קבלת פנים בדחן האט א סדר היום? / טאג ביך – שאץ מאץ

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

קבלת פנים בדחן האט א סדר היום? / טאג ביך – שאץ מאץ

תגובהדורך שאץ מאץ » זונטאג יולי 13, 2008 4:56 pm

זאג נאר ביסט פארוקט?, פון 15 מינוט גראמען מאכסטו א גאנצע סדר היום?....

כ'וועל ענק מגלה זיין א סוד, איך האב טאקע נישט געטראפן א פולן סדר היום פאר קבלת פנים בדחן, וואס איך האב יא געפינען איז, אז מיין חבר א באקאנטע שרייבער אין איינע פון די היימישע צייטונגען, האט מיר צוגעשיקט א בריוו, וואס האט ערשיינט אין זייער צייטונג, מיט עטליכע יאר צוריק, וואס דאס שטעלט אוועק א שטיקל בילד, ווער און וואס, דער קבלת פנים בדחן איז און וואס ער שטעלט אוועק, און מיט וואס דאס שמעקט.....

אט איז דער בריוו מיט כמעט אנע שניום.....

א"כ המערכת ".........." כ"א בשמו הטוב יבורך,

כנהוג פאנגט מען אן א בריוו צום........ ווי גוט און ווי שיין און ווי אינטערסאנט דער צייטונג איז, אבער איך וויל גראד צוטרעטן צום ענין,

מיט אייניגע וואכן צוריק האב איינער אריין געשריבן אין אט די צייטונג א בריוו וועגן בדחנות, (הגהות שאץ: כ'האף צו ווייל לייגן א האנט אויף דעם בריוו אויך....) געשריבן אלעס וואס דער בדחן מאכט אלץ מיט, און איך זעה אז ס'האט ב"ה עושה רושם געוועהן כדבעי למהוי,

דעריבער וויל איך אבער צולייגן א שטיקל פראבלעם (מער ווי א שטיקל), מענין לענין באותו ענין, וואס ריפט זיך "קבלת פנים",
דאס איז גאר א פארצווייפלטע ענין, און ס'הייבט זיך אן בערך אזוי,

דער טעלעפאן קלינט טררררר.
מחותן: העלא! איר גראמט קבלת פנים'ס?,
קבלת פנים בדחן: יא,
מחותן: גוט, איך וויל אייך באשטעלן פאר מיין זון יואליש, אי"ה 2 וואכן ארום אין ויואל משה,
קבלת פנים בדחן: גוט איך שרייב עס אראפ,
מחותן: אה! זאגט נאר וואס זאגט מען אזוי ביים קבלת פנים?,
קבלת פנים בדחן: וואס הייסט וואס? אביסל מעורר דעם חתן מיט ערנסטע ווערטער,
מחותן: נו נו, זייער גוט אז מיין זון זאל הערן פאר די חופה ווארעמע דיבורים, אבער הערט אויס, איך וויל גיין פינקטלעך צו די חופה, די זאלסט דארט זיין 7:00 אזייגער, נישט שפעטער, איר שרייבט ארויף, יא?, א גוטע נאכט,

ווען דער חתן אליין קאלט, גייט דאס מיט א אנדערע נוסח,
העלא! יא, עה עה... איר גראמט קבלת פנים'ס ניין?,
יא,
איך האב אייך געוואלט באשטעלן צו גראמען,
גוט,
זאגט נאר! איר זאגט איבעראל די זעלבע? צו איר מאכט אלץ נייע גראמען?,
ניין! איך זאג נישט איבעראל די זעלבע, ס'ווענט זיך ווי אמאל,
נו! איר קענט אפשר גוט שניידן שטיקער פון מיר, מאכן וויינען גלייב'ס מיר איך האב אויף וואס צו וויינען... (דא רעכט אויס דער חתן א מקצת פון זייער חטאים עונות ופשעים, כדי דער בדחן זאל האבן א השגה, אויף וואס מעורר צו זיין),
גוט איך וועלן פראבירן, מ'דארף נאר האלטן דערביי און אויסהערן וואס איך זאג,
אקעי א גוטע נאכט,

ס'קומט דער טאג פון די חתונה, נאך אגאנצן טאג ארבעטן שווער, נאך פארן עסן סאפער, שוין שטייענדיג ביים טיר פון מיים הויז, דערמאן איך זיך, אוי! איך האב היינט א קבלת פנים, דער מחותן האט מיר אנגעווארט איך מוז זיין פינקטלעך, איך לויף שנעל צום זאל מיט די נשמה אין די הענט,

איך קום אריין אין קבלת פנים זאל, ס'איז ליידיג, קיין נברא איז נאך נישטא, ס'איז שוין פינף מינוט נאך זיבן, איך טראכט וואס זאל איך יעצט טון? אהיים לויפן עסן סאפער? ס'איז א מעשה פון כאטש א האלבע שעה, און בינו לבינו קען מען שוין זיין דא פארטיג, אפשר בלייבן דא? קלאצן אויף די פיר ווענט? אויך נישט, דארף מען יעצט הרג'נען צייט, הונגעריג בין איך, אפשר עסן די הארטע ספאנדש קעיק פון טיש?, ניין דאס נישט, איך האב דאס שוין טועם געוועהן נעכטן, און ס'איז געבליבן שטעקן אין האלז, גיי איך ארויס און מ'דרייט זיך אהער און אהין,

ענדליך 7:20 הייבן זיך אן צו באוויזן די געלט גייער'ס, פינף מינוט דערנאך דער אבי הכלה (וואס קומט בדרך כלל פריער וועגן די פיקטשער'ס מיט די כלה וכו'), האלב אכט קומט אן דער חתן מיטן מחותן, נאך אפאר מינוט קומען אן די ברודער'ס מיט די שוואגער'ס, בקיצור ס'איז שפעט און מיין מאגן דרייט זיך פאר הונגער, דער מחותן פאלט ביי א המצאה, נו! אפשר דאוונעט מען מעריב, אומר ועושה מ'דאווענט מעריב, דער חתן מיט די מחותנים דאווענען איצט בשעה טובה ומוצלחת, פארשטייט זיך אז א מעריב אין אזעלכע געהויבענע מיניטן, האט גאר א אנדערע טעם, ס'נעמט בערך א 20 מינוט לכל הפחות (אויף מיין חשבון),

נאך מעריב קומט דער מחותן צו מיר צו, בדחן! שוין הייב אן צו זאגן, ווייל ס'איז שפעט, און דער שמש האט נאך דריי חופות היינט, ס'איז נישטא קיין צייט, דער עולם זעצט זיך אוועק מ'טרינט לחיים,

און איך הייב אן הנני הנעי ממעש,
בעזר החונן לאדם דעת,
ווער בין איך צו זיין א מוכיח,
אבער די האסט מיר אליין געמאכט פאר שליח,.....

און יעצט הייבט אן דער עולם צו טרינקען, און מ'טרינקט לחיים, און מ'גייט אקאראהאט..., ווי דער סדר העולם אז נאכן טרינקען וואונטשט מען זיך לחיים, און יעדער וואס האט הערשט יעצט אנגעפאנגען מיטן לחיים, לויפט צו צום חתן מיט א שטראם לחיים! לחיים! לחיים!, לחיים חתן! אסאך נחת וכו', פארשטייט זיך אז מיינע ווערטער פאלן אויף טויבע אויערן,

א פלא האב איך באמערקט, אז ס'מאכן זיך אמאל מענטשן, אדער גוטע פריינד, וואס קומען אן צום קבלת פנים, אלץ א סיבה וואס ער קען נישט קומען שפעטער ביי די חתונה, דוקא דעי מענטשן האבן צייט אויס צו ווארטן ווילאנג איך ענדיג רעדן, אבער דער פעטער, שוואגער, ברודער, וואס בלייבט עניוועי דא ביז פירע פארטאגס, ער קען נישט אויס ווארטן ווילאנג איך ענדיג רעדן, נאר ער לויפט צו מיט א אימפעט "מזל טוב מוישי"..... א קשר של קימא וכו', יעצט וויאזוי דארף איך פילן? (בערך ווי מיין מגי"ש ווען איך בין געשלאפן ביים שיעור??...)

ענדליך מ'לאזט מיר שוין קומען צום ווארט, איך פראביר מעורר צו זיין רעדן פונעם תכלית הבריאה, און חשבון הנפש, וויפיל מ'האט אויף געטון ביז היינט, און וויפיל חלילה פארקערט, וכו' וכו', איך האלט שוין ביים הויך פונקט צו זאגן פארן חתן,

אשר על כן דארפסטו זיך געבן א קער,
און צום באשעפער לאזן א הארציגע טרער,

פלוצלונג ששש! מ'מאכט שטיל, וואס איז? דער הודו-לאדאני שוחט איז אריין געקומען, די חתונה שטעלט זיך אפ, דער חתן שטעלט זיך אויף מלא קומתו (וואס עפ"י הלכה דארף א חתן זיך נישט אויף שטעלן פאר קיינעם ווייל ער איז דומה למלך), מ'זעצט שוין אראפ דעם שיינעם איד מ'געט אים די כתובה דורך צו קיקן (וואס ס'האבן שוין דורך געקוקט בערך 50 רבנים און עפ"י רוב וויסן זיי נישט וואס צו קוקן), יעצט דארף איך רעדן ווייטער..., וואס זאל איך זאגן? דארטן ווי איך האלט פון פריער?
און זאגן מיט תחתנונים,

וואס דארף דען דער באשעפער מער,
ווי א הארציגע אידישע טרער,

ס'מאכט עפעס נישט קיין גוטן רושם, סתם אזוי אריין פאלן מיט די העכסטע ווערטער פונעם קלימאקס?, אלא מאי זאל איך אנהייבן פון פריער? וועל איך קיינמאל נישט פארטיג ווערן,

און סתם אזוי אפי' ווען דער חתן הערט שוין יא אויס וואס איך זאג, און די טרערן ליגן אים שוין כמעט אויף די נאז, פונקט קומט צו איינער מיט לחיים און מאכט קאליע דאס גאנצע התעוררות, און שפעטער ווען איך ווער פארטיג, זאגט מען נאך, עה! דער חתן איז עפעס נישט אזוי נתעורר געווארן, איך ווייס נישט וואס, די האסט עפעס נישט געזאגט די ריכטיגע שטעכעדיגע ווערטער, (און פארגעסט נישט איך בין נאך אויפן ליידיגן מאגן...).

און באצאלן דעם אויסגעשמיסענעם הונדערטער, דאס איז א גיהנום פאר זיך אליין, ס'איז דא דריי גאטונג מחותנים,
נומ. 1, אזוי ווי איך ענדיג רעדן ווארט ער מיר אפ מיטן געלט, אדער איז ער גאר מקדים נאך פארן זאגן, אשרי חלקם,
נומ. 2, אים דארף מען שוין מרמז זיין, איך גיי צו איך זאג לחיים מחותן אסאך נחת אי"ה ביי אלע קינדער, און דער מחותן זאגט גלייך אה! לאמיר דיר באצאלן וואס קומט דיר, דאס איז גאנץ נארמאל, א מחותן פאר די חופה איז אביסל צוטומלט, און האט נישט דעם קאפ אויפן פלאץ.
נומ. 3 דאס איז די ערגסטע, איך גיי שוין צו, איך זאג לחיים, דער מחותן וואונטשט מיר צוריק מיט א געוואלדיגע התלהבות, אי"ה ביי דיר אויף שמחות, ב"ה אזוי מעורר געוועהן דעם חתן, גלייב'טס מיר, איך בין אליין'ס נתעורר געווארן, דער באשעפער זאל אייך העלפן אי"ה כסדר קענען מעורר זיין אידן... וכו' וכו', א גוטע נאכט...., דא איז שוין צרות...,

וואס זאל איך יעצט זאגן? זיי מוחל געב אהער מיין הונדערטער?, איך שעם זיך צו בעטן אזוי גראד געב אהער געלט, און דא פארשטייט ער נישט אויפן ווינק, ער זאגט מיר גאר ישר כח, און אזא פאל אויב איך קען די משפחה, שיק איך אונטער א זון אדער איידעם-שוואגער אדער ברודער, און איך באקום דאס געלט, אבער אז איך קען נישט קיינעם דעמטאץ ממש איך נעם איין בושות איך פראביר מיין מזל איך דריי מיר אין זאל אהער און אהין (הונגעריגערהייט) ס'איז ממש איום ונורא,

ווידער אסאך מאל איז דער מחותן נישט שולדיג דער זייגער איז שפעט און דער רגע וואס איך ענדיג זינגען דעם בשעה טובה ומוצלחת, שרייט שוין דער שמש ויהי בישורין מלך בהתאסף ראשי עעעעעעעעעם....., און מ'גייט צו די חופה, גיי בעט יעצט געלט פונעם מחותן ס'איז נישט מענטשליך, מוז איך צוריק קומען שפעטער צו די חתונה (נאך א טירחה).

אשר על כן מכאן הקריאה יוצאת אז מ'דארף זיך רעכענען מיט יענעמ'ס געפילן, אפי' אינמיטן א שמחה, און ס'זאל טאקע זיין שמחות לרוב...
כל טוב
א. ב.ד.ח.ן

ע"כ איז דער בריוו, וכל המוסיף גורע,

רבותי א שטיקל סדר היום האמיר שוין, פאר דעם פרישן כולל אינגערמאן, וואס נעמט אן צו גראמען אויף קבלת פנים'ס,

קרעדיט פאר מ.ד.
פארן מזכה זיין דעם ציבור מיט דעם בריוו.....

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21906
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג יולי 13, 2008 5:09 pm

שמאצי, כ'האב מורא אז ס'גייט אריין אין כלל פון גילו, אבער דער שריפט מאכט מיך טראכטן אז דער בריוו שרייבער איז נישט קיין צווייטער ווי...... כ'ציטער... ווי אונזער שאצי מאצי, ווייל ווער נאך קען אזוי גוט אראפ לייגן יעדע זאך באזונדער.

יעצט גייעך צולייגן צו מיין ליסטע א טשעק ביי קבלת פנים בדחן, (כ'לייג א טשעק ביי יעדע זאך וואס דו האסט שוין געקאווערט)

און שאצי גאו אהעד, ווי וואנט מאר!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג יולי 13, 2008 5:14 pm

שאצ'ל, זייער שיין, כ'האב הנאה געהאט, מגעסטעס זאגן פארן בריוו שרייבער.

יישר כחכם.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » זונטאג יולי 13, 2008 5:39 pm

שאצי, זייער זייער פיין, און איי קענט עגרי מאור, נישט אז איך בין א בדחן אבער לעטלי בינעך געווען ביי עטליכע קבלת פנים'ס און אקוראט אזוי קוקט עס אויס.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג יולי 13, 2008 5:47 pm

פון איין זאך האטער פארגעסן, ס'איז דא ביי מאנכע, וואס די פאר ערענסטע מינוט, ווערן געשטערט דורך די פארריקטע פיקטשער מאכער, זיי האבן נישט קיין אהנונג בחייכון וביומיכון, ווי איין און ווי אויס, און זיי פייניגן אז ס'איז א שרעק, דער חתן מוז אראפ נעמען די הענט פון זיינע פארוויינטע אויגן, ווייל דער אויבער חכם, (כ'האב געטוישט די עכטע ווארט וואס כ'האב געוואלט שרייבן, וועגן די ריינקייט פון די קרעטשמע.) מוז האבן א פיקטשער, ווייל אז נישט, וועט מען אים דאך נישט באצאלן.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג יולי 13, 2008 7:00 pm

הערליך שיין באשריבן, חזקה על שאץ-מאץ שאינו מוציא מתחת ידו דיבו"ר שאינו מתו"ק.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » זונטאג יולי 13, 2008 7:48 pm

לרום מעלת גאון הדרת כבוד קדושת ידידי אדמו"ר מ'שאץ שליט"א:

אחדשה"ט כראוי וכיאות, מיטן עסן קומט דער אפעטיט, יאך וויל נישט עובר זיין אויף גילה, במקום רנה שם תהא תפלה, אבער המתחיל במצוה אומרים לו חמור אנטשולדיגט גמור, אז איר הייבט אן מיט די ימים נוראים באדארפט איר שוין ענדיגן ביז שמחת תורה, דעם אויסרופער פון די מצוה ריקודין, גמירא בעינן, און כדי עס זאל זיין א דבר השלם, דעם זינגער האט איר שוין געדעקט דעם שפילער נישט, דער קעכער די סארווירער עד בכור השפחה, נישט חס וחלילה מאכן איין גרויסער גאראטשקא, נאר יעדער איינער יותר מכפי כבודו הראוי דעקן ווי עס פאסט, אזוי ווי דער ש"ך צו דער ט"ז זאגן אונז שוין אן ביי הלכות הספד נישט צו זיין געווארנט נאר א ביסעלע א גוזמא'לע מיט א היבשע שמיץ אריבער.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
טאגליכט
טראוועל אגענט
תגובות: 295
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 5:27 pm
לאקאציע: אויפן פליגער

תגובהדורך טאגליכט » זונטאג יולי 13, 2008 8:21 pm

וואויל געזאגט פיין געשריבן, שאץ.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג יולי 14, 2008 11:35 am

זייער זייער גוט אראפגעלייגט. כ'בין עדות צו דעם אלעם, ווייל כ'האב שוין לאנג נישט געזען קיין חתן וויינען.

שיק אויך א שכוח פאר מ. ד.
An article a day keeps the babies away

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מאנטאג יולי 14, 2008 4:14 pm

א גרויסן יישר כח שאץ, זייער א שיין באשריבן.

ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

תגובהדורך ברוך » מאנטאג יולי 14, 2008 5:42 pm

ש"ץ מ"ץ געב איבער א שכוח פאר דיין חבר, און פאר דעם בריוו שרייבער און פאר דיר (קענסט עס אליינס נעמען) פארן עס דעליווערן,
נא געטס אים א טיפ, איך האב נישט יעצט אויף מיר, ווארפטס אים אריין די פאר סענס.

יצמח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2007 4:26 pm

תגובהדורך יצמח » דינסטאג יולי 15, 2008 10:55 am

שכוח שאצי, שטארק הנאה געהאט, געב איבער א שכוח פאר 'א ב.ד.ח.ן' און פאר 'מ.ד.'

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דינסטאג יולי 15, 2008 3:21 pm

מאשקע און יצמח ענק ביידע האלטן נישט צו ווייט פון התגלות למטה מעשרה טפחים לעיני כל בשר ממש, לחיים.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג יולי 15, 2008 4:57 pm

שאצל, איך האב דיר עס שוין געזאגט און איך וועל דיר עס איבערזאגן. פון יעדער ארטיקל עקסטער פון דיר האב איך שטארק הנאה. ממש יעדעס עקסטערע.

כה לחי! גיי אן ווייטער מיט דיין "סדר היום" אזוי ווי ביז יעצט.

שיק א גריס דעם מ.ד. ווייז אום כאטש ווי דער עולם האט הנאה פון זיין בריוו..
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג יולי 15, 2008 5:53 pm

ביקסאד האט געשריבן:מאשקע און יצמח ענק ביידע האלטן נישט צו ווייט פון התגלות למטה מעשרה טפחים לעיני כל בשר ממש, לחיים.


וואס? איך האב עפעס געטון ראנג?
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » דינסטאג יולי 15, 2008 9:09 pm

שאץ: א ישר כוח אויפען אווער און א בקשה אז עס זאל זיין א להאבי.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך יולי 16, 2008 12:55 am

שאץ פאץ, כהאב נעכטן נאכט געליינט דעם סעריע, כ'האב געקוואלן ס'גאנצע צייט. אזוי גוט עס ארפאצושטעלן, מיט אלע דעטאלן. יישר כוח

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דאנארשטאג יולי 17, 2008 8:05 pm

אלס איינער וואס האט אמאל געטוען אין די ענינים קען איך מודה זיין אז יעדעס ווארט וואס שאצי האט געזאגט איז טויזענט פראצענט אמת!

שאצי, מורא'דיג גוט!!!!!!!!!
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » זונטאג יולי 20, 2008 2:05 pm

שאצי, ווי אלעמאל האסטו געטון א הונדערט פראצענטיגע דזשאב, נישט צו לאנג נישט צו קורץ, פיין געשריבן, שטארק ארויסגעברענגט די פוינטס, און דאס וויכטיגסטע אז דו האסט עס געשריבן אויף אן אופן וואס עס ליינט זיך געשמאק.

ביי מיין חתונה האב איך גערופן די קבלת פנים בדחן, איך האב אים געצאלט אפאר טעג פאר די חתונהף ווי אויך האב איך איבערגעקוקט די גראמען דעמאלטס ווייל אזוי האב איך געוואסט ווען צו עקספעקטען די וויכטיגע חלקים פון די גראמען און איגנארירן די לחיים זאגערס. איך האב נישט געוויינט ווייל איך בין נישט קיין בכיין ווי אויך האב איך נשיט עקספעקטעד צו וויינען.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » זונטאג יולי 20, 2008 2:55 pm

או וויי די שאצל די האסט מיך געמאכט לאכן היינט י"ז בתמוז, די ווייסט נישט אז מען טאר נישט לאכען היינט

אבער געוואלטיג
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » זונטאג סעפטעמבער 04, 2011 10:57 am

ה' שפתי תפתח ופי
חתן טייערע איידער איך נעם מיך דערצו
דיך מעורר צו זיין היינט כי יום קדוש הוא
ווי עס ווערט פון צדיקים געבראכט
דארף מען א חתן היינט נאכט
מעורר צו זיין אויף בכיות, כדי ער זאל נעמען אין אכט
וויאזוי דער עבר האט אויסגעזעהן
צו איז דאס אויסגעהאלטן געווען
און אויב נישט זאלסטו מיט געוויין תשובה טוהן אויף דעם
על כן אבקש לפני קודשא בריך הוא
ער זאל מיינע ווערטער באגלייטן, יערב נא שיחי
און זאלסט תשובה טוהן פאר'ן לו המלוכה

טייערע חתן הטה אזנך לדברי
והאזינה לאמרי
יעצט ווען דו האלטס יעצט אין די מינוטן די הויכע
צו א לעבן א נייע וועסטו זיין זוכה

די ימי הבחרות גייסטו היינט נאכט שליסן
מוזטו אבער איין זאך וויסן
אז איידער מ'טוט זיך שטעלן אינטער די חופה שטאנגען
א חשבון הנפש מוז מען אנפאנגען

היינט, ווען ס'איז יום זה מכובד מכל ימים
מען איז דיך דן, לפני יוצר כל עולמים
אן עקסטערע יו"כ האט דיך דער באשעפער געטוהן שענקן
תשובה טוהן באמת, זאלסטו געדענקען

אהוי, כל אחד יודע מרת נפשו
וויאזוי זיינען יארן האבן אויסגעזעהן גענוי
צו האט ער שכל געהאט און געוואוסט וויזוי אומצוגיין
אדער האט ער חלילה די נסיונות נישט געקענט ביישטיין

דער ארך אפים מיט געדולד ער ווארט
אויף אן אמת'ע טרער מיט חרטה פארצער'ט
חתן איז ר"ת, חשבון נפש תעשה
און אויך איז עס ר"ת, נפשך תחמול ותכסה

א משל צו א טאטע, וואס האט געהאט איין איינציג קינד
ער ליגט נעבעך אין שפיטאל, שטארק נישט געזונט
צו מאשינען צוגעבינדן, אטעמט זייער שווער
ל"ע נישט ביי זוך, געט צו קיינעם קיין קער

דער טאטע שטייט אין זייט, אויפ'ן קינד קוקט זיך איין
מיט א רחמנות וואס קיינער קען נישט משיג זיין
דער נאמען פון זיין קינד, טוט ער רופן מיט געוויין
דאס קינד אבער הערט אים נישט, און טוט אים נישט פארשטיין

אהוי דער טאטע צו הערן פון זיין קינד ער גייט אויס
כאטשיג אפאר ווערטער פון זיין מויל ארויס
דאס קינד אבער ליידער פארחלש'ט ער איז
ער הערט נישט דעם טאטן געוויס

אבער א טאטנס געוויין, טוט נישט פארלוירן גיין
און דאס קינד צוביסלעך וועקט זיך פון שלאף אויף,
"טאטע, וואסער וואסער" טוט ער בעטן מיט געוויין,
דער טאטע מיט ליבשאפט אויפ'ן קינד ער פאלט ארויף

דאס זעלבע פארשטיי מיינע רייד
אויב האט חלילה א מענטש אינגערהייט
נישט אויפגעפאסט אויף זיינע יארן
און ליידער זיך פארשמירט מיט זינד
הייסט ער חלילה נישט געזונט
ער דערקענט נישט דעם טאטן מיט א דעת א קלארן

דער באשעפער אבער ער ווארט
און ווי א טאטע אים עס ארט.
אז דאס קינד טוט ליידער אים נישט דערקענען
און ווען דער מענטש טוט תשובה ריכטיג
און זיין נשמה ווערט פון עבירות ציכטיג,
טוט דער טאטע אין הימל, מיט ליבשאפט אים צוריק נעמען

אוי טייערע חתן
טוה אויסניצן דעם יעצטיגן זמן
און בעט דעם טאטן דעם יוצר יצורים
אז ער זאל אלעס ביז היינט
דיך מכפר זיין
דער באשעפער איז אונזער טאטע, ער ווארט אויף די אמת'ע דיבורים

דער הייליגער רבינו יונה זאגט א משל א זיסע
פון א קעניג וואס האט אמאהל בדינא דמלכותא
ווען איינער האט זיך פארזינדיגט, אים איינגעשפארט אין תפיסה

שומרים געשטעלט ביים בית הסוהר
כדי מ'זאל נישט קענען אנטלויפן פון טויער
און דעם תפיסה ארומגעצוימט מיט א הויכע מויער

ביז איינמאל האט מען דעם שומר געטוהן אינטערקויפן
אז יעדער איינער זאל קענען אנטלויפן
און אזוי איז יעדער פון דארט אנטרינען (אז יעדער איז אטלאפן)
ווען דער קעניג איז געקומען, און געזעהן אז יעדער איז אנטלאפן
האט ער איינעם אבער, זיצן דארטן געפינען (האט ער איינעם אבער זיצן דארטן געטראפן)
יענער, האט דעם ברירה נישט אויסגעניצט, און ס'איז אפגעלאפן

האט דער קעניג מיט רוגזא געזעהן וואס איז געשעהן
און א הארבע עונש געגעבן עם
ווייל אויב האט ער נישט אויסגענוצט ווען ער האט געהאט די ברירה
איז נאך הארבער די עבירה.
ווייל דאס איז א סימן
אז ער האט זיך נאך נישט אינטערגענימען
פון עבירות זיך אפקערן.
דערפאר האט ער עס נישט אויסניצט, צו א נארמאלע לעבן זיך נישט געטוהן אומקערן.

דאס זעלבע ווען א מענטש זונדיגט, מיט'ן שאור שבעיסה
דאס טוט דעם נשמה אריינלייגן אין תפיסה
און דער באשעפער ער ווארט , ער איז מחכה
פון תפיסה ער זאל ארויסלויפן, תשב אנוש עד דכה.

דערפאר טייערע חתן, פארגיס יעצט אפאר טרערן
און צום הייליגן באשעפער טוה דיין הארץ אומקערן
בעט נא אל תשיבינו ריקם מלפניך
ויאמר ה' סלחתי כדבריך.

פאר א מענטש ווערט געבוירן, אין יענע תקופה
ווען די נשמה איז נהנה מזיו השכינה גופא
שיקט איר אבער דער באשעפער אראפ מיט א כוונה א טיפע
כדי אז די נשמה זאל נישט נהנה זיין מנהמא דכיסופא
כדי אז זי זאל זיין אין א וועלט פון נסיונות טאקע דערפאר
זי זאל די נסיונות ביישטיין און באקומען איר פארדינטע שכר

די נשמה אבער וויל נישט אראפ גיין זי וויל מיטן באשעפער ווייטער זיין מחובר
אבער בעל כרחך אתה חי, וירד אנוס ע"פ הדבור
לייגט דער באשעפער אריין אין איר, איידער זי קומט בהאי עלמא
א צלם אלוקים אשר יצר את האדם בצלמו

און די נשמה ער טוט באשווערן בתנאי כפול
אז ווען זי קומט אראפ בעולם השפל
תהי צדיק ואל תהי רשע
האט מען צום מענטש איין בקשה.

ווען אבער ליידער די מענטש מיט עבירות, ער טוט די נשמה פארשמירן
טוט ער פון זיך דעם צלם אלוקים צוביסלעך אראפ פירן
אזוי אז דער טאטע אין הימל טוט זיין קינד נישט דערקענען
ער האלט נישט ריין דעם פיקדון, וואס פון באשעפער ער האט געטוהן נעמען

האט דערפאר אבער דער אויבישטער, מקדים געווען בהקדמה
א מיטל פון תשובה אויסצורייניגן די נשמה
און ווען דער באשעפער זעהט באמת, ווי טיף ס'איז זיין חרטה
תעקת הדל תאזין תקשיב, ער טוט תשובה מיט אן אמת'ע החלטה

דאן טוט דער אויבישטער דער חומל על מעשיו, אויף זיין קינד זיך דערבארעמען
און ער וועט זיך מיט ליבשאפט, צו זיך ארומארעמען
ער וועט דיך אויפהעלפן אויפבויען א בית נאמן בישראל
געזונט, פרנסה, און ערליכע קינדער, ער וועט דיך שענקן אויף אמאל

וועגן דעם טייערע חתן, תקשיב אזנך, לגדולת בוראיך,
ווען דו גייסט אריינטראכטן אין דיינע לעצטע טריט וצעדה
למי אתה עתיד ליתן דין וחשבון, כאפט א פחד ורעדה

ס'ווערט געברענגט אין ספרי רבותינו
ווען א מענטש זאל אפ' וועלן כל ימי חיינו,
באצאלן נאר א רגע פונעם באשעפער'ס חסדים
איז עס נישט במציאות לשלם, כל ימי האדם.

הדבק במידותיו, דאס איז דאך א דבר ברורה
מכיר טוב זיין דעם בורא באהבה, לפנים מן השורה
מק"ו אזוי ווי א חבר טוט פארן צווייטן טובות שיינע
וויל ער די צווייטער, זאל אים באצאלן כהנה

דערפאר זיי דיך פון היינט און ווייטער מקבל
די שכינה שוין פון צער אויסלייזן, ווייל ס'איז שוין קשה כח הסבל
להתנהג פון היינט און ווייטער נאר ע"פ תורה
און בקדושה ובטהרה זיין שורה

און בפרט בדברים המותרים, מאכן גדרים
ווי אין זוה"ק שטייט, ווערט דורכדעם קוב"ה נתעלה למרום
אזוי גרויס איז דער ענין פון קדש עצמך במותר לך
אז די שכינה כביכול זאגט, חזא במאי ברא אתינא לגבך

דער הייליגער בלאזשובער, האט געשטעלט זיין אייניקל א שאלה
וואס איז דער ענין פון נישואין, וואס איז דער מעלה
מיט וואס איז מען מער נאך די חתונה וואס איז שאני
און זיין אייניקל דערויף האט נישט געהאט בפה, קיין מענה

האט דער צדיק געזאגט, כ'וועל דיר מבאר זיין דעם ענין
א משל צו א קעניג מיט משרתים א שיין פאלאץ א גרויסן בנין
איין עבד געהאט איבער אלעם אן עבד נאמן
אלעס אין פאלאץ האט ער געטרויעט עמ'ען
אבער די צייט נישט שטייט
און ס'וועט אמאל קומען א צייט
וואס דער עבד פון די וועלט גייט

האט דער עבד געטראכט צו זיך ווער נאך וועט אזוי גוט פארשטיין.
צו באדינען דעם קעניג, און מיט נאמנות זיך אומצוגיין
האט ער חתונה געהאט, און די קינדערלעך אויסגעלערנט צו זיין נאמנים
צו ממשיך זיין און באדינעם דעם קעניג בכל ענינים
אזוי האט ער זיך געטרייסט אז ער לאזט כאטש איבער בנים

די משל איז דאך פשוט בזו השעה
די יארן לויפן דור הולך ודור בא
קיין איין מענטש לעבט נישט אויף אייביג
ס'בלייבן נאר די קינדער וואס זענען צום באשעפער גלייביג
און אז די קינדער זענען עהרליך מיט דעם ווערט, די נאמען פאראייביגט

יעצט איז די צייט, אין א זמן, עת רצון ועת שמחה
בעט מיט טרערן אויף כל נטיעות שנוטעים ממך
וויפיל אידישע קינדער ווארטן מיט געגועים
זיי זאלן שוין הערן וויינען א ילד שעשועים
אבער זיי האבן נאכנישט זוכה געווען א קינד צו ערציען.

בעט ביים באשעפער כל עוונותי מחה
בעט אויך פאר כלל ישראל, שעוות עמך שעה
פארגיס יעצט איין אמת'ע טרער
ווי איידער אין די שפעטערע יארן אסאך מער
שערי דמעות לא ננעלו, דיינע טרערן לאז רינען אהן קיי שטער

חתן מ'הערט היינט ליידער פון אזויפיהל צרות
אזויפיהל טראגעדיעס, אזויפיהל לבבות נשברות
און די לעצט צייטן וויפיל אידן טוען ליידן
מיט תשובה שלימה קען מען אלעס פארמיידן
לא הנחש ממית, נאר דער חטא טוט שאדן.

די שכינה הק' איז אין גלות אין א קלעם
זיינע קינדער אויסצולייטערן איז געווען די רצון השם
אזויפיהל שוין אדורך במיצר גלותינו
שוין גענוג געליטן רצה עתירתינו
וקול השופר ישמע במחנתינו

יעצט ווען ס'איז ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם
דו גייסט בויען א מקדש מעט פארן שכינה לשוכן.
אז א ביהמ"ק פארן שכינה פון הימל, אין פייער
האב אינזין אין בעט אויס א בית א נייער
א גאולה שלימה פאר כלל ישראל, בעט לכל ישראל האיר.

ס'שטייט אז אלע תיקונים וואס מ'דארף פארן שכינה מאכן
קען מען נאר אין א זמן שמחה אויספועל'ן די גרעסטע זאכן
יעצט ווען עס איז דיר דיין גרעסטע זמן שמחה
איז ברור אז ישועת ה' עמך
בעט אם לא למענינו, עשה למען שמך

יעצט חתן איך וויל דיך נאך איין זאך דערמאנען
אין אזא געהויבענע צייט, ווען דו טוסט פון שמחה שיינען
דו גייסט יעצט פלעכטן דיין אייגענע קייט
זאלסטו אבער געדענקען דיין טאטע און מאמע
וואס האבן דיך אלע יארן מיט אהבה חמה
דיך געהאדעוועט און געשפייזט און אלעס צוגעגרייט

זאלסטו געדענקען יעצט ווען דו האסט די כוחות עצומים
זיי מתפלל פאר זיי, אריכות ימים ושנים בטוב ובנעימים
געזונט פרנסה בשעה טובה ומצלחת
און אויך זאלסטו בעטן פאר די מחותנים
מאוצרו הטוב משפיע זיין כל טוב עדי ישנים,
אויב ס'באשערט א טרער זאל עס נאר זיין פון נחת.

ווי ס'שטייט אז שלושה שותפים באדם איז פארהאן
בזמן שהבן מכבדן טוט עס ביים באשעפער חשוב זיין
און דער באשעפער ברעגט די שכינה אינעם שטוב אריין
ווען דו גייסט יעצט אויפשטעלן אן אייגענען משפחה
ווילסטו דאך זיכער ס'זאל אויף דיר חל זיין די ברכה
דערפאר זיי מתפלל כדי ס'זאל מקוים ווערן די הבטחה.

בעט אויך, אויף די טאטע און מאמע פון די כלה
משאלותיכם ה' בכל טוב ימלא
בעט אויף די גאנצע משפחה זאל חל זיין די ברכה
געזונט פרנסה און נחת
תורה וגדולה במקום אחת
און יעצט גיי אינטער די חופה בשעה טובה ומצלחת
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

אוועטאר
מאבערקא
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 21, 2011 1:40 pm
לאקאציע: כ'וויל זיין אויף איי וועלט

תגובהדורך מאבערקא » זונטאג סעפטעמבער 04, 2011 12:06 pm

sorry
אבער ס'איז נישט קיין שאלה פין גניבה? הערסט אויס גראמען אין יעדער מר ברב אשי וועט מער ווערן א קבלת פנים גראמער
די ווייסט אפשר פשט אין מיין נאמען ? איך נישט

אוועטאר
מאבערקא
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 21, 2011 1:40 pm
לאקאציע: כ'וויל זיין אויף איי וועלט

תגובהדורך מאבערקא » זונטאג סעפטעמבער 04, 2011 12:10 pm

אבער עניוועי פיין מעורר געווען וויפל קאסט א קבלת פנים? פארסט אויכעט קיין ב.פ. זאג דיינע פרייזען
;l;p- :wink: :roll:
די ווייסט אפשר פשט אין מיין נאמען ? איך נישט

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » זונטאג סעפטעמבער 04, 2011 12:12 pm

ביסטו מיר טאקע חושד אויף גניבה?
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

אוועטאר
מאבערקא
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 21, 2011 1:40 pm
לאקאציע: כ'וויל זיין אויף איי וועלט

תגובהדורך מאבערקא » זונטאג סעפטעמבער 04, 2011 12:52 pm

שוין לאמיר האפן אז נישט
יעצט ערענסט גערעד אפשר קימט איר גראמען פאר מיין ברידערס חתונה ווי
קען מען זיך קאנטאקן
די ווייסט אפשר פשט אין מיין נאמען ? איך נישט


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט