וויאזוי קאכט א גוי???

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מכה בדופן
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 6:21 pm
לאקאציע: נעבן וואנט

וויאזוי קאכט א גוי???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכה בדופן »

די שאלה איז מעך אויפגעקומן ווען כ'האב זיך געדרייט אין האום דיפאו, באט לאמער נישט כאפן קיין הייסע קארטאפל (ס'ז סאך ערגער פון הייסע לאקשן), נאר אנהייבן פון אנפאנג.

די מעשה גייט צוריק צום פארגאנגענעם ל"ד בעומר ווען כ'האב באזוכט ביי אחד מגדולי התורה פון די ליטע וועלכע וואוינט אין בני ברק. יענער האט מעך אנגעוואונטשן (מיטן ליטווישן אקצענט – אנישט גייט דער דזשאוק פלאפן): בני חיי ומזוני.

איז אזוי, א חי' האבעך שוין ב"ה ביז דער 120, און מזוני ווארטעך נאך דערווייל ס'זאל געשען (חוץ אויב דער גדול האט געמיינט מזונות, ווייל יענס האבעך גענוג...). איז געבליבן צו באקומן בני (מיטען ליטווישן אקצענט – אנישט גייט דער דזשאוק פלאפן).

פעסט פארווערד א האלבע יאר און כ'האב זיך איינגעהאנדלט א באני רעביט.

איר פרעגט פארוואס? זאג נאר, ווילסט הערן א מעשה אדער פרעגן קאשעס?

עניוועי, די באני רעביט האבעך שיין איינגעארדענט אין א קעידזש ביים ווינקל פון דיינינג רום, וואו ס'האט פיין פארברענגט די טעג מיט עסן, שפילן און זיין קיוט. די קינדער האבן עס זייער אינדזשויד און שטארק ליב געהאט עס צו צערטלן און פיטערן.

מה עשה הקב"ה, נישט לאנג דערויף האבן איינר פון מיינע קינדער אנגעהויבן באקומן עלערדזשיק ריעקשענס פונם באני רעביט, סאו ס'האט נישט געקענט בלייבן אינדערהיים. אינגאנצן פטור ווערן פון דעם האבעך אויך נישט געוואלט, ערשטענס ווייל די קינדער האבן עס אינדזשויד, און צווייטענס (בעיקר) ווייל כ'האב אויסגעגעבן אסאך געלט צו קויפן עסן און טריעטס פארן רעביט, און ס'מעך געווען א שאד נישט צו באקומן מיין מאני'ס ווערט.

(בד"וו נישט אלץ לוינט זיך צו באקומן די מאני'ס ווערט. אמאל איז בעסער מ'געבט אויס דער געלט פאר גארנישט, למשל ביי מעדיקל אינשורענס...)

ד'בעסטע עצה וואס כ'האב געקענט טראכטן איז צו לייגן דער רעביט אינם בעק יארד, באט פאר דעם וואלטעך געדארפט קויפן אן אנדערע סארט קעידזש, און סתם אויסגעבן נאך $100-$150 (מינימאם) איז אויך נישט קיין עסק. סאו דערווייל האבעך מקיים געווען יהא מונח, און כ'האב געזוכט אויפן 'כלי' א סעקאנד הענד רעביט האטש.

נו, ווי זאגט נאר דער פסוק, יגעת ומצאת תאמין, האבעך געטראפן איינער וואס פארקויפט א צוויי שטאקיגער רעביט האטש פאר היבש ביליג, מיט איין חסרון אז דער רעמפ ארויפצוגיין צום העכערן שטאק איז צובראכן. ער האט צוגעשריבן אז נישט געזארגט, פאר עטליכע פיאסטער אין האום דיפאו מיט 2-3 מינוט ארבעט, קעמען עס פאררעכטן.

אף אני בחלומי...

כ'האב געקויפט דעם האטש און עס אריינגערוקט אין מיין קאר (נאך אויסארבעטן וויאזוי מ'מאכט די סיעטס ליגן. כ'געדענק קלאר כ'האב אמאל געוואוסט...!), און פון דארט גלייך דעפארן צום האום דיפאו קויפן א שטיק האלץ פארן רעמפ.

אקעי, דער ערשטע זאך וואס כ'האב געברויכט איז א מעסטער צו וויסן פונטקליך ווי לאנג דער רעמפ דארף זיין. כ'האב זיך נישט געשעמט און געפרעגט ביים ארבעטער אין וועלכע אייל ס'ליגן די מעסטערס, מיט א פרישקייט אהין געגאנגן, און...כ'האב שיר נישט געכאלישט...פופצען טאלער פאר א מעסטער??? וואס, זענען זיי פאררוקט??? און זיי רעדן זיך איין איך גיי אויסגעבן אזויפיל געלט פאר א נארישע מעסטער???

ווי זאגט דער פסוק, אן איד געט זיך אנ'עצה...כ'האב ארויסגענומען מיין גארטל, און אנגעמאסטן דריי פיס, ווען ביי יעדע האלבע פיס האבעך געמאכט א קניפ! יעצט קענען זיי זיך האלטן מיט זיירע מעסטערס – איך וועל שוין נוצן מיין גארטל.

הכלל, דער רעמפ האט בעדארפט זיין גענוי צוויי פיס, בינעך שנעל צוריק אין געשעפט זוכן א שטיק האלץ וואס איז בערך דריי פיס – גענוג אויף אפצושניידן א פאר שטיקלעך פאר טרעפ. יעצט גיי זוך...

ביים האלץ סעקשאן האבעך נישט געטראפן נאר ריזיגע לאנגע שטיקער האלץ, וואס קוים ס'וועט פיטן אין מיין קאר. נאך זיך דרייען איבערן גאנצע סטאאר, אינקלודינג דער אוטסייד, האבעך געזען ס'ז נישט קיין תכלית, און כ'וועל מוזן בלית ברירה נעמען א לאנגע האלץ. האפענטליך וועלעך טרעפן וואס צו טון מיט דער רעשטע, און אויב נישט וועלעך עס העכסטענס טרייען צו פארקויפן אויף איבעי.

די האלץ מסודר, דארפעך קויפן א דרילער. געווענליך האבעך נישט ליב די פאוער טולס, ווייל ביז היינט האבעך זיך ב"ה פיין מסדר געווען מיט דזשאסט צוויי טולס: א שטיין און דאקט טעיפ. מיין רול איז – אויב ס'דארף זיך רוקן אבער ס'ז סטאק נוצט מען דעם שטיין, און אויב ס'רוקט זיך ווען ס'דארף נישט נוצט מען דאקט טעיפ (און אויב ס'פייפט שפרוצט מען דאבעליו די 40). וועסט נישט גלייבן וויפיל יאר כ'האב שוין אויפגעשטעלט מיין סוכה מיט דזשאסט יענע צוויי טולס...

אקעי, נישט ממש, פארן סוכה דארף מען אמאל אריינסקרוען שרויפן, אבער פאר דעם האבעך א מילכיגער מעסער...

בויען א רעמפ אידעך אבער א סיריעס דזשאב און ס'גייט נישט אזוי כאפ לאפ מיט מיינע קאטשעלאבע טולס, סאו כ'וועל ברויכן קויפן א דרילער. נו נו, זאל זיין אזוי, כ'וועל שוין אין איינוועגס אינזין האבן לשם מצות סוכה וועט עס גיין אויפן חשבון פון הוצאות שבת ויו"ט.

אומר ועושה, כ'בין זאפארט געגאנגן צום דרילער סעקשאן און געטשוזד א דרילער. ס'זאגט זיך אזוי גרינג 'געטשוזד א דרילער', באט אין אמת'ן האבעך נישט געמאכט א דיסישען אין איין רגע נאר רואיגערהייט באטראכט יעדער דרילער און גוט דורכגעליינט אלע מעלות פון יעדע באזונדער. איווענטשעלי האבעך געקויפט ס'ביליגסטע...

איז מעך נאר געבליבן צו קויפן איין זאך, די שרויפן – אבער ווי לאנג קען דעם דויערן צו פיקן א פעקל שרויפן? כאמעך פאררעדט...

רבותי אלמלי כ'זע עס מיט די אייגענע אויגן וואלטעך נישט געגלייבט – כמעט א גאנצן אייל נאר שרויפן, אפשר 70 אנדערע סארט. רבונו של עולם, פארוואס דארף מען אזא סעלעקשען פון שרויפן?

מילא ס'קומט חנוכה און מיין בעקעריי פארקויפט 70 סארט דאונאטס פארשטייעך. מילא ס'קומט סוכות און מיין בוטשער סטאר פארקויפט 70 סארט קאולד דאטס פארשטייעך. מילא ס'קומט פורים און מיין וויין סטאר..יו געט דע פוינט. אבער 70 סארט שרויפן???

קוקטס מעך אין די אויגן און זאגטס מעך ס'ז נישט קיין פאררוקטע וועלט. ווען איך האב ווען א סטאר פארקויף איך 3 סארט שרויפן: קורצע, מיטעלע און לאנגע! אקעי כאפטס מעך נישט ביים ווארט, 4 סארט – אויך ברייטע (עקטשעלי 6 סארט ווייל די ברייטע דארפן אויך זיין קורצע, מיטעלע און לאנגע, באט דעטס איט!).

שטייענדיג אזוי פארלוירענערהייט ביים אייל פון די שרויפן האבעך אין אכט גענומען אז גוים האבן נישט מיין פראבלעם. זיי קומען, טשעקן, קלויבן, שמועסן די מעלות און חסרונות פון איינס ווערסאס דעם אנדערע א.א.וו.

אינם ערשטע מינוט האט מעך עס געגעבן א קליינם שטאך, אמער פארוואס בין איך אזא בטלן קעגן להבדיל די גוים, אבער דערנאך האבעך אריינגעטראכט אז ענעכע נאמע, זיי טויגן אפשר מער צו טולס, באט אין פראוויזארישע טולס זענען מיר אידן סעקאנד טו נאן!

למשל האט עטס אמאל געקוקט וואס אן אידישע ביזנעס מאן האלט אלץ אין זיין טלית ותפילין בייטל? א גאנצע אפיס, סענוויטשעס, א שופר פאר חודש אלול, א סליחה'לע, סידור, הושענות זאגער און וואס נישט... צי איז דען א וואונדער אז א גוי דארף א גאנצע בריעף קעיס?

וויפיל נוצן קענט איר טראכטן וואס מ'קען טון מיט איין גארטל? נו, וועלכע גוי האט אזא ווערסעטייל טול אין טאש?

צי איז דען דא אויפן גאנצן כדור הארץ איין גוי וואס האט אמאל געמישט א קאווע מיטן הענטל פון זיין ברילן? ניטאמאל די עצה פון גיסן הין און קריק פון איין קאפ צום צווייטן ווייסן זיי, ווייל דאס לערנט מען אין הלכות כלי שני...

אלזא קומעך צום פראגע פונם קעפל, וויאזוי קאכט א גוי, הלמאי ער קען דאך נישט אנכאפן דעם דעקל פונם טאפ מיט זיין קאפל???


נ.ב. כ'קלער אז וועגן דעם האט מען געטוישט פון די הייסע באלבס צו די קאלטע, ווייל די גוים האבן נישט געקענט ארויסדרייען די באלבס מיטן קאפל...
אטעטשמענטס
וויאזוי קאכט א גוי.pdf
(144.81 KiB) געווארן דאונלאודעד 161 מאל
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

קען דען א גוי שרייבן אזא ארטיקל?
ער האט דאך נישט אזא פעדער
געוואלדיג (נד"נ)
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

יוש שרייבסט גוט אבער איך גלייב דיר א מכה
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

ברוך הבא בני... כמיין באני....
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
גוגל
שר האלפיים
תגובות: 2055
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוגל »

אזאנס צו ספינען...

וואס האסטו למעשה געטוהן מיטן רעביט?
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

פשי, א מין המשך פון א ארטיקל...

מכה האסט מיר ארויפגעברענגט א שמייכל נאך א .... טאג
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

פאר א גוט יאר... דער קאכט דא צאם א מכה'ראני...
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2007
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AHA »

דיין גיסטע איז בעסער ווען ס'רעגענט.. גיט געלאכט.
דיין בעקעריי האט 70 ערליי דאונאוטס? א נעכטיגען טאג, ס'האט סך מער. אין סיז בעסער ווי קאולד קאוטס מיט וויין.
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.
אוועטאר
באדינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 12:56 pm
לאקאציע: אויף דייעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באדינער »

יויש האב איך אויסגעפלאצט ביים ענד..
More more....
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

די כלי שני טריק!! וואף! ס'גוט! די פלאט טוויסט! חחח!! סופער דופער.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

וואס איז למעשה געווארן מיט די אלערדשיק פונעם דשוניער-מכה?
העי מכה'לע דו ביזט פיינע נייעס קיפ אפ
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

א ריכטיגע מכה ארטיקל!!!
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

אך זאג דעך. כה לחי.
אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1379
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע: נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאדיךארויס »

יו ביסטו גוט מכה'לע! שרייב אונז אפטער דיינע טאג ביכער.
זיי געזונט (מיטן ליטפישן אקצענט...)
ניקעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקעל »

צחוק צחקתי
אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 10:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפטימיסט »

א שטיק מתיקות! כאזיך עטליכע מאל געמוזט שטעלן אין א זייט לאכן. אבער וואסי געבליבן מיטן האזל?
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

געוואלד!!!!
אוי האבען מיר געבענקט אויף דיין זאפטיגען שריפט
געלאכט אויסגעפלאצט און ווידער געלאכט,א דאנק פארען ברענגען א שמייכעל
בד"וו מזל"ט צום 200'סטע תגובה
ווי וואנט מאר.
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

געלאכט! שכוח.
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

דאס איז טאקע די סיבה פארוואס די גוים גייען אזויפיל עסן אין רעסטאראנט. זיי קענען נישט קאכן.. (איי וויאזוי קאכט דער רעסטאראנט קעכער?? גוטע קשיא.. אפשר האבן זיי א אידישן ארבעטער.)

מכה'לע, גאר גוט אראפגעלייגט! דו ביזט וואן אף עי קיינד מיט דיינע שילדערונגען!
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

אוי איז דאס גוטע נייעס
די ארטיקל איז גוט אפי' בני אויפן חסידישן הברה
והא ראי' איך האב געלאכט אפי' איך קען נישט ליטוויש ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

אפטימיסט האט געשריבן:א שטיק מתיקות! כאזיך עטליכע מאל געמוזט שטעלן אין א זייט לאכן. אבער וואסי געבליבן מיטן האזל?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
דזשימי קארטער
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 1:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשימי קארטער »

איך וואקל מיך פאר געלעכטער...חאחאחא
דמתה לתמר
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 4:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דמתה לתמר »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:סופער דופער.

נ"בביי אונז נוצט מען דעם קאפעל צו קראצען דעם קאפ, נישט נאר צו דרייען באלבס.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

דמתה לתמר האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:סופער דופער.

נ"בביי אונז נוצט מען דעם קאפעל צו קראצען דעם קאפ, נישט נאר צו דרייען באלבס.


און צו הרג'נן א בייזן ציפער.
אוועטאר
מכה בדופן
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 6:21 pm
לאקאציע: נעבן וואנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכה בדופן »

א גרויסן ייש"כ פאר אלע מגיבים.

אפדעיט פאר אלע וואס זארגן צום שיקזאל פונם האזל:
ב"ה מיט גרויס מי און פלאג איז מעך געלונגן צו בויען דעם רעמפ, און דער רעביט האט זיך געמאכט היימיש אינם נייע וואוין (בד"וו נישט קיין סאך קלענער פון א ווילי דירה, נאר מיטן מעלה אז ס'פארמאגט א בעקיארד אויך...). איין זאך האבעך יא עגמ"נ אז ס'שטעלט זיך אויס דער אויבערשטע שטאק פונם האטש איז גענוג נידריג דער האז זאל גלייך דארט אריינטאנצן, און ס'ברויך ניטאמאל צוקומען צום רעמפ. סאו למעשה איז דער גאנצע טריפ קיין האום דיפאו געווען אומזיסט, באט זאת נחמתי אז כאטש הא'מער פארדינט אן ארטיקל.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”