מאכן א LIKE קנעפל אונטער יעדע תגובה

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

שוין צייט צו מאכן א LIKE קנעפל אונטער יעדע תגובה, נישט אייביג האב איך צייט צו טייפן א שכוח.

די וואלן האבן זיך געשלאסן מאנטאג דעצעמבער 01, 2014 4:16 pm

איך וואלט זייער הנאה געהאט. אונטער יעדע תגובה
52
50%
ס'זאל זיין אן אפציע. יעדער זאל קענען לייגן אזא קנעפל אויף זיין תגובה. נאר ווער ס'וויל.
22
21%
נע, נישט וויכטיג די גאנצע געדאנק
30
29%
 
סך הכל שטימען: 104

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

האב איך פשוט'ע עצה,דער עולם וואס וויל לייקס זאל שרייבען לייק אנשטאטס א תגובה(זיי טוען עס שוין עניוועי...)און די רעשט עלען שרייבען געהעריגע תגובות, און שלום על ישראל.

לייק?
אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 10:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפטימיסט »

איך וועל אייך זאגן דעם אמת, געוואוט האב איך פאר 'יא לייק' אבער לאדיך ארויס און וויכי האבן רעכט, איך וואלט צוריקגעצויגן אויב קען מען און געשטימט פאר די צווייטע, און לאדיך ארויס שקויעך פארן מיך צונאר לייגן מיטן מיך לאזן קליקן די בלויע דריי פיר מאל ביז איך האב רעאליזירט אז עס איז נישט קיין קליקבאר...
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

אפטימיסט האט געשריבן:און לאדיך ארויס שקויעך פארן מיך צונאר לייגן מיטן מיך לאזן קליקן די בלויע דריי פיר מאל ביז איך האב רעאליזירט אז עס איז נישט קיין קליקבאר...

;l;p-
הק' איש ימיני
אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1379
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע: נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאדיךארויס »

אפטימיסט האט געשריבן:איך וועל אייך זאגן דעם אמת, געוואוט האב איך פאר 'יא לייק' אבער לאדיך ארויס און וויכי האבן רעכט, איך וואלט צוריקגעצויגן אויב קען מען און געשטימט פאר די צווייטע, און לאדיך ארויס שקויעך פארן מיך צונאר לייגן מיטן מיך לאזן קליקן די בלויע דריי פיר מאל ביז איך האב רעאליזירט אז עס איז נישט קיין קליקבאר...

וועלכע האסטו געקליקט, די לייק אדער די דיסלייק..?
שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום אויש »

בקיצור קוקט נישט אויס אז עס זאל עפעס ווערן פון די אלע פוילע גערעדעכט'ס
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אפטימיסט האט געשריבן:איך וועל אייך זאגן דעם אמת, געוואוט האב איך פאר 'יא לייק' אבער לאדיך ארויס און וויכי האבן רעכט, איך וואלט צוריקגעצויגן אויב קען מען און געשטימט פאר די צווייטע, און לאדיך ארויס שקויעך פארן מיך צונאר לייגן מיטן מיך לאזן קליקן די בלויע דריי פיר מאל ביז איך האב רעאליזירט אז עס איז נישט קיין קליקבאר...



בערך אזוי קוקט אויס יעדעס מאל ווען מ'האלט ערענסט ביים מאכן די לייק קנעפל... מ'שמיעסט אויס אלעס וואס איז אויפן טיש, אז דער עולם בעטעס וכד'... ס'קוקט שוין אויס ווי ס'גייט אט אט געשעהן, ביז מ'גייט נאכאמאל איבער די מעלות און חסרונות און בומס! יעדער ציהט צוריק! די חסרונות וועגן איבער!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

איך האב נאך מיטגעהאלטן יעדעס שמועס דעריבער, און טאקע שוין אפאר יאר, און איך האב שוין געשריבן אפאר תגובות איבער דעם אויך, איינמאל דאכצעך גאר א געלונגענס אויך, און איך האב נאך נישט געטוישט מיין מיינד. איך בין נאך אלץ דערפאר.

העכסטענס ווי דער צווייטער אפשען דא, אז יעדער זאל זיך קענען קלויבן צו ער וויל קענען גע'לייק'ט ווערן אדער נישט.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

אטא דאס האב איך געשריבן איבער דעם ענין אין פעברואר פון דעם יארע, דאס מיינט בערך צען חדשים צוריק. איך האלט נאך אלץ אזוי, און אזוי ווי עס איז נאך פונקט אזוי אקטועל לייג איך עס אריבער אהער.

טהור-עיניים האט געשריבן:געשטימט פאר יא.

און אלס א אלט געזעסענער שרייבער אין אייוועלט שוין א שיינע פאר יאר, נאך מימי הקרעטשמע וויל איך דא זאגן אפאר ווערטער איבער דעם גאנצן (נארישן) געפעכט דא.

עס איז שוין א לאנגע צייט וואס עס באדערט מיך אז עס איז נישטא דא אזא אפציע, און איך זאג קלאר אז דאס האלט מיך אסאך אפ פון שרייבן דא. יא עס איז אמת אז א גרויס טייל פון די סיבה פארוואס איך שרייבן היינטיגע צייטן אזוי ווייניג איז נאר ווייל איך האב פלעין נישט קיין צייט דערצו, אבער איך ווייס ביי מיר זייער קלאר אז ווען עס וואלט געווען אזא לייק סיסטעם (אדער וואטעווער דו ווילסט עס רופן, רעיטינגס וואטעווער...) וואלט איך זיך מער אנגעשטרענגט צו שרייבן. און אויך פילע מאל וויל איך באדאנקען א שרייבער, אבער איך טוה עס נישט טאקע פארדעם ווייל איך וויל נישט מער ווי א שקויעח, און מיט א לייק קען איך עס טוהן, אבער גיין שרייבן דערפאר וויל איך נישט.

מער פון דעם קוקט מיר אויס דער גאנצער וויכוח נאריש, איך בין נישט משיג דאס נישט מסכים זיין דערצו.

נאר כדי מען זאל בעסער פארשטיין וואס איך מיין וועל איך געבן א משל למה הדבר דומה. א קעניג האט אמאל געהאט א בן יחיד... אוי, נישט דער משל, אה, דער משל האב איך געמיינט.

א בעל דרשן שטעלט זיך אוועק האלטן א דרשה. ער רעדט א דרייפערטל שעה איבער זייער א אינטערעסאנטער ענין. ער האט זיך פארגעקוקט פאר דעם דריי פיר שעה, (פלאס עטליכע צענדליגער יאר וואס ער לערנט און טוט אין דעם ענין, וואס איז ווי דער הכנה להכנה...) און ענדליך איז אנגעקומען דער טאג און ער רעדט שוין. דער עולם זיצט צוגעשמידט צו די זיצן און מען הערט צו. דער דרשה איז א מעסטער פיעס, איינס אין דער וועלט, סיי אין תוכן און סיי אין דעם דעליווערי. נאך א דריי פערטל שעה (אדער א שעה...) רעדן ענדיגן דער דרשן זיין דרשה, נו, זאל דער אויבערשטער העלפן, בלא בלא בלא, ובא לציון גואל בב"א.

וואס געשעהט יעצט?

נארמאל גיט דער עולם א שריי אויס הויעך "שקווווייייעעעחחחחחח", און דער בעל דרשן וואקסט פאר שמחה. וואס איז געשעהן יעצט, ער איז א בעבי? ער האט ליב כבוד?, ניין, ער איז א פלעינער מענטש און ער דארף וויסן אז דער עולם האט הנאה געהאט, אלזא, ווען ער הערט דעם שקויעח הילעכן אין היכל, ווייסט ער אז דער עולם האט הנאה געהאט. איי האט דען יעדער הנאה געהאט? ניין, אבער אזוי קומט עס, עס איז מענטשליך, און רוב מענטשן ווילן זיין מענטשליך. און דער פאקט איז, אז לויט ווי גוט דער בעל דרשן דרשנ'ט, לויט דעם הילעכט אפ דער שקויעח, דאס איז דער מציאות, ווען דער בעל דרשן לייגט אראפ א מעסטער פיעס, דאן קלינגט דער שקויעח פון דא ביז ווארשע, און ווען ער רעדט שוואכער, איז דער שקויעח שוואכער.

ווייטער, עס זענען אלעמאל דא אפאר מענטשן וועלכע וועלן ווארטן ביז דער עולם וועט זיך אביסל צוגיין און זיי וועלן צוגיין צום דרשן, צו עקסטער, צו אין א קליין קופקעלע און אים פערזענליך באדאנקען, אביסל מער ווי סתם א שקויעח:

אה, ר' בערל, אזוי פיין געווען, ממש דאס האט מען געדארפט הערן, ממש איך באדאנק אייך אזוי פארן קומען איר האט מיך מחי' געווען. אדער, ר' בערל, דער צושטעל פון דעם חתם סופר צו דעם יעצטיגן ענין איז דאך אזוי צו דער זאך, אזא בייפאל, עס איז דאך א גאונות. אדער, ר' בערל, דער מדרש וואס איר האט נאכגעזאגט, און וויזוי איר האט עס פארשטייטשט, דעם ותשחק ליום אחרון, עס איז דאך אזוי פשוט אז דאס האט דער מדרש געמיינט. וגו' וכו'. איינצעלנע וועלן גיין א טריט ווייטער און אנרופן דעם דרשן דעם נעקסטן טאג און איבערשמועסן א שטיקל וואס ער האט געזאגט, אבער דאס זענען שוין ממש יחידים.

צווישן אן עולם פון הונדערט מענטשן, וועלן זיין פיר פינף אזעלכע מענטשן, אפשר צען, אבער נישט מער. אבער דעם גרויסן שקויעח תיכף נאכן דרשה, דאס האט (כמעט) יעדער געזאגט.

למעשה, יעדער פון די אלע זאכן, גיט דעם מענטש כח און מוט צו גיין ווייטער און זיך פארקוקן און זאגן נאך דרשות, עס איז זייער שווער צו זאגן וועלכע איז מער ווערט און וועלכע איז וויכטיגער, ביידע זענען וויכטיג.

יעצט שטעלט אייך פאר ווען אזא בעל דרשן ענדיגט א דרשה, און ענדיגט צו דעם בב"א, און שששששששששששששששששששששששששששששששששששששששששששש קיינער רעדט נישט, קיינער שרייט נישט שקויעח, גארנישט. דער עולם הייבט זיך אויף שטילערהייט און מען גייט אהיים.....................................................

איר קענט זיך פארשטעלן וויזוי דער דרשן וואלט געשפירט. אמת, נאך די דרשה זענען זיבן אינגעלייט צוגעקומען און געזאגט א פערזענליכן יישר כח, און צוגעלייגט זייערע קאמענטארן, און דאס טאקע האט אים געראטעוועט, אבער דאך, ער פילט זיך אפגעפאטשט. גייט אדורך אפאר חדשים און מען רופט אים נאכאמאל פון די זעלבע קהילה האלטן א דרשה, אבער ר' בערל דרייט זיך ארויס, און אזוי אויך דעם נעקסטן מאל און דעם נעקסטן מאל. ענדליך רופט אים אן דער רב אליינס מיטן ראש הקהל אויפן ליין און פרעגט: ר' בערל, וואס איז די מעשה, איר זענט ברוגז אויף אונזער קהילה? איר ווילט נישט קומען מער רעדן ביי אונז.

ר' בערל נעמט זיך די דרייסטקייט און זאגט זיי: אהוביי היקרים איך וועל אייך זאגן דעם אמת. אין א דרשה גייט אריין זייער פיהל ארבעט, און עס איז זייער שווער, עס נעמט צייט, און גאר אפט קומט עס אויפן חשבון פון צייט וואס איך וואלט אפשר געקענט מאכן אפאר טאללער דערויף, בקיצור, עס איז נישט גרינג. נו, אז מען קומט שוין ענדליך אן און מען זאגט די דרשה, מען ענדיגט רעדן פארשוויצטערהייט, ווארט מען דאך צו הערן א קלינגעדיגן יישר כח, פשוט צו וויסן אז דער ציבור האט כאטש הנאה געהאט. און אזוי טאקע גייט עס אין אנדערע קהילות, דער עולם שרייט יישר כח, ווייס איך אז זיי האבן הנאה געהאט, האב איך דעם מוט צו קומען נאכאמאל, ביי אייך אבער, קוקט אויס אז דער עולם איז נישט אינטערעסירט אין וואס איך האב צו פארקויפן, פשוט, מען ענדיגט רעדן, און דער עולם צוגייט זיך אן אפילו א שאקל טון מיטן קאפ, ניטאמאל ווייס איך צו עס איז אפילו אריין אין דעם ערשטן אויער, ווער רעדט נאך פון זיך פארזוימען דארט גענוג לאנג ביזן אנקומען צום צווייטן אויער.

על כן מיינע פריינט, זייט נישט ברוגז, זוכט אייך אן אנדערן בעל דרשן, איינער וועמען מען האט ליב צו הערן ביי אייך. אין בין - זעהט אויס - נישט דער פערזאן.

ר' בערל ענדיגט רעדן און ער איז אינגאנצן ערשעפט פון דעם שווערן שטיקל וואס ער האט דא געטוהן. אבער דער רב און דער ראש הקהל עפענען אפאר אויגן אויף אים אז ער האט עס גאר דערזעהן דורכן טעלעפאן.

וואס רעדט איר ר' בערל? פונקט פארקערט. מיר האבן דירעקט איינגעפירט ביי אונז אז דער עולם זאל נישט שרייען שקויעח, ווייל עס איז א ביליגער זאך, מיר ווילן דוקא דער עולם זאל נישט שרייען, אזוי זאלן זיי זיך שפירן מחוייב צוצוגיין צום בעל דרשן אים פערזענליך באדאנקען, דאס איז אסאאאאך מער ווערט ווי סתם אזוי א טרוקענער אויסגעשריי "שקויייחחעעעכככ" וואס מען טוט פלעין אלס מענטשליכקייט. און זאגט איר אליינס, איז מען דען נישט צוגעקומען צו אייך זיך באדאנקען? איך האב דאך אליינס געזעהן אפאר אינגעלייט, זיכער א זעקס זיבן מענטשן, וועלכע זענען דירעקט צוגעגאנגען צו אייך זיך באדאנקען...


קאמענטארן זענען איבריג...


(נ.ב. און אז איך רעד שוין, וויל איך טאקע בעטן דירעקט ביי ר' ארענדארן. מאך נישט אזא גרויסן עסק דערפון, שאף אהער א לייק קנעפל, ווייז דעם עולם אז דו ביסט אינטערעסירט אין אונזער וואוילזיין. פון דעם נייעם סייט (מיט דעם נייעם לאגא... אוי, ווער געדענקט נאך) האט מען זיך שוין לאאאאנג מייאש געווען, כאטש דא, דו זעסט דאך וויפיל אידן שרייען אז מען דארף דאס, סיי אין די פערזענליכע תגובות דערוועגן און סיי אין די וואוטס, טוה למעשה און שטעל עס ארויס פאר אונז דא, לאז כאטש דאס זיין דא. יישר כח למפרע ארענדער טייערער)
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

טהור, האסט א שפיץ. לייק.
אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

נשמה האט געשריבן:טהור, האסט א שפיץ. לייק.

גאר א שטארקע שפיץ
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

ר' בערל.. כ'מיין ר' טהור שכועך. לייק,
הק' איש ימיני
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8569
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

טהור, שיין מסביר געווען דעם ענין לויט די אויגן פונעם בעל דרשן, און דארט טאקע איז דאס נאר נוגע אים.

אבער אזויווי איר זאגט אליינס איז ביי א שוואכערע בעל דרשן אויך דא א שכויעך כאר, און איך וועל אייך מגלה זיין אז נישט נאר ביי א שוואכע בעל דרשן איז עס צום געפונען, נאר ביים בעל דרשן וואס רעדט צו לאנג און בכלל נישט צום זאך איז אויך דא די געזאנג (און דאן איז עס אפשר נאך העכער, צולייגנדיג דערנאך - שטילערהייט - דעם באקאנטן לאזונג: 'פארן ענדיגן...')
זאת אומרת אז וויבאלד עס איז געווארן א סדר אז נאך א דרשה דארף מען כארירן שקויעך, ווערט דער שקויעך אביוזט, עס ווערט געניצט אפי' ס'איז נישט אמת.

דאס איז אלעס מה טוב ומה נעים ווען עס איז די רעדע פון די מוט פון א בעל דרשן וואס די יא אדער נישט זאגן שקויעך וועט עס אפעקטירן, דאן זאגט מען דעם שקויעך אפי' עס איז פארן ענדיגן.

אבער מ'רעדט דאך דא פון א סייט, אויב וועט דא אינסטאלירט ווערן דער לייק אפשן, און ס'וועט ווערן מנהג העול''ם אז נאך א לענגערן ארטיקל (וואס איז דאך געווענליך א גוטס) קומט צו פליען לייקס, וועט מען דאך לייקן אויך סתם ארטיקלען און אפי' די קריכעדיגע ארטיקלען... צו מיטן אויסרייד אז ס'איז נישט אזווויייי שלעכט, צו מיטן אויסרייד אז איינע פון זיינע פוינטס/מליצות/ווערטלעך איז דאך יא עפעס צום זאך אדער גאר אן א אויסרייד, נאר פשוט ווייל ער האט זיך דאך געפלאגט צו שרייבן פארוואס זאל איך אים נישט לייקן ס'נעמט דאך נישט קיין צייט וכו' וכו', איז אנשטאט אז דער שרייבער זאל כאפן אז מאיזה סיבה שהוא האט מען נישט מגיב געווען, און זיך מתבונן זיין וואס וויל דא דער עולם? וואס האב איך חוטא געווען? איז דא עפעס אין מיין ארטיקל וואס איז נישט לפי רוח איי-וועלט? אדער אפשר גאר האב איך מיר פשוט איינגערעדט אז איך שרייב דא אן ארטיקל אזאנס און אזעלכס ווייל איך האב נישט ארויסגעהאט די מהות פון די איי-וועלט ניקס וכו'?

בקיצור מ'רעדט דאך נישט דא נאר פונעם שרייבערס פילינג, מ'איז דן וואסערע אפעקט א לייק סיסטעם וועט האבן אויף איי וועלט בכלליות, און אויב וועט דאס ווערן אינסטאלירט און ווערן אביוזט דאן זאג איך: אח אין וויי איי-וועלט!!!

(אויסער דעם האב איך שוין נעכטן ארויפגעלייגט א
לענגערע באשרייבונג, אראפצולייגן וויאזוי תגובות וועלן אויסקוקן און פארמינערט ווערן דורך דעם, והמסתעף)
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
יצחק דע באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק דע באנקיר »

מיסטעריעז עכ''ז מעג ווען זיין א פראבע ווי לאדיך ארויס שלאגט פאר
משה יענקל האט געשריבן:
ניק ניק האט געשריבן:
לאדיךארויס האט געשריבן:דערווייל ווילאנג מען שלאגט זיך ארום צי מען זאל אינסטאלירן א דאנק קנעפל אין קרעטשמע, זאל מען עס קודם אינסטאלירן אין די אנדערע פארום'ס ווי עס נעמט גארנישט אוועק, למשל אין די נייעס פארום מאכט דאך נישט קיין סענס ווען חילי אדער מחותן קומט אן מיט א טאץ נייעס און דער עולם באפאלט אים מיט שקויעך'ס... איי מיען דארט איז געמאכט צו הערן נייעס, דעבאטירן מיינונגען, פאליטיק און שוין. די יישר כח'ס וועלן עס סתם הארגענען. דארט וואלט א דאנק קנעפל געווען אין פלאץ.



אקעי א וואוט פאר דעם פלאן, א לייק נאר אין נייעס און אין חזק פארום, קרעטשמע און ביהמ"ד זאל בלייבן אן.

-----------------

ווער נאך איז פאר דעם פלאן?

;l;p-
קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעפטיג »

פאר עפעס א סיבה פיל איך א עקל און אפשיי פון די "לייק" ווארט.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

קרעפטיג האט געשריבן:פאר עפעס א סיבה פיל איך א עקל און אפשיי פון די "לייק" ווארט.


אמאל לייק. אפשר וועגן דעם?
אוועטאר
פשוט'ער אידל
שר חמש מאות
תגובות: 941
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 02, 2013 9:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשוט'ער אידל »

קרעפטיג האט געשריבן:פאר עפעס א סיבה פיל איך א עקל און אפשיי פון די "לייק" ווארט.


פשוט, ווייל ס'דערמאנט פון 'פנים-ביכל' פון נאך בעפאר דעם כינוס... און שמוץ איז צום סוף עקלדיג (מאוס)) ביי א איד כאטש בשעת מעשה איז עס געשמאק...
written using the Meshimer web filter
קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעפטיג »

פשוט'ער אידל האט געשריבן:
קרעפטיג האט געשריבן:פאר עפעס א סיבה פיל איך א עקל און אפשיי פון די "לייק" ווארט.


פשוט, ווייל ס'דערמאנט פון 'פנים-ביכל' פון נאך בעפאר דעם כינוס... און שמוץ איז צום סוף עקלדיג (מאוס)) ביי א איד כאטש בשעת מעשה איז עס געשמאק...

ס'האט מיר גענומען אבער געכאפט אז דו מיינסט פעיס-בוק... הייסט פון דארט קומט עס ?
כ'בין אין מיין לעבן נישט געווען אויף פ"ב און ווייס ניטאמאל וויזוי דאס קוקט אויס.

פלעין, פאר מיר שטינקט עפעס די ווארט פון גוי'שקייט אדער פארגרעבטקייט, עפעס אזוי, שוין וואסא חילוק.
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

איינער וואס שרייבט זייער אפט, לאנגע און גאר לאנגע תגובות און ווערט באשכוחט פון אלע זייטן, דארף טאקע נישט די לייק קנעפל; אבער רוב רובם פון די ניקס וואס זענען נישט דערביי, וואלטן געהאט א ריזיגע תועלת פון א לייק סיסטעם. עס וואלט דעפיניטלי געהאלפן הייבן די ניווא פון די "דורכשניטליכע" תגובות און פון דורכשניטליכע ניקס.

א לייק קען זיין פאר א צאל זאכן; ווען איינער שרייבט עפעס וואס איך וואלט געהאלטן אזוי, ווער רעדט נאך ווען ער שרייבט ממש ווי איך וואלט עס געשריבן, ווען איינער שרייבט גוט און צום זאך, ברענגט ארויס גוטע פוינטס, אפילו איך בין מחולק מיט אים, ווען איינער שרייבט הומאריסטיש און ברענגט ארויס א שמייכל,ועוד ועוד. דער איצטיגער סיסטעם פון ייש"כ'ס דעקט נישט אלעס, און הגם עס קעם זיין אז א לייק וועט אראפ ציפן פון די ווערטער קראצעריי ווען מען האט שוין זייער הנאה פון א תגובה און מען מוז זיך אנשטרענגען צו רעאגירן דערויף, וועט עס לעומת זה צוברענגען פיל מער באדאנקונגען פאר תגובות און פוינטס וואס גייען דורך אומרעאגירט ווייל זיי זענען נישט גענוג אויסטערליש צו פארברויכן אפ צו טייפן א קארני "גוטס" פאר א יישר כח.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
פשוט'ער אידל
שר חמש מאות
תגובות: 941
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 02, 2013 9:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשוט'ער אידל »

מי חכם-
LIKE
written using the Meshimer web filter
אוועטאר
ירמי'
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 1:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירמי' »

דעי פראבלעם האט נאך קיינער נישט באהאנדלט
ירמי' האט געשריבן:נאכמער, די שכוח'ס ווערן אוועקגעלייגט אויף דיין פראפייל, און דאס גיבט צו א גוטע געפיל שטענדיג, אבער די תגובות ווערן פארגעסן.
!
ענדליך...
אוועטאר
ירמי'
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 1:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירמי' »

ווייז מיר איין אקטיווע פארום אהן א לייק\תודה קנעפל. אויף אלע סייטס זענען דא שרייבערס, זיי דארפן אויך תגובות, און אפילו אזוי שאדט נישט די לייק קנעפל.
!
ענדליך...
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8569
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

יצחק דע באנקיר האט געשריבן:עכ''ז מעג ווען זיין א פראבע ווי לאדיך ארויס שלאגט פאר

איר האט א הו''א אז נאך יארן טענה'ריי איבער די מעלות און חסרונות דערפון וועט די פראבע דורכפאלן?
די שאלה איז וואס וועט געשעהן ווען די זאך ווערט א איינגעגלידערטע פאקט
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
והנה און נון
שר האלף
תגובות: 1142
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 3:02 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והנה און נון »

פשוט'ער אידל האט געשריבן:מי חכם-
LIKE
אוועטאר
והנה און נון
שר האלף
תגובות: 1142
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 3:02 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והנה און נון »

איך וואלט פארגעשלאגן אז נאר דער געלייקטער זאל קענען זען ווער עס האט אים געלייקט, דער ציבור ליינער זאל נאר קענען זען ''וויפיל'' ס'האבן געלייקט.
אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1668
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משה »

קרעפטיג האט געשריבן:
פשוט'ער אידל האט געשריבן:
קרעפטיג האט געשריבן:פאר עפעס א סיבה פיל איך א עקל און אפשיי פון די "לייק" ווארט.


פשוט, ווייל ס'דערמאנט פון 'פנים-ביכל' פון נאך בעפאר דעם כינוס... און שמוץ איז צום סוף עקלדיג (מאוס)) ביי א איד כאטש בשעת מעשה איז עס געשמאק...

ס'האט מיר גענומען אבער געכאפט אז דו מיינסט פעיס-בוק... הייסט פון דארט קומט עס ?
כ'בין אין מיין לעבן נישט געווען אויף פ"ב און ווייס ניטאמאל וויזוי דאס קוקט אויס.

פלעין, פאר מיר שטינקט עפעס די ווארט פון גוי'שקייט אדער פארגרעבטקייט, עפעס אזוי, שוין וואסא חילוק.

גם אני מצטרף, סקען אבער הייסן באדאנק.
~ פארוואס האסטו פיינט דער וואס האלט אנדערש ווי דיר? ~
וויאזוי ארויפצולייגן א לינק
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”