ליקוטים וענינים על פרשת ויצא

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

ליקוטים וענינים על פרשת ויצא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

ס'איז דא די באקאנטע ראשי תיבות אויף די פרשה, אבער ס'קען זיך דאך אלץ מאכן אז איינער האט עס נאכנישט געהערט שרייב איך עס דא,
אויפן פסוק ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה,
ויצא יעקב צדיק אז ישא עשיו קול בכי מיד בא אליפז רשע שהוא בן עשיו ויתן יעקב לו כל חפציו רק נשאר המקל,

אויפן פסוק ( ויספר ללבן ) את כל הדברים האלה,
אל תתמה כי לא הבאתי דבר ברכוש רב יצאתי משם הלך אליפז לקח הכל,

נאכדעם א קליין ווארט, לבן האט געזאגט טוב תתי אותה לך מתתי אותה לאיש אחר, תתי במספר קטן איז 9, לאה במספר קטן איז אויך 9, מתתי איז במספר קטן 13 ( אדער 4 ) רחל איז במספר קטן אויך 13 ( אדער 4 ) לבן האט שוין מרמז געווען פאר יעקב אז ער האלט אים ביים אויס פאפן האט ער אים געזאגט טוב תתי ס'איז בעסער איך זאל דיר געבן לאה, מתתי ווי איידער איך זאל דיר געבן רחל.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מיין מלמד פלעגט דערציילן א מעשה, און איך זוך עס מיט ליכט עד היום הזה און דערווייל נישט געפונען.

איר האט אויך געהערט אז ווען אליפז איז געקומען צו יעקב האט ער אים צום סוף אויסגעטאן די וועש און איבערגעלאזט בעירום ובחוסר כל, נאכדעם וואס יעקב האט אים געזאגט עני חשוב כמת?

פיין.

מיין מלמד פלעגט דערציילן, אז נאכדעם איז אנגעקומען א רייטער אויף א פערד, ער האט זיך אויסגעטאן די וועש און איז זיך געגאנגען טובל'ן אין א דערנעבנדיג טייך, מה עשה הקב"ה ער איז פארשוועמט געווארן און יעקב האט אנגעטאן זיינע קליידער און ווייטער געגאנגען אויף זיין וועג.

איך האב שוין אפילו געזען אין א ספר אז דורכדעם קומט אויס אז יעקב האט געהאט א חלק אין די מיתה פון דעם מענטש (עכ"פ בשוגג, און פאר אזא צדיק ווערט דאס נחשב לפגם) און דערפאר איז ער געגאנגען צו בית מדרשו של עבר ווייל דברי תורה זענען קולט ווי אן עיר מקלט וכו' וכו' וכו'.

אבער די מקור הדברים האב איך נאכנישט געפונען אין קיין שום מדרש אדער ספר הישר. ביטע העלפט מיר זוכן.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

די ערשטע מאל וואס איך הער פון די מעשה, ממילא קען איך פון מיין זייט דיר נישט ארויס העלפן איי עם סארי.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

קוק אין צאינה וראינה.
An article a day keeps the babies away
חכםאיינער

פרשת ויצא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכםאיינער »

ויגנב יעקב את לב לבן על בלי הגיד לו כי בורח הוא,
פארוואס דארף שטיין אז יעקב איבינו האט נישט פארציילט אז ער אנטלויפט... ווער זאגט יא אויס פאר'ן אנטלויפן... אז מען אנטלויפט...?...
נאר ווי באקאנט האט דאך יעקב אבינו געהאט מיט לבן מורא'דיג אסאך סכסוכים,
און ביי יעדע קלייניגקייט וואס האט פאסירט האט יעקב אבינו געזאגט פאר לבנ'ן "איך גיי אנטלויפן"...
און לבן איז שוין געווען אזוי צו געוואוינט אז יעקב אבינו סטראשעט אז ער אנטלויפט..
אבער למעשה אנטלויפט ער נישט...
אזוי ווען עס איז געקימען די ריכטיגע מינוט צו אנטלויפן איז לבן געכאפט געווארען און א טאטאלע שאק !!!
איז פשט אזוי:
ויגנוב יעקב את לב לבן...
"על בלי" -אויף יעדע קלייניגקייט,
"הגיד לו" -האט ער אים געזאגט ,
"כי בורח הוא" -אז ער אנטלויפט,
(פרדס יוסף)
שלמה שמש
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 7:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה שמש »

איך מוז דיר זאגן די טייטש איז ממש געוואלדיג איך האב דאס אריין געפעסט אין א אימעיל אין עס געשיקט פאר וועם מען דארף דאס שיקן...
אוי איז דאס גוט פאר אסאך אידן אין פארשידענע אומשטעדן
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

חכםאיינער, זייער שיין. כ'געדענק אז ס'שטייט אין "תורת משה להחת"ס עה"ת מהדורא תליתאה". כ'וועל נאכאמאל נאכקוקן. (פרדס יוסף איז רוב דערפון א ליקוט, איך וועל דארט אויך נאכקוקן).
חכםאיינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכםאיינער »

ויספר לו את כל הדברים האלה,
יעקב אבינו האט פארציילט פאר לבנ'ן "את כל הדברים האלה":
א' ל
ת' תמה

כ' י
ל' א

ה' באתי
ד' בר,
ב' רכוש
ר' ב
י' צאתי
ם' שם

ה' לך
א' ליפז
ל' לקח
ה' כל
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

די תורה זאגט
ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה

ו'יצא
י'עקב
צ'דיק,
א'ז

י'שא
ע'שיו
ק'ולו
ב'בכי

מ'יד
ב'א
א'ליפז
ר'שע

ש'הוא
ב'ן
ע'שיו

ו'יתן
י'עקב
ל'ו
כ'ל

ח'פציו
ר'ק
נ'שאר
ה'מקל
חכםאיינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכםאיינער »

יאנאש,
זייער שיין,
חכםאיינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכםאיינער »

(איך האב אלץ בחור'ל געזעהן א אינטערעסאנטע טיייטש אויף א אינטערעסאנטע מדרש:
איך וויל בעטן אז ווער עס באגעגנט זיך דערמיט זאל עס ביטע ארויפלייגן אדער שיקען צו מיר אין אישית מראי מקומות און איך וועל עס ארויף לייגן בעזהשי"ת
ויצא יעקב, ויצ"א נוטריקון
ו' ירא
י' עקב
צ' ורת
א' לף
דער גוטע טעםפונעם תורה ליגט מיך אין די ביינער אבער איך געדענק נישט לעת עתה וואס די תירוץ איז)
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

קרעמער האט געשריבן:מיין מלמד פלעגט דערציילן א מעשה, און איך זוך עס מיט ליכט עד היום הזה און דערווייל נישט געפונען.

איר האט אויך געהערט אז ווען אליפז איז געקומען צו יעקב האט ער אים צום סוף אויסגעטאן די וועש און איבערגעלאזט בעירום ובחוסר כל, נאכדעם וואס יעקב האט אים געזאגט עני חשוב כמת?

פיין.

מיין מלמד פלעגט דערציילן, אז נאכדעם איז אנגעקומען א רייטער אויף א פערד, ער האט זיך אויסגעטאן די וועש און איז זיך געגאנגען טובל'ן אין א דערנעבנדיג טייך, מה עשה הקב"ה ער איז פארשוועמט געווארן און יעקב האט אנגעטאן זיינע קליידער און ווייטער געגאנגען אויף זיין וועג.

איך האב שוין אפילו געזען אין א ספר אז דורכדעם קומט אויס אז יעקב האט געהאט א חלק אין די מיתה פון דעם מענטש (עכ"פ בשוגג, און פאר אזא צדיק ווערט דאס נחשב לפגם) און דערפאר איז ער געגאנגען צו בית מדרשו של עבר ווייל דברי תורה זענען קולט ווי אן עיר מקלט וכו' וכו' וכו'.

אבער די מקור הדברים האב איך נאכנישט געפונען אין קיין שום מדרש אדער ספר הישר. ביטע העלפט מיר זוכן.

אונעם ליקוט תורת החיד"א על התורה ברענגט ער דער מעשה
the SCY is the limit
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח ר' שמחה פארן מראה מקום.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

נפתלתי עם אחותי


רש"י זאגט, אין נאמען פון מנחם בן סרוק אז נפתלתי איז א לשון פון באהעפטען. רחל האט געזאגט איך האב זיך באהאפטען מיט מיין שוועסטער מיט דעם וואס איך האב זוכה געווען צו קינדער.

דער תרגום אונקלוס טייטשט, אז נפתלתי איז א לשון פון תפלה. רחל האט געזאגט מיינע תפלות און בקשות זענען אנגענומען געווארען, אזוי ווי די תפלות און בקשות פון מיין שוועסטער לאה.

לכאורה דארף מען פארשטיין, בשלמא לויט די ערשטע פשט פון רש"י, אז נפתלתי מיינט באהעפטען, פארשטייט מען זייער גוט פארוואס עס שטייט "עם אחותי" - מיט מיין שוועסטער. אבער לויט דער תרגום אז נפתלתי מיינט תפלה, וואלט ווען געדארפט צו שטיין, אז מיינע תפלות און בקשות זענען אנגענומען אז איך זאל זיין אזוי ווי מיין שוועסטער "כאחותי" - פון דעם לשון "עם אחותי" איז משמע אז לאה האט אויך געבעטען צו האבען קינדער. אבער דאס איז שווער צו זאגען, ווייל וואו טרעפען מיר אז לאה זאל האבען מתפלל געווען פאר קינדער ?

מען קען דאס מסביר זיין מיט דעם וואס רש"י זאגט אויף דעם פסוק "ועיני לאה רכות", אז דעריבער זענען לאה'ס אויגען געווען רכות, ווייל מענטשען פלעגען זאגען, רבקה האט צוויי זוהן עשו מיט יעקב, און לבן האט צוויי טעכטער לאה מיט רחל. די עלטערע זוהן פון רבקה זאל זיין פאר די עלטערע טאכטער פון לבן, אז עשו זאל חתונה האבען מיט לאה. לאה האט אבער זייער אסאך געוויינט און געבעטען אז דאס זאל נישט געשעהן. וועגען דעם זענען איהרע אויגען געווען רכות.

שפעטער ווען רחל האט געזעהן אז זי האט נישט קיין קינדער, האט זי געטראכט ביי זיך אז מן הסתם וועט זיך יעקב גט'ן פון איהר, וויבאלד זי האט נישט קיין קינדער. און דער סוף וועט זיין אז עשו וועט וועלען חתונה האבען מיט איהר. אזוי ווי רש"י זאגט (פסוק כ"ב) "ויזכור אלוקים את רחל" - אז דער אויבערשטער האט געדענקט די אלע תפלות און בקשות וואס רחל האט געבעטען, אז דאס זאל נישט געשעהן אז זי זאל אנקומען צו עשו.

זעהן מיר פון דעם, אז ביידע - סיי לאה און סיי רחל האבען געבעטען אז זיי זאלען נישט אנקומען צו עשו. מיט דעם פארשטייט מען שוין זייער גוט לויט דער תרגום דעם לשון "נפתלתי עם אחותי" - רחל זאגט איך האב געבעטען צוזאמען מיט מיין שוועסטער די זעלבע בקשה. ווייל ביידע פון אונז האבען געבעטען אז מיר זאלען נישט אנקומען צו עשו.
עזר מיהודה"



וישא יעקב רגליו וילך ארצה בני קדם


לכאורה דארף מען פארשטיין, פארוואס דארף די תורה ארויס שרייבען אז יעקב האט אויף געהויבען זיינע פיס ? דאס איז דאך א פשוטע זאך אז ער האט אויף געהויבען זיינע פיס, ווייל ווען א מענטש גייט, הייבט ער אויף זיינע פיס ?

שפעטער שטייט "כי מן הבאר ההוא ישקו העדרים" אז פון די ברינע וועט מען אנטרונקען די סטאדע שעף. פארוואס שרייבט עס די תורה בלשון קצר, און זאגט נישט ווער עס וועט אנטרונקען די שעף ?

ווען יעקב איז אנגעקומען נאהנט צו די מענטשען ביי דער ברינע, האט יעקב צו זיי געפרעגט "אחי" מאין אתם, יעקב האט זיי גערופען מיינע ברודער'ס. איז דען דער דרך צו באגריסען פרעמדע מענטשען מיט די ווערטער ברודער'ס ? ער איז דאך נישט געווען זייערע ברודער ?

רש"י הק' פארענטפערט שוין די אלע דריי קשיות, מען קען עס אפשר אויך פארענטפערען אויף א אנדערע אופן. מיר געפונען סוף פרשת חיי שרה, "ויתן אברהם את כל אשר לו ליצחק", אברהם אבינו האט איבער געגעבען פאר יצחק די כח פון בענטשען א צווייטער, אזוי ווי השי"ת האט געזאגט פאר אברהם "והיה ברכה" אז ער וועט זיין א בענטשער, דאס האט אברהם איבער געגעבען פאר יצחק. און פאר די קינדער פון הגר האט ער אויך געגעבען מתנות, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק "ולבני הפילגשים אשר לאברהם נתן אברהם מתנות", איז רש"י מסביר אז די מתנה פאר די בני הפילגשים איז געווען די "שם טומאה", אז זיי זאלען האבען כח צו מאכען כישוף. און סוף פון פסוק שטייט "וישלחם מעל יצחק בנו... אל ארץ קדם" אז אברהם אבינו האט געשיקט די קינדער פון הגר קיין "ארץ קדם". זעהן מיר פון דעם אז די מענטשען פון קדם זענען געווען כישוף מאכער'ס.

מיר געפונען אויך אין שמואל א' קאפיטל ט"ו פסוק ג' "והמתה מאיש עד אשה מעולל ועד יונק משור ועד שה מגמל ועד חמור" - שמואל הנביא האט געזאגט פאר שאול המלך אין נאמען פון השי"ת, אז ער זאל גיין מלחמה האלטען מיט עמלק, און אויס הרגענען פון זיי אלע מענטשען און אויך אלע בהמות. איז רש"י מסביר דארט, פארוואס האט מען געדארפט הרגענען די בהמות ? זאגט רש"י, וויבאלד די עמלקים זענען געווען כישוף מאכער'ס און זיי האבען זיך פארשטעלט אזוי ווי בהמות, דעריבער האט שאול המלך געדארפט הרגענען די בהמות אויך.

קען זיין, ווען יעקב איז געגאנגען צו ארצה בני קדם, וואס זיי זענען כישוף מאכער'ס, האט יעקב מורא געהאט אז די כישוף מאכער'ס וועלען איהם שעדיגען, דעריבער איז יעקב אבינו געשטאנען אין די לופט, כדי זיי זאלען נישט שולט זיין אויף איהם. ווייל די כישוף מאכער'ס האבען נישט קיין שליטה, נאר וואס שטייט אויף די ערד. דעריבער זאגט דער פסוק "וישא יעקב רגליו" אז יעקב האט אויף געהויבען זיינע פיס, כדי ער זאל זיין אין דער לופט, אזוי וועלען זיי נישט קענען טוהן קיין שלעכטס צו איהם.

די מענטשען פון ארצה בני קדם, האבען זיך פארשטעלט אזוי ווי שאף, פונקט ווי די מענטשען פון עמלק, דעריבער זאגט דער פסוק "ישקו העדרים" די סטאדע שעף וועלען אליין'ס אנטרונקען די סטאדע, ווייל באמת זענען די סטאדע שעף געווען מענטשען, זיי האבען זיך נאר פארשטעלט ווי די שאף.
ווען יעקב איז אנגעקומען נאהנט צו זיי, האט ער געזאגט פאר די כישוף מאכער'ס פון ארצה בני קדם, "אחי" מיינע ברודער - איך בין פונקט אזוי א כישוף מאכער ווי איהר זענט, איך בין א ברודער מיט אייך אין מאכען כישוף.
עזר מיהודה"


ויפגע במקום


רש"י זאגט, אז ווען יעקב איז אנגעקומען צו חרן, האט יעקב געזאגט "איז דען מעגליך אז איך בין אריבער געגאנגען אויפ'ן פלאץ וואס מיינע עלטערן האבען געדאווענט, און איך האב נישט דארט געדאווענט" !? האט יעקב געטראכט צוריק צו גיין און ער איז צוריק געגאנגען ביז בית א-ל און דארט איז איהם א קעגן געשפרינגען די ערד.

לכאורה דארף מען פארשטיין, וואס האט יעקב אבינו געטראכט פון אנהייב, פארוואס אין אנהייב איז ער אריבער דעם פלאץ און נישט געדאווענט, און פארוואס שפעטער האט ער יא געוואלט דאווענען, וואס האט איהם געמאכט טוישן זיין מיינונג דארט צו דאווענען ?

מען קען דאס מסביר זיין מיט דעם וואס די גמרא זאגט אין מסכת ברכות (דף ו' ע"ב) "אמר רבי חלבו אמר רב הונא כל הקובע מקום לתפלתו" רבי חלבו האט געזאגט ווער עס האט א באשטימטען ארט וואו ער דאווענט, ער דאווענט אלע מאהל אויף איין ארט, ווען דער מענטש שטארבט זאגט מען אויף איהם "וואו איז דער חסיד, וואו איז דער מענטש וואס האט זיך געהאלטען אזוי קליין און נידעריג (עניו), און ער ווערט גערעכענט פון די תלמידים פון אברהם אבינו.

פרעגען אויף דעם די מפרשים, בשלמא אויב עס איז דא א טירחא אייביג צו דאווענען אויפ'ן זעלבען ארט פארשטיי איך פארוואס מען רופט איהם א חסיד, אבער פארוואס זאל ער גערופען ווערען מיט'ן נאמען "עניו", וואס פאר א מדה פון ענוה איז שייך דא אויב מען דאווענט אייביג אויפ'ן זעלבען ארט ?

ענטפערט אויף דעם דער צל"ח, אז די עיקר טעם פארוואס מען דארף אייביג דאווענען אויפן זעלבען ארט, ווייל אויב מען האט שוין איינמאהל געדאווענט אויף א פלאץ, באקומט יענע פלאץ שוין אביסעל הייליגקייט, און ווען מען קומט דארט צוריק דאווענען, וועט די קדושה וואס איז שוין דארט דא איהם צו העלפען אז זיין תפלה וואס ער דאווענט יעצט, זאל אנגענומען ווערען.

טאמער אבער א מענטש האלט זיך גרויס, און טראכט ביי זיך אז זיינע תפלות וועלען ממילא אנגענומען ווערען אפילו אויב ער דאווענט נישט אויפ'ן זעלבען ארט, איז דאס א סימן אז ער איז א בעל גאוה. קומט אבער אויס טאמער ער דאווענט אייביג אויפ'ן זעלבען ארט, ווייזט ער מיט דעם אז ער דארף האבען די הילף פון די קדושה פון דעם פלאץ אז זיינע תפלות זאלען אנגענומען ווערען, איז א ראיה אז דער מענטש איז א עניו. איז שוין זייער פארשטענדליך פארוואס מען רופט אהן דעם מענטש א "עניו".

דאס זעלבע איז אויך, אויב א מענטש דאווענט אויף דעם ארט וואו זיינע עלטערן האבען געדאווענט, אז די קדושה פון די תפלות פון זיינע עלטערן וועלען איהם צו העלפען אז זיינע תפלות זאלען אנגענומען ווערען.

ווען יעקב אבינו איז צום ערשטע מאהל אריבער געגאנגען דעם מקום המקדש, האט ער געטראכט אז ער דארף נישט דארט דאווענען, אפילו זיינע עלטערן האבען דארט געדאווענט, וויבאלד ער קומט יעצט פון בית מדרש שם ועבר וואו ער האט געלערנט פערצעהן יאהר תורה אהן קיין הפסק, איז זיין זכות גענוג גרויס אז זיינע תפלות וועלען אנגענומען ווערען אפילו אויב ער דאווענט נישט דארט וואו זיינע עלטערן האבען געדאווענט.

שפעטער ווען ער האט אריין גערטאכט אז אליעזר דער קנעכט פון אברהם איז אויך געאנגען אויף דעם זעלבען וועג וואס ער גייט יעצט - קיין חרן. אבער אליעזר האט געהאט קפיצת הדרך און איז אנגעקומען דעם זעלבען טאג וואס ער איז ארויס געגאנגען, און ער יעקב האט נישט קיין קפיצת הדרך. האט יעקב פארשטאנען אז ער האט אפילו נישט די זכותים פון א קנעכט פון זיינע עלטערן, דעריבער האט ער געטראכט צוריק צו גיין דאווענען אויף דעם ארט וואו זיינע עלטערן האבען געדאווענט.

דאס קען זיין די כוונה אין יעקב אבינו'ס ווערטער "אפשר שעברתי" איך זעה אז איך האב געדארפט אריבער גיין דעם ארט, איך האב נישט געהאט קיין קפיצת הדרך, וועגען דעם "יהיב דעתיה למיהדר" האט ער געטראכט אז ער מוז צוריק גיין דארט דאווענען.

אבער אין דער מינוט וואס יעקב האט אנגעהויבען צו באוקמען דעם התעוררות צוריק צו גיין דאווענען, און איז געגאנגען ביז בית א-ל, האט מען איהם שוין פון הימעל געהאלפען אז ער זאל האבען קפיצת הדרך צו קענען דארט דאווענען, ווייל בדרך שאדם רוצה לילך מוליכין אותו.
שמן ראש"



מה נורא המקום הזה אין זה
כי אם בית אלקים - וזה שער השמים


דער מדרש הנעלם זאגט אז ווען משיח וועט קומען, וועט מען ערשט בויען דעם בית המקדש, און נאך דעם וועט זיין קיבוץ גליות, און צום סוף וועט זיין תחיית המתים, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק "בונה ירושלים ה'" און דערנאך שטייט "נדחי ישראל יכנס" און צום סוף שטייט "הרופא לשבורי לב ומחבש לעצבותם" וואס דאס מיינט תחיית המתים.

פרעגט אויף דעם דער ישמח משה אין פרשת בשלח, אז פון די גמרא אין מסכת מגילה איז משמע אז ערשט וועט זיין קיבוץ גליות און נאך דעם וועט זיין בנין בית המקדש, ווייל די גמרא דרש'נט "בונה ירושלים ה'" השי"ת וועט צוריק אויף בויען ירושלים - ווען ? ערשט נאכדעם וואס עס וועט שוין זיין נדחי ישראל יכנס, ווען די אידען וועלען שוין זיין איינגעזאמלט אין ארץ ישראל.

ענטפערט דער ישמח משה אז ביידע זענען אמת - ווייל מיר וואוסען אז דעם דריטען בית המקדש וועט אראפ קומען פארטיגע הייט פון הימעל, אבער פאר עס וועט אראפ קומען פון הימעל, וועלען די אידען אליינס אויפ בויען דעם בית המקדש, און דער נאך וועט אראפ קומען דעם בית המקדש פון הימעל און עס וועט ארויף גיין אויף דער בית המקדש וואס די אידען האבען געבויט - און עס וועט דערגרייכען ביז צום הימעל.

איז שוין זייער גוט פארענטפערט, ווייל דער מדרש הנעלם וואס זאגט אז ערשט וועט זיין בנין בית המקדש, מיינט דער בית המקדש וואס די אידען גייען בויען. און די גמרא אין מסכת מגילה וואס זאגט אז ערשט וועט זיין קיבוץ גליות, און דער נאך וועט זיין בנין בית המקדש, מיינט דער בית המקדש וואס וועט אראפ קומען פון הימעל.

דער פסוק זאגט אין איכה (ב' ט') "טבעו בארץ שעריה" אז די טויערן פון דער בית המקדש זענען בשעת דער חורבן איינגעזונקען געווארען אין די ערד. לכאורה דארף מען פארשטיין, צו וואס האט אויס געפעלט אז מען זאל דארפען באהאלטען די טויערן פון בית המקדש, דער דריטע בית המקדש וועט זיין אינגאנצען פארטיג פון הימעל, וועט מען נישט דארפען די טויערן פון דער צווייטע בית המקדש.

ענטפערט אויף דעם דער גר"א זצ"ל, אז ווען עס וועט אראפ קומען דעם דריטען בית המקדש וועט כלל ישראל האבען א טענה אז זיי האבען נישט די זכיה צו מקיים זיין דער מצוה פון "ועשו לי מקדש", דעריבער האט מען איבער געלאזט די טויערן, וואס דאס וועלען די אידען אליינס אויף שטעלען, און די גמרא זאגט אין מסכת בבא בתרא (נ"ג) אז דער וואס שטעלט אויף די טויערן איז אזוי ווי ער וואלט עס געבויט.

דער מדרש זאגט אז בשעת יעקב אבינו האט געהאט דער חלום האט איהם השי"ת געוויזען דער בית המקדש ווען עס איז אויף געשטעלט, און דער נאך האט ער עס געזעהן ווי עס איז חרוב, און צום סוף האט ער עס געזעהן אויף געשטעלט ווי עס וועט זיין ווען משיח וועט קומען. "מה נורא המקום הזה" - הרי זה בנוי, "אין זה" - הרי זה חרוב, "כי אם בית אלקים" - הרי זה בנוי ומשוכלל לעתיד לבא.

דאס קען זיין איז מרומז אין די ווערטער פון יעקב אבינו, ווען ער האט געזעהן דעם דריטען בית המקדש ווי עס קומט אראפ פארטיג פון הימעל האט ער געזאגט "כי אם בית אלקים" אז דער בית המקדש איז אנדערש ווי דער פריערדיגע, ווייל דעם דריטען בית המקדש איז נישט געבויט דורך מענטשען, "כי אם בית אלקים" נאר די גאנצע בית המקדש איז געבויט דורך דער אויבערשטער.

האט יעקב אבער צוגעלייגט "וזה שער" אבער די טויערן פון דער דריטע בית המקדש וועט יא זיין געבויט דורך די אידען, "השמים" וואס יעצט וועלען די טויערן דעגרייכען ביז צום הימעל. ווייל מיט ביידע בתי מקדשות צוזאמען וועט עס דעגרייכען ביז צום הימעל.

שמן ראש
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ויצא יעקב מבאר שבע
רש"י פרעגט, פארוואס דארף שטיין "ויצא יעקב מבאר שבע", עס וואלט גענוג געווען אויב עס וואלט געשטאנען "וילך יעקב חרנה" ?
מען קען דאס פארענטפערען, ווייל ווען א מענטש גייט פון איין ארט צו א צווייטען ארט, זענען דא צוויי סיבות פארוואס ער גייט. עס קען זיין אז דער עיקר טעם איז, כדי אוועק צו גיין פון דעם ארט ווי ער איז יעצט. און עס קען זיין אז דער עיקר טעם איז, כדי אנצוקומען אויף דעם צווייטען ארט.
סוף פרשת תולדות, געפונען מיר ווען רבקה האט געזאגט צו יעקב "ברח לך אל לבן אחי" רבקה האט באפוילען יעקב צו אנטלויפען קיין חרן, כדי עשו זאל איהם נישט קענען הארגענען. איז דאך דער עיקר כוונה געווען אז יעקב זאל אוועק גיין פון באר שבע. יצחק האט אבער אוועק געשיקט יעקב "קום לך פדנה ארם ביתה בתואל ... וקח לך משם אשה" כדי יעקב זאל חתונה האבען מיט די טעכטער פון לבן, און נישט מיט די בנות הכנען. איז דאך די עיקר כוונה געווען אז יעקב זאל קומען קיין חרן.
ווען יעקב האט געוואלט מקיים זיין מצוות כיבוד אב ואם, האט ער געהאט פאר זיך ביידע טעמים, סיי דאס ארויס גיין פון באר שבע, אזוי ווי זיין מאמע האט איהם באפוילען. און סיי דאס אנקומען קיין חרן, אזוי ווי זיין טאטע האט איהם באפוילען.
פארשטייט מען שוין זייער גוט פארוואס דער פסוק זאגט ביידע: "ויצא יעקב מבאר שבע" כדי מקיים צו זיין מצוות כיבוד אם, און "וילך חרנה" כדי מקיים צו זיין כיבוד אב. און מיט דעם פארשטייט מען אויך דער פסוק פון סוף פרשת תולדות, (קאפיטל כ"ח ז') "וישמע יעקב אל אביו ואל אמו", אז יעקב האט צוגעהערט און געפאלגט סיי דעם באפעל פון זיין טאטוע, און סיי דעם באפעל פון זיין מאמע.
בית הלוי


ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה
פרעגן די מפרשים, פארוואס דארף שטיין "וילך חרנה", עס וואלט גענוג געווען אויב עס וואלט געשטאנען "ויצא יעקב מבאר שבע לחרן" ? דאס ווארט "וילך" איז לכאורה איבריג ?
מען קען דאס פארענטפערן, מיט דעם וואס דער מדרש זאגט, אז רבקה האט געבענשט יעקב פאר ער איז אוועק פון דער היים, מיט דעם פסוק "כי מלאכיו יצוה לך", זאגען די מפרשים פשט אין דעם מדרש, פארוואס רבקה האט פונקט געבענטשט יעקב מיט דעם פסוק, ווייל די סופי תיבות פון די ווערטער "כי מלאכיו יצוה לך" זענען יוה"ך, ווס דאס איז דער שם פאר שמירת הדרך.
לויט דעם איז זייער פארשטענדליך פארוואס די תורה האט געשריבען דאס ווארט "וילך" ווייל אין דעם ווארט "וילך" איז דא די אותיות וי"ך, און די ל' פון דעם ווארט וילך, איז נישט איבריג, ווייל עס וואלט געדארפט שטיין "לחרן", איז דאך די ה' פון דעם ווארט "חרנה" אויך איבריג, האבען מיר יעצט דא די איבריגע אותיות יוה"ך, וואס איז דער שם פון שמירת הדרך. די תורה האט וועגען דעם געשריבען "וילך חרנה" אונז צו לערנען אז עס איז מקויים געווארען די ברכה פון רבקה און עס איז מיט געגאנגען מיט יעקב דער שם פאר שמירת הדרך.
ענליך צו דעם געפונען מיר, עס איז דא א מחלוקת אין די ראשונים, ווי אזוי מען זאל זאגען די ברכה ביי שמונה עשרה פון ברך עלינו. עס זענען דא וואס האלטען אז מען זאל זאגען "על פני האדמה ושבענו מטובה", און עס זענען דא וואס האלטען אז מען זאל זאגען "ושבענו מטובך". זאגט אויף דעם דער עטרת זקנים אין שלחן ערוך אורח חיים סימן קי"ז, אז ביידע נסחאות זענען ריכטיג, נאר עס ווענד זיך, אויב ער איז אין שטאט זאל ער זאגען "על פני האדמה ושבענו מטובה", ווייל אזוי וועט זיין די סופי תיבות פון די ווערטער "על פני האדמה ושבענו מטובה" די שם הוי"ה. טאמער ער איז נישט אין זיין שטאט נאר ער האלט אין מיטען פארען אופן וועג זאל ער זאגען "על פני האדמה ושבענו מטובך", ווייל דעמאלטס וועט זיין די סופי תיבות פון די ווערטער "על פני האדמה ושבענו מטובך", יהו"ך וואס דאס איז די שם פאר שמירת הדרך.
בשם הגאון ר' חיים מוואליזין זצ"ל

ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה
פרעגן די מפרשים, פארוואס זאגט דער פסוק א דאפעלען לשון: "ויצא" און "וילך" ? עס וואלט גענוג געווען אויב עס וואלט געשטאנען "ויצא יעקב מבאר שבע לחרן", אדער "וילך יעקב מבאר שבע לחרן".
ענטפערען אויף דעם די מפרשים, וויבאלד ווען יצחק האט געזאגט פאר יעקב ער זאל גיין קיין חרן, איז יעקב נישט גלייך געגאנגען קיין חרן, נאר ער איז קודם געגאנגען לערנען אין בית מדרש פון שם 14 יאהר, דערנאך איז געגאנגען קיין חרן.
לויט דעם זאגט דער פסוק צוויי באזונדערע זאכען. ערשט איז געווען "ויצא יעקב מבאר שבע" - יעקב אבינו איז ארויס פון באר שבע, אבער ער איז נישט געגאנגען דעמאלטס גלייך קיין חרן. נאר ער איז דעמאלטס געגאנגען צו בית מדרש פון שם ועבר. מיט פערצען יאהר שפעטער איז געווען "וילך חרנה", ערשט דעמאלטס איז יעקב אבינו געגאנגען קיין חרן.
דארף מען לכאורה פארשטיין, פארוואס איז טאקע יעקב נישט געגאנגען גלייך קיין חרן, אזוי ווי זיין טאטע האט איהם באפוילען, פארוואס איז ער געגאנגען קודם לערנען ?
מען קען דאס מסביר זיין מיט דעם וואס די גמרא זאגט אין מסכת קידושין (דף כ"ט ב') אמר רב יהודה אמר שמואל הלכה, נושא אשה ואחר כך ילמוד תורה, א מענשט זאל קודם חתונה האבען, און ווען ער האט שוין חתונה געהאט זאל ער גיין לערנען תורה. פרעגט אויף דעם ר' יוחנן, "רחיים בצוארו ויעסוק בתורה" ?! אויב ער זאל קודם חתונה האבען וועט ער דאך האבען אויף זיך די עול הפרנסה, וועט ער דאך נישט קענען געהעריג לערנען ? וועגען דעם האלט ר' יוחנן, אז קודם זאל א מענטש לערנען, און שפעטער חתונה האבען.
פירט אויס די גמרא, אז שמואל מיט ר' יוחנן קריגען זיך נישט, "הא לן והא להו". איז תוספות מסביר, ר' יוחנן וואס ער איז געווען פון בבל וואס זיי האבען נישט געהאט קיין געלט, ממילא מוזען זיי קודם לערנען, און נאכדעם חתונה האבען. ווייל אויב ער זאל קודם חתונה האבען, וועט ער נישט קענען געהעריג לערנען וועגען דעם עול הפרנסה. שמואל וואס האט געזאגט אז קודם זאל מען חתונה האבען האט גערעדט פון די בני ארץ ישראל, וואס זיי האבען געלט, ממילא קענען זיי קודם גיין חתונה האבען, און עס וועט זיי נישט שטערען די עול הפרנסה פון לערנען.
ווען יעקב איז ארויס פון זיין טאטע'ס הויז האט ער דאך מיט גענומען אסאך געלט, האט ער דאך געקענט גיין גלייך חתונה האבען, און לערנען נאך זיין חתונה. אבער אליפז איז געקומען און האט אלעס אוועק גענומען פון יעקב, איז אויב זאל יעקב קודם גיין חתונה האבען וועט ער דאך נישט קענען נאכדעם געהעריג לערנען, וועגען די עול הפרנסה. וועגען דעם איז יעקב געגאנגען אין בית מדרש פון עבר און געלערענט 14 יאהר, און ערשט נאכדעם חתונה געהאט.
דאס קען זיין די כוונה פון רש"י: "יצא ללכת לחרן" און אנהייב ווען ער האט נאך געהאט געלט איז זיין כוונה געווען צו גיין גלייך קיין חרן, און חתונה האבען. נאר אין מיטען וועג ווען אליפז האט אלעס אוועק גענומען, האט ער זיך געטוישט און איז געגאנגען צו בית מדרש פון עבר לערנען.
דברי מהרי"א

ויפגע במקום
די גמרא זאגט אין מסכת ברכות (כ"ו ע"ב) "אברהם תיקן תפלת שחרית" אברהם האט מתקן געווען די תפלה פון שחרית, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (בראשית י"ט כ"ז) "וישכם אברהם בבקר אל המקום אשר עמד שם", "ואין עמידה אלא תפלה" די ווארט "עמד" (עמידה) מיינט דאווענען; יצחק האט מתקן געווען תפלת מנחה, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (בראשית כ"ד ס"ג) "ויצא יצחק לשוח בשדה" און די ווארט "שוח" (שיחה) מיינט דאווענען; און יעקב האט מתקן געווען תפלת ערבית (מעריב) אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (בראשית כ"ח י"א) "ויפגע במקום" און די ווארט "ויפגע" (פגיעה) מיינט דאווענען.
לכאורה דארף מען פארשטיין, פארוואס ביי אברהם שטייט אז ער האט געדאווענט מיט די לשון "עמידה", ביי יצחק שטייט די לשון פון "שיחה", און ביי יעקב שטייט די לשון פון "פגיעה" ?
נאר אברהם האט געהאלטען, אז נאר ווען א מענטש מאכט די ריכטיגע הכנה, און ער "שטעלט" זיך דאווענען מיט א געהעריגע כוונה דעמאלטס וועט זיין תפלה אנגענומען ווערען אין הימל. דעריבער שטייט ביי אברהם דער לשון "עמידה" - זיך אוועקשטעלן דאווענען. יצחק האט אבער געזעהן, אז נישט יעדער מענטש קען זיך אוועק שטעלן פאר דער אויבערשטער מיט די ריכטיגע כוונה אזוי ווי עס דארף צו זיין, האט יצחק אויסגעבעטן ביי השם יתברך, אז ווען דער מענטש וועט נאר שמועסן מיט'ן אויבערשטער, זאל זיין תפלה אויך אנגענומען ווערען. דעריבער שטייט ביי יצחק דער לשון "שיחה" - שמועסן.
יעקב אבינו האט אבער געזעהן, אז די אידישע קינדער, אין די שפעטערדיגע דורות, וועלען אפילו נישט קענען געהעריג דאווענען אפילו אויף די אופן פון "שיחה" - האט יעקב אויסגעבעטען אז גלייך ווי דער מענטש וועט זיך "באגעגענען" - ער וועט אפילו נישט אנהויבען צו בעטען, ער וועט זיך נאר באגעגענען צו השם יתברך, ווייל ער וויל דאווענען, זאל דאס אויך אנגענומען ווערען. דעריבער שטייט דער לשון "פגיעה" - באגעגענען.
דברי מהרי"ד

אכן יש ה' במקום הזה
ואנכי לא ידעתי
רש"י איז מסביר דעם פסוק, אז דערפאר האט יעקב געזאגט: "ואנכי לא ידעתי" - ווייל ווען ער וואלט געווען געוואוסט, אז אויף דעם פלאץ איז דא א השראת השכינה, וואלט ער אויף דעם דאזיגען מקום קדוש נישט געשלאפען.
מען קען אפשר זאגען, אז וועגען דעם האט יעקב אבינו געזאגט "ואנכי לא ידעתי", מיט דעם וואס די גמרא זאגט אין מסכת ברכות (נ"ה ע"ב) "אין מראין לו לאדם אלא מהרהורי לבו" אז מען ווייזט נישט פאר א מענטש א חלום, נאר פון וואס ער טראכט, איז רש"י דארט מסביר "מה שהוא מהרהר ביום" דאס וואס א מענטש טראכט ביי טאג, פון דעם חלום'ט ער ביינאכט. און די גמרא ברענגט דארט א ראי' צו דעם, ווייל א מענטש האט נאך קיינמאהל נישט געחלומ'ט אז ער האט געזעהן א עלעפאנט, וועלכער גייט אריין אין א לעכעל פון א נאדל, ווייל אין אזא זאך, וואס איז בכלל נישט מעגליך, קלערט נישט א מענטש פון דעם ביי טאג, ממילא חלומ'ט ער נישט וועגען דעם ביינאכט.
דאס קען זיין פשט אין פסוק, "ויקץ יעקב משנתו ויאמר - אכן יש ה' במקום הזה" יעקב האט זיך אויפגעכאפט פון שלאף און ער האט געזאגט אז עס איז דא אויף דעם פלאץ א השראת השכינה. טאמער וועט מען וועלען זאגען אז עס איז נישט אמת, ווייל די גאנצע זאך איז נאר א חלום, "ואנכי לא ידעתי" איך האב קיינמאהל נישט געוואוסט וועגען דעם, דעריבער האב איך קיינמאהל נישט געטראכט ביי טאג וועגען די דאזיגע זאך, אויב אזוי קען נישט זיין אז דאס איז נאר א חלום, נאר עס איז אמת אז "יש ה' במקום הזה".
חנוכת התורה


הן עוד היום גדול לא עת האסף המקנה
לכאורה איז שווער, אויב דער מנהג פונעם פלאץ איז געווען איינצוזאמלען אלע סטאדעס צו די ברין, פארוואס האט יעקב געוואלט טוישן זייער מנהג ? און אפילו אויב זייער מנהג איז נישט געווען איינצוזאמלן די שאף אינמיטן טאג, צו וואס האט ער געדארפט זאגען "עוד היום גדול" ? יעדער האט דאך געזעהן אז דער טאג איז נאך לאנג. ער האט זיי געדארפט נאר פרעגן אין קורצן פארוואס האט איר אזוי פרי איינגעזאמלט די שאף ?
דער תירוץ איז, אז די פאסטעכער פלעגן טאקע נישט איינזאמלן די שאף אינמיטן טאג נאר פארנאכטס, פאר עס ווערט טונקל. נאר וויבאלד א טאג פריער ווען יעקב אבינו איז אנגעקומען צום הר המוריה איז דאך די זון פלוצלינג אונטער געגאנגען, כדי ער זאל דארט שלאפן, און דעמאלס האבען די פאסטעכער געמוזט אהיים ברענגן די שאף ווען עס איז שוין געווען נאכט, דעריבער האבן זיי דעם אנדערן טאג געמיינט אז די זון וועט נאכאמאל אונטערגיין פאר די צייט, וועגען דעם האבען זיי היינט געוואלט אהיים גיין ווען עס איז נאך טאג. צוליב דעם האט זיי יעקב געזאגט "הן עוד היום גדול" אז דער היינטיגער טאג איז נאך גרויס און די זון וועט נישט אונטער גיין פאר די צייט, דארפט איהר נאך נישט איינזאמלען די שאף.
דברי ישראל


הן עוד היום גדול
יעקב אבינו האט געזאגט צו די פאסטעכער, "הן עוד היום גדול לא עת האסף המקנה" מיר ווייסען אז די אותיות "ה" און "נ" זענען אבגעריסען און לאזען זיך נישט מיט קיינעם פעראייניגען - למשל: א' מיט ט' איז צעהן, ב' מיט ח' איז צעהן, ג' מיט ז', ד' מיט ו' זענען צעהן - אבער די אות ה' שטייט באזונדער און האט נישט צו זיך קיין פאהר עס זאל ווערען צעהן.
דאס זעלבע איז מיט די אות נ': י' מיט צ' איז הונדערט, כ' מיט פ', ל' מיט ע' זענען הונדערט און אזוי ווייטער, אבער די אות נ' האט נישט קיין פאהר עס זאל ווערען הונדערט.
דאס האט יעקב געזאגט "הן" אזוי לאנג ווי מען וועט זיך אויפפירען ווי די אותיות "הן" - אפגעזינדערט איינער פון דעם אנדערן, איז "עוד היום גדול", וועט נאך די גלות זיין זייער גרויס, "לא עת האסף המקנה" עס איז נאך נישט דער צייט אז השי"ת זאל איינזאמלען זיינע שעפלעך די כלל ישראל.
אבער אויב מיר וועלען זיך פארנעמען זיך צו פירען איינער מיט'ן צווייטע מיט שלום און אחדות איז צו האפען אז מיר וועלען בקרוב זוכה זיין צו ביאת משיח.
ר' נפתלי ראפשיצער זי"ע

השמר לך פן תדבר עם יעקב מטוב עד רע
דער אויבערשטער האט געזאגט פאר לבן, ער זאל זיך היטען צו רעדען מיט יעקב סיי גוטס און סיי שלעכטס. דארף מען לכאורה פארשטיין, בשלמא ער זאל נישט רעדען קיין שלעכטס קען מען פארשטיין. אבער פארוואס זאל ער נישט רעדען קיין גוטס מיט יעקב ?
מען קען דאס מסביר זיין, מיט דעם וואס דער מדרש זאגט, אז וועגען דעם איז רבקה געווען א עקרה, כדי מען זאל נישט זאגען אז וועגען דעם איז רבקה געהלפען געווארען מיט קינדער, דורך די ברכה וואס זי האט באקומען פון איהר ברודער לבן, וואס האט איהר געבענטשט מיט די ברכה "אחותינו את היי לאלפי רבבה" - דו זאלסט זיין צו טויזענטע און צעהן טויזענטע.
קומט אויס לויט דעם, אז א ברכה פון לבן ברענגט נישט קיין גוטס, נאר פונקט פארקערט, עס ברענגט שלעכטס. וואס צוליב די ברכה פון לבן איז רבקה געווען א עקרה. מיט דעם פארשטייט מען שוין זייער גוט פארוואס דער אויבערשטער האט געזאגט פאר לבן ער זאל נישט רעדען קיין גוטס צו יעקב. ווייל פון דיין גוטס, קומט גאר ארויס שלעכטס.
טעם מן

ביום אכלני חרב וקרח בלילה
מען קען מסביר זיין דעם פסוק, מיט דעם וואס די גמרא זאגט אין מסכת עבודה זרה (דף ג' ע"ב) "הכל בידי שמים חוץ מצנים ופחים", אלעס וואס גשעהט צו א מענטש איז פון הימל, אויסער דאס וואס א מענטש ווערט פארקילט אדער ער באקומט היץ.
פרעגט אויף דעם תוספות א סתירה (ד"ה שומר נפשו ירחק מהם), ווייל די גמרא זאגט דאך אין מסכת ברכות (דף נ"ג ע"ב) "הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים", אלעס איז פון הימל אויסער יראת שמים, דאס ווענדט זיך אין דעם מענטש. ווייל יעדער מענטש האט זיך זיין אייגענע בחירה. ווי אזוי קען שטימען די ביידע, אדער איז אלעס מן השמים אויסער היץ און פארקילונג - אדער איז אלעס מן השמים אויסער יראת שמים ?
עס זענען דא וואס פארענטפערן תוספות קשיא, אז עס איז בכלל נישט דא קיין סתירה, ווייל צנים ופחים (פארקילונג און היץ) און יראת שמים זענען די זעלבע זאך.
ווייל דער דרך פון דער יצר הרע איז, ווען עס קומט צו טוהן א עבירה, מאכט דער יצר הרע די עבירה אזוי זיס אז דער מענטש טוט עס מיט א פלייס און ווארעמקייט. אבער ווען עס קומט צו טוהן א מצוה, דעמאלטס מאכט דער מענטש די מצוה מיט א קאלטקייט און אהן א חשק.
דאס קען זיין פשט אין די גמרא, א איד דארף אייביג וואוסען אז ווען עס קומט צו טוהן א מצוה דארף מען עס טוהן מיט א ברען און התלהבות - אבער ווען עס קומט חלילה צו א עבירה דארף מען זיין פויל און קאלט דערצו, כדי נישט צו טוהן די עבירה. דאס מיינט די גמרא - הכל בידי שמים חוץ "מצנים" - קאלט, צו אן עבירה. "ופחים" ווארעם צו א מצוה. קומט אויס, אז צנים ופחים מיינט מען נישט ווען דער גוף פון דער מענטש איז נישט געזונט און ער פארקילט זיך אדער ער האט היץ. נאר מען מיינט זיין חלק הרוחני ווי אזוי ער פירט זיך אויף ווען ער טוט א מצוה - אדער ח"ו א עבירה. איז דאס שוין די זעלבע ווי הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים, איז מיט דעם שוין פארענטפערט תוספות קשיא.
מיט דעם קען מען זאגען פשט אין די ווערטער פון יעקב - "הייתי ביום אכלני חורב" - ווען עס איז מיר געקומען צו טוהן א מצוה - וואס דאס ווערט אנגערופען יום - בין איך געווען "חורב" - מיט א ברען און א ווארעמקייט. "וקרח בלילה" - און א עבירה וואס איז פינסטערניש (לילה) בין איך געווען "קרח" קאלט ווי אייז.
און דו זאלסט נישט מיינען, אז איך האב זיך סתם ארום געדרייט ליידיג, וואס אויף דעם ווערט געזאגט (מגן אברהם סוף סימן תקפ"ג) "כל היושב בטל כישן דמי", ווען איינער זיצט ליידיג, נישט ער לערנט, נישט ער דאווענט, נאר פארברענגט מיט שטותים און דברים בטלים, ווערט עס פאררענכענט ווי ער וואלט געשלאפען. נאר "וַתִּדַּד שְׁנָתִי מֵעֵינָי", עס איז פארוואגלט געווארען מיין שלאף פון מיינע אויגען. איך האב שטענדיג אויפגעטוהן מיט דער צייט עפעס פאר עבדות השי"ת.
נר ישראל
להרה"ק מרוזין זצ"ל
לעצט פארראכטן דורך זיידעניו אום זונטאג נאוועמבער 30, 2008 3:41 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

קפצה לו הארץ


מיר האבען שוין געלערנט אין פרשת חיי שרה, ווען אליעזר עבד אברהם איז געפארען קיין חרן צו געפונען א ווייב פאר יצחק, האט אליעזר געהאט קפיצת הדרך און ער איז אנגעקומען קיין חרן דעם זעלבען טאג וואס ער איז ארויס געפארען.

אזוי אויך לערנען מיר אין די פרשה, ווען יעקב האט געזאגט "איך בין דורך געגאנגען דעם בארג המוריה, און איך האב זיך נישט אפגעשטעלט צו דאווענען דארט ! האט יעקב אבינו באשלאסען צוריק צו גיין, האט דער אויבערשטער געמאכט א נס אז דעם בארג המוריה איז געקומען אקעגען יעקב.

די גמרא אין מסכת סנהדרין דף צ"ה ע"א רעכענט אויס נאך א דריטער מענטש וואס האט זוכה געווען צו דעם נס פון אנקומען אין א ווייטן פלאץ אין א קורצער צייט, דאס איז געווען די גענעראל פון דוד המלך - "אבישי".

איינמאל ווען דוד המלך איז געגאנגען שפאצירען אין דעם דארף שְׂכַר בִּזָאִי, איז געקומען דער שטן און האט זיך פארשטעלט פאר א הערש, האט דוד געשאסען א פייל צו פאנגען דעם הערש, אבער דער פייל האט נישט געכאפט דעם הערש, און דער הערש איז אלע מאהל געלאפען ווייטער און ווייטער און דוד האט זיך נאך איהם נאך געיאגט ווייט, ביז ער איז נאך דעם הערש אריין געצויגען געווארען אין לאנד פלשתים.

ביי די אלע מלחמות וואס זענען פארגעקומען צווישען די אידען און די פלשתים, זענען געווען די הויפט קעמפער צווישען די פלשתים פיר ברידער וואס זענען געווען ריזן, קינדער פון איין מאמע וואס איהר נאמען איז געווען "הרפה". ווען דוד איז יעצט אריין געקומען קיין פלשתים האט דוד פלוצלונג באגעגענט איינע פון די פיר ריזן מיט דעם נאמען "ישבי", (א ברודער פון דעם ריז גלית, וועם דוד האט שוין געהרג'עט).

אין יענעם טאג איז ישבי ארויס צום ערשטען מאל אין דער מלחמה און ער האט באנייט זיינע מלחמה קליידער. דער מנהג איז געווען אז דער וואס באנייט זיינע מלחמה קליידער דארף אין דעם טאג ארויס ווייזען א גרויסע גבורה, און צו באזיגען דעם שונא, וועגען דעם האט ישבי זיך געוואלט פארמעסטען קעגען דוד, און אזוי וועט ער קענען דערגרייכען דעם גרעסטען נצחון, און גערעכענט ווערען פאר א העלד.

ווען ישבי האט באמערקט דוד, האט ער געזאגט "דא איז דאך דער וואס האט גע'הרג'עט מיין ברודער גלית". האט ישבי אנגעכאפט דוד און איהם געלייגט אונטער א ברעט אויף וואס מען טוט אויסקוועטשען איילבירטן, און ער האט זיך ארויף געזעצט אויף די ברעט אז דוד זאל ווערען צוקוועטשט. איז אבער געשעהן א נס, אז די ערד אונטער דוד איז ווייך געווארען, און עס איז גארנישט געשעהן צו דוד המלך.

אבער דוד המלך איז נאך אלס נישט געראטעוועט געווארען פון די הענט פון ישבי, און דוד האט א זאג געטוהן, "הלואי וואלט איינער פון מיינע נאנטע מענטשען דא געווען !

דעם טאג איז געווען ערב שבת, און אבישי בן צרויה האט זיך געהאלטען אין מיטען וואשען לכבוד שבת, און פלוצלונג האט ער געזעהן אז די וואסער מיט וואס ער וואשט זיך זענען דא פלעקען פון בלוט. האט אבישי געטראכט "דאס איז א צייכען פון אויבערשטער אז עפעס איז נישט אין ארדענונג" {לויט א צווייטער מיינונג - איז א טויב געקומען פליען פאר אבישי, און די טויב האט געברומט און געקלאגט. האט אבישי געזאגט "כנסת ישראל איז צוגעגליכען צו א טויב, עס מוז זיין אז דוד וואס ער איז דער קעניג פון די אידען געפינט זיך יעצט אין א צרה".

איז אבישי שנעל געלאפען צום פאלאץ פון דוד, און ער האט איהם נישט דארט געפונען. איז אבישי געלאפען אין בית המדרש, און אויך דארט האט ער נישט געפונען דוד. האט אבישי גענומען די אייזל פון דוד און איז געפאהרען קיין פלשתים. (כאטש מען טאר נישט רייטן אויפן קעניגס אייזל, איז אבישי אבער געגאנגען אין בית המדרש פרעגען וואס איז אבער דער דין ווען עס איז א סכנה ? האט מען מען איהם גע'פסק'נט אז אין א פאל פון א סכנה, ווייל ער גייט יעצט ראטעווען דעם קעניג'ס לעבען מעג מען). און דורך א נס האט אבישי געהאט קפיצת הדרך און איז אנגעקומען אין לאנד פלשתים זייער שנעל.

אזוי ווי אבישי איז אנגעקומען קיין פלשתים, האט ער געטראפען ישבי'ס מאמע הרפה, ווי זי זיצט און נייט און שפינט קליידער. ווען זי האט באמערקט דעם אידישען גענעראל אבישי, האט זי געווארפען אויף איהם דעם גרויסען האלץ וואס זי האט גענוצט צו שפינען, כדי איהם צו הרג'ענען. אבער דער שטאנג האט איהם נישט געטראפען. האט הרפה זיך געמאכט ווי זי איז אומשולדיג, אז עס איז נאר געשעהן דורך א טעות, און זי זאגט צו אבישי, "יונגערמאן - זייט אזוי גוט און דערלאנגט מיר דעם האלץ וואס איז אראפגעפאלען". האט אבישי צוריק געווארפען דעם האלץ אין קאפ פון הרפה, און איהר גע'הרג'עט.

ווען ישבי האט באמערקט אז אבישי איז אנגעקומען צו העלפען דוד, האט ישבי אנגעכאפט דוד און איהם ארויף געווארפען אין דער לופט, און ישבי האט אריין געשטעקט זיין שפיז אין דער ערד אונטער דוד, כדי דוד זאל אראפ פאלען אויפן שפיז, און גע'הרג'עט ווערען. ווען אבישי האט דאס געזעהן, האט ער געשריגען געוואלד ! דוד וועט דאך גע'הרג'עט ווערען - האט אבישי שנעל ארויס געזאגט איינע פון די הייליגע נעמען פון אויבערשטער, און דוד איז געבליבען אין די לופט צווישען הימעל און ערד. דערנאך האט אבישי געזאגט נאך א הייליגע נאמען פון אויבערשטער, און דוד איז געפאלען נעבען אבישי.
דוד מיט אבישי האבען אנגעהויבען צו אנטלויפען, און ישבי האט זיי נאך געיאגט. אינמיטען לויפען האבען זיי זיך צוריק אויסגעדרייט צו ישבי כדי זיך צו שלאגען קעגען איהם, און זיי האבען געזאגט צו ישבי "גיי און זעה ווי דיין מאמע הרפה ליגט טויט" ! ווען ישבי האט דאס געהערט איז ער אפגעשוואכט געווארען און איז געווארען צעמישט, און זיי האבען זיך געשטארקט איבער איהם, און זיי האבען גע'הרג'עט ישבי.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער נביא ישעי' זאגט אין קאפיטל נ"ח (פסוק י"ג) "אם תשיב משבת רגלך" אויב דו וועסט צוריק קערען דיינע פיס פון וועגען שבת - דו זאלסט נישט גיין מער ווי מען מעג - און דו וועסט דיך אויך צוריק קערען "עשות חפציך ביום קדשי" פון צו טוהן דיינע זאכען אין מיין הייליגען טאג, "וקראת לשבת ענג" דו וועסט רופען דעם שבת א טאג פון תענוג וכו' ... דעמולטס זאגט דער נביא (פסוק י"ד) "והאכלתיך נחלת יעקב אביך" וועסטו עסען די נחלה פון דיין טאטע יעקב וכו' ....

זאגט אויף די גמרא אין מסכת שבת (דף קי"ח ע"א) רבי יוחנן האט געזאגט אין נאמען פון רבי יוסי, דער וואס טוט זיך מענג זיין אין שבת, ער האט פארגעניגען שבת פון עסען און טרינקען און אנדערע זאכען, וועט איהם דער אויבערשטער געבען א נחלה אן א גרעניץ און אן א סוף, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק "אז דו וועסט האבען פארגעניגען פון דעם שבת וואס דער אויבערשטער האט באפוילען - וועט מען דיר געבען עסען די נחלה פון דיין טאטע יעקב". נישט אזוי ווי אברהם וואס ביי איהם שטייט (בראשית י"ג פסוק י"ז) "קום התהלך בארץ לארכה ולרחבה" - האט מען צוגעזאגט פאר אברהם נאר די לאנד, און נישט קיין אנדערע לענדער. און נישט אזוי ווי יצחק וואס ביי איהם שטייט (בראשית כ"ו פסוק ג') "כי לך ולזרעך אתן את כל הארצות האל" - האט דער אויבערשטער נאר צוגעזאגט נאר די אלע לענדער, אבער נישט מער. נאר אזוי ווי דער אויבערשטער האט געזאגט פאר יעקב (בראשית כ"ח פסוק י"ד) "ופרצת ימה וקדמה וצפונה ונגבה".

אויך זאגט דארט די גמרא, עס שטייט א פסוק (תהלים ל"ז פסוק ד') "והתענג על ה'" - אז דו וועסט האבען פארגעניגען ווייל דו פארלאזט זיך אויף דער אויבערשטער, דעמולטס וועט זיין "ויתן לך משאלות לבך" וועט דיר דער אויבערשטער געבען די פארלאנגען פון דיין הארץ. איך ווייס אבער נישט פון וועלכען פארגעניגען דער פסוק מיינט - אבער אז איך געפון דעם פסוק "וקראת לשבת ענג" דו זאלסט רופען א פארגעניגען צו שבת, ווייסען מיר שוין אז דער פסוק מיינט אז דו וועסט האבען פארגעניגען פון שבת. וועגען דעם האט רב יהודה נאכגעזאגט אין נאמען פון רב, אז דער וואס איז מענג דעם שבת, געבט מען איהם אלעס וואס זיין הארץ פארלאנגט.

כאטש דער מענטש דארף שטענדיג אכט געבען ער זאל נישט אויסגעבען צופיל געלט, אבער וועגען די געלט וואס ער געבט אויס לכבוד שבת דארף מען נישט וועגען דעם זארגען אז דאס וועט איהם פאראראעמען. אזוי ווי די גמרא זאגט מסכת ביצה (דף ט"ז) אז דער מענטש זאל נישט אויסגעבען צופיל געלט, ווייל ראש השנה ווערט אין הימעל באשטימט וויפיל געלט ער זאל פארמאגען דעם קומענדיגען יאהר, און אויב ער וועט אויסגעבען צופיל געלט וועט ער פארארעמט ווערען, ווייל ער וועט דאך נאר פארדינען אזויפיל וויפיל עס איז איהם באשטימט געווארען.

עס איז אבער אנדערש מיט די אויסגאבען וואס א מענטש געבט אויס געלט פאר שכר לימוד, און אויף שבת און יום טוב. ווייל אפילו ער זאל אויס געבען אסאך געלט וועט איהם דער אויבערשטער דאס צוריק צאהלען.

די גמרא אין מסכת שבת דף קי"ט ע"א ברענגט אראפ עטליכע מעשיות פון אמוראים ווי זיי האבען אויס געגעבען אסאך געלט לכבוד "עונג שבת". מיר וועלען שרייבען אפאהר פון זיי:

די גמרא דערציילט אז רבה בר רב הונא איז געקומען אויף שבת צו רבה בר רב נחמן. האט מען סערווירט די געשמאקסטע מאכלים, צוגעגרייט טאקע ווי דאס פאסט פאר אזא געהויבענעם גאסט. דער גאסט רבה בר רב הונא, איז געווען איבערראשט, ווייל ער איז געקומען אומפאראויס געמאלדן, האט ער זיך געוואונדערט ווי אזוי זיי האבען געוואוסט צוצוגרייטען פאר זיינעטוועגען די פיינע מאכלים אין אזא קורצע צייט פאר שבת.

האט רבה בר רב הונא געפרעגט פארוואונדערט צו רבה בר רב נחמן "האט איר געוואוסט פון מיין קומען, אז איר האט שוין צוגעגרייט די מאכלים פון פריער"? האט ער איהם געענטפערט: "ביסטו דען בעסער ביי אונז ווי שבת - מיר האבען נישט געוואוסט אז דו וועסט קומען - מיר האבען דאס אלעס צוגעגרייט פאר א גאסט וואס מיר האבען שוין באקומען, דאס איז דער הייליגער "שבת", אויף יענעם גאסט האבן מיר זיך שוין יא געראכטען, און די געשמאקע מאכלים האבען מיר צוגעגרייט לכבוד שבת קודש".

אויך דערציילט דארט די גמרא, אז ר' אבא פלעגט איינקויפען פלייש לכבוד שבת, פון (13) דרייצן קצבים (פלייש געשעפטען), כדי ער זאל האבען א גרעסערען אויסוואל פון וואס אויסצוקלויבען דאס בעסטע פלייש אויף די שבת'דיגע סעודות. און ער פלעגט אנגרייטען דאס געלט ביי די טיר, אז ווען די קצבים זענען געקומען פלעגט ער זאגען פאר זיי, איילט אייך צו געשווינט און פארקויפט אייערע פלייש, כדי מען זאל נאך האבען גענוג צייט עס פארטיג צו מאכען לכבוד שבת, מען זאל חלילה נישט צו קומען צו חילול שבת. און פאר זיינע באדינערס פלעגט ער אויך זאגען זיי זאלען דאס שנעל צוגרייטען, מען זאל חלילה נישט צו קומען מחלל שבת זיין.

די גמרא פרעגט דארט אין וואס פאר א זכות זענען רייך די אידן פון די לענדער וואס קענען נישט מקיים זיין די מצוה פון מעשר'ן די פירות, וואס די מצוה האט א ספעציעלע סגולה צו מאכען רייך די וואס זענען מקיים די מצוה ? ענטפערט די גמרא, אין זכות וואס מען איז מכבד דעם שבת ווי עס ברויך צו זיין, מיט חשוב'ע קליידער מיט בעסערע מאכלים פון א גאנצע וואך. מען פראבירט נישט צו שפארען געלט אויפן חשבון פון שבת, אין דעם זכות העלפט השי"ת אז זיי זאלען רייך ווערן.

ברענגט אויף דעם די גמרא א מעשה, ר' חייא בר אבא האט דערציילט אז ער איז אמאל געווען צו גאסט אויף שבת אין די שטאט לודקיא ביי א רייכען בעל הבית און מען האט אריינגעברענגט פאר איהם א הערליכן גאלדענעם טיש וואס זעכטצען מענטשען האבען עס געדארפט טראגען, און זעכצן זילבערנע קייטן האבען געהאנגען ארום דעם טיש אנגעלאדענט מיט פיל ערליי טעלער, בעכערס, קריגלעך, פון גאלד און זילבער, אנגעפילט מיט אלע ערליי מאכלים, געטראנקען, פשרשמעקט מיט שמעקעדיגע בשמים, וואס אזא רייכקייט האט ער נאך נישט געזעהן.

ווען די מענטשן האבען אוועקגעשטעלט דעם טיש האט מען געזאגט דעם פסוק "לה' הארץ ומלואה", פאר השי"ת געהערט די וועלט מיט אלעס וואס איז אויף די ערד. ווען מען האט גענדיגט די סעודה, ווען די מענטשן האבן אוועקגעטראגען דעם טיש האבען זיי געזאגט: "והארץ נתן לבני אדם". האב איך געפרעגט: "זאג מיר נאר מיין קינד אין וועלכען זכות האסטו זוכה געווען צו דעם גרויסען רייכטום". האט ער מיר דערציילט אז ער איז געווען אן איינפאכער פלייש האקער. און ער האט זיך געפירט אויב ער האט געקויפט א שיינע גוטע פעטע בהמה, האט ער געזאגט אז דאס לייגט מען אוועק "לכבוד שבת", האב איך איהם געענטפערט "וואויל איז דיר אז דו האסט זוכה געווען דערצו, - דער שבת בלייבט נישט שולדיג פאר קיינעם, ער האט דיר גוט באצאהלט".
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה (כח-י) די ווערטער "ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה" זענען ראשי תיבות, ו'יצא י'עקב צ'דיק א'ז י'שא ע'שו ק'ולו ב'בכי, מ'יד ב'א א'ליפז ר'שע ש'הוא ב'ן ע'שיו ו'יתן י'עקב ל'ו כ'ל ח'ילו ר'ק נ'שאר ה'מקל. דאס מיינט יעקב הצדיק איז ארויסגעגאנגען, דעמאלס האט עשיו אויפגעהויבן זיין קול מיט א געוויין, באלד איז אליפז הרשע געקומען, וואס ער איז דער זון פון עשיו, און יעקב האט איהם געגעבן זיין גאנצע פארמעגן, און עס איז נאר איבערגעבליבן זיין שטעקן.
(ר' יודא אסאד)

והנה סלם מצב ארצה (כח-יב) סלם איז ראשי תיבות "סעודת ליוי מלכא" די סעודת מלוה מלכה איז "מצב ארצה" מענטשן קוקן דאס נישט אהן ווייל מען מיינט אז עס איז נישט קיין גרויסע זאך אבער באמת איז "וראשו מגיע השמימה" זיין שפיץ און גרויסקייט דערגרייכט ביזן הימל.
מצב ארצה (שם) מצב ארצה. איינער וואס האלט זיך קליין צום ערד "וראשו מגיע השמימה" דערגרייכט זיין גרויסקייט ביזן הימל, און ער איז זוכה אז "והנה ה' נצב עליו" די שכינה רוהט אויף איהם
(אורח לחיים)

והנה מלאכי אלקים עולים ויורדים בו. (שם) ווער האט עם דערווייל אפגעהיטן אין די צייט וואס די ערשטע מלאכים זענען געווען אין הימל און די אנדערע מלאכים זענען נאכנישט אראפגעקומען. שטייט ווייטער "והנה ה' נצב עליו" זאגט רש"י "לשמרו" איהם צו היטן ווייל דער מלאך איז נאך נישט אראפגעקומען.
(רבי ר' העשיל זי"ע)

ויקץ יעקב משנתו. (כח-טז) יעקב האט זיך פארעקלט פון זיין שלאף
(אמרי חיים)

אכן יש ה' במקום הזה ואנכי לא ידעתי (שם) יעקב אבינו האט געוואוסט אז מ'קן דינען דעם אייבערשטן מיט לערנען תורה, ווי ער האט געטוהן פערצן יאהר בבית עבר, אבער אז ,אכן יש ה' במקום הזה" מ'קן דינען דעם באשעפער אפילו אויף די פלאץ מיט שלאפן דאס ,ואנכי לא ידעתי" האב איך נישט געוואוסט
(אוהב ישראל)

ויספר ללבן את כל הדברים האלה (כט-יג) די ווערטער "את כל הדברים האלה" זענען ראשי תיבות, א'ל ת'תמה כ'י ל'א ה'באתי ד'בר, ב'רכוש ר'ב י'צאתי מ'ביתי, ה'לך א'ליפז ל'קח ה'כל. דאס מיינט, זאלסט זיך נישט ווינדערן אז איך האב נישט געברענגט קיין זאך, מיט א גרויס פארמעגן בין איך ארויס פון מיין הויז, איז אליפז געגאנגען און אלעס צוגענומען)
(ר' יודא אסאד)

וילך חרנה, (שם) זאגט רש"י יצא ללכת לחרן, לכאורה שטייט דאך אין רש"י סוף פרשת תולדות (כח-ט) אז יעקב איז ערשט געוועהן פערצן יאר בבית עבר, פארוואס איז ער נישט גלייך געגאנגען צו חרן חתונה האבן? נאר די גמרא זאגט אין קידושין דף כט: [לויט די פשט פון תוספות בשם רבינו תם] אז איינער וואס האט געלט קען ערשט חתונה האבן און נאכדעם לערנען תורה, אבער איינער וואס האט נישט קיין געלט, וועט ער דאך נישט קענען לערנען נאך די חתונה, זאל ער קודם לערנען תורה, און נאכדעם חתונה האבן. ווען יעקב איז ארויס פונ'ם טאטע'ס הויז האט ער געהאט געלט, האט ער געוואלט גיין קיין חרן חתונה האבן אין דערנאך לערנען, אבער אויפן וועג האט דאך אליפז אלעס צוגענומען האט ער געדארפט קודם גיין לערנען תורה און נאכדעם חתונה האבן.
(חיד"א בשם מהר"ם כהן)

השמר לך פן תדבר עם יעקב מטוב עד רע (לא-כד) פארוואס האט לבן געזאגט "מטוב עד רע", ממילא "עד רע, אבער פארוואס זאל ער נישט זאגן קיין גוטס? זאגט דער הייליגער כתב סופר אזוי. עס ווערט געברענגט אז פארוואס זענען די אמהות געווען עקרות, כדי אז מען זאל נישט זאגן אז פון די ברכה פון לבן, וואס ער האט אנגעוואונטשן "אחתינו את היי לאלפי רבבה" זענען זיי געהאלפן געווארן. אזוי וועלן זיי אליין דארפן מתפלל זיין און דער אייבערשטער וועט זיי העלפן אין זייער אייגענע זכות. וועגן דעם האט דער אייבערשטער געזאגט צו לבן: "רעד נישט צו יעקב אפילו קיין גוטע זאכן, ווייל קוק וואס עס איז געווארן פון דיין ברכה צו די מאמע רבקה, אז די אמהות זענען פון דעם געווארן עקרות.
(שמעתי)

ויחלום והנה סולם מצב ארצה וראשו מגיע השמימה... עולים ויורדים בו. דער ווארט "סולם" איז בגמטריה 136 וואס דאס איז דער זעלבע גמטרי' פון דעם ווארט "ממון". דער סולם דאס מיינט דער ממון איז אמאהל טאקע "מצב ארצה" עס איז טאקע גשמיות אבער "ראשו מגיע השמימה" מען קען אויפטוהן דערמיט צדקה און גמילת חסדים, אבער עס איז "עולים ויורדים" אויב מען נוצט די געלט אויף גוטע זאכן איז "עולים" אבער אויב נישט איז "יורדים בו".
(בעל שם טוב)

וישכב במקום ההוא.. והנה ה' נצב עליו. ערשט נאכדעם וואס מען איז בבחינת "וישכב במקום" דאס הייסט "בשפלות" ערשט דעמאלס קען מען אנקומען צו די מצב פון השראת השכינה.
(רבי יעקב יוסף מפולנאה, בעל התולדות)

אין זה כי אם בית אלקים וזה שער השמים. חז"ל זאגן (שבת לא) "חבל על דלית ליה דרתא, ותרעא לדרתא עביד" דאס מיינט, וויי איז צו ווער עס האט נישט קיין הויז און א טויער צו דעם הויז מאכט ער, דאס מיינט אז ער האט תורה אהן יראה. פון דא זעהן מיר אז תורה איז א טויער צוצוקומען צו יראת שמים. האט יעקב אבינו געזאגט "מה נורא המקום הזה" איך זעה אז איך האב זוכה געווען צו יראת שמים קומט אויס אז "אין זה כי אם בית אלוקים" דאס איז דער הויז, "וזה" און די תורה וואס איך האב שטענדיג געלערנט "שער השמים" דאס איז געווען די טוער אנצוקומען צו די הויז.
גנוב הוא אתי...ויאמר לבן הן לו יהי כדבריך (ל-לג-לד) ווי באקאנט טרפן מיר אז רשעים זוכן אייביג אויס עוולות ביי ערליכע יודן און זאגן "אה!! איך האב געכאפט דער ערליכע יוד מיט אן עוולה" און אזוי ווילן זיי זיך צודעקן זייער שאנד. דאס האט דער רשע לבן דא געזאגט "הן-אה!! הלואי זאל איך דיר שוין כאפן ביי אן עוולה פון גניבה.
(חתם סופר)

הן עוד היום גדול לא עת האסף המקנה (כט-ז) איז שווער פארוואס האט זיי יעקב געדארפט אויסלערנען אז ווען עס איז נאך טאג נעמט מען נאכנישט צוזאמען די שאף? נאר ווייל נעכטן איז די זוהן אונטער געגאנגען פרי כדי יעקב זאל נעכטיגן ביי די הר המוריה, האבן די פאסטעכער געמיינט אז אויך היינט וועט די זוהן אונטער גיין פרי האבן זיי שוין געוואלט צוזאמען נעמען די שעף, האט זיי יעקב געזאגט: "היינט איז נישט ווי כעכטן, היינט ווערט נאכט געהעריג, איר קענט ווייטער פאשן די שאף.
הר"ר יונתן אייבשיץ)

הן עוד היום גדול לא עת האסף המקנה (שם) דער הייליגער ר' מאיר'ל פרעמישלאן זי"ע האט אזוי מתפלל געווען צום רבוש"ע: "רבונו של עולם, "לא עת האסף המקנה" אויב עס איז נאכנישט די צייט צוזאמען צו נעמען דיינע שעפעלעך פון גלות "השקו הצאן ולכו רעו" כאטש דערווייל טרענק זיי אן זיי זאלן האבן פרנסה בריוח.
ויאהב גם את רחל מלאה (כט-ל) "ויאהב גם את רחל" יעקב האט ליב געהאט רחל "מלאה" ווייל זי האט איבער געגעבן די סימנים פאר לאה, און געזעהן אז זי האט אזעלכע גוטע מעשים.
(אלשיך הקדוש - כלי יקר)

הפעם ילוה אישי אלי (כט-לד) יעצט וועט זיך מיין מאן מוזן באהעפטן מיר צו העלפן ווייל איך האב שוין דריי קינדער, און נאר צוויי הענט צו האלטן, וועט ער מוזן צולייגן זיין האנט.
(חזקוני)

הפעם אודה את ה'....ותעמוד מלדת (כט-לה) ווייל זי האט נאר געדאנקט דעם אייבערשטן אויף פריער, און נישט געבעטן אויף ווייטער, האט זיך אויפגעהערט צו געבוירן, ווייל מ'דארף אלעמאל זאגן: "געלבויבט השי"ת, דער אייבערשטער זאל ווייטער העלפן" דאס הייסט בעטן אויף ווייטער.
(החוזה מלובלין זי"ע)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

וילך חרנה.
שפעטער שטייט וישא יעקב רגליו וילך ארצה בני קדם פארוואס שטייט קודם סתם "וילך" און נאכדעם שטייט "וישא יעקב רגליו" וואס דאס מיינט אז יעקב אבינו איז שנעל געגאנגען?
נאר מ'קען ענטפערן אז די גמרא זאגט (ברכות ו:) אז מען טאר נישט לויפען פון בית הכנסת, אבער אויב מען לופט ארויס פון בית הכנסת צו גיין לערנען אין בית המדרש איז מותר צו לויפן, ווייל ער לויפט דאך כדי מקיים זיין א דבר מצוה.
יעצט ווען יעקב איז ארויסגעגאנגען פון ארץ ישראל קיין חוץ לארץ איז ער נישט געלאפן, ווי די הלכה איז אז ווען מען גייט ארויס פון אן הייליג ארט זאל מען נישט לויפן, אבער יעצט וויבאלד השי"ת האט אים געזאגט אז והשיבותיך אל האדמה הזאת (פסוק טו) קומט אויס אז דורך דעם גיין קיין חוץ לארץ וועט ער נאכדעם צוריק גיין קיין ארץ ישראל, אויב אזוי ווי שנעלער ער גייט קיין חוץ לארץ קומט ער שנעלער צוריק קיין ארץ ישראל, מעג ער דאך גיין שנעל, ווייל דאס גיין שנעל קיין חוץ לארץ ברענגט צו אז ער זאל שנעלער צוריקיקומען קיין ארץ ישראל, דעריבער איז ער שוין געגאנגען שנעל.
חתם סופר

כי בא השמש.
די גמרא זאגט אז די זון איז אונטער געגאנגען מיט צוויי שעה פריער, זאגט די כלי יקר די רמז דערפון איז ווייל די גמרא זאגט אז שטייט אין פסוק ונושנתם בארץ - אז מ'וועט זיין אין ארץ ישראל כמנין ונושנתם - 852 יאר, און נאכדעם וועט ח"ו קומען שלעכט'ס אויף די יודען ר"ל. אזוי ווי השי"ת האט דאס נישט געוואלט מקיים זיין, האט ער מקדים געווען פון די צאל פון ונושנתם צוויי יאר כדאי אז די צרות זאלען נישט קומען, אין מדרש שטייט אז דא האט מען פאר יעקב געוויזען דעם חורבן ממילא איז די זון אינטערגעגאנגען מיט צוויי שעה פריער א רמז אויף דעם.

ויקח מאבני המקום וישם מראשתיו.
רש"י זאגט "עשאן כמין מרזב סביב לראשו שירא מפני חיות רעות" - יעקב האט געלייגט שטיינער ארום זיין קאפ ווייל מורא ער האט געהאט פון חיות רעות.
מען קען מסביר זיין דער טעם פארוואס יעקב האט יעצט מורא געהאט פון חיות רעות, ווייל ווען יעקב האט אפגעקויפט די בכורה פון עשו האט יעקב געזאגט צו עשו "השבעה לי" און עשו האט געשוואוירן, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק "וישבע לו". יעצט האט אבער עשו געוואלט קומען הרג'ענען יעקב אויף דעם וואס ער האט צוגענומען פון איהם די בכורה, און ער האט געוואלט צושטערען די שבועה וואס ער האט געשוואוירן פאר יעקב. און די גמרא זאגט (שבועות לט:) "שחלה שבועה על שניהם" - אז אויב מען האלט נישט איין דאס וואס מען האט געשוואוירן קומט א עונש סיי אויף דער וואס האט געשוואוירן און סיי אויף דער וואס האט געמאכט יענעם שווערן. און די משנה זאגט אין מסכת אבות (פ"ה מ"ט) "חיה רעה באה לעולם על שבועת שוא" - א שלעכטע חיה קומט אויף דער וועלט וועלכע ברענגט אום די מענטשן צוליב די עבירה פון פאלש שווערן.
וויבאלד יעקב איז דער וואס האט געמאכט עשו שווערן אויף די בכורה, און יעצט קומט דאך עשו מבטל זיין די שבועה, האט יעקב יעצט מורא געהאט אז ער וועט געשטראפט ווערען אויף די פאלשע שבועה דורך חיות רעות איבער דעם האט ער געמאכט א מרזב.
כתב סופר

ויקץ יעקב משנתו ויאמר אכן יש ה' במקום הזה.
מען קען מרמז זיין אין דעם פסוק וואס ס'שטייט אין ספר בני יששכר א טעם פארוואס העלפט תשובה נאר פאר אידן און נישט פאר גוים, ווייל מיר זענען קינדער פון השי"ת, און השי"ת איז פאר אונז ווי א טאטע, און די הלכה איז אז "אב שמחל על כבודו, כבודו מחול", פאר דעם העלפט תשובה. אבער די גוים זענען קנעכט פאר השי"ת, און השי"ת איז פאר זיי ווי א קעניג, און "מלך שמחל על כבודו, אין כבודו מחול", פאר דעם העלפט נישט קיין תשובה פאר די גוים.
אבער עס איז דא א מחלוקת אין די גמרא ווען אידן טוהן נישט דעם רצון ה' צו עס העלפט ביי זיי תשובה, לויט ר' יודא ווערן זיי אנגערופן קנעכט, וועט נישט העלפן קיין תשובה. און לויט ר' מאיר ווערן זיי נאך אלץ אנגערופן קינדער פון השי"ת, און עס העלפט יא תשובה.
דער רבי זי"ע אין דברי יואל איז מסביר פארוואס מיר פסק'נען נישט ווי ר' מאיר, ווייל די חכמים האבן נישט פארשטאנען זיין פסק, אבער השי"ת וואס פארשטייט ר' מאיר'ס פסק, פסק'נט יא ווי ר' מאיר אז עס העלפט אייביג תשובה פאר אידישע קינדער.
דאס איז די פשט אין פסוק "ויקץ יעקב משנתו" ער האט תשובה געטוהן, ווי עס שטייט "עורו ישנים משינתכם". און לכאורה ווי אזוי העלפט תשובה, האט ער געזאגט "אכן יש ה' במקום הזה" - דאך איז דא השראת השכינה, און השי"ת פסק'נט אזוי ווי ר' מאיר אז עס העלפט אלעמאל תשובה פאר אידישע קינדער.
כ"ק מהר"א מסאטמאר שליט"א

אכן יש ה' במקום הזה ואנכי לא ידעתי.
האט ר"ר שמשון מאוסטראפאלא ז"ל מרמז געווען ווייל אין די כסא פון השי"ת איז אויס געמאלען "אריה כרוב נשר יעקב", האט יעקב געזאגט "אכן" יש ה' המקום הזה - אריה כרוב נשר האב איך געוויסט, אבער ו"אנכי" - אריה כרוב נשר יעקב דאס לא ידעתי האב איך שוין נישט געוויסט.

ושבתי בשלום אל בית אבי והיה ה' לי לאלקים. רש"י שלא ימצא פסול בזרעי.
לכאורה דארף מען פארשטיין וואס איז די שייכות צווישן די פסוק און די רש"י?
נאר די גמרא זאגט: ווער עס איז א תלמוד חכם, און זיין זוהן אין זיין אייניקל זענען תלמידי חכמים, גייט נישט די תורה אוועק פון זיי אויף אייביג. זאגט תוס' אז דאס איז נאר ווען זיי זעהן זיך אלע דריי אינאיינעם און זענען עוסק בתורה.
דאס איז געווען די כוונה פון יעקב אבינו ע"ה אז ווען ער וועט אויפשטעלן די שבטים וועט ער שנעל אהיימקומען צום טאטן אין שטוב, וועט דאס זיין אלע דריי דורות צוזאמען וואס זענען עוסק צוזאמען אין תורה, וועט ער זיין פארזיכערט אז די תורה הק' וועט קיינמאל נישט אפגעטוהן ווערן פון זיי.
דאס זאגט דער פסוק, "ושבתי בשלום אל בית אבי" - וועט זיין אלע דריי דורות צוזאמען, "והיה ה' לי לאלקים", זאגט רש"י "שלא ימצא פסול בזרעי" - ווייל די תורה הק' וועט זיך קיינמאל נישט אפטוהן פון זיי, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק "לא ימושו מפיך ומפי זרעך ומפי זרע זרעך אמר ה' מעתה ועד עולם".
ברך משה

הכי אחי אתה ועבדתני חנם.
לכאורה איז שווער צו פארשטיין ווען איז לבן געווארן אזוי ערליך אז ער זאל נישט קענען באשטיין אז יעקב זאל ארבייטען ביי אים און ער זאל אים נישט באצאלען?
נאר יעקב האט געזען אז זייט ער איז דארט איז אלעס געבענטשט און עס איז אריין די ברכה אין אלעס, איבערדעם האט ער נישט געזאגט זיין פרייז כדי לבן זאל איינזעהן אז ער איז אנדערש ווי אנדערע ארבייטער'ס, און ער דארף אים צאלן מער. דעריבער האט לבן אים געזאגט הכי אחי אתה - נאר ווייל די ביסט מיין ברודער "ברמאות" ווילסטו ארבייטן יעצט בחנם און שפעטער וועסטו מיר זאגען א גרויסע פרייז, ניין! "הגידה לי מה משכרתך" זאגט מיר שוין אויס וויפיל די ווילסט און נישט קום שפעטער און בעט אסאך.
באר מים חיים

ויאמר לבן טוב תתי אותה לך מתתי אותה לאיש אחר.
ספרים טייטשען ברמז די מספר קטן פון תתי איז 9 די זעלבע פון לאה, און מתתי איז די מספר קטן 13 די זעלבע ווי רחל.
דאס האט לבן מרמז געווען, אז פאר יעקב גייט ער געבן לאה, אבער רחל פאר א צווייטן, "טוב - תתי אותה לך", לאה געב איך פאר דיר, אבער "מתתי - אותה לאיש אחר", רחל געב איך פאר א צווייטען מאן.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

******
הן עוד היום גדול לא עת האסף המקנה השקו הצאן ולכו רעו. רש"י ברענגט דער מדרש רבה אז יעקב האט זיי מוסר געזאגט, אויב איר זענט געדינגענע אויפ'ן טאג, האט איר נאך נישט געענדיגט אייער ארבייט. אלע מפרשים פרעגן, וואס האט יעקב דא געוואלט פון זיי, פרעמדע מענטשן און ער זאגט זיי מוסר?
דער ספורנו ענטפערט, ווייל א צדיק קען נישט דערליידן ווען ער זעהט א צווייטע טוען אן עולה, ממילא האט ער זיי מוסר געזאגט.
עס ווערט געברענגט א שיינע פשט דערויף אין דברי ישראל צו פארענטפערן די כונה פון יעקב. ווייל א נאכט פאר דעם האט יעקב גענעכטיגט ביי הר המורי'. רש"י ברענגט פון דער מדרש אז די זין איז אונטערגעגאנגען פאר די צייט כדי יעקב זאל דארט נעכטיגן. אין מדרש שטייט אז עס איז אראפגעגאנגען צוויי שעה פאר די צייט. די פאסטעכערס האבן נישט געוואוסט אז דאס איז געווען אלץ א נס פאר יעקב, זיי האבן געמיינט אז די טאג איז געווארן קערצער מיט צוויי שעה, האבן זיי היינט צוזאמען געברענגט די שעף צוויי שעה פריער מיינענדיג אז עס גייט יעצט ווערן נאכט. קומט אויס אז יעקב איז געווען א גורם צו זייער טעות, וועגן דעם האט ער געשפירט אז ער דארף זיי זאגן "הן עוד היום גדול", און נאר נעכטן איז דאס געשעהן וועגן א געוויסע סיבה.
******
דער שטיין וואס יעקב אבינו האט אראפגענומען פון די ברינע אין פעלד נעבען חרן, איז געוועהן א משא פאר 40 מענטשן צו טראגן. (מדרשים)
******
די דריי אבות האבן מתקן געוועהן די דריי תפלות וואס מיר דאווענען יעדן טאג:
אברהם אבינו האט מתקן געוועהן תפלת שחרית ווי עס שטייט אין פסוק "וישכם אברהם בבוקר אל המקום אשר עמד שם", און עמידה מיינט תפלה, שנאמר "ויעמוד פנחס ויפלל".
יצחק אבינו האט מתקן געוועהן תפלת מנחה שנאמר "ויצא יצחק לשוח השדה", און שיחה מיינט תפלה, שנאמר "אשפוך לפניו שיחי".
יעקב אבינו האט מתקן געוועהן תפלת ערבית שנאמר "ויפגע במקום", און פגיעה מיינט תפלה, שנאמר "ואל תפגעו בי".
אמאל איז געשעהן א מעשה, א תלמיד איז געקומען פאר ר' יהושע און ער האט איהם געפרעגט וועגן די תפלה פון מעריב, צי דאס איז א חובה (מען מוז דאווענען), אדער עס איז נאר א רשות (אויב מען וויל קען מען דאווענען), האט ר' יהושע איהם געענטפערט עס איז א רשות, דערנאך איז דער תלמיד געקומען פאר רבן גמליאל הנשיא, און ער האט איהם געפרעגט די זעלבע שאלה, האט רבן גמליאל געענטפערט תפלת ערבית איז חובה, האט דער תלמיד געזאגט פאר רבן גמליאל, ר' יהושע האט דאך מיר געזאגט מעריב איז א רשות!, ווי רבן גמליאל האט דאס געהערט, האט ער געזאגט "ווארט ביז די תלמידי חכמים וועלן אריין קומען אין בית המדרש, און מיר וועלן זעהן ווי אזוי די הלכה איז", ווען אלע תנאים זענען שוין געוועהן אין בית המדרש, האט דער תלמיד זיך אויפגעשטעלט און געגעבן א פרעג "וואס איז דער דין, מעריב איז רשות אדער א חובה?", האט רבן גמליאל זיך אויפגעשטעלט און געזאגט "עס איז א חובה", דערנאך האט ער ווייטער זיך אויסגעדרייט צו די חכמים און געזאגט, איז דען דא עמיצער צווישן ענק וואס האלט אנדערש פון מיר?, האט זיך ר' יהושע אנגערופען "ניין", האט רבן גמליאל געזאגט "מען האט מיר נאך געזאגט פון דיין נאמען אז דו האסט געפסק'נט רשות". דערנאך האט רבן גמליאל ווייטער געזאגט "מיר זענען דאך ביידע לעבעדיגע מענטשן, ווי אזוי ווילסטו אפלייקענען וואס דו האסט אליין געזאגט", ר' יהושע איז אזוי געבליבען שטיין, און רבן גמליאל האט ווייטער געדרש'נט.
ווי די אנדערע תנאים האבן געזעהן ווי ר' יהושע ווערט אזוי פארשעמט, און דאס איז נישט געוועהן דאס ערשטע מאהל וואס רבן גמליאל האט וויי געטוהן פאר ר' יהושע, האבן זיי זיך אנגעשמועסט אז זיי וועלן מאכן רבן גמליאל אויס נשיא. האבן זיי אנגעהויבן קלערן, וועמען זאל מען מאכן פאר נשיא אויף זיין ארט, זאלן מיר מאכן ר' יהושע נשיא, וועט רבן גמליאל האבן אסאך צער, זאלן מיר מאכן רבי עקיבא, ער האט נישט קיין זכות אבות (ער האט געשטאמט פון פשוטע מענטשן), האבן זיי מורא אז רבן גמליאל'ס הקפדה קען איהם שאַטן, האבן זיי זיך אנגעקלערט אז זיי וועלן מאכן ר' אלעזר בן עזרי' פאר נשיא, וויבאלד ער איז א גרויסער חכם, און ער איז א גביר, וואס אויב מען וועט עפעס מוזן ערלעדיגן ביים קיסר קען ער גיין, און ער איז א מיוחס (ער איז דער צענטער דור פון עזרא הסופר), האט ער דאך זכות אבות וועט איהם נישט שאַטן קיין הקפדה פון רבן גמליאל.
זענען זיי געגאנגען צו ר' אלעזר בן עזרי' און זיי האבן איהם געפרעגט צי ער וויל ווערן דער נשיא, האט ער זיי געזאגט ער וועט פרעגען אן עצה ביי זיך אין שטוב, איז ער אהיים געגאנגען און ער האט זיך געפרעגט ביי זיין ווייב וואס זי זאגט דערצו, האט זי געענטפערט, עס קען זיין מען וועט דיך מארגן מאכן אויס נשיא, אויף דעם האט ער איר געזאגט, א מענטש זאל זיך אפילו באניצען איין טאג מיט א טייערע קריסטאל גלאז, אפילו אויב עס קען זיך מארגען צוברעכן (דאס איז א משל, אז מען געבט א מענטש א גוטע זאך, זאל ער דאס אננעמען, אפילו אויב מען וועט עס אוועק נעמען פון איהם), האט זי איהם ווייטער געזאגט אבער דו האסט נישט קיין ווייסע בארד און מען וועט נישט האבן קיין דרך ארץ פאר דיר, איז געשעהן א נס און יענע נאכט איז איהם געוואקסן אכצן שורות פון ווייסע האר אין זיין בארד (ער איז נאר אלט געווען אכצן יאהר דעמאלסט).
מיט א צייט שפעטער, האט רבן גמליאל איבער געבעהטן ר' יהושע, און מען האט איהם צוריק אויפגענומען אלץ נשיא, רבן גמליאל פלעגט צו האלטן א דרשה יעדע צוויי שבתים, און ר' אלעזר בן עזרי' איז אויך ווייטער געבליבען נשיא, און האט געדרשנ'ט דעם דריטן שבת.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

וישם מראשותיו. עשאן כמין מרזב סביב לראשו שירא מפני חיות רעות התחילו מריבות זו עם זו זאת אומרת עלי יניח צדיק את ראשו וזאת אומרת עלי יניח מיד עשאן הקב"ה אבן אחת.

צום גאון און צדיק ר' יוסף חיים זוננפעלד האט אמאל אפגעשטאט א באזוך דעם עסטרייכישען קייזער, און ווי פארשטענדליך איז ביי ר' יוסף חיים אין שטוב געווען
נאר אפאר אלטע שטרויענע בענקלעך און א אלטע טיש וכדומה.

בלית ברירה האט ער מכבד געווען דעם מלך צו זיצן אויף די בענקעל. אזוי זיצענדיג האט פאסירט אז די בענקל האט זיך צושפאלטן און דער מלך איז אראפגעפאלן.

אלע באטייליגטע האבן זיך זייער דערשארקן, ווער ווייסט צו וואספארא צרות דאס וועט צו ברענגען.

האט זיך ר' יוסף חיים אויפגעשטעלט און זיך געוואנדען צום אויפגערעגטן קייזער, און געזאגט ברוב חכמתו: איך וועל מסביר זיין פאר'ן קעניג וואס דא האט פאסירט, מיר געפינען ביים זיידן יעקב ווען ער האט זיך געלייגט שלאפן האט ער ארומגעלייגט 12 שטיינער ארום זיך, האבן די שטיינער אנגעהויבן צו קריגן צווישן זיך, יעדער האט געוואלט האבן די זכייה צו האבן די קאפ פון יעקב אויף זיך, האט פאסירט א נס אז פון אלע קליינע שטיינער איז געווארן איין גרויסע שטיין.
פירט אויס ר' יוסף חיים - די זעלבע האט דא פאסירט, אלע קליינע לעכער פון די שטרויענע בענקל האבן געוואלט האבן די זכיה אז דער קייזער זאל אויף זיי זיצן, האט פאסירט די זעלבע נס ווי ביים זיידן יעקב, אז פון אלע קליינע לעכער איז געווארן איין גרויסע לאך...
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הרה"ק ר' יואל אשכנזי פון זלאטשוב זצ"ל (דער שווער פונעם קדושת יו"ט) איז אמאל געגאנגען קיין פרעמישלאן און ער האט מיט גענומען מיט זיך זיין קליין קינד, געווען איז דעמאלסט פרשת ויצא, האט רבי ר' מאיר'ל געפרעגט דעם קינד: וואס האט יעקב אבינו גע'חלום'ט? האט דאס קינד גענטפערט אזוי ווי עס שטייט אין פסוק "והנה סולם מוצב ארצה וראשו מגיע השמימה" און אזוי ווייטער.

פרעגט אים ר' מאיר'ל: א לייטער קען דאך נישט שטיין נאר ווען עס האלט זיך אן אין א וואנט אדער א אנדערע זאך, עס קען זיך נישט האלטן אין די לופט, ווי אזוי האט זיך דער לייטער געהאלטן? האט ר' יואל געווינקן פארן קינד אז ער זאל נישט ענטפערן, האט ר' מאיר'ל גענטפערט: ווען אידן זאגן "יהא שמיה רבא" ווערט א לאך אין הימל, און אויף דעם לאך האט זיך דער לייטער געהאלטן...
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

א. דאס וואס מיר רופען די תפלות בלשון "דאבנין", איז ווייל די דריי תפלות שחרית מנחה און מעריב האבן דאך די אבות מתקן געוועהן און דאס ווארט "דאבנין" איז נוטריקון דאבות אינון (זיי זענען פון די אבות). (מגיד תעלומות - בני יששכר)

ב. פארוואס זאגן מיר דעם פסוק והוא רחום פאר מעריב? ווייל מעריב איז כנגד די הקטרת איברים ופדרים וואס מ'האט מקטיר געוועהן ביינאכט און זיי זענען געוועהן א כפרת עון וועגן דעם זאגן מיר והוא רחום.

ג. "ואולם לוז שם העיר לראשונה". פארוואס לאזט די תורה מיך הערן אז די נאמען פון די שטאט האט געהייסן לוז? ווייל פון די שטאט האט זיך אנגעהויבן די בריאות העולם, אזוי ווי די גמרא זאגט אז די ביין פון ווי עס וועט זיין תחיית המתים איז "לוז השדרה". (רבינו בחיי)

ד. פארוואס האבן די אנשי כנסת הגדולה מתקן געוועהן 18 ברכות אין די שמונה עשרה? ווייל די אבות הקדושים האבן דאך מתקן געוועהן צו דאווענען שחרית מנחה און מעריב, און 18 מאהל שטייט אין די תורה "אברהם יצחק יעקב", כנגד דעם זאגן מיר 18 ברכות. (ירושלמי ברכות פ"ד)

ה. אסף אלקים את חרפּתי. פארוואס פירט מען זיך אז ביי א תנאים און א חופּה צעברעכט מען א כלי, קען מען זאגן בדרך צחות ווייל רש"י זאגט אויפ'ן פּסוק "אסף אלקים את חרפּתי", איצט וועל איך שוין נישט האבן קיין בושות אויב ס'וועט זיך צעברעכן א כלי, ווייל איך וועל דאס קענען אנווייזן אויף מיין קינד, אז ער האט דאס געטאן. דאס איז מען מרמז ווען מ'צעברעכט די כלי, אז פון דעם זיווג וועלן נאך ארויסקומען דורות, און מ'וועט רואיג קענען צעברעכן כלים און נישט ליידן בושות, ווייל עס וועט זיין אויף וועמען ארויפצולייגען די עוולות. (אמרי נועם - דזשיקוב)

ו. ס'שטייט פון רבי'ן פון לובלין זי"ע אז ווען מ'זאגט "ברוך השם", דארף מען תיכף צולייגען "דער אייבעשטער זאל העלפן ווייטער" און א ראיה דערצו פון די וואך, רחל האט געזאגט ווען זי האט געהאט יודא, הפעם אודה את ה' איך לויב השי"ת פאר די גוט'ס וואס ער האט מיט מיר געטון און זי האט נישט געבעטען אויף ווייטער וועגען דעם שטייט נאכדעם ותעמוד מלדת - זי איז געבליבען שטיין פון האבען קינדער ווייל זי האט נישט געזאגט "דער אייבעשטער זאל ווייטער העלפען" פון דא זעהט מען די גרויסקייט דערפון.

ז. וישא יעקב רגליו. זאגט רש"י: נשא לבו את רגלו ונעשה קל ללכת. ווען א מענטש איז גוט הונגעריג וועגט ער מער ווי נאכ'ן עסן ווען ער האט זיך שוין אנגפילט מיט אסאך ברויט, פארוואס? ווייל דער כח האש וואס ווערט נתעורר ביים מענטש פון דעם ברען פון הונגער האט א געוויכט און מאכט דעם מענטש ער זאל וועגן מער, פונקט ווי מען זעהט ממש בחוש אז ווען מען גליט אייזן מיט פייער וועט דער אייזן מער וועגן ווי פריער, ווייל דער כח האש הא א כובד אין זיך. (שיטה מקובצת ערכין יט בשם הרא"ש)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ונתן לחם לאכול ובגד ללבש (פ' כט פסוק כ)
עס איז שווער פארוואס דארף שטיין ברויט צו עסן, און קליידונג צו אנקליידן, אוודאי ברויט עסט מען, און קליידער טוט מען אן.
דער תירוץ איז אז יעקב אבינו וואס איז יעצט געגאנגען אין לבן'ס הויז האט געבעטין השי"ת אז ער זאל האבן אזא ברויט, און עסן וואס איז ריכטיג כשר, וואס ער קען עסן, ווייל א איד קען דאך נישט עסן אלעס נאר מיט א ריכטיגע השגחה וואס איז גלאט כשר, אויך די מלבושים פון א איד זענען דאך ספעציעלע מלבושים זיי מוזן זיין אידיש, און אוודאי עס זאל זיין ריין פון שעטנז, דערפאר האט יעקב אבינו געבעטען אז ער זאל האבן לחם לאכול, ברויט וואס ער קען עסן, און בגד ללבוש, אזעלכע קליידער וואס ללבוש, ער קען אנטון.
(ספרים הקדושים)

ויאהב גם את רחל מלאה (פ' כ"ט פסוק ל')
עס איז שווער (א) וואס מיינט גם, דאס מיינט ער האט ליב געהאט אויך רחל, ער האט דאך ליב געהאט רחל מער פון לאה, קען מען דאך נישט זאגן אז יעקב האט ליב געהאט "אויך" רחל. נאך איז שווער (ב) וואס מיינט מלאה, מער פון לאה ער האט דאך נישט ליב געהאט לאה ווי עס שטייט אין פסוק ל'.
דער תירוץ איז, אז ווען יעקב אבינו האט געזעהן דאס גרויס צדקות פון רחל אז זי האט איבער געגעבין די סימנים פאר לאה כדי זי זאל נישט פארשעמט ווערן, האט יעקב אבינו זי נאך מער ליב געהאט פאר אירע גוטע מדות דאס מיינט "מלאה" דורך לאה פון דעם וואס רחל האט געטוהן צו לאה
. (ישמח משה)

הפעם ילוה אישי כי ילדתי לו שלשה בנים… שמו לוי (פ' כ"ט פסוק ל"ד)
לאה האט געזאגט אז יעקב וועט יעצט מוזן מיר ארויס העלפין ווייל ביז יעצט האב איך נאר געהאט צוויי (2) קינדער האב איך זיי געקענט נעמען איינעם ביי די רעכטע האנט, און דעם צווייטן ביי די לינקע האנט, אבער יעצט האב איך דאך שוין דריי (3) קינדער מוז מיין מאן מיר שוין צוהעלפין.
(חזקוני)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה, עס איז שווער פארוואס דארף שטיין "ויצא יעקב" דער עיקר איז דאך "וילך חרנה" (ועיין רש"י ז"ל).
מען קען עס פארשטיין, ווייל ווען א מענטש גייט ארויס פון א ארט קען זיין דערצו צוויי סיבות א) ער מוז אוועק גיין פון זיין פריערדיגן ארט ווייל ער קען דארט נישט בלייבן , ווייל מען טשעפעט אים דארט , ער האט מורא דארט צו בלייבן, ב) ער גייט אוועק פון זיין פריערדיגן ארט ווייל ער מוז אנקומען צום צווייטן ארט. ער דארף זיין אין זיין נייע פלאץ ער וויל דארט וואוינען , איינקופן, אדער פארקויפ'ן .
ווען ער וויל אוועק גיין פון זיין פריערדיגן ארט ווייל ער קען דארט נישט בלייבען איז זיין תכלית "ויצא" טאמער איז זיין ציל צו קומען אויף דעם נייעם ארט רופט זיך דאס "וילך" ער וויל דאך גיין צום נייעם ארט.
ביי יעקב אבינו האט זיך צוזאם גענומען צוויי צילן א) ער האט געמוזט אנטלויפען פון באר שבע ווייל ער האט געציטערט פון עשו , ער זאל אים נישט הרג'נען ,דערפאר איז דא געווען איין מחשבה אז "ויצא יעקב מבאר שבע" אוועק פון דערהיים. דער צווייטער זאך וואס ער האט געדארפט טוהן איז געווען "וילך חרנה" צו גיין קיין חרן חתונה האבן מיט די הייליגע אמהות , און אויפשטעלין די צוועלף הייליגע שבטים .
(אהל יעקב- דובנא )

וילך חרנה שפעטער שטייט וישא יעקב רגליו וילך ארצה בני קדם פארוואס שטייט קודם סתם "וילך" און נאכדעם שטייט "וישא יעקב רגליו" וואס דאס מיינט אז יעקב אבינו איז שנעל געגאנגען (ועיין פירוש רש"י)
דער תירוץ איז אז די גמרא זאגט (ברכות ו' ע"ב) אז מען טאר נישט לויפען פון בית הכנסת אבער אויב מען לופט ארויס פון בית הכנסת צו גיין לערנען אין בית המדרש איז מותר צו לויפן ווייל ער לויפט דאך כדי מקיים זיין א דבר מצוה (עיין שם במהר"ש ומג"א או"ח סימן צ')
יעצט ווען יעקב איז ארויסגעגאנגען פון ארץ ישראל קיין חוץ לארץ איז ער נישט געלאפין , ווי די הלכה איז אז ווען מען גייט ארויס פון אן הייליג ארט זאל מען נישט לויפן, אבער יעצט ווי באלד השי"ת האט אים געזאגט אז והשיבותיך אל האדמה הזאת (פסוק ט"ו) קומט אויס אז דורך דעם גיין קיין חוץ לארץ וועט ער נאכדעם צוריק גיין קיין ארץ ישראל, אויב אזוי ווי שנעלער ער גייט קיין חוץ לארץ קומט ער שנעלער צוריק קיין ארץ ישראל מעג ער דאך גיין שנעל , ווייל דאס גיין שנעל קיין חוץ לארץ ברענגט צו אז ער זאל שנעלער צוריקיקומען קיין ארץ ישראל
(חתם סופר,ח"א ע"א קל"ו)

ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה זאגט רש"י "יצא ללכת לחרן" מען דארף צו פארשטיין וואס וויל רש"י מיט די ווערטער, נאך דארף מען צו פארשטיין די גמרא זאגט (מגילה י"ח) אז יעקב אבינו האט געלערנט אין בית המדרש פון עבר 14 יאהר עס איז שווער אז יצחק האט אים אנגעזגאט צו גיין צו לבן'ס הויז חתונה צו האבען פארוואס האט יעקב אבינו נישט געפאלגט און געגאנגען לערנען
דער תירוץ איז בהקדם די גמרא (קידושין כ"ט ע"ב) אז עס זענען דא צוויי שיטות וואס זאל דער מענטש טוהן,: א) זאל ער לערנען תורה און נאכדעם חתונה האבען ב) אבער חתונה האבען און נאכדעם לערנען תורה פירט אויס די גמרא (לפירוש תוס'] אז אויב מען איז רייך [אזוי ווי די בני ארץ ישראל] זאל ער קודם חתונה האבען און נאכדעם לערנען אבער אויב מען איז ארעם [ווי די בני בבל] זאל מען קודם לערנען און נאכדעם חתונה האבען כדי ער זאל האבן א רוהיגען קאפ צום לערנען.
יעצט ווען יצחק אבינו האט אוועקגעשיקט יעקב'ן פון באר שבע האט ער אים מיטגעגעבען א סאך געלט און דעמאלס איז דאך די הלכה אז מען האט פרנסה בריוח זאל מען קודם חתונה האבען און נאכדעם לערנען דערפאר האט אים יצחק באפוילען צו גיין גלייך צו לבן'ס הויז, אבער ווען אליפז איז נאכגעלאפן יעקב און ער האט אים צוגענומען זיין גאנצע געלט (מדרש אגדה כ"ח כ' ורש"י כ"ט י"א) האט ער דאך געמוזט קודם גיין לערנען און נאכדעם חתונה האבען, דערפאר איז ער יעצט געגאנגען לערנען פערצען יאהר.
דאס זאגט רש"י וילך חרנה "יצא ללכת לחרן" אז באמת איז ער טאקע געגאנגען צו גיין קיין חרן גלייך חתונה צו האבען , אבער עס האט זיך אנדערש אויסגעלאזט, נאכדעם וואס אליפז האט אים אלעס צוגענומען דערפארער האט קודם געלערנט פערצעהן יאר .
(מעשה רוקח להגה"ק רבי אלעזר אבד"ק בראד – אמשטרדם זצ"ל)

ויקח מאבני המקום דער מדרש (פ' ס"ח) ברענגט אז יעקב אבינו האט גענומען צוויי שטיינער [עיי"ש עוד שיטות] און געזאגט אויב די צוויי שטיינער וועלין ווערין איינס בין איך פארזיכערט אז אלע מיינע קינדער וועלין זיין ערליך . נישט ווי ביי מיינע עלטערין אברהם און יצחק, וואס זיי האבען געהאט ישמעאל און עשו . מען דארף צו פארשטיין וואס איז דער באדייט פון דעם אז עס ווערט איינס איז עס א צייכן צו ערליכקייט .
נאר וואו באקאנט אז יעקב אבינו'ס קינדער זענען געווארן אנגערופען "נפש" לשון יחיד (שבעים נפש) אבער עשו'ס קינדער ווערין אנגערופען "נפשות" א לשון רבים , ווייל יעדער האט געדינט צו א באזונדערע עבודה זרה . אבער יעקב אבינו מיט זיינע קינדער האבען געדינט צום ה' אחד (רש"י ויגש , מ"ו כ"ו)
דאס האט יעקב אבינו געזאגט אז אויב פון אלע שטיינער וועט ווערין איינס איז א סימן אז אלע קינדער וועלין האבען איין מחשבה און איין תכלית צו דינען צום אויבערשטען וואס ה' אלקינו ה' אחד .
(מגדנות נתן)

והנה סלם מוצב ארצה וראשו מגיע השמימה עס איז באקאנט אז סעודת מלוה מלכה איז זייער א חשובע סעודה און טאקע דערפאר איז דא אן עקסטרע סימן אין שלחן ערוך (או"ח סימן ש') צו ווייזען דאס חשיבות פון די סעודה (בס' רמזי שבת אות תשל"ב בשם הרבי מלובלין זי"ע)

סל"ם איז נוטריקון סעודת לוית מלכה , דאס זאגט דער פסוק אז והנה סל"ם סעודת לוית מלכה איז נצב ארצה שטייט ביי מענטשען אויף א נידריג ארט מענטשן ווייסן נישט דאס גרויס חשיבות דערפון אבער וראשו דאס חשיבות דערפון (ראש מיינט חשיבות , שנהי' לרא"ש ) מגיע השמימה דערגרייכט אין הימל , די סעודת מלוה דמלכה האט א גאר גרויס חשיבות ביי השי"ת .
(הרה"ק מרוזין זי"ע בשו"ת מור ואהלות, ראשי בשמים סוס"י י"א)

והנה סולם מצב ארצה וראשו מגיע השמימה והנה מלאכי אלקים עולים ויורדים בו דאס ווארט סולם ווען מען שרייבט עס מלא (מיט א וא"ו) באטרפעט עס אזוי פיהל ווי "ממו"ן (136).
דאס געלט וואס א מענטש האט, ליגט טאקע אויף דער וועלט אבער מען קען אויפטון גרויסע זאכן פאר'ן כבוד פון השי"ת – עס זענען אבער דא מענטשען [מלאכי אלקים – שלוחים פון השי"ת] וואס יורדים בו נידערען אראפ מיט דעם געלט זיי ווערין דורך דעם געלט בעלי גאוה און פארשווענדין דאס געלט אויף נארישקייטן.
מען דארף דאס געלט נוצן צום גוטן , אויף מצות ומעשים טובים , צדקה וחסד
(בעל שם טוב הקדוש)
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”