רשימת אישים בתשובות הנודע ביהודה

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1431
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 11:26 pm

תגובהדורך ווילוויסן » זונטאג יוני 16, 2013 3:31 pm

ראש הקהל האט געשריבן:לא, שם אביו של ר' אהרן אויש אב"ד לופעני היה יחיאל, בוודאות, שהי' בן ר' יצחק בן אהרן אויש הנ"ל תלמיד הנו"ב

יישר כח [איך האב מיך טועה געווען מיט ר' משה גראס שעלה לא"י וטעות לעולם וכו'].

בדרך אגב
איך זע דערמאנט ר' אהרן אויש 5 מאל אין די תשובות נודע ביהודה.

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1431
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 11:26 pm

תגובהדורך ווילוויסן » זונטאג יוני 16, 2013 4:12 pm

ווילוויסן האט געשריבן:ווער איז דער ר' מנחם נאווארי פון ווירונא וואס האט זוכה געווען צו גאנצע 23 תשובות פון נודע ביהודה? הלא דבר הוא..

יעצט געטראפן עטליכע שטריכן פון זיין ביאגראפיע.
ר' מנחם איז געבוירן אין ווירונא אין יאר תע"ז, צו זיין טאטע ר' יצחק.
ער האט מחבר געווען מערערע ספרים און קונטרסים בעיקר שירים ותשבחות ותפלות, ער גיבט זיך אן אלס רופא, און רופט אן ר' יעקב חי חפץ מו"ץ בגוריציאה "מורי ורבי עטרת ראשי", זיינע ספרים זענען.
תיקון ליל שביעי של פסח ונציה ת"ק.
פני יצחק מנטובה תק"ד בין המסכימים בעל משנת חסידים.
פני יצחק חלק שני מנטובה תק"ד, קרבן מנחה היא שלוחה למורי ורבי עטרת ראשי כמוהר"ר יעקב חי חפץ אשר זרחה תורתו עלינו והרבה גבולו בתלמידים ועשה והצליח ולעת עתה מורה הוראה בק"ק גוריציאה יע"א יאריך ימיו בטוב ושנותיו בנעימים.
זה ימים ולילות מנטובה תק"ה, ט' שירים לקראת חתונתו [מנהג איטאליע] של החתן מנחם ע"ז אסתר בת המנוח חיים ב"ש ושיר תשובה של החתן.
סדר תיקון חצות מנטובה תק"ו, נדפס עבור חברת חצות [כולל חצות..] מווירונה, עם הקדמת ר' מנחם עם תקנות החברה ושמות ראשי החברה.
שירה חדשה ונציה תק"י, שיר לשיר לפני ספר תורה אשר הביא בהיכל ה' הבחור משה יעקב בן מנחם פואה, נתחבר מהרופא ר' מנחם ב"ר יצחק נוויירה, מצורף לזה כמה שירים לנישואי הבחור משה יעקב פואה ע"ז שרה בת ר' יצחק נוויירה, [נהיה גיסו].
ימי תמימים ונציה תק"ג, הספד שירים מצבות תולדות שני גאונים.
דרך השכל ונציה תקט"ז, תקנות התלמוד תורה חברת עץ חיים פה ווירונה.
תושבחתא שירתא אמשטרדם תקי"ח, שיר בארמית לכבוד סיום מסכת קידושין בבית המדרש בווירונה.
חנוכת הבית ונציה תקי"ט, תפלות לבית הכנסת ק"ק ספרדים.
שירי זמרה ווירונה תקל"א, שיר לנישואי החתן אשר יעקב בן אורי נתנאל חפץ עם הבתולה שרה בת ר' מנחם נוויירה, ממני מנחם נוויירה, בתוכה גם שיר מאת חזקיה מרדכי בן ר' מנחם נוויירה.
אין ספר הלכה למעשה געדרוקט אין ליוורנו תקל"א, וואס דאס איז א הבהרה פון ר' משה מרגלית אויף א תשובה וואס ער האט געשריבן איבער א סכסוך נגד רבני תוניס, [יצא לאור באותו שנה שם תחת הכותר "שאלה"], און ר' מנחם נוויירה איז געווען צווישן די מסכימים אויף יענע תשובה, שרייבט ר' מנחם דא אין הלכה למעשה א תשובה מסביר צו זיין זיין שטעלונג אינעם נושא.
ר' מנחם איז נפטר געווארן אין ווירונא י"ז שבט תקל"ז.

איך זע אין א בריוו דערמאנט דער בריסקער דיין פאר ר' פנחס עפשטיין, אז ס'איז לעצטנס ערשינען א ספר פון הגאון ר' מנחם נאווארי.
פון וואספארא ספר רעדט ער?
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =14062&st=%u05E0%u05D0%u05D5%u05D5%u05D0%u05E8%u05D9

אין הקדמה פון ספר לחמי תודה להגר"י בסאן, ווערט ער אויך דערמאנט.
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... q=1944&st=%u05E0%u05D0%u05D5%u05D5%u05D0%u05E8%u05D9

ס'איז ארויסגעקומען אין ווירונה אין יאר תק"ל א חיבור "קול ששון" א שיר לנישואי החתן יצחק דוד בן שלמה מנחם וירלנגו עם כלתו גראציה בת מרנא ורבנא הרופא כמוה"ר מנחם נוויירה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 26481
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יוני 17, 2013 11:51 am

חכמי איטאליא איז א סוגיא פאר זעך, כ'ווייס גראדע פון א אינגערמאן וואס האט אסאך אריינגעארבייט איבער אן אינציקלופדיה לחכמי איטאליא, ווייס איך נישט וואס איז געווארן דערוועגן.

שמואלישעי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 25, 2013 9:09 pm

תגובהדורך שמואלישעי » מאנטאג אוגוסט 05, 2013 11:55 pm

ר' יצחק האט געשריבן:ייש"כ גדול ונורא.


ווער וויל זיך אונטער נעמען אזוינס ארויסצוגעבן אויף שו"ת שואל ומשיב ?
עפעס ליגט מיר אין זכרון א ספרל מיט א פאפירענע ליכטיג בלויע דעקל אויף שו"ת שו"מ.

---

אפשר נאר אויף חלק או"ח ?
ע"י הרב יצחק יהודה הערשקאוויטש בן הרב מהאליין ?


אולי על מחנה חיים יהיה מאוד מעוניין

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1431
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 11:26 pm

תגובהדורך ווילוויסן » דינסטאג דעצמבער 31, 2013 9:13 pm

ווילוויסן האט געשריבן:יח. לר' יודא אויש.


ראש הקהל האט געשריבן:תלמידו רבי אהרן אויש ז"ל מפראג, הנזכר פעמים אין מספר,
הוא בן אחר בן לבעל הלבושים ז"ל,
כל משפחת אויש, מפאקש, תלמידי ומשפחת הערוגת הבושם, נמנים מצאצאיו,
וכן משפחת רבי אהרן אויש ז"ל אב"ד לופעני, נמנה מיו"ח, ונקרא על שמו,
רבי אהרן אויש הנ"ל בן ר' יחיאל, נזכר בילקוט אליעזר מפאקש על תהלים, בן ר' יצחק ז"ל, בן ר' אהרן הנ"ל תלמיד הנודע ביהודה, בא"ב להלבוש


ראש הקהל ביסט נאך דא ?
מ'דארף מאכן סדר איבער די אויש פאמיליע פון פראג.

וואס איז געווען ר' יודא אויש פאר ר' אהרן אויש מפראג ?
בתשו' חתם סופר אבן העזר ח"א סי' ק"י שרייבט ער בשנת תקפ"ג, "כתבתי להגאון הרב מהו' יודא אויש זצ"ל בפראג.. והעתיק לי נוסח שבפראג מקודם הגירוש".
הועתק מאישים אות רה. והוסיף שהי' דיין בפראג ונפטר שם בי"א ניסן תקס"ו.

דערנאך איז געווען אין פראג באותו הזמן, הג"ר משה וואלף אויש ובנו הג"ר שמעון.

ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1022
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

תגובהדורך ראש הקהל » מיטוואך ינואר 01, 2014 1:25 pm

יא. א גוטן. כ'בין דא.
כ'ליג נישט און דער נושא יעצט. צו קענען ענטפערן תשובה ברורה.
אבער אזוי פיל יא. כאף א בליק און ספר "מניחות יהודא", קלוזש תרפ"ו, נמצא בהיברו בוקס, איימסארי כ'קען נישט לינקען, אדרבא המלאכה נעשית ע"י אחרים.
להג"ר יהודה ב"ר שמעון מאגריביציאה (עפעס אזוי...), עיין בדף 13 14 האט ער אן אריכות וועגן משפחת אויש. דו"ק ויונעם לך.

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4566
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מיטוואך ינואר 01, 2014 7:53 pm

לעשות נייחא להרב ראה"ק, א לינק צום ספר עס קוקט אויס ווי א אינטרעסאנט ספר'ל און מן הסתם גאנץ זעלטען.

ר' שמעון אויש מפראג בן ר' משה וואלף אויש איז געווען א שיינע ת"ח, אויף היברומאנוסקריפטס איז דא א כרך חידושים שכתב בין השנים תקע"ז-תרי"ג.

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4566
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מיטוואך ינואר 01, 2014 9:19 pm

פונקט היינט איז מיר בהשגחה פרטית אנגעקומען אריינגיין צו א איד וואס האט א ספר הלכות גדולות דפוס וויען תק"ע וואס איז ממש געפאקט מיט הונדערטער הונדערטער הגהות פון ר' שמעון אויש (א חלק פון זיי גאנץ 'ברייט' געשריבען) אזש מען קען דערפון ארויגעבען א חיבור. ער האט א נאמען געגעבען פאר די הגהות "עומק הלכה"

scan0193.jpg


scan0194.jpg


א הגהה בשם שי"ר (די הגהה אונטען רעכטס) "וכאשר הראיתי זאת לידידי ורעי הגאון המפורסם מו"ה שי"ר הכהן נ"י כתב אלי...."

scan0195.jpg

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4566
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מיטוואך ינואר 01, 2014 9:20 pm

ער איז מסיים דעם ספר פורים שנת ר"ב להושי"ע =תרכ"ג ,אונטער דעם איז דא זיין אפגעמעקטע חתימה, וואס איך קען ארויסליינען איז "שמעון בן כבוד אאמ"ו הה"ג המפורסם מו"ה משה וואלף אויש זצלה"ה"

scan0196.jpg

ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1022
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

תגובהדורך ראש הקהל » דאנארשטאג ינואר 02, 2014 1:38 pm

רבי שמעון אויש ז"ל תלמיד בשנת תקע"ה של הגאון הבעל שיבת ציון בן הנודע ביהודה, והיה קרוב לו,
ומובא בשיבת ציון בשאלה ט"ז י"ז, ובשאלה ל"ה, ובשו,ת מוהר"ץ למהרי"צ חיות סי' ע"ב. ובשו"ת תשובה מאהבה סי' רי"ג

אביו ר' משה וואלף בן ר' שמעון כן חותם את עצמו בתשובה מאהבה סי' ס"ו ס"ז, ומתארו אותו התשובה מאהבה מחותני בנש"ק.
ומוזכר גם בעולת שמואל להג"ר שמואל קוידר פראג תקפ"ג,

ומצאתי בקובץ צפונות שנדפס חידושי מהר"ם באנעט עם הגהות של רבי משה וואלף אויש ז"ל מו"ץ בפראג
אני משער שזהו שייכות וקשר להג"ר אהרן אויש מפראג ז"ל תלמיד הנו"ב, אחיו או ש"ב מקורב מאוד.

וכן יש לברר האיך היו השיבת ציון עם משפחת אויש מחותנים?

ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1022
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

תגובהדורך ראש הקהל » מיטוואך ינואר 08, 2014 7:29 pm

ר' יוסל כותב, ס'איז מיר א זכיה אויב קען אייך משלם זיין גמולך הטוב, און אביסעל ארויסהעלפן, אויב מעגליך.
סיכום מלעיל, ר' שמעון אויש היה בן ר' משה וואלף בן ר' שמעון, מעיר פראג, עוד צריכין לברר התקשרותו עם ר' אהרן אויש תלמיד הנו"ב ג"כ מפראג.

יעצט האסט דערמאנט דער הגה"ה שי"ר הכהן:
לכאורה הכוונה, עיין ב"הקדם" לר' יצחק דב בר מרקון, נמצא בהיברו בוקס, אתך הסליחה איני יודע האיך ללינקך.
אמנם שם בדף 786 יש שם כמה מכתבים מעיר פראג לקבל עליהם רב חדש, ונכתבו לאחד רבי ש'למה י'הודה ה'כהן,
ויש שם בדף 789 גם מכתב מר' שמעון אויש, וכנראה שנתקבל לרב, וזהו הוא ידידו של ר' שמעון אויש, היינו הרב מעיר פראג ר' שלמה יהודה הכהן (אפשר ר' שלמה ירושלמי מפראג)
עיי"ש בהמכתבים ויונעם לך.

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4566
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מיטוואך ינואר 08, 2014 7:38 pm

ביידע סיי די הגהה און סיי די בריוו רעדען פון ר' שלמה יהודא הכהן ראפפארט (המכונה שי"ר) אב"ד פראג, איך האב נישט געקלערט מען דארף עס ארויסשרייבען. די בריווען דארט זענען עוסק בפרשת הרבנות בפראג ואכמ"ל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 26481
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג ינואר 21, 2014 3:47 pm

כט. בעסק עגונה מק"ק נעמרוב רבתא, שאלה זו בא ביומא דשוקא בק"ק בראד מאת הרב דק"ק נעמרוב וגיסו הרב מו"ה משה מקאלק, [מסיים] העולה מכללות דברינו למשרי קטרין ולהתיר העגונה העלובה הזאת אבל שלא לסמוך עלי כלל אם לא בהסכמת שלש עמודי עולם ה"ה כבוד דודי הרב הגאון מוהר"ר יצחק סג"ל אב"ד בגליל לבוב, וכבוד הרב המאה"ג המפורסם מ' צבי הירש סג"ל אב"ד דק"ק טשארטקוב וכבוד הרב המאה"ג המפורסם מו"ה ליב אב"ד ומ"ץ דק"ק סטאניסלב אם הם יתנו מהודם על דברי ויסכימו להיתר בין מטעמא דידי ובין מטעמים אחרים גם אני אהיה סניף לאריות אחרי שבטוח אני בהם שדעתם לשם שמים ואם יתירו לא ירצו מזה שום הנאת ממון ובלבד שאחר כך ישבו בי"ד יחד של שלשה להתיר כדין הנשאת על פי עד אחד שצריכה בי"ד שלשה כשרים ועכ"פ עלי לא יעמידו שום בנין כל שהוא כי אולי אפילו דבר פשוט נעלם ממני כי אם זקנה אין כאן חכמה אין כאן ימים ידברו ורוב שנים יודיעו חכמה ואני כלי ריקן קנקן חדש שאפילו חדש אין בו והגדולים שבדור המה יתנו עדיהן ויצדקו הדברים אם ייטב בעיניהם הכ"ד הצעיר שבתלמידים הק' יחזקאל סג"ל לנדא.


דער ררבי ליב אב"ד סטאניסלוב וואס ווערט דא דערמאנט בתשובת הנו"ב, איז געווען דער פאטער פון רבי דוד צבי אויערבאך אב"ד קרעניץ ומהאלוב [חותנו של ר' נתן מברסלב, וזקנו של ר' יוסף חנניא ליפא מייזליש]

זעה ווי דער שואל ומשיב דערמאנט דאס בהסכמתו לספר אלפי ישראל לנכד הנ"ל:
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... t=&pgnum=2

און דא מער לתולדות רבי ליבוש (דודו של הגאון בעל מאיר נתיבים) ומשפחתו:
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... t=&pgnum=7

paksh
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2014 4:21 am

יחוס אב"ד לופעני

תגובהדורך paksh » זונטאג נובעמבער 23, 2014 10:59 am

זה שכתב שרבי אהרן אויש אב"ד לופעני היה בן רבי יחיאל אויש מפאקש בן רבי יצחק בן רבי אהרן הנזכר בנודע ביהודה. לכאורה יש כאן טעות. למרות שר' ישראל חיים אויש ז"ל מבארא פארק, טען כך, שזהו היחוס. אבל בספר פרי אהרן שחיבר אב"דS לופעני מביא שם מימרא משמו של אותו רבי אהרן המוזכר בנודע ביהודה, ואינו מזכירו כזקנו, אלא בזה"ל, "ראיתי מגאון אחד ששמו כשמי רבי אהרן אויש..."
ואם היה זה זקנו, היה יודע מזה....
וצ"ע.

שמע מינה
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 1:59 pm

תגובהדורך שמע מינה » מאנטאג דעצמבער 15, 2014 2:15 pm

לויט ווי עס איז מיר אויסגעקומען, איז דער לאפעני רב זצ"ל געווען א זון פון רבי מיכל אויש, וואס מ'האט אים גערופן "מאכל אויש", א גרויסער תלמיד חכם א תלמיד מובהק פונעם כתב סופר, וואס איז געווען א זון פון ר' יצחק אויש, וואס איז געווען איינער פון די פיר ברודערס וועלכע זענען אריבערגעקומען פון פראג קיין אונגארען.
קען עס איינער באשטעטיגן?

paksh
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2014 4:21 am

תגובהדורך paksh » זונטאג דעצמבער 21, 2014 6:03 am

לופעני רב איז געוועהן א זוהן פון ר' מעכל אויש פון פאקש.
ר' מעכל האט געווינט און פאקש, ער איז געוועהן א איידעם פון ר' יוסף אלי' פישל, וואס ליגט אין פאקש.

ר' מעכל איז ארויף געקומען קיין ירושלים שנת תר"ס נאך זיין ווייב ראכל איז נסתלק געווארן. אין ירושלים האט ער געווינט 3 יאהר, אין נטמן בהר הזיתים.
מז'אגט אז ער איז געוועהן בעל מקרא ביי ר' יוסף חיים זוננפלד.
ר' מאכל איז געוועהן א גאון מופלג, סאיז דא פון איהם חידושי תורה און תשובות. אויפן מצבה שטייט זעלטענע שבחים אויף איהם.
דער לופעני רב ברענגט אויכעט חידושים פון טאטן בספרו פרי אהרן.

ר מאכל'ס טאטע איז געוועהן ר' יצחק, ער ליגט אין יינק.
זעקס זוהן האט גיהאט ר' מאכל. ר' דוד אויש גיסו של הערוגת הבושם. ר' שמחה אויש. ר'אברהם אויש, ר' יצחק אויש. ר' משה אויש והצעיר זה ר' אהרן אויש אב"ד לופעני. אין נאך צוויי טעכטער.
לופעני רב ליגט און הר המנוחות

paksh
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2014 4:21 am

תגובהדורך paksh » מאנטאג דעצמבער 22, 2014 3:10 am

אב"ד לופעני ר' אהרן אויש היה בנו של ר' מעכיל אויש מפאקש.
ר' מעכיל היה בנו של ר' יצחק הטמון ביינק, ובשנת תר"ס אחר פטירת זוגתו מרת ראכל עלה לירושלים, ונסתלק בכ"ו אלול תרס"ג.
חותנו הרב יוסף אלי' פישל היה מראשי העדה בפאקש.
לר' מעכיל היה ששה בנים. רבי דוד אויש. רבי שמחה אויש. רבי יצחק אויש. רבי משה אויש. רבי אברהם אויש ורבי אהרן אויש מלופעני. כן היה לו שני בנות.
היה גאון מופלג וצדיק נשגב, וכפי שמעיד עליו מצבת קבורתו בהר הזיתים.
יש הטוענים שאף שימש כבעל מקריא בבית מדרשו של רבי יוסף חיים זוננפלד.
כמה מחידושי תורתו מובאים בספר פרי אהרן של גאב"ד לופעני, ועוד מחידושיו בספרי השו"ת בדורו, ועוד.

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » זונטאג פאברואר 24, 2019 6:17 pm

SPUSMN האט געשריבן:עס וואלט געווען א גוטע זאך צו מאכען א אישים פון אלע שו"ת ספרים, און נאכדעם א אישים פון אלע שו"ת ספרים אין איינעם. וואס מען קען נאכדעם מיט דעם טוהן איז ענדלעס.

א דאנק פאר דיין ארבעט און פאר זיין א ביישפיל.

מיללער האט געשריבן:
ר' יצחק האט געשריבן:
ווער וויל זיך אונטער נעמען אזוינס ארויסצוגעבן אויף שו"ת שואל ומשיב ?
עפעס ליגט מיר אין זכרון א ספרל מיט א פאפירענע ליכטיג בלויע דעקל אויף שו"ת שו"מ.

שואל ומשיב איז גאר א שווערע אונטערנעמונג, די שמות השואלים זענען צעווארפן אינמיטן די תשובות, אבער דאס וואלט געווען א דבר טוב ויפה,ונזכה ונחיה ונראה


הנה הנה בא בעזהשי"ת...

מ'האפט בקרוב ארויסצושטעלן א מפתח אויפן שואל ומשיב (איין באנד אויפאמאל), מסודר באופן מיוחדת ומחולק לכמה חלקים בצורה מסודרת בעזהשי"ת

אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 12690
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » זונטאג פאברואר 24, 2019 8:10 pm

מעשי ידך להתפאר?
דביה תחדי נפשא

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » זונטאג פאברואר 24, 2019 9:23 pm

רוב ארבעט איז מיינס, אבער ס'וואלט נישט צושטאנד געקומען אהן הילף (אויף פארשידענע אופנים) פון א צורבא מרבנן חשוב ובקי גדול להפליא, תשוח"ח לו

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

מפתח אישים בשו"ת שיבת ציון

תגובהדורך ידיעות שונות » מאנטאג אפריל 29, 2019 12:06 pm

די תשובות אין שיבת ציון איז בעיקר געשטעלט על דברי אביו הגדול בעל הנודע ביהודה, אויך די שמות השואלים זענען עפ"י רוב די זעלבע ווי אין נו"ב.
די מהלך המפתח איז אביסל אנדערש ווי פון מיינע פארגייער, למען ירוץ הקורא בו. אלע נעמען זענען באטיטלט אייניג, ואם יסכים הזמן וועל איך שפעטער צולייגן די אריגיניעלע תוארים.

---
מו"ה משה עלישטאבע מק"ק עיר חדש (סימן א – כד – מא – פב – צד – צה)
מו"ה הילמן מתושבי ק"ק ניקלשבורג (סימן ב)
מוהר"ר פלק כ"ץ העומד לשרת בקודש בגליל פילזען וגלאטוי (סימן ג – סז)
מו"ה יצחק נ"י (סימן ד)
מו"ה שלמה העומד לשרת בקדש בק"ק קארלסבורג במדינת זיבענבערגין (סימן ה)
מוהר"ר צבי הירש (סימן ו)
מו"ה ליזר אב"ד דק"ק ליבנא וגליל קוירשים (סימן ח – מז – נד – קב)
מו"ה חיים משה מו"ץ בק"ק דראזע (סימן ט – מג – מד)
מוהר"ר דוד דייטש אב"ד דק"ק עיר חדש (סימן יב – יג – מ – מה – נה – נו – נז – סח – עו – עז – עח – עט – פג – פד – פה – צ – קא – קג – קד – קה – קו)
מו"ה יודל בק"ק קאסטעווהארע (סימן טו – מח)
מו"ה אברהם פרעהליך בק"ק קאלין (סימן טז – נט)
מו"ה שמעון אויש מיקירי קהלתנו (סימן יז – לה)
מוהר"ר מרדכי אשיאו שד"ר מק"ק צפת (סימן יח – יט – כ – כא)
מו"ה בצלאל ראנשבורג (סימן כב – לג)
מו"ה משה אב"ד דק"ק קובין (סימן קז – קה)
חתני מו" הירץ כהן (סימן קט)
מו"ה צבי הירש (סימן קיא)
מו"ה ליב מעליס חד מב"ד דקהלתנו (סימן קיב)
לעצט פאראכטן דורך ידיעות שונות אום מאנטאג אפריל 29, 2019 12:49 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מאנטאג אפריל 29, 2019 12:48 pm

מיללער האט געשריבן:חכמי איטאליא איז א סוגיא פאר זעך, כ'ווייס גראדע פון א אינגערמאן וואס האט אסאך אריינגעארבייט איבער אן אינציקלופדיה לחכמי איטאליא, ווייס איך נישט וואס איז געווארן דערוועגן.

געזעהן אין געשעפט אומ"ר מן החדש אן 'אנציקלאפידיע לחכמי איטאליע', ערשינען נישט לאנג צוריק, אויבנאויף גאהר א שיינע און רייכע ארבעט, רב הכמות, צאמגעקליבן הונדערטער און הונדערטער שמות רבנים מחברים ואנשי השם בקהלות הקודש באיטאליע.

אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4639
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » מאנטאג מאי 13, 2019 12:33 am

paksh האט געשריבן:לופעני רב איז געוועהן א זוהן פון ר' מעכל אויש פון פאקש.
ר' מעכל האט געווינט און פאקש, ער איז געוועהן א איידעם פון ר' יוסף אלי' פישל, וואס ליגט אין פאקש.

ר' מעכל איז ארויף געקומען קיין ירושלים שנת תר"ס נאך זיין ווייב ראכל איז נסתלק געווארן. אין ירושלים האט ער געווינט 3 יאהר, אין נטמן בהר הזיתים.
מז'אגט אז ער איז געוועהן בעל מקרא ביי ר' יוסף חיים זוננפלד.
ר' מאכל איז געוועהן א גאון מופלג, סאיז דא פון איהם חידושי תורה און תשובות. אויפן מצבה שטייט זעלטענע שבחים אויף איהם.
דער לופעני רב ברענגט אויכעט חידושים פון טאטן בספרו פרי אהרן.

ר מאכל'ס טאטע איז געוועהן ר' יצחק, ער ליגט אין יינק.
זעקס זוהן האט גיהאט ר' מאכל. ר' דוד אויש גיסו של הערוגת הבושם. ר' שמחה אויש. ר'אברהם אויש, ר' יצחק אויש. ר' משה אויש והצעיר זה ר' אהרן אויש אב"ד לופעני. אין נאך צוויי טעכטער.
לופעני רב ליגט און הר המנוחות


איז דא מער פרטים אויף דעם רבי משה אויש?

איפה גר? נפטר?

paksh
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2014 4:21 am

איני יודע

תגובהדורך paksh » זונטאג אוגוסט 04, 2019 11:16 am

נאך איינער האט מירלעצטנס געפרעגט אויף ר' משה אבל איני יודע

נחוניא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3876
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 9:04 am

ראש הקהל האט געשריבן:תלמידו רבי אהרן אויש ז"ל מפראג, הנזכר פעמים אין מספר,
הוא בן אחר בן לבעל הלבושים ז"ל,
כל משפחת אויש, מפאקש, תלמידי ומשפחת הערוגת הבושם, נמנים מצאצאיו,
וכן משפחת רבי אהרן אויש ז"ל אב"ד לופעני, נמנה מיו"ח, ונקרא על שמו,
רבי אהרן אויש הנ"ל בן ר' יחיאל, נזכר בילקוט אליעזר מפאקש על תהלים, בן ר' יצחק ז"ל, בן ר' אהרן הנ"ל תלמיד הנודע ביהודה, בא"ב להלבוש

מה המקור לזה?


צוריק צו “ועל פליטת בית סופריהם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט