איבער גרויס-בריטאניע, וואס האט געהאט קלענערע קהילות צעזייט און צעשפרייט איבער גאנץ בריטאניע, און עס איז געזוכט געווארן א פאסיגער קאנדידאט, וואס זאל קענען אנפירן אזא ברייטער אפאראט, צו וואס מ'האט געדארפט זיין חוץ א גרויסע תלמיד חכם ופוסק, אויך א געוואלדיגער חכם ונבון. קענען שפראכן, זיין באהאווענט אין ידיעות העולם, און קענען פארטראגן פארשידענע מיני מענטשן וכדומה.

אויף די ליסטע פון די קאנדידאטן זענען ארויף 13 קאנדידאטן. פאר אונז זענען באקאנט בלויז 4 פון זיי: הגאון רבי שמשון ב"ר רפאל הירש זצ"ל, הגאון רבי בנימין צבי אויערבאך זצ"ל, הגאון רבי הירש הירשפעלד זצ"ל און הגאון רבי נתן הכהן אדלער זצ"ל. באלד נאך סוכות תר"ה זענען פארגעקומען די וואלן, ביי וועלכע 135 קהילות (בתי מדרשים) איבער גאנץ בריטאניע האבן געהאט א זכות צו שטימען (יעדע קהילה איז איין שטימע, לויט ווי עס האט זיך אויסגעשטעלט ביי זיי), און הגאון רבי נתן אדלער האט באקומען 121 שטימעס!

אויף יענעם פסח איז הרב אדלער ער שוין אריבער וואוינען קיין לאנדאן, די הויפט שטאט פון ענגלאנד, וואו ער האט געהאט זיין דירה אין די איסט-ענד געגענט פון לאנדאן, וואס איז באלד געווארן א בית וועד לחכמים ומשם תצא תורה והוראה לישראל.

זייענדיג אויף דעם הויכן פרעסטיזשפולן אמט איז ער מיט דער צייט געווארן א מקורב למלכות, וואס האט זיך גערעכנט גאר שטארק מיט זיינ'ס א ווארט.

מכח זיין פאזיציע האט ער געמוזט ארומפארן איבער גאנץ בריטאניע, מיטצוהאלטן דעם מצב פון אידישקייט אין די אלע מקומות וואס זענען געווען תחת חסותו ומרותו. ער האט בשעתו אסאך אויפגעטאן לטובת די אידן און ענגלאנד, טוענדיג אלעס וואס מעגליך צו הייבן דעם רוחניות'דיגן מצב, און בכלל דעם וואוילזיין פון דאס אידנטום. אין א באשרייבונג פון יענע צייט ווערט באטיטלס אלס "דער העכסטער תורה אויטאריטעט, נישט נאר פון לאנדאן, נאר פון גאנץ גרויס בריטאניע".

אין זיינע עלטערע יארן, ווען ער איז שוין שוואכער געווארן, איז דער הויפט-רב אסאך ארויסגעפארן צום רעזארט שטעטל "ברייטאן" הארט ביים לאמאנש קאנאל, וואו ער האט געהאט א זומער דירה. אנפאנג ווינטער תר"ן איז ער דארט געווען אויף עטליכע חדשים ברציפות צוליב זיין ערהוילונג, און איז דארט נפטר געווארן אלס זייענדיג 87 יאר, ביום כ"ט טבת.

ער איז נאך יענעם טאג געברענגט געווארן קיין לאנדאן, וואו דאס גאנצע אידנטום האט אים גאר שטארק באוויינט, שפירענדיג אז דער קרוין פון די קהילה איז געפאלן. מ'האט אים לאנגע שעות מספיד געווען. אויך האבן זיך באטייליגט ביי די לוי' מיטגלידער פון די "משפחת המלוכה", אלס רעספעקט פאר'ן "טשיף ראביי פון די אידן", ער איז געקומען לקבורה אינעם ביה"ח פון די קהילה אין ווילעסדין.
צוגעלייגטע
mw210822-e1361298373736.jpg
לעצט פאראכטן דורך יציב פתגם אום זונטאג ינואר 25, 2015 8:22 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6132
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » זונטאג ינואר 18, 2015 1:40 pm

הגאון רבי נתן אדלער מלאנדאן זצ"ל אין די יונגע יארן
צוגעלייגטע
Young_Nathan_Marcus_Adler.jpg
Kempf_-_Chief_Rabbi_Nathan_Marcus_Adler_-_Google_Art_Project.jpg

אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6132
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » זונטאג ינואר 18, 2015 1:43 pm

הגאון רבי נתן אדלער מלאנדאן אויף די עלטער, מיט זיין ספר "נתינה לגר" אין האנט
צוגעלייגטע
תמונתו כשבידו ספרו נתינה לגר.jpg

אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6132
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » זונטאג ינואר 18, 2015 1:45 pm

די מצבה אויפן אידישער ביה"ח אין ווילעסדין (Willesden), ענגלאנד
http://www.findagrave.com/cgi-bin/fg.cg ... id=6133664
צוגעלייגטע
Willesden%20Cemetery%20N%20M%20Adler2.jpg

אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6132
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » זונטאג ינואר 18, 2015 1:57 pm

תולדות בעל נתינה לגר זצ"ל בגליון עלים לתרופה (פר' וארא תש"ע)
צוגעלייגטע
נתינה לגר.pdf
(98.09 KiB) דאונלאודעד 130 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 26041
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג ינואר 18, 2015 2:06 pm

תודה רבה הרב המציב. הנה אשכול עליו באוצה"ח:
http://forum.otzar.org/forums/viewtopic ... 19&t=13617

אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6132
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

פארוואס איז רבי נתן אדלער אלעמאל געגאנגען מיט הענטשיך?

תגובהדורך יציב פתגם » זונטאג ינואר 18, 2015 2:10 pm

פון ספר "גשמי ברכה" שמועות טובות מגדולי מאורי ישראל, מאת הרב שמעון הירשלער שליט"א מלאנדאן (עמ' תרמ"ט-תר"נ)
צוגעלייגטע
SNC01849.jpg
SNC01850.jpg
לעצט פאראכטן דורך יציב פתגם אום זונטאג ינואר 18, 2015 2:26 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2728
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » זונטאג ינואר 18, 2015 2:11 pm

זייער אינטערסאנט הרב יציב, שוין לאנג געוואלט הערן מער איבער דעם אדם חשוב, טענקס.

אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6132
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

פארוואס איז ר"נ אדלער געגאנגען מיט א בלום אויף זיין מאנטל?

תגובהדורך יציב פתגם » זונטאג ינואר 18, 2015 2:26 pm

פון ספר "רבי שמעון חסידא" תולדות הרה"ק רבי שמעון סופר מערלוי זצ"ל הי"ד בעל התעוררות תשובה (עמ' רצז)
צוגעלייגטע
SNC02663.jpg

אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6132
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » זונטאג ינואר 18, 2015 2:52 pm


אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6132
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » זונטאג ינואר 18, 2015 2:54 pm

די פטירה פון זיין רעביצין אינעם צייטונג "הצפירה" 19 בפברואר 1891 http://jpress.org.il/Olive/APA/NLI_Heb/ ... 2&rtl=true

אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6132
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » זונטאג ינואר 18, 2015 3:12 pm

די ענגלישער צייטונג Christian Herald (מ-vol. xiii, no. 10, Wednesday, March 5, 1890) שילדערט די לויה און קבורה פון "דער הויפט רב פון די ענגליש-רעדענדע אידן"
צוגעלייגטע
index.jpg

אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6132
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » זונטאג ינואר 18, 2015 3:27 pm

בנו וממלא מקומו הגאון רבי נפתלי המכונה "ד"ר הערמאן" אדלער זצ"ל (נולד בשנת תקצ"ט ונפטר בכ"ב תמוז תרע"א)
צוגעלייגטע
Portrait_of_Hermann_Adler.jpg
pd2764035.jpg
WP_Hermann_Adler.jpg
לעצט פאראכטן דורך יציב פתגם אום זונטאג ינואר 18, 2015 3:33 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6132
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » זונטאג ינואר 18, 2015 3:30 pm

מצבת הג"ר נפתלי הערמאן אדלער בביה"ח בווילעסדין (Willesden)
http://www.findagrave.com/cgi-bin/fg.cg ... mann+Adler
צוגעלייגטע
Willesden Cemetery Herman Adler.jpg

אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6132
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » זונטאג ינואר 18, 2015 3:55 pm

ציור ממעמד יובל המאה להולדת השר משה מאנטיפיורי ז"ל בבית הכנסת "בעוויס מארקס" בראשות הג"ר הערמאן אדלער ז"ל (מתוך: The Illustrated London News, November 1884)
צוגעלייגטע
xjf315743(2).jpg

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2702
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

תגובהדורך סמארט גאי » מאנטאג ינואר 19, 2015 12:13 pm

די בגדי מלכות מיט וואס זיי גייען האט געהאט צוטוהן מיט זייער פאזיציע ?? אדער מקום ??
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6132
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מאנטאג ינואר 19, 2015 12:43 pm

סמארט גאי האט געשריבן:די בגדי מלכות מיט וואס זיי גייען האט געהאט צוטוהן מיט זייער פאזיציע ?? אדער מקום ??

לויט די לעצטע בילד פון דער מעמד יובל המאה להולדת השר משה מאנטיפיורי ז"ל האט דאס געהאט צוטוהן מיט זייער פאזיציע

אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6132
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מאנטאג ינואר 19, 2015 7:31 pm

דער מאמענט - 27 ינואר 1914
צוגעלייגטע
NLI-Article.pdf
(94.03 KiB) דאונלאודעד 249 מאל

אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6132
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מאנטאג ינואר 19, 2015 7:40 pm

מחזיקי הדת - יום חמישי 06 פברואר 1890
צוגעלייגטע
GetImageCAS3LLV3.png

אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6132
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מאנטאג ינואר 19, 2015 7:45 pm

המליץ - יום רביעי 29 ינואר 1890
צוגעלייגטע
GetImage1.png

אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6132
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מאנטאג ינואר 19, 2015 7:58 pm

מאמר בעתון הלבנון (יום שישי 27 יוני 1879) לרגל שנת החמישים לרבנותו של הגאון רבי נתן אדלער זצ"ל
צוגעלייגטע
GetImage1.png

אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6132
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מאנטאג ינואר 19, 2015 8:04 pm

תפילה שתיקן הגר"נ הכהן אדלער זצ"ל לאומרם ביובל המאה להולדת השר משה מאנטיפיורי ז"ל (מעתון המליץ, יום שישי 03 אוקטובר 1884)
צוגעלייגטע
NLI-Article.pdf
(108.53 KiB) דאונלאודעד 226 מאל

אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6132
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מאנטאג ינואר 19, 2015 8:16 pm

המגיד - יום חמישי 30 ינואר 1890
צוגעלייגטע
GetImageCABBABKH.png

אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6132
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מאנטאג ינואר 19, 2015 8:35 pm

חבצלת - יום שישי פברואר 07, 1890
צוגעלייגטע
1.png
2.png
3.png

אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6132
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מאנטאג ינואר 19, 2015 8:35 pm

.
צוגעלייגטע
4.png
5.png


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט