וויאזוי ארבייט Binary

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

וויאזוי ארבייט Binary

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג מארטש 16, 2012 12:02 am

איך זוך צו פארשטיין מער איבער ביינערי.
איז דאס פרי-דעפיינד אדער ווערט דאס באשאפן אן-די-פליי מיט יוזער אינפוט?
וואס איז די סיבה פארוואס עס פעלט אויס בכלל.
און פארוואס איז די טרענסלעשאן אזוי קאמפלעקס.
וויפיל קאלומס און ראוס קען מען האבן.
איז דאס טאקע די יסוד היסודות פון קאמפיוטעשאן?
וכו'

אויב איך פרעג נישט צום זאך, קען זיין, ביטע אויסקלארן
תודה למפרע.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
תרגום יונתן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 1:40 pm

תגובהדורך תרגום יונתן » פרייטאג מארטש 16, 2012 9:29 am

אויב מעגליך ביטע אויסקלארן די פראגע. דו פראבירסט צו לעזן א ספעציפישן פראבלעם, אדער ווילסט פארשטיין ביינערי בכלליות?

קאלומס, ראוס, און יוזער אינפוט, האבן גארנישט מיט ביינערי צוטוהן, סיידן כ'האב נישט פארשטאנען די פראגע.

ביינערי איז פון די יסודות פון א קאמפיוטער, אין דעם בוך ווערט עס אויסגעשמועסט בטוב טעם ודעת. אז די צייט וועט ערלויבן, וועל איך דא שרייבן דערוועגן.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג מארטש 16, 2012 1:11 pm

צו פארשטיין אין איין ווארט איז אזוי:

א קומפיוטער איז א עלעקטערישער מאשין, און עס פארשטייט גארנישט חוץ "אן" (on) אין "אפפ" (off), דאס הייסט צו עס באקומט לעקטער צו נישט, דאס ווייסט ער.

איז ווי אזוי ווער on אין off אויתיות, אין פין דארט ווייטער און ווייטער, ביז עס איז די קומפיוטער וואס מיר האבן?

האט מען געמאכט אזוי, "יא לעקטער", אין "1" אין "נישט לעקטער" איז "0", האמער שוין יעצט צוויי אויתיות, וואס די קומפיוטער ווייסט, יעצט נעמט מען יעדע אות פון A ביז Z, און אלע נומבערס פון 0 ביז 9 (פון דעם באשטייט אלע נומבער'ס), און מען האט יעדעם געגעבען א סעט צוזאם געשטעלט פון די צוויי "0" אין "1".

A איז למשל "11", די נעקסטע איז "110" די נעקסטע "1100" אא"וו, (דאס איז נאר א משל, די אמת איז אנדערע "קאמבענעשאנס") יעצט אז די קומפיוטער באקומט לאמיר זאגען 5 פאזעטיווס (יא לעקטער) און 3 נעגעטיווס (נישט לעקטער) דאס געשעט דורך אריין לייגען 5 מאל 1 און 3 מאל 0, וועט ער "דיספלעיען" יענע אות אדער נומבער וואס באשטייט פון די קאוד.

דאס איז ביינערי, אין איין ווארט!

ואידך פירושה הוא זיל גמור!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

בונמס זיידע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2011 7:11 pm
לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM

תגובהדורך בונמס זיידע » פרייטאג מארטש 16, 2012 2:18 pm

לכתחילה אריבער האט מיר אויסגעכאפט
איך האב געוואלט ארויפשטעלען
עיקר גדול אין די ענינים
פאר 42 יאר צירוק ווען איך האב זיך געלערנט PROGRAMMING און איך האב געהאט שוועריגקייטן פארשטיין האב איך געפרעגט חברים וואס האבעו שוין געארבייט אלס פראגרעמערס האט מעו געענטפערט קיין SYSTEMS ENGINEER וועסט די נישט ווערען לערן דיך אויס וואס די וועסט דארפען צי דער ארבייט און פארשטיי א תוספות ( אזוי ווי "לכתחילה אריבער" האט געשריבען ואידך פירושה הוא זיל גמור! אנשטאט טול קורה ווינטשט מיר א רםואה שלימה)
א קאמפיוטער איז או עלעקטרישער אפוראט וואס איז מרגיש on & off 1 אדער 2 יא אדער ניין דערפאר דארף טאקע א קאמפיוטער האבען מיליונען switches ווייטער לאז איך פאר "תרגום יונתן "
אזוי ווי מיין קאמפיוטער אדער אפשר גאר KOSHERNET איז ברוגז אויף וויקיפידיע וועל איך נאר מעתיק זיין די פאר ווערטער א משהו מער וועסט די זעהן אין די לינקס
Bits and Bytes
A computer stores data in units called bits and bytes. Computer chips called integrated circuits have one of two states, off or on. Therefore, a system was developed that used only two numbers, 0 and 1. Zero representing off and 1 representing on. You can think of this as a sort of light switch. Each switch is called a bit. Bits are grouped together in sets of eight. Each set of eight bits is called a byte. Setting different combinations of those eight "on and off" combinations can be developed to stand for letters numbers, spaces, and symbols. For practical purposes, think of a byte as one character. When computers refer to memory or storage they refer to terms using the following forms of measurement.
8 bits = 1 byte 1024 bytes = 1 Kilobyte (K) 1024 Kilobytes = 1 Megabyte (MG) 1024 Megabytes = 1 Gigabyte (GB) Today's hard drives are usually two or more gigabytes of memory and a floppy disk has 1.44 megabytes of memory.
http://literacy.kent.edu/Midwest/Materi ... asics.html
http://www.howstuffworks.com/bytes.htm
http://computer.howstuffworks.com/bytes3.htm
אז איך ווער נעלם ווער ווער וועט זיך בענקען????

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג מארטש 16, 2012 2:34 pm

יישר כח יעדער.
צעביסלעך הייבט מען אן כאפן.

יונתן;
כ'אב נישט לרגע קיין ספעציפישע שאלה, אבער געליינט אז קאלקולעטארס ערלויבן נאר 8 דיגיטס ווייל די ביינערי ענטהאלט יעדע דיגיט אין איין קאלום, און ער רעטורנד די טאטאל פונעם קאלום. למשל 2 + 2 וועט ער נעמען פון קאלום H (די אכטע קאלום), און קאלום A ביז G וועט זיין ליידיג אלס די רול פון זערא בלייבט לער.

קען זיין נישט גוט פארשטאנען.

למעשה ווען איך עפן א .בינ פייל (מיט העקס עדיטאר) זע איך קאלוםס און ראוס וואס טרענסלעטן צו הומען קערעקטערס.

סתם מסקרן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
תרגום יונתן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 1:40 pm

תגובהדורך תרגום יונתן » מוצ"ש מארטש 17, 2012 11:39 pm

איך פארשטיי נישט פונקטליך דאס צושטעל פונעם קאלקולאטאר, בעיקר וואו ביינערי קומט אריין.

ביינערי, די אפטייטש דערפון, מיינט צוויי. אינעם פאל פון קאמפיוטער מיינט דאס Base 2 numeral system, אז דער קאמפיוטער'ס וועג פון רעכענען באשטייט פון בלויז צוויי ציפערן (0-1), אנדערש ווי Base 10 numeral system (אדער דעסימעל) וואס מיר מענטשן נוצן, וואס פארמאגט 10 ציפערן (0-9).

די אינהאלט פון א bin פייל אנטהאלט נישט מער ביינערי אינפארמאציע ווי א doc, txt, אדער csv פייל. א יעדע פייל ווערט צום סוף געשריבן צום הארד דרייוו אלס בייטס (1 בייט איז 8 ביטס. א ביט איז א ציפער וואס קען זיין 0 אדער 1). דער חילוק איז נאר אז txt וועט געווענליך האלטן ענגלישע בוכשטאבן פון A ביז Z אא"וו, משא"כ bin וועט מעגליך האבן פיל אנדערע בוכשטאבן, לאו דוקא וואס דו קענסט פארשטיין.

דאס אבער גייט שוין אריין אינעם סוגיא פון ענקאודינג. א נושא וואס גיבט צו פארשטיין וויאזוי א קאמפיוטער וואס קען בלויז רעכענען מיט צוויי ציפערן (ביינערי), קען רעכענען ריזיגע נומערן, פיל מער פון צוויי, און קען האלטן אין זיך אלע מינים פון אינפארמאציע, נישט בלויז די צוויי ציפערן.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 10976
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » זונטאג מארטש 18, 2012 5:26 pm

עקזעמפל
צוגעלייגטע
Binary.xls
(51 KiB) דאונלאודעד 225 מאל

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » דאנארשטאג אפריל 26, 2012 1:51 pm

א גוטע קאלקולעיטאר מיט א הסבר אויף יעדע נאמבער
http://acc6.its.brooklyn.cuny.edu/~gurw ... 2tool.html
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 10976
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דאנארשטאג אפריל 26, 2012 4:54 pm

מיין עלטער עלטער זיידע האט דיזיינט די וועב סייט
NOTE: this page requires Netscape 2.0 or better.

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » דאנארשטאג אפריל 26, 2012 4:56 pm

פארפאלן זיי זענען רוב מאל די שנעלסטע,
(כ'האב עפעס געהאלטן אינמיטן זיכן, דאס איז געווען די ערשטע גוגל ריזאלט, האב איך עס שוין אהערגעברענגט)
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
אבי ווער
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 22, 2012 12:07 pm

תגובהדורך אבי ווער » דאנארשטאג אפריל 26, 2012 6:20 pm

פארווען קימט היינט ציניץ ביינערי אז סדא וואס זיכען עס? שכויעך לייבי פארן לינק עס איז מורא'דעג.
אז איך פרעג בין איך א נער פאר פינעף מינוט, אז איך פרעג נישט בין איך א נער פאר אייביג

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » דאנארשטאג אפריל 26, 2012 7:50 pm

אבי ווער האט געשריבן:פארווען קימט היינט ציניץ ביינערי אז סדא וואס זיכען עס? שכויעך לייבי פארן לינק עס איז מורא'דעג.

מענטשן גלייכן צו פארשטיין וויזוי זאכן ארבעטן.

אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 860
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:54 am
לאקאציע: צווישן זשאווא און זשאווא סקריפט...

תגובהדורך בחורהזעצער » דאנארשטאג מאי 03, 2012 10:12 am

שוועמל האט געשריבן:למעשה ווען איך עפן א .בינ פייל (מיט העקס עדיטאר) זע איך קאלוםס און ראוס וואס טרענסלעטן צו הומען קערעקטערס.

סתם מסקרן.

לכאורה איז דאס ווועגן דאס ווערט אויסגעלייגט אויף העקסדעסימעל נומערעל סיסטעם (16 נאמבער'ס), וואס דאס דאס קען מען נוצן צו רעפרעזענטירן ביינערי, און משום הכא וועסטו נישט זעהן העכער ווי F.

פאר מער וועגן העקסדעסימעל קוק דא: en.wikipedia.org/wiki/Hexadecimal

אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 860
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:54 am
לאקאציע: צווישן זשאווא און זשאווא סקריפט...

תגובהדורך בחורהזעצער » זונטאג יולי 08, 2012 1:19 am

וואס טוהט מען אויב מען וויל וויסן וויאזוי לאגיק ווערט טראנספארמירט צו ביינערי? מען פרעגט אויף אייוועלט!

הקיצור איך וויל פארשטיין וויאזוי ווערט געשריבן אויף ביינערי OR AND און NOT, ובפרט מאטעמאטישע לאגיק ווי פלאס מיינוס וכו', וויאזוי קען מען דאס מאכן מיט בלויז צוויי נאמבערס?

עפעס האב איך אמאל געליינט אז NOT איז א UNARY, און OR און AND איז BINARY, און conditional operator איז TERNARY, פארשטיי איך נישט פון וואס רעדט מען דא, איז דען נישט אלעס ביינערי?

אנטשולדיגט פארן נישט רעדן קלאר, אויב איינער וויל מער הסבר אויף מיין שאלה קען איבערפרעגן, אבער נישט אויף די לעצטע וואס איך פארשטיי אויך נישט.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 10976
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » זונטאג יולי 08, 2012 1:16 pm

בחורהזעצער האט געשריבן:וואס טוהט מען אויב מען וויל וויסן וויאזוי לאגיק ווערט טראנספארמירט צו ביינערי? מען פרעגט אויף אייוועלט!

הקיצור איך וויל פארשטיין וויאזוי ווערט געשריבן אויף ביינערי OR AND און NOT, ובפרט מאטעמאטישע לאגיק ווי פלאס מיינוס וכו', וויאזוי קען מען דאס מאכן מיט בלויז צוויי נאמבערס?

איך פארשטיי נישט דיין שאלה לגבי לאגיקעל אפערעטארס AND OR NOT
אבער אדדישען קען איך דיר מסביר זיין
לאמיר זאגן דו האסט דו נומער 110101
וואס איז אין דעסימעל 53
און דו ווילסט ADD'ן דו נומער 111001
וואס איז דו נומער 57 אין דעסימעל
110101
111001
1101110
איז די ענטפער
וואס דאס איז די דעסימעל נומער 110

יעצט וויאזוי האב איך די ענטפער

מען הייבט אן פון די רעכטע זייט און מען רעכנט פלאס אויף יעדע נומער פון אויבן מיט אונטען
0 מיט 0 =0
1 מיט 0 = 1
0 מיט 1 = 1
1 מיט 1 = 10
1 מיט 1 מיט 1 = 11

יעצט לאמיר רעכענען אונזער משל
1 1 1
110101
111001
1101110
(זעה די עקסעל פייל פאר א קלארערע בילד)

די ערשטע איז 1 מיט 1 = 10 לייגט מען אונטען א 0 און העכער די צווייטע נומער א 1 אויבן
יעצט רעכענט מען אלע דריי נומערען וואס איז 1 מיט 0 מיט 0 = 1
נעקסט איז 1 מיט 0 = 1
נעקסט איז 0 מיט 1 = 1
נעקסט איז 1 מיט 1 איז 10
לייגט מען די 0 אונטען און די 1 העכער די נעקסטע נומער אויבן
נעקסט איז 1 מיט 1 מיט 1 = 11 לגגיט מען איינ 1 אונטען און איינס אויבן העכער די נעקסטע נומער
נעקסט איז 1 מיט 0 מיט 0 = 1
סך הכל
1101110

זעה די אויבן געלייגט עקסעל פייל און זעה די קאוד צי פארשטיין בעסער
צוגעלייגטע
binery2.xls
(23 KiB) דאונלאודעד 136 מאל

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 10976
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » זונטאג יולי 08, 2012 1:54 pm

יעצט לאמיר גיין צי מיינס (סאבטראקטן)
איז אויך די זעלבע וועג ווי דעסימעל וואס מען ניצט קעריענג ניצט מען בארואוינג

לאמיר זאגן פון
1101110
וואס איז אין דעסימעל ווילסטו אראפנעמען
10110
וואס איז אין דעסימעיל די נומער 22

1101110
10110
1011000
וואס איז די נומער 88 אין דעסימעל

יעצט וויאזוי האב איך די ענטפער

מען הייבט אן פון די רעכטע זייט און מען רעכנט מיינוס אויף יעדע נומער פון אויבן מיט אונטען

1 מיינוס 1 = 0
1 מיינוס 0 = 1
0 מיינוס 1 בארגט מען 1 פון די נעקסטע קאלום און סווערט 10 מיינוס 1 וואס די ענטפער איז 1
0 מיינוס 0 = 0


יעצט לאמיר רעכענען אונזער משל
די ערשטע איז 0 מיינוס 0 = 0
1 מיינוס 1 = 0
1 מיינוס 1 = 0
1 מיינוס 0 = 1
0 מיינוס 1 = רעכענט מען 10 מיינוס 1 = 1
1 מיינוס 0 (אזוי ווי מען האט געבארגט ווערט עס 0) איז עס יעצט 0 מיינוס 0 = 0
1 מיינוס 0 = 1
בלייבט סך הכל
1011000
צוגעלייגטע
binery3.xls
(24.5 KiB) דאונלאודעד 130 מאל

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 10976
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » זונטאג יולי 08, 2012 2:08 pm

יעצט וויאזוי רעכנט די קאמפיוטער די אדדישענס?

די קאמפיוטער האט אפאר מיני לאגיקעל אפערעטארס לאמיר רעדן יעצט נאר פון צוויי:

AND וואס רעכענט צוויי אינפוטס און ברענגט צוריק אן ענטפער ער ברענגט צוריק א פאסיטיוו (דאס מיינט 1) נאר אויב ביידע אינפוטס זענען פאסיטיוו.

exclusive OR אדער (XOR) וואס רעכנט צוויי אינפוטס און ברענגט נאר צוריק א פאסיטיוו אויב איינס איז פאסיטיוו און די אנדערע איז נעגאטיוו און אויב ביידע זענען נעגאטיוו אדער ביידע זענען פאסיטיוו ברענגט ער צוריק א נעגאטיוו.

די קאמפיוטער האט ווי מען רופט עס לאדזשיק געיטס דאס זענען קעיבלס געצויגן פון די אינפוטס אריין און ארויס מיט לאגיק אפערעטארס ביז ער באקומט א אוטפוט.

דאס איז די לאגיק געיטס פאר אדדישען בילד

A גייט אריין די אויבערשטע נומער

B גייט אריין די אונטערשטע נומער

סלויפט דורך א געוויסע מין וועג א AND מיט א XOR אפערעטאר און ער ברעגנט צוריק צוויי אוטפוטס.

איינס איז א SUM

צוויי איז א CARRIER

די SUM לייגט ער אונטן און די CARRIER לייגט ער אויבן העכער די נעקסטע קאלום

די אפערטעארס אין די בילד איז אויבן א XOR אפערעטאר

אונטען איז די בילד פון א AND אפערעטאר

יעצט לאמיר נעמען א דוגמא

1 מיט 0 = 1

A=1

B=0

די XOR אפערעטאר באקומט א פאסיטיוו פון די A און א נעגאטיוו פון די B און ער ברענגט צוריק א פאזיטיוו.

די AND אפערעטאר באקמט א פאסיטיוו פון די A און א נעגאטיוו פון די B און ער ברענגט צוריק א נעגאטיוו.

בלייבט א סך הכל

SUM =1

CARRIER=0

מאך אליינס דעם חשבון וויאזוי די לאגיק געיט וועט אויסרעכענען אנדערע נומערען ווי 1 מיט 1

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 10976
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » זונטאג יולי 08, 2012 2:17 pm

יעצט מאלטיפליקעשאן (טיימס) איז זייער גרינג ביי ביינערי וויבאלד ביי טיימס ביי ביינערי קומט נישט אויס צי ניצן קערינינג (ביי די טיימס חלק)
מען רעכענט ווייטער טיימס ביי ביינערי אזוי ווי מען האט אונז אויסגעלערענט צי שרייבען טיימס ביי דעסימעל
דא האט איר א בילד און זעט אליינס דעם חשבון

קאוד: וועל אויס אלע

           1 0 1 1   (A)
         × 1 0 1 0   (B)
         ---------
           0 0 0 0 
   +     1 0 1 1   
   +   0 0 0 0
   + 1 0 1 1
   ---------------
   = 1 1 0 1 1 1 0

אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 860
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:54 am
לאקאציע: צווישן זשאווא און זשאווא סקריפט...

תגובהדורך בחורהזעצער » זונטאג יולי 08, 2012 3:32 pm

wow! יישר כח, פאר די קלארע הסבר, איך וועל דאס נאך אי"ה געהעריג אדורך טוהן, און מגיב זיין אויב וועט זיך אויספעלן.

אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1054
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

תגובהדורך מייקראסאפט » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 2:55 pm

‫‫ציצילייגן צי די שוין אויך פארמישטע מענטשן וויל איך פרעגן אזוי:‬‬

‫‫איך האב שוין אנגעהויבן צי פארשטיין אביסל וואס ביינערי איז אין וויאזוי עס ווערט באשאפן אלע אויתיות אין נאמבערס, אין אפילו וויאזוי עס גייט צי פלאס אין מייניס קען איך מיר איינרעדן אז איך האב פארשטאנען וואס "פאטאקי" האט מסביר געווען פאר "בחור הזעצער".‬‬

‫‫אבער איך האב א פשוטע שאלה וואס ענגבערט מיר וויאזוי האט מען די ערשטע מאל מסביר געווען פאר א דומם אז א ציזאם שטעל פין אזויפיל גארנישעס מיט איינזערס איז א נאמבער??‬‬

‫‫איינמאל עס איז שוין  דא קען מען שוין פארשטיין ס'איבריגע, אבער מיין שאלה איז וויאזוי האט זיך איינער ציגעזעצט צי א קאמפיאטער אין מסביר געווען אז דאס זאל פרעזענטען א נאמבער..‬‬
"וויאזוי זאגט ער? אז איך וויל פארשטיין פרעגט מען אויף אייוועלט".....

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 10976
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 3:14 pm

איך וועל דיר פרובירן מסביר זיין בקיצור
יעדע נומער אין א קאלקולעיטאר קען ווערן געוויזן דורך א צוזאמשטעל פון זיבן לעמפלעך
זעה בילד
בילד

דאס איז די לאגיק געיטס וואס מען ניצט פאר די אונטערשטע רעכטע לעמפל

בילד

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 10976
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 3:20 pm

די אונטערשטע רעכטע לעמפל דארף זיין אויסגעלאשן נאר אויב מען ווייזט די נומער 2
ביי 0 1 3 4 5 6 7 8 9 דארף עס זיין אנגעצינדן

ניצט מען פארדעם פיר דראנטן
מער ווי פיר דארף מען נישט ווייל די העכעטע נומער 9 ווערט געשריבען אין ביינערי 1001
מען ניצט דריי OR געיטס מיט איין NOT געיט

דא איז א עקזעמפל וויאזוי די געיטס רעכענען די נומער 7 ביינערי איז עס 0111
בילד

רעכן אלע קאמבינעישאנס וועסטו זען אז נאר ביי נומער 2 וואס אין ביינערי איז עס 0010 לעשט ער זיך אויס

אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

תגובהדורך דעת זקנים » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 3:46 pm

WOW
ש'כח פאטאקי יר"ה פארן געבן אזא שיינע שיעור, נישט ווייל כ'פארשטיי שוין אלעס אבער א שיינע התחלה זיכער, גענוג ארויף צוברענגן מיין אינטערעסע דערצו צו א העכערע שטאפל.
ענד טענקס עגעין.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 10976
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 4:31 pm

עס איז געשריבען זייער זייער בקיצור
אויב דער עולם וועט פרעגן שאלות וועל איך פרובירן בעסער מסביר זיין

פאר דוקא
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 21, 2011 11:36 am

תגובהדורך פאר דוקא » דאנארשטאג ינואר 10, 2013 2:55 pm

איך פלעג מיינען אז איך פארשטיי אלעס, אין זייט איך דריי מיר דא הייב איך טאקע אן אלעס פארשטיין


צוריק צו “דעוועלאופערס ווינקל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט