רבי מנחם נחום מסקווירא מאחניווקא זצ"ל - י"ט סיון תש"ו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זידיטשוב
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 26, 2023 11:07 am

רבי מנחם נחום מסקווירא מאחניווקא זצ"ל - י"ט סיון תש"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זידיטשוב »

י"ט סיון תשפ"ג
יומא דהילולא קדישא של הרה"ק ר' מנחם נחום בהרה"ק ר' דוד זצוק"ל מסקווירא מאחניווקא

בסייעתא דשמיא טוט מען עפענען דעם אשכול מיט'ן מטרה צאמצוברענגען סיי וועלכע אינפארמאציע בנוגע דעם צדיק וקדוש וואס איז היבש ווייניג באקאנט איבער זיין לעבן און שאפן
וכאן הקריאה יוצאת שמי שיש לו תח"י סיי וועלכע סארט זכרונות, בילדער, צייטונגען אויסצוגען וכדו' שיואיל לנו בטובו לפרסמם באשכול הדין ויהא חלקו בין מזכי הרבים
ועוד זאת ווערט געבעטן אז ווער ס'טרעפט זיך אן מיט סיי וועלכע אינפארמאציע פונעם צדיק דא אויפן 'וועלטל' זאל פראבירן עס אהער צוברענגען לפונדק אחד למען ירוץ הקורא בו און מען זאל נישט דארפן וואנדערן און זיכן בבחינת קובץ על יד...
ובזה החלי בעז"ה
אטעטשמענטס
image.png
image.png (130.65 KiB) געזען 688 מאל
"אין זידיטשוב ברענט א פייער.... און קיינער קען דאס נישט פארלעשן"
זידיטשוב
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 26, 2023 11:07 am

Re: רבי מנחם נחום מסקווירא מאחניווקא זצ"ל - י"ט סיון תש"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זידיטשוב »

מקום האוהל בדויק בביה"ח בית דוד
אטעטשמענטס
בית דוד.JPG
בית דוד.JPG (290.85 KiB) געזען 681 מאל
"אין זידיטשוב ברענט א פייער.... און קיינער קען דאס נישט פארלעשן"
aaw5952
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 06, 2021 1:24 pm

Re: רבי מנחם נחום מסקווירא מאחניווקא זצ"ל - י"ט סיון תש"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך aaw5952 »

יאנקל עקהויז (איך ווייס נישט אויב ער לעבט נאך. זיין טאטע איז אויף די דאקומענטן צו ברענגן די רבי ז"ל קיין אמעריקא) פון בארא פארק האט פארציילט אז אלץ קינד פלעגט ער דאווענען ביי ר' נחום, ס'איז אים געבליבן אין זיכרון אז ר' נחום פלעגט טיילן קוגל שבת נאכן דאווענען. ער האט אויך דארט געדאווענט שפעטער נאכן רבי ז"ל אנקומען.
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9581
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי מנחם נחום מסקווירא מאחניווקא זצ"ל - י"ט סיון תש"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

פויעלט אלעס גוטס
יאך בין געווען דארט פאר 2 וואכען צוריק
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
aaw5952
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 06, 2021 1:24 pm

Re: רבי מנחם נחום מסקווירא מאחניווקא זצ"ל - י"ט סיון תש"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך aaw5952 »

ר' נחום האט געהאט א זון (ר' יצחק?) וועם די רבי ז"ל פלעגט דערמאנען מיט בענקעניש אלץ תכשיט. אמאל נאך א באזוך פון ר' יוסף מאיר'ל מאכניווקא ביי ר' דוד'ל סקווירא איז ר' יוסף מאיר'ל א דורך די שטיבּ ווי די זין איז געווען, די רבי ז"ל האט אים געוואלט ווייזן אז זיין זיידע גייט (ר' נחום איז געווען אן איידעם ביי ר' יוסף מאיר'ל), ר' יוסף מאיר'ל האט געווינקען פארן רבי ז"ל ער זאל נישט.

על פי חשבון איז דאס זיין דירה אין בארא פארק וואס די רבי ז"ל האט איבערגענומען. (נאך די רבי ז"ל האט זיך געצויגן קיין וויליאמסבורג, האט די פאלטישאנער עס איבערגענומען).
nynyma_rec0040_3_05655_0047.jpg
nynyma_rec0040_3_05655_0047.jpg (92.92 KiB) געזען 607 מאל
aaw5952
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 06, 2021 1:24 pm

Re: רבי מנחם נחום מסקווירא מאחניווקא זצ"ל - י"ט סיון תש"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך aaw5952 »

אין די אשכול אויף ר' דוד'ל סקווירא ווערט ר' נחום היפש דערמאנט
א חסיד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4577
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 3:45 pm

Re: רבי מנחם נחום מסקווירא מאחניווקא זצ"ל - י"ט סיון תש"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א חסיד »

ב"ה געווען א שיינע עולם היינט ביים ציון לכבוד דיא יאהרצייט, מערסטענס סקווירא אינגילייט
געוועם לחיים מיט לקח און ברונפין
נעקסטיים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 22, 2023 5:09 pm

Re: רבי מנחם נחום מסקווירא מאחניווקא זצ"ל - י"ט סיון תש"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעקסטיים »

בראשות?
נעסטיים זאגמעך פארדעם
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

Re: רבי מנחם נחום מסקווירא מאחניווקא זצ"ל - י"ט סיון תש"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

עטליכע מודעות אינעם מארגען זשורנאל ביום ההסתלקות אין בעפארבערייטונג צום לוי'
אטעטשמענטס
__דער מארגען זשורנאל_, 19 יוני 1946_-2.jpg
__דער מארגען זשורנאל_, 19 יוני 1946_-2.jpg (55.02 KiB) געזען 544 מאל
__דער מארגען זשורנאל_, 19 יוני 1946_.jpg
__דער מארגען זשורנאל_, 19 יוני 1946_.jpg (81.07 KiB) געזען 544 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

Re: רבי מנחם נחום מסקווירא מאחניווקא זצ"ל - י"ט סיון תש"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

aaw5952 האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 12:23 pm
יאנקל עקהויז (איך ווייס נישט אויב ער לעבט נאך. זיין טאטע איז אויף די דאקומענטן צו ברענגן די רבי ז"ל קיין אמעריקא) פון בארא פארק האט פארציילט אז אלץ קינד פלעגט ער דאווענען ביי ר' נחום, ס'איז אים געבליבן אין זיכרון אז ר' נחום פלעגט טיילן קוגל שבת נאכן דאווענען. ער האט אויך דארט געדאווענט שפעטער נאכן רבי ז"ל אנקומען.
ר' ישראל יוסף עקהויז ליגט אויך אין בית דוד אין א אן אנדערער חלקה - ער פלעגט פארלערנען א שיעור דארט אינעם ביהמ"ד פון רבי נחום זצ"ל.
אטעטשמענטס
__דער מארגען זשורנאל_, 25 מאי 1945_.jpg
__דער מארגען זשורנאל_, 25 מאי 1945_.jpg (33.11 KiB) געזען 489 מאל
לעצט פארראכטן דורך בן בוזי אום דאנערשטאג יוני 08, 2023 3:49 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

Re: רבי מנחם נחום מסקווירא מאחניווקא זצ"ל - י"ט סיון תש"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

רבי נחום איז צום ערשט געווען באזעצט אין די בראנזוויל געגעגנט פון ברוקלין. אט זענען די אפיציעלע פארמירונג פון די קאנגרעגעישאן לחסידי סקווירא-מאחנובקא בשנת תרצ"ב (דאס איז שוין ממש בעפארן גיין אויף בארא פארק)
אטעטשמענטס
skver machnovko_Page_1.jpg
skver machnovko_Page_1.jpg (384.63 KiB) געזען 532 מאל
skver machnovko_Page_2.jpg
skver machnovko_Page_2.jpg (71.69 KiB) געזען 532 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

Re: רבי מנחם נחום מסקווירא מאחניווקא זצ"ל - י"ט סיון תש"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

.

נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: רבי מנחם נחום מסקווירא מאחניווקא זצ"ל - י"ט סיון תש"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

אין אור הצפון זענען געווען געדרוקט בריוון צו ר' יקיר ביגלאייזן אז בעלזער רב זצ"ל פרעגט זיך נאך איבער רבי נחום.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

Re: רבי מנחם נחום מסקווירא מאחניווקא זצ"ל - י"ט סיון תש"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

דער רבי, ר' נחום איז געווען א סגי נהור בסוף ימיו. אום תרצ"ט איז דער רבי אריבער אן אפעראציע אויף די אויגן.
אטעטשמענטס
⁨⁨דער מארגען זשורנאל⁩, 7 פברואר 1939⁩.jpg
⁨⁨דער מארגען זשורנאל⁩, 7 פברואר 1939⁩.jpg (51.33 KiB) געזען 520 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
aaw5952
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 06, 2021 1:24 pm

Re: רבי מנחם נחום מסקווירא מאחניווקא זצ"ל - י"ט סיון תש"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך aaw5952 »

בן בוזי האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 3:19 pm
דער רבי, ר' נחום איז געווען א סגי נהור בסוף ימיו. אום תרצ"ט איז דער רבי אריבער אן אפעראציע אויף די אויגן.
בחצר סקווירא ב"פ פארציילט מען סוף ימיו ווען ר' נחום איז געווען א סגי נהור פלעגט ער דערקענען זיין פלומעניק ר' דוד מסקווירא ב"פ ביים הערן זיין סכום טבילות אין מקוה (זיי האבן ביידע גענוצט די מקוה אויפן 52 גאס. די רבי ז"ל האט אויך גענוצט די מקוה). זיי פארציילן ר' דוד מסקווירא ב"פ האט אים א סך משמש געווען סוף ימיו.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

Re: רבי מנחם נחום מסקווירא מאחניווקא זצ"ל - י"ט סיון תש"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

בן בוזי האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 3:03 pm
aaw5952 האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 12:23 pm
יאנקל עקהויז (איך ווייס נישט אויב ער לעבט נאך. זיין טאטע איז אויף די דאקומענטן צו ברענגן די רבי ז"ל קיין אמעריקא) פון בארא פארק האט פארציילט אז אלץ קינד פלעגט ער דאווענען ביי ר' נחום, ס'איז אים געבליבן אין זיכרון אז ר' נחום פלעגט טיילן קוגל שבת נאכן דאווענען. ער האט אויך דארט געדאווענט שפעטער נאכן רבי ז"ל אנקומען.
ר' ישראל יוסף עקהויז ליגט אויך אין בית דוד אין א אן אנדערער חלקה - ער פלעגט פארלערנען א שיעור דארט אינעם ביהמ"ד פון רבי נחום זצ"ל.
אטעטשמענטס
P1020685.JPG
P1020685.JPG (375.08 KiB) געזען 488 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
משה שטינקאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 387
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:47 pm

Re: רבי מנחם נחום מסקווירא מאחניווקא זצ"ל - י"ט סיון תש"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה שטינקאוויטש »

איז דא בילדער פון דעם רבין?
aaw5952
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 06, 2021 1:24 pm

Re: רבי מנחם נחום מסקווירא מאחניווקא זצ"ל - י"ט סיון תש"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך aaw5952 »

בן בוזי האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 3:48 pm
בן בוזי האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 3:03 pm
aaw5952 האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 12:23 pm
יאנקל עקהויז (איך ווייס נישט אויב ער לעבט נאך. זיין טאטע איז אויף די דאקומענטן צו ברענגן די רבי ז"ל קיין אמעריקא) פון בארא פארק האט פארציילט אז אלץ קינד פלעגט ער דאווענען ביי ר' נחום, ס'איז אים געבליבן אין זיכרון אז ר' נחום פלעגט טיילן קוגל שבת נאכן דאווענען. ער האט אויך דארט געדאווענט שפעטער נאכן רבי ז"ל אנקומען.
ר' ישראל יוסף עקהויז ליגט אויך אין בית דוד אין א אן אנדערער חלקה - ער פלעגט פארלערנען א שיעור דארט אינעם ביהמ"ד פון רבי נחום זצ"ל.
יליד סווירזש. ווי איז סווירזש? ווי אזוי איז ער אנגעקומען קיין סקווירא-מאכניווקא? וועלכע חלקה איז דאס?
זידיטשוב
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 26, 2023 11:07 am

Re: רבי מנחם נחום מסקווירא מאחניווקא זצ"ל - י"ט סיון תש"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זידיטשוב »

תודה רבה מעומק הלב לכל אלו שנטלו הקולמס בידם והעלו על הכתב כל הנ"ל למען יעמדו ימים רבים וישאר שם ושארית להאי צדיקא קדישא
"אין זידיטשוב ברענט א פייער.... און קיינער קען דאס נישט פארלעשן"
זידיטשוב
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 26, 2023 11:07 am

Re: רבי מנחם נחום מסקווירא מאחניווקא זצ"ל - י"ט סיון תש"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זידיטשוב »

שמעתי מהרה"ח ראא"פ שיחי' ששמע מרב עקהויז הנ"ל שנכח פעם בעת ששוחחו בענין ביאת מרן הרבי ז"ל לאמעריקא ונתרגש הרמ"נ מאוד והתבטא "ווען מיין יאסעלע וועט קומען, ווען מיין יאסעלע וועט קומען" וזלגו עיניו דמעות (הגם שכ"ק מרן שליט"א מספר שהתבטא הלשון הידוע 'ווען ער וועט קומען וועט ער אריינשניידן אין אמעריקא' וכן ידוע, אבל הוא זכר רק כנ"ל)
aaw5952 האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 12:23 pm
יאנקל עקהויז (איך ווייס נישט אויב ער לעבט נאך. זיין טאטע איז אויף די דאקומענטן צו ברענגן די רבי ז"ל קיין אמעריקא) פון בארא פארק האט פארציילט אז אלץ קינד פלעגט ער דאווענען ביי ר' נחום, ס'איז אים געבליבן אין זיכרון אז ר' נחום פלעגט טיילן קוגל שבת נאכן דאווענען. ער האט אויך דארט געדאווענט שפעטער נאכן רבי ז"ל אנקומען.
"אין זידיטשוב ברענט א פייער.... און קיינער קען דאס נישט פארלעשן"
זידיטשוב
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 26, 2023 11:07 am

Re: רבי מנחם נחום מסקווירא מאחניווקא זצ"ל - י"ט סיון תש"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זידיטשוב »

געהערט די מעשה מפי זקני החסידים אביסל אנדערש ווען הרה"ק רי"מ ממאחניווקא איז אמאל געקומען באזוכן בבית דודו הרה"ק מהר"ד האט ער מיטגעברענגט דעם בשותפות'דיגען אייניקל ר' יצחק הנ"ל און בשעת'ן שמועסן מיט מרן ר' דוד'ל האט ר' יצחק פארברענגט מיט מרן די רבי ז"ל (אלס בחור) בשעשעון דאורייתא, אינמיטן שמועסן איז די רבי ז"ל ארויסגעגאנגען ברענגען עפעס טועם צו זיין פאר ר' יצחק אזוי ארויסגייענדיג זעהט די רבי ז"ל ווי ר' יוסף מאיר'ל שטייט שוין אנגעלעהנט אויפן שטעקן גרייט צו גיין האט ער באלד געוואלט זאגן פארן אייניקל אז די זיידע ווארט אבער ר' יוסף מאיר'ל מרוב חביבות האט אים צוריק געהאלטן זאגענדיג אז ער זאל קודם טועם זיין און נאכדעם וועט מען גיין
aaw5952 האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 12:44 pm
ר' נחום האט געהאט א זון (ר' יצחק?) וועם די רבי ז"ל פלעגט דערמאנען מיט בענקעניש אלץ תכשיט. אמאל נאך א באזוך פון ר' יוסף מאיר'ל מאכניווקא ביי ר' דוד'ל סקווירא איז ר' יוסף מאיר'ל א דורך די שטיבּ ווי די זין איז געווען, די רבי ז"ל האט אים געוואלט ווייזן אז זיין זיידע גייט (ר' נחום איז געווען אן איידעם ביי ר' יוסף מאיר'ל), ר' יוסף מאיר'ל האט געווינקען פארן רבי ז"ל ער זאל נישט.
"אין זידיטשוב ברענט א פייער.... און קיינער קען דאס נישט פארלעשן"
זידיטשוב
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 26, 2023 11:07 am

Re: רבי מנחם נחום מסקווירא מאחניווקא זצ"ל - י"ט סיון תש"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זידיטשוב »

בן בוזי האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 3:08 pm
רבי נחום איז צום ערשט געווען באזעצט אין די בראנזוויל געגעגנט פון ברוקלין. אט זענען די אפיציעלע פארמירונג פון די קאנגרעגעישאן לחסידי סקווירא-מאחנובקא בשנת תרצ"ב (דאס איז שוין ממש בעפארן גיין אויף בארא פארק)
ווען האט ער זיך אריבער געצויגן?
"אין זידיטשוב ברענט א פייער.... און קיינער קען דאס נישט פארלעשן"
זידיטשוב
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 26, 2023 11:07 am

Re: רבי מנחם נחום מסקווירא מאחניווקא זצ"ל - י"ט סיון תש"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זידיטשוב »

שמעתי היום מהרה"ח ר' יש"ה שסיפר מה ששמע מהרה"ק הרא"י ממאחניווקא זצוק"ל אודות גיסו מסקווירא מאחניווקא וז"ל (בערך)
"דער שוואגער איז געווען א פרומער,- דער טאטע האט געהאט גאר א גרויסער פארצומער ווי דער עולם האט געווארט אריינצוגיין, אמאל זעהט מען דער שוואגער לויפן פון איין עק צום צווייטן און פארדעקט אינגאנצן דער פנים מען האט נישט געוואוסט וואס ס'איז געשען ביז מען האט באמערקט אז פון די אנדערע עק איז אן אשה אריינגעקומען"
זכותו יגן עלינו
"אין זידיטשוב ברענט א פייער.... און קיינער קען דאס נישט פארלעשן"
aaw5952
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 06, 2021 1:24 pm

Re: רבי מנחם נחום מסקווירא מאחניווקא זצ"ל - י"ט סיון תש"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך aaw5952 »

זידיטשוב האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 11:58 pm
שמעתי מהרה"ח ראא"פ שיחי' ששמע מרב עקהויז הנ"ל שנכח פעם בעת ששוחחו בענין ביאת מרן הרבי ז"ל לאמעריקא ונתרגש הרמ"נ מאוד והתבטא "ווען מיין יאסעלע וועט קומען, ווען מיין יאסעלע וועט קומען" וזלגו עיניו דמעות (הגם שכ"ק מרן שליט"א מספר שהתבטא הלשון הידוע 'ווען ער וועט קומען וועט ער אריינשניידן אין אמעריקא' וכן ידוע, אבל הוא זכר רק כנ"ל)
aaw5952 האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 12:23 pm
יאנקל עקהויז (איך ווייס נישט אויב ער לעבט נאך. זיין טאטע איז אויף די דאקומענטן צו ברענגן די רבי ז"ל קיין אמעריקא) פון בארא פארק האט פארציילט אז אלץ קינד פלעגט ער דאווענען ביי ר' נחום, ס'איז אים געבליבן אין זיכרון אז ר' נחום פלעגט טיילן קוגל שבת נאכן דאווענען. ער האט אויך דארט געדאווענט שפעטער נאכן רבי ז"ל אנקומען.
ר' יענקל עקהויז פלעגט אויך פארציילן די רבי ז"ל איז היפש שטרענג מ'זאל נישט רעדן ענגליש אום שבת.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”