וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

בילל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 16, 2022 10:27 am

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בילל »

א פשוטע עצה לכאורה איז ער זאל באקומען א פסק פון א דיין וועם ער טראסט אז ער איז פטור פון מצות מחאה, (ר' נחמן שרייבט אז היינט איז איעדער איינער פטור)
askan1
שר חמש מאות
תגובות: 677
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 2:31 pm

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך askan1 »

בילל האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 6:11 pm
א פשוטע עצה לכאורה איז ער זאל באקומען א פסק פון א דיין וועם ער טראסט אז ער איז פטור פון מצות מחאה, (ר' נחמן שרייבט אז היינט איז איעדער איינער פטור)

ווי שרייבט ער עס?
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1413
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

שטארק זיך האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 6:52 am
פרידן האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 6:14 am
מאך א חברותא לערן מיט אים נישט וואס ער לערנט אין ישיבה א אייגענע שיעור אבער ווי א חברותא נישט ווי א תלמיד אדער א מגיד שיעור יעדע אינדערפרי פאר ער גייט און ישיבה
ער וועט ווערן חוץ דיין זון אויך דיין חברותא וואס וועט גורם זיין א קירוב לבבות, און דיר געבן א תורה'דיגע קשר מיט אים
מסוכן
בכלל נישט מסוכן
אויב קומסט פעסט פארגעקוקט מיט א גוטע חברותא, און די צונעמסט אים פעסט מיט שטארקע קשיות וחידודים קענסטע אים געווינען מיט דעים, ער דארף זעהן דיינע שטארקע כוחות.
אוועטאר
מקובל אלוקי
שר האלף
תגובות: 1267
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 10:12 pm

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקובל אלוקי »

בילל האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 6:11 pm
א פשוטע עצה לכאורה איז ער זאל באקומען א פסק פון א דיין וועם ער טראסט אז ער איז פטור פון מצות מחאה, (ר' נחמן שרייבט אז היינט איז איעדער איינער פטור)
וואס??
מיינסט אוודאי די בעל התניא אין שו"ע הרב?
זיכסט א ספר, רבי, חברותה, מראה מקום, אין לימוד הקבלה? איך קען אייך אפשר העלפן! אין אישי!
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

סמעטענע האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 7:05 pm
שטארק זיך האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 6:52 am
פרידן האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 6:14 am
מאך א חברותא לערן מיט אים נישט וואס ער לערנט אין ישיבה א אייגענע שיעור אבער ווי א חברותא נישט ווי א תלמיד אדער א מגיד שיעור יעדע אינדערפרי פאר ער גייט און ישיבה
ער וועט ווערן חוץ דיין זון אויך דיין חברותא וואס וועט גורם זיין א קירוב לבבות, און דיר געבן א תורה'דיגע קשר מיט אים
מסוכן
בכלל נישט מסוכן
אויב קומסט פעסט פארגעקוקט מיט א גוטע חברותא, און די צונעמסט אים פעסט מיט שטארקע קשיות וחידודים קענסטע אים געווינען מיט דעים, ער דארף זעהן דיינע שטארקע כוחות.
פאר אנרעסאנטקייט.
איר האט געלייענט פרידן׳ס תגובה?
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1413
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

יא יא כ'האב געליינט ווי ער שרייבט זיין וועג פון לערנען, לויט וויפיל איך האב ארויס די סארט דארף מען יא קומען פעסט צוגעגרייט און אים שטארק צומאלן מיט קושיות וחידודים.
אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4320
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

askan1 האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 6:46 pm
בילל האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 6:11 pm
א פשוטע עצה לכאורה איז ער זאל באקומען א פסק פון א דיין וועם ער טראסט אז ער איז פטור פון מצות מחאה, (ר' נחמן שרייבט אז היינט איז איעדער איינער פטור)
ווי שרייבט ער עס?
ח"ב תורה ח'
וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט

(וויוועק ראמאסוואמי)
אוועטאר
מקובל אלוקי
שר האלף
תגובות: 1267
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 10:12 pm

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקובל אלוקי »

גראז האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 7:10 pm
askan1 האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 6:46 pm
בילל האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 6:11 pm
א פשוטע עצה לכאורה איז ער זאל באקומען א פסק פון א דיין וועם ער טראסט אז ער איז פטור פון מצות מחאה, (ר' נחמן שרייבט אז היינט איז איעדער איינער פטור)
ווי שרייבט ער עס?
ח"ב תורה ח'
נישטא דארט אזא זאך אז היינט איז מען פטור פון מצוות מחאה!
כ'האב געמיינט גייסט ברענגען בעסערע סחורה....
זיכסט א ספר, רבי, חברותה, מראה מקום, אין לימוד הקבלה? איך קען אייך אפשר העלפן! אין אישי!
בילל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 16, 2022 10:27 am

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בילל »

מקובל אלוקי האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 7:05 pm
בילל האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 6:11 pm
א פשוטע עצה לכאורה איז ער זאל באקומען א פסק פון א דיין וועם ער טראסט אז ער איז פטור פון מצות מחאה, (ר' נחמן שרייבט אז היינט איז איעדער איינער פטור)
וואס??
מיינסט אוודאי די בעל התניא אין שו"ע הרב?
כברויך עס אויפזוכן עפעס ברענגט ר' נחמן נאך פון א תנא וואס זאגט תמיהני אויב עס איז נאך דא איינער און אונזער דור וואס איז ראוי מוחה צו זיין קומט אויס עאכו'כ בדורינו אלה. יבואו הבקיאים ויבקיאו.
אוועטאר
מקובל אלוקי
שר האלף
תגובות: 1267
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 10:12 pm

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקובל אלוקי »

בילל האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 7:34 pm
מקובל אלוקי האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 7:05 pm
בילל האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 6:11 pm
א פשוטע עצה לכאורה איז ער זאל באקומען א פסק פון א דיין וועם ער טראסט אז ער איז פטור פון מצות מחאה, (ר' נחמן שרייבט אז היינט איז איעדער איינער פטור)
וואס??
מיינסט אוודאי די בעל התניא אין שו"ע הרב?
כברויך עס אויפזוכן עפעס ברענגט ר' נחמן נאך פון א תנא וואס זאגט תמיהני אויב עס איז נאך דא איינער און אונזער דור וואס איז ראוי מוחה צו זיין קומט אויס עאכו'כ בדורינו אלה. יבואו הבקיאים ויבקיאו.
די מיינסט די תורה אז ווען איינער מוסר'ט אידן זאל ער נישט מבאיש ריח זיין?
דארט רעדט מען פון מוכיחים וואס פלעגן מאכן געלט פון האלטן דרשות אין אויף דעם האט די רבי געהאקט,
ח”ו אז די רבי האט געזאגט אז היינט איז בטל מצוות תוכחה!
לעצט פארראכטן דורך מקובל אלוקי אום דאנערשטאג יוני 08, 2023 4:20 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זיכסט א ספר, רבי, חברותה, מראה מקום, אין לימוד הקבלה? איך קען אייך אפשר העלפן! אין אישי!
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1545
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

נו וואדע האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 6:08 pm


מ'ברויך באמת קענען מבחין זיין ווען דער בחור איז זיך באמת מתחצף אדער ווען ער טענה'ט זיך מיט עלטערן און ער דרוקט זיך נאר אויס בחור'יש (....)



הצלחה וברכה
איך כאפ נישט פארוואס מען דארף קענען מבחין זיין.

איך פרוביר צו מחנך זיין מיינע צענערלינגן
איינס. אז מען רעדט נישט חוצפה'דיג צו קיינעם, און אודאי נישט צו עלטערן.
צווייטענס. מען רעדט נישט בחור'יש

נישט אז איך פארשטיי נישט אז א בחור רעדט בחור'יש, נאר עס איז מיין פליכט אים צו איינמעלדן וויאזוי ער דארף אויסקוקן נאכן אויסבחורן.

ביי ביידע ענינים ניץ איך די זעלבע מעטאד, סיי ביי חוצפה סיי ביי בחור'יש, במילא כאפ איך נישט די וויכטיגקייט פון מבחין זיין.

ווען ער רעדט חוצפה'דיג שריי נישט, ווער נישט ביילידיגט, וכו' די זעלבע זאך ווען מען רעדט בחור'יש

מען זאגט מיט א קורצער, שארפע, רואיגע, קלארע, אומצוויידייטיג סטעיטמענט
"מען רעדט נישט אזוי" פיריעד. פינטל.

מען גייט ווייטער.

אין די זעלבע ווען מען זעהט ווי א קינד מוטשעט זיך מיט דוקדוקים אין הלכה, נערוועז מאכן אנדערע וועגן זיינע חמורות, נישט פארשטיין אנדערע וואס טראכטן נישט פונקט ווי אים
א קורצער סטעיטמענט אין מאוו אן.
"מען טוט נישט אזוי" פינטל
נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו וואדע »

יוד אלף האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 7:56 pm
נו וואדע האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 6:08 pm


מ'ברויך באמת קענען מבחין זיין ווען דער בחור איז זיך באמת מתחצף אדער ווען ער טענה'ט זיך מיט עלטערן און ער דרוקט זיך נאר אויס בחור'יש (....)



הצלחה וברכה
איך כאפ נישט פארוואס מען דארף קענען מבחין זיין.

איך פרוביר צו מחנך זיין מיינע צענערלינגן
איינס. אז מען רעדט נישט חוצפה'דיג צו קיינעם, און אודאי נישט צו עלטערן.
צווייטענס. מען רעדט נישט בחור'יש

נישט אז איך פארשטיי נישט אז א בחור רעדט בחור'יש, נאר עס איז מיין פליכט אים צו איינמעלדן וויאזוי ער דארף אויסקוקן נאכן אויסבחורן.

ביי ביידע ענינים ניץ איך די זעלבע מעטאד, סיי ביי חוצפה סיי ביי בחור'יש, במילא כאפ איך נישט די וויכטיגקייט פון מבחין זיין.

ווען ער רעדט חוצפה'דיג שריי נישט, ווער נישט ביילידיגט, וכו' די זעלבע זאך ווען מען רעדט בחור'יש

מען זאגט מיט א קורצער, שארפע, רואיגע, קלארע, אומצוויידייטיג סטעיטמענט
"מען רעדט נישט אזוי" פיריעד. פינטל.

מען גייט ווייטער.

אין די זעלבע ווען מען זעהט ווי א קינד מוטשעט זיך מיט דוקדוקים אין הלכה, נערוועז מאכן אנדערע וועגן זיינע חמורות, נישט פארשטיין אנדערע וואס טראכטן נישט פונקט ווי אים
א קורצער סטעיטמענט אין מאוו אן.
"מען טוט נישט אזוי" פינטל
ס'סאונד אווי איר האט א בחור'ל וואס גלייכט זיך ניש צו טענה'ן

מ'טוט ניש אזוי פינטל איז פאר חוצפה אבער ווען ער מיינט ניש צו זיין א מחוצף און דו ענטפערסט אים שארף אפ , קענסטו אים וויי טוהן על לא דבר ווייל ער האט ניש קיין אנונג וואס מ'וויל פונעם ער האט דעך גארניש געטוהן און ע"פ רוב הייבט זיך יעמאלטס אהן א גאנצע טענה'ריי ווייל ער גייט אריין אין דעפענס מאוד ס'קוקט אים אויס ווי דער טאטע איז בייז אויף אים ווען למעשה אין זיינע אויגן האט ער באמת גארניש ראנג געטוהן

וועגן דעם האבן מיר צוגעלייגט אז שיין מסביר זיין א טאג דערנאך איז א עצה היעוצה פאר דעם

און יא ס'איז דא א חילוק , א טאטע וואס זאגט אויף יעדע צווייטע ווארט וואס דער בחור זאגט "מ'טוט ניש אזוי" ברויך הילף..........
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4320
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

בילל האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 7:34 pm
מקובל אלוקי האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 7:05 pm
בילל האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 6:11 pm
א פשוטע עצה לכאורה איז ער זאל באקומען א פסק פון א דיין וועם ער טראסט אז ער איז פטור פון מצות מחאה, (ר' נחמן שרייבט אז היינט איז איעדער איינער פטור)
וואס??

מיינסט אוודאי די בעל התניא אין שו"ע הרב?
כברויך עס אויפזוכן עפעס ברענגט ר' נחמן נאך פון א תנא וואס זאגט תמיהני אויב עס איז נאך דא איינער און אונזער דור וואס איז ראוי מוחה צו זיין קומט אויס עאכו'כ בדורינו אלה. יבואו הבקיאים ויבקיאו.
דעיס איז דאך די תורה וואס איך האב אראפגעברענגט.
וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט

(וויוועק ראמאסוואמי)
אבי א נאמען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 11:51 pm

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבי א נאמען »

פרידן האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 7:32 am
שטארק זיך האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 6:52 am
פרידן האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 6:14 am
מאך א חברותא לערן מיט אים נישט וואס ער לערנט אין ישיבה א אייגענע שיעור אבער ווי א חברותא נישט ווי א תלמיד אדער א מגיד שיעור יעדע אינדערפרי פאר ער גייט און ישיבה
ער וועט ווערן חוץ דיין זון אויך דיין חברותא וואס וועט גורם זיין א קירוב לבבות, און דיר געבן א תורה'דיגע קשר מיט אים
מסוכן
טאקע מסוכן חסדי
גיי צו טערעפיסטן עקסטער דו עקסטער דיין ווייב אין אלע קינדער באזונדער, דאס אז דיין זון איז אזוי קומט זעכער פון ווי אזוי דיין וויב פירט זיך אויף צו דיר אינפראנט פין די קינדער, זי איז זעכער bpd און לכבוד דעם דיין זון בארדערליין אלעס האט זיך אנגעהויבן ווייל דיין זיידע האט איבער געלאזט 3 ברודערס ביי די מלחמה און איז געווען א נערוועזער האט ער אראפ געקלאפט די קינדער האט דיין טאטע געהאט א לא סעלף עסטים אין דאס האט געמאכט אז די זאלסט האבן גארנישט קיין סעלף עסטים
וויפל מאל א טאג דארף מען טוישן דיין פיצעלס ווינדלן אויב מער ווי דריי מיינט עס אז פין די אנגעצויגענקייט אין שטוב האט די פיצל אנטוויקעלט ocd
גיי ראטעווע דיר און דיין שטוב בעוד מועד עס וועט דיר קאסטן א נישטיגע 3000 דאללער א וואך אבער וואס טוט מען נישט צו ראטעווען די אייגן שטוב
דעס וואס מען זאגט ביי קריאת שמע ושננתם לבנך און ולמדתם אותם את בניכם זאלסטו אפי'נישט פראבירן עס איז א דרך מסוכן מאוד
איך וואלט דיר ווען געגעבן א לייק פאר דיין הומאר, אבער ליידער ליידער זענען די נושאים גארנישט פאני.
נאך 'וואס' קומט עפּעס תכלית'דיג, למעשה'דיג. פארוואס טראגט נאר צום נעקסטן פארוואס. און צום נעקסטן. און צום נעקסטן.
ביז יציאת נשמה. (פינחס גלויבער)
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1545
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

נו וואדע האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 8:11 pm


ס'סאונד אווי איר האט א בחור'ל וואס גלייכט זיך ניש צו טענה'ן

מ'טוט ניש אזוי פינטל איז פאר חוצפה אבער ווען ער מיינט ניש צו זיין א מחוצף און

דו ענטפערסט אים שארף אפ ,

קענסטו אים וויי טוהן על לא דבר ווייל ער האט ניש קיין אנונג וואס מ'וויל פונעם ער האט דעך גארניש געטוהן און

ע"פ רוב הייבט זיך יעמאלטס אהן א גאנצע טענה'ריי ווייל ער גייט אריין אין דעפענס מאוד

ס'קוקט אים אויס ווי דער טאטע איז בייז אויף אים ווען למעשה אין זיינע אויגן האט ער באמת גארניש ראנג געטוהן

וועגן דעם האבן מיר צוגעלייגט אז שיין מסביר זיין א טאג דערנאך איז א עצה היעוצה פאר דעם

און יא ס'איז דא א חילוק ,

א טאטע וואס זאגט אויף יעדע צווייטע ווארט וואס דער בחור זאגט "מ'טוט ניש אזוי" ברויך הילף..........
LOL

מיין בחור האט א טאטע וואס גלייכט זיך נישט צו טענה'ן...

(אייגענטליך יא, נאר נישט מיט קיין טינעדזשערס, און נישט און די פאזיציע)

ווי אויך זעה איך אז מיין אויסדרוק "שארף" איז פאלש פארשטאנען געווארן דורך דיר. מען רעדט נישט פון שארף עס אין שטעכעדיג,
נאר פון שארף עס אין קלארקייט.
שטעכעדיג טוט וויי, קלארקייט איז מחזק.
שטעכעדיג איז אפגעענטפערט, קלארקייט איז אוועק געשטעלט.
אפגעענטפערט ברענגט טענה'ריי, און דיפענס מאוד, קלארקייט ברענגט דאס נישט. קלארקייט קוקט נישט אויס ווי די טאטע איז בייז.

א טאטע וואס קומט אן צו א מצב פון טענה'ריי ברויך הילף.

און אודאי רעדט מען נישט פון מגיב אויף יעדע צווייטע ווארט. ביי מיר איז דאס געווען פשוט.

מען רעדט פון מדריך זיין מיט געלאסענקייט, הארץ, סטאבעליטעט, קלאר, דייטליך, מיט אוטעריטעט.

א געוואלדיגע כלל, וואס קען דיר העלפן מיט קלארקייט, נישט טענה'ן, און נישט צו מגיב זיין אויף יעדע ווארט.

געדענק אז די חינוך איז נישט אויף יעצט, עס איז אויף אוועקצושטעלן דער מענטש.
איך האב אינגאנצן נישט קיין פראבלעם אז ער איז זיך מתחצף, ווי ער זאל זיין א מחוצף ח"ו. דהיינו אז עס וועט דורכגיין 120 יאר, און איינמאל אלץ בחור האט ער זיך מתחצף געווען איז דאס מצידי א געוואלדיגע נחת, א קינד וואס האט זיך בלויז איינמאל מתחצף געווען, נאר וואס דען, מען איז אין די ווארק פראסעס פון אוועקשטעלן דאס קינד פארן לעבן, און ער מוז כסדר הערן וואס עס פארלאנגט זיך.

די קורצע קלארע קאמענטס וואס א טאטע ווארפט אריין פון צייט צו צייט פאר א קינד, שטעלט אים אוועק, עס עסט זיך אריין אין די סוב קאנטשעס פונעם מח, ער געדענקט, דאס איז געווען ביי מיין טאטען אפגעפרעגט, פון דעם האט מיין טאטע געלאכט וכו'


טענה'רייען קומט געווענטליך ווען די עלטערן זענען אין דיפענס מאוד. און דער אויבערשטער כלל איז אינגאנצן נישט דא, נאר זיך זענען אויסן קעיר צו נעמען פונעם איצטיגע מאמענט.

אודאי איז דא צייטן וואס אן איינמאליגע נארישער שריט קען יענעם צוגרינד לייגן פארן לעבן, וואס דעמאלט דארף מען טאקע יא ווערן אויס מענטש, והיינו טעמא, פארוואס א קליין קינד וועט כאפן א פראסק פארן גיין אויפן גאדער. אדער חס ושלום א קינד קאלט די עי איי האט ליין וכדו'
און פארשטייט זיך די ריעקשאן צו א טינעדזשער איז אנדערש ווי צו א צוויי יעריג קינד.
אוועטאר
געמבלער
שר האלף
תגובות: 1361
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געמבלער »

חסדי אבות האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 3:42 pm
קודם כל יישר כח פאר אלע וואס האבן גענומען די מיה און געענטפערט אויף די אשכול.

איך האב נעכטן ביינאכט געעפנט דעם אשכול, און איך האב נישט גע'חלומ'ט אז דאס גייט ציען אזויפיל אינטערעסע ביים עולם. ס'איז מיר באמת אינטערעסאנט צו פארשטיין וואס עס האט אזוי שטארק אנגעצויגן דעם עולם, אז די בלעטער זאלן זיך אזוי שנעל אנפילן. איך בין אויפגעשטאנען צופרי און נישט געגלויבט אז איך האב אזויפיל אישי'ס פון מענטשן וואס פראבירן צו העלפן, זה בכה וזה בכה. אשרי העם שככה לו, אשרי העם שה' אלוקיו.

באמת וואלט איך געדארפט איבערגיין אלע תגובות בעיון רב צו קענען שרייבן דא, אבער איך וועל בלויז אנכאפן אויפן שפיץ גאפל געוויסע נקודות, וואס קוקט אויס אז עס דארף קלארקייט.

1. דער בחור איז א נעים הליכות אלעמאל געווען און ער איז נאך היינט. ער איז שטארק באליבט ביי זיינע ארומיגע, מען קוקט אויף אים ארויף. ווען ער איז ארויס פון חדר האבן זיך קינדער און עלטערן זיך נאכגעפרעגט וואו ער גייט לערנען, מען האט געוואלט גיין דארט וואו ער גייט. כפי ידיעתי פארשעמט ער קיינמאל נישט קיין אנדערע, האלט זיך נישט פאר א קעניג און גרויסט זיך נישט איבער זיינע חברים. אויב טוט ער עס יא, איז דאס גענוג בזער אנפין אז איך ווייס נישט פון דעם, און איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט זיך באקלאגן אויף אזא זאך. אויך אינדערהיים גרויסט ער זיך נישט איבער אנדערע קינדער. ער קען יא האבן קריטיק, האלטן אז א קליינע צוויי יעריגע שוועסטער (וואס האלט אינמיטן געטרעינט ווערן) דרייט זיך נישט צניעות'דיג אינדערהיים, און פארהאלטן מיר אדער מיין ב"ב אויף דעם, אדער אז איר האר איז צו לאנג... ער קען למשל זאגן פאר א 12 יעריגע ברודער אז צו זיין בר-מצוה דארף ער זיך פארהערן א מסכתא, אבער זיכער נישט בתורת איינטיילן און באלבאטעווען.

2. אין פריוואטן לעבן איז ער א מעביר על מידותיו. ווען מענטשן האבן געטון צו אים זאכן, וואס לדעתי איז עס געווען אומבארעכטיגט וכו', האט ער קיינמאל נישט געשפירט אדער ארויסגעוויזן אז מען האט אים בא'עוול'ט, קיינמאל נישט ארויסגעוויזן באליידיגונג. ער איז אלעמאל געווען צופרידן און גרינג צו מחנך זיין.

3. ער איז שטארק חסידי'ש, דאווענט מיט א ברען (נישט ווי א משוגענער), עוסק אין חסידי'שע ספרים, ארגאניזירט באטעס מיט זיצן אין ישיבה. אין צוגאב האט ער א געשמאקן קול צו זינגען און פארשטייט צו נגינה (ער איז נישט עוסק דערין יומם ולילה),א גרויסער בעל-רגש און מלא געפיל.

4. דאס זעלבע איז אין לימוד התורה, אז ער איז א שטארקער מתמיד, בטל'ט נישט קיין מינוט, זיצט און לערנט. א מצוין אין לערנען (קרעדיט דערויף איז מער זיין התמדה ווי זיינע כשרונות. מיינע אנדערע קינדער זענען שטערקערע קעפ פון אים, ער איז א גוטע בינוני, אבער זיין התמדה בויט אים אויף אלס שטארקער תלמיד-חכם). ער קומט אהיים ערב שבת, טוט וואס ער דארף און לויפט אין ביהמ"ד לערנען עטליכע שעה ביזן דאווענען. דאס זעלבע איז מיטן לאנגן שבת נאכמיטאג. ער איז א בחור א בעל-השגה, וואס לעבט נישט אין די היינטיגע שטותים און נארישקייטן. טראכט העכער און לעבט העכער. שטייט אויף פארטאגס און לויפט לערנען. ער איז אויך א הלכה מענטש, יעדע זאך וועט ער נאכקוקן אין שו"ע. ער האט זיך אויך זיינע שיעורים קבועים אין שו"ע. אין פריוואטן לעבן פראבירט ער מדקדק צו זיין אז אלעס זאל שטימען הלכה'דיג.

5. מיט דעם אלעמען, פירט ער זיך אויף נארמאל. שמועסט נארמאל מיט בחורים, קען לאכן, פארברענגען, זיין א מענטש צווישן מענטשן. בחורים האבן אים זייער שטארק ליב און ער איז שטארק מקובל צווישן אנדערע בחורים.

6. איך קען יא זען אין אים, אז ער קען אראפקוקן אנדערע מענטשן וואס זענען נישט אזוי חשוב ווי אים. ער איז אבער מקפיד אויף לשון-הרע, בארעדט חלילה קיינעם נישט. איך קען זען אין אים איינער וואס שיסט עדעטוט, הגם איך האב נאכנישט געהערט זיך באקלאגן דערויף.

7. דאס וואס ער טוט אינדערהיים און די דוגמאות וואס איך האב געברענגט. איך בין משוכנע אז ער כאפט נישט וואס ער טוט. ווען ער איז מעורר אויף הלכה, וועט ער דאס טון פונקט אזוי ווי עס שטייט אין שלחן-ערוך, "אבא כך כתוב בתורה", אבער ממש אזוי. ס'גייט ביי אים שווארץ אויף ווייס. אויב עס שטייט אין שו"ע אז אזוי מעג מען זאגן, וועט ער דאס אזוי זאגן. דאס קען אויסקומען וועכנטליך בשעת'ן ליינען, בין גברא לגברא, ווען דער שכן מיינער זאגט מיר א ווארט און איך ענטפער אים צוריק, וועט ער מיר זאגן מיטן גאנצן דרך-ארץ, מיטן אבא כך כתוב בתורה, אז מען טאר נישט רעדן אפילו בין גברא לגברא. אפילו אויב איך וועל פארהערן די אנדערע קינדער דעמאלס, וועט ער מיר מסביר זיין אז מען טאר נישט... איך גלויב אז ער כאפט פשוט נישט.

8. אלע וואס גיבן עצות, ווי אזוי צו רעדן מיט אים און קלארשטעלן אז איך בין באלעבאס. איך גלויב אז ער ווייסט דאס, אבער אין זיין שכל טוט ער פונקט ווי עס שטייט אין שו"ע.... אויסער דעם, מ'קען זאגן וואס מען וויל, אבער דער פראבלעם איז למעשה זיין קוק, זיין בליק און התיחסות צו מיר. דאס קענסטו נישט טוישן מיט קיין ווערטער. קענסט אים זאגן אז ער דארף האבן מער דרך-ארץ וכו' וכו'. אבער ס'וועט זיך למעשה נישט קיין סך טוישן, אויב קוקט ער אזוי און האלט אזוי, קען ער זיין שטארק דרך-ארצ'דיג לויט זיין בליק. ער וועט ווייטער קוקן ווי אזוי ער וועט קוקן.

9. ס'איז וויכטיג צו באמערקן, אז ער האט דרך-ארץ אין געוויסע הלכה'דיגע זאכן. ער שטעלט זיך אויף ווען איך קום אריין, גיסט אן מיין בעכער וויין פאר קידוש. ער גייט לויט די בוקס... לויט ווי עס שטייט אין שלחן-ערוך. אבער ווען ער פילט ער דארף זאגן, זאגט ער. אבער ווי געשמועסט די עיקר פראבלעם איז נישט אזוי ווייט מיטן זאגן, ווי מיטן קוקן.

דאס איז אויפן שפיץ גאפל, לויט וויפיל איך געדענק אז מען דארף קלאר מאכן.

נאכאמאל, יישר כח פאר אלע וואס ענטפערן.
בלי עין הרע, אסאך נחת.

במושכל ראשון זעהט מיר אויס ווי היות אין לו אלא ד' אמות של הלכה, ער איז 24 -7 אין א דערהויבענע סביבה, און זיין גאנצע שייכות צו די עולם הזה איז טאקע בלויז שבת אין שטוב, אפשר איז כדאי ער זאל גיין אויף סעודות דא דארט צו א ערליכע זיידע - שוואגער- משפיע וכדומה , בלויז צו זיך עפענען אז טאקע כבוד השו''ע במקומו מונח אבער סדא א וכן עמא דבר אויכעט, זיין טאטע איז נאך אזא שייגעץ אין הלכות הפסק בסעודה ווי זיינע זיידעס אוין מגידי שיעור והשמים לא נפלו

סאיז כדאי אויך צו זיכער מאכן אז סנישטא אנדערע טעכנישע זאכן וואס באדערט עיהם אין די הלוך ילך ביים סעודה, אפשר איז ער פלעין טויט הונגעריג און ספאסט פשוט נישט פאר אזא בעל מדריגה צו זיך אנרופן, אדער פילט ער ווי מקוקט אויף עהם ווי א גאסט פון א אנדערע פלאנעט, אפשר קומט ער גרייט מיט עבודות און הכנות און יעדע מוניט ווארטן קראכט ער, גיבט ער עס ארויס אויף דעם

מיין רבי וואלט לכאורה מייעץ געווען צו עהם גיבן א טעגליכע חברותא א יונגערמאן א גאון, וואס זאל איהם צוביסלעך עפענען צו די וועלט


אסאך נחת
אמעסידטשפארכללישראל
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2022 9:09 pm

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמעסידטשפארכללישראל »

דיין בחור'ל איז א קלאסישע איינסער. פרעג די אניגראם קענערס זיי וועלן דיר גוט מסביר זיין דיין בחור און וועסט שוין אלעס פארשטיין.
אין צום לעצט, וואס איז דיין מעסידטש פאר כלל ישראל?
שפיי נישט אריין אין א ברינעם פון וואס די האסט געטרינקן.
אוועטאר
מאנסי געבוירענער
שר האלף
תגובות: 1616
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 10:12 am
לאקאציע: ספרינג וואלי יצ"ו

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסי געבוירענער »

אמעסידטשפארכללישראל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 15, 2023 6:58 pm
דיין בחור'ל איז א קלאסישע איינסער. פרעג די אניגראם קענערס זיי וועלן דיר גוט מסביר זיין דיין בחור און וועסט שוין אלעס פארשטיין.
דעיס איז אמעסידטשפארכללישראל ;l;p-
געב אכטונג וואס דו טוהסט, ארבעט אביסל מער לאנגסאם!!!
די ארבעט איז נישט פאר מיר, איך בין נישט קיין פעלדמאן!!!!!


מצילי אש ד׳ראקלענד
24hr emergency line
845-426-9111
פעינטער
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 1:49 pm

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעינטער »

א נחת פון א אשכול דאס!
הכל לטובה!!
האסט א פראבלעם
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2023 6:22 pm

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסט א פראבלעם »

פשטות קומט עס פין א געוויסע גראדקייט פארנעמט נישט קיין זאכן אינדרויסן פין ליין אדער אומרעכט. וואס גייט אים אן ווי אויסגעהאלטן א צווייטער איז אין שטיב

נעם אריין זיין מאמע אין בילד זאל אים אויסבעסערען
אין לערנען אין לעבען אז אז נישט אלעס אין לעבען איז פערפעקט ממאכט אימרעכטען אדער נישט אויסגעהאלטן
מדארף קענען לעבען מיט אנדערע וואס טוען זאכען וואס זענען נישט ריכטיג ווילאנג סרירט אים נישט אן
אוועטאר
סבר פנים יפות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 486
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 27, 2021 5:11 pm

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סבר פנים יפות »

האסט א פראבלעם האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 4:44 pm
פשטות קומט עס פין א געוויסע גראדקייט פארנעמט נישט קיין זאכן אינדרויסן פין ליין אדער אומרעכט. וואס גייט אים אן ווי אויסגעהאלטן א צווייטער איז אין שטיב

נעם אריין זיין מאמע אין בילד זאל אים אויסבעסערען
אין לערנען אין לעבען אז אז נישט אלעס אין לעבען איז פערפעקט ממאכט אימרעכטען אדער נישט אויסגעהאלטן
מדארף קענען לעבען מיט אנדערע וואס טוען זאכען וואס זענען נישט ריכטיג ווילאנג סרירט אים נישט אן
אודאי איז פינטליכקייט א שווערע מידה ביי אסאך, און מען דארף ארבעטן א גאנץ לעבן, פינקט וואו יעדע מידה.

פון די אנדערע זייט אבער קען מען זיין גאר פינטקליך אבער נאכאלס האבן שטארק דרך ארץ פארן "טאטן", דא זעהט אויס א אנדערע פראבלעים.
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

צ/ק
יעדע בחור גייט דורך דיע יארן וואס מ'האלט אינמיטן ווערן גרויס... און ביי יעדעם קלאפט עס אויס ערגעץ אנדערש. טעיק איט איזי ס'וועט דורכגיין.
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14572
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

@חסדי אבות וואס איז געבליבן?
חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1171
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

אה, א גוטע שאלה.

עטליכע מאל אריינגעקומען דא, און געוואלט שרייבן, אבער איך האב עס נישט געטון.

איך ווייס נישט פארוואס, אבער עס האט זיך געגעבן א פלוצלינגדיגער רוק לטובה. שוין דעם ערשטן שבת נאך וואס איך האב געשריבן דא, ווען ער איז אהיימגעקומען, איז ער געווען אינגאנצן אנדערש.

איך בין זיכער אז איינער האט גערעדט מיט אים דערוועגן. לכאורה איז דא איינער אויפן וועלטל, וואס האט געכאפט ווער איך בין און האט געזען אז איינער זאל רעדן מיט אים. קיין אנדערע הסבר האב איך נישט.

פארט, פון צייט צו צייט, שטעלט זיך ארויס עטוואס פראבלעמען. פאריגע וואך מוצאי שבת, איז געווען אפן די מקווה וואו מען האט געמאכט די טהרה פון הרה"ק מרחמיסטרייוקע, עס האט געקאסט צען דאלער אריינצוגיין. איך בין געגאנגען און דערנאך גערעדט צו אים טעלעפאניש, האב איך אים געזאגט איבער די געלעגנהייט און אז ער זאל אריבערקומען... פרעגט ער מיר צי ס'איז געווען אן ענין דערביי... האב איך אים געזאגט אז אזוי האט מען זיך נוהג געווען, אזוי איז געווען נאכן פטירה פון סאטמאר רב, בעלזער רב ועוד צדיקי הדור. פרעגט ער מיר צי ס'ווערט געברענגט עפעס אן ענין, אדער ס'איז סתם א שוואנצנות ענין פון חסידים... האב איך אים געפרעגט, כ'מיין, וואס קען שאטן, וואס האט ער מורא? - זאגט ער מיר, אז כ"ק מרן הגה"ק אדמו"ר זצוקללה"ה/שליט"א (פון אונזער חסידות - הא עווער איט איז...) האט נישט געהאלטן פון גיין מער פון איין מאל א טאג אין מקוה...

האב איך אים געזאגט, אז לדעתי, דיין נישט גיין יעצט צוליב די דאזיגע סיבה פונעם רבי'ן, איז אסאך מער א שוואנצנות ענין, ווי דאס יא גיין - אין פאל אז עס האט טאקע נישט קיין מקור.

למעשה האט ער נישט געוואלט גיין און ער איז נישט געגאנגען.

דער סיפור האט מיר וויי-געטון, ווייל איך מיין אז עס קומט נישט אזוי דער יחס פון א טאטע צו א זוהן. א זוהן וואלט געדארפט שפירן אז דער טאטע האלט עס פאר א חשיבות, און ער וואלט יא געדארפט גיין.

אבער בכלליות, האט זיך דער ענין שטארק פארבעסערט, לבלתי הכיר. איך בין משוכנע אז איינער האט געדארפט רעדן צו אים דערוועגן.
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2330
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

חסדי אבות האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 28, 2023 3:01 pm
אז כ"ק מרן הגה"ק אדמו"ר זצוקללה"ה/שליט"א (פון אונזער חסידות - הא עווער איט איז...) האט נישט געהאלטן פון גיין מער פון איין מאל א טאג אין מקוה...
באקאנט בשם דעם אהבת ישראל זי"ע]


אבער פארוואדזשע איז עס אייך אזוי געגאנגען אין לעבן?? פארשטייעך נישט...., וויל ער נישט איז נישט...
מען מוז זיך נישט אויף יעדע זאך עקשן'ענען
לעצט פארראכטן דורך אביונה אום מאנטאג אוגוסט 28, 2023 5:31 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”