ביפּערס - עקזיסטירט נאך אזאנס?
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
-
- שר האלף
- תגובות: 1429
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
- לאקאציע: אין די העכערע ספערן...
ביפּערס - עקזיסטירט נאך אזאנס?
איך האב נישט קיין צייט מסביר צו זיין פאר אלע בחורים און יונגע יונגעלייטלעך וואס דאס איז אזוינס א ביפּער. אבער וויבאלד איך שרייב עס דא אין "טעכנאלאגיע", קענט איר זיך פארשטעלן אז עס איז נישט קיין עסן אדער ספר....
יעדנפאלס, עס ווערט געזוכט וואו מען קען באקומען א ביפּער פאר א גוטן פרייז.
מיט דאנק פון פאראויס
יעדנפאלס, עס ווערט געזוכט וואו מען קען באקומען א ביפּער פאר א גוטן פרייז.
מיט דאנק פון פאראויס
-
- שר מאה
- תגובות: 158
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 10:38 am
- לאקאציע: בתוך כללות עם ישראל
אויב דארפט איר די ביפער ווייל איר ווילט אז מ'זאל אייך קענען שיקן א PAGE אזוי ווי אויף א ביפער דאן קענט ניצן א סעלפאן און מ'זאל אויסוועלן די אפציע וואס מ'הערט אלס: to send a numeric page press 1 דעמאלס איז עס אזוי ווי א ביפער. אבער אויב דארפט איר א ביפער פשוט וויי ל איר ווילט נישט האבן קיין סעלפאן מחמת איזה סיבה שהוא דאן קען איך אייך נישט העלפן
- שנאפס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17010
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
- לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
מסתמא מיינסטו צו זאגן אז מקענאך באקומען די ביפער אבער נישט קיין האלטער דערפאר
kraitchmah עט גימעיל
באקומט סטאקס בחנם
באקומט סטאקס בחנם
- יואל ווייס
- שר האלף
- תגובות: 1213
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
- לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35437
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- aperlscript
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 272
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 14, 2011 1:57 pm
- לאקאציע: Dreaming in code
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7810
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
- לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל
דענקסט נאך ווי דער מנהל אין פeeטם האט געניט דורכגענישטערט דאס אנגעהויפנטע בערגל אויפ׳ן אפיס טישל (ליידיג אויס אלע טאשן....) צווישן פרישע און אויסגעפריווטע טישוס, פענס, ביזנעס קארדס פאקעטנייפס און וואס דען נישט. אלעס כדי צו טרעפן דעם באהאלטענעם ביפער וואס דודי (דער איז איינגעגאנגן ביינאזמאנים אויף א פלי בארגעין... אויף מיין חשבון) האט פארמאסערט...
מי יתן לנו סרחי קדם...
מי יתן לנו סרחי קדם...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוי דערמאנסטו מיר גוטע צייטן פון די מעסעדזש ביפערס
שטייט א מנין און דאוונט שטילע שמונה עשרה, אינמיטן הערט מען א מעסעזש הויך "משה, פארוואס האסטו נישט ארויסגעטראגן די גארבעטש?"
גייט אדורך עטליכע מינוט, און נאך א מעסעדזש "משה, ברענג אהיים מילך פון גראסערי"
איך דערמאן מיך ווען מיין טאטע זז"ג האט אמאל בר מצוה געמאכט, און ער האט געלאדנט דעם רב, אפשמועסנדיג מיטן גבאי'ן ווי אים צו קאנטאקטן האט ער אים געזאגט, ביפ מיך, און לייג אריין א מעסעדזש מיט נומער 13, וועל איך וויסן אז דאס איז וועגן די בר מצוה
אלטע זכרונות...

אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.