נייע טשארזשער; One size fits all

איבער אלע סארט כלי מכשירים

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

נייע טשארזשער; One size fits all

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג פאברואר 23, 2009 8:51 pm

וויפיל אלטע טשארזשערס ליגן אינדערהיים אין לעדל ארומגעוויקלט צווישן אלע פענעס און פאפירן?

נאך די יערליכע פאון אפגרעיד וואס דער דורכשניטליכער אמעריקאנער באקומט פון זיין קעריער, ווערט די וועיסט נאר גרעסער ווען אלטע אומנוצבארע טשארזשערס בלייבן פארזשאווערט אין די לעדלעך און וואלגערן זיך ארום ווען די נייערע פאון וויל עס נישט ארייננעמען אין זיך.

אין א באריכט ארויסגעשווימען לעצטענס דורך די 'מאבייל פאון קאנגרעס' איז פארעפענטליכט געווארן אז די וועלטס גרעסטע מאבייל פאון פירמעס זענען געקומען צו א באשטעטיגונג איבער מאכן איין סארט טשארזשער וואס זאל ארבעטן מיט אלע סארטן סעלפאונס, אפגעזען דער מאנופעקטורער אדער מאדעל.

די פינף פירמעס וואס זענען זיך צוזאמגעקומען ביי א יערליכע קאנפערענס האבן איינשטימיג מסכים געווען צום אפמאך וואס וועט זיין מער ענווייראמענט-פריינטליך מיט ווייניגער גארבעזש און עווענטועל אויך שפארן געלט פאר ביידע, דעם מאנופעקטורער און דער קאנסומער.
דער נייער אפמאך וועט אנהויבן אויסגעפירט ווערן צוביסלעך און וועט זיין אינגאנצן אין טאקט הערשט אין יאר '12.

אין א ווארט: מאטאראלע, נאקיע, סעמסאנג, בלעקבערי און עריקסאן זענען ווערט די זעלבע דרעק.

דער באריכט רעדט נישט פון דעם עפל איי-פאון. נוצט עס די זעלבע טשארזשער ווי בלעקבערי?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג פאברואר 23, 2009 11:08 pm

If I remember correctly, they will use the micro USB charger, which is already used by BlackBerry storm and the 8900, and also a few bluetooth headsets.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
splenda
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 2:22 pm
לאקאציע: און קאווע

תגובהדורך splenda » דאנארשטאג דעצמבער 15, 2011 9:23 pm

אסאך מאל איז אינטרעסאנט ארויס צו נעמען ארטיקלען פון די ארכיווען און זען אז א זאך וואס איז און פילע קראפט שוין היינט צוטאגס איז נאך אמאל געווען א חלום?
איך בין אייך גרייט אויפצונעמען אויף kotzketziker@gmail.com

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג דעצמבער 15, 2011 10:54 pm

און אלעס אין ווייניגער פון דריי יאר.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
splenda
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 2:22 pm
לאקאציע: און קאווע

תגובהדורך splenda » דאנארשטאג דעצמבער 15, 2011 11:02 pm

איך האף אז און 3 יאר פון יעצט גייט שוין מיזען האבען קיין טשאגער בכלל
איך בין אייך גרייט אויפצונעמען אויף kotzketziker@gmail.com

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » פרייטאג דעצמבער 16, 2011 2:56 am

איך האב נישט געוויסט אז דאס איז שוין אין קראפט, מייין סענטראו ניצט נאך עפעס אן אלטן טשארדשער וואס ארבעט נאר פאר פאלם דעווייסעס
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
splenda
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 2:22 pm
לאקאציע: און קאווע

תגובהדורך splenda » פרייטאג דעצמבער 16, 2011 10:21 am

די סענטרא איז נאך פארברעצירט געווארען און יאר 2007.
און די נייע פאלמ'ס ניצען שוין טאקע די מיני יא עס בי
איך בין אייך גרייט אויפצונעמען אויף kotzketziker@gmail.com

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » זונטאג דעצמבער 18, 2011 12:31 am

splenda האט געשריבן:די סענטרא איז נאך פארברעצירט געווארען און יאר 2007.
און די נייע פאלמ'ס ניצען שוין טאקע די מיני יא עס בי


וואס איז דאס מיני יו עס בי? דאס איז דער נייער מין וואן סייז פיטס אלל טשארדשער?
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
splenda
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 2:22 pm
לאקאציע: און קאווע

תגובהדורך splenda » זונטאג דעצמבער 18, 2011 2:31 am

יא
איך בין אייך גרייט אויפצונעמען אויף kotzketziker@gmail.com

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » זונטאג דעצמבער 18, 2011 2:52 am

און פארוואס הייסט עס מיני יו עס בי, וואס האט דאס מיט א קאמפיוטער יו עס בי?
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
splenda
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 2:22 pm
לאקאציע: און קאווע

תגובהדורך splenda » זונטאג דעצמבער 18, 2011 3:01 am

עס איז די זעלביגע וואס מען ניצט פאר א קאנפיוטער
איך בין אייך גרייט אויפצונעמען אויף kotzketziker@gmail.com

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » זונטאג דעצמבער 18, 2011 3:05 am

שוין, טשולדיג מיר, יעצט בין איך אינגאנצן קאנפיוזד. איך ווייס וואס דאס איז א יו עס בי וואס מען נוצט פאר א פאנקיוטער, אבער די מיני יו עס בי פון וואס די רעדסט איז דאך א טשארדשער פאר א סעלפאון, וויאזוי'זשע נוצט מען דאס פאר/מיט/צי א קאמפטוטער?
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
splenda
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 2:22 pm
לאקאציע: און קאווע

תגובהדורך splenda » זונטאג דעצמבער 18, 2011 3:09 am

ביי די עק. אנהשטאט עס איינשטעקען אונעם קאמפיוטער. שטעקט מען עס איין און א עדעפטער
איך בין אייך גרייט אויפצונעמען אויף kotzketziker@gmail.com

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2458
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » זונטאג דעצמבער 18, 2011 3:26 pm

די דראנט פון וואס מ'רעדט דא הייסט מייקרא יא-עס-בי די סיבה פארוואס דאס הייסט אזוי איז פשוט ס'איז די זעלבע ווי א יא-עס-בי נאר קליינטשיג.

עלטערע בלעקבערי'ס וכדו' פלעגן נוצן מיני יא-עס-בי דאס איז אביסל גרעסער ווי די מייקרא אבער דאך היפש קלענער ווי א געהעריגע יא-עס-בי וואס מ'שטעקט איין אין א פיסי.

כדי ממחיש צו זיין דאס ענין העמיר דאס ברענגן בילדער פון די דריי סארט יא-עס-בי'ס:
micro.jpg
מייקרא
micro.jpg (5.94 KiB) געזעהן 3780 מאל

Normal.jpg
נארמאל
Normal.jpg (3.05 KiB) געזעהן 3780 מאל

Mini.jpeg
מיני
Mini.jpeg (5 KiB) געזעהן 3780 מאל

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » מאנטאג פאברואר 06, 2012 11:16 pm

הייסט דאס אז די גאנצע סיבה פארוואס דאס הייסט בכלל יו עס בי איז ווייל דער שטיקל וואס גייט אריין אין דעם כלי איז אן אייניקל (אין אויסזעהן) פון דעם יו עס בי וועלכע ווערט אריינגעשטעקט אין א קאמפיוטער?

ווייל דער יו עס בי וואס מען שטעקט אריין אין דעם קאמפיוטער טוט דאך נישט טשארדשן דעם קאמפיוטער, פארקערט, מען לייגט אריין זאכן פון קאמפיוטער אין דעם און פון דעם אין קאמפיוטער, דא אבער טוט מען מיט דעם טשארדשן דעם סעלפאון.

איא?

(איימסארי פארן נישט באמערקן אז איר האט דא אריינגעלייגט אזא שיינעם ענטפער פאר מיר מיט די בילדער. שקויעח)
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » מאנטאג פאברואר 06, 2012 11:52 pm

עס הייסט יו-עס-בי ווייל דאס איז עס באמת, מען קען טרענפערן פיילס צווישן קאמפיוטער-טעלעפאן, ווי אויך קען מען טשארדזשן דעם טעלעפאן דורכ'ן קאמפיוטער, וכן אני נוהג.
__________________________________
This signature was intentionally left blank

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » דינסטאג פאברואר 07, 2012 12:07 am

וויזוי קען מען טרענספערן פיילס צווישן דעם סעלפאון און קאמפיוטער אויב דער צווייטער עק פארמאגט א שטעקער איינצושטעקן אין אן אוטלעט אויף די וואנט?
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » דינסטאג פאברואר 07, 2012 12:19 am

עס זענען דא דראנטן וואס איין זייט איז דער אלטער גרויסער זיידע יו-עס-בי, און די אנדערע זייט איז א פיצינקע מייקרא יו-עס-בי.
אגב, עס איז דא צו באקומען אן אדאפטער אין וואס מען קען איינשטעקן אזא קעיבל (זע בילד).
צוגעלייגטע
oem-htc-micro-usb-home-travel-charger-adapter-w-usb-cable--cnr6300---dicmusb-.jpg
oem-htc-micro-usb-home-travel-charger-adapter-w-usb-cable--cnr6300---dicmusb-.jpg (9.51 KiB) געזעהן 3705 מאל
__________________________________
This signature was intentionally left blank

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » דינסטאג פאברואר 07, 2012 12:40 am

א גרויסער שקויעח ר' יואלי ווייס פארן האבן דאס געדולד מיר מסביר צו זיין, איך האב נישט פארשטאנען. און ס'אט מיר געדויערט אפאר מינוט צו כאפן אויף וואס מען נוצט דעם אדאפטער, אבער כ'מיין אז יעצט האבעך שוין ארויס דעם בילד.
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2458
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דינסטאג פאברואר 07, 2012 8:27 am

אסאך קלוגע-טעלעפאן ווי בלעקבערי וכדו' קומען שוין היינט אזוי לכתחילה. א יא-עס-בי דראנט מיט אזא אדאפטער פאר די וואנט אזוי שפארט זיך די פירמע פון שיקן א עקסטערע דראנט פארן קאמפיוטער און עקסטער פארן וואנט. איין דראנט טוט ביידע פעולות.


צוריק צו “טעכנאלאגיע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 0 געסט