פיטסבורג טעמפל שיסעריי פראצעס - טויט שטראף!

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

איך האב הנאה פון יעדע דיטעיל.

אגב, אפשר איז א גוטע עצה צו אפדיעטן די קעפל, אזא קעיס וואלט געצויגן מער אינטערעסע ווי אן אלגעמיינע קעיס.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4246
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 1:07 pm
נישט קיין אפיציעלע אנקעטע אבער בלויז א ווענדונג צו די ליינער צו לאזן וויסן אויב די טעגליכע באריכטן ווערן שוין אביסל צוגעגעסן און מען זאל פארזעצן ווען די פארטיידיגונג הויבט אן זייער קעיס אדער ווען די דזשורי גייט צו פארהאנדלונגען אדער זאל מען יא ווייטער באריכטן איבער די קעיס פרעזענטירט דורך די פראקורארן

א דאנק!
אוודאי ווייטער באריכטן! וואס איז די פראגע בכלל?!
וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט

(וויוועק ראמאסוואמי)
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7192
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

געלעגער האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 1:12 pm
איך ליין יעדע באריכט מיט אינטערעסע און דורשט. שרייב ווייטער שרייב
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

רעגנדיג האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 2:52 pm
געלעגער האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 1:12 pm
איך ליין יעדע באריכט מיט אינטערעסע און דורשט. שרייב ווייטער שרייב
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

נעכטן מאנטאג איז געווען די פיפטע טאג אינעם פראצעס און נאך וואס א פראקוראר אנאליסט האט צוגעענדיגט איר אויפטריט איבער די באוערס אנליין היסטאריע איז געקומען די רייע אויף סוואט איינהייט אפיציר מייקל סאלדוט (וועם מיר האבן קורצליך דערמאנט אינעם נעכטיגן באריכט) אויפצוטרעטן

סאלדוט האט פארציילט פאר די דזשורי ווי אזוי ער איז געזיצן און אנגענעם פארברענגט מיט זיין פאמיליע, אריינגערעכנט זיין ניי געבוירן קינד וואס איז אלט געווען בלויז צוויי וואכן

א רוף האט איבערגעריסן די רואיגקייט און פארציילט איבער אן אקטיווע שיסעריי און ווי ער פארציילט איז ער געווען אינדרויסן פולשטענדיג אנגעפאנצערט אונטער א מינוט דערויף

ער האט זיך אריינגעזעצט אין זיין נייע טרעקל וועלכע ער האט אפגענומען פונקט מיט איין נאכט פריער און איר געטריבן ביי 104 מייל פער שטונדע אויף אינטערסטעיט 97 אונטערוועגנס פליהט ער פארביי עטליכע קאונטי סוואט אויטאמאבילן מיט בליצנדע לעמפלעך און יאמערנדע סירענעס

אנקומענדיג אויפן סצענע האט ער זיך גרופירט מיט פארזאמלטע קאלעגן און סיטי פאליציי קרעפטן און מען איז אריין אינאיינעם אין די געביידע

גראד ביים אריינטרעטן אינווייניג איז ער אנטפאנגען געווארן דורך א גערוך פון פולווער און ליידיגע קוילן מאגאזינען זענען געווען אנגעווארפן איבעראהל

סאלדוט האט געזאגט פאר די דזשורי אז ער האט געזעהן עטליכע קערפער זיך ווייקן אין בלוט באסיינען און זיינע ווערטער זענען געווארן באגלייט מיט בילדער צוגעשטעלט דורך די פראקורארן וועלכע האבן געצייגט שרעקליכע גראפישע בילדער פון די אומגעקומענע

פארטיידיגונג אדוואקאט אשווין קאטאמאנטשי האט וואוסנדיג אז דאס קומט שוין געהאט אריינגעטראגן א מאושען אינדערפרי אז דער ריכטער זאל נישט ערלויבן צו צייגן מער ווי איין בילד פער אומגעקומענע און געוואלט אויסשליסן געוויסע גאר גראפישע

ער האט פארפירט אז פילע פון די בילדער זענען פון די זעלבע און אז פערצן פון זיי זענען אלע איבער די זעלבע פיהר אומגעקומענע נאר רעקארדירט פון אנדערע ריכטונגען און אז דאס נוצן אלע פון זיי טוט נישט ביישטייערן צו רעלעוואנטע עדות'שאפט אנבאלאנגט די קעיס

קטיגור סאנג האט אפגעווארפן די ארגומענט זאגנדיג אז די ריכטער האט שוין אין א פריערדיגע פאל אפגעווארפן אזא פארלאנג און אז די סניגור זיצט שוין אויף די בילדער פאר לאנגע מאנאטן און אז דאס וואס עס איז דא אזא פלייץ פון בילדער איז צו פארדאנקן די פאקט אז באוערס האט אומגעברענגט אזויפיל מענטשן

סאנג האט ארויסגעברענגט אז דאס פרעזענטירן די בילדער טוען באשטעטיגן די ווערסיע פון די עדות און טראגן דעריבער א ווערד אין די באווייזן שטאפל פונעם פראצעס

עווענטועל האט ריכטער קאלוויל געאורטיילט אין שטיצער פון די פראקורארן זאגנדיג אז די בילדער העלפן אילוסטרירן די אויסשטעהל פונעם צענטער און וואו די אומגעקומענע האבן זיך געפונען אין יענע צייט און דעריבער ערלויבט ער פאר די קטיגור צו נוצן זייער פולע בילדער ארסאנעל

קאלוויל האט צוגעלייגט א ווארענונג צו די דזשורארס אויסצושליסן זייער עמאציעס וואס די בילדער קענען ברענגן ביים אפשאצן די פאקטארן פונעם קעיס און שפעטער ביים אורטיילן

סאלדוט האט פארגעזעצט צו פארציילן ווי אזוי ער האט אריינגעשטורעמט אינאיינעם מיט אפיציר טים מעטסאן אין די קלאס צימער (וואו דער שיסער האט זיך געפונען) צו זוכן פארן שיסער און ווען מעטסאן האט געמאכט א לינקס איז ער פארנט פון זיינע אויגן געשאסן געווארן אין קאפ דורך באוערס

סאלדוט האט בלויז געקענט זעהן די קוילן ארייניאגן אין מעטסאן וועלכע איז אראפגעפאלן אויף דער ערד און סאלדוט שילדערט ווי אזוי זיינע טרענירונג אינסטינקטן זענען געווארן אקטיוו און ער איז פלינק איבערגעשפרונגען מעטסען'ס קערפער און זיך אנידערגעלייגט פארנט פון מעטסאן אים צו באשוצן

מעטסאן האט ערשט דאן באמערקט פון פרישע קוילן וועלכע זענען געקומען צו פליען און פון וועלכע ריכטונג זיי ווערן ארויסגעשאסן (די צימער איז געווען טונקל)

סאלדוט האט געענטפערט מיט פייער אין ריכטונג פונעם שיסער אבער עס איז שנעל געקומען צו א פונקט ווי ער האט אנערקענט אז ער איז אויסגעלאפן פון אמוניציע און ווי ער זאגט איז דאס געווען די ערגסטע זאך וואס ער האט געשפורט אין זיין לעבן

עס איז געקומען די צייט פאר מיטאג איבעררייס (פונקט ביים פונקט ווי ערציילונגען אין פארזעצונגען וואלטן געענדיגט מיט שרייבן פארזעצונג קומט אי"ה)

א קלוירק האט זיך צוגעשארט צום ריכטער און אריינגערוימט עפעס אין אויער און דער ריכטער האט איינגעמאלדן אז די מיטאג וועט זיין אביסל לענגער ווי געפלאנט און געלאדנט די צוויי זייטן צו דיסקוסירן עפעס אן אנגעלעגנהייט מיט אים פריוואט (עפעס האט מען זיך באוויזן אונטערהערן ווי אזוי ער דיסקוסירט אויב מען זאל ברענגן א קראנקן שוועסטער און מען קען שפעקולירן אויב עס איז שלעכט געווארן פאר עימיצן פון די דזשורארס נאכן זעהן די גראפישע בילדער)

אומקלאר אויב עס איז מיט דעם פארבונדן אבער ביים צוריקקומען נאך מיטאג האבן געפעהלט איינע פון די דזשוראר אלעטערנאטיוון און דער ריכטער האט נישט אנגעבן פארוואס די פרוי איז אפוועזנד

נאך די מיטאג פויזע איז סאלדוט צוריקגעקומען און פארגעזעצט צו פארציילן ווי אזוי זיך טרעפנדיג מיט א ליידיגע ביקס איז ער געווען געצוואונגען צו מאכן א ריקצוג און ער האט זיך ארויסעגליטשט פון צימער קריכנדיג אויף צוריק צו גיין אנלאדענען זיין ביקס מיט פרישע קוילן

אינדרויסן האט ער געפונען א צווייטע אפיציר באנאדאזשירן א האנד פון א קאלעגע (שפעטער אינעם באריכט וועט קלארער ווערן ווער עס איז געווען)

ווען סאלדוט האט געהערט פרישע שיסערייען אינעם צימער האט ער קאארדאנירט מיט אפיציר סימאנס און נאך עטליכע רונדעס קוילן וואס זיי האבן אריינגעשאסן אינווייניג אין ריכטונג פון באוערס איז ענדליך געקומען א הילפס רוף פון באוערס אז ער איז באטראפן געווארן פון די קוילן (זיי האבן רעאגירט צו באוערס ווי שוין באריכטעט אין די עדות סימאנס)

דאן האט מען געהערט פון פאראמעדיק דזשאסטין סיפאלט וואס האט פארציילט ווי אזוי יענע טראגישע אינדערפרי איז ער געזיצן ביי זיך אין שטוב און זיך געגרייט פאר די יערליכע האלאווין פארטי און געארבעט אויף א געוויסע פארעם אין וועלכע צו מאכן דזשעלא ווען ער האט ערהאלטן א טעקסט מעסעדזש פון א קאלעגע פאראמעדיק פון די איינהייט וואו ער האט געארבעט איבער שיסעריי

באוואפנט מיט זיין 9 מילימעטער האנד ביקס האט ער זיך ארויסגעלאזט אין ריכטונג פון די צענטער און זיך צוזאמגעפארט מיט פאראמעדיק אפיציר עריק באראזאטא (האט אויך אויפגעטראטן נעכטן) וועלכע האט בלויז געהאט זיינע שוץ קליידער אבער זיין ביקס איז נאך פארבליבן אויף א סוואט טרעקל וואס איז נאכנישט אנגעקומען אבער עס האט אים נישט אפגעהאלטן פון אריינגיין אין די געביידע

גלייך ביים אריינקומען האבן זיי באמערקט מיטגלידער פונעם צענטער מיט קוילן וואונדן וואס איז געווען קלאר פאטאל און זיך אנגעשטויסן אין א קערפער אויף די טרעפ וואס זיי האבן געהאלטן אז יענער איז מער נישט צווישן די לעבעדיגע אבער ווען זיי האבן יענעם גערוקט האט ער געעפנט אויף זיי זיינע אויגן און זיי באטראכט און זיי זענען געווען איבערראשט צו זעהן אז ער איז נאך ביים לעבן

יענע מאן איז געווען דניאל ליגער (מיר האבן שון באשריבן זיין עדות'שאפט) און די דזשורי איז געוויזן געווארן א ווידעא אין וועלכע מען זעהט ווי אזוי סיפלאט שלעפט אוועק ליגער צו א ווארטנדע אמבולאנס

סיפאלט שילדערט ווי אזוי ער האט דערנאך פארגעזעצט ארומצולויפן אינערהאלב די קאמפלעקס אין ריכטונג פון די גאן שיסערייען אויפן אויבערשטן שטאק וועלכע האבן נאכאנאנד אפגעהילכט און לויפנדיג אין א וואלקן פון שטויב הערנדיג ווי אזוי אפיצירן שרייען אז עימיצער פון זייער אייגענע איז געווארן באטראפן

דאן האט ער באגעגנט סוואט אפיצירן וועלכע זענען געווען אויפן וועג אראפ די טרעפ מיטן פארוואונדעטן מעטסאן און סיפלאט האט אנגעהויבן אפצושאצן זיין צושטאנד

מען האט פלינק עוואקואירט מעטסאן צו די ביבליאטעק אינעם צענטער וועלכע איז פארוואנדעלט געווארן אין אן עמורדזשענסי ערשטע הילף קאמענד

סיפאלט האט פרובירט צו בארואיגן מעטסאן און פרובירט אפצוטיילן זיינע צוזאמגעלייגטע הענט אבער מעטסאן האט פראטעסטירט: ברודער, איך קען זיך נישט באוועגן

סיפאלט האט רעאגירט: עס איז גוט, מיר פארשטייען דיר

די פאראמעדיקס זענען געווען באוואוסטזיניג צו די פאקט אז מעטסאן נעמט מעדיצינען צו מאכן דינער זיין בלוט און זענען געווען היבש באזארגט איבער זיין צושטאנד אבער האבן פארגעזעצט אים צו בארואיגן

אבער אן אומרואיגער סיפאלט האט געפליסטערט צו זיין קאלעגע אז מען מוז ארויסזעהן די פארוואונדעטןוואס שנעלער און מען האט פלאצירט מעטסאן אויף א בעטל און זיבן מענטשן האט אים געדארפט פירן דעם ריזיגן קערפער אראפ די טרעפ

סאנג האט געפרעגט פון סיפלאט וואס עס וואלט פאסירט צו מעטסאן אויב וואלט ער נישט באקומען הילף אזוי שנעל און סיפאלט האט געענטפערט אז ער וואלט געשטארבן פון די וואונדן

א קורצע צייט נאך וואס מעטסאן איז געווארפן ארויסגעפירט פונעם צענטער האט סיפאלט געהערט א פרישע שיסעריי אויסטויש זיך אויספילן אויפן אויבערשטן שטאק און מיטאמאהל האט ער זיךאנגעטראפן מיט סוואט אפיציר אנטאני בורקע וועלכע איז נארוואס אראפגעקומען נאך וואס א קויל האט באטראפן זיין רעכטע ארעם

זיין רעכטע האנד איז געווען פארבונדן מיט א ספעציעלע טוך אפצושטעלן די בלוט פלוס און אין די לינקע האנד האט ער געהאלטן זיין ביקס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א דאנק יעדן פאר די פידבעק!
אוועטאר
באשיינפערליך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4746
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע: וואו דו ווילסט נאר...

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

יעצט אריינגעשטורעמט דא און אפגעליינט ס'גאנצע.
האסט א טאלאנט פון אריינטראגן די ליינער אינעם געריכט זאל.
מיר ווארטן אויף ווייטערדיגע אפדעיטס!
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

באשיינפערליך האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 11:36 pm
יעצט אריינגעשטורעמט דא און אפגעליינט ס'גאנצע.
האסט א טאלאנט פון אריינטראגן די ליינער אינעם געריכט זאל.
מיר ווארטן אויף ווייטערדיגע אפדעיטס!
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1188
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע: אלל אווער דעי פלעיס

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

באשיינפערליך האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 11:36 pm
יעצט אריינגעשטורעמט דא און אפגעליינט ס'גאנצע.
האסט א טאלאנט פון אריינטראגן די ליינער אינעם געריכט זאל.
מיר ווארטן אויף ווייטערדיגע אפדעיטס!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די זעקסטע טאג אין די באוערס טויט שטראף פראצעס האט זיך אנגעהויבן נעכטן דינסטאג מיט די אויפטריט פון סוואט איינהייט אפיציר ענדרו מילער וועלכע האט נאכגעשפאנט אפיצירן מעטסאן און סאלדוט וועלכע זענען די ערשטע אריין אינעם קלאס צימער וואו באוערס איז געווען

מילער פארציילט אז באזירט אויף די גאן שיסערייען איז פארבליבן בלויז עטליכע צימערן וואס זיי האבן געגלויבט אז דער שיסער קען זיך דארט געפונען און אז ביים אריינגיין אין יענעם טונקעלע פענסטערלאזע צימער האבן זיי גוט געוואוסט אז באוערס קען זיין אינווייניג

ווי געשריבן אין די פריערדיגע באריכטן איז מעטסאן אריין צום ערשט און באלד נאך אים סאלדוט

מעטסאן איז גראד געשאסן געווארן און סאלדוט האט אים באשוצט מיט זיין קערפער און דערנאך ארויסגעשלעפט פון דארט און געהאלפן עוואקואירן

ביים נעכטיגן אויפטריט האט מען געהערט א לעבעדיגע שילדערונג פון מילער וועלכע איז געווען דער דריטע און לעצטער אפיציר זיך אריינצובאקומען אינעם צימער פון טויט און ווי ער זאגט האט ער געזעהן קוילן פליען איבערן גאנצן צימער וועלכע איז געווען פארפלייצט מיט א נעפל פון פולווער אבער די קוילן האבן אים פארט אויסגעמיטן און ער איז נישט געווארן באטראפן

מילער האט פרובירט אויסצוקלארן די לופט מיט די לעקטער פון זיין ביקס אבער עס האט בלויז פארערגערט די צושטאנד און ער האט עס דעריבער פארלאשן

עס איז געווען שווער צו זעהן די גענויע פאזיציע פונעם שיסער אבער ביי איין פונקט האט ער אויפגעפאסט ווי אזוי א טיהרל פון א מעטאלענע שאפע וויגט זיך הין און צוריק מיט אומצאהליגע קוילן וועלכע פאלן ארום איר

מילער האט אפגעשאצט אז באוערס דארף זיך ווארשיינליך געפונען פארשטעקט אויף די אנדערע זייט פון די שאפע וועלכע באשוצט אים און ער האט אנגעהויבן ציהלן אינעם ריכטונג פונעם שאפע טיהר ריכטונג מיט רונדעס פון פייער

נאך וואס סאלדוט האט פארלאזט די צימער מיט מעטסאן (זיך אויסצושטאפירן מיט פרישע קוילן) האט מילער באשלאסן נישט צו בלייבן אינווייניג אליינס און ער האט זיך פארזיכטיג ארויסגעשלייכט פון דארט ערקלערנדיג פארדי דזשורי אז ער האט נישט געוואלט געטראפן ווערן פון די קוילן און שטארבן

זייענדיג אינדרויסן האט מילער געהאלפן סאלדוט אראפשלעפן מעטסאן די טרעפ און באזייטיגן זיין העלמעט און שוץ קליידונג

מילער זאגט אז זעענדיג די וואונד נעבן זיין קאפ איז ער געווען איבערראשט אז מעטסאן איז נאך געווען אומשטאנד צו רעדן און עס איז אים געווען אומגלויבליך אז עימיצער האט באוויזן איבערצולעבן אזאנס

מילער האט מודה געווען אז ער האט אנגעהויבן שרייען אויף מעטסאן אז ער זאל זיך אויפשטעלן און אז עס איז געווען א סעלפישע אקט צוליב וואס ער האט נישט געקענט פארנעמען די דרוק און געוואלט זיך שפורן רואיג און זעהן אז מעטסאן איז אין א גוטע צושטאנד

מילער זאגט אז ער איז צופרידן אז מעטסאן האט אים נישט געפאלגט און געזאגט אז ער איז רואינירט און קען זיך נישט באוועגן

איינמאהל מילער איז געווען אינעם ביבליאטעק און באקומען מעדיצינישע באהאנדלונג פון די פאראמעדיקס איז מילער צוריק ארויפגעלאפן צום אויבערשטן שטאק זיך צוריק אנשליסן מיט זיינע קאלעגן אינעם שלאכט

ביי יענע פונקט האט מען אים שוין נישט געדארפט אזוי וויכטיג ווייל סאלדוט און סימאנס האבן שוין באוויזן אריינצושיסן אינווייניג אין באטרעפן באוערס און סימאנס האט געהאלטן אינמיטן פארהאנדלען מיט באוערס און אים געגעבן אנווייזונגען ווי אזוי ארויסצוקומען

מילער איז דעריבער געבליבן שטיין ארום אכט פיס אפגערוקט פונעם צימער און ווען באוערס איז ענדליך ארויסגעקראכן פונעם צימער האט מילער געהאלפן זיינע קאלעגן אנטוואפענען באוערס און באזייטיגט א ביקס וועלכע איז געווען צוגעטשעפעט צו אים

מילער האט פרובירט צו קייטלען באוערס אבער זיינע פינגער האבן זיך געגליטשט נאכן ווערן פארשמירט מיט בלוט פון די וואונדן פון באוערס און א קאלעגע אפיציר האט אים דעריבער איבערגענומען און פארשטייפט די קייטלען ארום די הענט פון באוערס

נאך מילער האט מען געהערט פון דריי עקספערטן פון די מעדיקאל עקזעמינאר אפיס וועלכע האבן עדות געזאגט איבער וואס זיי האבן צוגעזעהן דורכאויס זייער איבערזיכט אויף די קערפער פון די אומגעקומענע

דאן האט מען געהערט די לעצטע עדות'שאפט פון טאג פון סוואט אפיציר דזשאן פערסין וועלכע איז געווען פון די ערשטע אפיצירן אריינצוגיין אינעם צענטער און פארציילט ווי אזוי ער און זיין גרופע האבן די ערשטע איבערגעקוקט די פערווין טשאפעל אינערהאלב די צענטער און ביים פעסטשטעלן אז דער שיסער איז נישט דארט האבן זיי אנגעהויבן זוכן דארט פאר באטראפענע

ער שילדערט ווי אזוי אפיצירן האבן אנדעקט אנדרעי וועדנער וועלכע איז געליגן צוקוועטשט אונטער איר מוטער ראזע מאלינגער וועלכע איז דערשאסן געווארן פאטאל

וועדנער האט היסטעריש געשריגן אין איז געווען פארוואונדעט נאכן באטראפן ווערן פון א קויל אין איר ארעם

ער האט אויך געפונען די פארפאלק בערניס און סילוואן סימאן, וועלכע זענען געליגן איינע נעבן די צווייטע אויף די פאדערשטע בענק אן קיין צייכן פון לעבן

א שטעקן איז געהאנגען העכער די באנק און איבער זייערע קעפ און א סעלפאן וועלכע איז נאך געווען אנגעצונדן איז געליגן אויף דער ערד נעבן די האנד פון פרוי סימאן און די ליניע איז נאך געווען פארבונדן צו 911

שפעטער איז פערסין ארויפגעגאנגען אינאיינעם מיט אפיציר בורקע צו די העכסטע שטאק, איין שטאק העכער פונעם קלאס צימער וואו דער שיסער האט זיך אויפגעהאלטן (זיי האבן נאך דאן נישט געוואוסט דערפון) און פרובירט דארט צו זוכן דעם שיסער און דאן האבן זיי געהערט די שיסעריי אויסטויש אויסברעכן איין שטאק אונטער זיי

בורקע האט אנגעהויבן לויפן אויף אראפ און אונטערוועגנס האט מען געהערט ווי אזוי אפיצירן שרייען אז מעטסאן איז באטראפן געווארן און ווען בורקע האט געוואלט אריינגיין אין צימער ארויסראטעווען מעטסאן איז ער געשאסן געווארן אין זיין רעכטע ארעם

אין די צייט וואס סאלדוט האט זיך ארויסגעגליטשט מיט מעטסאן פונעם צימער און א מאסע פון אפיצירן האבן זיך אפגעגעבן אים צו עוואקואירן האט פערסין דערווייל ארויפגענומען דעם פארוואונדעטן בורקע צוריק צו צום צימער אויפן העכסטן שטאק איינצובונדן זיין האנט און אפצושטעלן די בלוט פלוס

פערסין האט געפרעגט פון בורקע אויב ער איז נאך אומשטאנד צוריקצוגיין קעמפן און ווען בורקע איז איינגעגאנגען דערויף האט פערסין ארויסגעצויגן בורקע'ס ביקס פון איר שיידל און עס אריינגעשטעלט אין זיין לינקע האנד און אים פלאצירט אין א ווינקל פון יענעם צימער ווי א באוואפענטע שומר קישואין און בורקע איז דארט פארבליבן אויף ביז נאך וואס אפיצירן האבן באוויזן צו קייטלען באוערס

פערסין איז דערווייל צוריק אראפגעגאנגען צום קלאס צימער און אנקומענדיג אונטן האבן די אפיצירן דיסקוסירט די ווייטערדיגע פלענער און באשלאסן אריינצושליידערן א ספעציעלע גראנאט אינעם צימער וועלכע זאל אומשעדליך מאכן באוערס אבער אים נישט שעדיגן

איינס.. צוויי.. דריי. און טראך.. די גראנאט איז געפלויגן הלוך ושוב און ביים אנקלאפן אינעם טיהר איז עס צוריקגעשפרונגען מיט קראפט גראד אין פערסין'ס געזיכט

פערסין איז געווען צוטרייסלט און נאך דאן נישט באגריפן אז די אינצידענט האט אים איבערגעלאזט פערמענאט טויב ל"ע אויף זיין לינקע אויער
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום זונטאג יוני 11, 2023 2:20 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

באשיינפערליך האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 11:36 pm
יעצט אריינגעשטורעמט דא און אפגעליינט ס'גאנצע.
האסט א טאלאנט פון אריינטראגן די ליינער אינעם געריכט זאל.
מיר ווארטן אויף ווייטערדיגע אפדעיטס!
א דאנק!
אוועטאר
באשיינפערליך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4746
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע: וואו דו ווילסט נאר...

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

יעצט איז מען געגאנגען פויזע??
קיפ איט קאמינג!
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

באשיינפערליך האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 2:38 pm
יעצט איז מען געגאנגען פויזע??
קיפ איט קאמינג!
דערווייל פרובירט מען צו באריכטן יעדן טאג איין לענגערע אפדעיט פון די אנטוויקלונגען פון א טאג בעפאר

די לעצטע באריכט איז פון די נעכטיגע סעסיע
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

א דאנק אייך ר׳ הבל.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
באשיינפערליך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4746
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע: וואו דו ווילסט נאר...

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 3:29 pm
באשיינפערליך האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 2:38 pm
יעצט איז מען געגאנגען פויזע??
קיפ איט קאמינג!
דערווייל פרובירט מען צו באריכטן יעדן טאג איין לענגערע אפדעיט פון די אנטוויקלונגען פון א טאג בעפאר

די לעצטע באריכט איז פון די נעכטיגע סעסיע
די סעסיע האצעך געענדיגט טויבערהייט?...

וויפיל שעה גייט עס אן יעדן טאג?
ווי לאנג נאר גייט די פראסעקיוטער האבן די ווארט?
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4246
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

שכוח שכוח @הכל הבל!
וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט

(וויוועק ראמאסוואמי)
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

גראז האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 4:22 pm
שכוח שכוח @הכל הבל!
יישר!
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

און?
אה! הבל מעג זיך אויך אפרוען אביסל...

כאפ א טיפע אטעם, א גלעזל וואסער, א מאסק פאר די רויעך, א שירעם און א בענקל...

שוין, איך בין רעדי פאר די קומענדיגע... ;l;p-
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

יאפ, הבל איך לייג אויך נישט קיין פרעשור.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4246
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

גם אני מצטרף צו די נישט פרעשור געלייגעכץ.
וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט

(וויוועק ראמאסוואמי)
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פארדינט האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 1:58 pm
און?
אה! הבל מעג זיך אויך אפרוען אביסל...

כאפ א טיפע אטעם, א גלעזל וואסער, א מאסק פאר די רויעך, א שירעם און א בענקל...

שוין, איך בין רעדי פאר די קומענדיגע... ;l;p-
א ריזיגן דאנק פאר די פידבעק פון יעדן!

איך בין באמת דאנקבאר און וויל עכט נישט אנטוישן די לאיאלע ליינער אבער האמת אגיד איז די ליינער קרייז און אינטערעסע אין דעם אשכול פארהעלטנמעסיג קליין און מען דארף שוקל זיין ווי אזוי צו שטעלן פריאריטעטן אין די צייט וואס אין אנדערע אשכולות ווארטן א גרעסע צאהל ליינער אויף דעקונג

איך בין אביסל וואקלדיג אויב פארצוזעצן דא מיט לענגערע טעגליכע באריכטן אבער אויב וועט זיין א פארלאנג וועט מען זיך פרובירן אנצושטרענגן

א דאנק!
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דינסטאג יוני 13, 2023 5:02 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4246
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

נאו נאו!

אויב דו ביסט וואקעלדיג דעמאלטס איז גוט, אונז דארף מער האבן אזעלעכע וואקעלדיגע חברה ווי דיר.

מיר ווארטן אויף דיין המשכה!
וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט

(וויוועק ראמאסוואמי)
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

פליזז!
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

כ’בין שרעקליך געשפאנט.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
באשיינפערליך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4746
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע: וואו דו ווילסט נאר...

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 2:22 pm
פארדינט האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 1:58 pm
און?
אה! הבל מעג זיך אויך אפרוען אביסל...

כאפ א טיפע אטעם, א גלעזל וואסער, א מאסק פאר די רויעך, א שירעם און א בענקל...

שוין, איך בין רעדי פאר די קומענדיגע... ;l;p-
א ריזיגן דאנק פאר די פידבעק פון יעדן!

איך בין באמת דאנקבאר און וויל עכט נישט אנטוישן די לאיאלע ליינער אבער האמת אגיד איז די ליינער קרייז און אינטערעסע אין דעם אשכול פארהעלטנמעסיג קליין און מען דארף שוקל זיין ווי אזוי צו שטעלן פריאריטעטן אין די צייט וואס אין אנדערע אשכולות ווארטן א גרעסע צאהל ליינער אויף דעקונג

איך בין אבסיל וואקלנדיג אויב פארצוזעצן דא מיט לענגערע טעגליכע באריכטן אבער אויב וועט זיין א פארלאנג וועט מען זיך פרובירן אנצושטרענגן

א דאנק!
טאקע באמערקט אז סנישטא קיין גרויסע אדיענץ דא, א בושה און א חרפה!!
אויב איז דיר שווער צו שרייבן יעדן טאג כאטשיג שיק ארויס א לענגערע באריכט יעדע צוויי דריי טעג.

מיר ווארטן אויף די קומענדיגע!!
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”