גרויזאמע כאמאס שמחת תורה שחיטה אנטדעקט שוידערליכע לעכער אינעם שוץ מויער

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17678
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

גרויזאמע כאמאס שמחת תורה שחיטה אנטדעקט שוידערליכע לעכער אינעם שוץ מויער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

גרויזאמע כאמאס שמחת תורה שחיטה אנטדעקט שוידערליכע לעכער אינעם שוץ מויער



אין די לעצטערע טעג זענען מיר אלע עדות צו די כוואליע פון סמיות עינים און פארבלענדקייט צו ציונית וואס איז אראפ געקומען אויף די וועלט, פון אלע זייטן קען מען הערן דברים שאסור לשומעם, און כ"ש צו זאגן... און עס איז שווער זיך צו האלטן קעגן די ווינטן וואס בוזשעווען אין די "היימישע" גאס, דיעות אנגעפיקעוועט מיט מינות האבן דורכגעבראכן די מויער ארום די היימישע גאס, און מיר האבן זיך געטראפן אנטבלויזט צו די פולסטע מאכט פונעם יצרא דמינות.

איך האב דא אראפגעשריבן אייניגע ראשי פרקים און קורצע אויפפאסונגען אינעם ענין, און איך האף עס וועט זיין א תועלת אויך פאר אנדערע, דערפאר שטעל איך עס דא ארויף. איך שרייב בכלל נישט פאר די וואס ווילן נישט פארשטיין, איך שרייב נאר אך ורק פאר די וואס ווילן פארשטיין, און עס איז זיי שווער זיך צו האלטן אין אזעלכע שווערע זמנים.

אלעס וואס איך האב דא געשריבן האב איך ערגעץ געזען, און רוב זאכן האב איך פראבירט צו שרייבן א מקור, אויב וויל מען אויסברייטערן א געוויסער ענין, און/אדער פרעגן מקורות וכדומה ביטעש שפירט אייך פריי צו פרעגן, און איך וועל פראבירן צו ענטפערן לויט מיין בעסטע יכולת.

*

מען טאר נישט זיין אויף די זעלבע זייט מיט רשעים

כלל ישראל איז ארויס פון מצרים באותות ומופתים, זעקס הונדערט טויזענט אידן זענען ארויס פון מצרים אין מיטן העלן טאג בריש גלי פאר די אויגן פון די גאנצע וועלט, די אלע אידן וואס זענען ארויס זענען געווען מאמינים אין השי"ת, אלע וואס האבן נישט געוואלט ארויס זענען אויסגעשטארבן אין די ששת ימי אפילה. די מצריים האבן נאכגעיאגט די אידן, און די אידן האבן זיך געטארפן צווישן האמער און נאגל, פון איין זייט איז די רוישיגע ים סוף, און פון די צווייטע זייט שטייט א שווער באוואפנטע מצרי'שע מיליטער מיט די פארגעשריטענסטע געווער.

שטייט אין פסוק ויצעקו בני ישראל אל ה', ויאמרו אל משה המבלי אין קברים במצרים לקחתנו למות במדבר מה זאת עשית לנו להוציאנו ממצרים, פרעגט דער הייליגער רמב"ן, וויאזוי ארבעט דאס? אידישע קינדער שרייען צום אויבערשטן ער זאל זיי ראטעווען פון די מצריים, און בשעת מעשה פארשרייען זיי זיין שליח וואס האט זיי ארויסגענומען פון מצרים? זיי שרייען א שאד אויף די ניסים וואס דער אויבערשטער האט זיי געמאכט? וויאזוי שטימט דאס?

ענטפערט דער הייליגער רמב"ן עס זענען געווען 2 גרופעס, איין גרופע האט געשריגן און געדאווענט פארן אויבערשטן ער זאל זיי ראטעווען פון די מצריים, און די צווייטע כת האט געשריגן המבלי אין קברים במצרים... וואס ענטפערט זיי משה רבינו? ואתם תחרישין... און וואס זאגט דער אויבערשטער? מה תצעק אלי. זאגט דער רבי אין על הגאולה אות י', ווען רשעים שרייען דברי חירוף וגידוף שרייט מען נישט מיט מיט זיי, מען שרייט נישט מיט מיט זיי אינאיינעם אפילו לשם שמים, ווען זיי שרייען קעגן אויבערשטן שריי דו נישט מיט זיי צום אויבערשטן, האב מיט זיי גארנישט.

שטייט אין אלשיך הק', שטייט אין משלי בני אם יפתוך חטאים אל תאבה וכו', אויב חטאים רעדן דיר איבער הער זיי נישט אויס, זאגט דער בעל העקידה, דארף מען דען זאגן פאר א תורה טרייער איד גיי נישט מיט און הער נישט אויס זינדיגע מענטשן? גיי נישט מיט מיט זיי בארויבן מענטשן.. מען דארף דאס זאגן? נאר וואס דען, אז זינדיגע מענטשן קומען דיר איבעררעדן זאלסט טון א מצוה דעמאלט פאלג זיי נישט, גיי נישט מיט מיט זיי אפילו לדבר מצוה, האב מיט זיי נישט קיין שייכות, עס איז נאר א טרעפ – א פאסטקע.


שריי נישט מיט מיט זיי אפילו אויב ביזט מיט זיי אויף איין פעידש אין א ספעציפישע פרט

לאמיר ברענגען משלים, איך גלייב אז יעדער דא פארשטייט אז ביי א פרא כאמאס ראלי וואו מוסלעמענער שרייען פרא כאמאס לאזונגען האט א איד נישט וואס צו זוכן, איי ער גייט דארט שרייען אז מיר זענען קעגן די ציונים, מיר האלטן ווי אייך אז די ציונים זענען רשעים און דארפן אונטערגעברענגט ווערן, מיר האלטן ווי אייך אז די פאלעסטינער זענען נעבעכדיגע רחמנות'ער, אבער ניין, ווען זיי שרייען מיט רציחה צו פארגיסן אידיש בלוט שרייט מען נישט מיט מיט זיי אינאיינעם, אפילו אויב ביזט מיט זיי אויף איין פעידש איבער א ספעציפישע זאך.

יעדער פארשטייט אז בשעת די רוצחים האלטן אינמיטן א מלחמה וואס קאסט אידיש בלוט מאכט מען נישט קיין פראטעסט קעגן די ציונים, פארוואס? כדי קיינער זאל עס נישט אויסטייטשן חלילה כאילו מיר זענען מיט די רוצחים אויף איין בלאט, טא פארוואס פארקערט איז אזוי שווער צו פארשטיין?

פארוואס פארשטייט מען אז אויב טראמפ רופט אן כיזבאללא "קלוג" – אפילו אויב עס איז אמת – איז עס אבער ראנג טיימינג, יעצט איז נישט די צייט צו רעדן פון א פייער אפשטעל, יעצט איז נישט די צייט צו רעדן איבער שלום, יעצט איז נישט די צייט צו רעדן איבער א צוויי שטאטן לעזונג, יעצט איז נישט די צייט פאר א פרא פאלעסטינער ראלי – דאס אלעס פארשטייט מען.

אבער יעצט מיטשטיין מיט זיי איז דאך די זעלבע זאך, זיי זענען מחרפים ומגדפים, כופרים ומורידם בהשי"ת, ווי קענסטו זיך שטעלן אויף זייער זייט? אפילו פאליטיש? ווי קענסטו זאגן אויף זיי א גוט ווארט? ווי קענסטו ארויסקוקן אויף זייער הצלחה?! אפילו נאר אין איין פרט?! ווי קענסטו שרייען מיט זיי אינאיינעם?! זייער גאנצע עקזיסטענץ און אלע זייערע מעשים זענען דאך אין דירעקטן קעגנזאץ צו די תורה הק'!


מען נוצט די מלחמה צו פארדעקן די ציונית

אין על הגאולה אות צ"ח רעדט דער רבי ארום בענין הליכה לכותל, זאגט ער דארט צווישן אנדערן אז רובא דרובא פון די וואס גייען צום כותל זענען אלעמאל געווען פייערדיגע ציונים, ביי זיך אין הארץ זענען זיי געווען ציונים נלהבים, אבער זיי האבן זיך געשעמט עס ארויס צו זאגן מיטן מויל, זיי האבן מורא געהאט זיך ארויס צו שטעלן אלץ ציוני, אבער יעצט מיטן כותל האבן זיי געטראפן א טיר אריין, זיי שרייען כותל כותל כותל און מען קען זיי גארנישט טון ווייל זיי מיינען דאך דעם אויבערשטן...

די זעלבע זאך קען מען יעצט זען, אינגעלייט וואס בעצם זענען זיי ציונים שוין גיי ווייס ווי לאנג, זיי זענען פולי אין פאר די זאך, אבער עס זאגן... המממ... דאס איז שוין שווער, אבער יעצט האבן זיי געטראפן א טיר אריין, יעצט איז זאגן א ווארט קעגן ציונית שוין "נטורי קרתא", עקסטרעמיזם, און וואס נישט, אלע פאלעסטינער ראליס זענען אנטיסעמיטיזם, און זיי מוזן ארויסצייגן זייער אפשיי דערצו פשוט צו באקעמפפן אנטיסעמיטיזם...


השי"ת איז נישט סובל קיין עוברי עבירה, דער אויבערשטער געט נישט קיין הצלחה פאר עוברי עבירה

נאכדערצו ווען דאס אלעס ווערט געטון דורך פריצים ופרוצות, פרייע כופרים, און אין בעסטן פאל צווייפלהאפטיגע פארשוינען... אז מען קוקט אריין אין נ"ך און מען זעט די פארלאנגען וואס עס פעלט זיך אויס מען זאל נאכקומען כדי צו מעגן דינען אינעם אידישן מיליטער, מען דארף זיין א ירא שמים, אן ערליכער איד, שטייט כל מי שהי' מוכתב בחיילותיו של בית דוד אין בודקין ממנו ולמעלה! א אידישער סאלדאט האט געדארפט האבן א ריינע יחוס, און אן ערליכער איד.

פארוואס טאקע? שטייט אפן אין די תורה הק', ווייל ה' אלקיך מתהלך בקרב מחנך להצילך ולתת איביך לפניך והיה מחניך קדוש ולא יראה בך ערות דבר ושב מאחריך, שטייט אין מדרש אמר להם משה לישראל, הוו יודעין שאין הקב"ה מייחד שמו בישראל שהוא נקרא אלוקיך אלא בזמן והיה מחנך קדוש, ואותה שעה הוא משרה שכינתו ביניכם והוא מציל אתכם מיד אויביכם ומוסר שונאיכם, ההוא דכתיב מתהלך בקרב מחנך להצילך.

טא וויאזוי קען א אידיש קינד, א מאמין בה' ובתורתו הק' גלייבן און האפן אז השי"ת וועט העלפן די מדנ"י מיליטער באזיגן כאמאס ווען די מיליטער איז די סאמע היפך פון וואס אן ערליכער איד באדייט, און איז זאגאר דער כור ההיתך צו "טוישן" א איד פון זיין א תורה טרייער איד צו זיין א פאלנער פרייער ציוני? ווי קען א איד זיך טרויען ארויס צו קוקן אויף זייער הצלחה ווען עס שטייט אפן אין אלע פסוקים אז דער אויבערשטער איז נישט מיט זיי, און אז "נמסרים ביד אויביכם"? יעדע געווינס וואס זיי האבן איז א צייכן אויף א שוידערליכע "הסתר פנים", ווי קען מען הנאה האבן פון אזא זאך?


די נס חנוכה איז נאר אינטערעסאנט אויב עס ענדיגט זיך מיט ביטול עבודה זרה

ס'קומט דאך יעצט חנוכה, אונז זאג מיר אכט טעג חנוכה על הניסים דריי מאל א טאג (און ר"ח פיר מאל), און מען רעכנט אויס די ניסים וואס דער אויבערשטער האט געטון, מסרת גיבורים ביד חלשים, רבים ביד מעטים, רשעים יד צדיקים, וזדים ביד עוסקי תורתיך (אן עקסטערער זאך דאס, איז דען היפך הטבע אז רשעים זאלן נמסר ווערן ביד צדיקים? זאגט דער רבי יא! דער שטן איז זיך מתגבר בכל כוחותיו דאס נישט צו דערלאזן, און דאס איז די סיבה פארוואס דאס אז לא אירע קרי לכה"ג ביוה"כ איז פאררעכנט אלץ א "נס" כאטש מען האט געטון ענדלאזע השתדלות בדרך הטבע אז עס זאל נישט קענען פאסירן).

ענדיגט מען צו "ואח"כ באו בניך לדביר ביתך ופינו את היכלך וטהרו את מקדשיך", וואס איז די נס דא? וואו קומט עס דא אריין? מען האלט דאך אינמיטן אויסרעכענען די ניסים פון נצחון המלחמה. נאר וואס דען, סתם זיגן אינעם מלחמה איז גארנישט, קיינער דארף דאס נישט, זיגן איז נאר גוט אויב עס ענדיגט זיך מיט אויסרוימען די עבודה זרה, אויב עס ענדיגט זיך מיט פינו את היכלך וטהרו את מקדשך, סתם א נצחון איז ווערטלאז. און זיכער אז א נצחון וואס שטארקט מינות, עס שטארקט דעם רעיון הציוני, עס שטארקט דעם ציוני'סטישן מיליטער, עס שטארקט די כופרים ומורדים בה' ובתורתו הק' איז דאך אוודאי און אוודאי א שוידערליכער חורבן.


די ציונים זענען די ממשיכי דרך פון די מתיוונים

די ציונים נוצן חנוכה אלץ איינע פון די באווייזן אויף זייער גערעכטיגקייט, די ציוני'סטישע רעגירונגס פירער און מויל מאכער שטעלן אהער חנוכה ווי א מלחמה פאר זעלבסטשטענדיגקייט, און זיי זענען גאר ממשיכים פון די הייליגע חשמונאים וועלכע האבן באקעמפפט די גריכן כדי צו אנהאלטן די זעלבסטשטענדיגקייט פונעם אידישן פאלק עפ"ל.

אדרבה ואדרבה, לאמיר אריין טראכטן ביים נס חנוכה, אויף וועלכע זייט וואלטן די ציונים יעצט געשטאנען? וואלטן זיי געווען אויף די זייט פון די חשמונאים? אדער די מתיוונים קעגן וועמען די חשמונאים האבן געקעמפט? האבן דען די חשמונאים געקעמפט פאר אן אייגן לאנד? יארן לאנג איז מען געווען אונטערטעניגט אונטער גריכלאנד אונטער די יוונים, און קיין פיפס האט מען נישט געהערט, כלל ישראל האט סובל געווען דאס אונטערדריקונג, נאר נאך די יוונים האבן דערקלערט קריג קעגן די תורה הקדושה און האבן פארבאטן תורה ומצוות נאר דאן האבן די חשמונאים זיך ארויסגעלאזט אין א העלדישער הימלישער קאמף קעגן די כוחות הטומאה. און אפילו אזוי זענען זיי נישט געבליבן זעלבסטשטענדיג, נאר זענען געווארןאונטערטעניגט אונטער רוים, און קיינער האט קעגן זיי נישט געקעמפט, די קאמף איז נישט געווען פאר זעלבסטשטענדיגקייט.


חנוכה האט גארנישט מיט א מלחמה פאר זעלבסטשטענדיגקייט

חנוכה איז כ"ה כסלו, וואס איז גווען כ"ה כסלו? נצחון המלחמה? א נעכטיגן טאג, נאך כ"ה כסלו זענען נאך ווייטער אנגעגאנגען העפטיגע שלאכטן, און עטליכע פון די חשמונאים זענען אומגעקומען אין די ווייטערדיגע שלאכטן, חנוכה איז אבער א יום טוב ווייל מען האט מטהר געווען די בית המקדש, מען האט אויסגערייניגט די עבודה זרה, דאס איז פארוואס מען האט קובע געווען א יום טוב!

חנוכה איז א יום טוב ווייל מען האט זוכה געווען צו צינדן די מנורה מיט טהור'ע אויל! חנוכה איז א יום טוב ווייל דער אויבערשטער האט געמאכט א נס אז די אויל זאל ברענען פאר אכט טעג – כאטש טומאה הותרה בציבור – אבער דאך צו ארויס ווייזן די ליבשאפט צו אידישע קינדער האט דער אויבערשטער געמאכט א נס! חנוכה איז א יום טוב ווייל דער אויבערשטער האט ערמעגליכט מקיים צו זיין זיינע מצוות אנע שום התערבות טומאה, קומט מען דאס פארגלייכן חלילה צו די טמא'נע ציונים, וואס אויסער די העברה על השבועות, און כפירה ומרידה בהשי"ת זענען זיי נאך פרייע פורקי עול – מתיוונים במלוא מובן המילה וואס אלע תרבות יוון און נאך סאך ערגער האבן זיי אריין געברענגט אין ארה"ק און זיי האבן מטמא געווען מיליאנען נפשות מישראל מיט כל מיני שיקוץ נארישקייט?!

די חשמונאים האבן גע'הרג'עט אלע מתיוונים אין די שלאכטן, זיי זענען נידון געווארן למיתה, און אזוי איז די הלכה עד היום, מען איז מתפלל אויף מינים אז זיי זאלן שטארבן. און אויף זיי וויל מען זיך פארלאזן אונז צו ראטעווען? זיי זענען גאר די וואס מען דארף ארויסהעלפן?


תפילה אז יענער זאל תשובה טון ארבעט נישט, הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים

שטייט אין גמרא מסכת ברכות דף י. ר' מאיר האט געליטן פון בריונים (פירש"י בריונים: ליסטים, פרוצים, בורים) וואס האבן אים מצער געווען, האט ר' מאיר זיך געשטעלט דאווענען אז זיי זאלן שטארבן, האט אים זיין טאכטער געפרעגט פארוואס ביזטו מתפלל זיי זאלן שטארבן? זיי מתפלל זיי זאלן תשובה טון, ס'שטייט נישט יתמו חוטאים מן הארץ, נאר חטאים. וכך הוה.

פרעגט דער מהרש"א, וואס הייסט זיי מתפלל זיי זאלן תשובה טון? ס'שטייט דאך הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים, ווי קען ר' מאיר ארלעדיגן מן השמים זיי זאלן תשובה טון? איי מען דאווענט דאך יעדן טאג און מען זאגט ביי השיבינו "והחזירינו בתשובה שלימה לפניך", זאגט דער מהרש"א אז מתפלל זיין אויף זיך איז אנדערש ווייל בדרך שאדם רוצה לילך מוליכן אותו, איז מען מתפלל אז מיר ווילן תשובה טון, העלף אונז. אבער מתפלל זיין אויף יענעם? און דער מהרש"א בלייבט ביים קושיא.

דער עיון יעקב ענטפערט א תירוץ אז זי האט געבעטן ער זאל מתפלל זיין זיי זאלן אים מער נישט שלעכטס טון, און זיי זאלן נישט האבן די מעגליכקייט אים שלעכט צו טון, און אטאמאטיש מיינט דאס אז זיי וועלן תשובה טון, אבער אין הכי נמי מען קען נישט מתפלל זיין אויף יענעם אז ער זאל תשובה טון.


מינים איז מען מתפלל יעדן טאג זיי זאלן שטארבן

דאס איז אלעס שוין ביי בריונים, וואס רש"י איז עס מפרש אלץ רויבער, בורים, וכדומה. משא"כ ביי א מין שטייט דאך קלאר ארויס אין גמרא פארקערט, המינים והמומרים מורידין ולא מעלים, בזמן הבית האט מען זיי געמעגט הרג'ען, די גמרא אין ברכות דערציילט אז ר' יושע בן לוי האט געוואלט שעלטן א צדוקי בשעת די רגע וואס הקב"ה איז בכעס און מן השמים האט מען אים צוריקגעהאלטן, זאגט תוס' פארוואס האט מען אים צוריקגעהאלטן? מען מעג דאך און מען דארף דאך זיי הרג'ען, און תוס' ענטפערט אז בידי אדם דארף מען, אבער "לא היה לו לדחוק בידי שמים להעניש מי שאינם רוצים להעניש" אוודאי, שעלט זיי, און הרג'ע זיי, אבער אויב מן השמים האט ער א זכות אדער וואס, און דאס ברענגט מען זאל אים נישט וועלן באשטראפן בידי שמים טאר מען נישט צווינגען אן עונש דורכן מכוון זיין די שעה שהקב"ה כועס.

און מיר זאגן דאס יעדן טאג דריי מאל א טאג ביים דאווענען ביי ולמלשינים, וכל המינים כרגע יאבדו, והזדים תעקר וכו' ותכלם, מען בעט יעדן טאג אויף מיתת הרשעים, און עס האט ניטאמאל קיין פשט צו בעטן זיי זאלן תשובה טון און בלייבן לעבן ווייל דאס קען נישט זיין במציאות, חז"ל זאגן אונז כל הפורש ממינות מיית, און דער מהרש"א איז מסביר אז דאס איז פאר זייער טובה וועגן, ווי דער רבי איז מסביר אין על הגאולה אות ס"ח אז עס איז קרוב הדבר אז זיי ווען צוריק פאלן צו מינות, און אינצווישן וועלן זיי האבן מקיים געווען אפאר מצות, און אין הקב"ה מקפח שכר כל ברי' וועט מען זיי דאס דארפן אפצאלן, וועט מען זיי דארפן געבן כח און ממשלה – און זיי וועלן דאס נאך אויסנוצן צו מסית ומדיח זיין...


יעדע "מצוה" וואס די ציונים טוען געט נאר כח פאר די ס"מ און ברענגט אן גרעסערע צרות

קען מען כאטש זען ווי שטארק מען דארף מורא האבן פון די "מצוות" וואס זיי טוען, פון יעדע מצוה וואס זיי טוען באקומט די ס"מ נאר מער און מער כח, און מען דארף זיי באצאלן שכר, און דורכדעם ווערט די יצר הרע נאר געשטארקט, ווי יעדער ווייסט פון אלץ קליין קינד פארוואס נבוכדנצר האט געקעניגט אויף די גאנצע וועלט – צוליב דריי טריט פארן אויבערשטן, עשיו הרשע האט באקומען די גאנצע וועלט צוליב מצוות כיבוד אב, משה רבינו האט מתפלל געווען אויף עדת קרח אל תפן אל מנחתם זאגט דער מדרש אז משה רבינו האט מתפלל געווען אז זיער חלק פונעם קרבן תמיד זאל נישט פארברענט ווערן! און דער אור החיים הק' איז מסביר ווייל דערנאך וועלן זיי מוזן באקומען שכר און דאס וועט זיי געבן די כח אנצוגיין מיט זייער מחלוקה אויף משה רבינו. נו, וואס זאלן מיר זאגן אויף די מצוות וואס די ציונים זענען מקיים?


איינער וואס זאגט נישט ולמלשינים איז מען חושש אויף מינות

פאר וועמען האט מען מתקן געווען ברכת המינים? זאגט דער רמב"ם "בימי רבן גמליאל רבו האפקורסים בישראל והיו מצירים לישראל ומסיתין אותן לשוב מאחרי השם וכיון שראה שזו גדולה מכל צרכי בני אדם עמד הוא ובית דינו והתקין ברכה אחרת שתהיה בה שאלה מלפני השם לאבד האפקורסים וקבע אותה תפילה כדי שתהיה ערוכה בפי הכל", די ברכת המינים האט מען מתקן געווען צוליב אפיקורסים וואס האבן מסית ומדיח געווען אידן זיך אוועקצוקערן פונעם אויבערשטן, האט מען מתקן געווען ברכת המינים, זאגט דער רבי דאס איז שוין סתם אפיקורסים, כל שכן וכ"ש די היינטיגע ציונים, וואס אויסער וואס זיי זענען מסית ומדיח באופן נורא קומען זיי נאך מיטן כח השלטון און צווינגען בכח הזרוע.

וואס איז די הלכה מיט איינער וואס איז זיך טועה און קען נישט זאגן די עברי פון ולמלשינים? מען פירט אים אוועק פון עמוד! פרעגט דער רבינו יונה וואס גייט פאר, איינער וואס איז זיך טועה ביי מחי' המתים פירט מען נישט אוועק, אפשר איז ער א מין? פארוואס איז מען ביי תחיית המתים – דער צענטערפונקט וואו די מינים האבן זיך געקריגט מיט די ערליכע אידן – נישט חושש, און ביי ולמלשינים איז מען יא חושש.

נאכמער, די גמרא ברענגט א מעשה אז שמואל הקטן האט זיך טועה געווען אין ברכת המינים און מען האט אים נישט אוועקגעפירט פון עמוד, פרעגט די גמרא פארוואס נישט?! די הלכה איז דאך מען פירט אוועק, ענטפערט די גמרא ווייל ער איז דער וואס ער האט מתקן געווען די ברכה, פרעגט די גמרא נו, אפשר האט ער אינצווישן זינט עס מתקן זיין ביז יעצט צוריק געצויגן חלילה, ענטפערט די גמרא גערעכט, דאס אז ער האט עס מתקן געווען מיינט גארנישט, אבער ער האט אנגעהויבן די ברכה און נאר אינדערמיט האט ער זיך טועה געווען, און דערפאר האט מען אין נישט אוועקגעפירט פון עמוד.


איינער וואס קען נישט זאגן א שלעכט ווארט אויף די מינים איז סאך ערגער ווי א טועה בברכת ולמלשינים

זעט מען אז אפילו דער גרעסטער לוחם קעגן די מינים אזש ער האט זאגאר מתקן געווען א ברכה אין שמו"ע קעגן די מינים, און מען האט קובע געווען די הלכה אז איינער וואס זאגט עס נישט איז מען מסלק פונעם עמוד, און דאך וואלט מען אים אוועקגעפירט פון עמוד אויב וואלט ער נישט אנגעהויבן ולמלשינים צוליב א חשש אז ער האט אין הארץ א נטי' צו מינות.

נו אויב אזוי וואס איז שייך צו זאגן אויף איינער וואס קען זיך פשוט נישט ברענגען צו זאגן א שלעכט ווארט אויף די היינטיגע מינים? וואס טוט זיך מיט איינער וואס קען זיך נישט ברענגען צו זאגן א שלעכט ווארט אויף די ציונים, וואס מיינט דאס? ער איז צי ביזי זיי דן זיין לכף זכות, ער קען פשוט נישט רעדן קעגן זיי... וואס ווייזט דאס אויף אים?


א רשע טאר מען נישט דן זיין לכף זכות

שטייט אין רמב"ם אויף אבות פרק א' משנה ו', והוי דן את כל האדם לכף זכות' - עניינו כשיהיה אדם שלא תדע בו אם צדיק הוא אם רשע, ותראהו שיעשה מעשה או יאמר דבר שאם תפרשהו על דרך אחת יהיה טוב ואם תפרשהו על דרך אחרת יהיה רע, קח אותו על הטוב ולא תחשוב בו רע, "וכן כשיהיה רשע ויתפרסמו מעשיו, ואחר כן ראינוהו שיעשה מעשה שכל ראיותיו מורות שהוא טוב, ויש בו צד אפשרות רחוק לרע, ראוי להשמר ממנו ושלא תאמין בו שהוא טוב אחר שיש בו אפשרות לרע"

דער רמב"ם זאגט אז איינער וואס איז מוחזק אלץ א רשע דארף מען דן זיין לכף חוב אפילו אויב לויט אלע ווארשינליכקייטן טוט ער א גוטע זאך, דאך איז מען מחוייב אפירצוקראצן א מאדנע קאנספיראציע טעאריע פארוואס ער מיינט שלעכטס און דערמיט אים דן זיין לכף חוב!

א רשע דארף מען דן זיין לכף חוב אפילו אויב עס איז נאר דא א ווייטע מעגליכקייט אז ער טוט עס פאר אייגענע אינטערעסן, טא אדרבה זאגט מיר, איז דען נאר א ווייטע מעגליכקייט אז די היינטיגע רשעים מיינען שלעכטס? אזי דען נישט ברור כשמש אז עס אינטערעסירט זיי נאר "רע" זייער שמדינה, און דעציט, און נפשות ישראל אינטערעסירט זיי א הויקער! זיי קעמפפן נאר אך ורק פאר די קיום פון זייער מלכות המינות! זיי זענען נישט גרייט אויפצוגעבן זייער מלוכה אין אויסטויש פאר אידישע לעבנס.


רשעים וואס ראטעווען און פארשוינען געוויסע אידן בלייבן רשעים

דער רבי ברענגט אין על הגאולה אות ל"ה די באקאנטע גמרא אז אספיינות קיסר האט פארשוינט יבנה וחכמי' אויפן בקשה פון ר' יוחנן בן זכאי, איז דען איינעם בייגעפאלן אז ער איז מער נישט קיין רשע? איז ער פלוצלונג געדענקט געווארן אלץ העלד ביי כלל ישראל? א לאך אין בוידעם, יעדער איינער ווייסט איבער אספיינות הרשע וואס האט אויסגע'הרג'עט טויזנטער אידן ביים חורבן הבית, און ער ווערט געדענקט לחרפה ולדראון עולם!

אדאלף אייכמאן ימ"ש וזכרו האט באפרייט אידן, רבי מיכאל בער ווייסמאנדל האט געהאנדלט מיט אים און זיינע ארבעטער איבער די באפרייאונג פון טויזנטער אידן, האט דאס אים עפעס געהאלפן?! מאכט דאס ווייניגער זיינע שוידערליכע אומבאגרייפליכע רציחות?! שרייט דער רבי "אבל לא עלה על דעת שום אדם בעולם לשבחם כמצילים"! עס איז קיינעם נישט בייגעפאלן זיי צו לויבן אלץ רעטער! חלילה, זיי זענען רוצחים מיט אידיש בלוט אויף זייערע הענט! און זיי קענען זיך פון דעם נישט ארויס דרייען!

דער רבי ברענגט אין על הגאולה אות ל"ו אז איידער די צווייטע וועלטס קריג בשעת אייראפע האט געפלאקערט מיט שנאת ישראל איז אין רומעניע ארויף אויפן טראן א רשע מרושע און צורר היהודים גאגא ימ"ש שר"י, און ער האט גוזר געווען שוידערליכע גזירות כלי' אויף די אידן, און מען האט באשטימט א יום תפילה ותענית, עטליכע טעג איידערן יום תענית האט מען אים אראפגערוקט פון אמט, פאליטיש איז עס געווען צוליב רוסישע דרוק, די רוסן האט נישט געשמעקט זיין פירערשאפט און זיי האבן אים אראפגערוקט פון טראן, איז דען איינעם בייגעפאלן צו אויסלויבן סטאלין ימ"ש אלץ רעטער פון די אידן?

די כאמאס מערדער האבן באפרייט אייניגע משכונות, און עטליכע אידן האבן איבערגעלעבט זייער רשעות'דיגע בלוטיגע אטאקע מיט ניסי ניסים ווען די טעראריסטן האבן זיי בדרך נס אפגעשוינט, ווערן די רוצחים ווייניגער רוצחים לכבוד דעם?! מען הערט איינעם (אויסער די באפרייטע משכון) זיי משבח זיין? איינער לויבט זיי אויס? איינער קען הערן א גוט ווארט אין זייער ריכטונג?!


אפילו אויב די הצלה קומט דורך די ציונים פארבלייבן זיי רשעים

טא ווען די ציונים זענען מציל, און זיי ראטעווען, פארוואס קען מען אויף זיי יא פארנעמען לויב ווערטער? פארוואס ווערן זיי יא באזינגען אלץ מצילים? פארוואס זעט מען נישט אן עקל און גרויל געריכטעט צו זייערע פעולות, זיי זענען דאך רוצחי הגוף והנפש, הונדערטער אידן זענען שוין אומגעקומען דורך זיי בגוף, און מיליאנען בנפש... ווי באקאנט די משל ווען די צינדערס ווערן לעשערס...

און ליידער ליידער לעבן מיר אין אזא הסתר פנים אז אפילו די הצלה וואס דער אויבערשטער טוט פאר די אידן, און דאס וואס דער אויבערשטער ראטעוועט אונז פון די הענט פון די בלוטדארשטיגע טעראריסטן וואס ווילן אונז אומברענגען איז ליידער צוליב די הסתר פנים מלובש אין הצלחת הציונית, ליידער איז אונז נישט באשערט א ישועה מן השמים אנע דעם וואס די ס"מ זאל עס אויסנוצן לטובתו זיך צו בויען און אהערשטעלן אלץ דער רעטער פון כלל ישראל. און אויף דעם אליין דארף מען קלאגן, כל שכן ווען מען זעט ווי דער ציבור פאלט דערפאר און קען זיך נישט ברענגען צו רעדן שלעכטס אויף די א.ג. "מצילים".


מרשעים יצא רשע, פון זייערע "הצלה" און "הצלחה" קומט נאר ארויס ערגערע צרות

מרשעים יצא רשע, דאס איז א מציאות, און דערפאר אויב קומט ארויס א הצלה דורך רשעים דעמאלט "אין לשער מה שיוכל ח"ו לצמוח מזה" כלשון רבינו אין על הגאולה אינעם הקדמה (דף יז), האט איינער אמאל אריין געטראכט ווען דער רבי האט געשריבן די ווערטער?

מען האט געהאלטן גראד נאך די זעקס טאגיגע קריג, לאנגע וואכן פריער האבן די ציונים געשריגן אז די אראבער ווילן אטאקירן די מדינה און אומברענגען אלע אידן, די אראבישע פירער האבן געהעצט און געשימפפט לאנגע וואכן אז זיי גייען אטאקירן און אריין שטופן אלע אידן אין וואסער רח"ל ה"י, די גאנצע אידישע וועלט איז געווען דערשראקן פאר די וואוילזיין פון אחב"י אין ארה"ק.

דעמאלט איז פארגעקומען די זעקס טאגיגע קריג, און די ציונים האבן "מציל" געווען אלע אידן פון די אראבער, און די אראבער האבן געהאט א מיאוס'ע מפלה, די ציונים האבן איינגענומען די גוילן הויכן, אלטשטאט ירושלים, און...... יאפ, עזה...

די גאנצע אידישע וועלט האט געשאלט און טראמפייטערט איבער די "ניסים" און די הצלחה פון די ציונים, נאר איינער האט געוויינט און געקלאגט, מרשעים יצא רשע... ווער ווייסט וואסערע צרות וועלן נאך ארויס קומען פון זייערע "הצלחות" פון אייננעמען עזה פון עגיפטן...

אבער דער הייליגער רבי זי"ע וואס זיין הארץ האט אזאנס נישט אויסגעהאלטן האט נישט געוואלט חלילה טראכטן וואסערע צרות וועלן נאך ארויס קומען פון די "הצלה" וואס די ציונים האבן געהאט ביים זעקס טאגיגן קריג מיטן אייננעמען עזה פון די הענט פון עגיפטן... דערפאר האט דער רבי געשריבן אז ניין, די הצלה איז נישט געווען דורך די ציונים, די הצלה איז געווען דורך השי"ת ברוב רחמיו וחסדיו, און די ציונים האבן זיך נאר אהערגעשטעלט "כאילו" עס איז געקומען דורך זיי, און דער רבי פארענדיגט בדם לבבו "אבל מי יודע מה ישיה סופן של דברים"...


נישט נתפעל ווערן פון הצלחת הרשעים

שטייט אין די גמרא מסכת תמיד דף ל"ב, אלכסנדר מוקדון האט געפרעגט די זקני הנגב פארוואס די אידן ווארפן זיך נישט אונטער די אומות העולם, זעסט דאך אז מיר זענען די מלכים ושרים און איר זענט נכנע אונטער אונז, האבן די חכמים געענטפערט צוויי ווערטער, "שטנא נצח" פינטל. און רש"י איז מפרש אז זיי האבן געענטפערט אז אלע דיינע ראיות און די פאקט אז דו האסט געזיגט מיינט גארנישט, זערא, יעדן טאג איז די שטן מצליח, און מיר ווערן בכלל נישט נתפעל דערפון.

רבינו גרשום מאור הגולה לייגט צו צו די ווערטער פון די גמרא "שטנא נצח" וז"ל: ואל תתמה על זה שהשטן הוא נוצח, שמתעה אותם ונותן להם גאלה, ולבסוף יורידם לגיהנם. עכ"ל. דער רבינו גרשום זאגט אז דאס אז דער שטן "נותן להם גאולה" דאס איז גארנישט, און צום סוף יורידם לגיהנם.

אפילו אויב זיי זענען מצליח מיינט זערא, עס מיינט גארנישט! עס שטייט שוין קלאר ארויס אין די גמרא, שטנא נצח. אין מכות דף י: שטייט "בדרך שאדם רוצה לילך מוליכין אותו" זאגט דער מהרש"א עס שטייט נישט בדרך שאדם רוצה לילך "הקב"ה מוליך אותו, נאר ס'שטייט "מוליכין אותו"... נישט דער אויבערשטער העלפט אים, נאר דער ס"מ!


ווען רשעים זענען מטריח צו מאכן א נס מן השמים ענדיגט זיך עס זייער נישט גוט

ביים דור הפלגה שטייט זיי האבן געטראפן א בקעה בארץ שנער, זאגט דער מדרש רבה אז בעפאר דעם נישט געווען דארט קיין בקעה, נאר עס איז געווארן בדרך נס ווייל בדרך שאדם רוצה לילך מוליכין אותו! דער רמב"ן זאגט אז די שליו וואס די אידן האבן באקומען אין מדבר איז נישט געווען קיין נס, ווייל עס איז נישט מעגליך אז דער אויבערשטער זאל מאכן א נס לרעה, און די שליו איז דאך געווען לרעה ווי ס'שטייט אז דער אויבערשטער האט פאראויס געווארנט עד שיצא מאפכם והיה לכם לזרא, נאר עס איז געווען בדרך הטבע.

דער גור ארי' איז מפרש ביי די מעשה פון די שליו שטייט אז משה רבינו האט געזאגט הצאן ובקר ישחט להם, זאגט דער גור ארי' אז משה רבינו האט נישט געפרעגט צי וועט דען זיין גענוג פלייש, ווייל אוודאי איז געווען גענוג, אלע אידן האבן דאך געהאט אזויפיל בהמות אז עס איז געווען גענוג און נאך פלייש, נאר פארקערט, משה רבינו האט עס געזאגט בדרך תפילה, הצאן ובקר ישחט להם, מאך נישט קיין נס, נאר זאל מען שחט'ן בהמות און עסן פון דעם, ווייל משה רבינו האט געוואוסט אז ווען רשעים זענען מטריח און בעטן א נס פונעם אויבערשטן קומט ארויס פון דעם זייער א גרויסער עונש! און אויף דעם האט השי"ת גענטפערט ניין, עס מוז יא קומען א נס, ווייל אז נישט וועלן זיי שרייען אז יד ה' תקצר חלילה.


כנסת ישראל האט זיך אפגערעדט אויף מרדכי הצדיק פאר די פאר טעג שרעק מגזירת המן

שטייט אין די גמרא מסכת מגילה דף יב: איש יהודי היה בשושן הבירה וגו' איש ימיני מאי קאמר, רבא אמר כנסת ישראל אמרה לאידך גיסא ראו מה עשה לי יהודי ומה שילם לי ימיני מה עשה לי יהודי דלא קטליה דוד לשמעי דאתיליד מיניה מרדכי דמיקני ביה המן ומה שילם לי ימיני דלא קטליה שאול לאגג דאתיליד מיניה המן דמצער לישראל, רבא זאגט, כנסת ישראל האט זיך אפגערעדט זע וואס דוד המלך האט אנגעברענגט און זע וואס שאול המלך האט אנגעברענגט, דוד המלך האט נישט גע'הרג'עט שמעי בן גרא וואס פון אים איז ארויס געקומען מרדכי הצדיק, און זע וואס שאול המלך האט אנגעברענגט מיטן נישט הרג'ען אגג וואס פון אים איז ארויסגעקומען המן הרשע, און רש"י דרוקט "לצעקה ולא לשבח" כנסת ישראל רעדט זיך אפ אויף דוד המלך אז ער האט נישט גע'הרג'עט מרדכי הצדיק'ס זיידע און דורכדעם איז ארויסגעקומען מרדכי הצדיק.

פרעגט דער מהרש"א איך פארשטיי נישט, מרדכי הצדיק האט דאך געראטעוועט כלל ישראל פון די גזירה פון המן הרשע, זיינע תפילות האטגעברענגט די ישועה, און ער איז דער וואס האט מבטל געווען די גזירת כלי' דורך די תענתים און תפילות! אבער דאך האט זיך כנסת ישראל אפגערעדט אויף אים, ווייל ער האט נישט אפגעצאלט די שרעק, די פאר אנגעצויגענע טעג וואס די גזירה איז געווען קאי וקיים להשמיד להרוג ולאבד האט ער נישט אפגעצאלט – און דאס איז נישט שייך אפצוצאלן. איי וואס האט עס מיט אים? זאגט דער מהרש"א ווייל ווען נישט מרדכי הצדיק רייצט זיך ציט המן וואלט לכתחלה נישט געווען די גזירה...!

איר הערט וואס דא טוט זיך?! כנסת ישראל איז נישט מוחל דוד המלך פארן לאזן מרדכי הצדיק געבוירן ווערן, ווייל כאטש ער האט זיי געראטעוועט פון די גזירה פון המן וואס איז געווען נגזר משום מנהנו מסעודותו של אותו רשע, דאך אבער האט ער עס אנגעברענגט דורכן זיך רייצן מיט המן הרשע, און דערפאר האט מען אים נישט געקענט מוחל זיין.


מרדכי הצדיק האט געזאלט פראבירן נישט צו שטיין אין המנ'ס וועג

לכאורה איז דאס אומפארשטענדליך, פארוואס טאקע האט מרדכי הצדיק זיך נישט געבוקט צו המן? זאגט רש"י קלאר ווייל המן הרשע האט זיך געמאכט פאר אן ע"ז, און האט זיך אנגעטון מיט געטשקעלעך, טא וואס האט מרדכי הצדיק געזאגלט טון? זיך בוקן צו ע"ז?! עבודה זרה איז דאך סייווי ביהרג ואל יעבור!

שרייבט דער מנות הלוי אז מרדכי הצדיק האט נישט געזאלט זיצן בשער המלך ווען המן איז אן ע"ז, דריי דיר נישט דארט וועסטו זיך נישט דארפן בוקן, פארוואס איז ער געגאנגען אהין און דורכדעם זיך נישט געבוקט און דורכדעם אויפגערייצט המן אויף כלל ישראל?

דאס איז א מדריגה אינעם איסור התגרות באומות, כנסת ישראל האט נישט מוחל געווען ברדכי הצדיק אפילו נאך די הצלה פאר די פאר טעג אנגעצויגנקייט וואס ער האט זיי אנגעברענגט מיטן זיצן בשער המלך און זיך נישט בוקן צו המן!


מרדכי הצדיק האט זיך געוואלט מוסר נפש זיין פאר כלל ישראל

פארוואס טאקע האט מרדכי הצדיק זיך ווייטער געדרייט אין קעניגליכן הויף וויסנדיג אז המן גייט ווערן אנגערייצט, און דער מדרש זאגט נאך אז ער האט בכלל נישט באגריסט המן און דאס האט אים אויפגערעגט, און אנדערע מפרשים לייגן צו אז המן האט פראבירט אויסצוטון די געטשקעס פון זיך אויסצופראבירן צי מרדכי הצדיק וועט דעמאלט זיך יא בוקן. זאגט דער מנות הלוי אז מרדכי הצדיק האט זיך געוואלט מוסר נפש זיין מכפר צו זיין אויף די אידן אויפן חטא פון השטחוואה לצלם נבוכדנצר, און ער הט געוואלט מקדש זיין דעם שם שמים דורכ'ן זיך נישט בוקן, און ער וועט אומקומען על קידש השם אן דורכדעם מכפר זיין אויפן כלל ישראל. און עס איז אים קיינמאל נישט בייגעפאלן אז המן הרשע איז אזא מטורף אזש ער וועט באשליסן צו הרג'ען אלע אידן פארן חטא פון איין מרדכי הצדיק.

נו, דאס איז שוין "נאכן נס הצלה" ווען כלל ישראל האט שוין געהאט א יו"ט פורים, און מען האט קובע געווען די מגילה אין כתובים, און עס איז נאך נתונה ממשה בסיני, אבער מיט דעם אלעם האט כנסת ישראל נישט מוחל געווען מרדכי הצדיק פאר די קוים אפאר טעג אנגעצויגנקייט וואס ער האט אנגעברענגט, כאטש וואס ער האט געברענגט די ישועה, און דורכדעם איז כלל ישראל פטור געווארן פונעם גיפטיגן שלאנג המן הרשע וואס האט זיך געדרייט ביים מלך אין הויף, און די אידן האבן באקומען א געלעגנהייט צו אומברענגען אלע זייערע שונאים אין די גאנצע וועלט!

טא וואס זאלן מיר זאגן אויף די אנגעצויגנקייט וואס די רשעים די ציונים ברענגען אונז אן די לעצטע באלד 80 יאר? סיי זיי זענען רשעים נישט צדיקים, סיי זי מיינען נישט לשם שמים נאר פארקערט, סיי עס קומט נישט ארויס קיין גוטס דערפון נאר פארקערט, סיי זיי זענען מתגרה באומות באופן נורא, די גאנצע ראקעטן, רציחות, שחיטות מיט אלעס קומט דאך צוליב זיי, קיינער האט ענק נישט געבעטן אהערצוקומען, און נישט זיך אננעמען, און נישט העלפן. אבער דאך איז מען זיי אלעס מוחל...


זיי נישט נהנה פון א זאך וואס פייערט זיג קעגן השי"ת

די גמרא זאגט מפני מה נתחייבו שונאיהם של ישראל שבאותו הדור כלי', מפני שנהנו מסעודתו של אותו רשע, כלל ישראל איז נתחייב געווארן כלי' רח"ל צוליב'ן נהנה זיין פון די סעודה פון אחשוורוש, אלע עסן ביים סעודה איז געווען כשר, און דאס וואס די אידן זענען נאכדעם נגרר געווארן צו עבירות איז שוין נאר אלץ עבירה גוררת עבירה, אבער נתחייב זענען זיי געווארן צוליב נהנה זיין מסעודתו של אותו רשע, וואס איז די איסור דערפון? פארוואס ווערט מען דערפאר נתחייב כלי' רח"ל?

נאר, די גמרא זאגט אין מסכת מגילה אז אחשוורוש האט געמאכט די סעודה ווייל ער האט זיך געמאכט די חשבון אז מער גייען די אידן נישט ארויס פון זיין הערשאפט, ער האט געמאכט די חשבון פון 70 יאר (און זיך מיאוס פאררעכנט) און באשלאסן אז דאס איז עס, משיח קומט שוין נישט עפ"ל, און דערפאר האט ער געמאכט א גרויסע סעודה. דערפאר ווען אידן זענען נהנה פון אזא סעודה – אפילו מען עסט אך ורק נאר כשר'ס, דאך איז מען נתחייב געווארן כלי' רח"ל, ווייל וואס זוכסטו ביי אזא סעודה?

נו כל שכן וכל שכן נהנה זיין און זיך מיטפרייען מיט די מלכות המינות וואס איז כופר בביאת המשיח, וואס די גאנצע רעיון הציוני איז איין שטיק כפירה ומרידה במלכות שמים ובביאת המשיח, עס שרייט אויס כפירה במשיח, און שרייט אויס לית דין ולית דיין נאר אלעס ווענדט זיך חלילה בזרוע בשר, נו וואס פאסירט רח"ל אויב מען פרייט זיך מיט מיט דעם, אן מען איז נהנה דערפון?


די שבטים האבן מורא געהאט זיי וועלן נהנה זיין פון פרעה

אין על הגאולה אות פ' פרענגט דער רבי יוסף הצדיק האט געזאגט פאר די שבטים אל תראו, אנכי אכלכל אתכם ואת טפכם, די שבטים האבן דען מורא געהאט פאר עסן? דאס איז געווען זייער דאגה? זיי האבן זיך געדארפט פארלאזן אויף יוסף הצדיק? און יוסף, וואס זאגט ער אנכי אכלכל אתכם? זאג דער אויבערשטער וועט ענק שפייזן, וואס איז דאס "איך" וועל ענק שפייזן?

זאגט דער רבי די שבטים האבן געוויסט אז השי"ת גייט זיי נישט פארלאזן און גייט זיי צושיקן עסן, אבער זיי זענען געווען באזארגט וויאזוי וועט עס אנקומען צו זיי? וועט עס גיין דורך פרעה? אויב יא קען דאך זיין אז עס זאל אריין גיין דער כח הפועל בנפעל און זיי וועלן שפירן א געוויסע הכרת הטוב צו אים און וועלן נישט קענען באקעמפפן זיינע כוחות הטומאה, דערפאר האט זיי יוסף הצדיק בארואיגט אל תראו, אנכי אכלכל אתכם, די השפעה וועט קומען דורך א צדיק, און נישט דורך א רשע.


נישט נעמען די גאולה פאר די צייט איז זייער א שווערע נסיון

שטייט אין מדרש רבה פשת בא אז ביי מכת חושך האט די גאנצע פמליא של מעלה מסכים געווען צו די מכה, און די מפרשי המדרש זענען מסביר אז ביי אלע מכות זענען געווען צוויי זייטן, די מקטריגים האבן זיך קעגנגעשטעלט אז די מכה זאל נישט קומען, און די מיימינים האבן געזאגט ס'זאל יא קומען די מכה, משא"כ ביי מכת חושך האבן אלע מסכים געווען עס זאל קומען.

לכאורה איז זייער שווער, פארוואס עפעס האט דער שר פון די מצריים, און די ס"מ וחיילותיו מסכים געווען אויף מכת חושך? ביי אלע מכות האבן זיי זיך קעגנגעשטעלט, אבער פונקט דא ביי מכת חושך האבן זיי נאכגעגעבן אז עס זאל קומען?

זאגט דער רבי אין על הגאולה אות ל"ז, ביי מכת חושך איז געווען א מורא'דיגע נסיון אויף כלל ישראל ארויס צו גיין פון מצרים פאר די צייט, אדער כאטש שעדיגן די מצריים, זיי זענען דאך אלע געווען געלעמט, און די אידן האבן געקענט מיט זיי טון כטוב בעיניהם, און אויב די אידן וואלטן דאס געטון וואלט זיי געווען ביטער! ווייל מען טאר נישט ארויסגיין פון גלות פאר די זמן, ווי די תרגום יונתן זאגט אז די אידן זענען פסח ביינאכט געפלויגן קיין ארץ ישאל שחט'ן און עסן דעם קרבן פסח און צוריק געקומען קיין מצרים ווייל מען האט נישט געטארט ארויסגיין אפילו איין מינוט קודם הזמן, און דערפאר האט די ס"מ מסכים געווען אויף מכת חושך ווייל די מקטריגים האבן געהאלטן אז די אידן גייען נישט קענען ביישטיין דעם נסיון!


דער שטן איז גרייט אויף זעלבסטמארד כדי אוועק צו נעמען אפילו איין איד פון עולם הבא

דער רבי ברענגט אינעם הקדמה אז ביי איוב האט דער שטן געדארפט זייער שווער ארבעטן צו דערהאלטן איוב ביים לעבן, השי"ת האט אים געגעבן רשות צו טון אלעס פאר איוב, אבער נישט אים הרג'ען, און חז"ל זאגן אונז אז עס איז אנגעקומען אזוי שווער פארן שטן אזש "גדול צערו של שטן יותר משל איוב"! דער שטן איז ממש געווען א זעלבסטמערדער, ער האט זיך אריין געלייגט אין א שוידערליכער צער, אלעס פארוואס? להטריד איוב מחיי העולם הבא... דער שטן איז זיך מוסר נפש כדי צו ברענגען א מענטש צו חירוף וגידוף רח"ל.

און דער רבי ענדיגט צו מיט ציפעדיגע ווערטער, דער שטן האט טאקע מסירות נפש דערפאר, אבער ווען מיר וואלטן ווען געהאט אפילו א טויזענסטל אזא מסירות נפש למען כבוד ה' יתברך ווי די מסירת נפש וואס דער שטן האט מחטיא צו זיין א מענטש וואלטן מיר אים באזיגט, מיר דארפן נאר א טויזענסטל פון זיין מסירות נפש אויף פארקערט און מיר גייען ארויס זיגרייך! אבער ליידער ליידער האבן מיר דאס נישט באוויזן...


די גרעסטע צדיקים קענען פארבלענדט ווערן פאר פחד, און עס וועט זיי דאכטן אז זיי טוען גאר דעם רצון ה'

אין שו"ע חו"מ סי' י"ד ווערט גע'פסק'נט, עשיר מוחזק ואלם בעירו מוציאין אותו לדין בעיר אחרת אע"פ שהב"ד שבעירו יותר גדול, אן עושר א גבר אלים פירט מען אוועק די דין תורה פון זיין שטאט און מען טראגט עס צו אן אנדערער בית דין, אפילו אויב די בית דין אין זייט שטאט איז א גרעסערער בית דין און באשטייט פון גרעסערע תלמידי חכמים ויראי השם, מען רעדט דאך דא פון גדולי עולם אין די צייטן פון די ראשונים ואחרונים, און דאך ווערט גע'פסק'נט אז אן אלים פירט מען אוועק פון דארט, מען האט זיי נישט חושד געווען אין נעמען שוחד אדער אין עובר זיין אויף לא תטה משפט, אבער דאך, אלימות ברענגט אריין אזא שוחד אונטערן באוואוסטזיין, און קינער זוכט זיך נישט צו פארטשעפען, דערפאר וועט מען האבן א נטי' אים ריינצואוואשן.

שטייט אין מדרש רבה ר' שמואל בר נחמינו זאגט אלעס וואס דער גדול הדור טוט טוט דער גאנצער דור, וויאזוי ארבעט עס? זאגט ער, דער נשיא איז עס מתיר, זאגט דער אב בי"ד, אז דער נשיא איז מתיר וועל איך אסר'ן?! די דיינים זאגן, דער אב בי"ד איז מתיר זאלן מיר אסר'ן?! און די גאנצע דור זאגט בי"ד איז מתיר און מיר זאלן אסר'ן?! ווער איז שולדיג אז די גאנצע דור האט געזינדיגט? דער נשיא וואס ער האט עס ערשט געטון. אזוי זאגט די מדרש.

עס איז דאך פחדים נוראים! מען רעדט דא פון בית דין הגדול, מען רעדט דא פון די בית דין וואס האט מתקן געווען אלע תקנות חז"ל, אלעס אלעס אלעס, די גאנצע תורה האבן זיי איבערגעגעבן, דער רמב"ם זאגט אז די בי"ד איז געווען בכח אפצוהאלטן יעדע מכשול פון אריין דרינגען ביי כלל ישראל! און דא זעט מען אז זיי בייגן דעם דין? און זיי זענען גאר שולדיג אינעם עוון הדור, זאגט דער רבי יא, אפילו די גרעסטע בית דין ווערט משוחד פאר די רצון העם, די רצון העם לייגט דרוק אויף די מנהיגים און עס קען ברענגען זיי זאלן זיך טועה זיין אינעם דין.

שטייט ביי שאול המלך אז ער האט איבערגעלאזט אגג ביים לעבן און ער האט אים נישט גע'הרג'עט, האט דער נביא אים געפרעגט פארוואס האסטו אים געלאזט לעבן? האט שאול המלך געענטפערט אז ער האט געלאזט די בהמות ביים לעבן צו ברענגען קרבנות, פרעגט אים דער נביא דארף דען השי"ת קרבנות? דער אויבערשטער האט דאך געהייסן אלעס הרג'ען, פארוואס האסטו נישט געפאלגט? האט שאול המלך געענטפערט כי יראתי את העם, איך האב מורא געהאט פונעם פאלק.

שאול המלך האט מורא געהאט פונעם פאלק נישט צו הרג'ען די בהמות און אגג?! שאול המלך האט צוליב פחד פארן פאלק נישט געפאלגט א בפירוש'ע ציווי פונעם אויבערשטן?! נאכמער, ווען שמואל הנביא פרעגט אים פארוואס האסטו נישט גע'הרג'עט פארוואס האט ער נישט גראד געענטפערט ווייל איך האב מורא געהאט, וואס דרייט ער מיט די צונג ווייל כ'האב געוואלט מקריב זיין קרבנות?

זאגט דער רבי שאול המלך האט חלילה נישט געטוישט פונעם ציווי ה' צוליב מורא פונעם פאלק, נאר שאול המלך האט באמת געהאלטן אז ער טוט גוט און ריכטיג מיט לאזן לעבן די בהמות און אגג מיטן תירוץ פון עס נוצן פאר קרבנות, אבער ווען שמואל האט אים פארגעהאלטן און געזאגט השי"ת דארף נישט קיין קרבנות פון די בהמות פון עמלק, האט זיך שאול המלך געכאפט, וויאזוי טאקע האב איך געמאכט אזא טעות און איך האב מיר איינגערעדט אז איך טו עס גאר לשם שמים?! הערשט דאן האט זיך שאול המלך געכאפט אז דאס איז געקומען נאר כי יראתי את העם הזה... אונטערן באוואוסטזיין האט ער מורא געהאט פונעם פאלק און ער האט זיי געוואלט געפעלן, און דאס האט געברענגט אז זיינע אויגן זענען פארבלענדעט געווארן אזש ער האט געמיינט אז ער טוט גאר א מצוה.


מען איז מטהר טמאים ומטמא טהורים אז מען זאל נישט נאכגעשלעפט ווערן

די גמרא אין ברכות דף סג. ברענגט א מעשה, חנינא בן אחי רבי יהושע האט געוואוינט אין ארץ ישראל, ער האט פארלאזט ארץ ישראל און איז געקומען קין חו"ל, און ער האט עדות געזאגט אויף זיך אז עס איז שוין נישט געבליבן אין גאנץ ארץ ישראל אזא גרויסע תלמוד חכם ווי אים, און ער האט מקדש געווען די חודש אין חו"ל, האט מען נאכגעשיקט נאך אים צוויי תלמידי חכמים וגדולי הדור וואו ער איז געגאנגען, רבי יוסי בן כיפר און בן בנו של זכריה בן קבוטל, און אלעס וואס ער האט מטמא געווען האבן זיי מטהר געווען, און וואס ער האט מטהר געווען האבן זיי מטמא געווען, ער האט גע'אסר'ט זאכן און זיי האבן מתיר געווען, זיי האבן גע'פסק'נט שאלות פונקט פארקערט ווי אים.

האט ער זיי געפרעגט פארוואס זאגט עטץ אלעס פארקערט ווי מיר? האבן זיי געענטפערט ווייל דו ביזט קובע די חודש אין חו"ל, פרעגט די גמרא וויאזוי האבן זיי געמעגט מתיר זיין א זאך וואס ער האט מטמא געווען, די הלכה איז דאך אז חכם שטמא אין חברו רשאי לטהר אסר אין חברו רשאי להתיר, ענטפערט די גמרא זיי האבן נישט געוואלט מען זאל נאכגעשלעפט ווערן נאך אים.

זעט מען ווי די חכמים האבן גענומען אזעלכע שארפע מיטלען קעגן א ריזיגע תלמיד חכם, פון די תנאים! און מען האט אלעס גע'פסק'נט פונקט פארקערט ווי אים אן אפילו מטהר געווען וואס ער האט מטמא געווען, פארוואס? ווייל ער האט געטון "איין" זאך שלא כדין, און מען האט מורא געהאט אז אויב מען וועט לאזן זיינע פסקים אין אנדערע תחומים וועלן מענטשן נאכגעשלעפט ווערן נאך אים.

זעט מען פון דעם סיי ווי שטארק שוחד ארבעט, אז אפילו די גדולי הדור קענען בייגן דעם משפט לטובת דעם גבר אלים ביי אים אין שטאט, און מען דארף צוקומען צו אפילו א קלענערע שוואכערע בית דין אין אן אנדערע שטאט צו פסק'ען אזא דין תורה ווייל זיי זענען נישט משוחד און זיי האבן נישט מורא פאר די אלימות, און ווי אויך זעט מען ווי שארפע מיטלען חז"ל האבן אנגענומען קעגן איינער וואס טוט א זאך שלא כהלכה כאטש ער איז א ריזן תלמיד חכם און איז א תנא, אבער דאך האט מען חושש געווען אז מענטשן וועלן נאכגעשלעפט ווערן נאך אים.


"באקעמפפן פון אינעווייניג" געט זיי נאר לעגיטימיטעט

יעדער זאל פאר זיך מאכן דעם חשבון, וועלכע וועג איז בעסער, אויפטון פון אינעווייניג אדער נישט? מען קען עס זען ביי די אראבישע חברי כנסת המים, זיי ווילן אויך אויפטון פון אינעווייניג, שטערט איינעם אז זיי זענען אין כנסת? אדער פארקערט, מען האט הנאה... אוודאי האט מען הנאה, און מען פאסמאקעוועט זיך מיט יעדע מאל וואס זיי זענען אויך מודה אז כאמאס איז ברוטאל וכדומה, איי זיי זענען נישט גרייט צו פארדאמען כאמאס? זיי נעמען זיך אן פאר די פאלעסטינער? אבער דאך, קיינער הערט זיי נישט אויס זייערע מחאות, מען נעמט נאר ארויס פון זיי חיזוק אויף ווען מען דארף אז אפילו זיי זענען אויך מודה אז דאס און דאס איז שוין צופיל...

נו, צי זעען דען די חרי'שע חכי"ם אויס אנדערש? הערט זיי דען איינער אויס? איז איינער אנטערעסירט אין וואס זיי האבן צו זאגן? און אפילו אויב מען געט זיי יא נאך געלט און אפילו אנדערע מינדערוויכטיגע זאכן, אבער דאך זענען זיי דאך אליינס מודה אז זיי קענען נישט אדורכברעכן דיוס, זיי "גייען" קענען, וכדומה... אבער דערווייל געבן זיי נאר חיזוק פאר די מדינה הטמאה, ווען די מדינה קען שטאלצירן אז אפילו די חרדים נעמען א געהעריגע טייל אין די מדינה און אלע אירע חוקים. עניוועיז, לאמיר נישט מאריך זיין דא...


וואס זאל מען יעצט טון? – עס איז גארנישט אזא תמימות'דיגע פראגע

וואס זאל מען יעצט טון? די באקאנטע פראגע וואס נאך יעדע מאל מען איז מסביר פארוואס מען טאר נישט טון וואס די רשעים טוען הערט מען דאס, האב איך געזען אין א גליון פון ר' נתן יוסף מייזעלס אז דאס אליינס ווייזט שוין וואו דער פרעגער צילט, דער שואל צילט עפעס טיפער מיט די פראגע, ער פרעגט נישט תמימות'דיג א שאלה, נאר אונטער די שאלה ליגט א תירוץ, א די ציונים מוזן און מעגן טון אלעס ביכלתם זיך צו פארטיידיגן, וואס דען? זיך לאזן שחט'ן?

קודם קען מען אנהייבן מיט די באקאנטע משל פונעם בעל עגלה וואס האט יארן לאנג געהאט א מאנאפאל אויף טעקסי סערוויס ביי זיך אין שטאט, ויהי היום און א נייער בעל עגלה איז אנגעקומען אין שטאט, און ער האט צוגעשטעלט בעסערע סערוויס און ער האט אוועקגעכאפט אסאך קאסטומערס, האט דער אלטער בעל עגלה געלאזט רופן דעם נייעם בעל עגלה און אים מסביר געווען אז סעיפטי איז דאך פוירסט, טא ער גייט אים פארהערן צי ער ווייסט וואס מען דארף טון אין פארשידענע מצבים, און אויב וועט ער אלעס וויסן וועט ער ווייטער מעגן אננעמען רייזנדע, אבער אויב וועט ער ניש וויסן וועט ער פשוט פאר די וואוילזיין פון די איינוואוינער מוזן פארלאזן דאס מקום.

שוין, דער נייער בעל עגלה האט מסכים געווען, און ער האט אים אנגעהויבן פרעגן, וואס טוט מען אויב די וואגן פאלט אריין אין א טיפע בלאטע, אן מען קען זיך נישט ארויס זען? דער נייער בעל עגלה ענטפערט א גאנצע ליסטע מיט טריקס וואס ער האט, ער קיצלט די פערד'ס אויער מיט א מייער און דאס ברענגט ער זאל שטערקער לויפן, ער האקט אים מיט א ליקעריש אויפן גענאק, בקיצור, ער האט זיך זיינע מהלכים צו מאכן די פערדן פאלגן.

פרעגט אים דער אלטער בעל עגלה אוןווס טוט מען אויב דער פערד איז אין אזא טיפע בלאטע אז די אלע טריקס העלפן נישט? נישט שטויסן, נישט ליקעריש, נישט שטריק, גארנישט. האט דער נייער בעל עגלה געמוזט מודה זיין ער ווייסט נישט, און שוין, בבושת פנים האט ער געמוזט פארמאכן זיין נייע ביזנעס, אויפן וועג ארויס פון שטאט ווילנדיג וויסן וואס צו טון אזא פאל פרעגט ער דעם אלטן בעל עגלה וואס טאקע טוט מען אזא פאל? ענטפערט ער אים אזא פאל איז שוין נישטא וואס צו טון, מען דארף זען לכתחלה נישט אנצוקומען צו אזא מצב.

יעצט אנקומען און אריין שפרינגען אינמיטן א מעשה און פרעגן וואס דארף מען יעצט טון, יעצט איז צי שפעט, על פי דרך הטבע איז יעצט נישט דא קיין שום מהלך וויאזוי עס זאל נישט קאסטן א טייערער פרייז, אלעס וואס מען וועט יעצט פראבירן וועט קאסטן א טייערער פרייז, אבער אונזער אויפברויז דארף זיין געריכטעט אויף די וואס האבן אונז לכתחלה אריין געדרייט אין דעם ביטערן פעקל.


רמב"ן: מלחמה איז קיין אפציע, אויב נאכן זיי אלעס נאכגעבן העלפט עס נישט דארף מען אנטלויפן

דער רמב"ן זאגט אויף יעקב אבינו אז ער האט אונז אויסגעלערנט וויאזוי צו האנדלען מיט די גוים אין גלות, מיר דארפן פראבירן מיט דורון, תפילה, און מלחמה, זאגט דער רמב"ן דורון מיינט פשוט פראבירן צו פארהאנדלען און שתד'לען, זיי נאכגעבן וואס זיי ווילן, תפילה איז דאך פשוט פשט עס מיינט דאווענען צום אויבערשטן, מלחמה זאגט דער רמב"ן דאס מיינט לברוח ולהינצל, דאס מיינט אנטלויפן, ווייל מיר זענען באשוואוירן אין גלות אז מיר טארן נישט מלחמה האלטן קעגן די גוים.

דער נודע ביהודה פסק'נט להלכה אז בזמן הזה איז נישט דא אזא זאך ווי א מלחמה על פי תורה, ווייל א מלחמה דארף זיין מינימום דורך א מלך, און בזמן הזה אין לנו לא מלך ולא חלוצי צבא, און דערפאר איז די גאנצע מושג פון מלחמה נישט שייך.

מען קען הערן פון מאנכע ארויפברענגען די רמב"ם, אז גויים שצרו על עיירות ישראל אפילו לא באו אלא על עסקי תבן וקש, יוצאין עליהן בכלי זין ומחללין עליהן את השבת, נו לויט דעם מעג מען דאך ארויס גיין מלחמה האלטן מיט די גוים, און ער זאגט נאך עס איז א מצוה! כאילו דאס האט עפעס מיט די היינטיגע מעשי הציונים.

דאס איז אבער נאר ביי גוים שצרו, א גרופע גוים, א גרופע ליסטים, וכדומה, וואס זיי באלאגערן און קומען מלחמה האלטן מיט אידן, דעמאלט מעג מען און מען דארף זיך פארטיידיגן און זיי אפשלאגן, אבער דאס איז פשוט אז עס איז נישט דא קיין שום היתר צו גיין מלחמה האלטן קעגן זיי אין זייער שטאט כדי זיי זאלן נישט קענען קומען זיך קריגן מיט די אידן, מען מעג זיך בלויז פארטיידיגן, נישט יענעם אטאקירן.

אבער חוץ מזה איז עס נאר מותר קעגן א גרופע גוים, נישט קעגן אן אומה, ווייל ארויס גיין קעגן אן אומה איז דאך אסור צוליב די שבועה שלא ימרדו באומות, און דער מהר"ל נעמט דאך אן להלכה אז מען איז מחויב זיך מוסר נפש צו זיין כדי נישט עובר זיין אויף די שבועה, און אפילו די אומות פראבירן כופה צו זיין בכפי' של מיתה מען זאל מאכן אן אייגן לאנד איז מען מחויב זיך צו לאזן הרג'ען און נישט עובר זיין.


א מצוה פאר די פרייע פורקי עול...

און לאמיר שוין יא זאגן אז על פי הלכה איז דא פארהאן א היתר צו אטאקירן די גוים, און עס איז א מצוה על פי הלכה, האבן מיר דא א מורא'דיגע היכא תמצא, דער אויבערשטער האט געגעבן א מצוה אין די תורה וואס נאר די פרייע זאלן מקיים זיין, די ערליכע אידן שומרי תורה ומצוות וועלן קניפן ציצית און טיילן עסן פאר די פרייע חיילים וואס וועלן מקיים זיין די "מצוה" פון ראטעווען די אידן פון די גוים שצרו...

די וואס גלייבן נישט אין די תורה, און פרעגן נישט קיין רבנים וואס צו טון, עס גייט זיי נישט אן וואס די הלכה זאגט, און זיי עסן נבילות וטריפות, זיי פירן א גענצליך פרייע לעבנסשטייגער, זיי זענען די וואס זאלן מקיין זיין די "מצוה" פון ראטעווען די אידן, און די ציבור יראים ושלמים לאזן ארויס די געלעגנהייט פון מקיים זיין אזא גרויסע "מצוה" און לאזן עס פאר די פרייע...
פון וועמען מאכט מען ליצנות דא? וועמען פראבירט מען איינצורעדן אז מען האלט אז עס איז א מצוה? מען מאכט חוזק נאר פון זיך אליינס און פונעם אויבערשטן!


נע, דאס האט דער רבי נישט געמיינט...

און עס איז גוט מסיים צו זיין מיט די ווערטער פון רבינו הקוה"ט זי"ע אין על הגאולה אות פ"ה, אז ביי יעדע מלחמה און ביי יעדע מעשה קומען אפיר מענטשן וואס טענה'ן אז "דאסמאל איז אנדערש" "דאס האט מען נישט געמיינט" וכדומה, כאטש עס איז די זעלבע עבודה זרה ווי דעמאלט, נאר עס טוט זיך אן עטוואס אן אנדערן לבוש, דאך קומט מען גראד שרייען אז נע, נישט דאס האט דער רבי געמיינט.

זאגט דער רבי הער זיי נישט אויס! גארנישט האט זיך נישט געטוישט, דער אוהחה"ק ברענגט אז די מסיתים ומדיחים זענען אין אלע דורות געקומען מיט א נייע ע"ז, און געזאגט אז ווען דיינע עלטערן האבן דיר געווארנט קעגן ע"ז האבן זיי נישט גערעדט פון "דעי" ע"ז, די ע"ז האבן זיי נישט געוואוסט, נישט דאס האבן זיי געמיינט, זיי האבן נאר געמיינט די ע"ז פון זייערע צייטן... זאגט דער אוהחה"ק הער זיי נישט אויס! עס איז אלעס די זעלבע נאר מען איז עס מלבש אין א צווייטע לבוש און מען פראבירט עס מכשיר צו זיין בק"נ טעמים.


*

מליצה ישרה אויף כלל ישראל

צום שלוס פונעם הייליגן ספר על הגאולה ברענגט דער רבי א מליצה ישרה אויף כלל ישראל, און איך וועל עס נאכברענגען כאטש צו ענדיגן מיט א גוטן טעם אין מויל.
עס שטייט אין ירמי' "ההימיר גוי אלקים והמה לא אלקים ועמי המיר כבודו בלוא יועיל", קיין איין פאלק פארטוישט נישט זיער גאט, און דא האט מיין פאלק פארטוישט זייער גאט בלא יועיל – כאטש זיי פארדינען דערפון גארנישט, און דאס איז לכאורה זייער א הארבע באשולדיגונג קעגן כלל ישראל. שטייט אין מדרש אז די פסוק האט געזאגט מלאך מיכאל – דער שר של ישראל, איז דאך זייער שווער, פארוואס זאל מלאך מיכאל זיין דער וואס זאגט אזא שווערע באשולדיגונג אויף כלל ישראל?

לעתיד לבוא שטייט אז די אומות העולם וועלן האבן טענות אויף השי"ת פארוואס ביזטו אונז נישט מקבל? וועט דער אויבערשטער ענטפערן ווייל איר זענט זינדיג, וועלן זיי צוריק פרעגן און כלל ישראל איז דאך אויך זינדיג, און דער אויבערשטער וועט ענטפערן אחות לנו קטנה, די אידן זענען ווי קטנים, און א קטן רעכנט מען נישט זיינע חטאים.

נאכמער שטייט, אז לעתיד לבוא ווען דער אויבערשטער וועט וועלן געבן שכר ועונש וועלן די מקטריגים ברענגען די עבירות פון די אידן און פארלאנגען אן עונז, וועט דער אויבערשטער ענטפערן כי קטן יעקב ודל, און מען רעכנט נישט חטאים פון א קטן, און ווען עס וועט קומען צו געבן שכר גייען די מקטריגים שרייען זיי זענען דאך קטנים טא רעכן נישט זייערע מצוות, וועט השי"ת זאגן בני בכורי ישראל.

ביי קריעת ים סוף איז דער שטן געקומען מקטרג זיין אז די אידן האבן געדינט עבודה זרה, האט דער אויבערשטער געענטפערט "שוטה שבעולם" זיי האבן נישט געדינט מדעתם נאר מתוך שעבוד וטירוף הדעת, פרעגט דער פרשת דרכים די שטן איז א שוטה שבעולם פארן ארויסרוקן אזא טענה קעגן כלל ישראל? ער האט דאך אויבנאויף א גוטע טענה.

שטייט אין ישמח משה אז לכאורה איז דאך א איד וואס טוט סיי וועלכע עבירה א כופר, אויב גלייבט ער אז השי"ת זעט אלעס און ווייסט אלעס וויאזוי קען ער זיך טרויען צו זינדיגן?! און אויב גלייבט ער נישט איז ער דאך א כופר, ענטפערט ער עס מיט די חז"ל אין אדם חוטא אלא א"כ נכנס בו רוח שטות, און אויף א שוטה פרעגט מען נישט קיין שכל'דיגע קשיות, ער קען זיין א מאמין, אבער די רוח שטות שטופט אים צו טון וואס ער טוט.

דאס איז זייער גוט אויב ווען מען קלערט אים אויף אז ער האט געטון אן עבירה טוט ער תשובה, דערמיט ווייזט ער אז די חטא איז געווען מכח רוח שטות, נישט חלילה ווייל ער גלייבט נישט אין השי"ת, דערפאר האט השי"ת געענטפערט פאר די ס"מ שוטה שבעולם – דו ביזט דאך דער וואס גייט ארום און לייגט אריין אין זיי א רוח שטות צו זינדיגן, און יעצט אז זיי האבן תשובה געטון ווייזט עס אז זיי טוען עס נישט מרצון נאר מתוך טירוף הדעת.


עפ"י שכל שטימט נישט די רוח אין גאס, איז עס א באווייז אז עס איז נאר א רוח שטות

און דערפאר איז מלאך מיכאל דער וואס האט אויפגעברענגט די טענה אז כלל ישראל פארטוישט השי"ת בלא יועיל – כאטש זיי פארדינען דערפון גארנישט! דאס ווייזט דאך אז עס האט נישט קיין שום שכל'דיגע ערקלערונג, נאר עס איז א רוח שטות וואס דער שוטה שבעולם האט אריין געלייגט אין זיי, און דאס איז א מליצה ישרה אויף כלל ישראל אז זיי זענען נישט קיין חוטאים חלילה, נאר עס איז די שטן וואס ברענגט אריין אין זיי א טירוף הדעת.

ענדיגט דער רבי צו, יעצט קוק אין אונזער מצב השפל, האט עס דען א פינטל פשט פארוואס מענטשן שומרי תורה ומצוות, מדקדקים בקלה כבחמורה, אפילו אזעלכע וואס אנערקענען אין טומאת הציונית, און זיי ווייסן אז אלע מעשים פון די ציונים זענען להסית ולהדיח, און פלוצלונג רעדן זיי ווי ציונים נבהקים ונלהבים, ביים דאווענען שרייט ער איש בער לא ידע וכסיל לא יבין את זאת בפרוח רשעים כמו עשב ויצוצי כל פעלי עון, און ער כאפט בכלל נישט אז ער איז טאקע דאס – ער איז דער סאמע כסיל וועמען ער פארשרייט אזוי ביים דאווענען בקול רם! ער ווערט פלוצלונג נתפעל פון די הצלחת הציונים!

יעדער איינער ווייסט דאך אז שטנא נצח, יעדער ווייסט אז די שטן קען איבערדרייען, הצלחת הרשעים איז א דבר פשוט, און פלוצלונג כאפט ער א התפעלות דערפון, וויאזוי איז מעגליך אז איינער וואס ווייסט די אמת, און ער פארשטייט די אמת, זאל פלוצלונג פארכאפט ווערן אין די גייסט פון ציונית!

מען רעדט נישט פון די וואס האבן שוין לאנג די ציונית ביי זיך אין הארץ, און מען רעדט ניטאמאל פון די וואס נעמען געלט און כבוד וואס זיי האבן כאטש א סיבה נאכגעשלעפט צו ווערן דורך די שוחד וכדומה, אבער מען רעדט דאך דא פון היימישע אידן מתנזרים פון ציונית מכל וכל, און פלוצלונג ווערן זיי פארכאפט, נאר דאס איז א נס פון די ס"מ אז ס'געלונגט אים זיי אריין צו כאפן! יא! ממש א נס! ווייל עס לייגט זיך נישט אויפן שכל...

און דערפאר איז דא אויף דעם א מליצה ישרה אויף כלל ישראל, אז מען זעט אז עס האט באמת נישט קיין שום הסבר על פי שכל פארוואס מען זאל פארכאפט ווערן אין ציונית, אויסער דאס אז די ס"מ איז מכניס א רוח שטות און מאכט בלינד דעם מענטש נישט צו זען די אמת, און דערפאר – ווי מער אויפפאלענד עס איז – אלץ א גרעסערע מליצה ישרה איז עס, און אלץ א גרעסערע באווייז איז עס אז כלל ישראל וויל זיין גוט, און עס איז נאר די רוח שטות וואס ברענגט צו די רוח הציונית אין די היימישע גאס.
*


יותר ממה שקראתי לפניכם כתוב כאן, ביים דאס איבערקוקן האב איך אויפגעפאסט נאך פילע זאכן וואס איך האב ניטאמאל אנגעיאגט אראפ צו שרייבן, נעמט נישט ארויס פון דא גארנישט הלכה למעשה, נאר בלויז התחזקות אין עיקרי ויסודות האמונה, און יעדער זאל אליין אדורכלערנען די ספרים פון רבי'ן און ארויסגיין מיט א קלארקייט איבער די יסודי הדת.
אוועטאר
געשמאקע קוקיס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 5:18 pm

Re: גרויזאמע כאמאס שמחת תורה שחיטה אנטדעקט שוידערליכע לעכער אינעם שוץ מויער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקע קוקיס »

wow wow wow
אוועטאר
באשיינפערליך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4629
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע: וואו דו ווילסט נאר...

Re: גרויזאמע כאמאס שמחת תורה שחיטה אנטדעקט שוידערליכע לעכער אינעם שוץ מויער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

יעצט זעמער געוואויר געווארן וואו @פאליטישע עקספערט האצעך געפונען די לעצטע פאר טעג, ביים קיבאורד…

איך האב עס נאכנישט דורכגעליינט, פאר דעם ברויכט מען האבן א רואיגע שעה, אבער פארן אריינלייגן אזויפיל כוחות קומצעך דיר שוין א ;l;p-
אוועק מיט אלע אינספיראציע אונטערשריפטן, כאטש ביז ניסן…

ח… פאר פ… דעציט!
תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6277
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: גרויזאמע כאמאס שמחת תורה שחיטה אנטדעקט שוידערליכע לעכער אינעם שוץ מויער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

אה, אה, די "חיי שרה" תורה!
# לשון קדשו.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: גרויזאמע כאמאס שמחת תורה שחיטה אנטדעקט שוידערליכע לעכער אינעם שוץ מויער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

@פאליטישע עקספערט מצידי, ביסטו מכובד פארצולערנען א שטיקל "ויואל משה" יעדן טאג. קאפי פעיסט, א שטיקל פונעם ספר, און זיי עס מסביר בטוב טעם ודעת פאר'ן גאנצן עולם דא. איך בין סובסקרייבט.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8067
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע: מלפנים @שמעון משה

Re: גרויזאמע כאמאס שמחת תורה שחיטה אנטדעקט שוידערליכע לעכער אינעם שוץ מויער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

כ'האלט נאך אינמיטן...

אבער האסט געטון א פיינעם דזשאב.

העמיר עס מוזן ארויספרינטן לכבוד שבת.
אוועטאר
הייליגע טאטע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 03, 2020 12:59 pm

Re: גרויזאמע כאמאס שמחת תורה שחיטה אנטדעקט שוידערליכע לעכער אינעם שוץ מויער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליגע טאטע »

נאכנישט געהעריג דורכגעליינט
אבער אויבערפעלכליך קוקט עס אויס זייער גוט
אגב איך וויל נאר צולייגן אויף וואס די שרייבסט אז יעדע מאל קומען אפיר מענטשן וואס זאגן "דאסמאל איז אנדערש"
איך האב אמאל געהערט א דרשה פון ר' יעקב שפירא שליט"א האט ער געזאגט אז ערגעץ און טוב לבב שטייט אז איינער איז געקומען אמאל צום רבי'ן זי"ע אז עס איז שוין נישט דא היינט קיין ציונות (איך געדענק שוין נישט פונקטליך וואס די שמועס איז געווען, איך האב עס פרובירט צו זוכן אבער נישט געטראפן)
והמבין יבין
אז דו טוסט א טובה פאר א צוווייטע מענטש זיי גרייט אז דו גייסט צוריק באקומען שטיינער
בעט אבער דעם אייבערשטן אז די שטיינער זאלן זיין קליינע נישט קיין גרויסע
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4415
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: גרויזאמע כאמאס שמחת תורה שחיטה אנטדעקט שוידערליכע לעכער אינעם שוץ מויער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

@פאליטישע עקספערט WOW!!
נאכנישט אנגעהויבען צו ליינען (לערנען..) אבער פון אראפסקראולען און זעהן אלע קעפלעך קומט זיך דיר שוין א טוץ מיט ;l;p- ;l;p- ;l;p- נעם וויפיל די ברויכסט,
מעט מן האור דוחה הרבה מן החושך, ענדליך א ריינע ווינקל איבער די גרויזאמע כאמאס שמחת תורה שחיטה

---

געזעהן פון איינעם אז אמאל איז געווען די נסיון פון ציונות בבחינת נסיון העושר (ניסים, נצחונות וכ''ו) משא''כ איצט קומט עס מער בבחינת נסיון העוני (נרדפים, סעלף-דיפענס, השכם להורגו וכ''ו)..

אזויווי מ'זעמער בייגעקומען די נסיון העושר בימים ההם (וואס איז שוין היינט ביי קיינעם ניטאמאל בגדר נסיון, די גאנצע כוחי ועצם ידי איז די ליצנות פון יאר 100 און די גאנצע הלל געזאגאכט'ס ליגט שוין פארשטויבט מיט חרפות אין די היסטאריע ביכער) וועל מיר בעז''ה אויך בייקומען די נסיון העוני, מען טאר זיך נישט פאלירען מיט סיי וואספארע לבושים די ס''ם פראבירט מיט אלע כוחות אריינצודרינגען חלילה א משהו אין אונזערע מוחות הארט פאר משיח קומט.
לעצט פארראכטן דורך אורח הכבוד אום דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 4:26 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
hoipt1
שר חמש מאות
תגובות: 855
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 6:02 pm

Re: גרויזאמע כאמאס שמחת תורה שחיטה אנטדעקט שוידערליכע לעכער אינעם שוץ מויער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך hoipt1 »

pdf?
פאר די געסט א שטעך טראכט אפשר איז עס מחר
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

Re: גרויזאמע כאמאס שמחת תורה שחיטה אנטדעקט שוידערליכע לעכער אינעם שוץ מויער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

א פאליטישע עקספערט גאר?

א עקספערט אין יסודות האמונה!
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4197
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: גרויזאמע כאמאס שמחת תורה שחיטה אנטדעקט שוידערליכע לעכער אינעם שוץ מויער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

hoipt1 האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 4:00 pm
pdf?
גא''מ
הַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה
אוועטאר
פרישוואסער
שר האלף
תגובות: 1855
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

Re: גרויזאמע כאמאס שמחת תורה שחיטה אנטדעקט שוידערליכע לעכער אינעם שוץ מויער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישוואסער »

בלייב געזונט האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 5:05 pm
hoipt1 האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 4:00 pm
pdf?
גא''מ
אטעטשמענטס
גרויזאמע כאמאס שמחת תורה שחיטה אנטדעקט שוידערליכע לעכער אינעם שוץ מויער - אידישע וועלט פארומס.pdf
(248.67 KiB) געווארן דאונלאודעד 82 מאל
לאנטש טיים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3561
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: גרויזאמע כאמאס שמחת תורה שחיטה אנטדעקט שוידערליכע לעכער אינעם שוץ מויער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

שיין מסדר געווען אויף א PDF
אטעטשמענטס
אנטדעקט שוידערליכע לעכער אינעם שוץ מויער.pdf
(217.78 KiB) געווארן דאונלאודעד 50 מאל
לעצט פארראכטן דורך לאנטש טיים אום מוצ"ש נאוועמבער 11, 2023 7:27 pm, פארראכטן געווארן 6 מאל.
אמעסידטשפארכללישראל
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2022 9:09 pm

Re: גרויזאמע כאמאס שמחת תורה שחיטה אנטדעקט שוידערליכע לעכער אינעם שוץ מויער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמעסידטשפארכללישראל »

זייער זייער גוט געשריבן. אפאר פארעכטיגונגען, למשל וועגן די ניסים פון די זעקס טאגיגע מלחמה, די רבי האט נישט געהאלטן אז ס'איז געווען ניסים בכלל. עס שטייט קלאר אז די רבי האט געהאלטן אז זיי האבן עס נאר געמאכט אויסקוקן ווי זיי זענען שוואך אין די שונא איז שטארק, געמאכט אסאך געוואלדעס אין די מידיע מען זאל זיי שיקן הילף, אבער באמת איז בכלל נישט געווען אזוי די מציאות. זיי האבן געהאט די כוחות בדרך הטבע צו געווינען. נישט געהאט מיט ניסים צוטאן.
אין צום לעצט, וואס איז דיין מעסידטש פאר כלל ישראל?
שפיי נישט אריין אין א ברינעם פון וואס די האסט געטרינקן.
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8590
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: גרויזאמע כאמאס שמחת תורה שחיטה אנטדעקט שוידערליכע לעכער אינעם שוץ מויער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

הפלא ופלא!! א מצוה פאר יעדן דורכצוליינען!
באזירט אויף פעלזן פעסטע יסודות און געשריבן מיט אן אש קודש!
כמותך ירבו!
(כ'האב עטליכע שאלות, אבער נישט פאר יעצט)
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
א שס איד
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 15, 2023 9:45 pm

Re: גרויזאמע כאמאס שמחת תורה שחיטה אנטדעקט שוידערליכע לעכער אינעם שוץ מויער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שס איד »

הערליך הערליך.....
איין הערה דאס וואס די גמרא ברענגט אין ברכות דף י' אז ברוריא האט געזאגט פאר ר' מאיר אז מען דארף מתפלל זיין אז די בריונים זאלן תשובה טון, ברענגט דער הייליגער מנחת אלעזר זי"ע אין דברי תורה אז עס איז קלאר אז מען פסק'נט נישט ווי ברוריא און ער ווייזט עס אויף מיט כמה וכמה ראיות, וביניהם אז אויף די זעלבע עמוד ברענגט די גמרא אז דוד אמר שירה כשראה במפלתן של רשעים שנאמר "יתמו חטאים מן הארץ וכו' ברכו נפשי את ה'" איז פשט אז מען לערנט די פסוק "חוטאים ולא חטאים", און ווי אויך רש"י הקדוש אין תהילים אויף די פסוק יתמו חטאים איז מפרש "חטאים חוטאים".
א גרויסן דאנק פאר דיין תוכנ'דיגע ארבעט.....
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8590
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: גרויזאמע כאמאס שמחת תורה שחיטה אנטדעקט שוידערליכע לעכער אינעם שוץ מויער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

יידישע קהילות האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 6:40 pm
הפלא ופלא!! א מצוה פאר יעדן דורכצוליינען!
באזירט אויף פעלזן פעסטע יסודות און געשריבן מיט אן אש קודש!
כמותך ירבו!
(כ'האב עטליכע שאלות, אבער נישט פאר יעצט)
איין שאלה פאר יעצט:
איז עפעס ראנג מיט א געפיהל פון שמחה ווען איך זעה א פרייע סאלדאט טוט זיך אן ציצית? אדער ווען איך זעה ווי פרייע מענטשן ביי א צוזאמקום לטובת די פארכאפטע זאגן אלע צוזאמען "שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד"?

לויט מיין קליינע הבנה איז דאך דאס א חילוק פון הימל ביז ערד, פון איינער וואס איז אינגאנצן אפגעריסן פון אמונה בה' צו איינער וואס איז האט שוין יא עפעס א שייכות. וממילא איז ער שוין נישט קיין מין ממש.

איך וויל צולייגן, די אלע וועלכע האבן רח"ל אין זייער נאנטע משפחה איינער וואס האט אפגעגליטשט פון דרך ל"ע, וועלן פארשטיין. אויב זאל קומען א בשורה אז פלוני האט זיך אנגעטוהן ציצית, אדער זאגט שמע ישראל אדער מאכט קידוש צוליב סיי וועלכע אומשטענדן אין זיין פערזענליכע לעבן, וואלטן נישט די משפחה מיטגלידער געהאט א גרויסע מאס שמחה דערפון?

הרב @פאליטישע עקספערט ביטע זאג מיר צו דער געפיהל לכשעצמו איז עפעס א פראבלעם?

א דאנק
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3552
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: גרויזאמע כאמאס שמחת תורה שחיטה אנטדעקט שוידערליכע לעכער אינעם שוץ מויער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

איך באוואנדער דיין זיץ פלייש, אזא לאנגע ארטיקל צו טייפן דארף מען קענען...
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
יוסלע דער רייסער
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 11, 2023 3:00 pm

Re: גרויזאמע כאמאס שמחת תורה שחיטה אנטדעקט שוידערליכע לעכער אינעם שוץ מויער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלע דער רייסער »

אוועטאר
מערכות הקודש
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 2:22 pm

Re: גרויזאמע כאמאס שמחת תורה שחיטה אנטדעקט שוידערליכע לעכער אינעם שוץ מויער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מערכות הקודש »

אורח הכבוד האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 3:28 pm


געזעהן פון איינעם אז אמאל איז געווען די נסיון פון ציונות בבחינת נסיון העושר (ניסים, נצחונות וכ''ו) משא''כ איצט קומט עס מער בבחינת נסיון העוני (נרדפים, סעלף-דיפענס, השכם להורגו וכ''ו)..
הגאון האדיר רבי יהושע דוד טורטשין שליט”א האט שטארק גערעדט איבער דעם.

viewtopic.php?p=4686076#p4686076
וכל הצרות והמלחמות האיומות שעברו על ישראל שמה הי רק בשביל קיומם של אותה המלוכה ואלו היו מוותרים עלי' לא הי' שם מלחמות וצרות ....א"כ המה הגורמים את המלחמות והצרות, ולא ההצלה.

ספר הק' על הגאולה ועל התמורה
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3212
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

Re: גרויזאמע כאמאס שמחת תורה שחיטה אנטדעקט שוידערליכע לעכער אינעם שוץ מויער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

יעצט גענדיגט ליינען

אויסגעבויעט און קלאר.

אשרינו שזכינו אז תשפ”ד זענען נאך דא אינגעלייט וואס קענען האלטן די קאפ גראד און די מחשבה קלאר בשיטת רבינו הקדוש זי”ע.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4415
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: גרויזאמע כאמאס שמחת תורה שחיטה אנטדעקט שוידערליכע לעכער אינעם שוץ מויער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

מערכות הקודש האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 10, 2023 12:08 am
אורח הכבוד האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 3:28 pm


געזעהן פון איינעם אז אמאל איז געווען די נסיון פון ציונות בבחינת נסיון העושר (ניסים, נצחונות וכ''ו) משא''כ איצט קומט עס מער בבחינת נסיון העוני (נרדפים, סעלף-דיפענס, השכם להורגו וכ''ו)..
הגאון האדיר רבי יהושע דוד טורטשין שליט”א האט שטארק גערעדט איבער דעם.

viewtopic.php?p=4686076#p4686076
שכוח פארן דערמאנען, דארט האב איך טאקע געזעהן דעם געדאנק.
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
האסט נייעס
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

Re: גרויזאמע כאמאס שמחת תורה שחיטה אנטדעקט שוידערליכע לעכער אינעם שוץ מויער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסט נייעס »

wow קלאר!
מיטלייד
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 2:07 pm

Re: גרויזאמע כאמאס שמחת תורה שחיטה אנטדעקט שוידערליכע לעכער אינעם שוץ מויער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטלייד »

האמיר עס ארויסגעפרינט נעכטן נאכט, און געלעזט, און עס איז מיר נישט איבערגעבליבן דערנאך נאר דריי ווערטער "דברים קילורין לעיניים".

ייש"כ
נ.ב. דערווייל נעם איך מעדעצין פאר ענקזייעטי, פאר מער קענט איר מיר אנפרעגן ברבים אדער אין אישי.
מארמאראש
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 05, 2016 8:57 am

Re: גרויזאמע כאמאס שמחת תורה שחיטה אנטדעקט שוידערליכע לעכער אינעם שוץ מויער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארמאראש »

יישר כח - שוין לאנג געווארט איינער זאל שרייבן איבער די הלכה'דיגע חלק, חזק ואמץ

און ב"ה פאר די געוואלדיגע סייעתא דשמיא פון צוטרעפן אזא קעפל וואס מאכט דעם ציבור אריינצוקומען דא...
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”