הארי פלארי האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 11, 2023 8:52 pm
מחאה האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 09, 2023 9:26 am
הארי פלארי האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 09, 2023 4:51 am
ביתי האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 09, 2023 4:19 am
הארי פלארי האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 09, 2023 3:24 am
סטאפ רעדן פון מאראלישע שטופ. ס'איז א בלויזע טעאריע, אן קיין שום פרוף.
די סיבנ שטעלצעך קלאר ארויס, נאכן זעהן ווער עס קומט פרי אין ווער שפעט, אז 5 יאר נאך די חתונה האט דאס קליינגעלט נישט קיין דין געלט.
די גאנצע חיזוק, שטיצע, וכו' וכו' איז בלויז געהאקט אין קאפ.
יעצט געב א קוק, יעדער איינער וואס קומט דא ארויף זעהט די פשוט'ע זאך, אז דער אכזריות'דיגער געלט שניידען מאכט א גרעסערע נזק ווי ס' טוט גארנישט אויף. חוץ פון אייך וואס איר עקש'נט זיך מיט דער גאנצע קנאק אויף דעם שקר אז דער שניידען געלט מאכט יונגערלייט קומען פרי.
לדעתי זענט איר פשוט אן אדמין אין א כולל וואס פראבירט זיך צו פארענטפערען וויאזוי איר שניידט אזוי אכזריות'דיג דער לחם עוני פון יונגערלייט.
כ'זאג די פאקטן וואס איך זעה.
די פאקטן זענען דערווייל נישט לאגיש אפגעפרעגט געווארן דורך קיינעם.
יעצט דו גרויסע חכם פארשטייסט מאיזה בכלל נישט מיין צד. אז דו מוזט פארענטפערן אז כ'האב נגיעות.
אזוי אומפארשטענדליך איז עס? ניטאמאל א צד? קאממאן!
ווען מיין צד איז באזעצט אויף פאקטן, אין דיינס אויף טעאריע. (א זאך וואס איז דיר נישט געווען מעגליך אויפצוווייזן, הגם האסט פרובירט) ביסטו דער וואס דארף פארענטפערט ווערן אלס נוגע בדבר, ביסט א כולל יונגערמאן.
ווען דו קומסט ווען אין צייט, אין דו לערנסט פלייסיג, וואלט דיין קאפ געווען קלארער, זעץ דיר לערנען, סיי דיינע אומלאגישע טענות וועלן אוועקפאלן, סיי דיין נגיעה וועט אוועקגיין ווען דו וועסט באקומען דעם פולן טשעק.
הצלחה.
האלאו, איר רעדט געבראטענע שטותים! ב"ה איך זיץ שוין אין כולל קרוב צו 10 יאר און איך פלעג באקומען באצאלט ביז לעצטנס און לע"ע באקום איך גארנישט, איך קען זאגן איין זאך (און איך האב געהערט די זעלבע פון רוב בני הכולל) אז יעצט ווען איך באקום נישט באצאלט קום איך גארנישט ווייניגער אין צייט ווי ווען איך פלעג באקומען באצאלט! די חילוק איז איין זאך, אז דעמאלטס בין איך געווען א שמאטע וואס מען נעמט אראפ די נערישע פארשטינקענע פאר סענט פאר יעדער מינוט וואס איך קום שפעט מחמת סיבה (יא, מען קען גיין זאגן פאר'ן גבאי אז מען האט געהאט א אונס, אבער די גיי זיך ביליג מאכן פאר די פאר סענט), און לע"ע בין איך א מענטש פאר מיר וואס ווייסט ב"ה אליין אז מען דארף קומען אין צייט, און ב"ה איך ווייס אויך ווען איך קען מחמת סיבה נישט קומען אין צייט. סוף דבר אראפרעכענען פון די נערישע תמיכה מאכט דעם אינגערמאן פאר א שמאטע און עס ברענגט גארנישט!!!
און דאס וואס די זאגסט אז איך זאל אויפהערן רעדן וועגן מאראלישע שטיצע איז מיין ענטפער א גראבע ניין!!! איך וועל נישט אויפהערן רעדן דערוועגן!!! א אינגערמאן וואס גיבט אוועק זיין גאנצער לעבן פאר די תורה הקדושה, ער קען זיך קוים ערלויבן אביסל ברויט און פוטער (יא, דאס איז די פאקט) און דער בליק אויף אים איז אז ער איז א שטופער, א בטלן, א באנק קוועטשער, וכדו', קען נישט אזוי אנגיין!!! ווען די גראבע בעלי בתים באקומען כל הכבוד פאר'ן לערנען א שעה א טאג א בלאט גמרא (זייער א חשובע זאך) און דער כולל אינגערמאן וואס הארעוועט על התורה ועל העבודה באקומט א שפיי אין פנים סיי אינדרויסן פון כולל און סיי אין כולל איז עס א דירעקטער גורם אז ער זאל נישט האבן די מוט צו קומען אין צייט.
אופס!..
קודם גייסטו מוזן מודה זיין אז דער יונגערמאן וואס זיצט צעהן יאר אין כולל ווערט נישט מאטיוויזירט פון די זעלבע זאך וואס דער יונגערמאן וואס זיצט פינף יאר אין כולל איז.
דער מאיאריטעט פון יונגעלייט האבן נישט די זעלבע מאטיוון ווי דו.
יעצט, בעצם איז כולל אוועקגעשטעלט פאר אזעלכע יונגעלייט ווי דו, וועלכע האבן די זכייה לישב באהלה של תורה פאר לאנגע יארן, נישט אזוי?
נאר וואס דען? דו וואלסט ווען נישט געהאט קיין כולל ווען יעדער קומט אן 12, די איינציגסטע וועג דאס צו אינפארסירן, האט זיך פאקטיש ארויסגעוויזן, איז דורכ'ן שניידן. מיינסט דער ראש הכולל ווערט רייכער פון די פאר צענט. ניין, ס'איז פשוט די איינציגע וועג צו האלטן די זאך אין פלאץ, אז 'דו' זאלסט האבן א כולל ווי צו שטייגן.
יעצט אז דער יונגערמאן וועלכע לערנט צעהן יאר אין כולל איז געלט נישט זיין מאטיוו. טויזנט פראצענט, אבער אז האלב כולל איז נישט אין צייט איז קיין כולל נישט פארהאן.
ת.
געבט א קוק אין היכל התורה זיצט מען און מען לערנט אן די אלע שניידערייען.
איך וויל ארויסברענגען פארשידענע קוק ווינקלען איבער דעם נושא.
ווען ס' קומט צו זוכען ארבעט איז אין אלע שעות פון טאג דא פארשידענער סארטן ארבייט, וואס לויט דעם וועט ער מענטש זוכען ארבייט. למשל ס' איז דא א דעי שיפט, און ס' איז דא נייט שיפט. ס' איז דא א קעיטערע וואס קאכט דער עסען אינדעפרי, און ס' איז דא דער מענטש וואס דארף זיין אין זאל ביינאכט, וכדו' וכדו'.
פארוואס פארשטייסטו נישט אז נישט יעדער יונגערמאן קען קומען אין דער "סטאנדארט" שעות פון כולל. אויב אין דער היכל התורה איז עס א מעלה אז ס' זענען דא דארטן אידען במשך
אלע שעות פון טאג.
איז פארוואס אין א כולל דארף עס זיין מוגבל אין געוויסע שעות, מילא א קליינע כולל וואס זוכט מנין קען מען דאס פארשטיין, אבער אין דער גרויסע כוללים האט עס פשוט נישט קיין פשט. דארט דארף מען פשוט קוקען אויף 'רעזולטאטען', וויאזוי איז דער יונגערמאן אריינגעקומען אין כולל אנהייב זמן, און וואס דעליווערט ער.
ס' זענען דא דריי סארט כוללים.
א. א כולל צו מקיים זיין דער שבתי בבית ה' כל ימי חיי.
ב. א כולל צו אוועקשטעלן דער יסודות פון א אידישער שטוב פאר א יונגערמאן נאך דער חתונה.
ג. א כולל צו אוועקשטעלן כלי קודש.
כדי א כולל זאל מצליח זיין דארף זיין אוועקגעשטעלטע ראשי כולל און ראשי חבורה וואס זאלן זעהן אז ס' זאל נישט ווערן דא קיין מישמאש. און אז יעדער יונגערמאן שטייגט לפי זיין אייגענארטיגע וועזן. און זיינע אייגנארטיגער שעות.
פארוואס למשל איז עס היינט אויסגעשטעלט אז געוויסע שעות האבן איין פרייז, און געוויסע שעות האבן אן אנדערע פרייז?
ווען זאל ווען א ראש כולל קענען זאגען פאר א יונגערמאן איך דארף האבן פון דיר 30-40 שעות א וואך זאל עס זיין 9-5 אדער 5-12 וואס איז א נפק"מ. ווייל פאר ראובן איז פאסיג א כולל פון 9.30 ביז 6 איז עס גוט פאר שמעון? שמעון דארף דעמאלטס אכטונג געבן דער קינדער, ער קען נאר פון 12 ביז 8, אדער וואס ס' זאל נאר נישט זיין.
דער ראש כולל דארף קענען זאגען איך וויל זעהן תכלית, בחינות / סיכומים / חבורות וכו'.
שטעלסט עס צו באקומסטו געצאלט ווי ס' פאסט.
שטעלט דער יונגערמאן צו ווייניגער דארף מען זען וואס גייט פאר, איז עס מחמת וואס ער גייט אריבער אין שטוב, אדער איז עס א משבר, אדער איז ער פשוט נישט אינטרעסירט צו זיין אין כולל.
צו נעמען א יונגערמאן וואס וואלט געקענט זיין דער נעקסטע ר' חיים ברייש און עם פשוט צוקלאפען זיין אהבת תורה ווייל ער איז נישט דא 9.45, איז אן אבידה וואס קיינער קען נישט צוריקשטעלן.