די אוקריינער 2023 קאנטער-אפענסיווע - אפהאנדלונג דורך נקדימון

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16882
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: די אוקריינער 2023 קאנטער-אפענסיווע - אפהאנדלונג דורך נקדימון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

מיר שטייען שוין יעצט איבער א האלבע יאר זינט די גרויסע אפענסיווע איז געלאזט געווארן אין גאנג און די מיליאן דאלאר פראגע וואס מיר אלע פרעגן איז ווי פארשטענדליך: איז די אפענסיווע געווען א סוקסעס?
די ענטפער אין קורצן איז: די אפענסיווע איז נישט געווען סוקסעספול.

דאס איז די גאנצע אנאליז איבער די אפענסיווע. אלעס אנדערש איז גארבידזש.
ezgif-4-2116fdd55a.jpg
ezgif-4-2116fdd55a.jpg (386.04 KiB) געזען 5695 מאל

-----
אמער, ס'הייסט? די אוקריינער האבן למעשה באפרייט טעריטאריע פון די רוסן. די אוקריינער האבן אוועק געשטיפט די שווארצע ים פלאטע פון נעבן די אוקריינער גרעניצן ווייטער אוועק און אפשר נאך זאכן... איר ווייסט וויאזוי דער אוקריינער רעאליסט דער הויפט גענעראל זאלאזשני וואלט רעאגירט? טרייסט מיר נישט מיטן ציווארפן א קליינע פעקל עסטרייכער קוקיס... און פארבלענדן די אויגן...

און איך האלט אז אפילו פרעזידענט זעלענסקי אליינס וואס פארמאגט א סך פאליטישע אמביציעס און אימאושענס אריינגעמישט און נישט בלויז די קאלטע מיליטערישע באשלוסן, וואלט - אין א "מאמענט אוו טרוט" - רעאגירט גאר ענליך צו זאלאזשני... זעלענסקי וואלט זיך געגעבן א קאטשע ארויף די גרינע ארבל, מיט די פנים פארזינקען אין די צוויי ארעמעס און זיך אליינס געפרעגט: וואס האט פאסירט און וואס דארף איך טון אנדערש צו זיין מער סוקסעספול אין די צוקונפט??
די געדאנקענגאנג אין די אוקריינע רייען איז קלאר: ס'איז נישט געווען סוקסעספול. פארוואס האבן מיר נישט מצליח געווען? וויאזוי גייט מען ווייטער? און וואס דארפן מיר טון צו יא מצליח זיין אין די עתיד? פינטל.

אויב אנשטאט גיין מיט די אויבנדערמאנטע הייבן מיר אן דרייען, שפינען און פארווישן און אפי' טרעפן סוקסעס געשיכטעלעך איז עס אן אויגן פארבלענדעניש און טוט בלויז פארווישן די קלארקייט און אוועק נעמען די קאנצענטראציע וואס דארף זיין אין אזא פאל צו אמת'דיג פארשטיין וואס איז דא געגאנגען שיף אז מען האט אנגעוואוירן די זומער קאנטער-אפענסיווע און וויאזוי קען מען עס פריווענטן אין די צוקונפט צו יא זיין סוקסעספול. דאס איז די וויכטיגסטע אין די יעצטיגע וואכן און דאס איז וואס ליגט די אוקריינער און אמעריקאנער גענעראלן אויפן געדאנק. אלעס אנדערש זענען זיי באמת נישט נייגעריג צו הערן. איינמאל די אויבנדערמאנטע נקודה איז קלאר קען מען גיין אנאליזירן אביסל מער די אןקריינער זומער קאנטער אפענסיווע, אויסשמועסן און ארויסהייבן די גוטע טיילן און די נישט אזעלכע גוטע חלקים.

די זעקס חדשים לאנגע אפענסיווע איז געווען א געמיש פון א סך געשענישען און צילן, סוקסעספולע און אומ'סוקסעספולע, מיט א צאל ערגעץ אינדערמיט... טייל פון זיי זענען פארבינדן דירעקט מיט די אפענסיווע און טייל זענען שוואך פארבינדן מיט די אפענסיווע אבער געשען דורכאויס די האלבע יאר. עס איז וויכטיג צו פארשטיין וואס די אוקריינער האבן געצילט און געוואלט עררייכן מיט די יעצטיגע קאנטער אפענסיווע, וויאזוי איז צוגעגאנגען די פלאנירונג פאר די אפענסיווע און וויאזוי די עקסיקיושען, דהיינו דאס אויספירן די עצם אפענסיווע איז צוגעגאנגען און מיט וואס די יעצטיגע קאנטער-אפענסיווע איז געגאנגען אנדערש פון פאריאר אין כארקאוו און אין כערסאן וואו די אוקריינער זענען געווען אסאך מער סוקסעספול.

-----

די מהלכים און צוגרייטונגען פאר די אפענסיווע



ערגעץ אינמיטן יוני אויפן לעפאלד שטראסע אין א זייטיגע קאנפרענץ צימער אין די נאט"א הויפטקווארטירן אין בריסל איז געזיצן דער אמעריקאנער קריגס סעקרעטאַר אוסטין, ארומגענומען מיט א צאל אמעריקאנער מיליטערישע קאמאנדירן ווען אנטקעגן איבער זיצט דער -דעמאלטסדיגע- אוקריינער קריגס מיניסטער רעזניקאוו מיט א צאל פון זיינע געהילפן צו די זייט. די לופט אין צימער איז געווען געדעכט אנגעצויגן און אויסטין פרעגט רעזניקאוו: וואס איז פשט פארוואס די אוקריינער ניצן נישט געהעריג די מינע רייניגער טרעקלעך און די רויעך באמבעס צו פארהוילן די אוקריינער טרופן’ס פונקטליכע לאקאציע און נאך א צאל וואפנס וואס איז קריטיש פאר א ברייטערע מעכאניזירטע אנגריף?

די אוקריינער פון זייער זייט נאך עטליכע טעג פון א ברייטערע מעכאניזירטע אנגריף אנהייב יוני - ווי די באקאנטע הויפן חרובע לעמפערד’ס און ברעדלי'ס פארלוסטן זענען פארגעקומען - האבן זייער שנעל געטוישט זייער סטראטעגיע און דראמאטיש דאונסקעילד צו קלענערע פארמאציעס. קריגס מיניסטער רעזניקאוו האט קלארגעשטעלט פאר אויסטין אז עס איז נישט ער וואס פאסט די באשלוסן נאר די באשלוסן קומען דירעקט פון די מיליטערישע קאמאנדירן. רעזניקאוו האט געזאגט פאר אויסטין אז די אוקריינער געפאנצערטע טרעקלעך קומען אונטער שווערע פייער, די רוסן מיט אירע העליקאפטער, ארטילעריע און דראונס שטעלן אפ יעדע פרואוו זיך צו ריקן פאראויס. די לאנד מינעס און די טאנק פאסטקעס וואס די רוסן שטעלן אונז אונטער האלט אונז אפ פון זיך מאנעווירן אויפן פראנט. אן קיין סאליד אוקריינער שטיצע דורך די לופטן פארבלייבט די איינציגסטע וועג זיך צו ריקן פאראויס פשוט דורך שפייען ארטילעריע פייער אין ריכטונג פון רוסישע פאזיציעס, דערנאך אהין פארן מיט געציילטע געפאנצערטע טרעקלעך, ארויסטאנצן דערפון און גיין די איבריגע צופיס ביז די טארגעט. בשעתן די דעמאלטסדיגע בעלגישע זיצונג בלויז צוויי וואכן אריין האט געשאפן קליינע מחשבה'לעך וואס האבן שטילערהייט זיך אריינגעגראבן און געמאכט זייער וועג אריין אין די אמעריקאנער מיליטערישע קעפ צו זאכן פארן אפשר נישט אין די ריכטיגע דירעקציע...

-----


לאמיר גיין א טריט אויף צוריק

די צוגרייטונגען פאר די אפענסיווע

די פלאנירונגען פאר די גרויסע קאנטער אפענסיווע איז אנגעגאנגען עטליכע חדשים אין א צי. בשעת די מאמענטום פאר די אפענסיווע איז געוואקסן מיט יעדע פארבייגייענדיגן טאג.

פאריאר סוף יאר האבן די אוקריינער געהאט צוויי סוקסעספולע קאנטער אפענסיוועס אין כארקאוו און אין כערסאן אויפן דרום זייט לאנד. צווינגענדיג די רוסן צו דורכפירן א ריקצוג צו די לינקע זייט דניעפער טייך. תיכף דערנאך האט זיך אנגעהויבן קאכן איבער א פרישע אפענסיווע צו צושמעטערן די רוסן.

אין א געשפרעך וואס דער אמעריקאנער קריגס סעקרעטאַר אויסטין האט דאן געהאט מיט דער אוקריינער הויפט גענעראל זאלאזשני האט אים אויסטין געפרעגט: וואס דארף אוקריינע האבן צו זייער דיספאזיציע פאר א פרילינג אפענסיווע? זאלאזשני האט אים געענטפערט: אוקריינע דארף כאטשיג טויזנט געפאנצערטע טרעקלעך מיט ניין פרישע בריגאדעס טרענירט אין דייטשלאנד גרייט צו גיין אין קאמף!
דער ריז אויסטין האט געמיינט ער פאלט אראפ; עס הערט זיך גרינג אבער "דאס איז כמעט אוממעגליך צו אהער שטעלן" האט אויסטין שפעטער געזאגט פאר זיינע קאלעגן. אבער אויסטין האט עס למעשה צוגעשטעלט. די מערב וועלט בכלל און ספעציפיש אמעריקע האבן געארבעט גאר שווער צו צושטעלן די פארלאנגטע וואפנס און נאכקומען די וואפנס מעניו וואס די אוקריינער האבן אריינגעגעבן אז זיי דארפן פאר זייער קאנטער אפענסיווע.
געוויס זענען אויכעט געווען וואפנס וואס אוקריינע האט געבעטן אז עס איז וויכטיג פאר אוקריינע אבער האבן געוואוסט גלייך פון אנפאנג אז זיי גייען עס נישט באקומען און אפילו אויב זיי גייען עס באקומען גייט עס זיכער נישט אנקומען בעפאר די קאנטער אפענסיווע, ווי קאמפס פליגער וכו'. די דזשי-על-עס-די-בי באמבעס וכו’ וואס דאס אלעס האבן זיי אליינס געוויסט דאס גייט נישט זיין בעפאר 9 חדשים.
למען האמת, מען קען דעבאטירן יעדער וואפן באזונדער און אויב די גאנג פון די ביידן אדמיניסטראציע מיטן שיקן וואפנס איז געווען ריכטיג אדער נישט און אויב נישט ביי וועלכע שטאפל לאורך הדרך, אבער די וואפנס וואס אוקריינע האט געבעטן פאר די זומער אפענסיווע האבן זיי מער ווייניגער באקומען.

און אזוי האט מען זיך געגרייט און די אוקריינער זענען געווען אין כסדר'דיגע פארבינדונג מיט זייער מערב וועלט אליאירטע. די מערב וועלט און אמעריקע זענען געווען גאר גאר שטארק פארמישט אין די קאנטער אפענסיווע, זיי האבן נישט בלויז איבערגעקוקט די אוקריינער פלענער און געשאקלט מיט'ן קאפ, נאר זענען געווען דירעקט פארמישט פון אויבן ביז אונטן. אזויפיל ווי אכט באזונדערע וואר-געימ'ס זענען פארגעקומען דורך די אמעריקאנער און אוקריינער גענעראלן. נישט איינס און נישט צוויי... אכט שטיק! יעדער פון זיי דורכאויס עטליכע טעג, דארט האט מען אויסגעשפילט די קריג און דעטאלירט און אויספלאנירט סטראטעגיע וואס יא און וואס נישט צו טון מיט האפענטליך די בעסטע רעזולטאטן. אלע קארפן קעפ פון אוקריינע, ענגלאנד און אמעריקע זענען געזיצן צו מטכס עצה זיין. אמעריקאנער הויפט גענעראל מילי און אוקריינער גענעראל סורסקי האבן זיך אויך באטייליגט ביי א צאל זיצונגען, מען האט אויסגעארבעט וואס עס זענען די בעסטע מהלכים און וואס אלץ אוקריינע דארף האבן צו קענען סוקסידען. טייל אנוועזנדע האבן געשפילט אלץ רוסן וואס פארטיידיגן זיך און טייל אלץ די אנגרייפנדע אוקריינער, זיי האבן סיי אויסגעשפילט מיט שטיקלעך אויפן מאפע און סיי דורך ספעציעלע סאפטוועיר פראגראמען וואס האבן אויסגעשפיגן רעזולטאטן; אזויפיל שאנסן פאר אזא סענעריא, און אזויפיל שאנסן פאר א רוסישע צוזאמפאל, און אזויפיל שאנסן פאר א דריטע סענעריא. אמעריקא נאך די זיצונגען האט צוזאמענגערופן אלע אירע אליאירטע וואס שטיצן אוקריינע און געלייגט אבנארמאלע דרוק און ארויסגעקוועטשט פון יעדעם עקסטערוויפיל מעכאניזירטע געפאנצערטע טרעקלעך עס איז געווען שייך. דער אמעריקאנער הויפט גענעראל מילי איז געווען גאר אויפגעהייטערט און נאך איין זיצונג ווען ער האט פארפירט א געשפרעך מיט א צאל אוקריינער ספעציעלע אפעראציע קרעפטן האט זיי מילי רעטאריש געזאגט "קיין איין רוס זאל זיך נישט לייגן שלאפן אן זיך וואונדערן צו זיין האלז וועט נישט ווערן איבערגעשניטן אינמיטן די נאכט".

די זיצונגען זענען צומאל געווען געדעכט, עס זענען געווען א צאל קלענערע און גרעסערע מיינונגס פארשידענהייטן צווישן די אוקריינער קעפ און די אמעריקאנער קעפ דורכאויס די זיצונגען, צומאל זענען געווען שארפע דיפערענצן איבער סטראטעגיע און טאקטיקן.
צו אלעם ערשט ווען זאל די אפענסיווע פארקומען? די אמעריקאנער האבן געשטיפט אויף ווי פריער אז די אפענסיווע זאל זיך אנהייבן שוין אזוי פרי ווי אין פרילינג, אבער די אוקריינער האבן זיך נישט געיאגט.

איך וויל זיך א מינוט אפשטעלן איבער די נושא ווען די אפענסיווע איז געווען אין פלאן צו זיך אנהייבן. דאס אז עס איז געווען א רעדע אז די גרויסע אפענסיווע זאל זיך אנהייבן אין פרילינג אדער "ספרינג אפענסיוו" איז נישט קיין געבאקענע זאך פון די מידיא, נאר איז געווען אן ערנסטע מדובר אויפן טיש. דאס שרייבן נאכאנאנד אז דער אפענסיווע האט זיך קיינמאל געדארפט אנהייבן אין פרילינג און ס'איז די מידיא וואס דרייט א קאפ די מענטשהייט איז נישט ריכטיג. ”נישט ווייל עפעס שטייט אין א מידיא פארמאט איז עס שטותים און נישט ווען איינער ליינט עפעס נישט אין די מידיא מיינט אז עס איז שטותים פריי...” יעדער שרייבער אין די מידיא דארף ווערן באטראכט אלץ אינדיווידועל, עס זענען דא וואס שרייבן סענזאציע, אנדערע שרייבן וואס זיי האבן געהערט פון א הויכע באאמטע, בשעת עס זענען דא וואס לאזן הערן זייער עקספערטיז, און מיט דעם דארף מען זיך רעכענען. בלויז ווייל עס שטייט אין די עקאנאמיסט און נישט אויף טעלעגראם מאכט עס נישט פעיק אדער נאריש. יעדער איז א מומחה אויף זיין פאך און אויב שרייבט ער זיין עקספערטיז איז עס מאסגעבנד. אפגעזען וואו עס שטייט געשריבן. און די זעלביגע איז פארקערט, אויף טוויטער אדער טעלעגראם זענען דא מענטשן וואס שרייבן אזאנע געבראטענע שטותים אזש די קאפ קען פארדרייט ווערן...

ווער עס האט געליינט די נאכאנאנדע באריכטן פון צוויי גילדען, נארמי , אני הקטן אדער די אנדערע באריכטער אין די חדשים בעפאר די אפענסיווע האט געזען גענוג תגובות פון הויכע אוקריינער און אמעריקאנער באאמטע צוגלייך אז מען רעדט פון אן אפענסיווע וואס גייט זיך אנהייבן ערגעץ אין די פרילינג. דאס האט נישט געמיינט אז אויב הייבט זיך עס אן שפעטער צו פריער איז עס א דורכפאל, אבער עס זענען געווען אויפ'ן טיש אפאר באשטעטיגטע מעגליכע דאטומען, באשטעטיגט דורך די אוקריינער מיט די אמעריקאנער צו קענען אנהייבן דאן די פרילינג אפענסיווע.

דא האט איר בלויז עטליכע אויסצוגן פון סטעיטמענטס געזאגט עטוואס בעפאר אדער שוין אין פרילינג פון הויכע מיליטערישע באאמטע איבער ווען צו ערווארטן די אפענסיווע:
פירער פון די אוקריינער שפיאנאזש אפאראט וואדים סקיביטצקי האט געזאגט: אוקריינער וועלן זיין גרייט פאר די אפענסיווע אין די פרילינג.
די אוקריינער קריגס מיניסטער אלעקסיי רעזניקאוו האט געהאט אנאנסירט אז: די אוקריינער אפענסיווע איז ערווארטעט אין אפריל-מאי ווי מען וועט שוין זען לעפערד טאנקן אקטיוו.
אוקריינער קאמאנדיר פון די ערד כוחות גענעראל אלעקסאנדער סורסקי: מיר האלטן אן צו פארטיידיגן באכמוט צו אנגרייטן רעזערוון פאר די פרילינג קאנטער אפענסיווע וואס איז שוין באלד דא.
אוקריינער שפיאנאזש שעף בודאנאוו: עס וועט פארקומען א שטארקע דעצעדירנדע שלאכט אינמיטן ביז סוף פרילינג.
אמעריקאנער קריגס סעקרעטאַר אויסטין: מיר וועלן אלע ארויסהעלפן אוקריינע אין זייער אפענסיווע וואס גייט פארקומען די פרילינג.
דאס איז בלויז טייל פון די אפיציעלע מעלדונגען און דאס זענען פון מענטשן וואס זענען בארעכטיגט צו רעדן. דאס איז נישט " עפעס א מידיא וואס באקט נייעס און האקט אין קאפ". טא, ווען איינער האט גערעדט פון אן אפענסיווע אין די פרילינג האט ער נישט גערעדט פון בויך ארויס.


יעצט איינע פון די הויפט סיבות פארוואס אמעריקע האט געוואלט די אפענסיווע זאל זיך אנהייבן ווי שנעלער איז וויבאלד מיט יעדע פארבייגייענדיגן טאג האבן די רוסן פארשטערקערט זייער דעפענסיווע ליניעס. טיפער, ברייטער און לענגער וואו גענעראל סאראווייקין האט געהאט א גרויסע האנט דערין און אריינגעלייגט שטארקע כוחות במשך חדשים לאנג צו אויפבויען מאסיווע שוץ ליניעס. דאס איז עפעס וואס די אוקריינער האבן נישט געטון, נאר ממש לעצטענס האט זעלענסקי און גענעראל זאלאזשני אויפגעהויבן א ווייגעשריי אז מען דארף זאפארט אנהייבן פארשטארקערן און גרובן דעפענסיווע ליניעס, און די ארבעט גייט שוין יעצט טאקע העפטיג אן אויף די אוקריינער זייט. מיט יעדע פארבייגייענדיגן טאג זענען די רוסישע שוץ ליניעס געווארן מער באפעסטיגט, די סאטעליט בילדער אפגעריקט א חודש האט געוויזן אנדערע בילדער און דאס איז איינע פון די סיבות פארוואס אמעריקע האט זיך געיאגט, זיי האבן קלאר געזעהן א מיט יעדער פארבייגייענדיגן טאג ווערט עס שווערער און שווערער.

די אוקריינער אבער פון די אנדערע זייט הגם זיי האבן אויך גערעדט און געפלאנט אויף א פרילינג אפענסיווע האבן זיי זיך געטראפן סוף אפריל אז ניין, מיר דארפן נאך טרענירונג. מיר דארפן אלע וואפנס און נאכנישט אלעס איז דא. אזוי איז אדורך נאך א וואך און נאך א טאג. אמעריקא האט געהאלטן אין איין לייגן דרוק, הלמאי מען האט דאך גערעדט פון עפעס. אבער אוקריינע האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט און צומאל איגנארירט. ביי סוף חודש מאי האבן די אוקריינער שוין מער ווייניגער געהאט אלע וואפן, ביי אלע וואפן מיין איך דאס וואס די אוקריינער האבן ערווארטעט צו האבן פאר די יעצטיגע זומער אפענסיווע, און טאקע הערשט די ערשטע וואך פון יוני האבן זאכן זיך עכט אנגעהויבן שאקלען.

די אמעריקאנער זענען געווען ביי די מיינונג אז מיט די צאל זעלנער וואס די אוקריינער פארמאגן און די וואפנס ערהאלטן וועלן די אוקריינער מיט א ברייטע מעכאניזירטע אנגריף קענען דורכברעכן די רוסישע דעפענסיווע ליניעס. אמעריקע איז געווען ביי די מיינונג אז אזא אנגריף גייט קאסטן אומגעהויערע קרבנות און די אפטיקס גייט טאקע זיין זייער נעגאטיוו אבער די שאנסן צו אדורכברעכן די רוסישע ליניעס שטייט פארט גענוג הויעך און וועט נאכאלץ ברענגען ווייניגער פארלוסטן ווי ווען מען איז אויסגעשפרייט אין קלענערע גרופעס און מען קריגט זיך שטייטעלעך וואס וועט ווארשיינליך נישט ברענגן קיין עכטע סוקסעס און וועט אין די לאנג ראן אפקאסטן אפילו מער פארלוסטן ווי ווען מען גייט ווען מתחילה מיט א מאסיווע קראפט טראץ די אומגעהויערע פארלוסטן גלייך אנהייב.


די מערסט פאזיטיווע שאצונג וואס די וואר-געימס האבן אהער געשטעלט איז געווען אז ביי זעכציג ביז ניינציג טעג וועלן די אוקריינער קענען גרייכן די אזאוו וואסערן. דאס הייסט אויפן זאפאריזשע פראנט וועלן זיי אראפפארן דרום זייט צום ים און אזוי איבערשניידן די רוסן אין צווייען, דאנעצק און לוהאנסק וועלן זיין פון רעכטס און די קרים האלב אינזל וועט זיין פון לינקס. דאס וועט איבערלאזן די רוסן אן קיין יבשה בריק צו פירן לאגיסטיקס צום קרים האלב אינזל, עפעס וואס וועט אויטאמאטיש שטארק פארשווערן די רוסן בדרך הטבע פון צו קענען אנהאלטן קריימיע.

נאך א שטארקע מיינונגס פארשידענהייט צווישן די אמעריקאנער איז געווען איבער וויפיל פראנטן עס זאל זיין. בשעת די אמעריקאנער האבן געוואלט עס זאל זיין בלויז אויף דרום - די זאפאריזשע פראנט ווי דארט זאלן די אוקריינער האמערן מיט אלע כוחות, האבן די אוקריינער פירערשאפט בראשות זעלענסקי, גענעראל זאלאזשני און סורסקי באשלאסן אנדערש. אנשטאט איין פראנט זאל עס זיין דריי באזונדערע פראנטן אויסגעשפרייט אויף די טויזנט קילאמעטער פראנט. צוויי פראנטן אויף דרום זייט און איינס אויף מזרח זייט.


בילד
    די ערשטע פראנט אויף דרום וועט זיין; די ראבאטינע פראנט וואס האט געצילט די שטאט טאקמאק און דערנאך מעליטאפאל אראפ ביזן ים.
      די צווייטע פראנט אויף דרום וועט זיין; די וועליקע נאוואסילקע פראנט וואס צילט די שטאט בערדיאנסק.
        די דריטע מזרח/באכמוט פראנט וועט זיין; אין דאנעצק אבלעסט אויף מזרח זייט אוקריינע.

        די אוקריינער באאמטע זענען געווען גאר אפטימיסטיש און געהאפט אז זיי וועלן באווייזן צו איבערשפילן נאך א כארקאוו אפענסיווע אבער יעצט אויף עטליכע פראנטן. די אמעריקאנער פון די אנדערע זייט זענען געווען סקעפטיש און געקלערט אז דאס וועט נישט ארבעטן פון עטליכע פראנטן נאר ענדערש זיך קאנצענטרירן אויף איין ספעציפישער פראנט. נאך אלעם איז אבער די ענדגילטיגע באשלוס געליגן אין זעלענסקי’ס און אין זאלאזשני'ס הענט און זיי האבן באשלאסן אנדערש. ווי איין אוקריינער באאמטע האט קריטיקירט די וואר-געימינג: דו קענסט אויספלאנען אהער און אהין, אויפן פאפיר שטימט עס אבער עס איז אלעס גוט ביזן שלאכטפעלד. מיר שלאגן זיך דא א פארצייטישע ערשטע וועלט’ס קריג אין שוץ גרובער אבער יעצט מיט דראונס וואס הויערן העכער אונזער קעפ... און די מערב וועלט וויל אונז זאלן זיך שלאגן אזא סארט קריג אן קיין אויבערהאנט פון די לופט, עפעס וואס זיי אליינס האבן קיינמאל נישט געהאט... די אלע מעטאדן זענען ווערטלאז איינמאל מיר זענען אויפן שלאכטפעלד. אזוי האבן א צאל אוקריינער שטילערהייט געהאלטן ביי זיך שפירנדיג מער רעאליסטיש. אבער מצד שני, טראצדעם וואס די אמעריקאנער האבן געשטיפט אויף איין פראנט זענען די אוקריינער געווען פאר'עקשנ'ט צו גיין אויף דריי פראנטן בשעת איינס דערפון איז באכמוט.

        איך פערזענליך בין אן אלטע קריטיקירער פון די באכמוט סטראטעגיע און קיינמאל געפאלן פאר די וועלט'ס א”ג געריבענע סטראטעגיע גערופן באכמוט. עכ"פ איך האב געשריבן אז הגם מען ווייסט נאכנישט אלעס און איך האב קיין פארטיגע מיינונג מוז מען אבער שטארק נעמען אין באטראכט די אפעקטן וואס עס גייט האבן אויך די אוקריינער ארמיי דאס זיך אויסשלאגן אויף באכמוט ביזן לעצטע אטעם און ספעציפיש וויאזוי דאס קען אפעקטירן די ערווארטעטע גרויסע קאנטער-אפענסיווע. און ווי עס זעהט אויס, האט עס שוין איינמאל אפעקטירט...

        די ווילן פון פרעזידענט זעלענסקי, גענעראל זאלאזשני און גענעראל סורסקי איז געווען צו אוועק שטעלן באכמוט אלץ א פראנט און זיין טייל פון די קאנטער אפענסיווע. זייער סטראטעגיע איז פשוט געווען צו האבן די רוסן אויסגעשפרייט אויף עטליכע פראנטן און אזוי ארום אפשוואכן די רוסן די מאקסימום מעגליך.

        עס איז אבער דא עפעס מער פון דעם און דאס איז לענ”ד זעלענסקי'ס שולד, סא טו סעי.
        באכמוט פאר זיך איז בעצם נישט קיין סטראטעגישע שטאט און עס איז טאקע נישט געווען ערווארטעט אז איינמאל באכמוט פאלט אז עפעס זאל פאסירן, אבער עס איז למעשה געווארן א צענטערפונקט פון די קריג.

        דער עולם געדענקט אוודאי די ”#באכמוט פאלט” ”#באכמוט האלט” ווי משה'לע האט אונז מהנה געווען. דאס איז אנגעגאנגען וואכן לאנג, אהין און צוריק, נישט נאר אויף אייוועלט נאר אינטערנאציאנאל און אויפן פראנט, אלעס האט זיך געדרייט ארום באכמוט. ”#באכמוט האלט” איז געווארן די שטאלץ און לופט צו אטעמען פון די אוקריינער און ”#באכמוט פאלט” איז געווען גאזאלין פאר די רוסן. עס איז געווען א סימבאלישע זיג אבער נישט בלויז סימבאליש, סאיז געווען די מאראל און אלעס האט זיך געדרייט ארום דעם. דאס הייסט עס געווארן א צענטערפונקט צווישן די צוויי כוחות. זעלענסקי האט נישט געקענט אראפ שלינגען דאס ענדגילטיגע פאלן פון באכמוט און דערמיט די עררייכטע רוסישע געווינס.. אבער אויך מיר א געווינס, די רוסן האבן פארשווענדעט טייערע רעסארסן און זעלנער פאר אן אפגעריסענע שטאט וואס האט גארנישט געברענגט. נאך אפאר אזאנע רוסישע געווינסן און די טויט צאל אין די מלחמה גרייכט אין די מיליאנען...

        די אוקריינער האבן געמאכט א באשלוס אין פעברואר צו מערץ צו פארטיידיגן באכמוט פאר אלע קאסטן. גענעראל סורסקי איז געווען ווי אבסעסירט מיט באכמוט, אפגעזען וואס עס קאסט. טראץ וואס עס וואלט ווארשיינליך געווען פיל ווייניגער פארלוסטן ווען אוקריינע מאכט ווען א סטראטעגישע ריקצוג צו העכערע פאזיציעס אויף די בערג מערב פון באכמוט, אבער עס איז נישט געקומען אין באטראכט... נאכמער פון דעם, זעלענסקי האט אוועק געשטעלט דאס צוריק כאפן באכמוט פון די רוסן אלץ איינע פון די צילן פון די קאנטער אפענסיווע, זעלענסקי וויילענדיג אין וואשינגטאן האט אין א שמועס מיט זשורנאליסטן געזאגט אז ער האט א פונקטליכע פלאן און ציל צו צוריק כאפן באכמוט בנוסף צו נאך צוויי שטעט. איי וואס פונקטליך גייסטו פארדינען איינמאל דו האסט באכמוט? די אוקריינער האבן פארשוועמט ימ'ען מיט כוחות פאר די באכמוט פראנט, אויב געדענק איך גוט האב איך בשעתו געברענגט א באריכט אז בערך האלב פון די אוקריינער כוחות זענען קאנצענטרירט ארום באכמוט. די סטראטעגיע פון די אוקריינער איז דעמאלטס געווען און איז נאכאלץ צו ארום נעמען באכמוט פון ביידע זייטן צו ענג מאכן פאר די רוסן אן דארפן דירעקט אנגרייפן די שטאט אליינס.

        אוקריינער זעלנער אויף די בערג ארום באכמוט. באכמוט איז אינעם טאל
        20230508_083616 (1).jpg
        20230508_083616 (1).jpg (281.37 KiB) געזען 5695 מאל
        בעצם איז די אוקריינער סטראטעגיע מיט באכמוט געווען קאפי פעיסט פון די רוסישע פלאן מתחילה ביז ווען די רוסן האבן געזען אז עס ארבעט זיך נישט אויס און באין ברירה האבן זיי געמוזט אריינגיין אין שטאט אליינס פון גאס צו גאס און הויז צו הויז מיט גאר שווערע פארלוסטן. די רוסן האבן אין די ערשטע חדשים געליטן עטליכע מאל אזויפיל פארלוסטן ווי די אוקריינער ארום באכמוט, אבער איינמאל די רוסן האבן אקופירט די פלאנקען ארום באכמוט האט זיך דאס געטוישט. די רוסן זיצנדיג אויף די הויכע פאזיציעס ארום באכמוט וואס איז אין א טאל זענען די קעזשעלטיס מער ווייניגער געווארן גלייך אויף גלייך. צו מעגליך גאר א קליינע עדווענטידזש פאר די רוסן.

        די באשלוס פון די אוקריינער צו אנהאלטן באכמוט פאר יעדע פרייז האט געהאט עטליכע צילן. ווי גענעראל סורסקי און זעלענסקי האבן דערמאנט, סיי דאס אויסמיטשען די רוסן. און סיי צו אראפהאלטן די רוסן דארט בשעת די אוקריינער זעלנער אין דייטשלאנד און אין אנדערע פלעצער מושטירן זיך פאר די גרויסע קאנטער אפענסיווע. וואס עס האט אבער אויך געטון איז אז די לענגסט מושטירטע און פראפעסיאנאלע אוקריינער בריגאדעס ווי די צוויי און דריי אין ניינציגסטער מעכאניזירטע בריגאדעס, זענען געבליבן קעמפן אין באכמוט אנע אפשטעל. עפעס וואס איז קריטיש צו כאפן די אטעם זיך צו רעארגאניזירן און פריש אויסשטאפירן. און בכלליות, האסט פארניצט דיינע גיטע בריגאדעס אין באכמוט (ווי כמעט די גאנצע פארשריט איז שוין פארלוירן געווארן בעיקר צפון זייט באכמוט) אנשטאט זיי צו [געבן מנוחה און דערנאך פרישערהייט] נוצן אויפן דרום פראנט. אנשטאט דעם האבן די אוקריינער אין דרום גענוצט בלויז פרישע טרענירטע בריגאדעס וואס זענען דורך קוים עטליכע חדשים טרענירונג דורך די מערב וועלט...

        בייגעלייגט האב איך געשריבן אביסל איבער די מיינונגס פארשידענהייטן צווישן די אוקריינער און די אמעריקאנער און מיין פרוסטעראציע איבער די שאדנס וואס באכמוט האט געברענגט:
        עס זענען דא פארשידענע מיינונגס פארשידענהייטן צווישן מערב וועלט מיליטערישע קעפ און אוקריינער גענעראלן איבער פארשידענע שריט אין די קאנטער אפענסיווע, איינע פון זיי שרייבט די ני"ט איז אז דער אוקריינער הויפט גענעראל סורסקי שלעפט אוועק אוקריינער זעלנער צו די מזרח צפון פראנט, קופיאנסק, בשעת ווען די אמעריקאנער פירער האלטן אז דאס פעלט נישט אויס און שוואכט אפ די אוקריינער כוחות אין דרום.

        די סטראטעגיע וואס די מערב וועלט האלט פאר קריטיש וויכטיג איז אז אוקריינע וואלטן געדארפט זיך קאנצעטרירן מיט א גאר שטארקע קראפט אויף ראבאטינע ווי איידער זיין אויסגעשפרייט אויף אזויפיל אנדערע פלעצער.

        די אוקריינער האבן טאקע היפש פארשוואכערט זייער קאנצענטראציע אין מזרח זאפאריזשע זינט אנהייב אױגוסט און פארגרעסערט איר קאנצענטראציע לינקס אין זאפאריזשע ביי ראבאטינע ווי די הויפט פראנט איז, וואס מאנכע צייגן אן אז די לעצטערע סעמי סוקסעסן פון די אוקריינער אין ראבאטינע איז -צו א געוויסע עקסטענד- פארבינדן מיט אט די באשלוס.

        פון די אנדערע זייט איז די אוקריינער סטראטעגיע בכלל נישט אוועק צו מאכן. דאס הייסט, אויסציען די רוסישע דעפענסיווע אויף אזויפיל ערטער ביז עס וועט אויסגעמאגערט ווערן און ווערן גאר דין אויף געוויסע פלעצער אזוי אז די אוקריינער זאלן קענען סוקסעספול דורכברעכן די רוסישע דעספענסיווע ליניעס. ווען אוקריינע האט ווען אן אויבערהאנט אין די לופטן און דערביי גאר א ריזן ערד כח קען מען הערן די געדאנק פון זיך קאנצעטרירן גאר שטארק אויף איין פראנט און דורכברעכן די רוסישע דעפענסיווע מיט אלע כוחות. טאקע מער פארלוסטן אבער מיט מער קראפט און אויף א שנעלערע ריטעם, און פון דאס חלומ'ן די אמעריקאנער גענעראלן... די מציאות איז אבער נישט אזוי. אוקריינע האט נישט קיין אויבערהאנט, נישט אין די לופטן און נישט אין פייער קראפט וכו’ און אזוי ווייטער, דעריבער גייען די אוקריינער מיט די געדאנק פון אויסציען די רוסן אויף אזויפיל פלעצער ביז עס וועט זיך האפענטליך מאכן שפאלטענעס אין די רוסישע דעפענסיווע. אין א לעצטיגע מיליטערישע זיצונג האט זיך דער אוקריינער הויפט גענעראל זאלאזשני געבייזערט אויף זיינע מערב וועלט קאלעגעס אז "זיי פארשטייען נישט אינגאנצן די מציאות אויפן ערד". עפעס וואס טראגט אן אמת אין זיך.

        כהאב פונקט פריער געזען פון איינע פון די גרױסע צייטונגען וואס האט היינט ציטירט פון פענטאגאן באאמטע וואס זיי שטיפן שטארק און ווילן אז אוקריינע זאל זיך ווייניגער באניצן מיט דראונס און מער מיט ערד שפיאנאזש גרופעס צו בעסער אידענטיפיצירן רוסישע פאזיציעס... איי מיען סיריעסלי, איז דאס נייעס אז דראונס איז פון די מערסטע אפעקטיוו צו פארזיכערן די לעבנס פון אוקריינער זעלנער??! די שטחים אין דרום זענען פארפעסטעט מיט מינעס יעדע עטליכע פיס... און טאקע ווייל אוקריינע האט ימ'ען אויסשפיאניר דראונס אין די לופטן קענען זיי זען וואס טוצעך. דאס איז א פענטאגאן סטעיטמענט וואס איז עטליכע שטאק טיפשות! דאס ברענגט ארויס ענליך די נקודה וואס זאלאזשני האט געזאגט "דו פארשטייסט נישט אונזער מציאות אויפן פראנט". איין לימוד זכות האב איך אויפן דזשורנאליסט אז ער האט אפשר ווראנג טרענסעלירט וואס זיי האבן געהערט פון דעם פענטאגאן באאמטער...

        פארט איז נאך אלץ דא אביסל פלאץ יא צו פרעגן פראגן לגבי די אוקריינער מיליטער מיט זייער באשלוס זיך צו צושפרייטן אויף אזויפיל ערטער, נישט אזוי ווייט אויף אזויפיל ערטער נאר וויפיל דגוש עס ווערט געלייגט אין יעדע פון די ספעציפישע ערטער. אוקריינע האט געשיקט אזוי סך און לויט מאנכע אפי' מער זעלנער קיין באכמוט פון וויפיל זיי האבן אויפן הויפט פראנט אין דרום, און דווקא פון אוקריינעס סאמע עקספיריענסד זעלנער זענען דארטן שטעקן זיך שלאגן ארום באכמוט, וואס לאמיר זיך נישט נער'ן, די אוקריינער קאנטער-אפענסיווע ארום באכמוט, צו עס גייט שוין אן זינט מערץ אדער זיכער זינט מאי, ברענגט דערווייל נישט קיין גרויסע זאכן. די רוסן זענען דארט שוין עטליכע חדשים אויף דעפענסיווע, נישט אויף אפענסיווע. די וואגנער קרעפטן זענען געווען אן אנגריף כח. נישט קיין דעפענסיווע קראפט.
        סאיז קלאר אזוי אז זינט די רגע די וואגנער קרעפטן זענען מער נישט דארט איז עס אויף דעפענסיווע. טא, צו האלטן ביזי די רוסן וואס זענען אויף דעפענסיווע דארף מען נאכנישט אזאנע ריזיגע ציפערן דארט און נאכדערצו פון דאס בעסטע. אוקריינע האט די איניציאַטיווע אפילו מיט ווייניגער קרעפטן דארט.

        וואס דאס איז א באזונדערע נקודה, איך האב נאכנישט קיין פארטיגע באשלוס איבער באכמוט און די שלאכט וועט מען נאך שטודירן יארן ארום. אבער איינע פון די פראגן וואס איך האב געפרעגט בשעת די שלאכטן איז געווען, ווער שלאגט זיך מיט וועמען? ווער פארלירט מער און ווער ווייניגער? סיי עקוויפמענט און סיי זעלנער, נאך א פראגע; וועלכע סארט זעלנער פארלירט צד א’ און וועלכע זעלנער פארלירט צד ב’? די קוואליטעט פון די זעלנער.

        פון די רוסישע זייט איז בעיקר געווען וואגנער מיט פייער שטיצע דורך די רוסישע מיליטער פון הינטן, די פנים צו די פייער איז געווען וואגנער און די פנים אל פנים ממש זענען געווען עטליכע טויזנט מערדער און פארברעכער פון טורמע וואס זייער לעבן איז נישט ווערט קיין קאפיקע פאר קיינעם. קעגן זיי איז געווען הונדערטע, צו טויזנטער גוטע אוקריינער זעלנער -געמישט אויך מיט טעריטאריאלע שוץ- פון די דריי אין ניינציגסטער מעכאניזירטע בריגאדע, און אנדערע בריגאדעס פון די סאמע בעסטע מושטירטע זעלנער וואס אוקריינע פארמאגט. אנהייב האבן די רוסן געליטן עטליכע מאל מער זעלנער פארלוסטן ווי די אוקריינער. איינמאל וואגנער האט געהאט די הויכע שטחים ארום זענען געשטארבן כמעט אזויפיל אוקריינער ווי רוסן (צו אפשר אפילו עטוואס מער אוקריינער).

        אן עליטע זעלנער פון די צוויי אין ניינציגסטער מעכאניזירטע בריגאדע קעגן א פארברעכער ארויס פון א פּעטערבורגער טורמע איז נישט קיין פעיר אויסטויש!

        מיין פראגע איז געווען צו ווען דו לאזט זיי זיך שלאגן פאר יעדער כאטקע פאר לאנגע חדשים צו דאס גייט נישט אפעקטירן אוקריינעס פאטענציאל ביי די קאנטער אפענסיווע. ווען זיי ריקן זיך צוריק אביסל פריער און זיי זאמלען אן פרישע כוחות און זיי זענען יעצט אין דרום איז זייער מעגליך זיי וואלטן געווען מער סוקסעספול ווי די פרישע בריגאדעס מיט קארגע עטליכע חדשים טרענירונג.
        (אודאי איז דורך באכמוט געשען געלונגענע דאמינא שריט איבער פריגאזין, שייגאו וכו'. א פועל יוצא. איך בין אבער נישט משוכנע דאס איז געווען סטראטעגיע פון אנהייב אן).

        שוין, וואס האב איך צו רעדן, אז איך בין נישט אויפן פראנט איז גילטיג וואס זאלאזשני זאגט "דו פארשטייסט נישט אונזער מציאות אויפן פראנט"
        סיי די אמעריקאנער גאנג און סיי די אוקריינער גאנג האבן מעלות און חסרונות. זאלאזשני'ס פלאן צו אויסשפרייטן די רוסן אויף טויזנט קילאמעטער איז געווען אז די רוסן וואס ליידן שוין יעצט פון נידריגע מאראל, לאגיסטיקס און אז זיי זענען אויסגעשפרייט איבער שטחים וואס זיי זענען אומבאקאנט שוואכט עס זיי נאכמער אפ און געבט א נאטירליכע אויבערהאנט פאר די אוקריינער. פארשטייט זיך אז די אמעריקאנער האבן איינגעגעבן, נאך אלעם זענען די אוקריינער וואס מאכן די ענדגילטיגע באשלוסן.

        די פארצווייגטע הכנות זעצט פאר

        די טרענירונג פאר די אוקריינער זעלנער האט געמוזט גיין אין פולן טעמפא. קיין סך צייט איז נישט פארבליבן און מען דארף טרענירן טויזנטע זעלנער. די אוקריינער זעלנער האבן שוין באקומען טרענירונג פון די מערב וועלט זינט 2014 אבער דאס איז אלץ פארט געווען אויף קליינע שטאפלען, פלאטון מאס אדער ענליך. א גרופע אינדזשענירן דא און עטליכע ציל שיסער דארט. די אוקריינער זענען בעיקר געווען א דעפענסיווע מיליטער.

        יעצט האט מען געדארפט אהער שטעלן די אוקריינער צו קענען קעמפן אין א קאמביינד ארמס אפעראציע, נישט קיין קליינע גרופעס נאר אין ריזיגע פארמאציעס פון טויזנטער זעלנער. טרענירונג וואס נעמט געווענטליך א יאר האט געזאלט געטון ווערן אין בלויז עטליכע חדשים. אנשטאט שיסן ארטילעריע פייער און זיך ריקן עטליכע מעטער און שיסן נאך, האט עס געזאלט זיין אויף א וועג פון זיך ריקן פאראויס מיט געפאנצערטע טרעקלעך בו בזמן וואס עס ווערט אונטערגעשטיצט מיט ארטילעריע פייער פון הינטן.

        די מערב וועלט האט אנגעהויבן אפליפערן פעקלעך פאר אוקריינע. לעפערד טאנקן, ברעדלי טרעקלעך און וואס נישט. (וואס נישט? א סך זאכן נישט...) אזוי אויך א סך ארטילעריע רונדעס, אמעריקא האט שווער געארבעט און צוזאמגעשטעלט גרויסע קוואנטומען פון ארטילעריע רונדעס. עטליכע הונדערט טויזנט רונדעס פון דרום קארעא, פון אמעריקאנער זאפאסן אין מדינת ישראל און פון נאך פלעצער. די אוקריינער האבן געהאט א היפשע אויבערהאנט העכער די רוסן אין די וואכן בעפאר און אפילו בשעת די קאנטער אפענסיווע, עס איז געווען א שפע פון ארטילעריע פייער. אין געוויסע ערטער האבן די אוקריינער געהאט אן אויבערהאנט דריי צו איינס איבער די רוסן. אזוי איז דורך וואך נאך וואך, וואפן ליפערונגען פון די מערב וועלט קומען צוביסלעך אן. זעלנער מושטירן זיך ווייטער איבער אייראפע און די אמעריקאנער האבן אנגעהויבן לייגן דרוק, וואס טוט זיך? ווען לאזט מען זיך ארויס?

        די אוקריינער האבן מתחילה געגעבען די אוקעי פאר אפריל, אבער דאן געזאגט אז מען איז נישט גרייט. און זיי זענען טאקע נישט געווען אינגאנצן גרייט. ביי סוף אפריל האט זעלענסקי ערווארטעט זיינע בריגאדעס צו זיין 80 - 85 פראצענט גרייט. אבער ניטאמאל אלע וואפנס זענען אנגעקומען. דערנאך איז אינטערגעקומען די בלאטע סעזאן, עפעס וואס פארשווערט גאר שטארק אויב מען וויל גיין א ברייטע מעכאניזירטער אפענסיווע. די אפענסיווע האט זיך געהאלטן אין איין אפריקן שפעטער און שפעטער ביז אריבער צו טיפער אין חודש מאי.
        טרענירונג וואס עס נעמט אין די מערב וועלט אונטער נארמאלע אימשטענדן א יאר האבן די אוקריינער געדארפט אריין שטיפן אין געציילטע חדשים. זיין אונטער דרוק העלפט אפשר ארויס אבער נישט גענוג אויף צו קענען אריינשטיפן 15 חדשים טרענירונג אין קארגע פיר חדשים.

        אן אוקריינער באאמטער פארמישט אין די אפענסיווע האט געזאגט: "יא. מיר האבן געפלאנט צו אנהייבן די אפענסיווע אין מאי אבער זאכן האבן זיך געטוישט". ער באשולדיגט אז נישט אלע וואפן זענען געווען גרייט.
        עטליכע וואכן בעפאר די אפענסיווע אינמיטן א זיצונג אין ראמשטיין האט זעלענסקי'ס דעפיוטי זאַבּראָדסקי געמאכט אן הארציגע אפיעל פאר הילף. "אונז אנטשולדיגן זיך פאר ענק, אבער טייל פון די עקוויפמענט וואס מיר האבן באקומען ארבעט פשוט נישט. א צאל ברעדליס און לעפערד טאנקן האבן זיך צובראכן אדער די שינעס זענען אראפגעקומען. די דייטשע מארדאר טרעקלעך פעלן די ראדיא עקוויפמענט. אן די קאמוניקאציע מיטלען זענען זיי אייזערנע קעסטלען". דער אמעריקאנער קריגס מיניסטער אוסטין האט אים אויסגעהערט מיט אן ערענסטע מינע און געזאגט אז ער וועט אריינקוקען דערין. אמעריקאנער באאמטע שטיפן צוריק אויף די קריטיק פון די אוקריינער ריכטונג און זאגן אז די אוקריינער האבן באקומען מער ווייניגער כמעט אלע צוגעזאגטע וואפנס פאר די אפענסיווע. אמת, זייער ליסטע וואלט אפשר געווען סך גרעסער אבער דאס וואס מען האט אפגערעדט האבן זיי באקומען.

        אמעריקע איז געווארן נאך מער אומגעדולדיג. לויט די פלאן וואלט מען שוין געדארפט זיך ארויסלאזן. די אמעריקאנער האבן שטארק געוואלט אז די אוקריינער זאלן אטאקירן בעפאר די רוסן ענדיגן זיך אריינגרובן און באפעסטיגן אין זייער פאזיציעס. ווי א טאג שפעטער האבן די רוסן אויסגעגאסן נאך טויזנטער מינעס און געווארן נאכמער אריינגעגרובן און נאך בעסער באפעסטיגט. אין מאי האבן די אוקריינער אנגעהויבן א גרויסע קאנטער-אטאקע אין ריכטונג פון באכמוט צו פארכאפן די פלאנקען ארום באכמוט מיט די ציל צו ארויסקוועטשן די רוסן פון באכמוט. אייפערליכע שלאכטן זענען פארגעקומען, באכמוט איז זיכער געווען א ציל און האט געדינט אלץ איינע פון די דריי הויפט פראנטן אין די קאנטער אפענסיווע אבער עס איז שווער צו זאגן אז "דאס" איז געווען "די" קאנטער אפענסיווע.

        די קאנטער אפענסיווע וויאזוי עס ווערט אידענטפיצירט האט זיך אן קיין ספק "עמטליך" אנגעהויבן אין חודש יוני.
        זינט עס איז געווען נאכאנאנדע טענה'רייען און דעבאטעס איבער דעם וויל איך זאגן מיינע צוויי צענט (א גאנצע פינאנץ מיניסטער אויסגערעכנט מיט זיינע צענטן און אויסגאבן...)
        קיינער האט נישט ערווארטעט אז די אוקריינער וועלן איינמעלדן גענוי, מיט טראמפייטערן בראש כל חוצות אז די אפענסיווע וועט זיך אנהייבן זעכצן מינוט מיט אכצן חלקים נאך איינס. אבער שפעקולירן האט מען געקענט. איינע פון די שטארקע סימנים איז געווען אז אוקריינע האט אנגעגרייט א גרויסע צאל פרישע טרענירטע בריגאדעס און מערב וועלט וואפן פאר די יעצטיגע אפענסיווע און די קאמען סענס איז אז ווען מען וועט זען די זעלנער און וואפנס אקטיוו אויפן פראנט איז פשט אז דאס איז עס. די אפענסיווע איז אין שוואונג.
        דאס האט פאסירט אנהייב יוני. בנוסף וואס די דראמאטישע אוקריינער מאווי טרעילאר פאר די ערווארטעטע אפענסיווע איז אויך "פונקט" ארויסגעשטעלט געווארן יענעם טאג.

        און אפי' די וואס האבן -מיט רעכט- אוועק געמאכט געוויסע ערלי-קאלס אז די אפענסיווע האט זיך שוין אנגעהויבן, וויבאלד מען זעט נאכנישט קיין מערב וועלט וואפן (וואס איז אגב אויך נישט ריכטיג ווייל זיי זענען יא געווען פרישע וואפן און פרישע זעלנער פרעזערווירט פאר די אפענסיווע) האבן נאכאלץ געהאלטן שוין נאך די מערב וועלט וואפן איז דא אז ניין. ס'איז נישט קיין אפענסיווע. זיי זענען געגאנגען גאנץ קאנסערוואטיוו אז עס איז נישט קיין אפענסיווע און די סימן אז די אפענסיווע האט זיך אנגעהויבן איז ווען "מען וועט זען געפאנצערטע טרעקלעך, עראפלאנען, ערד טרופן, טאנקן און אינפאנטריע אנגריף טרעקלעך איז א סימן אז די אפענסיווע איז דא. ביז דעמאלטס האט זיך עס נאכנישט אנגעהויבן". ווילסט דאס שטעלן אלץ די בּאַר? מסכים, אבער עטליכע נקודות. די אויבנדערמאנטע אקטיוויטעטן האט נישט פאסירט אין סעפטעמבער אויך נישט. אויב די שלאכטן אין סעפטעמבער איז געווען געניג צו הייסן א קאנטער אפענסיווע איז עס געניג צו הייסן אין יוני אויך אן אפענסיווע. נאכמער. אין יוני איז נאך געווען ריזן מעכאניזירטע קאמבינירטע אטאקעס און קורצליך דערנאָך האט עס געדראפּט צענדליגער שטאפלען שוואכער. טא, אויב דאס וואס איז געווען אין די ערשטע טעג הייסט נישט קיין אפענסיווע דאן האט זיך די אפענסיווע נאכנישט אנגעהויבן. נאך א נקודה, אוקריינע האט אריינגעווארפן זייער רעזערוון אנהייב אויגוסט. רעזערוון אוועק געלייגט איינמאל אוקריינע האט א דורכברוך אויפן פראנט. זינט ווען ווארפט א לאנד אריין אירע רעזערוון וואכן בעפאר אן אפענסיווע הייבט זיך אפי' אן?

        נאך א נקודה, די שפיל און די כללים פון א שפיל ווערט אוועקגעשטעלט דורך די הויפט שפילער (סארי פאר נוצן די טערמין שפיל אויף א קריג) די צענטראלע שפילער רעכנט אריין אבער איז נישט געצוימט צו, זעלענסקי, פוטין, ביידן, גענעראל זאלאזשני, גענעראל געראסימאוו, שייגאו, אמעריקאנער גענעראל מילי, קריגס סעקרעטאַר אויסטין, גענעראל סורסקי, גענעראל טארנאווסקי און די אוקריינער און רוסישע קריגס מיניסטעריאום’ס.

        זיי זענען מחליט ווען די שלאכטן זענען די אפענסיווע אדער נישט. איך האב נישט נאכגעקוקט יעצט צו עס איז דא סטעיטמענטס און די פונקטליכע לשון פון יעדער פון די אויבנדערמאנטע אבער מער ווייניגער כולם פה אחד פון זיי האבן איין וועג צו א צווייטע געזאגט אז די אקטיוויטעטן אויפן פראנט אין חודש יוני איז די אוקריינער קאנטער אפענסיווע. קען זיין מען קען טרעפן אין א פארשטויבטע מיליטערישע דאקטערין ביכל אז אפענסיווע מיינט ווען די רעכטע זויל דריקט אויף די לינקע פּעדל, ס'איז אבער נישט רעלעוואנט, מיר שפילן דא אויף זייער טערמינען און זיי האלטן די אנגריפן פון אנהייב חודש יוני אלץ די אפענסיווע.

        נאך א נקודה, עס איז געקומען וואכן ביז געציילטע חדשים אריין און עס האט זיך אנגעהויבן הערן שוואכע קלאנגען פון דרוק, פארוואס זאכן ריקן זיך שווערליך. זעלענסקי צו אוקריינער שפיאנאזש שעף בודאנאוו צו גענעראל מילי האבן געקעקעצט אז עס איז נאך דא צייט אדער אנדערע אנטשולדיגונגען איבער די שטייטע פארשריט. דא האט מען געשריבן אינמיטן אויגוסט אז "רוב עקספערטן וואס פארשטייען צו מלחמות האלטן אז די אפענסיווע האט זיך נאכנישט אנגעהויבן" איך האלט זיך נישט פאר קיין עקספערט און פלאן זיך נישט צו דערקלערן. איך פרוביר צו הערן וואס די הויפט שפילער זאגן, און טראכטן און ניצן קאַמען סענס.

        איז פארוואס זאל זעלענסקי שטאלפערן אז די מערב וועלט פארשפעטיגונג איז שולדיג, און פארוואס זאל גענעראל מילי דרייען מיט די צינג? ענטפער די אבוויעס מיט פשוט'ע פאקטן: הערטס אויף פאניקן. עס האט זיך נאך נישט אנגעהויבן די אפענסיווע. אביסל ריקאן אטאקעס אדער שעיפינג אטאקעס. איז עס נישט א פול בעסערע און גרינגערע וועג צו ענטפערן? אזא ענטפער וואלט געווען ערווארטעט פון די אוקריינער קריגס מיניסטעריעם, זעלענסקי צו בודאנאוו אפי' ס'איז נישט אמת. א קאמאנדיר צו די אפיציעלע קריגס מאשין מעג אמאל דרייען מיטן צינג און פארווישן די פאקטן מיטן ציל צו האלטן סדר און מאראל און פלאץ, עפעס וואס איז קריטיש אין אזא צייט. אפגערעדט אויב עס איז נאך אמת אויך, אז מען האלט נאך בעפאר די אפענסיווע און אלעס פארט גענוי אויפן האר לויט די פלאן, פארוואס נישט ענטפערן די פשוט'ע מציאות...

        און צום לעצט, היינט איז שוין קלאר פון קאמאנדירן און זעלנער אקטיוו אין די אפענסיווע אז די ציל אין די ערשטע טעג איז געווען אראפ ביז טאקמאק, פארכאפן טעריטאריע אין א גאלאפ. אן אפענסיווע וואס אינמיטן יוני דארף שוין האלטן נאך דורכברעכן די ערשטע דעפענסיווע ליניעס און האלטן ביז אדער גאר נאנט צו די שטאט טאקמאק קען אין קיין פאל נישט הייסן ריקאן מיט שעיפינג אטאקעס, דאס איז די ריינע דעפעניציע פון "טיף אינמיטן א פולע אפענסיווע" צו באפרייען טעריטאריע מיטן גאנצע שוואונג. פינטל.


        אוקריינער זעלנער שפייען פייער אויפן באכמוט פראנט

        בילד

        די אמעריקאנער מיליטער, חוץ פון דעם וואס זיי האבן ביסודו געצווייפעלט אין די גאנג פון דריי באזונדערע פראנטן האבן זיי באזונדער קריטיקירט אז די אוקריינער פארניצן ימ'ען מיט ארטילעריע און קאנאנען אויפן באכמוט פראנט. די אוקריינער ליידן יעצט אויף אן ארטילעריע מאנגל פונקט ווי בעפאר די קאנטער אפענסיווע און די ארטילעריע מאנגל האט פאקטיש געשפילט א שטיקל ראלע אין פארשטייטערן די אפענסיווע ביזן קומען צו אן אפשטעל ווי די רוסן האבן איבערגענומען די איניציאטיווע. ווי די רוסן זען קליינע פארדינסטן אבער מיט ה
        אוועטאר
        נקדימון
        ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
        תגובות: 16882
        זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

        Re: די אוקריינער 2023 קאנטער-אפענסיווע - אפהאנדלונג דורך נקדימון

        • ציטיר
        • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

        תגובה דורך נקדימון »

        די צילן צו גרייכן דורכאויס דער אפענסיווע.


        לאמיר פרובירן איבער לויפן די ארגינעלע צילן וואס די אוקריינער האבן געזוכט צו עררייכן מיט די יעצטיגער אפענסיווע, און נאכדעם לאמיר פרובירן צוריק קוקן און באטראכטן יעדן חלק עקסטער, אויב און ווי שטארק סוקסעספול עס איז געווען.

        א חודש בעפאר דער אפענסיווע האב איך אפגעשריבן א לענגערע תגובה מיט 5 נקודות, וואס אויב דאס פאסירט איז די קאנטער אפענסיווע א סמעשינג סוקסעס. אפילו אויב בלויז א טייל דערפון וועט געלונגען איז די קאנטער אפענסיווע אויך זיין קאנסידערט א סוקסעס, עכ”פ אין יענער הינזיכט, אבער אויב וועט געלונגען די גאנצע פאזל דאן וועט עס האבן געווען א היט פון אן אפענסיווע.

        כהאב דאן פארשריבן די תגובה מיטן ציל פשוט צו ברענגען א שטיקל קלארקייט און א וועג פון צו קענען אויסמעסטן וואס סוקסעס אין אונזער קעיס וועט באדייטן, בכדי אז נאך דער אפענסיווע ווען מען וועט צוריק קוקן צו די צילן וואס די אוקריינער האבן געהאט בעפאר דער אפענסיווע זאל מען קענען קלאר און אוויעקטיוו אפשאצן צו די צילן זענען טאקע עררייכט געווארן. ס'איז היבש א שווערע טשעלענדזש, אבער פארט קריטיש אויב וויל מען זיין קלאר.

        למען האמת, כהאב נישט ממש ערווארטעט אז יעדער שרייבער דא זאל ארויסשרייבן קלאר פון פאראויס די הויפט צילן פון די קאנטער אפענסיווע פון זיין פרעספעקטיוו. ס'זענען דא וואס גייען מיט די מהלך: "אז מען זאגט נישט קיין צילן און צייטן, איז מען א געווינער". אוודאי, אזוי קען מען מישן און דרייען וויאזוי ס'קומט אויס דאס בעסטע... ר' זריעל האט דאך שוין געזאגט אז ווי לענגער אלץ ווייטער איז די ווייטע בליק... ס'איז נישט געבינדן צו אייוועלט, אין דער אלגעמיינער וועלט איז עס אקוראט די זעלבע. ס'זענען יא געווען דא בתוכינו א קליינע צאל ניק’ס וועלכע האבן זיך טאקע יא מסביר געווען וויאזוי זיי דעפינירן סוקסעס, ווי @קרית חנה, @דערבארימדיגער, אפשר @צוויי גילדן און אנדערע. און אדרבה יעדער עקסטער איז וועלקאם צו אראפשרייבן זייער גאנג וויאזוי זיי באטראכטן די אפענסיווע, די ארגינעלע צילן און אויסקלארן זייער מעסטל וואס האט ביי זיי געטייטשט סוקסעס פון בעפאר דער אפענסיווע.

        דא האט איר די שפיץ פינף נקודות אין וויאזוי איך האב עס געזעהן:

        אוקריינע גרייט זיך צו א גרויסע קאנטער אפענסיווע וואס גייט פארקומען גאר בקרוב. מסתמא נאך די חודש מאי. מען רעדט שוין דערפון כאטש א האלב יאר און האפענטליך וועט עס זיין א סמעשינג סוקסעס.

        די פראגע איז וואס מיינט סוקסעס? דאס איז א לעגעטימע פראגע.

        עס איז נישט דא קיין קלארע געזעצן וואס טייטש סוקסעס אדער דורכפאל. אמעריקא אדער די מערב וועלט פירער האבן נישט ארויס געשטעלט קיין פונקטליכע גדרים וואס זיי פארלאנגען פון אוקריינע
        נקדימון האט געשריבן: זונטאג אפריל 09, 2023 6:20 pm
        ...

        די פראבלעם איז אז געוויסע אין די מערב וועלט לייגן גאולס וויפיל די אוקריינער דארפן באווייזן און דאס איז א פראבלעם. די רגע דו שטעלסט א ציל און דו גרייכסט נישט די גאול. די געצילטע טעריטאריעס אין די געצילטע צייט אפשניט ווערט עס באטראכט ווי פעלערהאפטיג און עס קומט דרוק אז אפשר איז יא בעסער צו פארהאנדלען. עפעס וואס טאר נישט פאסירן לע"ע.

        איך קלער צו די אוקריינער וועלן אין די זעלבע צייט אויך געבן מכות פאר די רוסן אויף רוסישע טעריטאריע גופא מיט א כוואליע פון דראון אטאקעס צו סאבאטאזש צו פארשווערן פאר די שונא זיך צו קענען אריענטירן געהעריג.
        אז די מערב וועלט זאל אפיציעל שטעלן פונקטליכע צילן איז נישט כדאי. אין פאל אוקריינע גרייכט עס נישט זאל עס נישט ווערן פארטייטשט ווי א דורכפאל וואס קען פירן צו דרוק פאר פארהאנדלונגען.

        פארט דארף זיין צילן צו מעסטן סוקסעס. איינער זאגט עס גייט זיין א סוקסעס פון א קאנטער אפענסיווע און א צווייטער זאגט פארקערט. דער ערשטע שלעפט א סנ"ן לינק און דער צווייטער א טיימס אויסשניט.

        אין עטליכע חדשים ארום וועט מען מסתמא הערן מענטשן זאגן כ'האב געוואוסט עס וועט זיין געלונגען און דער צווייטער וועט שרייען כ'האב געוואוסט עס וועט פלאפן.

        וואס איז סוקסעס און וואס איז דורכפאל? פרעגסט אים יעצט ווייסט ער נישט פונקטליך אנצוצייגן וואס איז סוקסעס און וואס איז דורכפאל. אויב איז אלעס איין שטיק גרעי עריע קענסטו שלעפן וויאזוי דו ווילסט נאכדעם. וואטעווער די אוטקאם איז קען מען עס פרעימען וויאזוי מען וויל און אזוי וועט טאקע זיין.

        אפגעזען די אוטקאם גייט זיין דיפרענט אפיניענס איבער די סוקסעס און דורכפאל פון די קאנטער אפענסיווע.
        עס איז זייער וויכטיג יעצט. יעצט מיינט יעצט. אוועק צו שטעלן צילן וואס טייטשט "סוקסעס" און וואס מיינט "דורכפאל". דאס הייסט אויב האבן די אוקריינע דערגרייכט די צילן איז די קאנטער אפענסיווע געמאסטן אלץ סוקסעס. האבן די אוקריינער נישט דערגרייכט די צילן איז עס נישט געווען קיין סוקסעס.

        דער אמת איז, עס איז נישט דא קיין פונקטליכע דעפעניציע און ביי יעדען ווערט סוקסעס דעפינירט אנדערש.
        ביי איינעם קען עס מיינען די אוקריינער וועלן פארכאפן באכמוט. ביי א צווייטן מיינט עס א דראון אטאקע אויפן קרעמלין צו דער קרים בריק. און ביי א דריטן מיינט עס צוריק כאפן די קרים האלב אינזל.

        עטליכע פאקטארן ביי מומחים צו מעסטן אויב די אוקריינער קאנטער אפענסיווע איז געווען א סוקסעס איז,

        1) ערשטנס אויב אוקריינע נעמט צוריק ריזיגע שטיקער טעריטאריע. אויב ריזיגע טיילן פון כערסאן, זאפאריזשע און לוהאנסק ווערן צוריק געכאפט איז דאס א געוואלדיגע דערגרייכונג און שטעלט אוועק א גיטע פודאמענט צו צוריק כאפן שפעטער דאנעצק און די קרים האלב אינזל.

        דורכברעכן רוסישע פארטיידיגונס ליניעס, אריבערשפרייזן רוסישע שטרויכלונגען, באפרייען אוקריינער בירגער פון אירע אינוואדירער מיט צוריק כאפן ריזיגע שטיקער טעריטאריע איז א קריטישע מעסטל צו מעסטן די סוקסעס פון די קאנטער אפענסיווע.

        2) די צווייטע מעסטל איז טאמער אוקריינע פרעזערווירט און באווייזט צו אוועק לייגן געניג א שטארקע קראפט צו פארטיידיגן טייל שטחים אויף איין ארט און באווייזן צו דורכפירן נאכאנאנדע אפענסיוועס אין אנדערע פלעצער. אוקריינע גייט אריינלייגן רוב פון איר קראפט אין די יעצטיגער קאנטער אפענסיווע און דארף באווייזן צו פארמיידן יודזשאנגעס אמאונטס פון קעזשעלטיס.

        2-1/2) אן אפצווייג דערפון איז וויאזוי די אוקריינער וועלן זיך אדאפטירן. אוקריינע האט באוויזן ביז יעצט אז זי אדאפטירט טויש זייער פלינק און אפעקטיוו. יעצט גייט אבער זיין דאס ערשטע מאל וואס די מערהייט פון די אוקריינער ארמיי וואס גייט אנטיילנעמען אין די שלאכטן וועלן זיין פולשטענדיג אויסשטאפירט דורך די פארגעשריטענע מערב וועלט וואפנס, מערב וועלט טאקטיקן, טרענירונג און שפיאנאזש. די פראגע איז צו אוקריינע קען זיך אדאפטירן צו מער קאמביינד ארמס אפעראציעס בכדי צו דורכברעכן די רוסישע פארטיידיגונס ליניעס סוקסעפול און אויסמיידן א שווערע אטרישענעל שלאכט. דאס וועט מעסטן די אדאפטירונג סקילס פון די אוקריינער מיליטער.

        די שטאפל אויף ווי ווייט אוקריינע וועט קענען דערלאנגען דיס-פראפארציאנאל שווערע חרבנות אין די רוסישע רייען אן דעם וואס אוקריינע זאל אריינהייבן מאסיווע פארלוסטן, אזאנס וועט זיין אן ערענסטער פאקטאר בכדי צו קענען מעסטן די סוקסעס.

        3) די דריטע מעסטל בכדי צו שאצן אויב אוקריינע האט מצליח געווען אין די קאנטער אפענסיווע איז אויב אוקריינע איז סוקסעפול אין פארכאפן און צושמעטערן די רוסישע מיליטער אין אוקריינע. די רוסן דארפן ווערן צוקלאפט און זיי דארפן ווערן באטראכט אלץ צוקלאפט. די אוקריינער דארפן שטארק רעדוצירן די צאל זעלנער פון די רוסישע מיליטער, אויף א לעוול וואס זאל אינגאנצן בלאקירן די רוסישע מיליטער פון פרובירן א פרישע אפענסיווע אין די ענדע פונעם יאר.

        4) א פערטע מעסטל איז די "עלעמענט אוו סורפרייז". די עצם געדאנק אז עס קומט א קאנטער אפענסיווע איז דאך א סוד פאר גאנץ בראד און איז נישט קיין חידוש. פארט אבער איז דא גענוג ארט פאר "סורפרייז" אין די קאנטער אפענסיווע. טאקטישע סורפרייז וואס זאל פירן צו שאק, שאק אין די רוסישע רייען אויף א טאקטישע און אפעראציאנאלע שטאפל וואס זאל זיך אויסדרוקן אין פארשטייטערטע באשלוסן און פארשלעפטע רעאקציעס מצד די רוסישע ארמיי צו אוקריינער אפעראציעס. דאס איז א וויכטיגע שליסל קאמפאנענט אין די אוקריינער סוקסעס.

        5) א פינפטע עלעמענט אינעם סוקסעס געשיכטע איז אז נישט בלויז אז אוקריינע זאל דערגרייכן ערענסטע שטאפלען פון טאקטישע און אפערעישענעל סוקסעס אין אירע אפעראציעס. נאר עס דארף זיין אויף אזא וועג אז די אוקריינער פאלק אליינס, די וועלט פירערס, און די אינטערנאציאנאלע דעת הקהל זאל זעהן און גלייבן אז אוקריינע האט מצליח געווען.

        דאס איז די ארבעט פון די אוקריינער רעגירונג צו ארויסלייגן און קאמיוניקירן אירע טאקטישע און אפערעישענעל סוקסעסן אזוי אז עס זאל פאקטיש אנערקענט ווערן אנגענומען זייערע הצלחות אלץ א סוקסעס און א קנאק. סטראטעגישע קאמוניקאציע פון די אוקריינער רעגירונג און אירע פליגלען וועט זיין א קריטישע טייל פון פארציילן און אראפ לייגן די געשיכטע פון די קאנטער אפענסיווע צו מאקסימיזירן אירע פארדינסטן.

        די וועג וויאזוי די סוקסעס ווערט פארשטאנען און אויפגענימען ביי אונז אלע, די וועלט פירערס, די אוקריינער פאלק און סתם מענטשן איז קריטיש פאר די אוקריינער מאראל און נאכמער פאר די קומענדיגע "מאווס" פון אמעריקא און אנדערע מערב וועלט פירער, פיזישע און מאראלישע שטיצע.

        אפילו טאמער אוקריינע איז מצליח אויפן טאקטישע מיליטערישע פראנט, טאמער קען זי עס נישט ברענדן אלץ א סוקסעספולער געשיכטע צו ביידן/מאקראן/שולץ און דערויף בויען שטאנדהאפטיגע בריקן צו גיין ווייטער אן אפשטעל און אזוי ארום באקומען נאך מער הויפנס חיזוק, געלט און וואפנס ביתר שאת, פעלט פון די סוקסעס. זיין סוקסעפול אויפן פראנט איז בכלל נישט קיין הבטחה אז עס וועט ווערן אויפגענומען מיט א שטארקייט אז עס איז געווען א סוקסעס, עס פעלט אויס קאמוניקאציע און ברענדינג. צומאל איז עס טאקע שווער ווען מען קען נישט אלעס פארציילן אזוי שנעל צוליב זיכערהייט סיבות און מען דארף ווארטן אביסל.

        די זעלבע וואגשאל איז דא אויכעט פאר דורכפאל;
        איין מעסטל איז טאמער אוקריינע איז נישט מצליח צו צוריק כאפן סאבסטאנציעלע שטיקער פון איר היימלאנד ביי די יעצטיגע קאנטער אפענסיווע וועט עס באטראכט ווערן ווי א דורכפאל (פונקט ווי די יעצטיגע רוסישע אפענסיווע). ריזיגע טיילן פון אוקריינע בלייבן ווייטער פארכאפט דורך א פשוט'ע גזלן. אוקריינער בירגער שטייען ווייטער אויס טויט, וואגלענישן און ארעמקייט.
        דאס איז, אפען גערעדט, א פאליטישע, מיליטערישע און הומאניטערישע דורכפאל.

        א צווייטע מעסטל איז טאמער אוקריינע איז נישט מצליח צו צושמעטערן אדער פארטרייבן און פאריאגן ריזיגע טיילן פון די רוסישע מיליטער ארויס פון אוקריינע. נישט נאר איז קריטיש צו באפרייען די אוקריינער שטעטלעך פשוט פאר די זיג כשלעצמו נאר אזאנס וועט אפהאלטן די רוסישע מיליטער פאר קורצ’טערמיניגע
        און מיטל-טערמיניגע אפענסיוועס. פארפעלן צו צושמעטערן ריזיגע טיילן פון די רוסישע ארמיי וועט ווארשיינלעך פירן צו א פרישע גרידלאק פון נאך עטליכע חדשים אין די קאנפליקט.

        אין תמצית וואס איז וויכטיג פאר אוקריינע איז: צו צוריק כאפן ריזיגע שטרעקעס טעריטאריע - די רוסישע ארמיי ווערט שטארק צוקלאפט און זאל באטראכט ווערן אלץ א צוקלאפטע - די אוקריינער אקציעס ווערט אנגעקוקט און אקצעפטירט אלץ סוקסעס = סוקסעספולער קאנטער אפענסיווע.

        וואס עס גייט זיין? וואו עס גייט זיין? און צו אוקריינע גייט זיין סוקסעפול? איך האב קיין בלאסע איינונג.

        רוב פון די יעצטיגע זעלנער זענען שוין נישט די זעלנער וואס זענען געווען א יאר צוריק, רוסלאנד'ס ארמיי באשטייט פון אסאך פריש מאביליזירטע זעלנער. רוסלאנד האט פארלוירן זייער אפענסיווע שפיציגקייט. איך האב נישט געדארפט קיין נביאות צו וויסן אז זיי גייען נישט מצליח מיט זייער לעצטע אפענסיווע, מעגליך אבער אז צו שטעלן א פארביסענע ווידערשטאנד איז פארט גרינגער ווי ארויסגיין אויף אפענסיווע.

        פון די אוקריינער זייט אבער איז דאס איז די ערשטע מאל וואס מען האט 9 אוקריינער בריגאדעס מושטירט און אויפגעריסטעט דורך די מערב וועלט וואס טאמער אוקריינע באווייזט זיך צו אדאפטירן אזוי ווי זיי האבן געוויזן אין די פארגאנגענהייט זענען זיי אין א גוטע שעיפ.

        הצלחה און א גרינגע רייזע.
        דאס זענען די פינף פונקטן אז די אפענסיווע זאל באטראכט ווערן ווי א סאליד סוקסעס.

        דער אמת איז, אז ווען מען רעדט פון דער אפענסיווע און פון די אוקריינער, מען שרייבט מיינונגען, מעסטלעך און הסברים, דארף זיין קלאר צי מען רעדט פון די אוקריינער פערספעקטיוו אדער פון דיין אייגענע פרעספעקטיוו, צומאל מישט מען צוזאם אייגענע עקספעקטעישאנס מיט עקספעקטעישאנס פון דער אוקריינער ארמיי. למשל, אויב די אוקריינער האבן אוועקגעשטעלט זייער ציל אין דער יעצטיגער אפענסיווע צו פארכאפן סך הכל נאר דאס שטעטל ראבאטינע און זיי זענען למעשה מצליח, איז אויב רעדט איך פון מיין בליק אויף דער אפענסיווע איז עס נישט קיין סוקסעס בכלל ווייל איך האב געהאלטן סך מער. אויב אבער וויל איך רעדן מצד די אוקריינער, איז עס א סוקסעס. דאס האבן זיי געצילט און דאס האבן זיי דערגרייכט.

        די זעלבע פארקערט. אויב איך האב געהאלטן, צום ביישפיל, אז די אפענסיווע גייט נאך אן און גייט גיין ביז דעם קומענדיגן יאר און ס'איז נאר דער אנהייב יעצט. איז אויב רעדט איך פאר מיך, קען איך זאגן אז די אפענסיווע האט זיך קוים אנגעהויבן, און רוף מיר אין צוויי חדשים. אבער אויב וויל איך רעדן פאר די אוקריינער, דארף איך אנטון זייערע ברילן און קוקן וואס זיי האבן געטראכט, און ביי די אוקריינער איז די אפענסיווע מער ווייניגער געקומען צו אן ענדע.

        איך האב געשריבן אויבן פינף פונקטן וואס איך באטראכט אלץ סוקסעס, וועלכע ווערט געצוימט צו א תמצית פון דריי. אין א קורצע תמצית איז עס דריי נקודות: כאפן ריזיגע שטרעקעס טעריטאריע; די רוסישע ארמיי ווערט שטארק צוקלאפט און זאל באטראכט ווערן אלס א צוקלאפטע; די אוקריינער אקציעס ווערן אנגעקוקט און אקצעפטירט אלץ א סוקסעס = סוקסעספולע קאנטער אפענסיווע.

        יעצט, וואספארא צילן האבן די אוקריינער אפען געזאגט און דירעקט געצילט מיט דער יעצטיגער אפענסיווע?

        1) די אוקריינער האבן בראש וראשון געצילט צו צוריק באפרייען ריזיגע שטחים טערעטאריע וואס איז כעת אקופירט ביי די רוסן.
        • דאס רעכנט אריין; איבערשניידן די רוסן אין צווייען. א ברייטער אנגריף אויף דרום זייט לאנד, און באפרייען טאקמאק און דערנאך מעליטאפאל (און א פרואוו אין ריכטונג פון בערדיאנסק).
        • באפרייען באכמוט.
        2) צוברעכן דעם האלז פון דער רוסישער ארמיי.

        דאס זענען בעצם די ערשטע צוויי פון מיינע דריי נקודות.

        מיין דריטע נקודה, וואס באשטייט אז "אוקריינע זאל באווייזן זיך צו ברענדן און פארקויפן אלץ סוקסעס געשיכטע אין די וואשינגטאן קארידארן און נאט"א הויפטקווארטירן", איז נישט קיין ציל וואס די אוקריינער האבן געזאגט אז זיי זוכן צו דערגרייכן, אבער דאס איז, צווישן אונז גערעדט, אן אבוויעס וויכטיגע עלעמענט בכדי צו קענען פאררופן אן אפענסיווע אלץ "סוקסעס". איך גלייב נישט אז איינער איז מחולק דערמיט.

        פרעזידענט זעלענסקי, נאך דער אפענסיווע, האט אויסגעדרוקט זיין אנטריסונג אז דאס אוועק שטעלן צילן איז אביסל שולדיג פארוואס זאכן זענען נישט געפארן גוט. איך פארשטיי זעלענסקי'ס נקודה זייער גוט; אז דו שטעלסט אוועק צילן און צייטן, טויג עס נישט. אבער דאס איז נישט פשט אז עס זענען נישטא קיין צילן און טיים-פרעימס, פיין איז דא. זעלענסקי האט עס, גענעראל זאלוזשני האט עס, פרעזידענט ביידן האט עס, און די אוקריינער קאמענד האט עס. די מעסטלעך דארט לויפן ארויף און אראפ צו אפשאצן די סוקסעסן אדער דורכפעלער, נאו קוועסטשאן.

        זעלענסקי וויל נאר נישט אז נקדימון פון אייוועלט, אדער עניבּאדי עֶלס אויפן כדור העולם, זאל עס צוזאמנעמען אדער האלטן חשבון דערויף, טאקע ווייל דאס באיינפלוסט דעם דעת הקהל צו טראכטן צי עס איז געווען סוקסעספול אדער נישט, און פאליטיש איז עס נישט אויסגעהאלטן. עס איז פיל גרינגער צו לאזן אלעס אין א גרויע זאנע, וואס מען קען נישט געהעריג אנכאפן און מעסטן. סאיז זיי בעסער ווען די צילן און סוקסעסן זענען פליסיג און פלעקסיבל, זיי אויסצוטייטשן וויאזוי עס איז באקוועם.

        די ערווארטונגען פאר דער אפענסיווע

        די ערווארטונגען פאר דער קאנטער אפענסיווע זענען געווען אויף גאר הויכע שטאפלען. עכ"פ די עפענטליכע סטעיטמענטס פון באאמטע, און ספעציפיש די אוקריינע מיליטערישע באאמטע, זענען געווען אבנארמאל שטארק. אזוינע סטעיטמענטס ווי: "די יעצטיגע קאנטער אפענסיווע גייט עלעקטעריזירן די וועלט", אדער אז "עס גייט שיקן כוואליעס פון איין עק ביזן אנדערן", און נאך א צאל ענליכע סטעיטמענטס. די מאָמענטום און עקספעקטעישאנס זענען געווען אבנארמאל הויך. עס איז געווען א געמיש פון ערווארטונגען, אבער די מערהייט איז געלאפן אויף א גאר שטארקן אפטימיזם, זיכער אזוי אין דער עפענטליכקייט. די דראמאטישע מאווי טרעילערס וואס די אוקריינער האבן ארויסגעלייגט האבן בלויז צוגעגעבן צו די ערווארטונגען.

        איך, פאר מיר, האב גענומען א שטיקל צוריק געצויגענע עפראוטש און געהאלטן אז מען טאר נישט לייגן צו א שטארקע געוויכט און ערווארטן אז דא זאל זיך איבערשפילן א כארקיוו איבערשפיל וואו די אוקריינער האבן געהאקט שטיקער פון די רוסן רעכטס און לינקס. נאר כהאב געקלערט אז סוועט ענדערש זיין נאנטער צו כערסאן וואו די אוקריינער וועלן גראַבלען א פיצי דא און אביסל דארט. אויף א צווייטע ארט האב איך אויסגעשמועסט פארוואס דא גייט זיין אפילו אנדערש ווי ביי כערסאן מיט איין שטארקן פרט: דער חילוק איז, אז ביי כערסאן האבן די אוקריינער טאקע נאר געגראדזשעט און געציפט, אבער די רגע וואס די רוסישע לאגיסטיקס זענען געווארן צו שווער צו פירן אירע סופלייען אריבער דעם דניעפער טייך, האבן די רוסן געמוזט זיך צוריק ציען צו דער לינקער זייט דניעפער. אנדערש אבער איז געווען ערווארטעט אין דרום, ביי דער יעצטיגער אפענסיווע, אז אפי' אויב זיי פאלן צוריק, וועלן זיי פשוט צוריק פאלן צו דער קומענדיגער דעפענסיווער ליניע, און וועלן נישט האבן אזא שטרויכלונג ווי א גרויסע טייך וואס לאזט זיי געשטראנדעט אן קיין פלאץ צו לויפן.
        צי די אוקריינער קאנטער אפענסיווע גייט זיין אזוי מעכטיג סוקסעפול ווי אוקריינער זיכערהייטס שעף דאנילאוו לייגט עס אראפ? מעגליך יא, אבער מוז נישט זיין. עכ"פ די האפענונגען טאר נישט זיין אווער-אפטימיסטיק. מיין אפיניען האבעך שוין געשריבן עטליכע מאל. אוקריינע קען באווייזן אן איבערשפיל פון כארקאוו? יא. צו עס איז קרוב לוודאי אז מען זאל לייגן ערענסטע האפענונגען דערויף? ניין. מעגליך? זיכער יא! פארט איז מסתמא דא העכערע שאנסן עס זאל זיין ענליך צו א כערסאנער איבערשפיל ווי אן איבערשפיל פון כארקאוו. די אוקריינער וועלן בייסן א שטיקל. כאפן קלעפ. בייסן נאך א שטיקל. און עס קען זיין די אוקריינער קאנטער אפענסיווע וועט זיין פון עטליכע פראנטן אויפאמאל, איין פלאץ וועט זיך ריקן און איין פלאץ וועט זיך אנשטאלפערן אין א ביטערע ווידערשטאנד מיט שוואכע סוקסעסן. שטעלן א העפטיגע ווידערשטאנד איז סך גרינגער ווי מארשירן פאראויס.

        ווען איך האב געשריבן איבער די רוסישע אפענסיווע האבעך בכלל נישט ערווארטעט עפעס ערענסט זאל פאסירן. א דערפל דא און א שטעטל דארט.
        געראסימאוו איז באלד געלאפן אויף אפענסיווע באן, עפעס וואס פוטין חליש'ט צו האבן.

        די פראבלעם פאר רוסלאנד איז אז געראסימאוו גייט אויסמיטשען אלע זיינע כוחות יעצט. אפי' אויב ער פארכאפט באכמוט זענען דארטן דא ביטער שווערע אוקריינע דעפענסיווע ליניעס בעפאר סלאוויאנסק און קראמאטארסק. ווי שפעקולירט וועט עס זיין בעיקר געצילט צו די דאנבאס. רוסלאנד וועט מעגליך כאפן דערפלעך דא, שטעטליך דארט און מעגליך אפי' עפעס גרעסערס דורכאויס די צייט, אבער גארנישט סיגניפיקענט.

        דו לאזט זיי איבער פאר די זומער אויסגעמאטערט מיט האלב ליידיגע וואפן זאפאסן. אבער וואס קען מען טון פוטין האט ליב "געוואונסן" און שנעל...
        פון וואו האב איך געוואוסט וואס עס גייט פאסירן? סימפל. די רוסישע מיליטער האט פארלוירן איר אפענסיווע שפיציגקייט, עס איז פארזשאוועט און שטומפיג, עס איז נישט אויסגעשארפט. רוסלאנד האט פארלוירן א ריזן צאל פון איר בעסטע זעלנער, בעיקר אנהייב און היבש נאכאביסל לענגאויס די יאר צייט.

        פון די אנדערע זייט, שטעלן א העפטיגע ווידערשטאנד קענען פריש מאביליזירטע זעלנער אויך. דאס הייסט אז די הונדערטע טויזנטע מאביליזירטע זעלנער וואס רוסלאנד האט צוזאמגענומען די לעצטערע חדשים אפילו זיי זענען נישט געאייגנט ספעציעל צו גיין אויף אפענסיווע אפעראציעס צו פארכאפן נייע טעריטאריע קענען זיי אבער פארט פארטיידיגן זייער עקזיסטירנדע טעריטאריעס און מאכן די אוקריינער צאלן א טייערע פרייז פאר יעדע שטעטל פאראויס.
        פון דער צווייטער זייט האבן די אוקריינער געהויבן די ערווארטונגען ביזן הימל, ווי זעלענסקי האט געמאלדן געציילטע חדשים בעפאר דער אפענסיווע אז: דאס יאר אנטשפרעכט צו זיין דאס "יאר פון געוואונס", אדער די סטעיטמענט פונעם אוקריינער שפיאנאזש שעף אז: ביי זומער גייט מען זיך בראטן אויף דאטשע ביי די קריימיע בארטנס" און נאך צענדליגער סטעיטמענטס פון מיליטערישע באאמטע. מען רעדט נישט דא פון סטעיטמענטס א האלבע יאר בעפאר די קאנטער אפענסיווע ווען זאכן זענען נאך געווען אומקלאר. מען רעדט דא פון די עטליכע חדשים, וואכן און טעג אריין צו דער אפענסיווע.

        די אמעריקאנער שפיאנאזש געמיינדע האט גראדע געהאט א מער פעסימיסטישע בליק איבער די סוקסעס שאנסן פון דער אפענסיווע און עס געלייגט ביי א פופציג-פופציג שאנס. ווידעראום דאס אמעריקאנער מיליטער האט יא געהאלטן אז עס זענען דא גאר שטארקע שאנסן פאר סוקסעס. אזוי זעט מען אויך אין דער שפיאנאזש ליעק פון אפריל, בשעת די צוגרייטונגען צו דער אפענסיווע איז פארגעקומען א ריזיגע ארויסרינונג פון פילע שפיאנאזש דאקומענטן. די ליעק שיינט צו זיין א דורכפאל פון דער אמעריקאנער רעגירונג און נישט קיין אונטערגעשטעלטע שפיצל פון אמעריקע.

        די דאקומענטן האבן דערציילט א סך זאכן; אינצווישן, איבער דער געפלאנטער אפענסיווע אין דרום, בערך וועלכע צייט די אפענסיווע האט זיך געזאלט אנהייבן, און שאצונגען פון די אמעריקאנער שפיאנאזש אגענטורן וואס זענען גארנישט אזוי אנטוזיאַסטיש איבער דער בעפארשטייענדער אוקריינער אפענסיווע.

        20240101_202035.jpg
        20240101_202035.jpg (19.27 KiB) געזען 5696 מאל
        די אמעריקאנער אינסטאנצן ביים ארעסטירן דעם ליעקער

        ווי דער אמעריקאנער שפיאנאזש שעף בורנס האט זיך געהאט אויסגעדרוקט: "מיר זעען ווי די רוסן בויען און באפעסטיגן זיך אריין טיפער און שטארקער. איך זע א גוטע זאך ביי די אוקריינער; דער ווילן צו קעמפן איז דא... אבער דאס גייט זיין א ביטערער קאמף, בלוטיג, און וועט קאסטן א גאר הויכער פרייז."

        רוסישע דעפענסיווע ליניעס


        אין דער זעלבער צייט האבן די רוסן אויסגענוצט יעדע מינוט צו גראבן פרישע דעפענסיווע פאזיציעס לענגאויס הונדערטער קילאמעטער לאנג. די רוסן האבן אויך געהאלטן נאך א טיילווייזע מאביליזאציע כוואליע, און טאקע די זעלנער זענען נישט געווען ווער ווייסט וואס צו גיין אויף אפענסיוועצהאלטענדיג נאך קוים עטליכע חדשים טרענירונג, אבער פארט זענען זיי געווען גענוג צו פארטיידיגן פאזיציעס.


        די קומענדיגע שורות איבער די דעפענסיווע ליניעס האב איך געשריבן אין אױגוסט, אבער ווי א סך אנדערע תגובות האט עס געזאמלט שטויב אין דרעפט.

        אין די ערשטע פאר חדשים פון 2023, טראץ וואס רוסלאנד איז געווען אויף אפענסיווע מאוד, אן אפענסיווע מיט גאר קנאפע רעזולטאטן, האבן זיי צו דער זעלבער צייט אויך אויסגענוצט די צייט צו בויען דעפענסיווע ליניעס און באפעסטיגן פאזיציעס מיטן ציל צו פארשטייטערן אוקריינע’ס פארשריט אין א גרעסערער קאנטער אפענסיווע, אן אפענסיווע וואס שפילט זיך יעצט אויס. גענעראל סאראווייקין האט אוועקגעשטעלט ברייטע נעצן פון שוץ גריבער.

        סאראווייקין, ווי כ'האב געשריבן בשעת זיין אויפנאמע, איז פון די איינציגסטע קאמפעטענטע גענעראלן וואס די רוסן פארמאגן. די רוסן, אונטער סאראווייקינ'ס אויפזיכט, האבן געבויט שוץ ליניעס אויף אסאך ערטער, אבער זאפאריזשיע איז ווארשיינליך דאס מערסט געדעכטע. מעגליך אז די רוסן האבן ערווארטעט אז די אוקריינער אפענסיווע וועט זיך אויסשפילן אין יענע דירעקציע. דאס אז סאראווייקין איז באזייטיגט, איז א סאליד געווינס פאר די אוקריינער. בלויז דאס אז סאראווייקין קען נישט יעצט באאבאכטן די שוץ ליניעס און זיי אויסשטאפירן און קאנטראלירן, ווי א גענעראל דארף צו טון, איז א געווינס פאר די אוקריינער.

        צו אדורכברעכן די סאראווייקין דעפענס ליניעס דארפן די אוקריינער קאמפעטענטע פלאנירונג, דאס איז נאך אפילו וויכטיגער ווי עקוויפמענט. סאטעליט בילדער ווייזן טויזנטער דעפענסיווע פאזיציעס וואס די רוסן האבן אויסגעגראבן דורכאויס לאנגע חדשים זיך גרייטענדיג פאר דער אוקריינער קאנטער-אפענסיווע. פאזיציעס נאנט, אביסל אוועק, און גאר ווייט פון די פראנט ליניעס. ארום סטראטעגישע שטעט און וויכטיגע שייד וועגן.

        די שוץ גריבער שטייען אויסגעצויגן איבער דער גאנצער פראנט ליניע. געוויסע פלעצער שטארקער, מיט עטליכע רייען דעפענסיווע ליניעס, און געוויסע פלעצער שוואכער. שוץ גריבער, אנטי וויהיקעל באריקאדעס און אנדערע שטרויכלונגען, ווי גריבער צו בלאקירן דעם אוקריינער מיליטערישן מאשין פון קענען אריבערפארן, און אפילו אויב זיי באווייזן יא צו קענען אריבערפארן זאל עס גיין גאר שטייט און פיינפול, אזוי ארום צו אנזייען מאקסימום שאדנס אין די אוקריינער רייען, מיט דער האפענונג אז די אוקריינער וועלן אויסגעשעפט ווערן פון נויטיגע רעסורסן, ווי ארטילעריע, זעלנער און דערמיט פארלירן איר מוט און קוראזש.

        נאך דער כארקאוו אפענסיווע איז קלאר געווארן אז די אוקריינער קענען און וועלן צוריק כאפן טעריטאריע (אנדערש ווי קיעוו וואס איז גאר עפעס אנדערש). רוסלאנד האט דאן קאנטראלירט אסאך מער טעריטאריע און איז געווען מער אויסגעשפרייט איבער אוקריינע, בנוסף צו דעם וואס זיי זענען געווען גאר שוואך ענטרענטשט. אבער רוסלאנד - נאך כארקאוו - האט רעאליזירט אז דערלייגן שטיקער טעריטאריע איז אן אפציע אויפן טיש. אוקריינע קען דורכפירן אפענסיווע אפעראציעס. דאס אויפבויען מאסיווע שוץ ליניעס איז ווי אן אנערקענונג אין דאס אז אוקריינע זאל צוריק נעמען שטחים איז א מציאות וואס קען זיך איבערשפילן.

        די גרינגסטע צו אוועקשטעלן, און מערסט פאפולערער טיפ פון שוץ מיטלען, זענען טרענטשעס, שוץ גריבער. לויט דער דאקטרין ווערן שוץ גריבער געגראבן ביי א טיפקייט צו גרייכן דער הייך פון די אקסלען, נישט אין גאר מערקבארע ערטער. עס איז געראטן צו נוצן נאטירליכע שוץ פאר קאמופלאזש. עס זאל אריינרעכענען א שטיקל וואנט פון פארנט, אויסגעפארעמט מיט זאמד-זעק, בלאטע, שטיינער, און אנדערע שוץ מאטעריאל.

        בילד

        די שוץ גריבער שטעלן צו שוץ פון קוילן, און העלפן אינפאנטריע זעלנער זיך שיצן פון ארטילעריע באראזשן, עפעס וואס די יעצטיגע קריג איז רייך באשאנקען מיט. מען רעדט כסדר פון מעכטיגע וואפנס און אלע סארטן וואונדער וואפנס וועלכע גייען ענדיגן די קריג ביז זעכציג סעקונדען. אלעס איז גוט און וואויל, איינע מער און אנדערע נאך מער, אבער אין רעאליטעט שפילן זיך אויס די ביטערע שלאכטן פון שוץ גריב צו שוץ גריב. פון איין שורה ביימער ביז דער קומענדיגער שורה ביימער. מיט נאכאנאנדע ארטילעריע פייער וואס ווייסט נישט פון קיין אפשטעל.

        צום ביישפיל, שראפנעל פון אן אכציג מילימעטער מארטאר רונדע, וואס קומט צום פליען פונעם שונא, קען ווערן אפגעהאלטן דורך בלויז דרייסיג סענטימעטער ערד. אן אויפרייס גראד העכער די אנטבלויזטע קעפ פון די זעלנער אין זייערע פאזיציעס אינעם שוץ גרוב, איז געוויס שוין עפעס אנדערש. די רוסן האבן אויסגעגראבן פילע אזוינע שוץ גרובער ארום סטראטעגישע שטעט און וויכטיגע שליסל שייד וועגן. טאקמאק און אזוי אויך בילמאק, זענען שטעט וואס זענען (כמעט) גענצליך ענצירקלט מיט פארשידענע שוץ מיטלען.


        בילד


        בילד

        בילד

        רוב שוץ גריבער ווערן געגראבן אין זיג-זאג ליניעס אדער אין געדרייטע ליניעס, דאס העלפט בעסער זיך שיצן פונעם שונא. געווענטליך וועלן שוץ גרובער זיין אין ערטער וואו זיי קענען האבן נאטורליכע קאמופלאזש, אבער גענוג און נאך שטייען אויך אויף אפענע פעלדער, וואס מאכט זיי מערקבאר פון סאטעליט בילדער. בלויז דאס זיין אריינגעגראבן אין א שוץ גרוב שטעלט נאכנישט אויטאמאטיש דעם איינגעגראבענעם אין א בעסערע פאזיציע, עס ווענדט זיך ווי גוט עס איז אוועקגעשטעלט און אויף וועלכן ארט. איינמאל דו ביזט איינגעגראבן איז נישט צו שווער דיר צו טרעפן.

        דערנאך זענען דא שטרויכלונגען און פאסטקעס. בלאקאדעס קענען גיין פון טיפע גריבער ביז שטעכל דראטן און צעמענטענע דראגאָן ציינער. דאס פארשווערט פארן שונא זיך צו קענען מאנעווירן און קען אים אויך אריינשלעפן אין אן ארט וואו ער איז אנטבלויזט צו קענען גרינגער אטאקירט ווערן. לאסט אויטאס און אנדערע מיליטערישע עקוויפמענט מיט גומענע רעדער, וואס האלטן זיך געווענליך צו געפלאסטערטע שאסייען, איז גרינגער צו אפהאלטן. שטעכל דראטן, דיקע העלצער שטאמען און טיפע גרובער, קענען זיי שטארק פארלאנגזאמען צי גענצליך אפשטעלן. אנטי וויהיקעל לעכער און צעמענטענע דראגאָן ציינער, זענען גאנץ פאפולער ביי די רוסן אין אוקריינע.

        בילד

        בילד

        מכשירים וואס פארן אויף קייטן, ווי טאנקען, געפאנצערטע פערסאנעל טרעקלעך אדער אינפאנטריע אנגריף טרעקלעך, קענען אפט אוועקשטויסן געוויסע בלאקאדעס. דאס אז זיי פארן נישט דייקא אויף שאסייען, מאכט געוויס שווערער זיי צו בלאקירן, אבער דא קומען מינעס שטארק אריין. זיי זענען שפאט ביליג. באהאלט זיך גרינג, און קען אפי' ווערן אויסגעשפרייט דורך ארטילעריע אן דארפן קריכן אויף אלע פיר זיי צו אויסלייגן. עס זענען דא אלע סארטן מינעס, מיט אנדערע צילן, און וויאזוי זיי רייסן אויף. די סאוויעטישע טי-עם צוויי אין זעכציג אנטי-טאנק מינעס איז גאר פאפולער אין דער יעצטיגער קריג, דאס וועט אויפרייסן דורך די פרעשור וואס גייט ארויף דערויף. אנדערע רייסן אויף רימאטלי, דורך א דראט. דייטשלאנד האט צוגעשטעלט פאר אוקריינע די שפעטערע.

        אויב מינעס זענען גוט אויסגעלייגט זענען זיי א שווערע שטרויכלונג. וואס דארף מען מער ווי צו זעהן וויפיל מכשירים רוסלאנד האט דערלייגט פאראיאר ביים פרובירן צו דעראבערן וואלאדאר, אבער אן סוקסעס. די אוקריינער מינעס האבן שטארק אראפגעבינדן די רוסן. אזוי אויך יעצט בעפאר ראבאטינע האבן די אוקריינער געגעסן גאל. דאס הערט מען פון אן א שיעור אוקריינער, פון זעלנער ביז קאמאנדירן ביז פאליטישע מויל מאכער, אז; אפילו מהאט זיך געראכטן אויף שווערע שטרויכלונגען, איז עס אין פאקט געווען מער פון מיר האבן ערווארטעט”.

        אוודאי עס איז נישט ממש נאר די מינעס, עס איז א קאמבינאציע פון עטליכע מיטלען. ציונות איז מינעס, און מינעס איז שטערבליך, האבן שוין די אלטע גוטע אידן געווארענט... דא קומען אריין ספעציעלע רייניגונג מכשירים צו רייניגן פון מינעס. עס זענען דא ספעציעלע טרעקלעך בלויז פאר דעם. אפט וועלן אקער אייזענס און אנדערע כלים ווערן באהאפטן צו טאנקען און אנדערע געפאנצערטע טרעקלעך, און אזוי גייט עס שטייטלעך.


        בילד


        אזוי אויך זענען דא מאשינען וואס שיסן ארויס א דראט אנגעפילט מיט אויפרייס מאטריאל, אויף לאנגע שטרעקעס, און דאס רייסט אויף אלע (נישט אלע, אבער א סך) מינעס וואס זענען אין זיין געגנווארט. רוסלאנד האט זיך איר אייגענע סארט דערפון און האט זיי אפילו געניצט בלויז אויף צו אטאקירן די אוקריינער פאזיציעס. אוקריינע האט באקומען פון די מערב וועלט אירע ווערסיעס. כמעט יעדעס הילפס פעקל בעפאר דער קאנטער-אפענסיווע, האט אריינגערעכנט מכשירים צו ארויסהעלפן קעגן מינעס.

        די רוסן האבן ממש פארפלייצט די פעלדער מיט מינעס. ממש באגאסן. איין גרויסע שיסל. אפט מאל עטליכע מינעס איינע אויף דער אנדערער, פאר א שטארקערע אימפאקט. די אוקריינער עקוויפמענט פארלוסטן אין דער ערשטע וואך, זענען געווען פייערליכע עדות דערויף.

        די אוקריינער האבן געטוישט טאקטיקן, גענומען א וועג ארוכה שהיא קצרה. אנשטאט די געאייגענטע עקוויפמענט, וואס האט אויך אויפגעריסן, האבן זיי געטוישט צו הונדערטער קליינע גרופעס וואס האבן זיך ארויסגעלאזט אין דער טונקלקייט פון דער נאכט. געקראכן אויף אלע פיר, נישט צו באמערקט ווערן דורך פיינטליכע אויגן, און אזוי גערייניגט מעטער נאך מעטער. עס איז געווען גאר קאסטבאר, לאנגזאם און געפארפול, אבער דאס איז געווען דער בעסטער מהלך פאר זיי.

        נאך א שטיקל שטרויכלונג אין וועג איז די בלאטע, דאס אפעקטירט אייגענטליך ביידע ארמייען. די וועטער אין אוקריינע איז אויסגעשטעלט אז בעפאר זומער און בעפאר ווינטער איז דא די ראספאטיטצע סעזאן, דאס איז ווען די ערד ווערט גאר פייכט און בלאטיג. נישט יעדעס ארט איבער אוקריינע איז די זעלבע, אין מזרח איז עס שטארקער ווי אין דרום. אבער ראספאטיטצע מיידט נישט אויס דעם דרום טייל פונעם לאנד. דאס יאר איז עס ערווארטעט צו זיין ערגעץ סוף אקטובער און מען וועט געוויס זען עקוויפמענט פון ביידע זייטן טיף פארזינקען אין מאראסט.

        יעצט, צו אזוינס שטעלט אפ א קאנטער אפענסיווע? דער קורצער ענטפער איז ניין. פארשווערן יא, באנקראטירן ניין. א שווערע וועטער טוט פארשווערן זיך צו קענען מאנעווירן, אבער די אפענסיווע קען ווייטער אנגיין. אויב איז דא א מאנגל אין ארטילעריע, א מאנגל און גוטע זעלנער און אנדערע נויטיגע רעסורסן, דאן קען א שווערע וועטער מיטשפילן צו פארהאנקערן אן אפענסיווע. טאמער אבער אלע אנדערע זאכן זענען גוט אהערגעשטעלט דאן דארף נישט א שווערע וועטער גענצליך אפשטעלן א קאנטער אפענסיווע.

        נאך א נקודה, אין דער יעצטיגער אפענסיווע ניצט נישט אוקריינע קיין ריזן גרופעס פון מכשירים. ווער עס האט געמיינט אז די קאנטער אפענסיווע גייט זיך נישט אנהייבן ביז מען גייט זען פינף הונדערט מכשירים מארשירן מיט א פראכט, זאל בלייבן ווארטן. (און דאס איינע פון די סיבות פארוואס מאנכע האבן נישט געקענט גלייבן אז די קאנטער-אפענסיווע האט זיך אנגעהויבן צוריק אין יוני. ס'הייסט מען זעט נאכנישט קיין מאכטפולע גרופעס מיט הונדערטער טאנקען און טויזנטער זעלנער מארשירן. טא סהאצעך נאך זיכער נישט אנגעהויבן... געס וואַט, יעצט דריי חדשים שפעטער זעסטו עס נאך אלץ נישט... אוקריינע ניצט קליינע גרופעס זעלנער מיט ווייניג מכשירים וואס באפאלן איין פאַרעסט-בעלט אויף אמאל. טא, דאס איז נאך א סיבה פארוואס בלאטעס זאלן נישט האבן אזא שטארקע אפעקט און זאל ערלויבן די אוקריינער ווייטער פארזעצן, אויב זיי האבן די רעסורסן.



        די לעצטע הכנות

        די צוגרייטונגען האט זיך געשלעפט נאך א טאג און נאך א טאג. א צאל אוקריינער בריגאדעס וואס דארפן זיין די ערשטע צו גיין פון פארנט אין די אפענסיווע זענען שוין געווען פלאצירט עטליכע וואכן אויפן פראנט, זיי זענען שוין געווארן אומגעדולדיג. זיי האבן געמיינט אז שוין אנהייב מאי לאזט מען זיך ארויס. זיי האבן אליינס נישט געוואוסט וואס די שלעפעריי איז. ווי איין גרופע קאמאנדיר האט געזאגט: "דער שונא ווייסט שוין פון וואו מיר קומען". די אוקריינער זיבן אין פערציגסטער מעכאניזירטע בריגאדע, איז געזיצן א חודש צייט אויפן פראנט און געווארט. די אוקריינער האבן געהאלטן אינאיין דורכפירן נאך און נאך רעקאן/אויסשפיאניר מיסיעס אויף די רוסן, און האבן געצייכנט וואו די רוסישע מינעס און פאזיציעס זענען.

        הגם א סורפרייז איז היינט צוטאגס גאר שווער, איז אבער די דירעקציע פונעם אוקריינער אנגריף געווארן א סוד פאר גאנץ בראד. עס איז ווי עס זאל זיין אין די פערציגער יארן, צו אנאנסירן א יאר צייט אז מען גייט אנגרייפן די נארמאנדי ברעגעס, און פאקטיש דערנאך אנגרייפן נארמאנדי... נאכן אנאנסירן א יאר צייט איבער גרייכן קריימיע, פארזאמלען זיך די אוקריינער בריגאדעס דא, און ווארטן אומגעדולדיג פאר וואכן לאנג צו באקומען די גא-אהעד..."די רוסן האבן געצייכנט וואו אונזערע יוניטס זענען, און געוואוסט גענוי וואו אונז אפצואווארטן ווען מיר האבן זיך ארויסגעלאזט", זאגט א זעלנער וואס האט אנטיילגענומען אין די אקציעס. דאס האט געגעבן קריטישע צייט פאר די רוסן.

        ביי אנהייב יוני איז די ברייטע קאנטער אפענסיווע געלאזט געווארן אין שוואונג.
        אוועטאר
        נקדימון
        ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
        תגובות: 16882
        זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

        Re: די אוקריינער 2023 קאנטער-אפענסיווע - אפהאנדלונג דורך נקדימון

        • ציטיר
        • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

        תגובה דורך נקדימון »

        די אפענסיווע לאזט זיך ארויס


        אין די טונקעלע נאכט שעות צווישן יוני פיר און יוני פינעוו האט זיך די אוקריינער מיליטער ארויסגעלאזט אויף די לאנג ערווארטעטע קאנטער אפענסיווע. עטליכע שיירות מיט פריש טרענירטע בריגאדעס האבן מארשירט מיט שטאלץ און דערמיט פארמירט צוויי פרישע ברייטע פראנטן אויף דרום זייט אוקריינע אין די זאפאריזשיע ראיאן, און דאס איז שוין געווען בנוסף צו די עקזיסטירנדע באכמוט פראנט וואס גייט שוין יעצט אן מיט א שטארקייט און ווערט בלויז שטערקער. די ציל פון די צוויי פראנטן אין דרום איז א קלארער; צו מארשירן אראפ ביזן ים. איבערשניידן די רוסן אין צווייען, וואס דאס וועט פארמיידן די רוסן פון צו קענען טראנספארטירן סיי וואס צום קרים האלב אינזל דורך די יבשה איינמאל אלע לאנד וועגן וועלן זיין איבערגעשניטן מיט אן אוקריינער מיליטערישער אנוועזנהייט. איינמאל דאס וועט ווערן דערגרייכט וועט קריימיע ווערן גאר שווער פאר די רוסן צו אנהאלטן און אזאנס וועט ע”פ דרך הטבע ברענגען די רוסן מיט גרויסע טריט נענטער צו פארלאזן קריימיע "פון גיטע ווילן".

        א לייכטערע מאטאריזירטע אנגריף אין ריכטונג פון רוסישע פאזיציעס אויף די וועליקע נאוואסילקע פראנט איז געלאזט געווארן אין גאנג און האט נאכגעפאלגט צוויי טאג שפעטער יוני זיבן מיט א ברייטע שווערע מעכאניזירטער אנגריף אויף די צווייטע פראנט די אראהכיעוו פראנט, בעסער באקאנט ביי אונז אלץ די ראבאטינע פראנט. אין די וואכן און חדשים בעפאר האבן די אוקריינער שוין דורכגעפירט א צאל שעפינג אטאקעס מיט פרובירן צו אוועק שלעפן די רוסן פון זייער פאזיציעס, אריינברענגען א צומישעניש און לייגן די רוסן אין א בהלה אנשטאט זיי לאזן זיצן און זיך באפעסטיגן רואיג און געלאסן.

        שוין כמעט א חודש פריער נאך אום מאי 11 איז געלאזט געווארן אין גאנג די אנגייענדע ברייטע קאנטער אטאקע ארום באכמוט, אזוי אויך אביסל גערודער אין די כערסאן ראיאן און אין די זעלבע צייט אויף א דריטע פראנט הונדערטע קילאמעטער אוועק, האבן עטליכע אנטי פוטין מיליציעס מיט די קאלאבעראציע פון די אוקריינער מיליטער זיך א לאז געטון מיט א צאל ווילדע אטאקעס אין די בעלגאראד ראיאן וואס געפינט זיך אויף לעגעטימע רוסישע טעריטאריע גלייך אריבער די גרעניץ מיט אוקריינע און דארטן אנגעהויבן צו פארכאפן א צאל שטעטלעך, די רודערייען האט אנגעהאלטן פאר א שטיק צייט. פאר מאנכע דא האט זיך דאן גאר געדאכט אז רוסלאנד לייגט זיך צוזאם ביז עטליכע שעה, די שמועות האבן געלויטעט אז די אויפשטענדלער זענען באוואפנט נוקלעאר און גאנץ רוסלאנד גייט ארויפגיין אין פלאמען... ס'האבן זיך געיאוועט שמועות אז נאך אביסל איז שוין דא א פרישע שיפמענט קריספי כרעמזעלעך און מען האט שוין ארויסגעברענגט די פלעשלעך מאשקע...

        די חשבון פון די אויפשטענדלער און די אוקריינער איז בפשטות געווען צו אוועק שלעפן רוסישע כוחות און עקוויפמענט פון די פראנט ליניעס. ס'איז נישט נאר דאס שוואכער מאכן א ספעציפישע פראנט ווען מען נעמט אוועק זעלנער און עקוויפמענט, עס איז אויך די אלגעמיינע צומישעניש וואס אזא זאך ברענגט, דאס שוואכט גאר שטארק אפ די שונא. די פאקט איז אבער אז עס האט נישט פאסירט, די רוסן זענען נישט געפאלן פאר עס. די רוסן האבן רעאגירט בעיקר דורך מאכט פון אין לאנד און אפשר געברענגט א צאל קאדיראווצעס זיך צו פאטאגראפירן כאילו זיי שלאגן זיך אין בעלגאראד, אבער ערענסט אוועק שלעפן זעלנער און עקוויפמענט פון די פראנט קיין בעלגאראד איז נישט געשען. צי דאס איז געווען א דורכפאל? יא. בושות? גרויסע. אפעקטירט די פראנט ליניעס? ניין.

        אויפן מאפע. שטאפל איינס (שווארץ) איז די רידערייען אריין צו די אפענסיווע אויף דריי באזונדערע ערטער. ביי כערסאן אינגאנצן לינקס. באכמוט רעכטס אינדערמיט און אויבן אין בעלגאראד רוסלאנד אריבער די גרעניץ.

        שטאפל צוויי (ווייס) איז די אפענסיווע ביי די וועליקע נאוואסילקע.

        שטאפל דריי (געל) האט באלד נאכגעפאלגט מיט א מעכטיגע אטאקע ביי די ראבאטינע פראנט. וואס איז געווען די עיקר און לענגסטע ציל.
        20231224_162228~2.jpg
        20231224_162228~2.jpg (226.54 KiB) געזען 5695 מאל
        די צוויי פראנט ליניעס אינעם דרום זייט פון לאנד, וועליקע נאוואסילקע און ראבאטינע פראנטן זענען געווען באזונדערע. ווען די שפעטערע איז א פול מער קאמפליצירטע און באפעסטיגטע פראנט. וועליקע נאוואסילקע צילט אראפ ביז די פארט שטאט בערדיאנסק בשעת די ראבאטינע פראנט צילט ראבאטינע, דערנאך טאקמאק און ווייטער אראפ ביז נאך די שטאט מעליטאפאל.

        בילד

        די אויפזיכט אויף די דריי פראנטן זענען געווען צוטיילט אין צוויי. גענעראל אלעקסאנדער טארנאווסקי האט געהאט די אויפזיכט אויף די צוויי דרום פראנטן און גענעראל אלעקסאנדער סורסקי האט אנגעפירט מיט די מזרח פראנט אויף באכמוט (און די דעפענס אויף כארקאוו).


        די אוקריינער זעלנער און עקוויפמענט זענען געווארן צוטיילט בערך פופציג-פופציג צווישן באכמוט און די צוויי דרום פראנטן. די וועליקע נאוואסילקע פראנט איז בעיקר געפירט געווארן דורך די אוקריינער מארין בריגאדעס. ווייטער די ראבאטינע פראנט איז געווארן געפירט דורך די ניינטע קארפוס און פון הינטערוויילאכץ איז מיטגעשטאנען די צענטע קארפוס (און טייל פון זיי האבן געדינט) אלץ רעזערוון. בשעת דאס אלעס זענען אויפן באכמוט פראנט אין מזרח זייט ווייטער געווען עטליכע עלטערע אוקריינע מעכאניזירטע בריגאדעס וואס זענען שוין דארט געווען אויפן פראנט פאר לאנגע חדשים, מיר רעדן דא ווארשיינליך פון די בעסט טרענירטע און ערפארענע בריגאדעס אין די אוקריינער רייען.
        20240101_194123~2.jpg
        20240101_194123~2.jpg (106.46 KiB) געזען 5695 מאל
        פרעזידענט זעלענסקי מיט גענעראל אלעקסאנדער סורסקי צו זיין רעכטע זייט און גענעראל אלעקסאנדער טארנאווסקי צו די לינקע זייט אין די ערשטע וואך פון די אפענסיווע

        אויפן וועליקע נאוואסילקע פראנט האבן די אוקריינער מארין בריגאדעס אנגעהויבן באפרייען א צאל שטעטלעך, טאקע מיט שווערע פארלוסטן אבער זאכן האבן זיך געריקט אין די גוטע ריכטונג. די שטעטלעך נעסקוטשנע, בלאהאדאטנע, סטאראזשעווע, מאקאראווקע און שפּעטער סטאראמאיארסקע און אוריזשיינע זענען באפרייט געווארן. די אוקריינער האבן זיך געריקט עטליכע קילאמעטער טיף, רעלאטיוו שיינע פארשריט.
        אין די זעלבע צייט האט די ניינטע קארפוס זיך ארויסגעלאזט אויפן ראבאטינע פראנט ווען די זיבן אין פערציגסטע מעכאניזירטע בריגאדע גייט פאראויס באגלייט מיט א צאל מינע רייניגער טרעקלעך און א גרויסע צאל פרישע לעפערד טאנקן און אמעריקאנער ברעדלי טרעקלעך.

        אייגענטליך אינצווישן יוני 4-7 איז פארגעקומען נאך אן אוקריינער אנגריף אויף א פרישע ארט, די קאמיאנסקע פראנט. דאס איז אויך אין זאפאריזשע אויף דרום זייט. לינקס פון די צוויי גרויסע פראנטן. דאס איז אבער געווען אויף א קלענערע שטאפל און ווארשיינלעך מיטן ציל צו אוועק האלטן די רוסישע קאנצענטראציע פון די גרעסערע אוקריינער אפענסיווע וואס קומט מארגן נאכט ביי ראבאטינע, די צענטערפונקט פון די אפענסיווע.
        די אוקריינער האבן זיך דאן געריקט אביסל אויפן קאמיאנסקע פראנט און שפעטער באפרייט די שטעטל לאבקאווע און פיאטיכאטקי, אבער זענען געבליבן געשטראנדעט ביי זשערעביאנקי (ערעב יענקי) ביז די אוקריינער אנגריף דארט איז געקומען מער ווייניגער צו אן אפשטעל נאך עטליכע וואכן.

        אום יוני זיבן אויפדערנאכט האבן זיך די אוקריינער מיליטערישע קאראוואנען זיך א לאז געטון אין ריכטונג פון ראבאטינע אויף א ברייטע אנגריף. די ציל פון די אוקריינער אפענסיווע אויף דרום זייט איז געווען א כארקאוו #2 קאנטער-אפענסיווע, ווי די אוקריינער זעלנער און קאמאנדירן פארציילן האבן זיי אין טעאריע געזאלט גרייכן ראבאטינע אויפן ערשטע טאג און דעראבערן ראבאטינע שוין אויפן פערטע טאג... עס זענען דא קליינליכע קעגנזייטיגע באריכטן אין די דעטאלן איבערגעגעבן דורך די זעלנער און קאמאנדירן פארמישט אין די שלאכטן. טייל זאגן אז זייער אויפגאבע איז געווען צו זיך ריקן צען קילאמעטער טיף אויפן ערשטע טאג מיט א מינימום פון פינעוו קילאמעטער און אויסקראסן די שטעטל ראבאטינע און נאוואפראקאפיווקא און זיך תיכף נעמען האמערן אויף די רוסישע דעפענסיווע ליניעס וואס ליגט נאך די צוויי שטעטלעך, בשעת אנדערע זאגן אז זייער אויפגאבע איז געווען צו גרייכן ביז ראבאטינע שוין אויפן ערשטע טאג. לויט א זעלנער אינעם זיבן אין פערציגסטער בריגאדע האבן זיי געדארפט אויסווארטן עטליכע טאג און שאפן און אנהאלטן א ברידזשהעד ביז די קומענדיגע בריגאדע נעמט איבער ביז טאקמאק. אזוי צו אזוי איז די אוקריינער פלאן געווען דארטן אן עקסטרעם שנעלע עדווענסמענט (למען האמת, איך האב עס נישט געזען קומען, אז די אוקריינער זאלן באמת פרובירן א כארקאוו #2 אבער עס איז אלץ דא פלאץ פאר חידושים).

        די רעאליטעט איז אבער געווען אינגאנצן אנדערש; די רגע די אוקריינער שיירות האבן אנגעהויבן מארשירן אין ריכטונג פון די רוסישע פאזיציעס האבן זיי אנגעהויבן פילן די רוסישע פייער קראפט. די עקוויפמענט האבן זיך אנגעשטאלפערט אין טייכן פון מינעס ווען צו די זעלבע צייט ווערן זיי העפטיג אטאקירט דורך אנטי טאנק מיסילס. מאשין גאנערס האמערן און ארטילעריע קאנאנען שפייען פייער. בשעת קאמיקאזי דראונס און די קאמאוו העליקאפטער צילן טויטליכע פעקלעך פון די הייעך.

        וויאזוי די אוקריינער זענען געקומען
        בילד

        וויאזוי די רוסן האבן רעאגירט
        בילד

        א מיליטער מיט אירע קארפן קעפ קענען אויספלאנירן און דעטאלירן א ברייטפארצווייגטע אנגריף אבער זיי זענען די גאנצע בעלבאס דערויף ביז די ערשטע שאס, איינמאל די ערשטע שאס פליט ווענדט זיך עס שוין [אויך] אינעם אפאנענט וויאזוי ער רעאגירט און דער פיינט באקומט א גלייכע שטימע אויפן רעאליטעט און ווערט א מחותן איבער דיינע פלענער... ראבאטינע איז הערשט באפרייט געווארן נאך אכציג טאג.

        די אוקריינער האבן אריינגעשיקט פרישע זעלנער אבער עס איז געגאנגען כאדאראם. אזוי איז עס אנגעגאנגען פאר עטליכע טעג מיט די האפענונג פאר בעסערע רעזולטאטן. עס האט געפעלט קאארדינאציע פון די בריגאדעס צו ארבעטן אינאיינעם און דאס האט אפט געפעילד און געקאסט קרבנות. נאך פיר פינעוו טעג פון דורכפאל האט גענעראל זאלאזשני אפגעשטעלט די גאנצע אפענסיווע, ער האט געגעבן א שלעפ ארויס די פלאג און אויסגעשאלטערט די אפענסיווע. די ברייטע מעכאניזירטע אנגריפן ארבעט נישט, די פארלוסטן זענען ריזיג און מען שטאלפערט זיך אן דא אין מינעס און אין אומגעהויערע פייערקראפט. דאס קאסט צו גרויסע פארלוסטן. די גאנצע הארוואניע פון לאנגע חדשים פון א קאמביינד ארמס אפעראציע איז געשיקט געווארן לופטערן. גענעראל זאלאזשני האט פארארדענט צו טוישן די גאנצע פראנט צו קליינע אנגריף גרופעס. אנשטאט די מינע רייניגונג טרעקלעך האבן פיצעלע גרופעס פון צוויי סאלדאטן פער גרופע זיך ארויסגעלאזט זיכן און רייניגן מינעס מיט די בלויזע הענט. דאס איז גאר לאנגזאם און געפארפול פאר די זעלנער אבער מען דארף טון וואס מען האט צו טון. די מינע רייניגונג ארבעט איז בעיקר פארגעקומען ביים זון אונטערגאנג אדער אין די פריע פארטאגס שעות, דאן איז גענוג לעכטיג צו קענען אויפכאפן די מינעס אבער פארט גענוג טונקל צו פארדעקן זייערע פיסטריט פון די רוסישע דראונס און אבזערוואציע פונקטן. נאכן רייניגן איין שורה ביימער האבן שפעטער א גרופע אינפאנטריע זעלנער נאכגעפאלגט מיט אן אנגריף צו באפרייען און זיך באפעסטיגן אין די פאזיציעס ארום. און טאקע צוליב די אויבנדערמאנטע סיבה צו פארווישן די שפירן פון די זעלנער זענען רוב אטאקעס פארגעקומען אין די פארטאגס אדער פארנאכטס שעות.

        קליינע פלאטון גרופעס פון 15 ביז 20 אינפאנטריע זעלנער באגלייט מיט פייער שטיצע פון צוויי טאנקן און נאך א צוויי געפאנצערטע טרעקלעך האבן זיך ארויסגעלאזט אין ריכטונג פון א רוסישע פאזיציע, די אוקריינער האבן זיך גלייך געווארפן אויפן ציל און פרובירט צו פארטרייבן די רוסן. די טאנקן האבן זיך געווענליך צוריק געצויגן אויס מורא פאר די רוסישע לענסעט דראונס אדער אנדערע קאמיקאזי דראונס בשעת די אוקריינער אינפאנטריע זעלנער האבן געדארפט אזוי בלייבן זיך אויסשלאגן פארטרייבן די רוסן און איבערנעמען די פאזיציע פארן טאג ביז מארגן נאכט ווען עס וועט קומען פרישע סופלייען. אזוי איז עס געגאנגן אויף יעדע פאזיציע און יעדע שורה ביימער. מיט די צייט איז עס אפילו פארקלענערט געווארן צו סקוואד גרופעס פון צען חברה ביילייפיג.

        אזא צוגאנג האט טאקע שטארק פארשטייטערט די געלויף און פארשריט פון די קאנטער אפענסיווע אבער איז פארט געקומען מיט ווייניגער מענטשליכע פארלוסטן און ווייניגער עקוויפמענט פארלוסטן. דעריבער, צו זאגן אז אוקריינע דארף יעצט נאך פינעוו הונדערט געפאנצערטע טרעקלעך איז נישט אינגאנצן ריכטיג. אוקריינע האט נאך ריזיגע קוואנטומען פון עקוויפמענט וואס זיי האבן באקומען בעפאר די אפענסיווע, די עיקר סיבה איז אז זיי זענען כמעט נישט געניצט געווארן אין די אנגריפן זינט אוקריינע האט גענומען א שארפע טויש אין סטראטעגיע שוין עטליכע טאג אריין אינעם קאנטער אפענסיווע.

        די זיבן אין פערציגסטער מעכאניזירטע בריגאדע ספעציפיש האט אריינגעהויבן שטארקע פארלוסטן אין די ערשטע טעג. גענעראל זאלאזשני האט נישט געקענט פארשטיין וואס דא טוצעך. "צוערשט האט איך געמיינט אז די קאמאנדירן זענען פעלערהאפטיג און איך האב אויפגעטוישט עטליכע פון זיי, דערנאך האב איך געטראכט אז אפשר זענען די זעלנער נישט געאייגנט פאר די ציל און איך האב ארום געריקט זעלנער אין א צאל בריגאדעס", האט זאלאזשני פארציילט נאך די אפענסיווע.

        א גרויס חלק פון די אוקריינער בריגאדעס זענען געווען זעלנער מיט קנאפע ערפארונג וויאזוי צו קעמפן. א שאקירנדע זיבעציג פראצענט פון די זיבן אין פערציגסטער מעכאניזירטע בריגאדע האבן נישט פארמאגט קיין ערפארונג וויאזוי צו קעמפן, אזוי זאגן די קאמאנדירן פון די בריגאדע. אפילו אויב מיר זאלן אראפציפן אביסל איז עס נאכאלץ א ריזן ציפער, און אנדערע בריגאדעס זענען ווארשיינליך נישט געווען קיין סך בעסער.

        משום איזה סיבה האט די אוקריינער פירערשאפט געהאלטן פון לאזן די פראפעסיאנאלע בריגאדעס פארטיידיגן באכמוט און גלייך פרובירן צוריק צו באפרייען באכמוט אפגעזען די קאסטן. דאס איז געווען ווען באכמוט איז שוין לאנג נישט געווען א כרעמזעל מאשין פאר די אוקריינער צו פראדוצירן רוסישע כרעמזעלעך ביי די דאזען’ס. די אוקריינער פירערשאפט האט געלאזט די נייע זעלנער אז זיי זאלן זיין ”די” וועלכע זאלן זיך מושטירן און אויספירן די אפענסיווע. בקיצור, פרישע מיליטערלייט אן קיין מלחמה ערפארונג זיך טרענירן מתחילה אויף פרישע נאט"א מהלכים האט נישט געברענגט קיין סוקסעס.

        לאמיר זיך נישט פאפן, פאר די רוסן פון זייער זייט איז גארנישט געווען אזוי רויזיג אויפן פראנט. די רוסן האבן זיך באנוצט מיט שטורעם-ז יוניטס אז זיי זאלן גיין פאראויס און כאפן די ערשטע קלעפ. אבער אפילו די אנדערע בריגאדעס האבן נישט אויסגעמיטן קיין אוקריינער מכות. די שטורעם-ז יוניטס באשטייען בעיקר פון טורמע ארעסטאנטן וועלכע זענען געשיקט געווארן אין כרעמזעל כוואליעס צו קאנטער אטאקירן ביז צו זייער טויט. אבער ווי געזאגט, זיי זענען בכלל נישט געווען די איינציגסטע צו כאפן.

        נאך וואכן שווערע שלאכטן האבן די אוקריינער אריינגעווארפן די צענטע קארפוס צו ארויסהעלפן די אפענסיווע. אום אנהייב אױגוסט האבן די אוקריינער שוין אריינגעווארפן זייער רעזערוון אויפן ראבאטינע פראנט. די זעקס אין פערציגסטער און צוויי אין אכציגסטער לופט אנגריף בריגאדעס. די רוסן האבן אנגעהויבן פילן דרוק אויפן פראנט און אין רעאקציע האבן זיי געמוזט אריינווארפן רעזערוון און אוועק שלעפן זייערע בעסערע זעלנער, זיי האבן אריבערגעברענגט עטליכע רעגימענטן פון די זעקס און זיבעציגסטער עירבארן דיוויזיע פון די קרעמינע פראנט אריבער קיין זאפאריזשע צו קאנטער באלאנסירן די רעזערוו טרופן וואס די אוקריינער האבן געברענגט אויפן פראנט.
        20230828_174129_75 (1).jpg
        20230828_174129_75 (1).jpg (345.42 KiB) געזען 5695 מאל
        דראון אפעראטארן פון די צוויי אין אכציגסטער לופט אנגריף בריגאדע ביי די ארבעט

        בשעת די אוקריינער זעלנער און רוסישע גרופעס אמפערן זיך העפטיג אינדרויסן פון די שטעטל ראבאטינע לאמיר געבן א קורצע בליק וואס טוט זיך אויף די אנדערע פראנטן אין אוקריינע;
        אויפן כערסאן פראנט זענען געווען אקטיוויטעטן נאך בעפאר די קאנטער אפענסיווע אבער תיכף צוזאמען מיט די אנהייב פון די אפענסיווע אין די ערשטע האלב פון יוני איז פארגעקומען א וועלטס קאטאסטראפע אויף יענער פראנט וואס האט שטארק אפעקטירט די גאנצע כערסאן פראנט. די קאכאווקע דאמבע וואס איז ביים דניעפער טייך איז געווארן איבערגעבראכן, פירנדיג צו מאסיווע פארפלייצונגען פון אומגעהויערע קוואנטומען וואסער.

        הגם ס'איז נישט פעסטגעשטעלט אויף זיכער הונדערט פראצענט ווער עס איז געשטאנען דערינטער איז אבער שטארק אנגענומען אז עס איז געווען די רוסן. חוץ די מאסיווע לאנג טערמיניגע שאדנס וואס דאס האט אנגעזייט פאר די ארטיגע אגריקולטור האט עס גאר שטארק אפעקטירט די פראנט ליניעס. די פארפלייצונגען האט געמאכט אוממעגליך פאר די אוקריינער מיליטער צו פרובירן אריבערשפרייזן די דניעפער און דאדורך פארטרייבן די רוסן פון די לינקע זייט דניעפער אין די טיילן כערסאן וואס די רוסן אקופירן נאך. פון די אנדערע זייט אבער האבן די שווערע פארפלייצונגען אוועק געוואשן גאנצעטע לאנגע רייעס פון רוסישע דעפענסיווע שוץ גרובער, שווערע טויזנטער מינעס און באפעסטיגטע פאזיציעס זענען געווארן אויס. אין קורצן, די געוואגטער [און טעראריסטישער] אקט האט סוכ"ס געהאט עדווענטידזשעס און דיסעדווענטידזשעס פאר ביידע ארמייען.

        יעצט אז די מענטשליך געמאכטע דיזעסטער איז געווארן ווי א נאטירליכע שוץ וואנט אויף די כערסאן פראנט האט עס באפרייט א סך כוחות און ערלויבט פאר ביידע ארמייען, מער ספעציפיש די רוסן, צו אוועק ריקן גאר אסאך זעלנער און רעזערוו כוחות צו אנדערע פראנטן, און טאקע א גרויסע צאל רוסישע זעלנער זענען געריקט געווארן צום זאפאריזשע פראנט צו קענען בעסער פארטיידיגן די דרום פראנטן.

        אינעם דרום אויף די וועליקע נאוואסילקע, און ראבאטינע פראנטן זענען די רוסן געווען אויף דעפענסיווע, אזוי אויכעט אינעם מזרח איז אנגעגאנגען די אוקריינער באכמוט אפענסיווע, די ציל פון די אוקריינער איז געווען דאן, און איז נאכאלץ יעצט, צו צוריק באפרייען באכמוט. פרעזידענט זעלענסקי פארטיידיגט די באשלוס צו ווארפן אזויפיל כוחות אין ריכטונג פון באכמוט וויבאלד אויב די רוסן פארלירן באכמוט דאן זענען זיי קאפוט אין די דאנעצק אומגעגנט דעריבער איז באכמוט סטראטעגיש וויכטיג... קוקט אויס אז די אמאל געוועזענע ”נישט סטראטעגישע” באכמוט איז געווארן ”סטראטעגיש”...

        גענעראל סורסקי האט גאר שטארק געארבעט צו דעראבערן באכמוט, די אוקריינער סטראטעגיע איז געווען צו באפרייען די פלאנקען ארום באכמוט און אזוי ארום לייגן שטארקע דרוק אויף די רוסן אין באכמוט און זיי ארויסקוועטשן פון דארט, ווייל טאפאגראפיש איז באכמוט אין א טאל און דער וואס קאנטראלירט די העכערע שטחים ארום באכמוט פארמאגט א נאטירליכע שטארקע עדווענטידזש.

        די רוסן ווען זיי האבן מתחילה פרובירט צו פארכאפן באכמוט האבן זיי טאקע געטון ענליך און איינמאל זיי האבן אקופירט די ארומיגע פלאנקען האט זיך די מצב פאר די רוסן פיל פארבעסערט ארום באכמוט. די רוסישע חשבון דאן איז געווען אקוראט דאס, צו ענצירקלען די אוקריינער ארום באכמוט און אזוי ארום זיי מיט געוואלד ארויסצווינגען פון באכמוט. עס האט אבער נישט געארבעט און די רוסן זענען געווען געצווינגען צו טוישן סטראטעגיע און געגאנגען מיט די קאסטבארע און לאנגע וועג פון זיך שלאגן אינעם שטאט אליינס פון הויז צו הויז, ביז באכמוט איז געפאלן אום מאי 20.

        שוין אזוי פרי ווי אום מערץ זענען געווען באריכטן אז די אוקריינער וועלן זיך ארויסציען פון באכמוט, לויט די באריכטן דעמאלטס איז גענעראל זאלאזשני געווען ביי די מיינונג אז די סאלדאטן זאלן זיך ארויסציען פון באכמוט און ענדערש זאלן די זעלנער נעמען א פויזע זיך צו אויסרוען און זיך אויסמושטירן פאר די ערווארטעטע אפענסיווע. אבער בלויז עטליכע טאג שפעטער האט זעלענסקי עמטליך אנאנסירט ממש דאס פארקערטע אז זיינע גענעראלן זאלאזשני און סורסקי זענען גאר ביי די אנטשלאסענע מיינונג צו פארטיידיגן באכמוט פאר יעדע פרייז און אז מ’וועט גאר שיקן פרישע זעלנער און פרישע עקוויפמענט צו פארטיידיגן באכמוט.

        פון אונזער פרעספעקטיוו; דאס אז זאלאזשני זאל לויפן מיט אזא פילאזאפיע אז עס איז נישט ווערד דאס אנהאלטן באכמוט פאר פאליטישע צילן ווען די קאסטן זענען צו הויעך, שטימט. ענליך האט ער געזאגט די וואך ביי זיין פרעסע בריפינג אז מען וועט זיך אפשר אוועק ציען פון אוודיווקע "מיינע זעלנער זענען מיר וויכטיגער"..
        אבער גענעראל סורסקי לעומת זה איז געווען, און ער איז, אבסעסירט מיט באכמוט און די וויכטיגקייט פארוואס מען זאל זיך אויסשלאגן איבער באכמוט. און אז מען רעדט שוין פון סורסקי, סורסקי איז היפש פארפיינטעט צווישן די ארמיי רייען און איז פון די איינציגסטע הויכע גענעראלן וואס האבן פאקטיש גראדואירט אין מאסקווא מיט די אלטע סאוויעטישע געדאנקען גאנג און מהלכים.

        די אוקריינער האבן אנגעהויבן מאכן עטוואס פארשריט ארום באכמוט, די אוקריינער האט אנגעהויבן באפרייען אביסל טעריטאריע העכער באכמוט און נאך מער פון דרום זייט אונטער באכמוט. אונטער באכמוט האבן די אוקריינער אינמיטן סעפטעמבער באוויזן צו באפרייען אנדריווקע און קליסטשיווקע. קליסטשיווקע איז א קריטישע שטעטל צו קענען בעסער אטאקירן און באפרייען באכמוט. די רוסן פון זייער זייט האבן פרובירט נאכאנאנד צוריק צו דעראבערן קליסטשיווקע אבער אן סוקסעס, קליסטשיווקע איז א הויפן פון ראסטיגע מעטאל פון די רוסן.

        אויפן כארקאוו פראנט אנדערש ווי די אנדערע פראנטן וואס די רוסן זענען עפי"ר געווען דורכאויסן זומער אויף דעפענסיווע, זענען זיי דארטן געווען אויף אפענסיווע. די רוסן האבן פרובירט צו אוועק שטופן די אוקריינער צוריק אריבער די אסקיל טייך און פרובירט צו דעראבערן די גרעסערע שטאט קופיאנסק, און אין איינוועגס אביסל לינדערן די שמערצן ארום באכמוט מיטן אוועק שלעפן אוקריינער כוחות צו פארטיידיגן זייער פאזיציעס אויפן כארקאוו פראנט, עפעס וואס האט געארבעט צו א געוויסע פונקט.

        בילד

        מען רעדט אזוי סך פון די אוקריינער קאנטער אפענסיווע, אמת, די רוסן האבן נישט פראפאגאנדירט און טראמפייטערט מיט מאווי ווידעאס ווי מעכטיג די וועלט גייט זיך שאקלען מיט די אפענסיווע. אבער די רוסן האבן אויך פרובירט צו גיין אויפן אפענסיווע דורכאויס 2023, וואו זענען זיי אנגעקומען? קיין ערגעץ. וואס האבן זיי דערגרייכט? גארנישט. עטליכע צענדליג קילאמעטער דא און אפאר שטעטלעך דארט פאר די פרייז פון צענדליגע טויזנטער טויטע און פארוואונדעטע, ימ'ען פון עקוויפמענט אין די ווערד פון הונדערטער מיליאנען דאלארן. אוקריינע איז א בית הקברות פון רוסישע עקוויפמענט, די רוסן פארלירן א סך מער עקוויפמענט ווי די אוקריינער. די רוסן האבן סוכ”ס דעראבערט סאלעדאר, באכמוט און מארינקע. אבער אינעם גרויסן בילד, נישט קיין מעידזשער געווינסן.

        צוריק צו די הויפט שלאכטן אין די אוקריינער אפענסיווע, די זאפאריזשע פראנט צוטיילט אין צוויי, וועליקע נאוואסילקע און ראבאטינע. מ’שטיימיר אינמיטן אוגוסט; אויפן וועליקע נאוואסילקע פראנט האט די אוקריינער מיליטער שוין אויכעט באפרייט די שטעטלעך סטאראמאיארסקע און אוריזשיינע, דער דאזיגער פראנט וואס האט געהאט געמאכט פארהעלטניסמעסיג שיינע פארשריט ביז אהער איז אבער יעצט געקומען צו אן אפשטעל, די אוקריינער האבן נישט באוויזן זיך צו ריקן ווייטער.
        אויפן ראבאטינע פראנט זענען זאכן דורכאויס געגאנגען גאר שטייט. מען האט זיך געראנגלט אויף יעדע שורה ביימער באזונדער און אויף יעדע שוץ גרוב עקסטער. די שטחים זענען געווען פארפלייצט מיט מינעס, אנטי טאנק מינעס און אנטי פערסאנעל מינעס. אפט זענען געווען געלייגט עטליכע מינעס איינס אויף די אנדערע פאר א גרעסערע שאנסן צו אויפרייסן און א שטארקערע אימפאקט. אין בלויז עטליכע קילאמעטער שטח האט געקענט זיין א פופצן טויזנט מינעס אויסגעגאסן. אפטמאל האבן די רוסן בובי טרעפט גאנצעטע שוץ גרובער און ווען זיי האבן עס געמוזט פארלאזן האבן זיי געווארט און מיטגעהאלטן פון דער ווייטענס ווי אן אוקריינער פלאטון שטורעמט די שוץ גרוב און טאנצן געשוואונד אריין אינעם שוץ גרוב בשעת וואס די רוסן מיט זייער רעמאוט קאנטראל פון דערווייטענס האבן אויפגעריסן די גאנצע גרוב מיט די זעלנער דערין.

        ווי אן אוקריינער זעלנער אקטיוו אויפן פראנט לייגט אראפ די טשעלענדזשעס וואס זיי זענען אויסגעשטאנען ביים פרובירן צו דעראבערן ראבאטינע אלץ עקסטרעם נישט פשוט; די ערשטע דעפענסיווע ליניע איז נישט באשטאנען פון טיפע און ברייטע ליניעס אזוי ווי די צוויי סאראווייקין ליניעס (דעפענס ליניע 2 און 3) נאר איז בעיקר באשטאנען פון מינעס. אבער נישט בלויז מינעס, נאר יעדע פרשת דרכים און יעדע שורה ביימער איז געווען אויסגעגרובן מיט שוץ גרובער. מאשין געווער גרופעס ביי יעדע ווינקל. פארצווייגטע נעצן פון שוץ גרובער וואס פירן איינע צו די אנדערע בכדי צו קענען פירן וואפנס, און דערצו א שיינע צאל טונעלן אויסגעגרובן אינטער דער ערד". מען קען נישט זאגן אז די רוסישע שטרויכלונגען זענען געווען גענצליך אומערווארטעט אבער דאס איז פארט געווען אינטערגעשאצט. די רוסן זענען געווען טיף איינגעגרובן און באפעסטיגט, און זי האט סוקסעספול ארומגעריקט אירע שטיקלעך אויפן שאך ברעטל.

        די אוקריינער האבן באשלאסן אז עס איז צייט צו אריינגעברענגט אירע רעזערוון און פרישע כוחות, אוקריינעס צוויי אין אכציגסטע לופט אנגריף בריגאדע האט געהאמערט מיט אלע כוחות אויף די רוסישע פאזיציעס בשעת די רוסן האבן העפטיג פארטיידיגט זייער פאזיציעס און האבן זאגאר אפילו אפט פרובירט צו קאנטער אטאקירן. בעיקר זענען געגאנגען פאראויס די טורמע ארעסטאנטן שטורעם-ז יוניטס וואס דאס האט ערמעגליכט די רוסן צו פרעזערווירן אירע בעסערע קעמפער.

        גענעראל סאראווייקין האט אהערגעשטעלט א ברייטע פארצווייגטע נעטווארק פון שוץ גרובער און דעפענסיווע ליניעס איבער הונדערטע קילאמעטער לאנג.

        בילד

        אויפן בילד זעט מען די דריי רוסישע דעפענסיווע ליניעס. די ערשטע [אין די ליכטיגע קאלירן] איז א קאמבענאציע פון פול קליינע שוץ גרובער, פאקסן לעכער און גאנצע טייכן מיט מינעס. ראבאטינע איז א חלק פון דעם. דערנאך קומט די צווייטע דעפענסיווע ליניע וואס ווערט גערופען די "ערשטע סאראווייקין ליניע". מאנכע רופן עס די הויפט דעפענסיווע ליניע. פון סאטעליט בילדער קוקט דאס אויס די מערסטע פארפאנצערט. די [עכטע] ערשטע ליניע איז באשטאנען פון קלענערע שוץ גרובער און באפעסטיגטע גרובער ארום יעדע שורה ביימער בנוסף צו די מינעס. (גארנישט אזוי קליין. גאנצע נעטווארקס. אבער) פון דער הייעך זעט זיך עס נישט אן אזוי בולט.

        די ערשטע סאראווייקין דעפענסיווע ליניע וואס איז די צווייטע דעפענסיווע ליניע לויפט גלייך העכער ווערבאווע אין מזרח, און אינטער נאוואפראקאפיווקע/העכער-ארום סאלאדקא באלקא פון די לינקע זייט. זיבן אכט קילאמעטער ווייטער אראפציר הייבט זיך אן די דריטע דעפענסיווע ליניע וואס לויפט בעפאר טאקמאק. דאס ווערט אויך גערופן די צווייטע סאראווייקין ליניע.


        סאראווייקינס דעפענסיווע ליניעס זענען בעצם אויסגעשטעלט אויף אן אופן פון דעפענס-אין-דעפּט וואס וואלט ערלויבט די רוסן וואס פארטיידיגן זיך צו שטייטעלעך צוריק פאלן און אזוי איינזאפּן און אויסנוגן די אוקריינער קראפט ווי טיפער זיי ריקן זיך און דערנאך צוריק שטיפן אן אפגעשוואכטער אוקריינע, אבער די רוסן האבן נישט גענומען די פולע-עדווענטידזש דערפון. די רוסן זענען ענדערש געגאנגען מיט די מהלך פון עקטיוו-דעפענס און באלד ביי די ערשטע שוץ גרוב עס פארטיידיגט מיט אלע אירע כוחות נישט ערלויבענדיג די אוקריינער זיך כמעט צו רירן אפילו קיין אינטש און פרובירט צו אויפן פלאץ קאנטער אטאקירן אויף צוריק. פארשטייט זיך אז די אפטיקס דערפון אז די אוקריינער ריקן זיך קוים אינטשעס איז געווען אזאך בעסער פאר די רוסן, אבער מצד שני איז דאס געקומען מיט מער רוסישע פארלוסטן ווי וואס די דעפענס-אין-דעפּט מהלך וואלט איר ווען געקאסט. דאס איז די אבזערוואציע אין קורצן אויף די פארגאנגענע רוסישע דעפענס מהלך.


        די רוסן האבן סוקסעספול פארטיידיגט זייער שטחים, ווי אוקריינער גענעראל זאלאזשני האט שפעטער געזאגט: די רוסן האבן סוקסעספול מאנעווירט זייער רעזערוון צו פארשטאפן די לעכער וואס האבן זיך געשאפן דורך אונזער אטאקעס". דא דארטן האבן אמעריקאנער באאמטע געלאזט פאלן סטעיטמענטס, אנאנים פארשטייצעך, אויסדריקענדיג זייער אנטריסונג איבער די אפענסיווע. עס איז זייער גרינג צו אוועק מאכן די אלע נעגאטיווע סטעיטמענטס אז עס איז די מידיא וואס זיכט סענזאציע וכו', עס איז אבער פשוט נישט ריכטיג. נישט יעדער אנאנימער סטעיטמענט איז געבאקן, ווייט פון דעם. אין די מיליטערישע קאמיוניטי איז געווען גרויס אנטריסונג און סאיז זעלבסטפארשטענדליך אז גאר אסאך באאמטע וועלן זיך נישט ארויסשטעלן אין די עפענטליכקייט קריטיקירן.

        פון די אנדערע זייט איז געווען באריכטן אז אלעס פארט אויפן האר לויט די פלאן... די אוקריינער זענען בכלל נישט איבער'רעש'ט. אפי' א ברעקל... די רוסן זענען אויסגעלאפן פון רעזערוון... נאך די ערשטע ליניע איז אלעס ליידיג... די דעפענסיווע ליניעס וועלן זיך ברעקלען... ס'איז נאר די אנהייב, באלד קומט עס... ס'האט געגעבן די אילוזיע פון א גלאנציגע און שיין געפארבטע רויזיגע בילד, עפעס וואס האט קלאר נישט עקזיסטירט אין רעאליטעט. די שפראך האט אביסל דערמאנט פון די שפראך געהערט גאנץ אנהייב פון די אינוואזיע פון די רוסישע זייט "די רוסן האבן נאר געניצט א פיצי פון זייער ארמיי און נאר די שוואכע וואפנס... ווארט נאר ביז זיי נעמען זיך עכט... ” יע יע... די רוסן ניצן וועמען זיי קענען נאר און וועלכע וואפן זיי קענען נאר... אלעס איז אויפן פראנט און ברענגט נישט קיין רעזולטאטן, עכ"פ ערענסטע זאכן.

        האב איך דען נישט געזען דעמאלטס די אלע מאפעס וואס האבן כלומרשט געצייגט ווי די רוסישע צווייטע און דריטע דעפענסיווע ליניעס זענען גענצליך ליידיג פון זעלנער? די שטותים קומט גראדע נישט פון מידיא אטענשאן זיכער נאר פון טעלעגראם און טוויטער קאנאלן... נארוואסדען, איך האב אויך געוויסט אז די וואס פארציילן און פארצייכענען ערליך ווי יעדע רוסישע און אוקריינער בריגאדע איז קווארטירט האבן געזאגט אז די אלע ליידיגע פלעצער זענען נישט ליידיג נאר מען ווייסט נישט גענוי וועלכע בריגאדע איז וואו אבער די זעלבע קוועלער האבן אויכעט געוויסט צו דערציילן אז עס זענען דא גענוג רוסישע זעלנער צו פארטיידיגן די צווייטע און דריטע ליניעס...

        די מאוומענט אויפן פראנט האט זיך געריקט גאר שטייט און דרוק האט אנגעהויבן צו וואקסן. גענעראל מילי האט אנגעהויבן אפירהאלטן גענעראל זאלאזשני, וואס די גיהנום טוסטו דא?!! וואס איז מיט וואס מיר האבן אפגעמאכט און וואס פאסירט דא מיט די דריי פראנטן?!! עס פארטאכלעוועט קריטישע צייט און רעסארסן!!!זאלאזשני פון זיין זייט האט אנגעהויבן זיך צו קאנצענטרירן ספעציפיש אויף איין פראנט, די ראבאטינע פראנט אנשטאט אויף דריי פראנטן. כ’קען נישט זאגן אויף זיכער אויב די באכמוט פראנט איז געווארן שוואכער אבער די צווייטע פראנט אויף דרום, די וועליקע נאוואסילקע פראנט האט זיך זיכער אפגעשוואכט ערגעץ אין אוגוסט (און אזוי אויך די דערנעבענדיגע קלענערע פראנט ארום פיאטיכאטקי מתחילה גענוצט צו אראפבינדן דארטן די רוסן) די קאנצענטראציע יעצט איז געווען ספעציפיש אויף די ראבאטינע פראנט. די אוקריינער האבן געדרוקט מיט אלע כוחות, טאקע אין קלענערע גרופעס אבער אן קיין אפשטעל. די דירעקטע קאנצענטראציע אויף ראבאטינע אינמיטן אוגוסט האט צוביסלעך אנגעהויבן ברענגן רעזולטאטן, ראבאטינע איז באפרייט געווארן פון די רוסן און די אוקריינער האבן פרובירט שטופן ווייטער און ווייטער, אבער די רוסישע דעפענס האט זיך למעשה נישט געבראכן נאר ענדערש זיך צוביסלעך אויסגעבויגן מיט א בויך אריין. די באפרייען ראבאטינע האט אריינגערעכנט דרייצן באזונדערע גרופעס פון כאטש צען אוקריינער בריגאדעס

        נישט לאנג דערנאך, אביסל רעכטס פון ראבאטינע האבן די אוקריינער זעלנער, ספעציפיש די צוויי אין אכציגסטע לופט אנגריף בריגאדע אנגעהויבן זעהן רעזולטאטן ביי ווערבאווע און זיי האבן זיך דורכגעשטופט די ערשטע סאראווייקין ליניע וואס איז די צווייטע פון די דריי דעפענסיווע ליניעס אויף די ראבאטינע פראנט. זיי האבן אנגעהויבן זיך דרייען צווישן די שווערע דראגאן ציינער און אנטי טאנק גרובער, און ביי א געוויסע פונקט זענען די אוקריינער שוין געווען אין ווערבאווע. די אקטיוויטעטן פון די אוקריינער אנגעהויבן סוף אויגוסט און אין סעפטעמבער זענען לכאורה געווען די נאנטסטע צו אן אוקריינער דורכברוך, אבער עס האט זיך נישט מאטריאליזירט. די אוקריינער ביי ווערבאווע זענען דורך די צווייטע דעפענסיווע ליניע (די ערשטע סאראווייקין ליניע) קודם מיט אינפאנטריע זעלנער צופיס, שפעטער שוין מיט שווערע עקוויפמענט אבער עס האט זיך נישט געריקט ווייטער, די רוסן האבן צוריק געשטיפט די אוקריינער צוריק פון ווערבאווע.

        די ראבאטינע פראנט איז באשטאנען בעיקר פון דריי שטעטלעך. ראבאטינע. אינטער איר נאוואפראקאפיווקא און צו רעכטס די שטעטל ווערבאווע. די אראנדזשע ליניעס זענען דעפענסיווע ליניעס. ביי ווערבאווע זענען די אוקריינער שוין געווען צווישן און אריבער די דעפענסיווע ליניעס.
        בילד

        וואס איז די דעפעניציע פון א "דורכברוך"? איך בין זיכער מען קען טרעפן א סך דעפעניציעס געוואנדן אין וועלכע דאקטערין ביכל מען נישטערט אדורך, אבער אין מיינע אויגן מיינט דאס שאפן א גענוג ברייטע ריס וואס שאפט כאאס ביים פיינט וואס דו קענסט בויען אויף די ערשטע ריס ווייטער און ברייטער בשעת דער פיינט איז צומישט און קען זיך שווער אריענטירן צו אפשטעלן דיין פארשריט. דאס האט אבער נישט פאסירט. די אוקריינער האבן געשאפן א שטיקל ריס און אריבער א טייל פון די צווייטע דעפענסיווע ליניע (די ערשטע סאראווייקין ליניע) אבער עס האט זיך נישט פארברייטערט און די אוקריינער האבן נישט באוויזן צו בויען אויף דעם. ס”ה, א דורכברוך האט נישט פאסירט.

        ערגעץ אין סוף סעפטעמבער אדער אין אקטאבער קען מען זאגן אז די אוקריינער אפענסיווע האט אנגעהויבן זיך צו אויסקילן. די קראפט איז צוביסלעך געווארן שוואכער און די סטיעם האט אנגעהויבן אויסלויפן. ביז עס איז מער ווייניגער געקומען צו אן ענדע. אויפן כערסאן פראנט האבן זיך די אוקריינער אקטיוויטעטן צוריק פארשטארקערט. די שטחים וועלכע זענען צוליב די דאמבע אויפרייס געווען אוממעגליך צו באפרייען, און בכלל זיך צו באוועגן דארטן איז שוין היינט אסאך בעסער ווי זעקס חדשים צוריק. די אוקריינער האבן אנגעהויבן פרובירן אריבערפירן קלענערע גרופעס אריבער די דניעפער אויף עטליכע ערטער, אויף טייל ערטער האבן זיי מצליח געווען און אויף טייל נישט. ווי דערמאנט האט די דאמבע פארפלייצונג אוועק געוואשן גאנצטע רוסישע דעפענסיווע פעסטונגען און יעצט איז עס זיי צוריק געקומען בייסן. ספעציפיש אין די שטעטל קרינקי האבן די אוקריינער באוויזן זיך צו אריינזעצן. וויפיל די רוסן האבן פרובירט זיי צו פארטרייבן האבן זיי נישט מצליח געווען. פון די אנדערע זייט קענען דערווייל די אוקריינער זיך נישט ארויסרייסן פון קרינקי און בויען מאמענטום דערויף, וויפיל זיי פרובירן נאר.

        פון א צאל אוקריינער אין קרינקי קען מען הערן גאר שווערע קריטיק אז די צושטאנד איז געפערליך, שיפלעך זינקען און די דניעפער דינט אלץ א קאלטע היים פאר אסאך אוקריינער קערפער. הארט ביים אנקומען אויף די ברעגעס קען מען באלד זיך טרעפן בטעות ארויפוואקן אויף אוקריינער קערפער וועלכע ליגן דארט שוין גאר לאנג אן ווערן אוועק געטראגן. דער אוקריינער קאמאנדיר פון די מאדזשאר דיוויזיע האט אפגעשלאגן און עטוואס באלאנסירט די קריטיק איבער די סיטואַציע פאר די אוקריינער אין קרינקי. דער דניעפער פראנט האט זיך דערווייל נישט מאטריאליזירט אלץ א ברייטע פראנט, הגם די אוקריינער האבן קיינמאל נישט געזאגט אז זיי מאכן עס פאר א ברייטע פראנט זענען אבער געווען שפעקולאציעס אז עס קען ווערן א ברייטע פראנט פון עטליכע דירעקציעס. און מעגליך עס וועט נאך אמאל זיין א ברייטע פראנט.

        מער איבער די אויסשטעל פון די פראנט און די דעטאלן קען מען ליינען דא אין מער דעטאלן:

        viewtopic.php?p=4672710#p4672710

        גענעראל טארנאווסקי באויפטראגט אויפן אפענסיווע האט קלארגעשטעלט אז קאמפן גייט אן און די מינימאלע ציל איז טאקמאק ווען די אריגינעלע ציל פון גרייכן די ים ברעגעס איז ווייטער די ציל. פרעזידענט זעלענסקי האט געמאלדן אז די אפענסיווע וועט ווייטער פארזעצן אפי' אין ווינטער. די באן פארט ווייטער.

        די אוקריינער זיבן אין פערציגסטער מעכאניזירטע בריגאדע וואס איז אוועק געשלעפט געווארן פון די פראנט זיך צו כאפן די אטעם און זיך צוריק אנפילן פון אלע פארלוסטן זענען געווען צוריק אויפן ראבאטינע פראנט אנהייב אקטאבער, אבער נאך פאר וואס ווען ווי זענען די פרישע קעמפער פון די זיבן אין פערציגסטער בריגאדע שנעל געשיקט געווארן קיין אוודיווקע צו פארטיידיגן די שטאט פון א פרישע רוסישע אנגריף אין יענע ריכטונג. די מכה בפטיש פאר די אוקריינער האלבע יאר קאנטער אפענסיווע איז געווען אין אקטאבער 10 ווען די רוסן האבן פארכאפט די איניציאַטיווע אויפן פראנט און זיך ארויסגעלאזט אין א מאסיווער אנגריף אויף די שטעטל אוודיווקע. אוודיווקע איז אין דאנעצק און ליגט א פיפציג קילאמעטער אינטער באכמוט.

        די רוסן האבן זיך א לאז געטון מיט ברייטע מעכאניזירטע אנגריפן איינע נאך די אנדערע מיט שווערע עקוויפמענט מיט די ציל צו ארומנעמען די שטאט אוודיווקע בשעת די אוקריינער דראונס און ארטילעריע האבן געקנאקט שטיקער. די רוסן האבן געכאפט געהארגעטע מכות. די אוודיווקע הימלען האבן ליטערלי גערייכערט פון רוסישע עקוויפמענט און קערפער... די ברייטע אטאקע אויף אוודיווקע האט די פינגער אפדרוקן פון דער רוסישער הויפט גענעראל געראסימאוו אויף זיך, און אין מיינע אויגן איז געראסימאוו פון די בעסטע אוקריינער גענעראלן... דער שפילט דאך אזוי אריין אין די אוקריינער הענט. אבער פון די אנדערע זייט האט דער ריזיגע רוסישער אנגריף געוויזן אז ניין, די רוסן זענען נישט אויסגעלאפן פון זעלנער. די אוקריינער האבן נישט אויסגעריסן די רוסישע ארטילעריע. די רוסן האבן בשפע זעלנער און בשפע עקוויפמענט צו פארניצן אין א פרישע אנגריף. די מצב אין אוודיווקע איז געווען כאאטיש, די רוסן האבן געליטן ביטערע פארלוסטן. נאך געציילטע וואכן האבן די רוסן געטוישט סטראטעגיע (ענליך צו די אוקריינער נאך פיר טאג אריין אינעם אפענסיווע אין יוני), אנשטאט אנפירן ברייטע מעכאניזירטע אנגריפן האבן די רוסן געטוישט צו דיסמאונטעט קלענערע גרופעס פיסגייער אינפאנטריע זעלנער.

        די רוסישע פארלוסטן ארום אוודיווקע שטייגט שוין באלד איבער די אוקריינער פארלוסטן דורכאויס זייער לאנגע קאנטער אפענסיווע
        בילד

        די רוסן מאכן קליינע פארשריט ארום אוודיווקע אבער עס קומט פאר אן אסטראנאמישע הויכע פרייז, איך בין נישט זיכער אזאנס איז ווערט. אבער וואס קענען די רוסן טון אז געראסימאוו זיצט ביים רידער און נישט סאראווייקין. די רוסן האבן אויך באנייט זייער אטאקעס אויף נאך עטליכע פלעצער און זיי מאכן מינימאלע פארשריט מיט הויכע קאסטן, צום ביישפיל העכער באכמוט האבן זיי מער ווייניגער אויסגעמעקט די פארשריט וואס די אוקריינער האבן געמאכט ביי די קאנטער אפענסיווע און נאך צוגענומען א קליין ביסל, אזוי אויך אין מארינקע און אין נאוואמיכאליווקע.

        ביי די ענדע אקטאבער האט דער הויפט אוקריינער גענעראל זאלאזשני געגעבן א לענגערע קלארע אינטערוויא וואו זאכן שטייען און וואס אוקריינע דארף האבן אויף ווייטער, זאלאזשני דער אוקריינער איז געווען א סך מער אויפריכטיג און אפן ווי אסאך שטיצער וועלכע זענען ניטאמאל קיין אוקריינער... זאלאזשני האט אנערקענט און קלארגעשטעלט די מציאות אז די אפענסיווע איז מער ווייניגער פאראיבער און די שאנסן פאר א שיינע דורכברוך אויפן פראנט זענען קליינע. זאלאזשני האט געניצט די ווארט "סטעילמעיט" פאר די פראנט ליניעס. די זאלאזשני אינטערוויא האט ארויסגערופן בייז וואונדער און א שטורעם אין די אוקריינער פאליטישע קארידארן, זאלאזשני'ס ווערטער איז געווען אין קעגנזאץ צו די פאליטישע שטעלונגען אין אוקריינע. זאלאזשני האט אויסגעזאגט זאכן וואס די אוקריינער פאליטישע מאשין איז נישט געווען גרייט אז מזאל וויסן. זעלענסקי איז געווען גאר בייז אויף זאלאזשני און די אוקריינער רעגירונג האט באלד אפגעווארפן די סטעיטמענט פון זאלאזשני.

        די טערמין סטעילמעיט קען אויכעט באדייטן דאס אז די צושטאנד האט דערגרייכט א דעד-ענד. ביידע באדייטן אין פראקטיק די זעלבע, אז וואס מען גייט נאר טון אויפן פראנט גייען די רעזולטאטן בלייבן די זעלבע, ווי די פעריאדע פון 2015-2022 ווען די פראנט ליניעס זענען מער ווייניגער געפרוירן. דאס אנערקענען רעזאלטירט נאטורליך באלד מיט פילע רופן פון אלע זייטן אז אפשר איז צייט צו פארהאנדלען, און דאס איז פארשטייט זיך עפעס וואס קומט נישט אין באטראכט. פרעזידענט זעלענסקי עטליכע טאג שפעטער אנהייב נאוועמבער אין א רעדע האט אפגעווארפן זאלאזשני'ס ווערטער זאגנדיג אז "עס איז נישט דא קיין שום סטעילמעיט אויפן פראנט און אז די קאמף גייט ווייטער פעסט אן, מיר וועלן פרובירן צו גרייכן די צילן ביי יאר ענדע און איך בין זיכער אונזער קעמפער וועלן מצליח זיין" (דערמאנונג ס'איז שוין נאך סוף יאר).

        דאס אז עס איז א סטעילמעיט און די קריג איז איינגעשלאפן איז געוויס נישט ריכטיג. געב א קוק אקטאבער 10 די רוסן זענען ארויס אויף א ריזן אנגריף אויף אוודיווקע, טאקע נישט סוקסעספול אבער די פראנט ליניעס זענען אקטיוו, עס שלאפט בכלל נישט. די ווערטער פון זאלאזשני איז אפשר געווען זייער געוואגט אבער עס איז געניצט געווארן ארויס פון קאנטעקסט. זאלאזשני האט אויסגעשמועסט און ערקלערט אז שלאכטן גייען ווייטער אן אויפן פראנט אבער פאזישינעל געשלעגן, קיין איין זייט פארמאגט נישט לעת עתה די מעגליכקייט זיך צו ארויסרייסן פון איר יעצטיגע שטאנד און דעליווערן א מאסיווע דורכברוך. זאלאזשני האט דערביי גלייך פארגעלייגט די פלענער וואספארא רעסארסן ער האלט אז אוקריינע דארף באקומען זיך צו קענען ארויסרייסן פון די יעצטיגע מצב בכדי צו קענען דערלאנגן א מעכטיגע קלאפ פאר די רוסן; עס פארלאנגט זיך א קלארע טעכנישע פלאן מיט אונזער אליאירטע. זאלאזשני זאגט אז די קריג ריקט זיך אין נייע פאזעס און פארשידענע זאכן עקזיסטירן נאך ניטאמאל אין די מיליטערישע דאקטערינען. ער פארלאנגט מער טעכנעלאגישע וואפנס אנצייכענענדיג אז מען קען אזא קריג נישט געוואונען מיט וואפנס פון פריערדיגע גענעראציעס און דאטום אפגעלאפענע מעטאדן. זאלאזשני דערמאנט דראונס און פארגעשריטענערע עלעקטראנישע ווארפעיר מיטלען. זאלאזשני זאגט אויכעט אז אוקריינע דארף זיך באפעסטיגן און פרעזערווירן וואס זיי האבן באפרייט און זיך פון פריש אויסשטאפירן מיט בעסערע מיטלען וואס פארלאנגט זיך די פולע קאאפעראציע פון די מערב וועלט.

        פרעזידענט זעלענסקי האט נאכגעפאלגט עטליכע וואכן שפעטער שטייצעך נישט אזוי דירעקט און אפן ווי זאלאזשני, אבער מער ווייניגער געזאגט די זעלבע ווי זאלאזשני ער האט עס נאר נישט געטארט זאגן פארדעם ווייל עס שטימט נישט מיט די פאליטישע גלעזער, אבער עס איז געווען א מציאות אז די אפענסיווע איז מער ווייניגער פארטיג. זעלענסקי האט געזאגט אז די קריג ריקט זיך אין א פרישע פאזע און פארארדענט צו בויען פרישע דעפענסיווע שוץ ליניעס און אזוי אויכעט פארשטארקערן די ביז יעצטיגע שוץ ליניעס. אין די טעג גייט העפטיג אן די ארבעט צו בויען און גרובן לענגאויס די פראנט ליניעס איבער אוקריינע.
        אוועטאר
        נקדימון
        ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
        תגובות: 16882
        זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

        Re: די אוקריינער 2023 קאנטער-אפענסיווע - אפהאנדלונג דורך נקדימון

        • ציטיר
        • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

        תגובה דורך נקדימון »

        פארוואס איז די אוקריינע אפענסיווע נישט געווען אזוי סוקסעספול ווי ערווארטעט


        די סיבות פארוואס די אוקריינער האבן נישט דערגרייכט זייער צילן זענען פארשידנארטיגע און מען קען דעבאטירן יעדע באזונדער ווי שטארק עס האט אפעקטירט די אפענסיווע. צווישן די סיבות ציילט זיך

        * מען האט היפש איבערגעשאצט ווי שנעל די אוקריינער קענען זיך אדאפטירן פון סאוויעטישע טאקטיקן צו מערב וועלט קאמביינד ארמס אפעראציעס.

        [* שוואכע קאארדינאציע צווישן באזונדערע בריגאדעס וואס האבן געזאלט ארבעטן אינאיינעם אין די ערשטע טעג און מסתמא א געוויסע אומצוטרוי צווישן די פאליטישע און מיליטערישע פליגלען אין די אוקריינער רייען]

        * שוואכקייט אין לופט כוחות צו באהאמערן און צופליקן רוסישע דעפענסיווע פונקטן. אוקריינער מיג קאמפס פליגער קענען זיך נישט פארמעסטן מיט די רוסישע סוכאי קאמפס פליגער נאכדערצו ווען די קוואנטיטעט ביי די אוקריינער איז א סך ווינציגער.

        * פלאנירונג דורכפאל. דאס אנהאלטן ממש ביז די קאנטער אפענסיווע [די נישט סטראטעגישע] באכמוט פאר אלע קאסטן אן זיך צוריק ריקן צו בעסער באפעסטיגטע פאזיציעס און דערמיט ערלויבן בעסער טרענירטע בריגאדעס צו כאפן דעם אטעם, זיך פריש אויסשטאפירן און אזוי ניצן זייער פולע קוואליפיקאציעס צו סוקסעספול אנגרייפן די רוסן. און די געדאנק פון דריי שטארקע פראנטן.

        * אוקריינע און די מערב וועלט האבן אונטערגעשאצט די קאמפליצירטקייט פון די רוסישע דעפענסיווע פעסטונגען, פארטיידיגונגס מיטלען. און ווידערשטאנד צו אטרישען.

        * די פריש טרענירטע בריגאדעס האבן געהאט קארגע עטליכע חדשים טרענירונג און ריזיגע ריזיגע פראצענטן פון זיי האבן געהאט 0 קאמפס ערפארונג בעפאר. אנשטאט ניצן בעסער טרענירטע בריגאדעס וואס זענען געבליבן געשטראנדעט אין באכמוט, צו אנדערע פלעצער.

        * רוסלאנד האט גאר אפעקטיוו ארום גערוקט רעזערוון אויפן פראנט צו פארשטאפן לעכער וואס האבן זיך געשאפן.

        * דאס שלעפן און אפשטופן די אפענסיווע האט געגעבן קריטישע צייט פאר די רוסן זיך צו באפעסטיגן און שטאנדהאפטיג זיך אריינגראבן אין דרום פון לאנד. (פון די אנדערע זייט איז די צייט געווען קריטיש פאר די אוקריינער זיך צו בעסער טרענירן און באקומען ווי מער וואפן ביז זיי זענען געווען גרייט).

        די רוסישע שוץ ליניעס האט מען קלאר געזען ווי זיי ווערן טיפער און געדעכטער מיט יעדע פארבייגייענדיגן חודש.
        בילד


        וואס זאגן די אמעריקאנער און וואס זאגן די אוקריינער
        די פינגער טייטלען צווישן אוקריינע און אמעריקע/מערב וועלט איז שוין געווען אין די ערשטע חדשים אויך אבער בעיקר דורך אנאנימע סטעיטמענטס. אין די לעצטערע וואכן נאך וואס אלע האבן איינגעזען אז עס איז מער ווייניגער פאריבער איז אפילו געווען מער אפענע קריטיק איינע אויף די אנדערע.

        די אמעריקאנער באשולדיגן די אוקריינער אין די דורכפאל פון די אפענסיווע און האלטן אז זיי זענען נישט געווען גרייט צו הערן ייעוץ והדרכה, ווי נישט ווי זענען די אוקריינער געווען די וואס האבן געפּאַסט די ענדגילטיגע באשלוסן. אמעריקע איז ביי די מיינונג אז א ברייטערע אנגריף ביי איין ספעציפישער פראנט וואלט געוויס געהאט אסאך מער קעזשעלטיס אבער וואלט אין די ענדע זיך געענדיגט מיט מער בעסערע רעזולטאטן און מיט רעלאטיוו ווייניגער פארלוסטן.

        די אמעריקאנער זענען אויסגעשפראכן קעגן אוקריינע'ס באשלוס צו צוטיילן די רעסארסן אויף דריי גרויסע פראנטן. זיי וואלטן ענדערש געדארפט פאקוסירן צו איבער רייסן רוסלאנד'ס יבשה בריק צום קרים האלב אינזל. די שאצונג פון די אמעריקאנע שפיאנאזש געמיינדע פאר די סוקסעס פון די אפענסיווע איז געשטאנען ביי 50-50 מיט די פלאן פאר א ברייטע אנגריף אויף איין פראנט. אבער אויף די גאנג ווי די אוקריינער זענען פאקטיש געגאנגען איז די שאצונג געווען פיל נידריגער אז עס גייט מצליח זיין.
        FsQW_xTWwAAz7wI.jpg
        FsQW_xTWwAAz7wI.jpg (168.18 KiB) געזען 5694 מאל
        די אמעריקאנער קריטיקירן אויך אז די אוקריינער האבן נישט געטון גענוג אין שפיאנאזש צו ריכטיג אויפכאפן די שטארקייט פון די רוסישע דעפענס ליניעס און די גענויע אויסשטעל פון די מינעס. די ריקאן מיסיעס אין די וואכן און חדשים בעפאר די אפענסיווע האט נישט דעליווערט גענוג אין אפשאצן לעומקו די שטרויכלונגען. אזוי אויך אז די אוקריינער האבן כמעט נישט גענוצט קיין רויעך וואלקענעס גראנאטן צו פארדעקן און פארטושן זייער באוועגונג אנהייב די אפענסיווע.

        ספעציפיש קריטיקירן די אמעריקאנער די באכמוט פראנט. אויסער די סטראטעגיע פון אויסציען די פראנט אויף טויזנט קילאמעטער צוטיילט אויף דריי פראנטן - בשעת ווען דו ביסט דער מיט די קלענערע צאל טרופן און רעסארסן - וואס די אמעריקאנער זענען געווען שארף מחולק איז די ביטערניש נאכמער לגבי באכמוט. די אוקריינער האבן פארברענט טייערע רעסארסן און זעלנער אין באכמוט און געהאלטן אינאיין ברענגן פרישע בריגאדעס אנשטאט ניצן די בריגאדעס צו פארשטארקערן די דרום פראנט מיט פרישע כוחות. נאכן ווארענען די אוקריינער נאכאנאנד אז דאס גייט נישט ארבעטן און עס איז א שאד דאס פארשווענדן די רעסארסן. נישט בלויז די פארשווענדן די רעסארסן, נאר נעמט עס אוועק פון ווי -לויט די אמעריקאנער- וואלט געווען סך מער נוצבאר. עפטער-אלל פילן די אמעריקאנער אז זייער גאנצע הארעוואניע פון חדשים טרענירונג און רעסארסן ווערד אין ביליאנען פאר א ברייטע קאמביינד ארמס אפעראציע איז ארויף אין רויעך נאך קוים פיר טאג.

        פון די אנדערע זייט האבן די אוקריינער זייער אסאך קריטיק אויף אמעריקע און די מערב וועלט, לויט זיי פארשטייען נישט די אמעריקאנער קלאר פונקטליך די דינאמיקס אויפן שלאכטפעלד. אזאנע אטאקעס מיט די מערב וועלט עקוויפמענט ארבעט נישט קעגן די טיפע רוסישע דעפענסיווע פעסטונגען, עטליכע שיכטן דעפענסיווע ליניעס מיט ימ'ען פון קאמיקאזי און אויסשפיאניר דראונס פון דער הייעך. די אוקריינער קריטיקירן שטארק די מערב וועלט אז מען האט ערווארטעט רעזולטאטן אן דאס האבן אן אויבערהאנט אין די לופטן. אזוי אויך אז זיי האבן נישט באקומען גענוג מינע רייניגער טרעקלעך אדער העליקאפטער. חוץ פון דעם וואס א צאל עקוויפמענט זענען געווען ווערטלאז און אומפונקציאנירבאר. אזוי אויך נישט קיין לאנג שטרעקיגע מיסילס. קוים א קליינע צאל און דאס אויכעט שפעט.

        נאך עפעס וואס די אוקריינער -מיט רעכט- קריטיקירן די אמעריקאנער איז דראונס. די אמעריקאנער דאקטערין אנטהאלט נישט די ברייטע באנוץ פון קליינע קורצ-שטרעקיגע דראונס וואס דאמינירט די הימלען העכער די פראנט ליניעס. דאס איז נישט געווען אין די טרענירונג פאר די אוקריינער בריגאדעס און די אוקריינער האבן זיך אליינס געדארפט מיט ברענגן זייערע אייגענע דראונס בשעת’ן זיך טרענירן.

        (די קריטיק לויפט אין ליניע מיט די קריטיק וואס איך האב אמאל געזען פון אוקריינער קאמאנדירן אז אמעריקע פארמאגט נישט קיין טרענירער און ראטגעבער אויפן פראנט אין אוקריינע, אנדערש איז מיט ענגלאנד און אנדערע לענדער. דאס מיטהאלטן בלויז פון דערווייטענס שאפט א שטיקל מרחק פאר די אמעריקאנער צו ריכטיג באגרייפן לעומקו די דינאמיקס און באדערפענישן אויפן שלאכטפעלד)

        אוקריינע שרייט אז זיי האבן נישט געהאט קיין אנדערע אפציע נאר צו טוישן טאקטיקן און גיין מיט קליינע גרופעס פאר די זיכערהייט פון זייערע זעלנער און עקוויפמענט. דאס האט אבער בלויז געברענגט קליינע פארשריט פון עטליכע צענדליגער מעטער אויפאמאל.


        פארוואס איז די יעצטיגע אפענסיווע געווען אנדערש פון די סוקסעספולע אוקריינער אפענסיוועס פאריאר אין כארקאוו און אין כערסאן?

        חוץ די אויבנדערמאנטע סיבות אז אין כארקאוו איז כמעט נישט געווען קיין גרייטע רוסישע פערסאנעל צו פארטיידיגן די פאזיציעס און ביי כערסאן איינמאל די רוסישע לאגיסטיקס ווערט פארהאנקערט אריבער די דניעפער איז בלויז שייך א ריקצוג "פון גוטע ווילן" און אזוי אויך א צאל פון די פריער אויסגערעכענטע סיבות, איז דא נאך עפעס וואס טיילט זיי אפ. אין 2023 (אנדערש ווי פאריאר) זענען די פאליטישע אמביציעס, מיליטערישע יכולת, און קאמפס פעהיגקייטן נישט געווען אויף איין בּלאַט און עס איז קריטיש זיי זאלן זיין באלאנסירט און קאלאבארירן ביינעזאם אין הארמאניע.

        אין 2023 איז זיין אויף דעפענסיווע און קאנטער אטאקירן מער נישט געווען קיין אפציע פאר אוקריינע. פארבלייבן אויף דעפענסיווע האט געמיינט אז פאליטישע דרוק הייבט אן קומען אז זאכן ריקן זיך נישט און אפשר טאקע נאר אפשר אבער דאך אן אפציע, איז צייט צו פרירן די פראנט ליניעס. סוף פאריאר האט שוין זעלענסקי אנגעהויבן באקומען דרוק.

        זעלענסקי פערזענליך האט זיך זיינע פאליטישע צילן און דאס קומט אפט אויפן קאסטן פון די ארמיי. די וואנזיניגקייט פון אהערשטעלן באכמוט נאך עד היום אלץ א סטראטעגישע מעכטיגע ציל און פארדעם צאלט מען ביז די לעצטע אטעם. די פאליטישע אמביציעס איז אז אוקריינע מוז אהערשטעלן א דיסייסיוו זיג איבער די רוסן אז נישט וועלן מיר באטראכט ווערן אלץ פארלירער. נישט פשט אז די פינגער טייטלען דירעקט אויף זעלענסקי ווען עס איז געוויס דא די אומגעדולדיגקייט פון די מערב וועלט וואס האט געהאלפן שטופן די וואגן.

        פון די אנדערע זייט איז די קאַמבּעָט-אפעקטיוונעס און מיליטערישע מעגליכקייטן נישט געווען גענוג באלאנסירט. טויזנטער זעלנער און בריגאדעס זענען שוין געשטראנדעט אין קאמפן איבער א יאר אן די מעגליכקייט פאר ראטאציעס. ראטאציעס איז קריטיש וויכטיג און דאס ווערט יעצט העפטיג דיסקוסירט דורך זאלאזשני, זעלענסקי און קריגס מיניסטער אומעראוו. מען מוז קענען נעמען א ברעיק. קומען צו זיך. זיך פריש אויסשטאפירן און צוריק גיין קעמפן. בנוסף איז געווען די פרישע מאביליזירטע אוקריינער מיט זעראו ערפארונג וויאזוי צו קעמפן. זאלאזשני אין זיין אינטערוויו -וואס איז גאר א שטארקע אינטערוויו- דערמאנט עס, זאגנדיג: די פאליטישע אמביציעס זענען דא אבער די מיליטערישע פעהיגקייטן איז נישט דא די זעלבע. "פאליטיש מוזן מיר מאכן פארשריט אבער מיליטעריש איז דא א טשעלענדזש און מיר דארפן לעזונגען מיט די צאל מאנסקראפט און טעכנאלאגישע מיטלען". טא, די פאליטישע אמביציעס צו אהערשטעלן פארשריט און נאכדערצו אמעריקע שטייט און ווארט געדולד'לאז, נו, געב מיר עפעס אין אויסטויש פאר די ביליאנען אין וואפנס, האט עס געמאכט גאר שווער. וואגן זאל זיך אוקריינע און זאגן, אנטשולדיגט פעטער שמואל מיר זענען נישט גרייט פאר יאר 2024...

        אוקריינע וועט האפענטליך נוצן 2024 אלץ א בריק יאר. באלאנסירן די מיליטערישע מעגליכקייטן, די קאמפס פעהיגקייטן און די פאליטישע אמביציעס מיט פרישע זעלנער און פרישע מיליטערישע און טעכנאלאגישע מיטלען צו שיפטן די אויסשטעל לטובת די אוקריינער און אפילו ארויסגיין אויף אפענסיווע אויף סוף 2024 אדער גאר ענדערש 2025.


        סך הכל איז די אוקריינע קאנטער-אפענסיווע געווען א סוקסעס? אוועראלל איז די קורצע ענטפער ניין.

        1) די ערשטע און וויכטיגסטע פון די דריי עיקר מעסטלעך איז פאַקטיש באפרייען אוקריינע טעריטאריע פון די אקופירער. אריינגערעכנט ביז די ים אויף דרום זייט אוקריינע, טאקמאק און מעליטאפאל. און מיט די האפענונג אויך בערדיאנסק (צו מאריאפאל) און אויך מזרח זייט די איבערבלייבענישן פון באכמוט מיט די שטחים ארום.

        צו זאגן אז די אפענסיווע איז געווען ממש א וויסטע דורכפאל איז בפשטות איבערגעטריבן אבער דאס איז קלאר אז עס האט נישט דערגרייכט די צילן. די מינימאלסטע קלענסטע ציל צו הייסן סוקסעס לויט גענעראל טארנאווסקי וואס איז געווען באויפטראגט אויף די אפענסיווע איז די שטאט טאקמאק. און לויט ווי מען ווייסט היינט איז דאס געווען א ציל צו דעראבערן אדער עכ"פ קלאפן די טויערן פון טאקמאק אין די ערשטע האלב יוני. זיבן חדשים שפעטער און די אוקריינער זענען מיילן ווייט דערפון און אפי' פון די קליינע באפרייטע שטח וואס איז געקומען מיט שווייס און בלוט. טויזנטער קעזשעלטיס, פאלן זיי יעצט גאר צוריק פון זייער פאזיציעס. צו צוליב רוסישע קאנטער אטאקעס צו ווייל ס'איז זיי שווער צו פארטיידיגן אין די חדשים און דארפן דאס אויפגעבן. אויף מזרח האבן זיי צוריק פארלוירן די טעריטאריע העכער באכמוט און געבליבן מיט א קליינע שטיקל אונטער באכמוט. אפגערעדט אז דאס איז נישט גענוג צו באפרייען באכמוט. די אוקריינער האבן באפרייט דורכאויס גאנץ 2023 עטליכע ברעקלעך פון איין פראצענט טעריטאריע.

        אזא מאפע איז שווער אפי' פאר געלונגענע שפינער צו רופן סוקסעס, אבער כ’גלייב אז אזאנע עקזיסטירן. ווען מען וואלט געוויזן די מאפע פאר איינעם יוני 3 אז דאס גייט זיין די רעזולטאטן נאך זעקס חדשים שווערע שלאכטן, טויזנטער טויטע און פארוואונדעטע און ביליאנען אין רעסארסן גלייב איך שווער זיי וואלטן דאס גערופן סוקסעס. די קליינע גריבעלע אין ליכטיג גרין איז ראבאטינע.
        20240102_105400~2.jpg
        20240102_105400~2.jpg (191.77 KiB) געזען 5694 מאל

        אנשטאט דורכפאל לאמיר אבער גיין מיט א לייכטערע אויסדרוק, אז עס האט נישט דערגרייכט די צילן, עס איז לייכטער אויפן געמיט און דרוקט נישט אזויפיל אויפן אויער. סוקסעס? ניין.


        2) די צווייטע נקודה איז געווען "צו צוברעכן און שווער צוקלאפן די רוסישע ארמיי" און דערמאנט דערמיט נאך א נקודה וואס איז גאר וויכטיג. "די רוסן זאלן זיך באטראכטן צוקלאפט". די צוויי מוז נישט בהחלט גיין האנט ביי האנט אבער איז וויכטיג אז ביידע זאל פאסירן.

        די אוקריינער האבן אינפליקטעד א סך שאדנס פאר די רוסן און זייער מיליטער. בעיקר ווען די רוסן זענען געגאנגען אויף אפענסיווע. אויפן דרום פראנט צום ביישפיל, האבן די רוסן געליטן א סך פארלוסטן, אבער די זעלבע איז מיט די אוקריינער. די פארלוסטן זענען געווען מער ווייניגער איינס צו איינס און איך בין בכלל נישט זיכער אז עס איז אין אוקריינע'ס פעיווער איינס צו איינס פארלוסטן ווען די רוסן האבן [לעת עתה] די אויבערהאנט מיט עקוויפמענט און רעסארסן, בעסער געזאגט עס איז נישט. לשבחם יאמרו אז געווענטליך וועט דער וואס גייט אויף אפענסיווע פארלירן עטליכע מאל אזויפיל ווי דער וואס איז אויף דעפענסיווע און דא זענען די אוקריינער געווען מער ווייניגער איינס צו איינס אויף די דרום פראנט. זאלאזשני אין זיין אינטערוויו האט אויכעט עטוואס געצווייפעלט אין די אטרישען טאקטיק אז עס איז נישט זיכער ווערד די פארדינסטן פאר די פארלוסטן, עכ"פ אין אזא מציאות ווי אויף די דרום פראנטן. די אטרישען שטאפלען פון 1 צו 1 האט זיכער נישט געפירט דערצו אז די רוסישע דעפענסיווע ליניעס זאל צופאלן.

        אויף אנדערע פראנטן איז די שאדנס ווארשיינליך געווען גרעסער פראצענטועל, איך האב נישט קיין פונקטליכע ציפערן. איך האב בעיקר געפאוקעסט און וועכנטליך געברענגט די ליסטעס פון די הויפט פראנט אויף דרום זייט, דורכאויס די אלע חדשים. די רוסן ליידן היפש מער פארלוסטן ווי די אוקריינער, טאקע באלד אין אקטאבער האבן די רוסן פארשווענדעט מאסן מענטשן און וואפן אין אוודיווקע וואס צייגט אז זיי זענען נישט צוברעקלט געווארן און זיכער אז זיי באטראכטן זיך נישט אלץ צושמעטערט.

        א גאנצע טרעקל מיט רוסן אפגעענדיגט אויפן אוודיווקע פראנט נאך בעפאר ארויסקומען.
        בילד

        די רוסישע פארלוסטן ביי די אפענסיווע הייסט נישט צושמעטערט די רוסישע ארמיי, און די צווייטע נקודה, אז די רוסן זאלן זיך פילן צושמעטערט איז געוויס נישט געשען. פארקערט פוטין פילט אין די יעצטיגע חדשים אסאך מער קאנפידענט ווי סיי ווען. די שוואכע אוקריינע סוקסעסן, אפגערעדט ביחס צו די ערווארטונגען. די צוטיילטע מערב וועלט/אונגארן. די אומסטאביליטעט אין מיטל מזרח און אינטערנאציאנאל. די רעפאבליקאנער באזע אינערליך אין אמעריקע, און אזוי ווייטער. פוטין באטראכט זיך בכלל נישט אלץ צוקלאפט אז ער זאל דארפן קומען צום פארהאנדלונגס טיש. סוקסעס? טיילווייז.

        3) די דריטע נקודה -וואס הגם די אוקריינער האבן דאס נישט געזאגט אלץ א ציל איז עס אן אבוויעס עלעמענט צו מעסטן די סוקסעס און דאס- איז "קענען אהערשטעלן און דעליווערן א סוקסעס געשיכטע פאר די מערב וועלט וואס זאל זיך מאטריאליזירן אין מער שטיצע און מער רעסארסן צו גיין ווייטער".

        עס איז שווער צו דערציילן א שטארקע סוקסעס געשיכטע דערציילן זיי (נישט ליטעראל. זייער מעשים) א געשיכטע פון א פאלק און אן אמביציעזער ארמיי וואס איז גרייט צו קעמפן עד הסוף פאר יעדע פרייז. דאס בנוסף וואס די "קאוז" צו שטיצן אוקריינע איז אזוי סימפל און פארשטענדליך העלפט אז אוקריינע גייט ווייטער באקומען גרויסע שטיצע פון אמעריקע און די מערב וועלט.

        עס איז קלאר דא טשעלענדזשעס. און דאס נישט דעליווערן קיין ערנסטע געווינסן האט געוויס געהויבן די קעגנערשאפט און שטרויכלונגען פאר מער אוקריינע הילף. די שטימונג פון פאלק זאגט עס. די אייז קאלטע אויפנאמע פאר זעלענסקי אין וואשינגטאן זאגט עס. די טרוקענע מציאות אין קאנגרעס זאגט עס. און אפשטופן הילף טוט אפעקטירן אקטיוויטעטן און ווייטערדיגע פלענער. פארט מיינעך אבער אז אין די ענדע וועלן זיי באקומען מער הילף פון אמעריקע. די ביידן אדמיניסטראציע [און דעמאקראטן] זענען אויסן צוצושטעלן מער און ווייטערדיגע הילף פאר אוקריינע.

        די מערב וועלט זאגט צו שיינע מויצעס איינע נאך די אנדערע. טא, מער הילף, הומאניטערישע, מיליטערישע און טעכנאלאגישע וועט ווארשיינליך קומען פאר אוקריינע און דאס איז א געווינס. די אוקריינער האבן עס דורכגעמאכט און דורכגעשוויצט פאר ווייטערדיגע הילף (עס וואלט געווען מער סוקסעספול און מער געלטער ווען זיי האבן ווען אן עכטע סוקסעס געשיכטע צו דעליווערן). סוקסעס? האלב. אדער מער פון האלב.

        תמצית:
        1) פארדינען טעריטאריע: דורכפאל
        2) צוברעקלן די רוסן: טיילווייז. 2-1/2) רוסן זאלן זיך זען אלץ פארלירער: דורכפאל.
        3) מער מערב וועלט שטיצע: היפש סוקסעספול.



        ארויסשטעלן צילן און עס נישט דערגרייכן אין סימפל דעפיניציע איז דורכפאל, אבער פארט איז דא סוקסעסן וואס די אוקריינער האבן פארדינט. די אוקריינער האבן געשאפן א ברידזשהעד פון עטליכע הונדערט זעלנער אריבער די דניעפער טייך אין כערסאן, הגם עס איז שווער צו וויסן גענוי וויאזוי דאס גייט זיך אויסקאכן איז עס א שטיקל געווינס.

        אונזער פראפעסיאנאלע באריכטער @נארמאליזעם שמועסט אויך אויס א צאל סוקסעסן אין זיין געלונגענע אנאליז.

        די אוקריינער האבן געהאט א זיג איבער די שווארצע ים פלאטע. דאס איז גראדע נישט פארבינדן מיט די אוקריינער אפענסיווע. עכ"פ זיכער נישט דירעקט. די אוקריינע אטאקע קאמפיין אינעם שווארצע ים איז א לאנג אנגייענדע קאמפיין אנגעהויבן ביי סנעיק-אייילענד און ווייטער. פאר דעם דארף מען נישט קיין ערד אפענסיווע מיט טויזנטער טויטע און ביליאנען אין רעסארסן.
        20240101_192549.jpg
        20240101_192549.jpg (232.52 KiB) געזען 5694 מאל
        אפילו די שווארצע ים שלאכטן איז נישט ממש טייל פון די אוקריינע אפענסיווע, (אוקריינע האט געזען סוקסעסן אין די שווארצע ים מערכה בעפאר די אפענסיווע און אזוי אויך בשעת די ערד אפענסיווע אין די צייט אפשניט פון די לעצטע האלבע יאר) איז עס אבער נישט קיין קלייניקייט. עס איז א ביג דיעל. די קליינע אוקריינע מיט איר שוואכע נעיווי האט פאריאגט די רוסן וועלכע זענען געלאפן ווי די האזלעך נאנטער קיין רוסלאנד. די אוקריינער האבן אנגעהויבן ארויספירן א צאל שיפן מיט תבואה טראץ רוסלאנד'ס קעגנערשאפט. דאס איז א גרויסע געשעפט.

        די אוקריינער האבן אויך אנגעזייט אסאך שאדנס פאר די רוסן איבער די פראנט. די אוקריינער האבן אויך געליטן א סך פארלוסטן אבער טאמער די מערב וועלט איז ערנסט קענען זיי דעקן די דעפיציט גרינגער ווי רוסלאנד קען דעקן זייערע אייגענע פארלוסטן. די אויסגעאקערטע ערד האט מעגליך בעסער געמאכט די באדנס פאר שפעטערדיגע אוקריינע אקציעס. ביי אויסגעאקערט מיינעך נישט נאר ליטעראל פון רוסישע מינעס, נאר אויך בכלליות, די אוקריינער האבן גענומען און באפעסטיגט זייערע פאזיציעס און אזוי ווייטער.
        אוועטאר
        נקדימון
        ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
        תגובות: 16882
        זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

        Re: די אוקריינער 2023 קאנטער-אפענסיווע - אפהאנדלונג דורך נקדימון

        • ציטיר
        • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

        תגובה דורך נקדימון »

        די פלענער אויף ווייטער


        די מוט יעצט נאך די דורכגעפאלענע אפענסיווע איז גאנץ אראפגעקלאפט און פעסעמיזים ווינטן בלאזן אין די לופטן. וואו נישט וואו די אויפגעבלאזענע ערווארטונגן אז די אפענסיווע גייט זיין מאכטפול און דעצעדירנד האט שווער צוריק געקלאפט אין פנים. די קריג איז א ראולער-קאוסטער מיט אפס-ענד-דאונס און אנשטאט ווערן צו אפטימיסטיש אדער פעסעמיסטיש דארף מען אויסווארטן געדולדיג אז די רייד זאל זיך ענדיגן. דורכאויס די לעצטע צוויי יאר איז געווען אן א שיעור מאל וואס מען האט געמיינט אז דאס איז עס, געים אווער, אבער עס איז אדורך אביסל צייט און מען האט געזען אז זאכן פארן ווײטער.

        אין די וואכן בעפאר די קריג איז געווען אנגענומען אז די רוסן מיט קוואליטעט און קוואנטיטעט וועלן צומאלן די אוקריינער ווידערשטאנד, די זאך איז פארטיג פאר אוקריינע. דאס האט אבער נישט פאסירט. דערנאך האט אויסגעקוקט ווי די רוסן גייען צופאלן, די אומקאפאטענטע רוסן זענען פארטריבן געווארן פון קיעוו מיט ביזי בזיונות. אבער אביסל שפעטער האט אויסגעקוקט אז אוקעי, די רוסן זענען פאצעריש און קלאָמזי אבער זיי ריקן זיך און דאס איז וויאזוי עס גייט צוגיין. די רוסן האבן אנגעהויבן נעמען טעריטאריע אין דאנבאס, לוסיטשאנסק און סעווערדאנצעק. דערנאך איז געקומען א מאכטפולע אוקריינער סופרייז כארקאוו, די אוקריינער זענען צוריק דא, די רוסן זענען געלאפן ווי האזלעך. פארצווייפעלטערהייט האבן די רוסן אריינגעטריבן עטליכע הונדערט טויזנט חברה מיט די סאמע מינדעסטע טרענירונג, ביטערע טראפ ליבהאבער און אלטע זעצערס, דאס איז עס, די רוסן זענען פארטיג. דערנאך נאך לאנגע קאמפן האבן די אוקריינער דערלייגט באכמוט, די רוסן זענען צוריק דא. דערנאך איז געקומען פריגאזינס ווידערשטאנד און מארש קיין מאסקווא... דאס איז עס, פוטין איז פארטיג. עס איז א פראגע פון שעות ביז טעג ביז מאסקווע ברעקלט צוזאם. עס איז דורך עטליכע טעג און אלעס איז צוריק, די זעלנער קעמפן ווייטער און פריגאזינס פליגער גייט קאמיקאזי מיטנעמענדיג יעדעם. דערנאך קומט די מעכטיגע קאנטער אפענסיווע וואס גייט צוברעקלן די רוסן, די אפגעשליסענע מאביליזירטע זעלנער וועלן לויפן אויף אלע פיר ווען זיי זען א לעפערד טאנק. עס איז דורך זעקס חדשים און די פעסעמיזים וואקסט אז אוקריינע האט נישט קיין שאנסן און די מצב איז דערנאך.

        בילד

        גיי ווייס צו אין זעקס חדשים ארום וועט מען צוריק קוקען אין לאכן פון די יעצטיגע פעסעמיזים, צו רוסלאנד אדער פוטין וועט ליידן אן ערענסטע נידערלאגע אויף א צווייטע פראנט. אזוי גייט עס, די ראולער-קאוסטער פארט ארויף און אראפ. ווען עס פליט ארויף מיינט נישט אז מען קומט אן אין די הימלען און ווען עס פליט אראפ מיינט נישט מען ענדיגט אין תהום. ס'נישט געאייגנט צו הייבן אפטימיזים און פעסעמיזים אויף עקסטרעמע שטאפלען פון יעדע פאזע אין די קריג. אוקריינע'ס זיג איז נישט אין פיפצן מינוט ארום און אוקריינע'ס דורכפאל איז נישט ביי די קארנער, און די זעלבע איז אויף די רוסישע זייט. אזוי ווי מען טאר נישט ברייט איבערשאצן רוסלאנד טאר מען זיי נישט ברייט אונטערשאצן.

        דאס אז די 2023 קאנטער אפענסיווע איז נישט געווען סוקסעפול, צי באדייט דאס אינעם ברייטערן בילד אז אוקריינע קען נישט געוואונען? אבסאלוט ניין. עס זענען דא גרויסע שאנסן פאר אוקריינע צו מצליח זיין. עס איז דא זאכן וואס דארפן פארבעסערט ווערן; אין איר סטראטעגיע, אירע מיליטערישע מעגליכקייטן און קאמפס פעהיגקייטן בכדי איר צו פארוואנדלען אין א געלונגענע און אפעקטיווע ארמיי.

        2023 האט זיך די פראנט כמעט נישט געריקט. אויפן יאר האבן די אוקריינער באפרייט 12 דערפלעך און שטעטלעך אין א שטח פון 395 סקווער קילאמעטער. די דערפלעך/שטעטלעך רעכענט אריין ראבאטינע, פיאטיכאטקי, ריוונאפאל, נעסקוטשנע, בלאהאדאטנע, קליסטשיווקע, אנדריווקע, נאוואדאריווקע, סטאראמאיארסקע, סטאריזשאווע און מאקאראווקע. אלעס מער ווייניגער בשעת די אפענסיווע.

        די רוסן זענען נישט אנגעקומען סך בעסער. 27 דערפלעך, שטעטלעך און שטעט. אקופירנדיג פרישע 683 סקווער קילאמעטער (דאס הייסט 300 רווח איבער אוקריינע'ס פארדינסטן). דאס רעכנט אריין וועסעלע, יאגודנאוי, בערכיווקע, כראמאווע, דאבאווע-וועסיליווקע, קראסנא גארא און נאך א צאל. אזוי אויך די שטעט סאלעדאר, באכמוט אין מארינקע.

        וואס איז צו ערווארטן אין 2024? קיין נביא בינעך נישט און איך האב קיין גרינע איינונג וואס עס גייט פאסירן אבער שפעקולירן קען מען. 2023 איז געווען אן אויסמאטערנדע יאר פאר די אוקריינער ארמיי, יעדער וואס באזוכט דעם פראנט וועט מעיד זיין אז די אוקריינער קעמפער זענען נישט צום דערקענען פון זיבן חדשים צוריק. זיי זענען שטארק ערשעפט און אויסגעמיטשעט אבער צו די זעלבע צייט שטייען זיי מיט א פארביסענע שטייפקייט און שטארקע ווילן צו קעמפן קעגן די רוסן.

        בילד





        עס איז ראטזאם אז 2024 זאל זיין א בריק פאר 2025 ווי איידער נאך א יאר פון ברייטע אוקריינער אפענסיוועס אזוי ווי די פארגאנגענע 2023. אוקריינע דארף זיך אריבערריקן אויף דעפענסיווע און די מערב וועלט דארף צייגן אז זיי זענען ערענסט. ערענסט מיטן העלפן אוקריינע געוואונען, נישט בלויז איבערלעבן. אוקריינע דארף אויסניצן דאס יאר צו מאביליזירן פרישע זעלנער, דורכפירן ראטאציעס אין די יעצטיגע בריגאדעס, לענגערע און בעסערע טרענירונג פאר די יעצטיגער בריגאדעס און אפשר אויך שאפן און אהער שטעלן פרישע בריגאדעס. דאס איז די ציל פאר 2024.

        איך ערווארט נישט קיין גרויסע באוועגונגען פון די אוקריינער דורכאויס די ווינטער חדשים. אפי' נאכדעם בינעך נישט זיכער אז די אוקריינער וועלן פרובירן עפעס גרויס. צו איך וועל זיין שאקירט אז די אוקריינער האבן דורכגעפירט אן אפענסיווע אין 2024? ניין. אבער עס איז מער לייקלי אז נישט ווי יא. עכ"פ די קומענדיגע האלבע יאר+. אפי' אוקריינע גייט אויף דעפענסיווע קענען זיי נאכאלץ אנזייען א סך שאדנס. מיט דראונס און אנדערע מיטלען. אטאקירן די קרים האלב אינזל מיט דראונס און מיסילס נאכאנאנד. אטאקירן רוסישע אינפראסטרוקטור מנה אחת אפים פאר יעדע רוסישער מיסיל אטאקע.

        אוקריינע גרייט זיך יעצט צו מאביליזירן ביז א האלב מיליאן בירגער, דאס איז א ריזן ציפער און עס איז דערווייל נישט קלאר וויאזוי דאס וועט צוגיין, בליץ שנעל אדער מער מסתבר א לענגערע פראצעדור פשוט אז עס זאל זיין מעגליך פאר די ארמיי דאס צו באהאנדלען און געבן געהעריגע טרענירונג אן צו אינטערברעכן.

        רוב אוקריינער וואס האלטן ביים גיין קעמפן זענען שוין אנגעשלאסן אין די ארמיי. קאנטראקטן פאר באצאלט און אנדערע גיטע ציקערלעך וועט נישט ברענגן צופיל נייע זעלנער, אוקריינע האט נישט קיין ברירה נאר צו אריינצווינגען די חברה אין די ארמיי אריין.

        איינע פון די סיבות פארוואס פרישע זעלנער איז קריטיש וויכטיג איז צוליב ראטאציעס צווישן די זעלנער וואס קעמפן אויפן פראנט. זעלנער וואס קעמפן אויפן פראנט מוזן קענען גיין אויף אורלויב נאך א שטיק צייט. די בריגאדעס דארפן זיך קענען פריש אויסשטאפירן, סיי פון מענטשליכע פארלוסטן און סיי עקוויפמענט. א באטאליאן ווי פערציג פראצענט פעלט שוין אדער זענען פארוואונדעט איז נישט קאמפס פעהיג. די זעלנער דארפן באקומען א ברעיק פון עטליכע חדשים בכדי זיך צו קענען אפרוהען, אויסטשוכען און זאמלען פרישע כוחות. עס זענען פארהאן אוקריינער בריגאדעס אין וועלכע די זעלנער האבן זיך נישט געכאפט דאס אטעם שוין איבער א יאר. געוויס איז דא [דארף זיין] אין יעדע בריגאדע ראטאציעס אויף א לאקאלער שטאפל ווי דער קאמאנדיר טוישט ארום, מיטן ברענגן א גרופע פון הינטן און ריקן די גרופע פון די פראנט ליניעס א מייל אוועק פון די פראנט ליניעס פאר עטליכע טעג אדער געציילטע וואכן. דאס העלפט ארויס אבער איז נישט גענוג און אפי' דאס ווענדט זיך אין די מסודר’דיגקייט און גוטסקייט פון די קאמאנדירן. נישט אלע בריגאדעס זענען אייניג און דאס פאסירט נישט אין יעדע בריגאדע.
        20231002_122455.jpg
        20231002_122455.jpg (178.98 KiB) געזען 5694 מאל
        מאביליזירן אזא ריזן ציפער אין די ארמיי איז נישט איבריג פאפולער און קיינער זוכט נישט צו נעמען די פולע פאראנטווארטליכקייט דערויף. מען קען זען ווי גענעראל זאלאזשני, פרעזידענט זעלענסקי און קריגס מיניסטער אומעראוו ריקן די אחריות אויף דער דאזיגער באשלוס אהין און אהער. פרעזידענט זעלענסקי האט געזאגט אז ער דארף געהעריגע פלענער וויאזוי אזא מאביליזאציע וועט צוגיין בעפארן באשטעטיגן אזאנס. גענעראל זאלאזשני האט קלארגעשטעלט אז נישט ער איז דער וואס האט פארלאנגט די ציפער פון א האלבע מיליאן זעלנער וואס זעלענסקי האט ארויסגעשטעלט. זאלאזשני זאגט אויך אז ער איז נישט גרייט גלייך צו ארויסלאזן טויזנטער אוקריינער זעלנער אויף אורלויב, נאר עס פארלאנגט זיך פון די קאמאנדירן צו בעסער אינפארסירן און נישט פארנאכלעסיגן די ראטאציעס אויף א לאקאלער שטאפל צווישן די אייגענע גרופעס, עס איז טאקע נישט די מערסט געאייגנט אבער דאס איז דאס בעסטע וואס מען קען טון אין די יעצטיגער מצב טענה'ט זאלאזשני.

        די עיקר זעלנער וועמען די אוקריינער האבן מאביליזירט ביז יעצט זענען עלטערע רעזערוויסטן, פערציג פיפציג יעריגע חברה. די ווארשיינליכע סיבה פארוואס אוקריינע האט זיך אפגעהאלטן פון מאביליזירן אינגע חברה איז וויבאלד די אינגע חברה זענען די ארבעטס קראפט פון אוקריינע, זיי זענען די עתיד און יסוד פון די אוקריינער עקענאמיע נאך די קריג אויף וועמען אוקריינע פארלאזט זיך. אבער מיט די יעצטיגער מאביליזאציע גייען די אוקריינער אויך צילן אינגערע אוקריינער. פינעוו אין פערציג יעריגע זעלנער קענען טון א סך פונקציעס און אפי' פארטיידיגן פאזיציעס, אבער גיין אויף אפענסיווע נאכדערצו אין די ראלע פון אינפאנטריע זעלנער וואס דארפן זיך דראפען און קריכן בפישוט ידים ורגליים צו שטורמען די שונא'ס פאזיציעס אונטער פיינטליך פייער איז שוין א צווייטע מעשה. דאס ארבעט נישט אזוי אפעקטיוו, פאר דעם פעלט אויס אינגערע חברה.

        די אוקריינער דארפן גיין אויף דעפענסיווע, אפגעזען ווי שטארק די אוקריינער פאליטישע מאשין וויל נישט דארפן אפשטעלן זיך צו ריקן פאראויס און זיך טוישן אויף דעפענסיווע איז עס אבער די קאלטע מציאות. און עס קען זיין אז 2024 וועט זיין א שווערע יאר פאר אוקריינע, צו מיט פארלירן נאך טעריטאריע פאר רוסלאנד צו מיט די מספרים פון ארטילעריע וואס די מערב וועלט קען סופלייען.

        אוקריינע דארף אויפבויען דעפענסיווע ליניעס און אנהאלטן די יעצטיגער פראנט ליניעס און זיכער מאכן אז די רוסן צאלן א געשוואלענע פרייז פאר יעדע מעטער אקופירטע שטח. דורכן גיין אויף דעפענסיווע באפרייט עס אסאך אוקריינער זעלנער, זינט מען דארף נישט אזא גרויסע קראפט, זיי וועלן קענען זיך בעסער טרענירן און אויסשטאפירן געהעריג. בויען ריזיגע דעפענסיווע ליניעס קען אפשר געבן אן איינדרוק כאילו מען גרייט זיך אויף פרישע שטח פארלוסטן אנשטאט צוריק באפרייען די אקופירטע טעריטאריעס, עס איז אבער וואס דארף געשען.

        בעסערע דעפענסיווע ליניעס איז קריטיש וויכטיג, און דאס איז עפעס וואס די אוקריינער האבן פארזען ביז יעצט. אויף די רוסישע זייט אנהייב 2023 בשעת די רוסן זענען געווען אויף אפענסיווע ארום באכמוט האט גענעראל סאראווייקין אויסגעניצט די צייט אויף דרום זייט ווי עס איז געווען שטילערע אקטיוויטעטן, צו אהער שטעלן גאנצע נעצן פון שוץ ליניעס, א גאנצע דעפענס-אין-דעפּט ארכיטעקטור. די אוקריינער פון זייער זייט האבן דאס נישט געטון. אויף אסאך פלעצער אויפן שלאכטפעלד, נישט נאר וואס עס איז נישט דא קיין דעפענסיווע ליניעס 15 קילאמעטער הונטערוויילאכץ, נאר אפי' א צווייטע ליניע גלייך נאך די זערא-ליניע (די פראנט) איז אויך נישט דא. יעדער בריגאדע האט טאקע ארכיטעקט באטאליאנען דערפאר, אבער נישט אלעס וואס עס איז דא אויפן פאפיר עקזיסטירט טאקע אין מציאות. לעצטנס האט גענעראל זאלאזשני און פרעזידענט זעלענסקי פארארדענט דאס מיליטער צו זיך נעמען צו די ארבעט.
        ezgif-2-5a00d7b184 (1) (1) (1).png
        ezgif-2-5a00d7b184 (1) (1) (1).png (275.61 KiB) געזען 5694 מאל
        בעסערע פאזיציעס און פאסיגע דעפענסיווע ליניעס איז נישט בלויז בעסער בכדי צו אפהאלטן די פיינט פון דורכברעכן, עס איז פשוט הימל אין ערד פאר די זעלנער פון פארמאגן גיטע דעפענסיווע ליניעס צו נישט. מיט גוטע פאזיציעס קענסטו זיך האלבוועגס באשיצן פון ארטילעריע, שראפנעל, קעלט און רעגן. בעסערע פאזיציעס ערמעגליכט בעסערע מעגליכקייטן פאר טראנספארטאציע און עוועקואציעס. שוואכע און אנטבלויזטע דעפענסיווע ליניעס איז א גיהנום פאר די זעלנער. עס איז נישט דא קיין שום סיבה פארוואס רוסלאנד זאל האבן אהערגעשטעלט פעסטע דעפענסיווע ליניעס און אוקריינע נישט. סאראווייקינס ליניעס האבן געטון די ארבעט וואס זיי האבן געדארפט דורכאויס די אוקריינער אפענסיווע. ווי עס הייסט יעצט וועלן די ערשטע ליניעס געבויט ווערן דורך די ארמיי און די צווייטע ליניעס דורך פריוואטע קאנטראקטערס.

        נאך עפעס וואס דארף געשען אין 2024, די מערב וועלט דארף קלארשטעלן אז זיי זענען דא אז אוקריינע זאל געוואונען, נישט סארווייווען, די צוויי באגריפן זענען גאנץ ווייט איינע פון די אנדערע. פאר דערווייל קוקט עס אויס אז מען איז געגאנגן מיט די סורווייוון אפראוטש. מען דארף צושטעלן פאר אוקריינע מער עדווענסט און מאכטפולערע וואפנס, אזוי אויך איז קלאר אז מען דארף לאנג טערמיניגע פלענער. אמעריקע האט זיך יא געכאפט אביסל פריער, אבער אויך היפש שפעט אריין. ווייטער די אייראפע’ער שלאפן נאך. 2024 דארף זיין פולע קאנטראקטן פאר עקענאמישע און מיליטערישע הילף פאר אוקריינע. זאכן נעמען צייט און גארנישט איז נישט גרייט צוויי חדשים שפעטער. מען דארף אינוועסטירן מיט א וויזיע אויף שפעטער. כאטש אויף 2025 זאלן וואפן זיין קאנסיסטענט און מיט א ברייטקייט. צושטעלן און פלאנירן וויאזוי אוקריינע וועט איבערלעבן די קומענדיגע דריי חדשים איז נישט קיין מהלך.

        איינע פון די וויכטיגסטע וואפן די לעצטע צוויי יאר אויפן פראנט איז ארטילעריע עמוניציע, דאס וועט באשטעטיגן יעדער איינער וואס האט נאר באזוכט אויף די פראנט ליניעס. ארטילעריע רונדעס איז די פון די סאמע וויכטיגסטע וואפן וואס יעדער זעלנער אדער קאמאנדיר בעט, דאס איז לעת עתה א מציאות און דאס גייט ווייטער דינען אן אינטעגראלער טייל אויפן פראנט, זיכער פאר די קומענדיגע קורצע/מיטעלע טערמין. אוקריינע בעפאר די אפענסיווע האט געהאט די עדווענטידזש מיט ארטילעריע. א זעלנער פון איינע פון די אוקריינער פרישע בריגאדעס זאגט אז אין די וואכן בעפאר די אפענסיווע האבן זיי פאר יעדע צוואנציג ארטילעריע רונדעס געשאסן ביי די ראבאטינע פראנט, צוריק געכאפט איינס פון די רוסן. דאס איז זיכער נישט געווען די עוורעדזש אויפן פראנט אבער עס האט נישט געפעלט קיין ארטילעריע פאר די אוקריינער. יעצט ליידן זיי פון א מאנגל אין ארטילעריע און עס איז שווער צו גיין אויף אפענסיווע אן ארטילעריע פייער.

        אמעריקע האט זיך אויפגעוועקט פאריאר און ארויפגעשארצט די ארבעל, טאקע אביסל שפעט אבער פארט פריער ווי די אייראפעישע לענדער. אייראפע וועלכע האט צוגעזאגט צו אהערשטעלן א קארגע מיליאן ארטילעריע רונדעס פאר אוקריינע דורכאויס די יאר האט ניטאמאל געקענט דערגרייכן זיבעציג פראצענט פון וואס זי האט צוגעזאגט, און רוב איז געקומען אויפן אייגענעם חשבון פון אויסליידיגן זייער אייגענע ארסענאלן בכדי צו קענען פארפילן איר צוזאג דאס מערסטע מעגליך.

        די אוקריינער אויף דעפענסיווע קענען - צו א געוויסע עקסטענד - אויפטוישן ארטילעריע רונדעס מיט ביליגע קאמיקאזי דראונס וואס אטאקירן דער פיינט אויב ער טראכט נאר אפי' פון אנגרייפן.

        די שפאט ביליגע קוואדקאפטער קאמיקאזי און שפיאנאזש דראונס דאמינירן די פראנט ליניעס און עס גייט נאר ווערן שטארקער און מער פארגעשריטן. די מערב וועלט ארמייען באגרייפן באמת נאכנישט ווי שטארק די ביליגע דראונס שפילן א ראלע אויפן שלאכטפעלד. צו אלעם ערשט זענען די פראנט ליניעס געווארן טיפער מיט עטליכע קילאמעטער צווישן די אוקריינער און די רוסן. ביידע זייטן האבן זיך געדארפט צוריק ריקן אויס מורא פון די דראונס. ביידע זייטן אבזערווירן די פראנט ליניעס 24/7. דאס מאכט גאר שווער צו דורכפירן ברייטע מעכאניזירטע אנגריפן. צו ברייטע אנגריפן איז א זאך פון די פארגאנגענהייט? ניין. אבער עס איז א סך מער קאמפליצירט. די מינוט די רוסן האבן זיך ארויסגעלאזט אין ריכטונג פון אוודיווקע האבן די אוקריינער אנגעהויבן האמערן. די זעלבע ווען די אוקריינער האבן אנגעהויבן זייער אפענסיווע אויף ראבאטינע. די דראונס הויערן העכער די קעפ 24 שעה א מעת לעת.

        די אוקריינער האבן געהאט אן אויבערהאנט מיט דראונס אנהייב יאר אבער די רוסן זענען זיי באלד איבערגעשטיגן. די פראדוקציע ביי די רוסן איז ארויף און זיי האבן 5+ דראונס צו יעדע אוקריינער דראון. אוקריינע האט א פלאן צו אהערשטעלן א גאנצע מיליאן דראונס אין 2024. זיי דארפן טרענירונג פאר טויזנטער פילאטן. די אמעריקאנער האבן דאס נישט צוגעשטעלט. די אוקריינער האבן זיך געדארפט אליינס מיטברענגן זייער דראונס ביי די נאט"א טרענירונגען דורכאויס 2023. די אמעריקאנער אינסטראקטורן האבן נישט געוויסט וויאזוי מען עסט אזא פרוכט...

        אוקריינע דארף באקומען גיטע טרענירונג דערויף, און וויאזוי צו אינטעגרעיטען די דראונס מיט די זעלנער אויפן פראנט זאלן ארבעטן אינאיינעם. בעסערע עלעקטראנישע ווארפעיר מיטלען צו באשיצן זייער דראונס און פון די אנדערע זייט קענען סוקסעספול אראפברענגן פיינטליכע דראונס.


        דאס נישט קענען צושטעלן וואפנס, ספעציפיש ארטילעריע רונדעס איז א פראבלעם, אייגענטליך צוויי פראבלעמען; איינס, די מערב וועלט דארף איינערקענען אז די קריג קען זייער מעגליך זיך פארשלעפן פאר יארן לאנג. מען קען נישט צושטעלן און פלאנירן אויף קורצע טערמינען ווי פאר די קומענדיגע פיר חדשים צו א האלבע יאר. מען דארף דא אויסשטעלן די פלענער און די קאפאציטעט פאר יארן לאנג אנשטאט פאר חדשים. די צווייטע נקודה איז קאנסיסטענסי, די מערב דארף צושטעלן א שטענדיגע קאנסיסטענט פלוס פון הילף און וואפנס פאר אוקריינע אויב וויל זי זעהן אוקריינע סוקסעספול. אוקריינא באקומט ווייטער הילף פון אסאך לענדער אבער עס איז זייער נישט קאנסיסטענט, בעפאר די אפענסיווע האט אוקריינע יא געוויסט בערך וואס און וויפיל זיי גייען באקומען פון וואס. קאנסיסטענט הילף ערלויבט קאמאנדירן צו מאכן באשלוסן און פלענער וואס און וויפיל צו טון, אבער אויב זענען די וואפנס און די קוואנטיטעטן נישט קאנסיסטענט איז עס זייער שווער זיך צו פארלאזן דערויף און מען קען גארנישט פלאנירן נישט וויסענדיג צו מען גייט באקומען גענוג פון די וואפנס און גענוג אין צייט בעפאר אן אקציע.

        ס”ה דריי נקודות:
        • די אוקריינער אליאירטע דארפן שיפטן פון "העלפן אוקריינע איבערלעבן" צו די אפראוטש פון "העלפן אוקריינע געווינען".
        • מען דארפן איינערקענען אז עס איז א פארצויגענע קריג מיט פלענער פאר די לאנגע טערמין.
        • און די פלוס פון מיליטערישע הילף דארף זיין קאנסיסטענט.
        20230325_221317.jpg
        20230325_221317.jpg (103.72 KiB) געזען 5694 מאל
        אויף די רוסישע זייט
        וואס הערט זיך ביי די רוסן? די רוסן פון די אנדערע זייט שלאפן אויך נישט. די רוסן זענען צוריק אויף אפענסיווע אין עטליכע ערטער און וועלן מעגליך פארזעצן אין די ווינטער חדשים, אפשר מער פאזישינעל געשלעגן, ווייל פארוואס נישט? רוסלאנד וועט מסתמא אויך פארזעצן מיט א ווינטער באמבאדירונג קאמפיין, הגם עס מוז נישט זיין אזוי ביטער ווי פאריאר. די רוסן האבן אפשר גענוג מיסילס אוועק געלייגט אבער די אוקריינער האבן אריינגעלייגט א סך כוחות אין איר לופט דעפענס. רוסלאנד בכלליות האט לעת עתה אן אויבערהאנט ווען עס קומט צו רעסארסן, וואפן, און זעלנער, אבער נישט קיין דראמאטישע אויבערהאנט, עפעס וואס זאל זיך מאטריאליזירן אויפן שלאכטפעלד.

        די רוסישע קריגס מאשין האט פעסט געהויבן איר פראדוקציע פון א צאל וואפנס פאר די ארמיי, לויט די רוסישע קריגס מיניסטעריום האט זיך פראדוקציע געדאפלט פילפאכיג. געוויס זענען די רוסישע ריזיגע מספרים וואס זיי שטעלן ארויס נישט אינגאנצן אקוראט אבער זיי האבן קלאר געהויבן פראדוקציע און דאס איז שוין טראץ די אינטערנאציאנאלע סאנקציעס. נישט אלע וואפן וואס רוסלאנד שטעלט פאר איז טאקע פריש פראדוצירט, אסאך קומען פון די פארשטויבטע ארסענאלן וואו זיי ווערן איבערגעמאכט און מאדיפיצירט. סאטעליט בילדער ווייזן ווי גאנצע ארסענאלן מיט אלטע וואפן ווערן אויסגעליידיגט אדער צונימען בכדי צו נעמען די פונקציאנירנדע טיילן און זיי צוזאמשטעלן מיט אנדערע וואפן.

        די ברייטע סאנקציעס אימפאזירט דורך די מערב וועלט וועט ווארשיינליך ארויסהעלפן אינעם גרעסערן בילד אבער אין די קורצע טערמין זעט זיך נישט אויס אז דאס זאל דראסטיש אפהאלטן די רוסן פון צו קענען פראדוצירן פרישע וואפנס, זיכער נישט לגבי די ווייניג פארגעשריטענערע וואפנס. רוסלאנד פרובירט זיך צו אדאפטירן צו די סאנקציעס און לעת עתה מענידזשד רוסלאנד זאגאר צו אימפארטירן מער טשיפס פון אויסלאנד ווי בעפאר די אינוואזיע.

        רוסלאנד האט זיך אויך איר אייגענע פראבלעמען; צום אלעם ערשט אז גענעראל געראסימאוו זיצט ביים רודער, געראסימאוו איז אויסן צו העלפן די אוקריינער געווינען... דערנאך האבן די רוסן א פראבלעם לגבי אירע זעלנער, קוואליטעט און קוואנטיטעט. ריכטיג, די רוסן האבן דורכגעפירט א טיילווייזע בליץ שנעלער מאביליזאציע סוף 2022 נאך די אוקריינער כארקאוו אפענסיווע און עס האט געטון וואס עס האט געדארפט, עס האט אפגעשטעלט און פארשטייטערט די אוקריינער גאלאפ און פארשטאפט די לעכער. יענע זעלנער, די וואס לעבן נאך שטייצעך... זענען שוין איבער א יאר אויפן פראנט און פוטין דארף זעלנער זיי צו ראטעיטן, אדערווייל זיצן זיי נאך אויפן פראנט.

        איינע פון די שטארקע פראבלעמען מיט געראסימאוו איז אז ער שלעפט די צינגל היבש צו שנעל. מעגליך אז דו פארמאגסט טאקע צו דיין דיספאזיציע די צוויי הונדערט טרעקלעך צו ארויפגיין אויפן שייטער הויפן און די רעסארסן צו ווארפן אין מיסט, אבער ווי מייקל קויפמאן זאגט: עקוויפמענט איז וויכטיג, אבער איז נישט אלעס, קראפט קוואליטעט מאכט אויס" און עס מאכט אויס אסאך.

        דו קענסט אפילו האבן די עקוויפמענט אבער אויב זענען די זעלנער נישט גענוג אהער געשטעלט אדער זיי זענען צי אויסגעברענט וועסטו בשוא”א נישט קענען זעהן פון זיי גינסטיגע רעזולטאטן. געראסימאוו קוקט אבער נישט אויף דעם, איך האב פיר הונדערט געפאנצערטע טרעקלעך? הונדערט ארטילעריע קאנאנען מיט פיפצן טויזנט (פארמאטערטע) זעלנער? געגאנגען... היידא, יעדער צום טויט מארש קיין אוודיווקע...

        רוסלאנד האט שוין ארויסגעגעבן די קוואטעס פאר אלע אבלעסטן איבער רוסלאנד וויפיל זעלנער זיי דארפן רעקרוטירן מיט קאנטראקטן פאר די רוסישע ארמיי, לויט ווי עס קוקט אויס רעדט מען פון נאך פיר הונדערט טויזנט קאנטראקט זעלנער, די זעלבע ציפער ווי 2023. אויב אבער אז אין 2023 האבן זיי עס נישט דערגרייכט, טראצדעם וואס זיי פארקויפן אז יא, וועט עס די יאר 2024 זיין נאך שווערער. די זאפאס פון רוסישע פאטריאטן וועלכע זוכן זיך צו אנשליסן אין די ארמיי, און די וועלכע זעהען עס פאר א זכיה צו דינען אינעם צאר'ס ארמיי, ווערט וואס אמאל קלענער, דוקא נישט גרעסער.

        די רוסן האבן פאריגע וואך צום ערשטע מאל פאבליצירט וויפיל קאנטראקט זעלנער זיי פארמאגן אין די ארמיי, א געשאצטע 640 טויזנט זעלנער. א מעגליכע סיבה פארוואס רוסלאנד האט מפרסם געווען די ציפער איז וויבאלד זיי ווילן אהער שטעלן אן אילוזיע פאר רוסן אינעם לאנד אז עס איז דא געניג זעלנער און מען דארף זיך נישט פארכטן פאר נאך א כוואליע מאביליזאציעס. די פראגע איז אבער צו עס גייט טאקע אזוי זיין און מען וועט דארפן זען קומענדיג אפריל. אין רוסלאנד גייט פארקומען וואלן אין קומענדיגע מערץ, אין וועלכע פוטין איז ערווארטעט צו גרינג געוואונען ווידערוויילונג, ער האט שוין באשטעלט זיינע אפאנענטן וועלכע זאלן לויפן אין די אנדערע פארטייען... אלעס איז שוין גרייט. די פראגע איז נאר צו נאך די וואלן וועט פוטין צוביסלעך איינציען דעם שטריק און דאן פארארדענען א פרישע כוואליע מאביליזאציעס, עס וועט זיך געוויס אויך ווענדן אין וויפיל קאנטראקט זעלנער און וואלונטירן זיי קענען שאפן פון גוטע ווילן. די פראגע איז אויכעט צו וועט געראסימאוו ערלויבן די רוסישע ארמיי צו צוריק אויפבויען אירע קאמפס פעהיגקייטן און מיליטערישע מעגליכקייטן פאר 2025 אדער ער וועט ווייטער א גאנצע צייט שלעפן די צינגל בעפאר די רוסן זענען עכט גרייט.

        פוטין פון זיין זייט פרובירט צו האלטן סטאביליטעט אין רוסלאנד און האלטן דאס פאלק רואיג, סיי די עליטע וועלכע האלטן זייערע סטאקס אין די מיליטערישע פאבריקן און דורך פעטע מיליטערישע קאנטראקטן באקומען זיי זייער חלק, און סיי די פילע מערב וועלט קאנפיסקירטע נכסים און פאבריקן וואס קומען אן צו די עליטיסטישע געזעלשאפט אין רוסלאנד, דאס האלט זיי רואיג. אזוי אויך טיילט פוטין ציקערלעך דא און דארט פאר די פאמיליעס פון די מאביליזירטע זעלנער, אלעס זיי צו האלטן רואיג. עס האט זיך שוין יא געבויט אביסל היץ אויף די מלחמה סיטואציע ווי א פרויען פראטעסט, דורך פרויען פון די מאביליזירטע זעלנער אבער רוסלאנד האט עס שנעל דערשטיקט מיט א בארעכטיגטע סיבה, אויס זארג פון קאוויד...

        פארהאנדלונגען

        עס איז נישט דא קיין שום סיבה צו פארהאנדלען יעצט מיט רוסלאנד, און דייקא יעצט איז די ערגסטע צייט דערצו. אין די ניו יארק טיימס זענען געווען באריכטן אז פוטין שיקט פארהוילענע סיגנאלן אז ער איז גרייט צו פארהאנדלען. צו פוטין איז גרייט פאר פארהאנדלונגען צו פארקומען? זייער מעגליך יא. אבער צו פוטין איז עכט גרייט צו פארהאנדלען? כמעט זיכער ניין. פוטין לעת עתה קוקט זיך יעצט אן אז ער שטייט גאנץ כמעשה, די אוקריינער אפענסיווע האט נישט געגרייכט די ערווארטונגן. די מיליטערישע הילף פון אמעריקע הינקעט אינטער ווי קיינמאל בעפאר. אינטערעסע אין די קריג איז שטארק געפאלן, סיי ווייל עס האט זיך קיין סך נישט געריקט פון א יאר צוריק און סיי מיט די אינטערגעקומענע עזה קריג און אזוי אויכעט אנדערע אינטערנאציאנאלע נייעסן וועלכע דאמינירן די העדליינס. אזוי אויכעט די בעפארשטייענדע וואלן אין אמעריקע האט היבש איבערגענומען די אינטערעסע פון די אמעריקאנער מאסן. פוטין האט נישט קיין שום עכטע סיבה זיך צו זעצן יעצט צום פארהאנדלונגס טישל, אפגערעדט פון דעם אז פוטין און זיין קליקע יעצט בעפאר די רוסישע ווידערוויילונג ווילן שאפן דעם אימעדזש לענגאויס רוסלאנד אז רוסלאנד איז מצליח און אז אוקריינע ברעכט אינטער. וויאזוי קען ער אפילו פארקויפן אז ער וויל פארהאנדלען? די צוויי זענען די פארקערטע עקסטרעמען, פוטין האלט נישט לע”ע ביים פארהאנדלען.

        פוטין מיטן חשבון צו אפהאלטן די אמעריקאנער מיליטערישע הילף קען פרובירן דאס נאכמער צו פארשלעפן און מעגליך אפילו אפהאלטן דורכן געבן די אילוזיע ווי כאילו רוסלאנד איז גרייט צו פארהאנדלען און אז עס איז דא איבער א וואס צו רעדן בעפאר דעם וואס אמעריקע זאל באשטעטיגן און שיקן פרישע ביליאנען דאלארן אין וואפנס פאר אוקריינע. אבער אפילו אזאנע פארהאנדלונג זיצונגען איז ער נאר גרייט צו טון מיט אמעריקע, אבער צו פוטין איז באמת גרייט יעצט זיך צו זעצן פאר פארהאנדלונגען מיט אוקריינע? זיכער אז נישט.

        פוטין באטראכט זיך אז ער קען אויסווארטן די מערב וועלט, ער קען איבערלעבן אמעריקאנער און נאט"א הילף און פלאנירונג. און דאס -טראצדעם וואס עס קען זיין א Wראנג קאלקולאציע- איז געפארפול. יעדעס מאל אין די פארגאנגענהייט ווי אין 08 צו 2014 צו 2015 ווען רוסלאנד האט זיך באטראכט אלץ געווינער האבן זיי גענומען ווייטערדיגע און מער אגרעסיווע שריט. און אט דאס איז וואס כ'האב מתחילה גערעכנט אלץ די סוקסעס מעסטל פאר די פארגאנגענע זומער אפענסיווע, פוטין דארף נישט נאר זיין צוקלאפט נאר ער מוז זיך אליינס באטראכטן אלץ צוקלאפט. פוטין דארף זיך זען אז ער קען נישט מצליח זיין און זוכן טרעפן א וועג אראפ. דאס האט נאך בכלל נישט פאסירט.

        ווען דייטשלאנד זאגט אז זיי וועלן העלפן אוקריינע ”ווילאנג עס וועט געדויערן” איז נישט גענוג. "געדויערן" וואס? ווען אמעריקע זאגט: מיר וועלן העלפן ווילאנג מיר קענען" איז נישט גענוג. די רעפאבליקאנער שטאנד צו בלאקירן אוקריינער הילף געבט נישט צו, וואס איז אמעריקעס פלאן B אויב די הילפס פעקל בלייבט למעשה געשטראנדעט? ווען די מערב וועלט וועט קלארשטעלן אז מיר וועלן העלפן אוקריינע געווינען, נישט בלויז איבערלעבן, און ווען די מערב וועלט וועט ווייזן אז זיי זענען גרייט און אהערגעשטעלט פאר א לאנג פארצויגענע קריג וועט עס שיקן אנדערע מעסידזשעס צו די קרעמלין ווי די יעצטיגע מעסידזשעס.

        2024 זאל זיין א יסוד און בריק פאר יאר 2025, א יאר ווי אוקריינע גייט אויף דעפענסיווע. אויסבלוטיגן די רוסן פאר יעדע מעטער. בויען דעפענסיווע ליניעס. אויפבויען און אנפילן אירע וואפן ארסענאלן. בעסער טרענירן און אויסשטאפירן אירע זעלנער. פארבעסערן קאאפעראציע צווישן די בריגאדעס, און א פריש אנטשלאסענע גרייטקייט פון די מערב וועלט פאר 2025.

        פארטיג.
        אוועטאר
        נקדימון
        ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
        תגובות: 16882
        זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

        Re: די אוקריינער 2023 קאנטער-אפענסיווע - אפהאנדלונג דורך נקדימון

        • ציטיר
        • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

        תגובה דורך נקדימון »

        א הערצליכע דאנק פאר @מסתמא פאר מגיה זיין די ארטיקל. אזוי אויך @הגות תבונות און @פעיפער ספרעי פאר צוהעלפן א חלק.
        הכל הבל
        ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
        תגובות: 40544
        זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

        Re: די אוקריינער 2023 קאנטער-אפענסיווע - אפהאנדלונג דורך נקדימון

        • ציטיר
        • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

        תגובה דורך הכל הבל »

        די אפהאנדלונג פון נקדימון איז שוין גאר א סוקסעס און פארשעמט אפילו די סוקסעס וואס די אוקריינער האבן געהאפט צו האבן!
        הכל הבל
        ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
        תגובות: 40544
        זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

        Re: די אוקריינער 2023 קאנטער-אפענסיווע - אפהאנדלונג דורך נקדימון

        • ציטיר
        • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

        תגובה דורך הכל הבל »

        פאר די וועלכע האלטן ניטל דעם קומענדיגן מוצאי האט נישט געקענט אריינפאלן עפעס מער געוואונטשן אין די הענט
        אוועטאר
        פארצייטיש
        שר האלפיים
        תגובות: 2022
        זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:24 pm

        Re: די אוקריינער 2023 קאנטער-אפענסיווע - אפהאנדלונג דורך נקדימון

        • ציטיר
        • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

        תגובה דורך פארצייטיש »

        וואאאףףףףף
        אוועטאר
        מיין באליבטע דראון
        שר חמש מאות
        תגובות: 980
        זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 6:07 pm

        Re: די אוקריינער 2023 קאנטער-אפענסיווע - אפהאנדלונג דורך נקדימון

        • ציטיר
        • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

        תגובה דורך מיין באליבטע דראון »

        קען איינער שיקן א pdf
        איפה פייביש
        שר האלף
        תגובות: 1633
        זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

        Re: די אוקריינער 2023 קאנטער-אפענסיווע - אפהאנדלונג דורך נקדימון

        • ציטיר
        • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

        תגובה דורך איפה פייביש »

        Wowowow unreal!!!!
        וויפעל טעג פון שרייבן איז אריין אין דעם!?!?!

        ישר כח גדול!!
        אוועטאר
        מיליטערישע עקספערט
        שר חמש מאות
        תגובות: 956
        זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 29, 2023 7:51 am
        לאקאציע: The Pentagon

        Re: די אוקריינער 2023 קאנטער-אפענסיווע - אפהאנדלונג דורך נקדימון

        • ציטיר
        • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

        תגובה דורך מיליטערישע עקספערט »

        שכויח נקדימון וועל מיר דארפן מאכן אסאך צייט דאס דורך צוליינען
        America’s success is that you can talk about its failures, Russians failure is that you can only talk about its success
        ליסטע פון די מאסיווע כלים וואס אוקריינא האט אנגעגרייט צום אפענסיווע.
        אוועטאר
        קו ירוק
        שר האלף
        תגובות: 1257
        זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:07 pm

        Re: די אוקריינער 2023 קאנטער-אפענסיווע - אפהאנדלונג דורך נקדימון

        • ציטיר
        • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

        תגובה דורך קו ירוק »

        PDF ביטע, מסודר מיט די בלדער על מקומו.
        אוועטאר
        חיים יצחק
        שר חמש מאות
        תגובות: 968
        זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 12:31 pm

        Re: די אוקריינער 2023 קאנטער-אפענסיווע - אפהאנדלונג דורך נקדימון

        • ציטיר
        • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

        תגובה דורך חיים יצחק »

        אקעי אקעי.. דאס דארף מען ליינען מיט רואיגקייט..!

        ניטל איט איז! דא צייט מוצאי
        אוועטאר
        מאניש בנבנשתי
        שר חמשת אלפים
        תגובות: 5405
        זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
        לאקאציע: אין מיין גוף

        Re: די אוקריינער 2023 קאנטער-אפענסיווע - אפהאנדלונג דורך נקדימון

        • ציטיר
        • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

        תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

        סארא ערציילנוג דאס איז.. נאך שענער פון די גאלדי לאקס מיט די טאטע בערעלע און די מאמע בערעלע בענעזאם.. אראפגעלייגט מיט אזא הארץ, מיט אזא געפיל.. מנחם מענדל'ס ביכער קענען זיך פארשטעקן פאר נקדי..

        אין נאמען פון אלע מיינע גרינע מענטשעלעך, מענער און פרויען און די וואס קענען נאכנישט באשליסן וואס זיי זענען, ווילן מיר אויסדריקן א הילעכיגן יאשער קויעך פאר אונזער באליבטן נאקדי.. און אלץ שכר פארן אפדרוקן די הערליכע באשרייבונג, האט די קעהילע פון קרעפלעך והגלילות מחליט געווען, אריבערצוריקן א גאנצע באטאליאן צוזאמען מיט גענעראלן פון גרינע מענטשעלעך, פאר אונזער שרייבער נקדימון..

        הויפט גענעראל
        ;l;p-

        דעפיוטי גענעראל
        ;l;p-

        קאמאנדירן
        ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

        אפיצירן

        ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

        סתם עמך זעצער'ס

        ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-


        ביטע נישט ארויסגעבן די נעמען פון די גרינע באטאליאן, אפילו דו דערקענסט דארטן עטליכע ידידים, אלעס דארף בלייבן אין געהיים, געדענק עס גרעניצט זיך מיט... המממ, כ'דענק שוינישט וועלעכע גרעניץ.. אה, יעס, פיקוח נפש.. עפעס א גרעניץ ערגעץ, סא'חילוק.. ניין, מ'דארף נישט קיין וויזע אריבערצוגיין יענע גרעניץ..
        אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

        געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

        מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

        קרעפלאך והגלילות

        דער שיעור שטיבל
        אוועטאר
        תולה ארץ
        פורים רב תשפ"ד
        תגובות: 2280
        זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 14, 2022 1:11 pm
        לאקאציע: ווי נישט?

        Re: די אוקריינער 2023 קאנטער-אפענסיווע - אפהאנדלונג דורך נקדימון

        • ציטיר
        • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

        תגובה דורך תולה ארץ »

        קוקט אויסצולאנג צו ליינען אין איין אטעם.

        קען איינער PDF'ן?
        אוועטאר
        צוויי גילדען
        שר תשעת אלפים
        תגובות: 9376
        זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
        לאקאציע: מלפנים @שמעון משה

        Re: די אוקריינער 2023 קאנטער-אפענסיווע - אפהאנדלונג דורך נקדימון

        • ציטיר
        • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

        תגובה דורך צוויי גילדען »

        קודם געלייקט.

        נאכנישט דורכגעליינט אבער קוקט אויס מאסיוו.
        אוועטאר
        eller
        שר עשרת אלפים
        תגובות: 10750
        זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
        לאקאציע: דאנקט השי"ת

        Re: די אוקריינער 2023 קאנטער-אפענסיווע - אפהאנדלונג דורך נקדימון

        • ציטיר
        • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

        תגובה דורך eller »

        WOOF איט איז!!!
        נקדימון נאך פאר כ'זעה וואס דו שרייבסט מוז איך דיר ארויסקומען באדאנקן
        חזקה על נקדימון אז זיינע זאכן זענען די מערסטע אינטעראסנט און רייך נאר שייך!

        כ'האב נארנישט אזוי ליב צו ליינען מעשיות מיט א שלעכטע ענדע...
        א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
        שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
        קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
        [email protected] מען בעיט
        און אי"ה עס געשעהט.
        -
        לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
        אוועטאר
        הלבלר בקולמסו
        שר תשעת אלפים
        תגובות: 9999
        זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

        Re: די אוקריינער 2023 קאנטער-אפענסיווע - אפהאנדלונג דורך נקדימון

        • ציטיר
        • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

        תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

        מיין באשעפער!! וואס דער האט אראפגעשאסן דא!!
        נקדימון.png
        נקדימון.png (10.51 KiB) געזען 4587 מאל
        יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
        אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

        אוועטאר
        את פתח לו
        שר עשרת אלפים
        תגובות: 17581
        זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

        Re: די אוקריינער 2023 קאנטער-אפענסיווע - אפהאנדלונג דורך נקדימון

        • ציטיר
        • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

        תגובה דורך את פתח לו »

        תולה ארץ האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 1:11 pm
        קוקט אויסצולאנג צו ליינען אין איין אטעם.

        קען איינער PDF'ן?
        גאמ
        אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

        אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
        אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
        דוק ותשכח
        אוועטאר
        קמן
        שר האלף
        תגובות: 1685
        זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 2:43 am
        לאקאציע: און מיין פיינט'ס לינקע זאק וואס ליגט און בוידעם

        Re: די אוקריינער 2023 קאנטער-אפענסיווע - אפהאנדלונג דורך נקדימון

        • ציטיר
        • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

        תגובה דורך קמן »

        מאסיוו
        👍👍👍👍
        יאנאש האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 8:13 pm
        - נישט אין סאטמאר גערעדט -
        זיכסט מיך❓️ דא ⬇️❗️
        ucp.php?i=pm&mode=compose&u=29410
        אוועטאר
        אליהו ליכטענשטיין
        שר האלף
        תגובות: 1484
        זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

        Re: די אוקריינער 2023 קאנטער-אפענסיווע - אפהאנדלונג דורך נקדימון

        • ציטיר
        • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

        תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

        @נקדימון !!!!

        נישט נארמאל


        #שוין געזאגט היינט א קאפיטל תהלים אז @אבימלך זאל בלייבן מיט אונז ?
        ידיד כל חי
        שר שלשת אלפים
        תגובות: 3363
        זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 10:01 am

        Re: די אוקריינער 2023 קאנטער-אפענסיווע - אפהאנדלונג דורך נקדימון

        • ציטיר
        • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

        תגובה דורך ידיד כל חי »

        נאך און נאך הנאה טוט ער צושטעלן.
        קוים געענדיגט פון איינס קוועלן.
        דאן טוט שוין נאך איינס צום פריערדיגן זיך צושטעלן.
        יא! נקדימון קומט אריין קלאר.
        מסודר, שיין, צו די פוינט, פון די פאקטן רירט נישט אוועק קיין האר.
        וויל איך אים בשאר עם בית ישראל וואונטשען!
        נאר נחת געזונט און הרחבת הדעת זאל אים דער אויבערשטער בענטשען!
        אוועטאר
        לעגאו מענטשעלע
        שר שלשת אלפים
        תגובות: 3655
        זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
        לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

        Re: די אוקריינער 2023 קאנטער-אפענסיווע - אפהאנדלונג דורך נקדימון

        • ציטיר
        • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

        תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

        יוי באשעפער! דאס דורכצואקערן געברויך זיך וואנעס מיט צייט.

        פי די עף ביטע, @דרייטצעך
        אוועטאר
        דרייטצעך
        שר ששת אלפים
        תגובות: 6227
        זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
        לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

        Re: די אוקריינער 2023 קאנטער-אפענסיווע - אפהאנדלונג דורך נקדימון

        • ציטיר
        • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

        תגובה דורך דרייטצעך »

        לעגאו מענטשעלע האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 03, 2024 1:53 pm
        יוי באשעפער! דאס דורכצואקערן געברויך זיך וואנעס מיט צייט.

        פי די עף ביטע, @דרייטצעך
        כ'האף שפעטער צו האבן אביסל צייט דערפאר.
        = שומר ישראל שמור שארית ישראל =
        איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
        אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
        שרייב תגובה

        צוריק צו “וועלטליכע נייעס”