רבי יוסף אשר הלוי פאללאק זצ״ל אב״ד ור״מ ווערפעלעט
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
- רבניש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3066
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
- לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!
רבי יוסף אשר הלוי פאללאק זצ״ל אב״ד ור״מ ווערפעלעט
הגה״צ רבי יוסף אשר הלוי פאללאק זצ״ל אב״ד ור״מ ווערפעלעט
איבער די פטירה פון הגה״צ כ״ק האדמו״ר רבי יוחנן סופר גאב״ד ערלוי זצ״ל - תלמיד חביב לרבו המובהק דער ווערפעלעטער רב פארן קריג, שממנו קנה תורה ויר״ש ואהבת ישראל, דבר בעתו מה טוב לייג איך קצת מתולדותיו, היות ער האט נישט איבערגעלאזט דורות אחריו, תולדות הצדיק מעשיהם הטובים - ותלמידים קרוים בנים.
רבי יוסף אשר איז געבוירן בשנת תרל״ח זיין טאטע איז געווען ר׳ אברהם הלוי פאללאק פון שטאט אוהעל ר׳ אברהם איז געווען א זון פונעם באקאנטען רבי זעקעל הלוי פאללאק מבאניאד מהתלמידים המובחרים וממפורסמים ממרן החתם סופר זצ״ל געלערנט האט ער בישיבת גיסו הגאון רבי יוסף לייב סופר בעל ילקוט סופר, פאקשער רב שפעטער איז ער געגאנגען לערנען בישיבת הגה״ק בעל ויגד יעקב מפאפא דעמעלס געווען רב אין צעהלים, שפעטער דערויף איז ער געפארן לערנען אין די ישיבה אין פרעשבורג ביים דעמעלסדיגן רב רבי עקיבא סופר, כשהגיע לפרקו איז געווארן אן איידעם ביים בארימטען גאון רבי יהודה אלטמאן דער טשאטער רב איידעם פונעם הייליגען נטע שורק, דארט האט ער ארויס געהאלפן דעם שווער אין די ישיבה מיט זיינע געוואלדיגע כשרונות און כח הסברה און געוואלדיגע ווארימע צוגעלאזענקייט און אהבת ישראל ובפרט די חשובע צעירי צאן בחורי חמד, אטאמאטיש איז ער געווארן שנעל אויפגעכאפט פאר א מרביץ תורה בהא הידועה.
אבל ליידער לא ארכו ימיו השלווים זיצנדיג ביים שווער ווי ער האט געהאט די מעגליכקייט צו שטייגן בלי טרדות ובלי דאגה - זיין רעבעצין איז פריצייטיג אוועק נישט איבערלאזנדיג קיין קינדער.
און יענע צייט איז אויך נפטר געווארן ש״ב הגאון רבי שלום דוב פישל דער ווערפעלעטער רב וואס ער איז געווען אן איידעם און ממלא מקום פון הגה״צ רבי משה טענענבוים אב״ד ווערפעלעט, א זון פונעם נטע שורק, און אייניקל פון הייליגן רחובות הנהר, דער רבי משה האט איבערגענומען דאס רבנות פונעם זיידן נאך די פטירה אין ווערפעלעט.
איז הגאון רבי שלום דוב פישל נפטר געווארן איבערלאזנדיג זיין אלמנה אויך אן א קינדער, האט רבי יוסף אשר חתונה געהאט מיט די אלמנה די ווערפעלעטער רעבעצין אזוי איז ער געווארן אויפגענומען אלס דער ווערפעלעטער רב און ריש מתיבתא אין די ישיבה וואס איז נאך געווען מימי הרחובות הנהר, און אזוי איז ער פארבליבן אן אייניקל פונעם רחובות הנהר און דעם נטע שורק אויך בזיווג שני.
די ישיבה איז געווארן שטארק בארימט מיטן נייע רב וואס ער איז געווען כאב לבניו גאר איבערגעגבן צו די תלמידים מיט א געוואלדיגע אהבה וחיבה, אין די ישיבה האט זיך שטארק פארבריייטערט ביז מעהאט געדארפט צו בויען א נייעם בנין, די ישיבה האט געהאט א תומך א נדיב פון אמעריקא הגביר ר׳ נפתלי פייערשטיין, זייער אינטערסאנט וויזוי ער איז געווארן דער תומך הישבה פון דעם ווייטער אמעריקא איינמאל איז אנגעקומען א טשעק פון 10 דאללער צום רב מיט א בריוול בייגעלייגט אז מזאל לערנען א געוויסען טאג לע״נ זיינע עלטערן, אזוי האט זיך אנגעהויבן א בריוון אויסטוישעריי אזוי איז דער גביר פייערשטיין געווארן א אפציעלער גרויסער תומך פון די ישיבה הק׳ אזוי ווייט אז ער האט מנדב געווען א גאנצער נייער בנין ווען די מספר הישיבה האט דערגרייכט צו 150 בחורים דער בנין האט פארשטייט זיך געטראגן דעם נאמען פונעם נדבן וואס האט קיינמאל אין ווערפעלעט נישט שפאצירט און נישט געזהן, קיינמאל דעם רב נישט געקענט פנים אל פנים, קיינמאל די בחורים געזעהן שוקדים בתורה אנע דאגה צוליב זיין נדבת לבו, און אוודאי קיינמאל דעם בנין נישט געזהן. (אהה ווי נאך דא אזאנע גבירים היינט איינער ווייסט פון אן אנדערס שיקן אין אישי ביטע)
א גרויסע חגיגת אבן הפינה איז פארגעקומען אין שנת תרצ״ה מיטן השתתפות פון אלע ארומיגע גלילות׳ן און חשובע רבנים צווישן די רבנים איז געווען הגאון רבי משה סופר ראב״ד ערלוי (פאטער פונעם ערלויער רב) הגאון רבי שמעון אלטמאן אב״ד פאקש, הגאון רבי שרגא צבי אלטמאן אב״ד טשאטה, רבי שבתי אלטמאן מפעסט געוועזענע שוואגערס פונעם רב.
ביז א קורצע צייט דערויף איז פארגעקומען די פייערליכע חנוכת הבית ווי די ישיבה האט זיך אריינגעצויגן אינעם בנין החדש ״בנין נפתלי פייערשטיין וזוגתו מניו יארק (דער בנין שטייט נאך לזכר)
דער רב איז געווען א פה מפיק מרגליות כמעין המתגבר עם רעיונות נשגבים, געפירט הייליגע שבתים טישן מיט שירות ותשבחות בדביקות עילאית, וואס האט מיט געשלעפט די יונגע הערצער פון די בחורי חמד מיט א פלאם צום אויבערשטען, ווי אויך פילע ניגונים האט ער אליינס מלחין געווען.
בתחלת ימי הזעם ווען מהאט פארשלעפט פילע ראשי משפחה צום מיליטער האט דער רב ארויסגעשיינט ספעציעל מיט זיין אהבת ישראל, ארומגייענדיג פון דארף צו דארף אינעם גלילות מחזק זיין די צעבראכענע משפחות בדברי חיזוק ואמונה ובכל הצורך
ביזן לעצטען רגע איז די ישיבה הק׳ אנגעגאנגען, ביז די רשעים האבן דאס פארשלאסן, האט ער פארשאפט אפאר וויין גערטנער דערנעבן (פילע וויין גערטנער דא אינעם געגענט) ווי די בחורים זאלן ארבייטן אזוי זיך פטרן פון מיליטער, די גערטנער האבן באלאנגט פאר איינע פון די בעלי בתים אין שטאט אזוי האט מען דארט אויפן פעלד אויך מסדר געווען שעירים ערב ובוקר ער אליינס פלעגט ארויסגיין אפאר מאל א וואך פארלערנען און געבן שיחות חיזוק.
רבי יוסף אשר איז פארבליבען מיט בני קהילתו ער יומו האחרון סיז כדי צו דערמאנען און ארויסברענגען וואס האט געמיינט אן אנגארישער רב וואס איז באקאנט אויף פילע פון זיי איז דא אויך געווען אז דער אויבנדערמאנטער גביר נפתלי פייערשטיין האט געשיקט פארן רב א פאספארט צו קענען פארלאזן דעם בלוטיגען באדן בעוד מועד איז אויסרייזן קיין אמעריקא אויף זיינע קאסטן ווי ער האט אים געוואלט אויסהאלטן, אבער ער האט דאס פשוט אפגעזאגט און פארבליבען מיט בני קהילתו ובני הישיבה תלמידיו אזוי איז ער ליידער געפירט געווארן ביום כ״ז אייר תש״ד ובני עדתו אל מחנות ההשמדה ע״י השדים הגרמנים ימח שמם וזכרם ועלה נפשו הטהורה על מוקדה
אין יאר תשל״ד איז ערשינען זיין ספר ״שארית יוסף אשר״ וואס די חשובע תלמידים האבן אפגעקויפט די געפינענע כת״י
אויך האט ער באזוכט ארצינו הק׳ בשנת תרפ״ט מתוך אהבתו וחיבתו לארץ האבות ווי אלע צדיקים, דעמעלס איז פארגעקומען די שחיטות דורך די פארשאלטענע אראבער ימ״ש און די חברונער ישיבה, ווי ער האט מספיד געווען די 70 בחורים מעהאט מורה געהאט פון נאך נקמה פון די אראבער פארן פירן די מטות ווי עס פאסט זיך האט מען בוחר געווען אין א פרעמדן גאסט א רב זאל מקונן זיין כראוי, ער האט אבער געמוזט זיך אפשטעלן אינדערמיט מפאת חולשה שטייענדיג פארנט פון 70 ארונות פון קדושים..
דארט האט ער באזוכט די גדולי התורה, ווי אויך איז ער געווארן בידידות מיטן סבא קדישא מהר״ש אלפנדרי זצ״ל, ווען ער האט אים געזאגט אז ער פארט קיין מונקאטש כסדר צום מנחת אלעזר איז דער סבא קדישא געווארן בשמחה צוליב דעם גרויסן אהבה וואס איז געווען צווישן די צוויי (דאס איז געווען פאר די באזוך פונעם מנח״א אין אר״י ביי אים) און דער סבא קדישא האט אים געבעטן: ״נא יספר לי כבודו התנהגותו ותואר פניו״ רבי יוסף אשר האט אים אראפגעגעגבן פונקטליך מיט פארבן אלעס איבערן מנח״א מיט זיין התנהגות אוי האט דער סבא קדישא הנאה געהאט.
ביי איינע פון די באזוכן האט מען אריינגעברענגט טיי פאר די צוויי אינדערמיט פון די שיחות דברי תורה איז דער ס״ק ארויס זוכן א ספר האט רבי יוסף אשר גענומען א טראפ פונעם ס״ק טיי אריינגעגאסן אין זיינס. ווען דער ס״ק איז צוריק זאגט ער פאר ר׳ יוסף אשר בלשה״ק ״כבודו גנב״ אבער גלייך דערויף ממשיך געוען ״אבל אני מוחל״ ״אני מוחל״
ווען רבי יוסף אשר האט זיך געגרייט צוריק צו פארן קיין אונגארן האט אים דער ס״ק געלאזט רופן אין געבעטן ער זאל פארבליין אין ירושלים האט דער ווערפעלעטער רב געטענעט אז ער קען נישט איבערלאזן ד קהילה מיט די ישיבה אבער דער ס״ק האט אזוי מפציר געווען אז ער האט אים צוגעזאגט א בן זכר אויב פארבלייבט ער, פארשטייט זיך דאס איז געווען גאר א מרוגשדיגער צוזאג פון אזא קדוש אבער עם כל זה צוליב דאס צוגעבינדענקייט צו די תלמידי הישיבה און די קהילה איז ער צוריק געפארן.

א גרויסן יישר כח הרב רבניש פאר די שיינע באשרייבונג.
דאס וואס איר שרייבט:
דער גביר ר' נפתלי פייערשטיין האט מנדב געווען אוצרות מיט געלט און עטליכע בנינים פאר אונגארישע ישיבות, מ'האמיר אים דערמאנט דא:
viewtopic.php?p=711141#p711141
ער האט אבער נישט געוואנט אין ניו יארק, נאר אין מאלדען, מאסאשוסעטס, ממילא איז אינטערעסאנט צו וויסן צו עס שטייט טאקע בנין נפתלי פייערשטיין וזוגתו מניו יארק אויפן בנין
דאס וואס איר שרייבט:
רבניש האט געשריבן:

ניין דאס ווארט נ.י. האב איך נאר מוסיף געווען להגדיל שמו אראפצוגעבן דעם באגריף הענין.
האב דאך געוויסט אז כבוד מעלתו וועט קומען מיט די פילע אינפארמציע פונעם טפסר תורה הגביר הנ״ל סיי ווי סיי.. צוליב דעם האב איך נישטאמאל געפרעגט צו איינער ווייסט מער פרטים אבער דעם ר׳ נפתלי פייערשטיין ז״ל
ישר כח גדול הרב מיללער
האט דער פייערשטיין קינדער ?

רבניש האט געשריבן:ניין דאס ווארט נ.י. האב איך נאר מוסיף געווען להגדיל שמו אראפצוגעבן דעם באגריף הענין.
האב דאך געוויסט אז כבוד מעלתו וועט קומען מיט די פילע אינפארמציע פונעם טפסר תורה הגביר הנ״ל סיי ווי סיי.. צוליב דעם האב איך נישטאמאל געפרעגט צו איינער ווייסט מער פרטים אבער דעם ר׳ נפתלי פייערשטיין ז״ל
ישר כח גדול הרב מיללער
האט דער פייערשטיין קינדער ?
ער האט געהאט ערליכע קינדער, און אייניקלעך הולכים בדרכו בשמירת התורה והמצוות, פון זיי עטליכע עסקנים און נדבנים, זיי האבן אנגעהאלטן די ביזנעס לאנגע יארן, דא האט איר אינפארמאציע איבער איין אייניקל אהרן פייערשטיין פון ברוקליין:
https://en.wikipedia.org/wiki/Aaron_Feuerstein
דא איבער זיין ברודער משה יצחק ע"ה:
https://www.ou.org/jewish_action/06/200 ... reciation/
רבניש האט געשריבן:צו וואס איז דאס אפגעטיילט געוארן? כאב עס בכוונה געלייגט ביי די אשכול הארזים היות ער האט נישט איבערגעלאזט קיין דורות, זאל מען עס באגעגענן מער עפטער פאר ווער עס זוכט אמאל פון די ארזים.
כך הוא מנהג המקום
איר קענט שטעלן א לינק אינעם אשכול הארזים - אבער לויט די כמות ואיכות התגובות פאסט טאקע א באזונדערע אשכול לפע"ד
- רבניש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3066
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
- לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!
מיללער האט געשריבן:רבניש האט געשריבן:צו וואס איז דאס אפגעטיילט געוארן? כאב עס בכוונה געלייגט ביי די אשכול הארזים היות ער האט נישט איבערגעלאזט קיין דורות, זאל מען עס באגעגענן מער עפטער פאר ווער עס זוכט אמאל פון די ארזים.
כך הוא מנהג המקום
איר קענט שטעלן א לינק אינעם אשכול הארזים - אבער לויט די כמות ואיכות התגובות פאסט טאקע א באזונדערע אשכול לפע"ד
ערלעדיגט וויזוי די עסטעבלישמענט פארשטייט
Re: רבי יוסף אשר הלוי פאללאק זצ״ל אב״ד ור״מ ווערפעלעט
ילקוט הגרשוני, שלשה חלקים פאקש תרנ''ד-ו. העותק של הרב יוסף אשר סגל פאללאק אב''ד ווערפעלעט.
www.rarityauctionhouse.com
www.rarityauctionhouse.com
- אטעטשמענטס
-
- 007.jpg (324.54 KiB) געזען 512 מאל
Re:
מערקט אויך:רבניש האט געשריבן:קוקט ביים הונטערגרינד טאוועל לינקס ביי די בחורים בילד, ענדיגט זיך די ענגלישע ווערטער פייערשטיין דערנאך USA וואס שטייט אינצווישן די צוויי intern?
לכי בנים שמעו לי יראת השם אלמדכם.
Re: רבי יוסף אשר הלוי פאללאק זצ״ל אב״ד ור״מ ווערפעלעט
מכתב סמיכה
- אטעטשמענטס
-
- מכתב סמיכה.jpg (61.05 KiB) געזען 386 מאל
Re: רבי יוסף אשר הלוי פאללאק זצ״ל אב״ד ור״מ ווערפעלעט
איגוד תלמידי ישיבת ווערפעלעט תשי"ד לפ"ק
- אטעטשמענטס
-
- Screenshot_20221128-104910-01.jpeg (68.39 KiB) געזען 315 מאל
Re: רבי יוסף אשר הלוי פאללאק זצ״ל אב״ד ור״מ ווערפעלעט
ארויסגעקומען לעצטענס א ספר מיט תולדות.רבניש האט געשריבן:
און יענע צייט איז אויך נפטר געווארן ש״ב הגאון רבי שלום דוב פישל דער ווערפעלעטער רב וואס ער איז געווען אן איידעם און ממלא מקום פון הגה״צ רבי משה טענענבוים אב״ד ווערפעלעט, א זון פונעם נטע שורק, און אייניקל פון הייליגן רחובות הנהר, דער רבי משה האט איבערגענומען דאס רבנות פונעם זיידן נאך די פטירה אין ווערפעלעט.
איז הגאון רבי שלום דוב פישל נפטר געווארן איבערלאזנדיג זיין אלמנה אויך אן א קינדער, האט רבי יוסף אשר חתונה געהאט מיט די אלמנה די ווערפעלעטער רעבעצין אזוי איז ער געווארן אויפגענומען אלס דער ווערפעלעטער רב און ריש מתיבתא אין די ישיבה וואס איז נאך געווען מימי הרחובות הנהר, און אזוי איז ער פארבליבן אן אייניקל פונעם רחובות הנהר און דעם נטע שורק אויך בזיווג שני.
אגב רבי שלום דוב טענענבוים ממילדוי זצ"ל האט געהייסן נאך אים.
- אטעטשמענטס
-
- 22583-01_copy_639x952.jpeg (348.51 KiB) געזען 262 מאל
Re: רבי יוסף אשר הלוי פאללאק זצ״ל אב״ד ור״מ ווערפעלעט
מצבת הרבנית קראסיל בת הגאון רבי יהודה אלטמאן אב"ד ור"מ טשאטה, אשת הגאון רבי יוסף אשר זצ"ל הי"ד, בזיוויג ראשון.
מנו"כ בטשאטה ע"י האוהל.
מנו"כ בטשאטה ע"י האוהל.
Re: רבי יוסף אשר הלוי פאללאק זצ״ל אב״ד ור״מ ווערפעלעט
שרגא ניימאן זכרונות.
- אטעטשמענטס
-
- shar19560506-01.2.27.jpg (198.51 KiB) געזען 209 מאל
Re: רבי יוסף אשר הלוי פאללאק זצ״ל אב״ד ור״מ ווערפעלעט
נאך איינס פון שרגא ניימאן.
- אטעטשמענטס
-
- shar19590603-01.2.28.jpg (219.58 KiB) געזען 205 מאל
Re: רבי יוסף אשר הלוי פאללאק זצ״ל אב״ד ור״מ ווערפעלעט
איינער שרייבט אז דאס איז די ישיבה אין ווערפעלעט פארן קריג, פונעם טאוועל קוקט מיר עפעס נישט אויס אזוי.
וואס זאגט דער עולם?
וואס זאגט דער עולם?
- אטעטשמענטס
-
- שווארץ געמאכט
- hagyomany es integracio 02-01.jpeg (167.54 KiB) געזען 165 מאל
-
- hagyomany es integracio 02.jpg (117.78 KiB) געזען 165 מאל
Re: רבי יוסף אשר הלוי פאללאק זצ״ל אב״ד ור״מ ווערפעלעט
די צייטונג באריכטעט אז מען האט אויפגענומען רבי יוסף אשר זצ"ל אלץ רב אין ווערפעלעט.
חניכת הרב.
הקהילה האורתודוקסית הישראלית של Verpelet והמחוז שלה ערכה חגיגה גדולה ב-22 בנובמבר. עוזר הרב יוז פולאק ממעזאטשאטה נבחר פה אחד למלא את תפקיד הרב שהיה פנוי לפני שלוש שנים.
את ההתכנסות הבלתי נשכחת הוביל הענריק פיישמאן (Domoszló). בטקס ההשבעה, בה השתתפו גם רבני Mezőcsat, Diósgyőr ו-Szerencs, היה הרב החדש מטעם המחוז הענריק פליישמאן כר. הנשיא, בשם קהילת האם, אמונת דויטש מנו. הנשיא, מיקסה שפיצר, נשיא קהילת האמונה של סניף קאל, קיבל את פניו. הרב החדש הגיב בדמעות של רגש. אהבה, הבנה ואלוקים היו נושאי נאומו. לאחר טקס ההשבעה התקיים משתה, בו תרם הענריק פליישמאן מאה אלף כתרים, ארמין ריינער עשרת אלפים, ויוזף ווייס (קאל) עשרת אלפים כתרים לתחזוקת הישיבה בווערפעלעט.

- egy19211203-01.2.33_3-01-01.jpeg (220.66 KiB) געזען 164 מאל