אינשורענס פאר דאמיס - טוירם אינשורענס

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מיט מזל
שר חמש מאות
תגובות: 775
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 10:03 pm

Re: אינשורענס פאר דאמיס - טוירם אינשורענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט מזל »

יונה פויגל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 3:37 pm
@וויכטיג מאכער קודם ייש"כ פאר דיין ארבעט אינדעם, כ'האב שוין געטראכט אפאר מאל וועגן עס טון (בפרט לעצטע יאר ווען סאטמאר מהריי האט געמאכט א מצב וועגן דעם) נאר כסדר העולם איז עס געגאנגען שלאפן,
לאמיר דיר אזוי פרעגן, אויב האבעך געמאכט א אישורענס פלען פאר 20 יאר, נאכדעם ווילעך עס פארלענגערן פאר נאך 10 יאר, גייט עס מיר קאסטן ווי ביז יעצט, אדער ס'גייט זיין א פרישע חשבון?
פאר א פרישע term policy איז עס א פרישע חשבון
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: אינשורענס פאר דאמיס - טוירם אינשורענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

סעסעמי סיד האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 12:15 am
וויכטיג מאכער האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 3:58 am
ווי מיין באקאנטע דיסקלעימער, פערסענאל עדווייס זאל מען נעמען פערסענאל, נישט אויף קיין פובליק פארום... אזוי אויך, די פאקט אז איך גיי שרייבן איבער טוירם אינשורענס מיינט נישט אז איך האלט אז טוירם אינשורענס איז די סעלושן פאר יעדן... איך האלט גראדע אז כמעט יעדער מוז האבן טוירם אינשורענס "אויך", אבער נישט יעדער איז אין די זעלבע פאזישן... איך באשרייבעס בלויז אז מ'זאל עס קענען פארשטיין בעז"ה...

איז דא א מענטש וואס האט חתונה געהאט, דער אייבערשטער האט געהאלפן ער האט א שטוב מיט קינדער, ער האצעך גע'סעטלט - ווי מ'רופט עס - מיט א דזשאב וכד'... ער מאכט זיינע חשבונות וואס די לעבן קאסט אים, ער צוטיילט זיין אינקאם לויט די ביללס... און דא דערמאנט ער זיך... זיין חבר האטעם געקאלט אז ער איז נארוואס געווארן א לייף אינשורענס עידזשענט, ער וויל אריבערקומען אים מסביר זיין וואס לייף אינשורענס איז...

קודם איז גוט צו וויסן, קיינער קויפט נישט קיין אינשורענס ווייל ער גייט ח"ו שטארבן עניטיים סאאן, אויב א מענטש גייט ל"ע שטארבן בקרוב, איז ער סייווי אן-אינשורעבל... די סיבה פארוואס מ'קויפט אינשורענס איז ווייל אויב מאכצעך, ס'זאל זיך נישט מאכן און א מענטש גייט אוועק פון די וועלט אינגערהייט רח"ל... וויל ער נישט אז זיינע קינדער זאלן סאפערן נאכאמאל, גענוג אז זייער טאטע - מאמע איז נישטא, דארפן זיי כאטש די פיינענשל טראמא נישט אדורכגיין... ער באשלוסט אז ער וויל נעמען עקשן...

די ערשטע זאך וואס ער דארף טוהן איז אפשאצן די ריסק, און נאכאמאל, נישט וואס די טשענסעס זענען, נאר אויב ח"ו ס'איז געשעהן, ס'זאל נישט געשעהן... וואס ווערט דא פארלוירן?

ביי א טאטע - די פרנסה ברענגער - ווערט פארלוירן א טאטע ל"ע, וואס דאס קעמען נישט ריפלעסן, ס'ווערט אבער אויך פארלוירן זאכן וואס די טאטע פלעגט טוהן, צולערנען מיטן קינד, פארהערן וכו', דאס קעמען טיילווייז ריפלעיסן, מ'קען דינגן א אינגערמאן דאס צו ריפלעיסן, אזוי אויך ווערט פארלוירן די פרנסה, די טאטע פלעגט אהערשטעלן אלע הוצאות פון די הויז, לאמער מאכן א גראדע נאמבער פון 100,000 דאללער... דאס קעמען אויך ריפלעיסן...

צו דינגן א אינגערמאן קעירצונעמען פון די קינדער קאסט געלט, אונז גיימער צולייגן די געלט צו די אנדערע געלט פראבלעם, די אינקאם פראבלעם...

אצינד צו די אינקאם פראבלעם... דער אינגערמאן מאכט א חשבון, אויב ח"ו איך בין נישט דא, וויזוי קען איך מאכן זיכער אז מיינע קינדער ווערן נישט די וועלט'ס רחמנות...

איך גיי יעצט רעדן פון אן עוורידזש אינגערמאן וואס האט נישט קיין ריעל עסטעיט וואס קען יעצט ברענגען אינקאם, דער וואס האט יא איז א אנדערע מסכת, מ'דארף פון דעם עקסטער רעדן...

כדי צו ברענגן 100,000 דאללער גאראנטירט היינט צו טאגס, דארף מען האבן 2 מיליאון דאללער! איך ווייס אז מאנכע גייען זאגן, וואס? גיב מיר 2 מיליאון דאללער איך ברענג דיר סאאאך מער! אמת, ווען דו ארבייטסט און דו קענסט נעמען ריסק, קענסט פארנעמען "אפס און דאונס", איז דא גוטע טשענסעס צו מאכן מער ווי דעם... אבער ווען א מענטש איז נישטא, זיין ווייב דארף מארגן ברענגען ברויט, מוז די געלט ברענגען יעדעס יאר קאסיסטענט גאראנטירטע געלטער!

ווען איך זאל שרייבן די זעלבע ווערטער פאראיאר, ווען מאט געקענט באקומען 2-3 פראצענט, וואלט מען געדארפט 3 - 4 מיליאון דאללער צו קענען ברענגען 100,000 דאללער א יאר, עז ווי ספיעק רייט נאו, קעמען באקומען 5 פראצענט, קעמען פון 2 מיליאון דאללער מאכן 100,000 דאללער א יאר...

אין אנדערע ווערטער, אויב דער מענטש שטארבט, איז דא א יערליכע 100,000 דאללערדיגע פראבלעם, אדער אין קורצן א 2 - 3 מיליאן דאללערדיגע פראבלעם...

יעצט האבעך שוין א עצה, אבער וויזוי קען א מענטש אנגרייטן די 2-3 מיליאון דאללער אויב ער איז נישטא, ער האטעך נישט די געלט ווען ער איז יא דא?

דא קומט אריין אינשורענס... אינשורענס קאמפאניס קענען נישט גאראנטירן קיין לעבן, זיי קענען נישט מאכן מענטשן זאלן נישט שטארבן... זיי קענען אבער נעמען די ריסק וואס דו האסט, דהייני די 2 מיליאון דאללערדיגע פראבלעם, און עס טרענפערן צום רבים... אנשטאטס סאל זיין דיין אינדעווידזשל פראבלעם, גייטעס יעצט ווערן דעם עולם'ס פראבלעם, און צווישן דעם עולם איז דא געלט!

וויזוי ארבייט דאס? וויזוי טרענספערט מען די ריסק פון איין מענטש צו א רבים? זייער פשוט! יעדער יחיד וואס וויל זיך אנשליסן מוז זיך לאזן אונטערזוכן, צו מאכן זיכער אז ער איז געזונט און שטעלט נישט פאר א גרעסערע ריסק ווי א צווייטן, די קאמפאני שטעלט אויס גרופעס לויט וויפיל ריסק זיי האבן... און נאכאמאל, קיינער ווייסט נישט ווער ס'גייט שטארבן, אבער די קאמפאני האט א סטאטיסטיק, פון יעדע גרופע פון מיליאון געזונטע מענטשן, פון די יארגאנג שטארבן אזויפיהל מענטשן... די קאמפאני נוצט די סטאטיסטיקס אויסצושטעלן גרופעס לויט די ריסק... גראבע מענטשן, מענטשן וואס רייכערן, מענטשן מיט צוקער, הארץ אדער אנדערע געזונטהייט פראבלעמען... יעדער ווערט אריינגעשטעלט אין זיין קלאסס ווי ער באלאנגט... און פארשטייצעך אויך טיילט מען איין לויט די יארגאנג...

יעצט שטעלט די אינשורענס קאמפאני אהער א נאמבער, וואס לויט וויזוי זיי שאצן דארפן זיי האבן דעם סכום פון יעדן קלאסס צו קענען באצאלן א דעד בענעפיט אויב ח"ו איינער שטארבט... די קאמפאני נעמט פון די געזונסטע גרופע ווייניגער געלט און פון די קראנקערע מער געלט, אינגע מענטשן צאלן ווייניגער, ווייל זייער ריסק צו שטארבן איז קלענער לויט די סטאטיסטיקס, און עלטערע צאלן מער...

די אינשורענס קאמפאניס נעמען צוזאם פון יעדן די געלט, און לייגן דאס אריין אויף געוויסע פלעצער לויט וויזוי זיי ווערן רעגולעיטעד, א חלק אין באנק, א חלק אין שארט טוירם אינוועסטמענטס א חלק אין אנדערע פלעצער...

יעדעס מאל א מענטש שטארבט, שרייבן זיי א טשעק פאר יענעם'ס בענעפישערי...

ס"ה ביז אהער...

א מענטש וואס זיין לעבן קאסט אים 100,000 דאללער א יאר, האט א ריסק אליין, אויב ח"ו ער שטארבט, דארף ער אויפקומען מיט 100,000 דאללער א יאר פאר זיין משפחה, לויט די היינטיגע רעיטס איזעס 2 מיליאון דאללער... ער קען נישט אליין טראגן די ריסק, גייט ער צו די אינשורענס קאמפאני און ער גיבט זיי איבער די ריסק...

יעצט אז מ'פארשטייט אז אלעס איז געבעיסד לויט וויפיל ריסק ס'איז דא, קעמען גיין אביסל ווייטער...

ווען א מענטש קויפט איין מיליאון דאללער אינשורענס, איז זיין ריסק האלב, פון דעם וואס קויפט 2 מיליאון דאללער אינשורענס... אוטאמאטיש קאסט עס ווייניגער...

ווען א מענטש קויפט אינשורענס ביי די 20, איז ער א קלענערע ריסק ווי דער וואס קויפט ביי די 30, אוטאמאטיש איזעס ביליגער...

א רגע צו עידזש... קומט אויס אז ווען א מענטש איז 20 צאלט ער איין פרייז, ווען ער ווער 25 קאסט עס מער... און אויב ביי די 25 איזער אביסל גרעבער, וואס גייט געשעהן?

זענען די אינשורענס קאמפאניס אויפגעקומען מיט די קאנצעפט פון גאראנטירט רינועל... אז א מענטש קען קויפן א פאלעסי און סיז גאראנטירט אז ער קען עס קויפן אויף די זעלבע רעיט ווי יעצט, ווילאנג ער באצאלט די פרימיום...

אזוי אויך קען מען קויפן פאלעסיס וואס הייסן "לעוול טוירם", די אינשורענס קאמפאניס נעמען די פרייז פון די יעצטיגע רעיט, זיי רעכענען אויס וויפיל ס'דארף צו קאסטן די רעיט ביי 25, ביי 26, ביי 28 ביז 35 יאר... און זיי לעוולן די פרייז... דו קענסט יעצט קויפן א פאלעסי וואס איז געלאקד פאר 10 יאר די זעלבע פרייז...

זעלבסטפארשטענדליך אז א פאלעסי וואס איז גאראנטירט ביז עידזש 35 איז א קלענערע ריסק ווי א פאלעסי וואס איז גאראנטירט פאר ביז עידזש 45 אדער 55...

סאו ווי לענגער די "טוירם" פון די פאלעסי איז, אלס גרעסער איז די ריסק און אלס טייערער איזעס...

ס"ה ווייטער... דער מענטש טרענספערט זיין ריסק פאר די אינשורענס קאמפאני, ער צאלט איין א סכום, געוואנדן לויט די ריסק... ווי לענגער די טוירם גייט האלטן, אלס גרעסער איז די ריסק, און אלס טייערער ווערט עס...

מ'האלט אין איין רעדן פון טייערער און טייערער... מ'קען מיינען אז מ'רעדט דא פון מיליאונען... סה"כ רעדט מען דא פון א 25 יעריגער אינגערמאן וואס איז געזונט ווי א בער, אויב וויל ער קויפן א פאלעסי וואס גאראנטירט אים די זעלבע פרייז פאר צען יאר, קאסט עס בערך 300 דאללער פאר יעדע מיליאון דאללער אינשורענס... ס'טייטש, אויב ווילער קויפן 2 מיליאון דאללער אינשורענס גאראנטירט פאר 10 יאר, גייט עס אים קאסטן בערך 50 דאללער א חודש...

וואס אבער גייט ער טוהן אויב 10 יאר ארום איז זיין קאלעסטעראל נישט גוט, וכו... דעמאלטס קען די אינשורענס ווערן זייער טייער? זענען דא וואס קויפן א 20 יעריגע טוירם אדער א 30 יעריגע טוירם...

סאו אונזער 25 יעריגער אינגערמאן וואס וויל איינשפארן די זעלבע פרייז פאר די נעקסטע 20 יאר, היות די ריסק ווערט יעצט גרעסער פאר די קאמפאני, גייט ער באצאלן 600 דאללער פאר יעדע מיליאון דאללער אינשורענס... סאו ער גייט באצאלן 100 דאללער א חודש פאר 20 יאר און ער איז גאראנטירט אז פאר די פרייז האט ער 2 מיליאון דאללער אינשורענס...

אויב ח"ו, אויף קיין שום איד נישט געוואונטשן, ער גייט אוועק אין די 20 יאר, באקומט זיין ווייב, אדער א צווייטער, ווענצעך וועם ער האט אריינגעשריבן אלס בענעפישערי... 2 מיליאון דאללער, און זי קען טוהן דערמיט וואס זי וויל...

אויב האט מען אן אחראיות'דיגע עידזשענט וואס דעליווערט די טשעק, מאכט ער זיכער אז די ווייב פארשטייט וואס די ציהל מיט די געלט איז, און מ'לייגט די געלט צו די ארבייט... און די געלט ברענגט 100,000 דאללער א יאר...

און דאס איז די פראסעס צו באקומען טוירם אינשורענס...

מ'מאכט אפ אן אמאונט וואס מ'דארף, מ'עפלייט ביי די אינשורענס קאמפאניס צו זעהן וואסערע רעיט מ'קען באקומען... כדי צו באקומען א רעיט דארף מען ענטפערן אביסל געזונטהייט פראגעס וכד... די קאמפאני קוקט אדורך די פייל, און זיי קומען צוריק מיט דיין רעיט... דו ביסט די רעיט... יעצט דארף די עידזשענט דיר ווייזן וויפיל ס'קאסט א פאלעסי גאראנטירט פאר 5 יאר, 10 יאר וכו, איין מיליאון, 3 מיליאון אדער 5 מיליאון... יעדער מאכט אפ וואס מ'דארף...

דאס איז פאר דערווייל...

פראגעס?
פרעג פאר א חבר

סתם נייגעריג, ווען איך האב געקויפט אינשורענס בין איך געוועןצא 40 50 פונט מער ווי יעצט [קענסט די שנה ראשונה] זאכן יעצט נאך 15יאר און האלטן זיך אויף א שטרענגע דייעטע איז מיין וואג און קאלעסטירל מיט אלעס און סאך א בעסער פאזיציע, גייט מיך עס קאסטן מער ווייל איך בין עלטער אדער ווייל איך בין געזונטער גייט עס זיין ביליג

נב מיין קאלעסטירל און טריגילייטס פלעגן אמאל זיין שטרעבליך הויך
סיז דא א גוטע טשענס אז סיז ביליגער, נישט מעגליך צו געססן...

שיק אריין דיין יעצטיגע פאלעסי פריוואט, כעדער פראבירן צו ענטפערן...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: אינשורענס פאר דאמיס - טוירם אינשורענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

יונה פויגל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 3:37 pm
@וויכטיג מאכער קודם ייש"כ פאר דיין ארבעט אינדעם, כ'האב שוין געטראכט אפאר מאל וועגן עס טון (בפרט לעצטע יאר ווען סאטמאר מהריי האט געמאכט א מצב וועגן דעם) נאר כסדר העולם איז עס געגאנגען שלאפן,
לאמיר דיר אזוי פרעגן, אויב האבעך געמאכט א אישורענס פלען פאר 20 יאר, נאכדעם ווילעך עס פארלענגערן פאר נאך 10 יאר, גייט עס מיר קאסטן ווי ביז יעצט, אדער ס'גייט זיין א פרישע חשבון?
פרישע חשבון...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: אינשורענס פאר דאמיס - טוירם אינשורענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

יונה פויגל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 3:33 pm
מיט מזל האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 9:52 am
מסוד חכמים האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 12:10 pm
שכח @וויך, זייער שיין מסביר געווען.

איז דא אזא סארט search engine ווי איך קען באקומען א ווילדע איידיע וויפיל עס גייט מיר קאסטן לויט מיינע אנגעגעבענע פרטים?

אויב נישט, קענסטו אנגעבן בערך וויפיל פראצענט טייערער ווי דיין 50 דאלער פער חודש משל עס קאסט פאר רויכערער, צוקער, הארץ וכו'? אדער איז נישטא קיין כללים?

איך וואלט זייער געוואלט וויסן אינפארמאציע, די מעשה איז אבער אז מיט אן עידזשענט אויב הייב איך אן פרעגן קשיות בין איך שוין האלבוועגס מחויב צו נעמען ביי יענעם א פאלעסי. איך דארף נישט יעצט א וועכענטליכע מאנטיג 10 אזייגער וואס מאכסטו עפעס גוטס פאון קאל.
קען אייך צוניצקומען
https://www.term4sale.com/
SEE:
Health Analyzer
הצלחה!

[email protected]
וואס לייג איך אריין ביי אמאונט אוו אינשורענס? צוויי מיליאן אדער הונדערט טויזנט?
וויפיל דו ווילסט...

אויב דארפסטו א פרייז, שיק אריין אין אישי דיין DOB כעדער אי"ה רעספאנדן...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: אינשורענס פאר דאמיס - טוירם אינשורענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

יונה פויגל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 5:28 pm
@מיט מזל כ'מיין צו פרעגן וויפיל איך וויל מאכן אינגאצן, צו יערליך?

אוודאי אינגאנצן, די יערליכע איז נאר א קאנצעפט!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm
לאקאציע: גם ציפור מצאה בית, אבער דו הייליגער באשעפער - נאכנישט

Re: אינשורענס פאר דאמיס - טוירם אינשורענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

ווייל איך האב געסוירטשט 2 מיליאן מיט רייכערן איז עס אויסגעקומען צו $250 ביז $680 א חודש
נישט קיין 50 דאלער א חודש, רייכערן מאכט אזא גרויסן חילוק?
כ'הער אויף צו רייכערן...
כ'האב געוואוסט רייכערן קאסט א פרייז, אבער אזויפיל?...
מ'זאגט נאך א נוסחא, פונעם ר"ר בונם פון פרשיסחא, ער האט זיך איינגעטענה'ט מיטן נורא עלילה
זיי בעסער צופרידן, און לייז אונז אויס אלס אידן, ווי איידער אלס גוים חלילה
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm
לאקאציע: גם ציפור מצאה בית, אבער דו הייליגער באשעפער - נאכנישט

Re: אינשורענס פאר דאמיס - טוירם אינשורענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

און אפי' אן רייכערן זאגט ער מיר $120 ביז $206 נישט קיין $50

אויך וואס איז Minimum Life Company Rating?
מ'זאגט נאך א נוסחא, פונעם ר"ר בונם פון פרשיסחא, ער האט זיך איינגעטענה'ט מיטן נורא עלילה
זיי בעסער צופרידן, און לייז אונז אויס אלס אידן, ווי איידער אלס גוים חלילה
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: אינשורענס פאר דאמיס - טוירם אינשורענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

סמאוקן איז געפערליך!

אבער אן סמאוקן דארפסטו קענען באקומען ביליגער...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
א געזונטער
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 29, 2023 6:16 pm

תגובה דורך א געזונטער »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 7:17 pm
סמאוקן איז געפערליך!

אבער אן סמאוקן דארפסטו קענען באקומען ביליגער...
וואס איז מיט וועיפן ? אין וייאזוי קענען זיי דאס וויסן מען נעמט שוין נישט קיין בלאט טעסט?
נעוועטיגעטי... איז א נגע צרעת...
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: אינשורענס פאר דאמיס - טוירם אינשורענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

זיי קענען עס וויסן אויב דו זאגסט פארן דאקטאר אדער אויב דו זאגסט...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
א געזונטער
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 29, 2023 6:16 pm

Re: אינשורענס פאר דאמיס - טוירם אינשורענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א געזונטער »

סמאוקן איז די זעלבע ווי וועיפן ? ביי זיי
נעוועטיגעטי... איז א נגע צרעת...
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: אינשורענס פאר דאמיס - טוירם אינשורענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איך געדענק נישט, איך מיין אז יא, לגבי ניקעטין...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1524
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: אינשורענס פאר דאמיס - טוירם אינשורענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

איינער וואס סמאוקט, זעהן זיי אויפן בלאט טעסט?
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: אינשורענס פאר דאמיס - טוירם אינשורענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

מ'קען זעהן אויף אן עקזעם אז מ'רייכערט!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1524
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: אינשורענס פאר דאמיס - טוירם אינשורענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 2:17 pm
מ'קען זעהן אויף אן עקזעם אז מ'רייכערט!
און אויב מען האט אויפגעהערט, ביז ווען זעהן זיי?
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
מיט מזל
שר חמש מאות
תגובות: 775
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 10:03 pm

Re: אינשורענס פאר דאמיס - טוירם אינשורענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט מזל »

גראדע שכל האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 3:51 pm

זיי זעהן היינט שטערקער ווי געוועהן, נייע technology
סאיז נישט ווערד צו שפילן דערמיט
מען מאכט אינשורענס פאר א סיבה, מען קען צאהלן יאהרן, אין ח"ו נישט קריגן
מען זעהט היינט אלעס!!! בקרוב אויכט וואס מעט טראכט.......לאך נישט
אז מעט האט אויפגעהערט נאך א יאהר, קען מען גיין צום קאמפעני צו טוישן פאר א non smoker
כדי צו וויסן, אז א שטארקע overfunded whole life policy איז נישט א ריזיגע חילוק פאר א smoker
SEE
אטעטשמענטס
2.PNG
2.PNG (46.78 KiB) געזען 8676 מאל
1.PNG
1.PNG (48.81 KiB) געזען 8676 מאל
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1524
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: אינשורענס פאר דאמיס - טוירם אינשורענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

מיט מזל האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 5:25 pm
גראדע שכל האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 3:51 pm
וויכטיג מאכער האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 2:17 pm
מ'קען זעהן אויף אן עקזעם אז מ'רייכערט!
און אויב מען האט אויפגעהערט, ביז ווען זעהן זיי?
זיי זעהן היינט שטערקער ווי געוועהן, נייע technology
סאיז נישט ווערד צו שפילן דערמיט
מען מאכט אינשורענס פאר א סיבה, מען קען צאהלן יאהרן, אין ח"ו נישט קריגן
מען זעהט היינט אלעס!!! בקרוב אויכט וואס מעט טראכט.......לאך נישט
אז מעט האט אויפגעהערט נאך א יאהר, קען מען גיין צום קאמפעני צו טוישן פאר א non smoker
כדי צו וויסן, אז א שטארקע overfunded whole life policy איז נישט א ריזיגע חילוק פאר א smoker
SEE
איך פרעג אויב איינער האט עכט אויפגעהערט... ווען וועלן זיי דיר גלייבן... הייסט, ווען גייען זיי שוינישט זעהן?
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: אינשורענס פאר דאמיס - טוירם אינשורענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

גראדע שכל האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 3:51 pm
וויכטיג מאכער האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 2:17 pm
מ'קען זעהן אויף אן עקזעם אז מ'רייכערט!
און אויב מען האט אויפגעהערט, ביז ווען זעהן זיי?
וואס זיי זעהען איז ווילאנג סיז דא ניקעטין אין די יורין...

איך וואלט אבער געצהט צו גיין מיטן אמת, ווילסט נישט דינייען קיין קלעים ווייל מאט ליגענט געזאגט...

פאר מער, פרעג אין אישי...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: אינשורענס פאר דאמיס - טוירם אינשורענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

גראדע שכל האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 5:58 pm
מיט מזל האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 5:25 pm
גראדע שכל האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 3:51 pm
וויכטיג מאכער האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 2:17 pm
מ'קען זעהן אויף אן עקזעם אז מ'רייכערט!
און אויב מען האט אויפגעהערט, ביז ווען זעהן זיי?
זיי זעהן היינט שטערקער ווי געוועהן, נייע technology
סאיז נישט ווערד צו שפילן דערמיט
מען מאכט אינשורענס פאר א סיבה, מען קען צאהלן יאהרן, אין ח"ו נישט קריגן
מען זעהט היינט אלעס!!! בקרוב אויכט וואס מעט טראכט.......לאך נישט
אז מעט האט אויפגעהערט נאך א יאהר, קען מען גיין צום קאמפעני צו טוישן פאר א non smoker
כדי צו וויסן, אז א שטארקע overfunded whole life policy איז נישט א ריזיגע חילוק פאר א smoker
SEE
איך פרעג אויב איינער האט עכט אויפגעהערט... ווען וועלן זיי דיר גלייבן... הייסט, ווען גייען זיי שוינישט זעהן?
געווענליך נאך אפאר טעג...

צו באקומען א גוטע רעיט איז צוויי יאר...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
מיט מזל
שר חמש מאות
תגובות: 775
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 10:03 pm

Re: אינשורענס פאר דאמיס - טוירם אינשורענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט מזל »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 6:02 pm
גראדע שכל האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 5:58 pm
מיט מזל האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 5:25 pm
גראדע שכל האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 3:51 pm
וויכטיג מאכער האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 2:17 pm
מ'קען זעהן אויף אן עקזעם אז מ'רייכערט!
און אויב מען האט אויפגעהערט, ביז ווען זעהן זיי?
זיי זעהן היינט שטערקער ווי געוועהן, נייע technology
סאיז נישט ווערד צו שפילן דערמיט
מען מאכט אינשורענס פאר א סיבה, מען קען צאהלן יאהרן, אין ח"ו נישט קריגן
מען זעהט היינט אלעס!!! בקרוב אויכט וואס מעט טראכט.......לאך נישט
אז מעט האט אויפגעהערט נאך א יאהר, קען מען גיין צום קאמפעני צו טוישן פאר א non smoker
כדי צו וויסן, אז א שטארקע overfunded whole life policy איז נישט א ריזיגע חילוק פאר א smoker
SEE
איך פרעג אויב איינער האט עכט אויפגעהערט... ווען וועלן זיי דיר גלייבן... הייסט, ווען גייען זיי שוינישט זעהן?
געווענליך נאך אפאר טעג...

צו באקומען א גוטע רעיט איז צוויי יאר...
לעצטענס לענגער ווי אפאר טעג.

רוב קאמפיניס 1 יאר
זעה
https://www.guardianlife.com/life-insur ... derwriting
Tobacco/Smoker Ratings: Have used tobacco or nicotine products within the past 12 months

http://docs.crumplifeinsurance.com/docu ... elines.PDF
Tobacco/Nicotine — Ultra Preferred Non-Tobacco and Select Preferred Non-Tobacco require
negative urinalysis (no nicotine) and no use of tobacco or nicotine in the past 12 months.

אויף דיין פראגע: אויב איינער האט עכט אויפגעהערט... ווען וועלן זיי דיר גלייבן...
על פי רוב בעטן זיי א פרישע טעסט
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1524
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: אינשורענס פאר דאמיס - טוירם אינשורענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

מיט מזל האט געשריבן: זונטאג יוני 11, 2023 10:13 am
וויכטיג מאכער האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 6:02 pm
גראדע שכל האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 5:58 pm
מיט מזל האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 5:25 pm
גראדע שכל האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 3:51 pm

און אויב מען האט אויפגעהערט, ביז ווען זעהן זיי?
זיי זעהן היינט שטערקער ווי געוועהן, נייע technology
סאיז נישט ווערד צו שפילן דערמיט
מען מאכט אינשורענס פאר א סיבה, מען קען צאהלן יאהרן, אין ח"ו נישט קריגן
מען זעהט היינט אלעס!!! בקרוב אויכט וואס מעט טראכט.......לאך נישט
אז מעט האט אויפגעהערט נאך א יאהר, קען מען גיין צום קאמפעני צו טוישן פאר א non smoker
כדי צו וויסן, אז א שטארקע overfunded whole life policy איז נישט א ריזיגע חילוק פאר א smoker
SEE
איך פרעג אויב איינער האט עכט אויפגעהערט... ווען וועלן זיי דיר גלייבן... הייסט, ווען גייען זיי שוינישט זעהן?
געווענליך נאך אפאר טעג...

צו באקומען א גוטע רעיט איז צוויי יאר...
לעצטענס לענגער ווי אפאר טעג.

רוב קאמפיניס 1 יאר
זעה
https://www.guardianlife.com/life-insur ... derwriting
Tobacco/Smoker Ratings: Have used tobacco or nicotine products within the past 12 months

http://docs.crumplifeinsurance.com/docu ... elines.PDF
Tobacco/Nicotine — Ultra Preferred Non-Tobacco and Select Preferred Non-Tobacco require
negative urinalysis (no nicotine) and no use of tobacco or nicotine in the past 12 months.

אויף דיין פראגע: אויב איינער האט עכט אויפגעהערט... ווען וועלן זיי דיר גלייבן...
על פי רוב בעטן זיי א פרישע טעסט
אבער די טעסט זעהט דאך נישט מער ווי אפאר טאג...
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: אינשורענס פאר דאמיס - טוירם אינשורענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

מיט מזל האט געשריבן: זונטאג יוני 11, 2023 10:13 am
וויכטיג מאכער האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 6:02 pm
גראדע שכל האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 5:58 pm
מיט מזל האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 5:25 pm
גראדע שכל האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 3:51 pm

און אויב מען האט אויפגעהערט, ביז ווען זעהן זיי?
זיי זעהן היינט שטערקער ווי געוועהן, נייע technology
סאיז נישט ווערד צו שפילן דערמיט
מען מאכט אינשורענס פאר א סיבה, מען קען צאהלן יאהרן, אין ח"ו נישט קריגן
מען זעהט היינט אלעס!!! בקרוב אויכט וואס מעט טראכט.......לאך נישט
אז מעט האט אויפגעהערט נאך א יאהר, קען מען גיין צום קאמפעני צו טוישן פאר א non smoker
כדי צו וויסן, אז א שטארקע overfunded whole life policy איז נישט א ריזיגע חילוק פאר א smoker
SEE
איך פרעג אויב איינער האט עכט אויפגעהערט... ווען וועלן זיי דיר גלייבן... הייסט, ווען גייען זיי שוינישט זעהן?
געווענליך נאך אפאר טעג...

צו באקומען א גוטע רעיט איז צוויי יאר...
לעצטענס לענגער ווי אפאר טעג.

רוב קאמפיניס 1 יאר
זעה
https://www.guardianlife.com/life-insur ... derwriting
Tobacco/Smoker Ratings: Have used tobacco or nicotine products within the past 12 months

http://docs.crumplifeinsurance.com/docu ... elines.PDF
Tobacco/Nicotine — Ultra Preferred Non-Tobacco and Select Preferred Non-Tobacco require
negative urinalysis (no nicotine) and no use of tobacco or nicotine in the past 12 months.

אויף דיין פראגע: אויב איינער האט עכט אויפגעהערט... ווען וועלן זיי דיר גלייבן...
על פי רוב בעטן זיי א פרישע טעסט
צווישן באקומען א נאן סמאוקער'ס רעיט און די בעסט רעיט איז דא א חילוק...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”