נקדימון האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 05, 2023 10:17 am
א מעגליכע אנדייטונג און צייכנס איבער אן אוקריינער קאנטער אפענסיווע [ דייקא נישט קיין באשטעטיגונג]
די פרישע אוקריינער אטאקעס אין די דרום דאנעצק ראיאן [און אין אנדערע פלעצער] זעט עפעס נישט אויס די זעלבע ווי ביז היינט. עס געבט מיר די איינדרוק אז עס איז עפעס מער. א קלארע פארשטארקערונג אין אפענסיווע אטאקעס מצד די אוקריינער פון ביז היינט. עס מוז איבערהויפט נישט מיינען אז דא אין דרום דאנעצק גייט זיין די איינציגסטער ארט ווי אוקריינער גייען פרובירן צו קאנטער אטאקירן אדער איז די פיינעל הויפט קאנטער ציל, אדער אז מען האלט שוין טיף אינדערמיט ווען עס קען זיין בלויז די אנהייב פון די אייז בארג. עס איז מער לייקלי אז אוקריינע ניצט נאכנישט איר [נייע] גאנצע קראפט
און איז מעגליך פרישע פראבעס ווי מען זאל דורכברעכן רוסישע פארטיידיגונס ליניעס.
דאס איז בלויז א "פירסט אימפרעשן" מחשבה'לע. פארט א מחשבה.
ווען מען וועט זען באשטעטיגט אז די נייע אוקריינער בריגאדעס מיט זייער וואפן אויפן פראנט איז א צייכן אז "די" אוקריינער קאנטער אפענסיווע איז אין פולן שוואונג. עס קען יעצט זיין פראבע אטאקעס, פארשטארקערטע לאקאלע קאנטער אטאקעס און שעפינג אפעראציעס און געוויס איז עס א יסודות'דיגער טייל פון די קאנטער אפענסיווע. עס קען זיין מען וועט צוריק קוקען און זאגן אז היינט איז געווען די טאג און קען זיין אז נישט.
פארט צו לייגן א זיגל אז "די" קאנטער אפענסיווע ווי עס טוצעך און לעבצעך האצעך אנגעהויבן ווארט איך צו זעהן באשטעטיגט די פרישע אוקריינער בריגאדעס מיט די נייע וואפנס. דערווייל איז נאכנישט דא אזא באשטעטיגונג.
צוריק קוקענדיג קען מען זאגן אז די אוקריינער קאנטער-אפענסיווע האט זיך אנגעהויבן אנהייב די וואך. זונטאג מאנטאג. יוני 4-5. מיין הרגשה מאנטאג צופרי אז זאכן זענען אנדערש ווי געווענליך, און אז עפעס מער פאסירט יעצט איז נישט געווען אומזיסט. די לעצטע טעג איז נישט געווען קיין פשוט'ע ריקאן מיסיעס נאר ענדערש די קאנטער אפענסיווע איטסעלף.
אנגעהויבן פון בערך מאי 11 האט מען געזען א שטארקע אויפשטייג פון אוקריינער שעפינג אטאקעס. פרואוון צו שאדן מאכן ווי מער פאר רוסישע דעפענסעס. אלל אווער די פלעיס. א 4-פאלד שפרינג קעגן די וואכן בעפאר. די וואך איז די קאנטער אפענסיווע אריין אין שוואונג.
אוקריינע האט געשיקט גרופעס פון די נייע בריגאדעס טרענירט ביי די מערב וועלט. פון עטליכע פראנטן. נישט א פיצקעלע גרופע נאר גרופעס אויף קאמפאניע-באטאליאן שטאפל, מיט א שיינע צאל מערב וועלט וואפנס. אריינגערעכנט לעפערד-2 טאנקען, ברעדלי אינפאנטריע שלאכט טרעקלעך, פראנצויזישע וואפנס און אנדערע מערב וועלט וואפן.
אוקריינע האט נאכנישט געמאכט די פיינעל שטיפ און רוב פון זייער צוגעגרייטע כוחות און וואפנס זענען נאכנישט אויפן פראנט. ניטאמאל אלע סארט וואפס זענען אינוואלווד [אויף דאס פיצי וואס מען ווייסט]. בכלל עס מוז אינגאנצן נישט זיין אז די יעצטיגער פראנט גייט זיין די פיינעל הויפט פראנט. עס גייט זיך נאך פארשטארקערן צענדליגער מאל אזוי שטארק.
וויאזוי די אוקריינער קאנטער אפענסיווע גייט איז נישט מעגליך און איז נישט לאגיש צו מאכן אסעסעמענטס. פון בלויז עטליכע טאג אריין.
דאס איז נאך בעפאר אוקריינע האט אפי' עפעס געזאגט. לאמיר נישט פארגעסן, אוקריינע האט געלייגט א שטרענגע צענזור און מען ווייסט נישט אלעס גלייך. מען ווייסט נאר אביסל פון אפאר רוסישע ווידעאס וואס זיי וועלן שטייצעך לייגן וואס איז גיט פאר זיי (און אוקריינע וועט לייגן וואס איז גיט פאר זיי).
די קאנטער אפענסיווע גייט זיך אויסשפילן איבער לאנגע וואכן אויב נישט חדשים.
מאכן שאצונגען בעיסד אויף אפאר אוקריינער פארלוסטן אין די ערשטע פאר טאג איז נעריש. עס אזוי וואו מאנכע האבן געהאלטן אז בוטידזשעדזש גייט מאכן די פרעזידענטליכע וואלן ווייל ער איז געווען שטארק אין אייאווע...
ס'איז זיי נאר נישט איינגעפאלן אז אינצווישן גייען אינז הייבן קלאובאטשער. הרגענען עפשטיין. ערלעדיגן דרום קאראליינע פאר זיידי. מסדר זיין אז בוטידזשעדזש און קלאובאטשער פליען ארויס ביינעזאם. בערני זעט ווי די פרעזידענטסי פליט אוועק. ער לויפט עס נאך מיט זיין וואלקער אויף פינעוו מייל א שעה בשעת די פרעזידענטסי לויפט אויף זעכציג מפ"ש. עטליכע זאטלעך מיט מעיל בעלעטס אינטערן טיש אין דזשארדזשע. זיידי ביידן האטעס...
עס קומט העפטיגע וואכן [און חדשים] אריינגערעכנט א סך סורפרייזעס פאר די רוסן און שטייצעך טויזנטער קעזשעלטיס פאר די אוקריינער אויך. עס איז עקספעקטעד און מען דארף נישט טאנצן מיט יעדע נייעס. מען דארף אלץ האבן געדולד. ווארטן פאר די אנדערע זייט מטבע מיט די אנדערע האלב מעשה צו ערגענצן די בילד. אזוי קען מען באקומען א קלארערע בילד וויאזוי זאכן גייען.