אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

א שחט-הויז פלעגט מען בדרך כלל רופן א "שלאכט-הויז", און דאס האט אנגעהאלטן אפילו נאכדעם וואס מ'האט אויפגעהערט צו זאגן אז מ'האט "געשלאכטעט" היינט אסאך עופות. למעשה לגבי @זשוליאנע 'ס קושיא פון "דו שחט'סט?" וואלט נישט קיין סאך ארויסגעהאלפן אפילו אויב איינער זאל זיך טרויען צו זאגן "דו שלאכטעטסט?".
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

גרשון האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 10:25 pm

נאך א ווארט וואס מ'שרייבט לפי כללי אידיש איז באלבאטיש/באלבאסטע. ס'איז מסתמא בארעכטיגט, ווייל בעל הבית מיינט בוכשטעבליך "דער הויז אייגנטימער", און אפילו לויט'ן שפעטערן באדייט איז עמך מענטשן; נישט דער רב, נישט דער ראש הקהל, נישט כולל יונגערמאן, נישט דיין, נישט כניאק, און נישט אויפגעקלערטער. דאקעגן באלבאטיש האט א טיפערן באדייט, "כאחד הנגידים," און באלבאסטע איז איינע וואס פירט א גוטע ווירטשאפט.
פארוואס נישט באלעבוס? (ס'איז דא א מלאופום, נישט קיין קמץ, און ס'איז נישטא אזא זאך ווי אן אפענער קמץ. און איך ווייס אז דער תירוץ איז, ווייל דאס ווארט איז נשתלשל געווארן אין אן אונגארישער סביבה. איי פארוואס פרעגסטו? ווייל איך וויל ברענגען א געוויסע אווערנעס).
יחליצך
שר חמש מאות
תגובות: 940
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע: מאחורי הפרגוד

תגובה דורך יחליצך »

המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 10:48 pm

אה, פאנגט זיך אן - - -
פארוואס נישט באלעבאטיש?
דערפאר טאקע האלט איך מיך מיט בעל הבית'טע, בעל הבתי'ש.
כ'האב א פשוט'ע ראי' אז היינטיגע צייטן איז אכשר דרא, ווייל אפילו די אויסדרוק 'אכשר דרא' האט זיך היינט געטוישט פון בתמי' צו בניחותא...

יחליצך האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 11:22 pm

איך שרייב טאקע באלעבאטיש!
הרים סביב
שר חמש מאות
תגובות: 560
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 5:14 pm

Re: אידיש: ווי אזוי שרייבן מען דאס ווארט...?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרים סביב »

מיין שאלה יעצט איז אויף ווערטער וואס מען קען שוין היינט לכאורה רופן אידיש.

ווי אזוי שרייבט מען ?

אוואקאדוי

טאמעטאוי
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

יחליצך האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 12:32 am
המברך יתברך האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 12:09 am
יחליצך האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 12:00 am

דוכט זיך אז די טעות נעמט זיך פון אזא פראז ווי:
נישט נאר קינדער טארן נישט רעדן אינמיטן דאווענען; טאטעס טארן 'הערשט' נישט
פארוואס האלטסטו אז אין דיין זאץ באלאנגט ענדערש "הערשט" ווי אין "איך בין 'הערשט' יעצט אנגעקומען"? ס'איז די זעלבע מחלוקה. וכבר הורה זקן...
אין מיין פאל מיינט עס "שוין איינמאל; נאך ווי!"
לאמיר פרובירן אויסצוקלארן דער נושא, און ווער ס'קען זאל ביטע ארויסהעלפן.

ווען מ'רעדט צווישן "ערשט" און "צווייט", איז דאך נישט קיין שאלה אז מ'דארף שרייבן "ערשט" און נישט "הערשט".

און ווען מ'רעדט וועגן איינעם וואס "הערשט", קומט דאך נישט אריין דאס ווארט "ערשט".

יעצט, אין מונדליכע שפראך, זענען דא אסאך וואס וואלט געזאגט: "איך בין 'הערשט' יעצט אנגעקומען!" אדער "נישט נאר קינדער טארן נישט רעדן אינמיטן דאווענען; טאטעס טארן 'הערשט' נישט", און עס איז דא א תועלת צו מחלק זיין צווישן "ערשט" און "הערשט", און ס'איז נישט קיין פראבלעם אז מ'זאל זיך טועה זיין מיט יענעם וואס "הערשט", ווייל דער "סגול" ווערט ארויסגעזאגט אנדערש.

אבער אין שרייבן קען מען נישט זען וויאזוי דער סגול ווערט ארויסגעזאגט, און ממילא איז ר' @גרשון גערעכט (און נישט איך), אז מ'דארף ענדערש מחלק זיין צווישן "הערשט" יעצט, און "הערשט" פון שליטה, ווי איידער צווישן "ערשט" צווייט, און "הערשט" יעצט.

קומט @יחליצך און טענה'ט אז ס'איז דא א חילוק צווישן: "איך בין 'הערשט' יעצט אנגעקומען!" און "נישט נאר קינדער טארן נישט רעדן אינמיטן דאווענען; טאטעס טארן 'הערשט' נישט", אז 'הערשט יעצט' מיינט: 'און נישט פריער', און 'הערשט נישט' מיינט: על אחת כמה וכמה.

און איך טענה אז (איך טענה מיך שוין דא צו סאך, און אויך אז) אפילו אויב דער ווערטערליכע משמעות איז אביסל אנדערש, טרעפט מען זייער אסאך אזעלכע ווערטער וואס ווערן נשתרבב צו אפילו פארקערטע משמעות'ן. אבער וויבאלד שורש'דיג זענען זיי דאס זעלבע, דארפן זיי בלייבן מיט'ן ספעלינג (און דער באקאנטער משל פאר דעם, איז "באַלד". ווייל וויבאלד "איך קום באלד" האט געדויערט איינמאל און נאכאמאל א יאר מיט א מיטוואך, איז דורך השתלשלות נשתרבב געווארן דורך די צינורות פון געפילן און שפראך, אז "באלד" מיינט שוין אפיציעל שפעטער, און נישט ווי לכתחילה וואס ס'האט געמיינט "שוין, יעצט, תיכף ומיד"). און בפרט אז ווילאנג מיר דארפן נאך מחלק זיין צווישן גראבערע זאכן, איז מען זיך נישט מטפל מיט קיין דקות'דיגע (אויסער אז מ'איז א ליטוואק... פארשטייט זיך).
לעצט פארראכטן דורך המברך יתברך אום פרייטאג יוני 09, 2023 8:41 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: אידיש: ווי אזוי שרייבן מען דאס ווארט...?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

הרים סביב האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 12:48 am
מיין שאלה יעצט איז אויף ווערטער וואס מען קען שוין היינט לכאורה רופן אידיש.

ווי אזוי שרייבט מען ?

אוואקאדוי

טאמעטאוי
געווענליך שרייבט מען: אוועקאדא, טאמאטע.
ויבואו הגבאים ויספרו היאך שכותבים ב"דער איד".
ויבואו המדקדקים וילמדו אותנו מה שיש בדעתם ובבינתם הרחבה.
צום פוינט
שר חמש מאות
תגובות: 500
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2016 2:34 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום פוינט »

מרת מיט א פינטל צום סוף מרת. אדער מרת ?
"קרימען מיט די נאז" קרומען אדער קרימען ?
אנגעפולט אדער אנגעפילט ?
צום פוינט
שר חמש מאות
תגובות: 500
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2016 2:34 pm

Re: אידיש: ווי אזוי שרייבן מען דאס ווארט...?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום פוינט »

המברך יתברך האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 8:40 am
הרים סביב האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 12:48 am
מיין שאלה יעצט איז אויף ווערטער וואס מען קען שוין היינט לכאורה רופן אידיש.

ווי אזוי שרייבט מען ?

אוואקאדוי

טאמעטאוי
געווענליך שרייבט מען: אוועקאדא, טאמאטע.
ויבואו הגבאים ויספרו היאך שכותבים ב"דער איד".
ויבואו המדקדקים וילמדו אותנו מה שיש בדעתם ובבינתם הרחבה.
אוואקאדא טאמאטע
כנלע"ד פשוט
יחליצך
שר חמש מאות
תגובות: 940
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע: מאחורי הפרגוד

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

צום פוינט האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 10:10 am
מרת מיט א פינטל צום סוף מרת. אדער מרת ?
"קרימען מיט די נאז" קרומען אדער קרימען ?
אנגעפולט אדער אנגעפילט ?
קרומען
אנגעפילט. (א ו' באלאנגט נאר אין "פול")
כ'האב א פשוט'ע ראי' אז היינטיגע צייטן איז אכשר דרא, ווייל אפילו די אויסדרוק 'אכשר דרא' האט זיך היינט געטוישט פון בתמי' צו בניחותא...
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

מרת קומט אן א פינטל, נאר מיט א ס' לייגט מען.
קרימען אלס א ווערב איז מיט א י'.
(דאס זעלבע איז מיט) אנגעפילט, כיחליצך. טראכט פון ענגליש, fill און full.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
נברא
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 3:02 pm
לאקאציע: קרית יואל

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נברא »

היינט איז מיר געווען א חידוש צו הערן פון פנחס גלויבער ווי ער רעדט פון א באן וואס פירט פעקלעך האט ער געזאגט "פּראכט באן" מיט א פינטל אינעם פ. ווי איך ווייס הייסט עס פראכט באן אזוי ווי אן F, אזוי ווי עס הייסט אין ענגליש FRIGHT.

אפשר מאך איך א טעות?
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4734
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

נברא האט געשריבן: זונטאג יוני 11, 2023 3:41 pm
היינט איז מיר געווען א חידוש צו הערן פון פנחס גלויבער ווי ער רעדט פון א באן וואס פירט פעקלעך האט ער געזאגט "פּראכט באן" מיט א פינטל אינעם פ. ווי איך ווייס הייסט עס פראכט באן אזוי ווי אן F, אזוי ווי עס הייסט אין ענגליש FRIGHT.

אפשר מאך איך א טעות?
איך ווייס נישט וואס ער האט געזאגט, אבער איך פלעג אויך אזוי זאגן ביז איך האב געכאפט אז עס איז פשוט די ענגלישע freight, מילא קומט עס מיט א פ (f) און נישט א פּ (p).
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

גענומען איז א דאטיוו?

גענומען פונעם זיידן...

---

כאפ איך שוין די "פון" מאכט עס דאטיוו
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
פאפעטשאו
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2023 4:52 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאפעטשאו »

געלייענט דעם מאמענט, און שרייבן שרייבן זיי "דער ווייב" זכר פאר א נקיבה, געזען האב איך גלייכצייטיג אז מעלות שרייבט אויך אזוי,
כ'גלייב נישט ס'א טעות, אויב עמיצער קענעס מברר זיין.
תודה!
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

פאפעטשאו האט געשריבן: מאנטאג יוני 12, 2023 6:42 pm

דער מאן, די ווייב
פאר דעם מאן און פאר דער ווייב...

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מאנטאג יוני 12, 2023 6:44 pm

אנשטאט 'דעם' ניצט מען 'דער'. אהא, ש'כח.
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

פאפעטשאו האט געשריבן: מאנטאג יוני 12, 2023 6:47 pm
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מאנטאג יוני 12, 2023 6:44 pm
פאפעטשאו האט געשריבן: מאנטאג יוני 12, 2023 6:42 pm
געלייענט דעם מאמענט, און שרייבן שרייבן זיי "דער ווייב" זכר פאר א נקיבה, געזען האב איך גלייכצייטיג אז מעלות שרייבט אויך אזוי,
כ'גלייב נישט ס'א טעות, אויב עמיצער קענעס מברר זיין.
תודה!
דער מאן, די ווייב
פאר דעם מאן און פאר דער ווייב...
אנשטאט 'דעם' ניצט מען 'דער'. אהא, ש'כח.
יא, זע דא.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
ספרניא
שר חמש מאות
תגובות: 525
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 12, 2023 1:25 pm

ערד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרניא »

ארץ, אדמה, קרקע איז א לשון נקבה, ווידער עפר איז א לשון זכר,
וי אזוי קלאפט עס אויס אין אידיש, ווען שרייבט מען די ערד און ווען שרייבט מען דער ערד?
שכוח

אגב, איך האב געוואלט טשעקן ביי סיורטש די ווערטער "דער ערד" אבער עס האט נאר 3 אותיות, וויאזוי קען מען זוכן אזא ווארט?
עס לוינט די אינוועסטירונג אין שרייבן ריכטיג און געשמאק

דארפסט זיך נישט ברעכן קאפ ווי אזוי מ'זאגט ארויס ס פ ר נ י א, ס'איז נישט א ווארט אין די תורה
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ערד איז לשון נקיבה. זע איין תגובה ארויף ווען מ'שרייבט דער פאר נקיבה.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

היסטאריש האט געשריבן: מאנטאג יוני 12, 2023 7:27 pm
פאפעטשאו האט געשריבן: מאנטאג יוני 12, 2023 6:47 pm
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מאנטאג יוני 12, 2023 6:44 pm
פאפעטשאו האט געשריבן: מאנטאג יוני 12, 2023 6:42 pm
געלייענט דעם מאמענט, און שרייבן שרייבן זיי "דער ווייב" זכר פאר א נקיבה, געזען האב איך גלייכצייטיג אז מעלות שרייבט אויך אזוי,
כ'גלייב נישט ס'א טעות, אויב עמיצער קענעס מברר זיין.
תודה!
דער מאן, די ווייב
פאר דעם מאן און פאר דער ווייב...
אנשטאט 'דעם' ניצט מען 'דער'. אהא, ש'כח.
יא, זע דא.
און באריכות דא
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
ספרניא
שר חמש מאות
תגובות: 525
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 12, 2023 1:25 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרניא »

גרשון האט געשריבן: דינסטאג יוני 13, 2023 2:13 pm
ערד איז לשון נקיבה. זע איין תגובה ארויף ווען מ'שרייבט דער פאר נקיבה.
שכוח!

אגב, היוצא מדבריך אז עס קען זיין א ווארט (עפר) וואס איז אין לשה"ק א לשון זכור און אין אידיש א לשון נקבה (ערד)?
עס לוינט די אינוועסטירונג אין שרייבן ריכטיג און געשמאק

דארפסט זיך נישט ברעכן קאפ ווי אזוי מ'זאגט ארויס ס פ ר נ י א, ס'איז נישט א ווארט אין די תורה
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

יא, ס'איז לאו דווקא געבונדן.

וואו זעט מען, אגב, אז עפר איז לשון זכר?

גראדע ארץ זאגט דער אבן עזרא קען זיין אויך לשון זכר. אבער רש"י לערנט אז ס'איז אייביג לשון נקיבה.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

גרשון האט געשריבן: דינסטאג יוני 13, 2023 3:02 pm
יא, ס'איז לאו דווקא געבונדן.

וואו זעט מען, אגב, אז עפר איז לשון זכר?

גראדע ארץ זאגט דער אבן עזרא קען זיין אויך לשון זכר. אבער רש"י לערנט אז ס'איז אייביג לשון נקיבה.
זיי זאגן זכר
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

כ'פארשטיי. איך האב געמיינט צו פרעגן אין פסוק.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”