און דער מענטש איז גאר געלאפן פאר פרעזידענט זייער שטארק מיט די הבטחה פון גאר שטארק אבאכט געבן אויף די זאכן, און אז קיינער וועט נישט זיין העכערן געזעץ, "אויף די נושא", ציענדיג א קאנטראסט קעגן קלינטאן וואס וואלט געמעגט בעסער אכט געבן אויף די זאכן, און ער האט אנגעפירט לאק הער אפ געשרייען.
ווען דאס געשעט מיט עני וואן עלס, וואלט יאנער געמוזט ארויסגיין פון פאליטיק, אויפן פלאץ.
אבער, אויף וואס איך זאג, קענסטו נישט מאכן די חשבונות, ווייל מיר האט טשאדי שוין גוט אריינגעפרעגט יארן צוריק אז וואס מען שרייבט דא, מאכט גארנישט אויס אויף למעשה. די אלגעמיינע מידיע ווי ווייט איך ווייס האקט אויף טראמפ פיל מער ווי אויף דעסאנטיס, און האלט קלאר אז דעסאנטיס איז מער עלעקטעבל ווי טראמפ.
דזשארדזשיע און אריזאנע האבעך דאך געברענגט די מאפע אז טראמפ דארף זיי נישט.
בנוגע די עקאנאמיע, פאר א סיבה נוץ איך דעם װאָרט "די עקאנאמיע הייסט", למעשה האלט 50 קעגן 28 פראצענט אמעריקע אז די עקאנאמיע איז אין א רעסעסיע לויט א לעצטיגע אנקעטע. וואס איך האלט מאכט דאך נישט אויס, כנ"ל. (די אדמיניסטראציע האט זיך יעצט ארויסגעלאזט אויף א קאמפיין אויפצוקלערן דעם עולם, ונראה מה יהי'.)
פלארידע דאז נאט מעטער. מאכט פשוט נישט אויס. (חוץ העלפן קלענער מאכן די פאפולער וואויט עלעקטארל קאלעדזש דיסקרעפענסי.)
איך האב גערעדט פון דעם פערסענאליטי דיפרענס, ביידן איז בערך א מיליאן מאל בעסער ווי דעסאנטיס אין קאנעקטן מיט פלעינע מענטשן פון גאס. טראמפ איז נאך בעסער.
אבער ווי געשריבן אויבן, בבושת פנים מוז איך מודה זיין נאך די קלאגעס אז מאסק, די מידיע, וכו', זענען אפשר יא גערעכט בנוגע טראמפ/דעסאנטיס עלעקטעבילטי, האבן זיי פילייכט געהאט אינסייד אינפא?