דער חזן איז געווארן הייזעריג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

דער חזן איז געווארן הייזעריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

דער רבי ר' אהר'לע פון טיטיעוו זצ"ל -אן אייניקל פון בעש"ט הק'- האט אזוי ווי אסאך צדיקים און גוטע אידן געהאדעוועט א יתומה ביי זיך אינדערהיים. און דער רבי ר' שלום פראהביטשער זצ"ל האט געהאדעוועט א יתום ביי זיך אין שטוב, וואס איז געווען אומגעפער אינעם זעלבן עלטער, האט זיך געטראפן געלונגענע שדכנים, וואס האבן צוזאמענגעשטעלט איינס מיט איינס, און די שידוך איז געווארן בשטו"מ צום פרייד פון אלע חסידים פון ביידע זייטן. ביידע מחותנים האבן אפגעשטימט א זמן החתונה.
ווען ס'איז אנגעקומען דער שבת פאר די חתונה, האט מען געפראוועט כנהוג א פרייליכער "שבת באווארפן" (אדער כלשון המהרי"ל שפינהאל"ץ) אינעם חתן'ס וואוין ארט פראהביטש, און דער מחותן מצד הכלה ר' אהר'לע, איז געקומען צופארן לכבוד די שמחה.
שבת צופרי, נעמט דער זיידע ר' שלום דעם חתן און גייט מיט אים אין שול אריין. אנקומענדיג אין שול, באפעלט דער ר"ר שלום פארן חזן זאל צוגיין צום ברעטל און אנהייבן דאס דאווענען. אבער דער חזן האט זיך אביסל געווערט, וויבאלד ר' אהר'לע איז נאך נישט געווען אין ביהמ"ד און ער האט זיך געפארכטן פון זיין הקפדה. האט דער ר"ר שלום אים געזאגט: האב קיין מורא נישט, וויבאלד איך שיק דיר צו, זאלסטו גיין דאווענען.
דער חזן האט קיין ברירה נישט געהאט און ער גייט צו צום עמוד. עס איז געווען א פרייליכער דאווענען און א עלי' לתורה מיט אלע פיטשעווקעס און די גאנצע קלאפער געצייג. און נאכן דאווענען איז דער עולם אוועק פון שול.
ווען ר' אהר'לע איז דערנאך געקומען אין שול און זיך געוואלט שטעלן דאווענען, גיבט ער א פרעג די ארומיגע: א וואו איז דער חתן? זאגט מען אים דער חתן האט שוין געדאווענט אינדערפרי מיטן רבין ר' שלום. ר' אהר'לע האט גארנישט רעאגירט דערויף נאר זיך גלייך געשטעלט דאווענען.
נאכן דאווענען האט מען געפראוועט די שבת צופרי סעודה וואו א גרויסער עולם האט זיך באטייליגט, ווען אין שפיץ זיצן די צוויי צדיקים. ביים טיש איז אויך געזעסן דער חזן, און ווי דער שטייגער איז האט מען אים מכבד געווען ער זאל זינגען עפעס א זמר'ל. אבער ווי נאר דער חזן האט געוואלט אנהויבן מיט זיין געזאנג, איז ער געווארן שטארק הייזעריג, און ארויסגעלאזט משונה'דיגע קלאנגען ווי א הייזעריגע קאטשקע אז דער עולם האט זיך פיין אונטערגעהאלטן...
איז דער חזן שטארק דערשראקן געווארן. ס'טייטש נישט נאר ער האט געהאט בזיונות, ער האט דאך דא פארלוירן זיין פרנסה, אן די שטימע איז ער דאך בדל הדלות, ער וועט מוזן גיין בעטלען אויף ברויט. איז ער צוגעגאנגען צום רבין ר' שלום, און זיך פאר אים אפגערעדט: איך האב אייך דאך געזאגט אז איך האב מורא פאר זיין הקפדה. יעצט זעהט איר דאך שוין, איך קען זיך דאך מער נישט עפענען דאס מויל.
האט אים דער צדיק ר' שלום געענטפערט: האב קיין מורא נישט. וועסט אויפשטיין מארגן אינדערפרי, וועסטו זעהן אריבער פארן א וואגן מיט בארעלעך, פון דעם סארט וואס מ'רופט "כל נדרי בארעלעך", זאלסט קויפן א טאפ פון די דאזיגע בארעלעך, וועסט עסן דערפון, וועסטו צוריק באקומען דיין שטימע.
(מ'האט עס גערופן "כל נדרי בארעלעך", ווייל נאר אין די צייט איז עס געווען גוט און רייף צום עסן. אבער דערנאך איז געווען שטארק זויער, און עס האט געקענט נאך ערגער מאכן)
אויף צומארגנס איז אדורכגעפארן א וואגן מיט בארעלעך. דער חזן האט געקויפט א טאפ דערפון. ער האט געגעסן דערפון און צוריק באקומען די שטימע.
ביי דער ערשטער געלעגנהייט ווען דער חזן האט געזינגען פאר רבי אהר'לען אזוי ווי אין די פריערדיגע צייטן, האט זיך ר' אהר'לע צו אים אנגערופן: ווי אזוי האט זיך אפגעטוהן פון דיר דאס הייזעריגקייט? האט דער חזן דערציילט די גאנצע מעשה, אז ר"ר שלום האט אים געגעבן א סגולה צו עסן א טאפ בארעלעך, פון די וואס ווערן אנגערופן כל נדרי בארעלעך. און ער האט געגעסן און צוריק באקומען די שטימע.
האט זיך ר' אהר'לע אנגערופן:
אה, אה, פון אזא מין סגולה האב איך נאכנישט געהערט...
אוועטאר
שלמי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2009 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמי »

רעדענדיג פון חזנים וואס ווערן הייזעריג, הער איך יעצט אז ר' מאיר ברוך קאהן האט זיך ארויסגעצויגען פון זיין יערליכע שטעלע אלס בעל תפילה אין טארטיקוב ביהמ"ד אין בארא פארק.
די אנגעגעבענע סיבה איז אויך עפעס וועגן ווערן הייזעריג.
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

איר מעלדט מיר ליידער נישט קיין גוטע נייעס.
ווער האט היי יאר געדאוונט דארט אנשטאט אים?
(אים צו פארטרעטן דארף מען קענען).
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

פרייליכע נייעס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

שמעתי שר' מאיר ברוך שר באופן יפה אף נעים אצל מסיבת נטרונא בק"י. הודו לה' כי טוב!
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

נאך א מעשה פון א חזן וואס איז געווארן הייזעריג, ביי הרה"ק ר' דוד'ל דינובער זצוק"ל.

אמאל שב"ק אינדערפרי, איז א געוויסער שיינער בע"ת געווען דער שליח ציבור ביי הרה"ק ר' דוד'ל דינובער זצ"ל.
נישט וויסנדיג אז אין דינוב זינגט מען נישט "הקל הפותח", נאר מען זאגט עס, האט זיך יענער גענומען זינגען.
פלוצים האט דעם חזן'ס קול אנגעהויבן שטיקן, און ער האט נישט געקענט פארזעצן דאס דאווענען.

האט איינער פון די גבאים זיך געכאפט אז דא זינגט מען נישט, און ער האט עס געוואונקען פארן ש"ץ. איז דער חזן שנעל צוגעלאפן צום דינובער רב אים איבערבעטן. ר' דוד'ל האט אנגענומען דעם פיוס, און דער בעל תפלה האט באלד געקענט ווייטער דאווענען ווי פריער.


אן אנדערע נוסח איז דא ווי פאלגענד:
דער חזן ר' ארי' ראטה איז לכתחילה געווען א חסיד פון ר' דוד'ל דינובער. אבער שפעטער האט ער אנגעהויבן צו פארן צו ר' אלעזר לאנצוטער, א ברודער פון ר' דוד'ל. און פלוצלונג האט ער פארלוירן די שטימע און מער נישט געקענט זינגען.
האט ר' ארי' תולה געווען אז דאס איז ר' דוד'לס הקפדה. איז ער אריבערגעפארן קיין דינוב און געזאגט צום רבי'ן:
איך דארף די שטימע נאר פאר יראת שמים, נישט אויף עפעס אנדערש.

א קורצע צייט שפעטער האט ער צוריק באקומען די שטימע, און ווייטער געקענט מהנה זיין את ה' מגרונו ווי פריער.
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

שקויכאכעם פארשריבן פאר די מעשיות! ס'ערשטע האמיר שוין געהערט, אבער די צווייטע, ביידע ווערסיעס, נישט.
טענק יו!
זאג נאר
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 12:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג נאר »

צי ווייסט איינער אויב ר' מאיר ברוך גייט יא דאווענען די קומענדיע ימים נוראים, כבימים מקדם?
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

יא ער דאווענט געהעריג,
אגב ער האט אנגעהויבן צו געבן וואויס לעסאנס.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
שרייב תגובה

צוריק צו “חזנות ווינקל”