ביסט גרייט מיר צו דבאטירן איינס אויף איינס? און די פראגע גייט אויך צו די וואס האבן געלייקט דיין תגובה.גרויס בריטאניע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 08, 2023 6:08 pmמיינע צוויי סענט אין די נושא: צום פ''ה. די סיבה איז פשוט ווייל אין א דעבאטע צווישן צוויי גוט אויסגעקאכטע אין איטליכס שיטה, וועט דער רעכטער מערסטענס ארויסקומען א זיגער, וויבאלד דער אמת איז נאר דא איין.
און צוליב דעם וועלן קיין סאך ליבעראלן ווילן ארויף קומען עניוועיר ווייל זיי ווייסן אז מ'גייט זיי צופליקן. משא''כ א רעכטער ווייסט אז דאס וואס ער האלט ביי זיך איז דאס ריכטיגע, נו פארוואס נישט גיין אביסל מאכן הפצה...
איך בין גרייט, מיין אישי איז אפן.
-
(פינג @רעגנדיג וואס האט גראדע אריינגעלייגט גרויסע כוחות אז איינס אויף איינס דעבאטעס זאלן צושטאנד קומען דא, און הונטער די קוליסן איז שוין אפילו געווען פערטיגע פלענער וויאזוי פאראויס צו גיין דערמיט, און מ'האט שוין געהאט פארטרעטער פון ביידע זייטן וואס האבן געזאגט אז זיי זענען גרייט זיך צו דעבאטירן, אבער ממש אין די לעצטע סקונדע זענען די פלענער צוזאמגעפאלן ווען איינער פון די צוויי איז אנטרינען).