געוואלד !!! מיין וועלט פלאטשקעט !!!

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6509
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

געוואלד !!! מיין וועלט פלאטשקעט !!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

און א קורצן קאלטן פרייטאג איז עס געווען. וועלוועל יאגט זיך ארויס פון מקוה. די נאסע פיאות פליען צו די זייטן. קוים האט ער אנגעיאגט צו כאפן א שויער פארן זמן. עס איז ביטער שפעט. די לעכט איז אפילו נאכנישט צוגעגרייט. ער לויפט ארויף די טרעפן פונעם בית המדרש. ער ווייסט ער מוז אנקומען אינדערהיים ווי שנעלער. ער גייט שוין סייווי כאפן פארן שפעטיגן, אבער זאל כאטש זיין מיט רחמנות, ער קען נישט אנקומען שפעטער ווי פאריגעס וואך. עס ליגט אים נאך אין די ביינער די קולות וואס ער האט געכאפט פון די האשה אשר נתת עמדי...

פארסאפענדעהייט פראלט וועלוועל אויף די טיר פון די הויז. ער לויפט צו צום וואקלנדעם טשיינע קלאזעט וואס האט שוין געזען שענערע צייטן… ער גיבט א שלעפ ארויס די לייכטער. מיט אן אומפעט גיבט ער זיי א ווארף ארויף אויפן טיש. וועלוועל נעמט אפיר זיין בעג ווי די ליכט ליגן פארפאקט. ווען ס'ווערט אים פינצטער פאר די אויגן.

אוי באשעפער !!! די בעג מיט די לעכט !!! כ'האב עס געלאזט אין מקוה !!!

וואס וועט זיין מיט מיר! ווען וועל איך אנהייבן צולייגן קאפ צו וואס איך טוע?! וועמנ'ס וועש האב איך דא נעבעך פארשלעפט.

א צושלאגענער וואקט וועלוועל צוריק צום מקוה. זיין גאנצע ענערגיע איז אויסגעלאשן. ער שלאגט זיך מיט זיך אליינס. כ'בין גארנישט ווערד. נעה אביסל יא. נעה כ'מיין אז כ'בין טאקע גארנישט ווערד.

די זמן ווערט שוין נענטער און נענטער און דער וועלוועל שלעפט זיך קוים צום מקוה מיט א געשלאגענע גייסט.

ענדליך טרעפט זיך וועלוועל צוריק אין בית המדרש און גייט אראפ די טרעפ אין מקוה צו נעמען די בעג מיט די לעכט, די פיס וואקט אזוי וואקלדיג ווען פלוצים.

פלאטשקע!!!

יוש !!! באשעפער אלמעכטיגער !!! וואס איז געשען דא !!!

כ'האב נישט גענוג געהאט היינט?! נאר דאס האט מיר אויסגעפעלט?! א פלאטשקע אריין אין וואסער?!

אוי טאטע! כ'האב שוין נישט קיין כח צו פלאשקענען !!! מיין גאנצע וועלט פלאטשקעט !!!



צופלאטשקעט!...
אוועטאר
Sunflower
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 17, 2024 3:55 pm

Re: געוואלד !!! מיין וועלט פלאטשקעט !!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Sunflower »

די רעדע איז פונעם נייעם אוויטער?
https://www.satmarupdats.com

אלע נייעס בחצר סאטמאר מהר"א
אוועטאר
אן אייניקל
שר האלף
תגובות: 1681
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:28 am
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: געוואלד !!! מיין וועלט פלאטשקעט !!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן אייניקל »

אוטש.

ווערי דאס נעבעך?
מיין טאגליכע האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 10:12 pm
ער האט מיך איינגעבאבילט שטיתים און אויףגעבאבילט שטיתים וואס האט געדוירט 26:35 סקאונדער'ס.
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6509
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: געוואלד !!! מיין וועלט פלאטשקעט !!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

Sunflower האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 06, 2024 3:15 pm
די רעדע איז פונעם נייעם אוויטער?
די אוועטער איז נאר א משל וואס דארט האט זיך אפגעטוען... אויש איז דאס געווען א פלאטשקע!

דאס איז זיכער. די זייטיגע צוקוקער האבן געפלאטשקעט פאר געלעכטער...
פלטרין של מלך
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2023 2:00 pm

Re: געוואלד !!! מיין וועלט פלאטשקעט !!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטרין של מלך »

זייער שווער אנצינדן לעכט ווען מ'איז אזוי נאס, די פייער כאפט זיך נישט.
נאך א צרה
טאקע גארנישט ווערד
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4441
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: געוואלד !!! מיין וועלט פלאטשקעט !!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: ;l;p- ;l;p- ;l;p-

ס'פלאטשקעט אוועק!.. שיגע טארע..
יוסי בן-ציון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2023 10:45 pm

Re: געוואלד !!! מיין וועלט פלאטשקעט !!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסי בן-ציון »

סמיר גוט, כ'גיי ניש קענען שלאפן...
די סעקאנד אממענדמענט איז דא צו היטן אויף די איבריגע אממענדמענטס. Alexander Hamilton
אוועטאר
קמן
שר האלף
תגובות: 1682
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 2:43 am
לאקאציע: און מיין פיינט'ס לינקע זאק וואס ליגט און בוידעם

Re: געוואלד !!! מיין וועלט פלאטשקעט !!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קמן »

חחח
פארפלאטשקעט
יאנאש האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 8:13 pm
- נישט אין סאטמאר גערעדט -
זיכסט מיך❓️ דא ⬇️❗️
ucp.php?i=pm&mode=compose&u=29410
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: געוואלד !!! מיין וועלט פלאטשקעט !!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

פארברענגען אלערט
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6509
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: געוואלד !!! מיין וועלט פלאטשקעט !!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

אפגעגאלט האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 06, 2024 7:25 pm
פארברענגען אלערט
קאטשקע אלערט!

הייב אן פלאטשקענען! די סעקונדע!

אזוי מיט ביידע גראבע פינגערס. נו שוין ס'זאקן איז צוריסן. נעגל שינדער אלערט!
אוועטאר
לחם לאכול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 07, 2024 7:36 pm
לאקאציע: כ'ווייס?

Re: געוואלד !!! מיין וועלט פלאטשקעט !!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לאכול »

:lol: :lol: :lol:
שיגענער די....
"וְנָתַן לִי לֶחֶם לֶאֱכֹל וּבֶגֶד לִלְבֹּשׁ"

פארבלאנדשטע מחשבות
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”