אנשיקעניש האלט אן! קיאסקן וואקסן אויף הייווען אין די וויליאמסבורגע גאסן!
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
Re: אנשיקעניש האלט אן! קיאסקן וואקסן אויף הייווען אין די וויליאמסבורגע גאסן!
זעהט אויס אז די עולם גלייבט נישט די אלע מעשיות פון די שיינע קאלירטע גיליון אז מען פארלירט נאר חס ושלום ווען מען גייט אין קיאסק קויפן עפעס....
- המברך יתברך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
- לאקאציע: מאנסי נוא יארק
Re: אנשיקעניש האלט אן! קיאסקן וואקסן אויף הייווען אין די וויליאמסבורגע גאסן!
צייט פארלירט מען זיכער, און געלט אויך.
אבער אפשר דארף מען אויסראטן די הייוון און אנהייבן ניצן @זויער טייג ...
- שמואלי לענעראוויטש
- שר האלף
- תגובות: 1781
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 19, 2021 11:10 am
- המברך יתברך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
- לאקאציע: מאנסי נוא יארק
Re: אנשיקעניש האלט אן! קיאסקן וואקסן אויף הייווען אין די וויליאמסבורגע גאסן!
גיוואלד רחמנא לצלן סאיז א שוידערליכע פירצה
תשפד גייט מען אין קאנטרי כ"א סיון מקומט אהיים כ"ח אב
דארנשטיג שלח - זונטאג שופטים
June 27 - Sep 1
דארנשטיג שלח - זונטאג שופטים
June 27 - Sep 1
-
- שר האלף
- תגובות: 1017
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
- לאקאציע: מאחורי הפרגוד
Re: אנשיקעניש האלט אן! קיאסקן וואקסן אויף הייווען אין די וויליאמסבורגע גאסן!
מער ווי 2 אויך...הארי פלארי האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 09, 2023 8:11 am
יעדער דא רעדט פון זיין קוק ווינקל!
כ'האב א פשוט'ע ראי' אז היינטיגע צייטן איז אכשר דרא, ווייל אפילו די אויסדרוק 'אכשר דרא' האט זיך היינט געטוישט פון בתמי' צו בניחותא...
-
- שר האלף
- תגובות: 1017
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
- לאקאציע: מאחורי הפרגוד
Re: אנשיקעניש האלט אן! קיאסקן וואקסן אויף הייווען אין די וויליאמסבורגע גאסן!
ברויזן ברויזט נאר דער וואס ברויזטר’ אייזיק האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 09, 2023 12:39 amדו כאפסט בכלל נישט וואס איך שרייב, ניטאמאל כאפסטו די בילד וויאזוי דו לייגסט דיך פאר דא.
דו זיצט זיך 1:00 אזייגער ביינאכט ביי דיר אויפן קאוטש און ברויזט אויף יענעם וואס איז אפן ביינאכט! גרויסע צולייגער
דו פארשטייסט בכלל וואס עס מיינט פאר איינעם נישט צו האבן קיין שום עקסעס? דער טאר נישט האבן קיין שום אינטערנעט מעליכקייטן ביינאכט?
גרויסע בעל מידות דו, מען רעדט דא פון א גע’מאניטערד פלאץ, געפילטערטע משומר קאמפיוטערס, און סעלפישע ליידיגייערס איינזע ביינאכט טראגן וויכטיגע דאגות.
כ'האב א פשוט'ע ראי' אז היינטיגע צייטן איז אכשר דרא, ווייל אפילו די אויסדרוק 'אכשר דרא' האט זיך היינט געטוישט פון בתמי' צו בניחותא...
Re: אנשיקעניש האלט אן! קיאסקן וואקסן אויף הייווען אין די וויליאמסבורגע גאסן!
ס'איז נאך דא היבש קיאסק'ס מיט די פרייז פון 5 א שעה.
רוב קליידער קויפט מיין ווייב אנליין, איך געדענק ווען כהאב געפרעגט א דער תורה די תירוץ איז געווען א קאמפיאטער מיט א פילטער איז ענדערש ווי א יודישע סטאר וואס רייסט געלט.
רוב קליידער קויפט מיין ווייב אנליין, איך געדענק ווען כהאב געפרעגט א דער תורה די תירוץ איז געווען א קאמפיאטער מיט א פילטער איז ענדערש ווי א יודישע סטאר וואס רייסט געלט.
תשפד גייט מען אין קאנטרי כ"א סיון מקומט אהיים כ"ח אב
דארנשטיג שלח - זונטאג שופטים
June 27 - Sep 1
דארנשטיג שלח - זונטאג שופטים
June 27 - Sep 1
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3141
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 15, 2022 8:38 pm
- לאקאציע: קרית יואל
Re: אנשיקעניש האלט אן! קיאסקן וואקסן אויף הייווען אין די וויליאמסבורגע גאסן!
אנשיקעניש אין וויליאמסבורג יעדע גאס האט א גראסערי
אמאל מהאט געוואלט קויפן א באטל מילך האט מען געדארפט גיין ביז די עק דארפף אין מעלקן די קי
היינט א געפערלעכע פריצה מגייט פלען אריין אין גראסערי אין מנעמט אראפ א מילך פון די שעלף
שרעקעדיג ווי זענען די רבנים
איינער ווייסט וואס שטערט דיר נישט איך
פארוואס מאך איך מיך אפילו וויסענדיג איך ווייס נישט

זאג קיינמאל נישט קיינמאל ווייל די קענסט קיינמאל נישט וויסען
-
- שר האלף
- תגובות: 1017
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
- לאקאציע: מאחורי הפרגוד
Re: אנשיקעניש האלט אן! קיאסקן וואקסן אויף הייווען אין די וויליאמסבורגע גאסן!
לאקאלער רב אלערט...
כ'האב א פשוט'ע ראי' אז היינטיגע צייטן איז אכשר דרא, ווייל אפילו די אויסדרוק 'אכשר דרא' האט זיך היינט געטוישט פון בתמי' צו בניחותא...
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 929
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 01, 2023 3:13 pm
Re: אנשיקעניש האלט אן! קיאסקן וואקסן אויף הייווען אין די וויליאמסבורגע גאסן!
און עס איז נאך דא סעלף טשעק אוטס ביז שפעט ביינאכט...קיינמאל האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 09, 2023 10:51 amאנשיקעניש אין וויליאמסבורג יעדע גאס האט א גראסערי
אמאל מהאט געוואלט קויפן א באטל מילך האט מען געדארפט גיין ביז די עק דארפף אין מעלקן די קי
היינט א געפערלעכע פריצה מגייט פלען אריין אין גראסערי אין מנעמט אראפ א מילך פון די שעלף
שרעקעדיג ווי זענען די רבנים
איינער ווייסט וואס שטערט דיר נישט איך
פארוואס מאך איך מיך אפילו וויסענדיג איך ווייס נישט
אויף וועמענס אחריות?
Re: אנשיקעניש האלט אן! קיאסקן וואקסן אויף הייווען אין די וויליאמסבורגע גאסן!
פאר ריטשארדשען די סעלפאון קומען זיי אויך גוט צוניץ..פימזען האלץ האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 08, 2023 11:32 pmאיך נעם נישט קיין צד, אבער איך האב זייער הנאה דערפון.
אויב דארף איך וואקן פון סאוט אכט ביז מורטיל האב איך ווי אריינצוסטאפן יעדע האלבע בלאק ליינען אייוועלט, א קאווע מיט אביסל קענדיס... און אויב פעלט זיך אויס א שטיקל הכנה אויך.
ספיציעל אין די זומער טעג קען עס שטארק צוניץ קומען
Re: אנשיקעניש האלט אן! קיאסקן וואקסן אויף הייווען אין די וויליאמסבורגע גאסן!
Kiosko x2
Q x2
Icon
Cubicles
Desktop
Upload
Right click
Access
Space bar
My desk
I shop x3
Darka achrina
Lee work
The Computer store
Midtown
Keyboard
WOC
Q x2
Icon
Cubicles
Desktop
Upload
Right click
Access
Space bar
My desk
I shop x3
Darka achrina
Lee work
The Computer store
Midtown
Keyboard
WOC
-
- שר האלף
- תגובות: 1758
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 08, 2015 1:04 am
Re: אנשיקעניש האלט אן! קיאסקן וואקסן אויף הייווען אין די וויליאמסבורגע גאסן!
אדרבה זיי מסביר
וויאזוי פארלירט מען געלט ווען הערליכע אנליין קליידער איז דא פאר א דריטל די פרייז פלוס זייער אסאך מאל די זעלבע קליידער ווי די לאקאל סטארס פאר האלב פרייז דירעקט פון די האלסעילער?
די לאקאלע סטארס רייסן די טאשן און מיט רעכט אבער שטייט נישט אין ערגעץ אז איך ברויך דארט קויפן בשעת וואס ס’איז אפאר מאל מער ווי זעקסטעל ביליגער אנליין. און וועגן צייט, אמאליגע אנליין שאפינג (מאנהעטן) פלעגט נעמען לענגער ווי אנליין. די פרויען פלעגן זיין אינדרויסן פון באס ל’באס...
די אלע סעווינגס איז נאך אזא צורך הפרנסה ווי אייוועלט!
- המברך יתברך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
- לאקאציע: מאנסי נוא יארק
Re: אנשיקעניש האלט אן! קיאסקן וואקסן אויף הייווען אין די וויליאמסבורגע גאסן!
פארקערט, מ'פארלירט געלט דורכ'ן זיצן אין קיאסק און שרייבן אויף אייוועלט...ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 09, 2023 12:07 pmאדרבה זיי מסביר
וויאזוי פארלירט מען געלט ווען הערליכע אנליין קליידער איז דא פאר א דריטל די פרייז פלוס זייער אסאך מאל די זעלבע קליידער ווי די לאקאל סטארס פאר האלב פרייז דירעקט פון די האלסעילער?
די לאקאלע סטארס רייסן די טאשן און מיט רעכט אבער שטייט נישט אין ערגעץ אז איך ברויך דארט קויפן בשעת וואס ס’איז אפאר מאל מער ווי זעקסטעל ביליגער אנליין. און וועגן צייט, אמאליגע אנליין שאפינג (מאנהעטן) פלעגט נעמען לענגער ווי אנליין. די פרויען פלעגן זיין אינדרויסן פון באס ל’באס...
די אלע סעווינגס איז נאך אזא צורך הפרנסה ווי אייוועלט!
-
- שר מאה
- תגובות: 194
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2022 6:15 pm
- לאקאציע: אויף דער וועלט
Re: אנשיקעניש האלט אן! קיאסקן וואקסן אויף הייווען אין די וויליאמסבורגע גאסן!
און קורצן איז די תירוץ 1) ווען עס איז דא ביליגערע סחורה קויפט מען מער (און אלגעמיין לכאורה ביי דיר אויך) 2) למעשה האט אינטערנעט א כח המושך און עס נעמט מער ווי 5 מינוט צו קויפן אפאר קליידער און די קיאסק בעט געלט פאר דעם...ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 09, 2023 12:07 pmאדרבה זיי מסביר
וויאזוי פארלירט מען געלט ווען הערליכע אנליין קליידער איז דא פאר א דריטל די פרייז פלוס זייער אסאך מאל די זעלבע קליידער ווי די לאקאל סטארס פאר האלב פרייז דירעקט פון די האלסעילער?
די לאקאלע סטארס רייסן די טאשן און מיט רעכט אבער שטייט נישט אין ערגעץ אז איך ברויך דארט קויפן בשעת וואס ס’איז אפאר מאל מער ווי זעקסטעל ביליגער אנליין. און וועגן צייט, אמאליגע אנליין שאפינג (מאנהעטן) פלעגט נעמען לענגער ווי אנליין. די פרויען פלעגן זיין אינדרויסן פון באס ל’באס...
די אלע סעווינגס איז נאך אזא צורך הפרנסה ווי אייוועלט!
אויב ווילסטו באקומען א Voter Registration Form אויף די פאסט שיק דיין מעילינג אדרעס צו מיין אימעיל.
-
- שר האלף
- תגובות: 1758
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 08, 2015 1:04 am
Re: אנשיקעניש האלט אן! קיאסקן וואקסן אויף הייווען אין די וויליאמסבורגע גאסן!
דאס יא...המברך יתברך האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 09, 2023 12:11 pmפארקערט, מ'פארלירט געלט דורכ'ן זיצן אין קיאסק און שרייבן אויף אייוועלט...
- למעלה משבעים
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12437
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
- לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן
Re: אנשיקעניש האלט אן! קיאסקן וואקסן אויף הייווען אין די וויליאמסבורגע גאסן!
כ'האב א פשוטע עצה פאר אייך, פארמאכט די ק"ק און פארטיג, וואס איז די קיאסק שולדיג?enjoy האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 08, 2023 11:18 pmסאיז באקאנט די וויץ, אז אין בארא פארק צווישן איין בית מדרש אינעם צווייטן איז דא א בית מדרש אין מאנסי צווישן איין ישיבה אינעם צווייטן איז דא א ישיבה... א.א.וו אויף וויליאמסבורג פלעגט מען זאגן, אז צווישן איין דירה אינעם צווייטן איז דא א דירה.. איך מיין אבער זאכן האבן זיך געטוישט! מקען שוין היינט רואיגערהייט זאגן אז צווישן איין קיאסק אינעם צווייטן איז דא א קיאסק!
דער מצב איז שוין אימדערטרעגליך!!
יעדן טאג מיט א פרישע אדווערטייזמיט אז א קיאסק האט זיך געעפענט.. שוין באלד דא מער קיאסקן ווי ראטן... זיי עפענען זיך ווי שוואמען נאך א רעגן!
דער גרעסטער חורבן פון א קיסאק איז, אז אמאל האט א פרוי געוויסט אז אויב זי וויל קויפן עפעס אנליין, אדער בעט זי א שבת גוי אדער קויפט מען נישט! יא דער עולם איז אמאל געווען סאך ווייניגער אין מיטן גיין שאפינג אנליין, טוט זיך א געקויפאכץ מרעדט שוין נישט פון דעם אז סשלעפט ארויס געלט פון די טאשן פון די מענער.. ווען א פרוי גייט שאפינג א ווייסע זונטאג קומט זי אהיים מיט גארנישט... דא וואקט מען אריין אין קיאסק ממאכט זיך באקוועם און מפאנגט אן גיין שאפינג.. מספענד אין די הויזן און שוין...
סאיז חוץ פון דעם וואס די פרייזן זענען איבערגעטריבן הויעך!! נישט קיין ווינדער אז יעדע דריטע מענטש עפענעט א קיאסק... משארט געלט פארוואס זאל יענער נישט מעגן...
וואטעווער די נושא איז ווייטאגלעך! דער עולם ווערט געבעטן אריין צוקומען אויסשרייען זייער וויי געשריי, שטייטצעך אז אויב איינער וויל פארטיידיגען די קיאסקן, איז מאור דען וועלקאם!
-
- שר האלף
- תגובות: 1758
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 08, 2015 1:04 am
Re: אנשיקעניש האלט אן! קיאסקן וואקסן אויף הייווען אין די וויליאמסבורגע גאסן!
ווענד זיך שוין ווי א מענטש אבער ביי מיר קענסטו זיין זיכער דעס ווייב טראסקעט ארויס יעדע איבריגע זאך פון שטוב... מ’קויפט באקוועם אבער נאר וואס מ’ברויך באמת. אלעס אנדערש גייט צוריק מיט די אנליין ריטורן לעיבלס...איש נבון האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 09, 2023 12:16 pmאון קורצן איז די תירוץ 1) ווען עס איז דא ביליגערע סחורה קויפט מען מער (און אלגעמיין לכאורה ביי דיר אויך) 2) למעשה האט אינטערנעט א כח המושך און עס נעמט מער ווי 5 מינוט צו קויפן אפאר קליידער און די קיאסק בעט געלט פאר דעם...ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 09, 2023 12:07 pmאדרבה זיי מסביר
וויאזוי פארלירט מען געלט ווען הערליכע אנליין קליידער איז דא פאר א דריטל די פרייז פלוס זייער אסאך מאל די זעלבע קליידער ווי די לאקאל סטארס פאר האלב פרייז דירעקט פון די האלסעילער?
די לאקאלע סטארס רייסן די טאשן און מיט רעכט אבער שטייט נישט אין ערגעץ אז איך ברויך דארט קויפן בשעת וואס ס’איז אפאר מאל מער ווי זעקסטעל ביליגער אנליין. און וועגן צייט, אמאליגע אנליין שאפינג (מאנהעטן) פלעגט נעמען לענגער ווי אנליין. די פרויען פלעגן זיין אינדרויסן פון באס ל’באס...
די אלע סעווינגס איז נאך אזא צורך הפרנסה ווי אייוועלט!
וועגן צייט, אמאליגע מאנהעטן שאפינג האט גענומען פון סקול באס צו סקול באס. כ’מיין דאס איז אויכעט א שיינע 5-6 שעה א טאג. די געלונגענע פלעגן לויפן 2-3 מאל א וואך קיין מאנהעטן.
שאפינג איז א חכמה ולא מלאכה. נישט יעדער איז געאייגענט דערפאר.
Re: אנשיקעניש האלט אן! קיאסקן וואקסן אויף הייווען אין די וויליאמסבורגע גאסן!
איינער האט שוין אמאל געהערט וועגן א געדאנק "פרייע מארקעט"?
אויב איינער האט א רוחניות'דיגע טענה, וועל איך נישט אריינרעדן. אבער טייער? אויך מיר א טענה. ער וויל מאכן פרנסה. בכלל, האסט געמאכט א חשבון וויפיל ס'קאסט אים רענט, קאמפיוטערס, איי-טי טעקנישענס, אא"וו?
אז עמיצנס פיצא קאסט צו טייער, קויף ביי א צווייטן. אדער קויף לאקשן קוגל אנשטאט. אויב דיין ווייב ספענדט צופיל געלט, איז עס טאקע א פראבלעם, אבער ס'איז אויך דא עצות, ועוד חזון למועד.

מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
- הארי פלארי
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4441
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm
Re: אנשיקעניש האלט אן! קיאסקן וואקסן אויף הייווען אין די וויליאמסבורגע גאסן!
אין דו האסט צוויי קוק ווינקלען, אין דו מאכסט א טשאלנט פון ביידע..
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 454
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 11:51 pm
Re: אנשיקעניש האלט אן! קיאסקן וואקסן אויף הייווען אין די וויליאמסבורגע גאסן!
...sadlyהמברך יתברך האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 09, 2023 12:11 pmפארקערט, מ'פארלירט געלט דורכ'ן זיצן אין קיאסק און שרייבן אויף אייוועלט...ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 09, 2023 12:07 pmאדרבה זיי מסביר
וויאזוי פארלירט מען געלט ווען הערליכע אנליין קליידער איז דא פאר א דריטל די פרייז פלוס זייער אסאך מאל די זעלבע קליידער ווי די לאקאל סטארס פאר האלב פרייז דירעקט פון די האלסעילער?
די לאקאלע סטארס רייסן די טאשן און מיט רעכט אבער שטייט נישט אין ערגעץ אז איך ברויך דארט קויפן בשעת וואס ס’איז אפאר מאל מער ווי זעקסטעל ביליגער אנליין. און וועגן צייט, אמאליגע אנליין שאפינג (מאנהעטן) פלעגט נעמען לענגער ווי אנליין. די פרויען פלעגן זיין אינדרויסן פון באס ל’באס...
די אלע סעווינגס איז נאך אזא צורך הפרנסה ווי אייוועלט!
נאך 'וואס' קומט עפּעס תכלית'דיג, למעשה'דיג. פארוואס טראגט נאר צום נעקסטן פארוואס. און צום נעקסטן. און צום נעקסטן.
ביז יציאת נשמה. (פינחס גלויבער)
ביז יציאת נשמה. (פינחס גלויבער)
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2218
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm
Re: אנשיקעניש האלט אן! קיאסקן וואקסן אויף הייווען אין די וויליאמסבורגע גאסן!
זייער אינטערעסאנט, א אנדייטונג אז די מערכה צו נוצן אינטערנעט באגרעניצט האט א שטארקע הצלחה.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2648
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
- לאקאציע: אומאן!
Re: אנשיקעניש האלט אן! קיאסקן וואקסן אויף הייווען אין די וויליאמסבורגע גאסן!
ביטע @גרשון איך קוק שטארק ארויס אויף דיין עוד חזון למועד.....גרשון האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 09, 2023 6:26 pmאיינער האט שוין אמאל געהערט וועגן א געדאנק "פרייע מארקעט"?
אויב איינער האט א רוחניות'דיגע טענה, וועל איך נישט אריינרעדן. אבער טייער? אויך מיר א טענה. ער וויל מאכן פרנסה. בכלל, האסט געמאכט א חשבון וויפיל ס'קאסט אים רענט, קאמפיוטערס, איי-טי טעקנישענס, אא"וו?
אז עמיצנס פיצא קאסט צו טייער, קויף ביי א צווייטן. אדער קויף לאקשן קוגל אנשטאט. אויב דיין ווייב ספענדט צופיל געלט, איז עס טאקע א פראבלעם, אבער ס'איז אויך דא עצות, ועוד חזון למועד.
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!
משיח…? למספרם!
משיח…? למספרם!
Re: אנשיקעניש האלט אן! קיאסקן וואקסן אויף הייווען אין די וויליאמסבורגע גאסן!
טאקע אינטרעסאנט, דאס טייטשט, אידן זענען גרייט צו באצאלן פאר די קיאסקן די פעפערטע פרייזן אבי נישט צו האבן אינטערנעט אינדערהייםליבי ובשרי האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 11, 2023 1:02 amזייער אינטערעסאנט, א אנדייטונג אז די מערכה צו נוצן אינטערנעט באגרעניצט האט א שטארקע הצלחה.
#בשיטה נישט