גיין אין שויער נאך די מקווה

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

גיין אין שויער נאך די מקווה

תגובהדורך מחותן » זונטאג יוני 01, 2014 4:43 pm

לעצטענס איז דא א שטיקעל שמיעס אינעם "נייעס באריכט" איבער די נושא פון גייען אין שויער נאך די מקווה, און געוויסע רעדן זיך אפ אז מער און מער זענענן מקיל דערין און זיי זענענן מתמרמר אויף די ירידות הדורות וואס מען זעט דערין.

לדעתי - און מעגליך בין איך נישט גערעכט - שולדיג דערין זענענן די פרומע וואס נעמען נישט קיין שויער איידער די מקווה, און קימען אריין און מקוה אין הייבט זיך אן וואשען און רייניגען, זיי זענענן מקיים אין מקווה דעם גאנצען תשר"ק וואס דער צווייטער איז מקיים אינעם שויער, און אזוי פארמיעסט ער די מקווה אויפן ציבור און איז גורם אז מער און מער מענטשן זאלן נעמען די שאוער נאכען מקווה.

די חכמים לערנען אונז: מן הזהירות שלא תזהר הרבה, לאמיר ארויס לייגען אין אלע מקוואת די וויכטיגסטע צעטיל אז בעפאר מען גייט אין מקווה זאל גיין קודם אין שויער, אזוי וועט דער עולם זאל האבן די מענטשליכקייט נישט צו ניצען די מקווה אלץ די פריוואטע וואנע, און אזוי וועט זיין חדש ימינו כקדם אז די חסידישע אידן זיך איינהאלטען פון גיין אין שויער נאכען מקווה.
לעצט פאראכטן דורך מחותן אום זונטאג יוני 01, 2014 11:53 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3597
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » זונטאג יוני 01, 2014 4:52 pm

עס איז טאקע לעצטנס געווארן א מערקבארע דעבאטע אין אלע 3 היימישע צייטונגען אזוי אויך האב איך געזעהן שילדן אין געוויסע מקוואת אז אויב ווילסטו נעמען א שויער נעם עס בעפארן גיין אין מקוה,

איך וויס נישט צי די שילד-הענגער באדערט דאס וואס יענער גייט קודם אין מקוה אומגעשויערט אדער עס באדערט אים אז ער גייט אין שויער נאך די מקוה,

אלענפאלס וואלט איך אויך געוואלט אז יעדער זאל גיין אין שויער בעפאר די מקוה די מקוה אזוי וועט די מקוה זיין פיל מער ריין.

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » זונטאג יוני 01, 2014 4:54 pm

100%

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » זונטאג יוני 01, 2014 5:12 pm

געהערט אמאל נאכזאגן בשם א גדול מדור הקודם וואס האט געזאגט פאר זיינע תלמידים מ'דארף גיין אין שויער פאר'ן מקוה מקיים צו זיין ואהבת לרעך כמוך, מ'דארף אבער גיין נאכאמאל נאך די מקוה וועגן די אידן וואס זענען נישט מקיים דעם ואהבת לרעך כמוך, ודפח"ח.

איבער'ן עצם ענין עמיר לאזן די יודע דבר דן זיין, געהערט האב איך אז ס'דא אסאך וואס האלטן אז היינט איז דער ענין גרינגער להלכה.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » זונטאג יוני 01, 2014 5:36 pm

געהערט יארן צוריק פון הרה"ח ר' לייבל פינקעלשטיין שליט"א (זוי ליגט מיר אין זיכרון, קען זיין אז סאיז נישט מדיוק) אז די מקוה אין דערהיים אין בעלז איז געווען אזוי שמוציג און פעט (-געהאט אזא שיכט, כעין סמייטע) אז ווען מהאט זיך געוואלט טובל'ן האט מען געברויכט שטופן די וואסער אז מזאל זיך קענען אינטערבייגן... דער פריערדיגער רב (כ"ק מהרי"ד זצ"ל) פלעגט זיך אויסשווענקען די מויל מיט די וואסער פאר תקיעת שופר..... (אפשר צוליב אהבת ישראל, אדער אהבת המצות)

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » זונטאג יוני 01, 2014 5:42 pm

אשר על כן?? די זעלבע באדערט מיר ווען איינער שרייבט די וואך וואס דער בעל ויחי יוסף האט געטיען...

מיר זענענן עפעס אין די מדרגה פון צדיקים אדער פון פשוט'ע אידן פון 100 יאר צירוק?

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » זונטאג יוני 01, 2014 5:43 pm

חסידישע אידן [פלעגן] עסן פיש מיט די הענט, "ובכל דגי הים בידכם נתנו", זייפן זיך זעלטן און אויך נאר מיט כשר זייף, (לחוששים דסיכה כשתיה), זאכן וואס ווערט היינט צוטאגס צו ביסעלעך פארגעסן.

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » זונטאג יוני 01, 2014 5:44 pm

מחותן האט געשריבן:אשר על כן?? די זעלבע באדערט מיר ווען איינער שרייבט די וואך וואס דער בעל ויחי יוסף האט געטיען...

מיר זענענן עפעס אין די מדרגה פון צדיקים אדער פון פשוט'ע אידן פון 100 יאר צירוק?

גאנישט, סאיז סתם אינטערסאנט צו ערווענען.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » זונטאג יוני 01, 2014 5:46 pm

איינר וועלכער גייט אין שואער הערשט נעאכדעם וואס ער האט זיך געווייקט כבוש כמבושל ובנותן טעם אין מקוה (שטייצעך אז ער איז אקארשט ארויס פון הכנות שטיבל...) איז עובר אויף מה דעלך סני לחברך לא תעביד, ציוואס גייסטע אין שויער נאכן מקוה? ווייל דו עקלסט זיך פון יענעם, אויב אזוי זיי מוחל רעכן דיך מיט יענעם, יענער עקלט זיך פון דיר אויכעט, (אין בעלזא וכו' איז קיין שואער'ס בכלל נישט געווען, והבן)
לעצט פאראכטן דורך יהיה כן אום זונטאג יוני 01, 2014 5:46 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » זונטאג יוני 01, 2014 5:46 pm

געדענעק מיר נאך ווען נאר די בעסערע בחורים זענען געגאנגען אין שויער יעדן טאג
און ס'איז געווען אזאלעכע וואס די גאנצע מקוה האט זיי גענומען נישט מער ווי 3 מינוט
אין ישיבה איז אפילו געווען א קאמפיין ביי די מנהלים נישט צו לאזן גיין אין שויער
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » זונטאג יוני 01, 2014 5:49 pm

יהיה כן האט געשריבן:איינר וועלכער גייט אין שואער הערשט נעאכדעם וואס ער האט זיך געווייקט כבוש כמבושל ובנותן טעם אין מקוה (שטייצעך אז ער איז אקארשט ארויס פון הכנות שטיבל...) איז עובר אויף מה דעלך סני לחברך לא תעביד, ציוואס גייסטע אין שויער נאכן מקוה? ווייל דו עקלסט זיך פון יענעם, אויב אזוי זיי מוחל רעכן דיך מיט יענעם, (אין בעלזא וכו' איז קיין שואער'ס בכלל נישט געווען, והבן)


אויסגעצייכענט, 100% גערעכט..
און וואס טוט זיך מיט איינער וואס גייט נישט משבת לשבת אין מקווה און ווייקט זיך כבוש כמבושל ובנותן טעם אין מקוה און איז מקיים תשר"ק אין מקווה.. יענער איז אויך עובר אויפן מה דעלך סני לחברך לא תעביד?? לכאורה נישט..

אבער אויף בל תשקצו איז ער יא עובר? אויף ואהבת לרעיך כמוך איז ער עובר? איז ער דער וואס טרייבט דעם עולם צו די שויער'ס נאך די מקווה?

מיין פוינט איז, יעדער דארף גיין אין שויער בעפאר די מקווה... א חוץ דער וואס מאכט די מקווה אינטער 10 סקונדען..

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » זונטאג יוני 01, 2014 5:57 pm

צווייפעל האט געשריבן:חסידישע אידן [פלעגן] עסן פיש מיט די הענט, "ובכל דגי הים בידכם נתנו", זייפן זיך זעלטן און אויך נאר מיט כשר זייף, (לחוששים דסיכה כשתיה), זאכן וואס ווערט היינט צוטאגס צו ביסעלעך פארגעסן.


ווי אויפן כדור העולם איז נאך בכלל דא א גרויסע כמות פון "חסידישע אידן" אז זאלסט קענענן אנצייגען אז זיי דארפן ווען מקיים זיין די מנהג פון "חסדישע אידן" און עס זאל דיר באדויערן אז די אלע זאכען ווערן צו ביסעלעך פארגעסן?

כרם
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2014 10:46 am
לאקאציע: ביים טאטען אין וויינגארטן

תגובהדורך כרם » זונטאג יוני 01, 2014 5:58 pm

יסוד ושורש העבודה שרייבט אז ערב שבת זאל מען גיין אין טוש נאך די מקוה דייקא

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » זונטאג יוני 01, 2014 6:02 pm

כרם האט געשריבן:יסוד ושורש העבודה שרייבט אז ערב שבת זאל מען גיין אין טוש נאך די מקוה דייקא


מיר האבן זיך נישט אזוי געפירט,

יקוםפרקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 392
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 30, 2011 4:03 pm

תגובהדורך יקוםפרקן » זונטאג יוני 01, 2014 6:06 pm

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:געדענעק מיר נאך ווען נאר די בעסערע בחורים זענען געגאנגען אין שויער יעדן טאג
און ס'איז געווען אזאלעכע וואס די גאנצע מקוה האט זיי גענומען נישט מער ווי 3 מינוט


איי האסטו מיך דערמאנט אונזער רבי ע"ה האט אזוי געזאגט בשם רבו הק':

- אויב די מקוה נעמט מער פון פינף מינוט, דאן איז א שאד אז מען איז גע'גאנגען!

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » זונטאג יוני 01, 2014 6:10 pm

מחותן האט געשריבן:
צווייפעל האט געשריבן:חסידישע אידן [פלעגן] עסן פיש מיט די הענט, "ובכל דגי הים בידכם נתנו", זייפן זיך זעלטן און אויך נאר מיט כשר זייף, (לחוששים דסיכה כשתיה), זאכן וואס ווערט היינט צוטאגס צו ביסעלעך פארגעסן.


ווי אויפן כדור העולם איז נאך בכלל דא א גרויסע כמות פון "חסידישע אידן" אז זאלסט קענענן אנצייגען אז זיי דארפן ווען מקיים זיין די מנהג פון "חסדישע אידן" און עס זאל דיר באדויערן אז די אלע זאכען ווערן צו ביסעלעך פארגעסן?

פארשטיי נישט ווי קומט אריין דא "כמות", איך אליין, ווען איך בין געווען אינג, איז נעמען א שויער יעדן טאג, געווען א אומדערהערטע זאך, אלע מנהלים פלעגן פארפירן דערויף, אין די סאטמארע מקואות איז נאר געווען די רויטע זייף, יעדער האט דאס גענוצט, "פיש עסט מען מיט די הענט" איז געווען ביי אונז און דערהיים א דבר פשוט, אין הבשר המת מרגיש באיזמל, צוביסעלעך פארגעסט מען די אלע זאכן.

אוועטאר
בעל דעת
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

תגובהדורך בעל דעת » זונטאג יוני 01, 2014 6:12 pm

געהערט א מעשה פין הרב אבערלענדער (ר' שמואל'ס ברידער)פין דע רימניצער רבין ז"ל מקורבים,(אויב איך געדענק גיט איז ער געשטאנען דערבייי) א איד האט געוואלט געבען דע הענט פארן הייליגער רימניצער רבי'ן ז"ל, דע רימנצער האט נישט געוואלט אויסשטרעקען דע הענט און ער ריפט זיך אן אז ביסט נאך היינט נישט געווען און וואסער, זאגט ער אים אז איך בין יא געווען, פרעיגט ער אים ביסט אפשר געווען און שאער נאכדעים? זאגט אז ער אז יא, האט ער געזאגט אז קודם זאלסטי גיין און וואסער און נאכדעים וועסטי קענען געבען דע הענט
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » זונטאג יוני 01, 2014 6:14 pm

איך קען שוין זען ווי ביי א רבי'ס טיש וועלן אלע חסידים אנהאבן הענשטעך און די שיריים וועט זיין אין געסיעלטע פעקעלעך.

און מציצה?

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » זונטאג יוני 01, 2014 6:17 pm

צווייפעל האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:
צווייפעל האט געשריבן:חסידישע אידן [פלעגן] עסן פיש מיט די הענט, "ובכל דגי הים בידכם נתנו", זייפן זיך זעלטן און אויך נאר מיט כשר זייף, (לחוששים דסיכה כשתיה), זאכן וואס ווערט היינט צוטאגס צו ביסעלעך פארגעסן.


ווי אויפן כדור העולם איז נאך בכלל דא א גרויסע כמות פון "חסידישע אידן" אז זאלסט קענענן אנצייגען אז זיי דארפן ווען מקיים זיין די מנהג פון "חסדישע אידן" און עס זאל דיר באדויערן אז די אלע זאכען ווערן צו ביסעלעך פארגעסן?

פארשטיי נישט ווי קומט אריין דא "כמות", איך אליין, ווען איך בין געווען אינג, איז נעמען א שויער יעדן טאג, געווען א אומדערהערטע זאך, אלע מנהלים פלעגן פארפירן דערויף, אין די סאטמארע מקואות איז נאר געווען די רויטע זייף, יעדער האט דאס גענוצט, "פיש עסט מען מיט די הענט" איז געווען ביי אונז און דערהיים א דבר פשוט, אין הבשר המת מרגיש באיזמל, צוביסעלעך פארגעסט מען די אלע זאכן.



עס זעט אויס פון אייער ענטפער אז איר ליידט פון נאסטלאגיע צו "חסידישע אידן" אבער איר זענט נישט באהאווענט וואס עס מיינט די מושג פון א "חסידישע איד",

איך וועל דיר געבן א קורצע לימוד, עסן די פיש מיט די הענט און נישט גיין אין שויער איז נאר א תוצאה פון זיין א חסדישע איד - פון דאס וואס עס איז כמעט נישט דא בכמות בדורינו אלה. והבן
לעצט פאראכטן דורך מחותן אום זונטאג יוני 01, 2014 6:22 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » זונטאג יוני 01, 2014 6:22 pm

כ'העט געזאגט, אז נאך די מקוה איז א שאלה, פאר די מקוה איז קיין שום שאלה נישט!

בעלזא מקוה אינדערהיים איז אויך געווען א חידוש, און כמה מעשיות ווערן צוגעשריבן דערצו, אבער וואס איז היינט די תירוץ? ס'פשוט אידן וואס ווילן מזכה זיין יענעם מיט מ(ק/צ)וה מן המובחר אדער ס'סתם נישט טראכטן פון א צווייטן?
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » זונטאג יוני 01, 2014 6:35 pm

מ'האט שוין דאס ענין כמה פעמים אויסגעשמועסט דא אויף אייוועלט, וואס איך קען יא מוסף זיין איז, אז די מציאות איז אז ווי אפטער מ'וואשט דעם גוף אלץ מער נו... אהםם בקיצור אלץ מער נויטיגט זיך די גוף אין א וואש (איידל גערעדט), סא די וואס גייען אין שויער נאכן מקוה טוען א גרעסערע עולה ווי די וואס גייען נישט בכלל, כאטש קיין איינס איז נישט ריכטיג צו טוהן (אויב ווייקט מען זיך). והבן.
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » זונטאג יוני 01, 2014 6:48 pm

מחותן האט געשריבן:
עס זעט אויס פון אייער ענטפער אז איר ליידט פון נאסטלאגיע צו "חסידישע אידן" אבער איר אליינס זענט נישט באהאווענט וואס עס מיינט די מושג פון א "חסידישע איד",

עמער עס דא לאזען.

די וועלט זאגט "מיט מחותנים איז גוט צו עסן קוגל", עפעס גייט מיר נישט מיטן מחותן, כאילו אז ביי חסידישע אידן זענען די זאכן, ווי וויזוי מעסט, אדער וויזוי אנדערע חצוניות'דיגע זאכן זענען צוגעגאנגען, נישט געווען קיין שטארקע קפידות.
כבין אים דן לכף זכות אז ער איז א שטארקע איסטניס.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » זונטאג יוני 01, 2014 6:49 pm

איך האלט אז די מענטשן וואס נעמען א שויער נאך די מקוה זאלען נעמען אויך פאר די מקוה (איך האב עס שוין געזאגט פאר מענטשן וואס ווייקען זיך און מקוה און נאכדעם גייען זיי און שויער)
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3823
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » זונטאג יוני 01, 2014 8:09 pm

וואספארא שייכות האט זיך נישט צו וואשען מיט חסידות? עפ"י חסידות דארף מען שטינקען? איך וויל אסאך מאל זאגען (און אמאל זאג אפילו), "ר' יוד, דער וואס האט אייך איינגערעדט אז איהר דארפט נישט קיין זייף האט גערעדט ליגען."
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

עמרם יודא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 26, 2014 11:30 am

תגובהדורך עמרם יודא » זונטאג יוני 01, 2014 8:55 pm

אלס בחור האב איך געלערענט אין א ישיבה אין י-ם, ממש דערנעבן איז געווען א חב״ד מקוה. אך און ויי איז איז געווען פאר די בחור וואס איז נישט געגאנגען אין שויער איידער די מקוה, קולות פלעגט גיין
לעצט פאראכטן דורך עמרם יודא אום זונטאג יוני 01, 2014 9:09 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Toyota און 19 געסט