לוינט צו "סעטלען קרעדיט"?

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

לוינט צו "סעטלען קרעדיט"?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

לאור די עדס וואס מען זעהט כסדר איבער די היימישע אויסגאבעס, אדער אפפערס אין די פאסט פון נישט היימישע קאמפאניס, וויל איך אויסשמועסן בקיצור נמרץ די מעלות און חסרונות פון סעטלען די קרעדיט קארד חובות פאר "פעניס אויפן דאלער". איך גיי נישט אריין אינעם מאראלישן חלק שבו, איך רעד נאר צי עס לוינט פינאנציעל און עמאציאנעל. (עס איז וויכטיג צו באטאנען אז איך שמועס דא אין פאל איימיצער סעטלט דורך א היימישע קאמפאני, פאר די וואס טוען עס אליינס איז נישט אלעס שייך, אבער אזא איינער דארף זיין קאמפס-גרייט צווישן א האלב יאר ביז א יאר צו באקומען נאכאנאנד ווארענונג טעלעפאנען און מעסעדזשעס פון די קרעדיט קארד קאמפעניס, וואס דער דאזיגער שוועריגקייט ווערט עלימינירט ווען מען גייט דורך א סעטלינג קאמפעני.)

מיר וועלן נעמען א יונגערמאן וואס האט למשל 30 טויזענט דאלער חובות אויף קרעדיט קארדס. ער קען סעטלען, אין בעסטן פאל, פאר 15 צענט אויפן דאלער, אדער אין אנדערע פעלער, ביז 30 צענט, אויך נישט אוועקצומאכן. לויט די אדווערטייזמענטס קוקט אויס אז מען וועט צאלן בלויז צווישן 4,500 און 9,000 דאלער. איז דאך א מחי', פארוואס זאל מען עס נישט לויפן טון?

איז אבער דער פראבלעם אז מען רעדט נישט איבער די שוועריגקייטן און זייטיגע הוצאות וואס דאס ברענגט מיט, די קליינע אותיות פון אונטן וואס קיינער שרייבט נישט ארויס, כאטש נישט אלע חסרונות זענען נוגע פאר יעדן מענטש. ערשטנס איז די פראצענט וואס די סעטלינג קאמפאניס אליין רעכענען ווען זיי זענען מצליח אויף דיר, זיי אליין קענען דיר רעכענען צווישן 10 און 15 פראצענט פון דיין ריווח, חוץ וואס זיי טשארדזשן לכתחילה אפאר הונדערט דאלער פער קארטל (ד.מ. אז אויב האסטו נאר 2 קארטלעך מיט 15,000 באלאנס וועסטו אפקומען ביליגער ווי האבן 6 קארטלעך פון 5,000). געווענליך וועלן די היימישע קאמפאניס פארלאנגען דאס געלט גלייך ווען זיי האבן געענדיגט סעטלען, וואס דעמאלס וועט די באנק אויך פארלאנגען אויף איינמאל די גאנצע געלט, וואס דאס קומט אויס גאר שווער, מען דארף אויף איינמאל אויפקומען מיט א פופצן אדער צוואנציג אלפים, וואס ווען דו בלייבסט צאלן פאר די קארטלעך קענסטו עס כאטש טון צעביסלעך אויסגעשפרייט אויף יארן.

אויך דארף מען רעכענען אז די קרעדיט קארד קאמפאניס סעטלען נישט תיכף ומיד, עס נעמט צווישן א דריי פערטל יאר ביז א יאר אין אלגעמיין, און במשך די גאנצע צייט וואקסן די פראצענטן ארויף העכער און העכער, עס קומט אויס אז סוף יאר וועסטו שוין האלטן מיט אפאר טויזענט דאלער העכער, און פון יענעם סכום וועט מען סעטלען, נישט פון דיינע איצטיגע דרייסיג (כאטש מען דארף אויך נעמען אין חשבון אז אויב צאלסטו דיינע חובות צוביסלעך במשך עטליכע יאר וועט אזוי אויך די רבית שטייגן).

נאכדעם דארף מען נעמען אין באטראכט אז דער קרעדיט ווערט צעשמעטערט. דיין סקאור פאלט אריין טיף אין דער אדמה. נישט יעדער האט א פראבלעם דערמיט, אבער די אינגעלייט וועלכע דרייוון איז עס שטארק נוגע, איינס ווייל זיי וועלן פאר אפאר יאר נישט קענען ליעסן/קויפן אויפן אייגענעם נאמען (געווענליך וועט אפילו א קא-סיינער נישט העלפן), ווי אויך וועלן די אינשורענס ראטעס ארויפגיין מיט ארום $20 א חודש, ווייל דער קרעדיט איז א וויכטיגער פאקטאר ביים באשטימען די אינשורענס ראטעס. דאס זעלבע איז אויך ביי היים אינשורענס אדער סיי וועלכע אנדערע אינשורענס דו האסט. זעלבסטפארשטענדליך אז עטליכע יאר מוז מען זיך באגיין אן א קרעדיט קארטל אין טאש, און פאר איינעם וואס איז געוואוינט צו נוצן א קארטל בכל עת ועונה איז עס א שווערע עדזשאסטמענט. יעדע מאל מען וויל עפעס ארדערן אנליין, אויפן פאון, אדער גיין אין א האטעל, רענטן א קאר, ווייזן איי.די., און נאך פארשידענע געלעגנהייטן, וועט מען זיך אנשטויסן אין שוועריגקייטן, כאטש מאנכע קענען דרייען און זיך אנייצע געבן דורך אן הונטער טירל, איז עס אבער פאר רוב מענטשן נישט מעגליך און איז א שטארקע דיעבד. עס נעמט ארום 7 יאר דער קרעדיט זאל צוריק וואקסן און די שלעכטע היסטאריע זאל ווערן אפגעמעקט. אויב ווילסטו צוריק בויען דיין קרעדיט דורך א פראפעסיאנאלע קאמפאני (אויך אדווערטייזט אין היימישע אויסגאבעס), קען עס אפקאסטן נאך א צוויי דריי טויזענט דאלער, כאטש מען קען טרעפן צומאל ביליגער און ספעשל'ס.

אונטערשטע שורה, אנשטאט צאלן 30 אלפים במשך יארן, פארדינט מען נישט אזוי פיל אז מען דארף צאלן ארום 18,000 אויף איינמאל, און דערצו פארלירן דעם קרעדיט פאר זיבן יאר. עס איז זיכער פאסיג פאר געוויסע, בפרט אויב די חובות זענען פיל העכער (50,000 און ארויף), אבער דער עוורידזש אינגערמאן זאל באטראכטן און גוט אפוועגן זיינע אפציעס בעפאר ער מאכט זיין באשלוס.

איך בין אינטרעסירט צו הערן צי איך האב עפעס פארפאסט אדער נישט גוט גערעכנט, איך שרייב אין איילעניש.
הפך בה והפך בה דכולה בה!
אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שווארטץ »

זייער קלאר.
שכח.
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4479
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

שמעק_טאביק האט געשריבן:---------------
נאכדעם דארף מען נעמען אין באטראכט אז דער קרעדיט ווערט צעשמעטערט. דיין סקאור פאלט אריין טיף אין דער אדמה. נישט יעדער האט א פראבלעם דערמיט, אבער די אינגעלייט וועלכע דרייוון איז עס שטארק נוגע, איינס ווייל זיי וועלן פאר אפאר יאר נישט קענען ליעסן/קויפן אויפן אייגענעם נאמען (געווענליך וועט אפילו א קא-סיינער נישט העלפן), ווי אויך וועלן די אינשורענס ראטעס ארויפגיין מיט ארום $20 א חודש, ווייל דער קרעדיט איז א וויכטיגער פאקטאר ביים באשטימען די אינשורענס ראטעס. דאס זעלבע איז אויך ביי היים אינשורענס אדער סיי וועלכע אנדערע אינשורענס דו האסט. זעלבסטפארשטענדליך אז עטליכע יאר מוז מען זיך באגיין אן א קרעדיט קארטל אין טאש, און פאר איינעם וואס איז געוואוינט צו נוצן א קארטל בכל עת ועונה איז עס א שווערע עדזשאסטמענט. יעדע מאל מען וויל עפעס ארדערן אנליין, אויפן פאון, אדער גיין אין א האטעל, רענטן א קאר, ווייזן איי.די., און נאך פארשידענע געלעגנהייטן, וועט מען זיך אנשטויסן אין שוועריגקייטן, כאטש מאנכע קענען דרייען און זיך אנייצע געבן דורך אן הונטער טירל, איז עס אבער פאר רוב מענטשן נישט מעגליך און איז א שטארקע דיעבד. עס נעמט ארום 7 יאר דער קרעדיט זאל צוריק וואקסן און די שלעכטע היסטאריע זאל ווערן אפגעמעקט. אויב ווילסטו צוריק בויען דיין קרעדיט דורך א פראפעסיאנאלע קאמפאני (אויך אדווערטייזט אין היימישע אויסגאבעס), קען עס אפקאסטן נאך א צוויי דריי טויזענט דאלער, כאטש מען קען טרעפן צומאל ביליגער און ספעשל'ס.

איך האב דאס אדורכגעמאכט, כ'האב שוין הונדערט מאל חרטה געהאט פארן סעטלען.
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
NiesNow
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 05, 2010 7:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך NiesNow »

derech eretz האט געשריבן:
שמעק_טאביק האט געשריבן:איך האב דאס אדורכגעמאכט, כ'האב שוין הונדערט מאל חרטה געהאט פארן סעטלען.


ממש אזוי?
פאר 100 אלפים לוינט זיך יא?
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

זייער גוט אראפ געלייגט. איין נקודה נאר; אז מען וועט דארפען צאלען טעקסעס אויף די געלט וואס די באנק איז דיר מוחל (שענקט דיר), און דאס קען אויס מאכען א סאך געלט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
galitzyana
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 01, 2013 1:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך galitzyana »

If you show you are insolvent than you don't pay taxes speak to your accountant
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

די אויסדריק "סעטלן פאר סענט אויפן דאלער" איז א ליידיגע אויסדריק. יעדע סעטלמענט איז סענט אויפן דאלער אפילו מ'שנייט נאר אראפ א פערטל פונעם חוב איז עס 75 סענט אויפן דאלער...
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

מאנכע טוהן דאס אויפן ווייב'ס נאמען
איך רעד שוין נישט דו וואס טוהן דאס לכתחילה אזוי... עיין כאן
יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב צוקערמאן »

סעטלען, פארוואס עפעס, סתם ארויסגעווארפן אידיש געלט. עס העלפט נישט פאר'ן קרעדיט. די מינוט וואס מען האט נישט באצאלט ווי אפגעשמועסט איז דער קרעדיט אין דער אדמה, דאס סעטלען איז סתם געווארפן געלט אין מיסט אריין. בעסער אויפצובויען דעם ווייב'ס קרעדיט און דאס אייגענע לאזן אין דער אדמה אריין, און לאזן די קרעדיט קארד פירמעס הענגען, האב נישט רחמנות אויף זיי, האב רחמנות אויף דיר און דיינע קינדער
יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב צוקערמאן »

א גוטע עצה איז צו רעדן צו שעמ-טאוו קרעדיט סערוויסעס אין מאנרא, א פריוואטער קאנסאלטענט, וועלכער נעמט פון אייך פופציג דאלאר א שעה און זאגט אייך דעם אמת.
יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב צוקערמאן »

אט איז זיין אימעיל [email protected]
יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב צוקערמאן »

מענטשן האבן עפעס סתם מורא פון די קרעדיט קארד פירמעס, זיי קענען בלויז בילן ווי הונט, אנע ציין. געזעצליך אין אמעריקע קען מען אייך נישט איינזעצן אין טורמע פאר'ן נישט צאלן א חוב. אז זיי נודענען אייך שיקט א סיעס ענד דעסיסט לעטער און זיי האבן נישט קיין רעכט אייך צו שיקן נאך איין בריוו, סיידן רופן אין קאורט און מאכן א דזשאדזשמענט קעגן אייך
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

מאכן א judgment מיינט זיי קענען גארנישט טוהן?
אויב די גייסט נישט באצאלן און די גייסט זיי איגנארירן, גייען זיי מאכן א judgment דאס הייסט די קאורט פריערט אלע דיינע געלטער ביז די באצאלסט.

כ'האב שוין ליידער מיטגעהאלטן אפאר judgments, ס'איז נישט בא'טעם'ט. ס'הרג'ט די קרעדיט, די חוב אינקלאד שוין אלע קאורט קאסטן (אזוי שטייט אריינגעשריבן אין די אגרימענט).

אויב איז די אויסוואל סעטלען אדער judgment, איז זיכער סעטלען א בעסערע אויסוואל. סיידן די האלטסט אז די פירמע האט דיך באשווינדעלט און די גייסט מיט א אדוואקאט קען זיין פעלער וואס ס'לוינט נישט צו סעטלען נאר גיין דורך די קאורט.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
הרוצה בעילום שמו
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 09, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרוצה בעילום שמו »

שמעק_טאביק האט געשריבן:נאכדעם דארף מען נעמען אין באטראכט אז דער קרעדיט ווערט צעשמעטערט. דיין סקאור פאלט אריין טיף אין דער אדמה. נישט יעדער האט א פראבלעם דערמיט, אבער די אינגעלייט וועלכע דרייוון איז עס שטארק נוגע, איינס ווייל זיי וועלן פאר אפאר יאר נישט קענען ליעסן/קויפן אויפן אייגענעם נאמען (געווענליך וועט אפילו א קא-סיינער נישט העלפן), ווי אויך וועלן די אינשורענס ראטעס ארויפגיין מיט ארום $20 א חודש, ווייל דער קרעדיט איז א וויכטיגער פאקטאר ביים באשטימען די אינשורענס ראטעס. דאס זעלבע איז אויך ביי היים אינשורענס אדער סיי וועלכע אנדערע אינשורענס דו האסט. זעלבסטפארשטענדליך אז עטליכע יאר מוז מען זיך באגיין אן א קרעדיט קארטל אין טאש, און פאר איינעם וואס איז געוואוינט צו נוצן א קארטל בכל עת ועונה איז עס א שווערע עדזשאסטמענט. יעדע מאל מען וויל עפעס ארדערן אנליין, אויפן פאון, אדער גיין אין א האטעל, רענטן א קאר, ווייזן איי.די., און נאך פארשידענע געלעגנהייטן, וועט מען זיך אנשטויסן אין שוועריגקייטן, כאטש מאנכע קענען דרייען און זיך אנייצע געבן דורך אן הונטער טירל, איז עס אבער פאר רוב מענטשן נישט מעגליך און איז א שטארקע דיעבד. עס נעמט ארום 7 יאר דער קרעדיט זאל צוריק וואקסן און די שלעכטע היסטאריע זאל ווערן אפגעמעקט. אויב ווילסטו צוריק בויען דיין קרעדיט דורך א פראפעסיאנאלע קאמפאני (אויך אדווערטייזט אין היימישע אויסגאבעס), קען עס אפקאסטן נאך א צוויי דריי טויזענט דאלער, כאטש מען קען טרעפן צומאל ביליגער און ספעשל'ס.

איך בין אינטרעסירט צו הערן צי איך האב עפעס פארפאסט אדער נישט גוט גערעכנט, איך שרייב אין איילעניש.


איך ווייס פון איינער וואס האט געסעטעלט (לערך $30,000), און האט נאך אלץ עטליכע קרעדיט קארטלעך אין טאש (נאר זיי האבן געשניטען די קרעדיט אממאונט אויף לערך האלב), און האט שוין גאר געמאכט עטליכע נייע קארטלעך, מיט גוטע באנוס - פאוינט'ס!
יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב צוקערמאן »

זאכליך האט געשריבן:מאכן א judgment מיינט זיי קענען גארנישט טוהן?
אויב די גייסט נישט באצאלן און די גייסט זיי איגנארירן, גייען זיי מאכן א judgment דאס הייסט די קאורט פריערט אלע דיינע געלטער ביז די באצאלסט.

כ'האב שוין ליידער מיטגעהאלטן אפאר judgments, ס'איז נישט בא'טעם'ט. ס'הרג'ט די קרעדיט, די חוב אינקלאד שוין אלע קאורט קאסטן (אזוי שטייט אריינגעשריבן אין די אגרימענט).

אויב איז די אויסוואל סעטלען אדער judgment, איז זיכער סעטלען א בעסערע אויסוואל. סיידן די האלטסט אז די פירמע האט דיך באשווינדעלט און די גייסט מיט א אדוואקאט קען זיין פעלער וואס ס'לוינט נישט צו סעטלען נאר גיין דורך די קאורט.


אז דו האסט געלט אין באנק, מילא
אז דו קריגסט געהעריג באצאלט מיט א דאבעליו-2 מילא
אבער סתם אזוי אז די חברה האבן נישט קיין טרעק אויף דיין געלט און פארמעגנס. נישטא וואס מורא צו האבן. פון די אנדערע זייט וואס האלסטו, סעטלען און אפצאלן טויזענטער דאלארן וואס מען האט נישט און דערשטיקט ווערן און די גאנצע שטוב זאל צוגרונד גיין, פארוואס, ווייל מען קען נישט האלטן געלט אין באנק, אדער קריגן א דאבעליו. 2. מען דארף וועגן די חסרונות און מעלות. סעטלען איז נאר שייך ביי איינעם וואס עס לוינט אים גאר שטארק.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

נישט האלטן געלט און באנק, נישט האבן קיין קרעדיט קארדס,פאר'הרג'ט די קרעדיט, אויב האסטו א ביזנעס דארפסטו צומאכן די ביזנעס און עפענען א צווייטע אויף א צווייטענס נאמען, וכו'

אוודאי איז דא אמאל וואס איגנארירן איז די איינציגסטע אויסוואל.

די שרייבסט "סעטלען איז נאר שייך ביי איינעם וואס עס לוינט אים גאר שטארק." איך זאג פארקערט "איגנארירן איז נאר שייך ביי איינעם וואס האט נישט קיין ברירה".
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

הרב צוקערמאן, אייער עטיטוד שמעקט שטארק פון עומד ומלסטם את הבריות ודי. איך קען אייך גאראנטירען איר וועט נישט אנקומען צו ווייט אין לעבען אזוי (אפשר אין חד גדיא).
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

איך וואלט נישט געשריבן אזוי שארף אבער מ'טאר נישט זיין "קאוואליער" מיט ממון אחרים. נישט דאס האט דער באשעפער אנגעשריבן ר"ה
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ולא מיין »

בד"וו ווען איך דיספיוט א טשארזש, קען די ווענדער שעדיגן מיין קרעדיט?
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').
א פיינע מענטש
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 3:58 pm

אפווישן שלעכטע קרעדיט ריפארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פיינע מענטש »

איך האב א שלעכטע קרעדיט צוליב 1 ביל פון ווערייזאן וואס איך האב באצאלט שפעט צוליב וואס כ'האב געהאלטן אז זיי האבן מיר איבערגעטשארזשט,
איך געדענק שוין אפי' נישט וואס מיין טענה איז געווען
למעשה האב איך באצאלט א האלבע יאר שפעט, עס איז אריבער צו א קאלעקשאן עזשענסי, און עס איז באריכטעט געווארן צו עקספיריען,
וואס קען איך טון עס אפצו ווישן חוץ ווארטן 7 יאר ?
שםטוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2015 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שםטוב »

קען איינער העלפן וויאזוי איך קען פטור ווערן פין לעיט פעימענט טשארזש
ביי טרענס יוניאן האב אליין גערופן אין זיי האבען עס אראפגענומען ביי די אנדערע גייט עס נישט
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6972
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

שםטוב האט געשריבן:קען איינער העלפן וויאזוי איך קען פטור ווערן פין לעיט פעימענט טשארזש
ביי טרענס יוניאן האב אליין גערופן אין זיי האבען עס אראפגענומען ביי די אנדערע גייט עס נישט

Tried calling the bank?
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
שםטוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2015 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שםטוב »

ווישוואש האט געשריבן:
שםטוב האט געשריבן:קען איינער העלפן וויאזוי איך קען פטור ווערן פין לעיט פעימענט טשארזש
ביי טרענס יוניאן האב אליין גערופן אין זיי האבען עס אראפגענומען ביי די אנדערע גייט עס נישט

Tried calling the bank?
יא, כ'האב זיי אפילו מסביר געווען א שכל'דיגע הסבר פארוואס ס'געשעהן
זיי האלטן נישט ביי גארנישט
אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך verveist »

א פיינע מענטש האט געשריבן:איך האב א שלעכטע קרעדיט צוליב 1 ביל פון ווערייזאן וואס איך האב באצאלט שפעט צוליב וואס כ'האב געהאלטן אז זיי האבן מיר איבערגעטשארזשט,
איך געדענק שוין אפי' נישט וואס מיין טענה איז געווען
למעשה האב איך באצאלט א האלבע יאר שפעט, עס איז אריבער צו א קאלעקשאן עזשענסי, און עס איז באריכטעט געווארן צו עקספיריען,
וואס קען איך טון עס אפצו ווישן חוץ ווארטן 7 יאר ?


שםטוב האט געשריבן:קען איינער העלפן וויאזוי איך קען פטור ווערן פין לעיט פעימענט טשארזש
ביי טרענס יוניאן האב אליין גערופן אין זיי האבען עס אראפגענומען ביי די אנדערע גייט עס נישט


האט עטץ שוין פראבירט צו דיספיוטען די אינפארמאציע ? איך מיין אז עפ״ר אז מען האט שוין געצאלט און מען דיספיוט עס, װישט מען עס אפ (דער קאמפאני האט שוין נישט קיין אינטערעסען אויפצוװייזען אז איר זענט געװען שפעט וכו׳) ספיעציעל אז עס איז שוין דורך א שטיק צייט (בדידי הוה עיבדא כמה פעמים)


מידי דברי האט עמציער געהאט עקספריענס מיט אראפנעמען א שטייער דזאדזמענט פון די קרעדיט רעפארט?
שםטוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2015 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שםטוב »

יש''כ, איך רעדט שוין אויך נאכען באצאלען
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”