נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40137
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 03, 2022 12:20 pm
נאך די 2020 למספרם צענזוס וועלכע האט באריכטעט אז ארום 27% פון די אלאבאמא באפעלקערונג זענען אפריקאנע אמעריקאנע האט די סטעיט אויסגעשניטן זייערע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט מאפע מיט בלויז איין דיסטריקט מיט אן אפריקאנע אמעריקאנע מאיאריטעט

א גרופע וויילער האט ארינגעטראגן אן אנקלאגע אקעגן די סטעיט פארן אויסשניידן אן אפריקאנע אמעריקאנע רצועה וועלכע לויפט אריבער רורעל געגנטער און אהין אריינגעשטופט אזויפיל אפריקאנע אמעריקאנע אז זיי באטרעפן 60% פון די דיסטריקט און די צייט וואס זייער פרעזענטאציע אין אנדערע דיסטריקטן לענגאויס די סטעיט פארבלייבט ווינציגער ווי 31%

פארלאפענע יונואר למספרם האט א דריי ריכטער פאנעל (וועלכע האט איינגעלשאסן 2 טראמפ נאמינירטע ריכטער) געגעבן רעכט פאר די קלעגער וועלכע פארלאנגען אז כאטש צוויי דיסטריקטן זאלן האבן אפריקאנע אמעריקאנע מאיאריטעטן שרייבנדיג אז דאס שאפן בלויז איין אפריקאנע אמעריקאנע דיסטריקט פארלעצט סעקשאן 2 פון די וואוטינג רייטס אקט וועלכע פארבאט וואל פראקטיצירונג וועלכע ווארפט אפ אדער באגרעניצט די רעכט צו שטימען באזירט אויף ראסע

די סטעיט האט דאן געפיילט אן עמורזשענסי אפעלאט אין סופרים קאורט פאר א סטעי וועלכע די געריכט האט נאכגעגעבן מיט 3-6 וואס דאס האט געמיינט אז אויף איצטיגן וואל סעזאן איז די רעפובליקאנע מאפע געבליבן אין פלאץ און די ריכטער האבן באשטימט אויסצוהערן די ארגומענטן צו קענען באשליסן אויב די מאפע קען אויך פארבלייבן פאר די קומענדיגע יארן

די ארגומענט פון די סטעיט איז אז סעקשאן 2 פארבאט צו באגרעניצן די רעכט פון שטימען באזירט אויף ראסע אבער דערמאנט נישט קיין ווארט אז סטעיט'ס דארפן נעמען אין רעכענונג דעמאגראפישע קאלקולאציעס איבער מאיאריטעטן און מינאריטעטן ווען עס קומט צו שניידן דיסטריקטן און זיי ווייזן אן אז אויב זאל די סירקוט קאורט פאנעל זיין גערעכט באדייט עס גאר אז די סטעיט וועט דארפן פארלעצן די 14 און 15'טע אמענדמענט מיט נוצן א ראסע באזירטע צוגאנג ביים סארטירן וויילער באזירט אויף ראסע

זיי טענה'ן אז די סטעיט פארלעצט נישט סעקשאן 2 אזוילאנג ווי זיי האלטן זיך ראסע נייטראל ביים שרייבן מאפעס און די פאליטישע פראצעדור איז אפן פאר אלע צוגלייך און זייער איצטיגע מאפע האט געזוכט הויפטזעכטליך זיך צו האלטן וואס מער צו די מאפע פון די פריערדיגע יאר צענדליג

מארגן דינסטאג וועט די סופרים קאורט אויסהערן די מונדליכע ארגומענטן אין די קעיס
די סופרים קאורט האט נארוואס געאורטיילט מיט 4-5 אקעגן די אלאבאמא רעדיסטריקטינג מאפע און זיי פארארדנט איבערצושרייבן די מאפע

ריכטער ראבערטס האט געשריבן די מאיאריטעט אורטייל און דערין אנגעשלאסן ריכטער קעווענאו סאטאמאיאר, קעיגען און דזשעקסאן

ריכטער טאמאס האט געשריבן די מינאריטעט שטעלונג און דערין אנגעשלאסן ריכטער גארסוטש, אליטא און בערעט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40137
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 2:00 pm
ריכטער טאמאס בעהט פאר מער צייט צו קענען פיילן זיין יערליכע פינאנציעלע דיסקלאוזשער
אליטא פיילט אויך פאר א פארלענגערונג
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40137
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 10:47 am
הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 2:00 pm
ריכטער טאמאס בעהט פאר מער צייט צו קענען פיילן זיין יערליכע פינאנציעלע דיסקלאוזשער
אליטא פיילט אויך פאר א פארלענגערונג
אין דזשעקסאן'ס פיילינג זעהט מען א געדאנק פון וויינפרי וועלכע האט איר געשיקט א 1200 דאלערדיגע בלומען קראנץ צו קאנגראטולירן ביים ווערן באשטעטיגט צום באנק
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40137
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2023 1:37 pm
ראבערטא מעטא האט אריינגעטראגן א לאוסוט אין פעדעראלע דיסטריקט געריכט אין מאנהעטען אקעגן א לופטליניע נאך וואס א וועגעלע וועלכע די פליה מאנשאפט נוצט אויסצוטיילן די מאלצייטן האט אריינגעקלאפט אין זיין קניה אויפן וועג פון על סאלוואדאר צו די קענעדי לופטפעלד אין ניו יארק צוריק אין אוגסוט 27 2019 למספרם

די לופטליניע האט אריינגעטראגן א מאושען אז מען זאל ארויסווארפן די קעיס צוליב וואס די סטעטשו אוו לימיטעישאנס איז שוין אפגעלאפן אבער מעטא'ס אדוואקאט סטיווען שווארץ האט עס אפגענטפערט מיט א לענגערע רעאקציע ציטירנדיג פון מערערע פרעצעדענט קעיסעס אין וועלכע די געריכטן האבן ערלויבט אזעלכע קעיסעס פאראויסצוגיין

די אדוואקאטן פאר די לופטליניע האבן געשריבן צום ריכטער אז זיי האבן געוואלט מעיין זיין אין יענע קעיסעס אבער נישט געקענט סיי וועלכע אינפארמאציע דערוועגן

דער ריכטער האט פארלאנגט פון שווארץ צוצושטעלן קאפיס פון די ספעציפישע אורטיילן צו וועלכע ער האט זיך באצויגן און יענער האט צוגעשיקט קאפיס פון אכט קעיסעס מיט גענויע אינפארמאציע וועלכע האט אריינגענומען דאקעט נומערן, דאטומען און נעמען פון ריכטער

די לופטליניע אדוואקאטן האבן פרובירט עס נאכצוזוכן אבער ווי מאדנע עס הערט זיך האבן זיי נישט באוויזן צו געפונען סיי וועלכע שפור איבער די אנגעגעבענע קעיסעס

ווען דער ריכטער האט זיך ווידער געוואנדן צו שווארץ האט ער נאך א וויילע רעאגירט צום געריכט אויסדרוקנדיג טיפע אנטשולדיגונג איבער ד שרעקליכע גרייז וועלכע איז נישט נישט געווען בייזוויליג ערקלערנדיג אז ביים רעאגירן אויף די פארלאנג ארויסצואווארפן די קעיס האט ער צום ערשטן מאהל אין זיין קאריערע באשלאסן זיך צו באנוצן מיט AI וועלכע האט אים צוגעשטעלט די אלע פיקטיווע אינפארמאציע און ער האט עס אפגעקויפט אלס וואר און עס אומווילנדיג געפיטערט צום געריכט

ריכטער קעווין קעסטעל זאגט אז דאס איז א פרעצעדענטלאזע ערשיינונג און האט באשטימט א פארהער אויף יוני 8 למספרם צו דיסקוסירן אויב מען זאל ארויפשטעלן סאנקציעס און שטראפן אויף שווארץ אדער זיך רעכענען מיט זיין טענה אז ער האט עס געטוהן אומווילנדיג
היינט איז פארגעקומען די פארהער און דער ריכטער האט נאכנישט ארויסגעגעבן זיין אורטייל אבער היבש געטאדלט שווארץ איבער די שלאבערישע רעאקציע צו די געריכט פארלאנג פאר אן ערקלערונג פארוואס מען זאל אים נישט סאנקציאנירן

ריכטער קעסטעל גייט ארויסגעבן א געשריבענע באשלוס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40137
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

צוריק אין 2013 למספרם האט קעווין יאנגער אריינגעטראגן אן אנקלאגע אקעגן טורמע ליוטענאנט ניעל דופרי נאך וואס יענער האט פארארדנט פאר וועכטער אים צו פיזיש אטאקירן סערווירנדיג אין א סטעיט טורמע אין מערילענד

די וועכטער האבן אים שווער יאנגער וועלכע איז געזיצן דארט ווארטנדיג אויף זיין פראצעס צושלאגן האקנדיג זיין קאפ אין אן שטיינערנע בית הכבוד איבערלאזנדיג באוואוסטלאז און ערנסט צובלוטיגט מיט פערמענאנטע שאנדס צו זיין געזיכט, האנט, פיס און אנדערע נאך

די דריי וועכטער זענען געפונען געווארן שולדיג אבער יאנגער האט געפיילט א באזונדערע פעדעראלע ציווילע לאוסוט פארן פארלעצן זיינע קאנסטיטוציאנאלע רעכטן מיטן נוצן איבערגעטריבענע מאכט

דופרי האט גע'טענה'ט אז די קעיס קען נישט פאראויסגיין צוליב וואס יאנגער האט נאכנישט אויספרובירט בעפאר אלע אלטערנאטיווע פארזוכן אריינגערעכנט אן אינערליכע באקלאגעניש צו די טורמע פארוואלטונג ווי פארלאנגט אין די טורמע באקלאגעניש רעפארם אקט וואס קאנגרעס האט באשטעטיגט צוריק אין 1995 למספרם

דופרי האט אריינגעטראגן זיין מאושען פאר סאמערי דזשאדזשמענט וואס באדייט אז א ריכטער קען אורטיילן אויף די אייגענע האנט איבער א קעיס אויב די אורטייל איז באזירט אויף פאקטן איבער וועלכע זענען קלאר און אומצוויידיטיג

דופרי האט פארלאנגט אז דער ריכטער זאל אורטיילן אין זיי שטיצע צוליב וואס אלע זענען איינשטימיג אז יאנגער האט געזאלט צו ערשט אויספרובירן די אנדערע מיטלען

דיסטריקט ריכטער ריטשארד בענעט (נאמינירט דורך פרעידענט בוש דער צווייטער) האט אפגעווארפן דופרי'ס ארגומענט שרייבנדיג אז יאנגער האט עס נישט געקענט טוהן צוליב א פאליסי וואס ערלויבט נישט קיין ארעסטאנטן צו פיילן אזעלכע באקלאגענישן דורכאויס א פענדינג אינערליכע אויספארשונג איבער די אטאקע

יאנגער האט נישט געקענט אפעלירן די באשלוס פונעם ריכטער ביי יענע שטאפל פונעם קעיס צוליב וואס די פארטיי וואס פארלירט א פארלאנג אז א ריכטער זאל זעלבסט אורטיילן קען עס נישט אפעלירן איידער די פולע (דזשורי) פראצעס איז פארטיג מיטן פראצעס

די קעיס איז געגאנגען צו א פראצעס און די דזשורי האט באלוינט יאנגער מיט 700 טויזנט דאלער

רול 60 פון די פעדעראלע רולס פאר ציווילע פראצעדור ערלויבט פאר די פארלירער אין א פראצעס צו פיילן פאר א מאושען אין געוויסע פעלער אינעם זעלבן געריכט וואו מען האט פארלוירן און אויפברענגן געוויסע סארט טענות פארוואס די אורטייל איז נישט אויסגעהאלטן און דארף ווערן ארויסגעווארפן

איינע פון די סארט זאכן וואס רול 60 ערלויבט צו פארלאנגען אז א קעיס זאל ווערן איבערגעהערט דורך די זעלבע ריכטער איז טאקע סאמערי דזשאדזשמענט אורטיילן וואס ריכטער גיבן ארויס נאך איידער די פראצעס הויבט זיך אן

די דיסטריקט געריכט מוזן נישט אקצעפטירן אזעלכע מאושען'ס אבער פארלירער קענען/דארפן כאטש פרובירן אויפצוברענגן צום ביישפיל פרישע באווייזן וואס זענען ארויפגעשווימען צום אויבערפלאך אין לויף פונעם פראצעס און טענה'ן צום ריכטער אז ווען ער וואטל געזעהן די פולע בילד נאך איידער די פראצעס האט זיך אנגעהיבן וואטל ער מעגליך נאכגעגעבן די סאמערי דזשאדזשמענט פארלאנג ארויסצואווארפן די קלאגע נאך איידער די אנהויב פונעם פראצעס

אויב א ריכטער ווארפט ארויס די מאושען איבערצוהערן די טענה אדער הערט עס אויס אבער אורטיילט ווידער דערקעגן דאן קען דער פארלירער זיך ווייטער ווענדן צום קרייז געריכט צו אפעלירן די קעיס אלס א געווענליכע אפעלאט

די אויפטוה פון רול 60 איז אז וויבאלד די דיסטריקט ריכטער איז די מערסטע באהאוונט מיט די קעיס קען עס דינען אין יעדן'ס אינטערעסע אז אויב איז טאקע פארהאן עפעס ערנסט גרונדן פארוואס צו טוישן די אורטייל זאל עס פאסירן אויף א שנעלערע פארנעם אינעם דיסטריקט געריכט ווי איידער פארשלעפן די קעיס אין די געהעריגע אפעלאט פראצעדור ווען די קרייז ריכטער דארפן אנהויבן אריינקוקן אין די קעיס פון אנהויב

לויט די פערטע קרייז געריכט מוז א פארלירער פיילן אזא סארט מאושען (מען קען עס בלויז פיילן אין די ערשטע יאר נאכן פראצעס אויסגאנג) איידער יענער קען עס אפעלירן צום קרייז געריכט

די פערטע קרייז געריכט פרעצעדענט לויטעט אז נישט בלויז אויב די סאמערי זשאדזשמענט אישו איז געווען איבער א פראגע איבער פאקטן צו וועלכע עס זענען צוגעקומען נייע אויפדעקונגען און באווייזן אין לויף פונעם פראצעס נאר אויך אויב עס איז א טרוקענע לעגאלע אישו ווי צום ביישפיל דאס וואס דופרי אין די קעיס האט גע'טענה'ט אז יאנגער האט געזאלט לויט די געזעץ אויספרובירן אלע אלטערנאטיווע מיטלען דארף דער קלעגער-אין אונזער פאל דופרי- צו ערשט פרובירן פארלאנגען אז דער דיסטריקט געריכט זאל איבערהערן זיין סאמערי דזשאדזשמענט טענה איידער ער קען נוצן די טענה אלס אן אפעלאט אין סירקוט קאורט

דופרי וואלט געקענט גראד אפעלירן די אורטייל פונעם דזשורי צום קרייז געריכט אבער ער האט נישט געהאט קיינע טענות אויף זייער אורטייל און זיין איינציגסטע טענה איז געווען די אויבנדערמאנטע טענה אז יאנגער האט פריצייטיג זיך געוואנדן צום פעדעראלן געריכט און וויבאלד אט די טענה איז נישט געווען עפעס וואס די דזשורי האט אויסגעהערט (וויבאלד דער ריכטער האט עס אפגעווארפן אין די סאמערי דזשאדזשמענט שטאפל) איז די פרעצעדענט פונעם פערטן קרייז געריכט אז דופרי וואלט געמוזט פארלאנגען פונעם ריכטער עס איבערצוהערן נאכן פראצעס איידער ער ברענגט די אפעלאט איבער דעם צו זיי

א רייע אנדערע קרייז געריכטן האלטן אז בלויז אין פעלער וואס די סאמערי דזשאדזשמענט טענה איז עפעס וואס באקומט צו פרישע באווייזן אין לויף פונעם פראצעס איז גילטיג די פארלאנג אז מען מוז פרובירן א מאושען נאכן פראצעס איבערצודרייען די באשלוס פונעם ריכטער פון איידער די פראצעס ווייל דאן קען זיין אז דער ריכטער וועט זיך רעכענען מיט די פרישע באווייזן און עס איז דא די בענעפיט פון איינשפארן פארן קרייז געריכט אנצוהויבן די קעיס פונדאסניי

ווידעראום אויב די סאמערי דזשאדזשמענט פארלאנג איז געווען איבער אן איינפאכע לעגאלע פראגע און דער ריכטער האט עס אפגעווארפן און עס וואקסט נישט צו גארנישט ניי צו די פראגע אין לויף פון די פראצעס איז נישט דא קיין אויפטוה מיטן פארלאנגען עס מען זאל עס אפעלירן צום זעלבן ריכטער זינט האט נישט צובאקומען עפעס וואס זאל אים באוועגן צו טוישן זיין מיינונג אויף די פראגע און דעריבער קען מען יא גראד גיין צום אפעלאט געריכט

אין אונזער פאל האט דופרי אפעלירט די סאמערי דזשאדזשמענט אורטייל פונעם ריכטער צו די פערטע פעדעראלע קרייז געריכט זאגנדיג אז די אנגייענדע אויספארשונג האט נישט צוריקגעהאלטן יאנגער פון כאטש קענען פיילן א באקלאגעניש ביי די טורמע פארוואלטונג

די פערטע קרייז געריכט האט אבער אפגעווארפן זיין טענה שרייבנדיג אז באזירט אויף איר סירקוט פרעצעדענט מוז זי אורטיילן אז יעדע סארט סאמערי דזשאדזשמענט מוז מען צו ערשט אויספרובירן צו אפעלירן אין דיסטריקט געריכט או אויב היפט מען איבער די אפציע פארלירט מען די רעכט עס צו קענען אפעלירן אין קרייז געריכט

די סופרים קאורט האט אויסגעהערט די קעיס און ריכטערין בערעט האט איצינד געאורטיילט פארן אן איינשטימיגן באנק אין שטיצע פון דופרי אז אויב די סאמערי דזשאדזשמענט מאושען איז טאקע געווען בלויז איבער א טרוקענע לעגאלע אנגעלעגנהייט מוזן פארלירער ניט קאפי פעיסטן זייער מאןשען צום דיסטריקט געריכט און קענען יא גראד גיין צום אפעלאט געריכט

די פראגע אויב די מאושען אין אט די קעיס איז טאקע געווען אן איינפאכע לעגאלע טענה איבער א טרוקענע פאקט האט די געריכט צוריקגעשיקט צום פערטן קרייז געריכט צו באשליסן

אויב זיי באשליסן אז עס פאלט אריין אין אזא קאטעגאריע וועלן זיי עס דארפן איבערהערן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40137
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א סטעיט טרופער אין מינעסאטע האט באזוכט ביי א קאר דילערשיפ און זיין שמעק הונט האט געביסן איינע פון די איינגעשטעלטע און איר איבערגעלאז מיט פערמענאנטע שאדנס

די סטעיט האט גע'טענה'ט אז אונטער די סטעיט זעלבסטשטענדיגקייט קען מען נישט קלאגן די סטעיט אין אזעלכע פעלער אבער די געביסענע האט גע'טענה'ט אז א געזעץ וועלכע די לעגיסלאטור האט באשטעטיגט צו ווארפן פאראנטווארטליכקייט אויף אומפראוויצירטע הינט ביסן אויף די אייגנטומער טוט אויטאמאטיש אוועקנעמען די אזא זעלבסטשטענדיגקייט רעכט פון די סטעיט

א סטעיט ריכטער האט געגעבן רעכט פאר די פרוי אבער אצינד האט די אפעלאט געריכט ארויסגעווארפן די אורטייל שרייבנדיג אז מיט דעם וואס די סטעיט האט געווארפן די פאראנטווארטליכקייט אויפן "אייגנטומער" האבן זיי געקענט מיינען די אפיציר אבער אויך געקענט מיינען די סטעיט און דעריבער איז די געזץ נישט גענוג דירעקט אין אוועקנעמען די זעלבסטשטענדיגקייט רעכט פון די סטעיט (און אויב די סטעיט איז די אייגנטומער קען מען זיי נישט קלאגן אפילו אויב זיי זענען פאראנטווארטליך צוליב די זעלבסטשטענדיגקייט געזעץ)
אוועטאר
תולה ארץ
פורים רב תשפ"ד
תגובות: 2258
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 14, 2022 1:11 pm
לאקאציע: ווי נישט?

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תולה ארץ »

כ'האב נישט געטראפן א פאסיגע אשכול פאר די נייעס לייג איך עס דא, אויב איינער קען צוצייגען די פאסיגע אשכול וואלט עס געווען אפרישיעיטעט:

די סטארבאקס קאווע קייט-געשעפעט נעץ, איז געצווינגען געווארן דורך א דזשורי אין די ליבעראלע ניו דזשערסי צו באצאלן 25.6 מיליאן דאלאר פאר אן ארבעטער וואס איז געווארן אויפגעזאגט צוליב אפענע ראסיזם.



זי איז אויפזאגט געווארן פארן זיין........ ווייס!
דזשאסט Zיי פריילעך!
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

תולה ארץ האט געשריבן: מיטוואך יוני 14, 2023 11:46 am
כ'האב נישט געטראפן א פאסיגע אשכול פאר די נייעס לייג איך עס דא, אויב איינער קען צוצייגען די פאסיגע אשכול וואלט עס געווען אפרישיעיטעט:

די סטארבאקס קאווע קייט-געשעפעט נעץ, איז געצווינגען געווארן דורך א דזשורי אין די ליבעראלע ניו דזשערסי צו באצאלן 25.6 מיליאן דאלאר פאר אן ארבעטער וואס איז געווארן אויפגעזאגט צוליב אפענע ראסיזם.



זי איז אויפזאגט געווארן פארן זיין........ ווייס!

איך האב שטארק הנאה פון דעים פסק, עם עקש תתפתל...
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4246
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

פארדינט האט געשריבן: מיטוואך יוני 14, 2023 11:49 am
תולה ארץ האט געשריבן: מיטוואך יוני 14, 2023 11:46 am
כ'האב נישט געטראפן א פאסיגע אשכול פאר די נייעס לייג איך עס דא, אויב איינער קען צוצייגען די פאסיגע אשכול וואלט עס געווען אפרישיעיטעט:

די סטארבאקס קאווע קייט-געשעפעט נעץ, איז געצווינגען געווארן דורך א דזשורי אין די ליבעראלע ניו דזשערסי צו באצאלן 25.6 מיליאן דאלאר פאר אן ארבעטער וואס איז געווארן אויפגעזאגט צוליב אפענע ראסיזם.



זי איז אויפזאגט געווארן פארן זיין........ ווייס!

איך האב שטארק הנאה פון דעים פסק, עם עקש תתפתל...
וואס הייסט?
וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט

(וויוועק ראמאסוואמי)
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

גראז האט געשריבן: מיטוואך יוני 14, 2023 12:36 pm
פארדינט האט געשריבן: מיטוואך יוני 14, 2023 11:49 am
תולה ארץ האט געשריבן: מיטוואך יוני 14, 2023 11:46 am
כ'האב נישט געטראפן א פאסיגע אשכול פאר די נייעס לייג איך עס דא, אויב איינער קען צוצייגען די פאסיגע אשכול וואלט עס געווען אפרישיעיטעט:

די סטארבאקס קאווע קייט-געשעפעט נעץ, איז געצווינגען געווארן דורך א דזשורי אין די ליבעראלע ניו דזשערסי צו באצאלן 25.6 מיליאן דאלאר פאר אן ארבעטער וואס איז געווארן אויפגעזאגט צוליב אפענע ראסיזם.



זי איז אויפזאגט געווארן פארן זיין........ ווייס!

איך האב שטארק הנאה פון דעים פסק, עם עקש תתפתל...
וואס הייסט?
האסט שוין געהערט פון "affirmative action"?

יעצט קען די ראסע קארטל גיין ביידע וועגן...
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40137
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 21, 2022 11:28 am
אין רעאקציע צו א פארזוך פון די רעגירונג צו אסימילירן די אינדיאנא אמעריקאנע שבטים מיט די דרויסנדיגע ציוויליזאציע און זיי סיסטעמאטיש אפטיילן קינדער פון זייערע עלטערן און זיי צו ערשט פלאצירן אין דערנעבנדיגע שולעס און שפעטער צו דרויסנדיגע פאמיליעס אנגעבליך מיט די טענה אז זיי ווערן פארנאכלעסיגט און נישט גוט באהאנדלט האט קאנגרעס אין 1978 למספרם גענומען שריט צו אדרעסירן א וויי געשריי פון די שבטים און באשטעטיגט די "אינדיאנא קינדער וועלפעיר אקט"

אונטער די געזעץ וועלן אינדיאנע אמעריקאנע קינדער וועלכע קענען נישט פארבלייבן אויף די שויס פון זייערע עלטערן צוליב וואס זייערע עלטערן פירן נישט קיין פונקציאנירנדע פאמיליע אוון קענען זיך נישט אפגעבן מיט די קינדער זאלן אנדערע פאמיליע מיטגלידער און/אדער יתומים אנטשטאלטן אינערהאלב די אינדיאנע אמעריקאנע געמיינדע ווערן בעפארצוגט אויפצוציען די קינדער

לויט יענע געזעץ וועלן שבטים געפירטע געריכט האבן די אויסשליסליכע יוריסדיקציע איבער קינדער וועמען'ס פאמיליע וואוינען אויף לאנד וואס באלאנגט צו די שבטים אבער קינדער פון שבטים פאמיליעס וועלכע וואוינען נישט אויף שבטים לאנד וועלן די פראצעדורן ווערן באהאנדלט דורך סטעיט געריכטן

אין 2012 למספרם האט סופרים קאורט ריכטער סקאליא באצייכנט א קעיס איבער א געפעכט איבער א דעטאל פונעם געזעץ אלץ די סאמע שווערסטע קעיס וועלכע ער האט סיי ווען באהאנדלט אבער דאסמאהל טוט די סופרים קאורט באהאנדלען די קאנסטיטוציאנאליטעט פונעם עצם געזעץ

אונזער קעיס איז אייגנטליך א בינטל פון 3 באזונדערע קעיסעס וועלכע די געריכט צוזאמגעשמאלצן אויסצוהערן צוזאמען

טעקסאס לואיזיאנא און אינדיאנא אינאיינעם מיט פארפעלקער וועלכע זוכן צו אדאפטירן קינדער און אזוי אויך א מאמע וועלכע האט געוואלט אז איר קינד זאל גיין צו א פאמיליע וועלכע איז נישט קיין אינדיאנע אמעריקאנע האבן אריינגעטראגן אן אנקלאגע אקעגן די געזעץ מיט די טענה אז עס איז אומקאנסטיטוציאנאל

די ערשטע קעיס האנדלט זיך פון א קינד וועלכע איז געבוירן צו א מוטער וועלכע איז געווען צוגעבונדן צו געווירצן און נאך וואס א געריכט האט אוועקגענומען אירע רעכטן צו האלטן דאס קינד האט מען עס פרובירט צו פלאצירן ביי א צווייטע פאמיליע אינערהאלב די שבט אבער נאך וואס די פארזוך איז געווען אומסוקסעספול האבן טשאד און דזשעניפער ברעקין אדאפטירט דאס קינד

די ברעקין'ס האט דאן פרובירט צו אדאפטירן אויך א שוועסטער פון זייער פריש אדאפטירטע אינגעלע אבער די ארגינעלע פאמיליע האט עס בלאקירט און דערקלערט אז אונטער די 1978 למספרם געזעץ פארמאגן זיי די ערשטע רעכטן אריינצונעמען דאס מיידל אונטער זייערע פליגלען

די ברעקין'ס האבן זיך געוואנדן צום טעקסאס סטעיט געריכט און גע'טענה'ט אז זיי פארמאגן מער געלט אויסצוהאלטן דאס קינד ווי די פאמיליע מיטגלידער אינערהאלב די אינדיאנא אמעריקאנע שבט און עס וועט זיין אין די בעסטע אינטערעסן פונעם קינד צו וואוינען ביי זיי

ריכטער אלעקס קים האט געאורטיילט אז דאס קינד זאל גיין צו די ברעקין'ס אבער אז די ארגינעלע פאמיליע זאל באקומען רעכטן צו באזוכן

ביידע זייטן זענען געווען אומצופרידן פון טיילן פון די אורטייל און עס געזוכט צו אפעלירן אבער עווענטועל האבן זיי זיך פארגליכן און באשלאסן זיך ארויסצוציען פון א סטעיט אפעלאט פארזוך

און אקטאבער 2017 למספרם האבן די ברעקין'ס זיך געוואנדן צום פעדעראלן דיסטריקט געריכט און ריכטער ריעד א'קאנאר (נאמינירט דורך פרעזידענט בוש דער צווייטער)

טעקסאס האט גענומען די זייט פון די ברעקין'ס און גע'טענה'ט אז די אינדיאנא שבטים זענען נאך לאנגע יארן פון פארשפרעכונגען נישט נאכגעקומען די ציהלן פון פארשטארקן די סטאביליטעט און זיכערהייט צווישן אירע רייען און דעריבער טוט די געזעץ וועלכע בעפארצוגט אדאפציעס צו
פארבלייבן אינערליך צווישן די געמיינדע פארשטעלן א גרעסערע געפאר פאר פייניגונג און פארנאכלעסיגונג פאר קינדער וועלכע ווערן אדאפטירט אינערהאלב די שבטים פאמיליעס ווי איידער זיי פלאצירן ביי דרויסנדיגע

די דיסטריקט געריכט האט געאורטיילט אין שטיצע פון די קלעגער און גע'פסל'ט טיילן פונעם געזעץ אבער א פאנעל אויפן פיפטע קרייז געריכט האט צוריקגעשטעלט די געזעץ אין פלאץ

די קלעגער האבן פארלאנגט אז די פולע באנק זאל עס איבערהערן און א געשפאלטענע געריכט האט צוריקגעשטעלט בלויז טיילן דערפון

נאכפאלגנדיג יענע אורטייל זענען אלע זייטן ארויס אומצופרידן און פיר באזונדערע פעטיציעס זענען אנגעקומען צום סופרים קאורט מיט א ביטע אז זיי זאלן באהאנדלען די קעיסעס

איינס איז געווען פון די ביידען אדמיניסטראציע (אין שטיצע פון די שבטים), א צווייטע פון די פארפעלקער וועלכע האבן געזוכט אדאפציע, א דריטע פון טעקסאס (אין שטיצע פון די פארפעלקער) און א פערטע פון די שבטים גרופעס וועלכע זוכן צו באקעמפן די דרויסנדיגע אדאפציעס

די ארגומענטן אקעגן די געזעץ זענען אז לויט די קאנסטיטוציע זענען עס די סטעיטס וועלכע האבן אלעמאהל פארמאגט די מאכט צו רעגולירן אדאפציע פראצעדורן און נישט קאנגרעס און ווען די קאנסטיטוציע האט געשאנקן פאר קאנגרעס די רעכט צו רעגולירן האנדל מיט אינדיאנא שבטים דערמאנט עס נישט קיין ווארט איבער אדאפציע פראצעדורן און ווי די קלעגער טענה'ן זענען קינדער און פאמיליעס ווועלכע זוכן זיי צו אדאפטירן נישט קיין ארטיקלען אדער אינסטרומענטן פון האנדל און קאמערץ

די ביידען אדמיניסטראציע און די שבטים מאכט די קאנטער ארגומענט שרייבנדיג אז די אינדיאנע אמעריקאנע קינדער זענען אלעמאהל געווען אן אנגעלעגנהייט צווישן די פעדעראלע רעגירונג און די שבטים און אז די קאנסטיטוציע גיבט פאר קאנגרעס די מאכט צו רעגולירן אינדיאנע אמעריקאנע אנגעלעגנהייטן אין אלגעמיין אלץ טייל פון די לאנגיעריגע פליכט וואס די פעדעראלע רעגירונג האט צו באשוצן די געמיינדעס

זיי ווייזן אן אז די מאכט פון קאנגרעס צו רעגולירן האנדל מיט די שבטים איז קיינמאהל נישט געווען באגרעניצט צו בלויז קויפן, פארקויפן און טראנספארטירן חפצים נאר ענדערש צו רעגולירן אלע סארט אנגעלעגנהייטן צווישן די שבטים און דרויסנדיגע

די צווייטע פראגע אין די געפעכט איז אויב די קאנגרעס געזעץ פארלעצט די פארזיכערונג צוצשטעלן גלייכע באשיצונג וועלכע טוט געווענליך פארבאטן די רעגירונג צו דיסקרימינירן אקעגן מענטשן באזירט אויף ראסע, גענדער אדער עטנישע אפשטאם

די ביידען אדמיניסטראציע און די שבטים טענה'ן אז די געזעץ וועלכע בעפארצוגט אינערליכע שבטים אדאפציעס טוט מאכן אויסנאמען פאר אזעלכע וועלכע זענען מיטגלידער אין א שבט אדער זענען כאטש נאנט פארבונדן צו די שבט און זענען קלאר פאליטיש און נישט ראסע באזירט און דעריבער דארף אזא געזעץ בלויז קענען איבערלעבן א לייכטערע קאנסטיטוציאנאלע טעסט וואס איז א פראגע אויב די געזעץ שטימט און איז אין איינקלאנג מיט די אלגעמיינע פעדעראלע רעגירונג פליכט צו באשוצן די געמיינדעס און די געזעץ טוט ביישטיין אט די טעסט ווייל די געזעץ טוט אויף אז מען זאל נישט אפרייסן די קינדער פון זייערע פאמיליעס און געמיינדעס ווען עס איז נישט נויטיג

ווידעראום די פארפעלקער און טעקסאס טענה'ן פארקערט, און פארפירן אז קאנגרעס האט געמאכט די אויסנאם באזירט אויף ראסע און נישט בלויז אויף פאליטיק און ברענגן א באווייז אז אפילו קינדער וועלכע זענען נישט טעכניש קיין מיטגלידער פאלן אויך אונטער די געזעץ און אז די גאנצע ציהל פונעם געזעץ איז צו באהאנדלען אנדערש פאר אינדיאנע אמעריקאנע קינדער און עלטערן און פאטענציאלע אדאפטירנדע פאמיליעס אנדערש ווי דרויסנדיגע אין א פארזוך צו פארזיכערן די וואוקס פון די געמיינדע און אז קלאסיפיקאציעס באזירט אויף ראסע דארפן קענען אויסהאלטן א שטרענגערע קאנסטיטוציאנאלע טעסט וואס די געזעץ קען נישט ביישטיין

די דריטע פראגע איבער וואס מען קריגט זיך איז א באשולדיגונג אז די געזעץ פארלעצט א 10'טע אמענדמענט דאקטרינע וועלכע פארבאט פאר די פעדעראלע רעגירונג צו פארלאנגען פון סטעיטס צו אדאפטירן אדער אינפארסירן פעדעראלע געזעצן

די פארפעלקער צוזאמען מיט טעקסאס טענה'ן אז לויט די דאקטרינע קען קאנגרעס נישט איינטיילן פאר סטעיט לעגיסלאטורן צו אדאפטירן פעדעראלע אדפאציע בעפארצוג געזעצן און אז קאנגרעס קען נישט שאפן אזא געזעץ און דערנאך ערווארטן אז סטעיט געריכטן זאלן עס אימפלימענטירן
די סופרים קאורט האט נארוואס געאורטיילט מיט 2-7 אקעגן די ברעקין פאמיליע

ריכטערין בערעט האט געשריבן די מאיאריטעט אורטייל

ריכטערין טאמאס האט געשריבן די מינאריטעט אורטייל צו וועלכע ריכטער אליטא האט זיך צוגעשטעלט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40137
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך אפריל 19, 2023 1:29 pm
טימאטי סמיט איז א קאמפיוטער עקספערט אין א פישערמאן פון מאביל אלאבאמא וועלכע האט גענוצט א סאפטוועיר פראגראם צו לייגן א האנט אויף
צו דעשיפרירן די קאודס פון א געוויסע וועבזייטל וואס פארקויפט אינפארמאציע פאר פישערלייט איבער פלעצער ביין גאלף אוו מעקסיקא וואו מען קען פאנגען אסאך פיש

סמיט האט זיך פארבונדן טעלעפאניש מיט די וועבזייטל סטרייקליין'ס אייגנטומער און זיי פארציילט אז ער זיצט אויף די אינפארמאציע און דיסקוסירט די זיכערהייט פון די זייטל אבער זיך אנטזאגט מיטצוטיילן ווי אזוי ער האט עס באקומען

אין די זעלבע צייט האט ער פובליצירט אויף פעיסבוק אז ער זיצט אויף אלע פישינג אינפארמאציע און דאטא פון די פירמע

סמיט האט פארגעשלאגן פאר די איינגטומער צו פארמעקן זיין פעיסבוק מעלדונג אין אויסטויש אויב זיי שטעלן אים צו אינפארמאציע איבער וואו מען קען גרינג פאנגען א געוויסע סארט פיש אין וועלכע ער איז געווען אינטערסירט

נאך וואס פארהאנדלונגען צווישן די צוויי זייטן זענען געווען פרוכטלאז האט דער אייגנטומער זיך פארבונדן מיט די פאליציי און די אינסטאנצן זענען איבערגעפאלן די היים פון סמיט מיט א סוירטש ווארענט

א פעדעראלע גרענד דזשורי האט אנגעקלאגט סמיט מיט דריי קאונטס אין די צפון פלארידא דיסטריקט געריכט און געפונען געווארן שולדיג מיטן 1) רויבן האנדל געהיימעניסן 2) פרובירן צו ארויסצווינגען עפעס אין אויסטויש אבער ער איז געווארן ריינגעוואשן אויף 3) אומאויטאריזירטע אריינדינגונג אין א פעדעראל באשוצטע קאמפיוטער

סמיט איז געווארן פאראורטיילט צו סערווירן 18 מאנאטן אין טורמע אין צוגאב פון א יאר סופערוויזשאן

סמיט האט פארלאנגט אז מען זאל ארויסווארפן אלע קאונטס צוליב וואס די צפון פלארידא געריכט איז נישט די פאסיגע יוריסדיקציע פאר אזא קעיס זינט ער איז אן אלאבאמא איינוואוינער און אפילו אויב מען זאל זיך רעכענען מיטן פאקט אז סטריקליין'ס סערווערס אין וועלכע ער האט זיך איינגעבראכן זענען יא אין פלארידא זענען זיי אין ארלענדא וועלכע איז די מיטעלע פלארידא דיסטריקט און נישט אין צפון טראץ וואס סטרייקליין איז הויפטקווארטירט אין פענסעקאלע וועלכע איז יא אין די צפון דיסטריקט

די עלפטע קרייז געריכט האט איינגעשטימט אז אויף קאונט 1)איז טאקע די צפון דיסטריקט געריכט נישט די ריכטיגע אדרעס וויבאלד ער האט עס גערויבט פון א סערווער אין ארלענדא וועלכע איז נישט אין צפון אבער אויף קאונט 2) איז יא צפון די ריכטיגע פלאץ צוליב וואס ער אט געמאכט זיינע פארלאנגען צו די אייגנטומער וועלכע זענען געווען אין פענסעקאלע

לויט די מיינונג פון די עלפטע, זעקסטע, ניינטע און צעהנטע קרייז געריכטן דארף א קעיס וועלכע איז געווארן פראצעסירט אינעם נישט ריכטיגן יוריסדיקציע ווערן איבערגעמאכט אין די ריכטיגע יוריסדיקציע אבער סמיט טענה'ט אז לויט די פרעצעדענט פון די פיפטע און אכטע קרייז געריכטן וואלט א פראצעס אין אן אומריכטיגע יוריסדיקציע געזאלט פירן צו א ריינוואשונג אן קיין נייע פראצעס

ער ווייזט אן אז די פראגע אויב א קעיס איז אינעם ריכטיגן יוריסדיקציע איז טייל פון וואס די דזשורי דארף אפשאצן און באשליסן און ווען א ריכטער פארלאנגט פון א דזשורי צו באשליסן איבער א קעיס הייסט ער זיי איבערקוקן אלע אספעקטן איידער זיי קומען צום אויספיהר אז יענער איז אן קיין צווייפל שולדיג און איינע פון די זאכן איז אויב די קעיס ווערט אויסגעהערט אינעם ריכטיגן יוריסדיקציע

די רעגירונג שלאגט נישט אפ אט די שטעלונג אז אינעם דזשורי אורטייל ליגט אויטאמאטיש א באשטעטיגונג אז די שולד אורטייל איז באזירט אויף זייער באשלוס אז עס איז אינעם ריכטיגן יוריסדיקציע און סמיט טענה'ט אז דאס מיינט אז די לויט די עלפטע קרייז געריכט וועלכע שרייבט אז די ערשטע קאונט איז אויסגעהערט געוואןר אינעם אומריכטיגן געירכט מיינט עס איינפאך אז די דזשורי שולד אורטייל און די סענטענס פונעם ריכטער וועלכע איז באזירט דערויף איז געווען גרייזיג און דארף ווערן גענצליך ארויסגעווארפן

סמיט טענה'ט אז וויבאלד ער האט שוין ביים פראצעס זיך באקלאגט אז עס ווערט אויסגעהערט אינעם נישט ריכטיגן פלאץ און פראקורארן האבן פארגעזעצט דערמיט דארפן זיי אויסשטיין די קאנסקווענצן פון זייער באשלוס עס ווייטער צו האלטן אין צפון און אים פאראורזאכן אומזיסטע פיין מיטן דורכגיין אן אומ'יושר'דיגע פראצעס און זיי זאלן פארלירן די מעגליכקייט אים צו פראצעסירן פונדאסניי ערגעץ אנדערש ווייל בלויז דאס ווייל אנדערש וועלן פראקורארן פארזעצן צו מיסבאנוצן זייער מאכט און אנקלאגן מענטשן וואו עס געפעלט זיי נאר

די רעגירונג שלאגט עס אפ זאגנדיג אז אפליו ווען פראקורארן באגייען פיל ערגערע אקטן ווי נישט צולאזן געהעריגע אדוואקאטן צום באשולדיגטן אדער אויב מען זעצט א דזשורי וועלכע איז דיסקרימינירנד אקעגן דעם אנגעקלאגטן און די פראצעס ווערט שפעטער צוליב דעם ארויסגעווארפן וועלן פראקורארן נאך אלץ קענען איבערמאכן די קעיס פון פריש און דאסמאהל זאל נישט זיין אנדערש

צוריקגייענדיג צו אלטע פרעצעדענט פראצעסן אין אומריכטע יוריסדיקציעס ווען די דזשורי איז געקומען צום אויספיהר אז פראקורארן האבן נישט געברעגט די קעיס אינעם ריכטיגן פלאץ ווערט אפט באנוצט די אויסדרוק אז די דזשורי טוט "ריינוואשן" דעם אנגעקלאגטן און סמיט טענה'ט אז די זעלבע דארף פאסירן אויב די דזשורי זעלבסט האט עס נישט געטוהן נאר אן אפעלאט געריכט איז געקומען צו אזא אויספיהר דארף זיין די זעלבע

די רעגירונג טענה'ט אבער אז אפילו דאס ווארט "ריינוואשן" דארף ווערן געשטעלט אין קאנטעקסט און אויב קומט עס בלויז צוליב וואס די פראצעס איז געווען חוץ למקומה באדייט נישט דאס ווארט "ריינגעוואשן" אלץ פולשטענדיג באשוצט אקעגן א נייע פראצעס (אזוי ווי די געווענליכע באדייט פון ריינוואשונג) נאר אז יענער איז באפרייט פון די קלאגעס און אויב פראקורארן ווילן דארפן זיי איבערמאכן די פראצעס און ערקלערן אז די פאקט אז עס שטעלט זיך ארויס אז די פראצעס איז נישט פארגעקומען אינעם ריכטיגן פלאץ מיינט אז די פראצעס האט קיינמאל נישט געהאט קיין עכטע תוקף און עס ווערט למפרע אויס פראצעס און פאררעכנט ווי גלייך עס איז קיינמאהל נישט פארגעקומען און צוליב דעם קען מען יא ברענגן די קאלגע פון פריש אינעם ריכטיגן פלאץ

צוריק אין 1978 למספרם האט די סופרים קאורט געאורטילט אז ווען אן אפעלאט געריכט ווארפט ארויס א דזשורי שולד אורטייל צוליב וואס זיי האלטן אז עס זענען נישט געווען גענוג צופרידנשטעלנדע באווייזן ווערט די באשולדיגטער ריינגעוואשן און פראקורארן קענען נישט אנהויבן א פרישע פראצעס און די סופרים קאורט האט אצינד אויסגעהערט די ארגומענטן אין די סמיט קעיס און פרובירט צו באשליסן אויב ווען פראקורארן פירן דורך א שחוטי חוץ פראצעס איז עס די זעלבע ווי ווען עימיצער ווערט פאראורטיילט מיט נישט גענוג באווייזן אדער איז עס מער ענליך צו א פראצעס וואס ווערט ארויסגעווארפן צוליב אן איינזייטיגע דזשורי אדער אומריכטיגע אינסטרוקציעס וואס דער ריכטער האט געגעבן פאר די דזשורי וואס דאן קען די קעיס יא ווערן איבערגעהערט

געהילף סאליסיטאר דזשענעראל סאפאן דזשאשי האט רעפרעזענטירט די רעגירונג ציטירנדיג פון גאר אלטע קעיסעס אין וועלכע פראצעסן זענען געווארן איבערגעמאכט סיי ווען ריכטער האבן "ריינגעוואשן" באשולדיגטע און סיי ווען זיי האבן בלויז "באזייטיגט די אורטייל" וויבאלד עס איז פארגעקומען אינדרויסן פון די ריכטיגע יוריסדיקציע

ריכטערין סאטאמאיאר האט עס אבער אפגעשלאגן זאגנדיג אז יענע קעיסעס זענען מער נישט רעלעוואנט זינט די געריכט האט שוין זינט דאן פארבאטן איבערצומאכן פראצעסן אויף ריינגעוואשענע

ריכטער אליטא האט אומדירעקט שפעקולירט אויב די 1978 למספרם פרעצעדענט איז בעסער פון די ארגינעלע צוגאנג פון לאנגע יארן צוריק און טראץ וואס ער האט נישט אפן גערופן צוריקצודרייען די 1978 למספרם אורטייל האט ער אבער גאנץ קלאר ארויסגעוויזן זיין אומאפעטיט עס אויסצוברייטערן צו פעלער וואס די פראצעס איז פארגעקומען חוץ למקומה

ריכטערין דזשעקסאן האט געזאגט אז זי איז נישט אזוי זיכער אז די פראגע אויב א קעיס איז אינעם ריכטיגן יוריסדיקציע דארף אלעמאהל ווערן אויפגעברענגט פאר א און באשלאסן דורך א דזשורי און קלערט אז אין טילי פעלער קען דער ריכטער זעלבסט באשליסן אזא פראגע און די דזשורי דארף עכט באהאנדלען בלויז די יא אדער נישט שולדיג ]ראגע

אויך ריכטער קעווענאו און סאטאמיאר האבן זיך געמוטשעט מיט די אלגעמיינע סאטוס פון די יורידסדיקציע פראגע

ריכטערין סאטאמאיאר האט פארגעלייגט עטליכע פונקטן אין באצוג צו יורידסדיקציע ארויסצוברענגן אז עס איז א היבש אומקלארע און צומישטע טעמע

זי ווייזט אן אז פון איין זייט זענען אלע איינשטימיג אז די פראגע ואו א פראצעס זאל פארקומען איז נישט טייל םון די פראגע איבע די פראברעך זעלבסט נאר א זייטיגע אישו

מאידך גיסא איז איינגעפירט פארצולייגן די פראגע פאר די דזשורי וועלכע איז עכט געשטעלט צו דעצידירן די אויב יענער איז שולדיג אינעם פארברעך אדער נישט אז זיי זאלן באזירן זייער אורטייל אויך אויף די יוריסדיקציע פראגע אבער אין די זעלבע צייט וויל מען עס נישט באצייכענען אלץ עלעמענט פונעם פארברעך זעלבסט נאר אלץ דרויסנדיגע פאקטאר

סאטאמאיאר: דאס דערמאנט פון א מורכב'דיגע באשעפעניש, איז עס דען נישט דאס?!

אן אינטערסאנטע מעגליכקייט איז געווארן אויפגעברענגט אז מען קען מעגליך לייזן די אויבנדערמאנטע פראבלעם מיטן גיבן די מעגליכקייט פאר דזשורארס אוריסצוגעבן צוטיילטע באשלוסן וואס זאלן געפונען דעם אנגעקלאגטן שולדיג אויפן פארברעך אבער גלייכצייט דעצידירן אז די פראצעס איז פארגעקומען אינעם נישט ריכטיגן יוריסדיקציע

דזשאשי האט איינגעשטימט אז אין אזא פאל וואלט עס ערלויבט פאר פראקורארן איבערצומאכן די פראצעס אינעם ריכטיגן יוריסדיקציע

עס איז גראדע איינגעפירט אז דזשורי'ס גיבן ארויס מערערע אורטיילן צו אדרעסירן עלטיכע סארט פראגעס אבער דא סאיז בלויז אין געוויסע פעלער ווי אין טויט שטראף פראצעסן אדער אנדערע קאמפליצירטע קעיסעס און ריכטער גארסוטש האט געזאגט אז אויב מען וועט אנווייזן פאר דזשורארס צו נוצן אזא סארט סיסטעם אויך ווען עס קומט צו די פראגע פון יוריסדיקציע אנשטאט איין אלגעמיינע יא אדער נישט שולדיג אורטייל וועלן אזעלכע סארט אורטיילן צוטיילט אויף עטליכע פונקטן אנהויבן ווערן פארלאנגט אין יעדע פראצעס אויך איבער אנדערע סארט פראגן
די סופרים קאורט האט נארוואס איינשטימיג געאורטיילט אקעגן פישערמאן טימאטי סמיט

ריכטער אליטא האט געשריבן די אורטייל
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

א גרויסן דאנק @הכל הבל, א לייק איז נישט גענוג אין דיזע אשכולות!

מיר קוקן ארויס אויף ווי מער...
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
א ברעקעלע שכל
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 4:47 pm
לאקאציע: פארשעמט אויף דר'ערד

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ברעקעלע שכל »

תולה ארץ האט געשריבן: מיטוואך יוני 14, 2023 11:46 am
כ'האב נישט געטראפן א פאסיגע אשכול פאר די נייעס לייג איך עס דא, אויב איינער קען צוצייגען די פאסיגע אשכול וואלט עס געווען אפרישיעיטעט:

די סטארבאקס קאווע קייט-געשעפעט נעץ, איז געצווינגען געווארן דורך א דזשורי אין די ליבעראלע ניו דזשערסי צו באצאלן 25.6 מיליאן דאלאר פאר אן ארבעטער וואס איז געווארן אויפגעזאגט צוליב אפענע ראסיזם.



זי איז אויפזאגט געווארן פארן זיין........ ווייס!
@אלץ-איז-נישטיג, אפשר קומסטו אריין אויסקלארן די מעשה?
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7193
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

א ברעקעלע שכל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 15, 2023 1:48 pm
@אלץ-איז-נישטיג, אפשר קומסטו אריין אויסקלארן די מעשה?
viewtopic.php?p=4388239#p4388239
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
א ברעקעלע שכל
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 4:47 pm
לאקאציע: פארשעמט אויף דר'ערד

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ברעקעלע שכל »

רעגנדיג האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 15, 2023 1:50 pm
א ברעקעלע שכל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 15, 2023 1:48 pm
@אלץ-איז-נישטיג, אפשר קומסטו אריין אויסקלארן די מעשה?
viewtopic.php?p=4388239#p4388239
זייער קורץ, מאנגלט אין דעטאלן. איך גלוסט נאך אן אויספירליכן פאר'הבל'טן באריכט.

עניוועי, ש'כוח פאר'ן צואווייזן.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7193
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

איך גלוסט אױך..
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40137
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 20, 2023 2:26 pm
אינעם זומער פון 2002 למספרם האט זיך עפרעין לארע וועלכע האבן אנגעפירט א דראג רינג אין די בראנקס אין ניו יארק סיטי ארויסגעלאזט אויף א מיסיע מיט זיינע מיטארבעטער אומצוברענגן ענדרו באלקאראן פון א קעגנערישע דראג באנדע צוליב וואס יענער האט זיי געסטראשעט אויפצוהערן פארקויפן אין א געוויסע געגנט

לארע'ס אויפגאבע איז געווען אפצווארטן זיינע פריינד אין א פארקירטע אויטאמאביל און איינמעלדן פאר זיי ווען באלקאראן קומט ארויס פון זיין הויז אז זיי זאלן אים קענען ערלעדיגן

עס האט געדויערט ביז 2014 למספרם ווען אויטאריטעטן האבן אידענטפיצירט לארע און זיין ראלע אינעם מארד אין א דזשורי האט אים געפונען שולדיג אין

1) קאנספירירן אין א פלאן אומצוברענגן א מענטש

2) נוצן געווער אין די צייט וואס ער איז געווען פארמישט אין דראג אקטיוויטעטן

פאר די ערשטע קאונט האט ער באקומען צוגעטיילט 25 יאר טורמע

פאר די צווייטע קאונט נאך 5 יאר טורמע אבער דער ריכטער האט געשריבן אז די 5 יאר זאל לויפן באזונדער פון די 25 יאר וואס באדייט אז אינאיינעם וועט ער דארפן סערווירן 30 יאר אין טורמע

געווענליך האבן ריכטער די רעכט צוזאמצושמעלצן סענטענסינג אויף באזונדערע קאונטס צו לויפן צוזאמען אבער דער ריכטער האט ערקלערט אז אין דעם פאל איז ער געצוואונגען לויטן געזעץ צו גיבן א טערמין וועלכע לויפט באזונדער און ער האט נישט קיין אנדערע אויסוואהל

לארע האט עס אפגעווארפן און אנגעוויזן אז די געזעץ אונטער וועלכע ער איז געווארן אנגעקלאגט פארלאנגט נישט אז עס זאל לויפן באזונדער און אפעלירט די אורטייל וועלכע איז אנגעקומען אין סופרים קאורט

די קריגעריי איז איבער די צווייטע קאונט פון זיין טייל פון א מארד אין די צייט וואס ער איז געווען פארמישט אין דראג אקטיוויטעטן

סובסעקשאן 924 "J" שרייבט אז אזעלכע וואס ווערן געפונען שולדיג אין "זיין טייל פון א מארד" אין די צייט וואס זיי האבן פארלעצט געזעצן דערמאנט אין סובסעקשאן 924 "C" זאל ווערן באשטראפט מיט טויט, לעבנסלענגליכע אדער סיי וועלכע אנדערע טורמע טערמין
נו, וואס שטייט אין סובסעקשאן "C" ?

דארט שטייט אז אזעלכע וואס ווערן געפונען שולדיג "אין זיך באנוצן מיט געווער" (וואס האט געפירט צו א מארד) אין די צייט וואס זיי זענען געווען אקטיוו אין פארלעצן דראג געזעצן זאלן באקומען א מינימום פון 5 יאר טורמע וואס זאל אויף קיין פאל נישט לויפן אינאיינעם מיט טורמע טערמינען וואס זיי באקומען אויף די דראג פארלעצונג

לארע איז נישט געווארן געקלאגט אין "אין זיך באנוצן מיט געווער" (ער האט פאקטיש נישט גענוצט די געווער) וואס איז סובסעקשאן C נאר ער איז געווארן אנגעקלאגט (די צווייטע קאונט) מיטן פארלעצן סובסעקשאן J אין "זיין טייל פון א מארד" אין די צייט פון פארלעצן געזעצן "דערמאנט" אין סובסעקשאן C

זאגט לארע אז אין סובסעקשאן J ווערט נישט דערמאנט אזא זאך אז שטראפן אויפן פארלעצן יענע סעקשאן טארן נישט לויפן אינאיינעם מיט אנדערע שטראפן

די רעגירונג טענה'ט אבער אז סובסעקשאן J לויפט אינאיינעם מיט סובסעקשאן C און היפט אפילו אריבער אויסצושמועסן וועכע סארט פארלעצונגען מען האלט אינמיטן באגיין אין די צייט פון די מארד און שרייבט בלויז אז עס האנדלט זיך פון געזעצן דערמאנט אין סובסעקשאן C און דערמיט האט קאנגרעס ווי אריינגעשמאלצן און מבליע געווען סובסעקשאן C אין סובסעקשאן J אז די חומרות דערמאנט אין סובסעקשאן C איז חל אויך אויף סובסעקשאן J און דעם וואס קאנגרעס זאל עס אויסשמועסן בפרטות

ולהוסיף נופך טענה'ט די רעגירונג אז קאנגרעס האט נישט געשפורט פאר וויכטיג אויסצושמועסן אז די חומרא פון סובסעקשאן C איז גילטיג אויך פאר סובסעקשאן J צוליב וואס סובסעקשאן C איז דא פאר געווער באנוץ וואס איז א פיל לייכטערע פארברעך ווי סובסעקשאן J וואס איז איבער מארד און אויב אזוי איז דאך א קל וחומר אז מה דאך ביי די לייכטערע פארברעך איז דא די חומרא אז די סענטענס דארף לויפן באזונדער איז דאך געוויס אזוי די געזעץ ביי די הארבע קלאגע פון מארד

לארע טענה'ט אבער אז קאנגרעס האט געשריבן וואס זיי האבן געשריבן (אין סובסעקשאן C) און נישט געשריבן וואס זיי האבן נישט געשריבן (אין סובסעקשאן J) און מען קען נישט מאכן אזא קל וחומר ווייל אין עונשין מן הדין

אין א פארזוך סיי זיך צו מאכן בא'טעמ'ט און סיי צו שטעלן די ליבעראלע ריכטער אין א ווינקל האט די רעגירונג געשפילט די קארטל וואו זיי נעמען זיך גאר אן פאר אנגעקלאגטע און געווארנט די ריכטער אז ביז היינט האבן זיי אפגעלערנט פון סובסעקשאן J איז בלויז נאך א טייל פון סובסעקשאן C און איז בלויז א שטרענגערע פארמאט פון סובסעקשאן C אין פאל וואס עס ווערט אויסגעפירט א מארד (און נישט בלויז באנוץ פון געווער)

אויב אבער וועט די געריכט נאכגעבן פאר לארע אז די צוויי זענען צוויי באזונדערע סעקשאנס און אז סובסעקשאן J איז אומאפהענגיק פון סובסעקשאן C און אז סובסעקשאן C איז ציטירט געווארן אין סעקשאן J בלויז צו שפארן טינט (נישט צו דארפן אויסשמועסן זאכן וועלכע ווערט אויסגעשמעוסט באריכות אין סובסעקשאן C) דאן וועלן פראקורארן מעגליך פון היינט אין ווייטער פרובירן אנצוקלאגן פארלעצער פון סובסעקשאן J סיי מיטן פארלעצן סובסעקשאן J און א באזונדערע קאונט מיטן פארלעצן סובסעקשאן C (ווייל אין א געווענליכע מארד ווערט דאך גענוצט געווער) און אזוי ארום וועלן מענטשן ווערן דאפלט באשטראפט

די רעגירונג האט מיט די פרא אנגעקלאגטע שפיל אריינגעשטעלט די ליבעראלע ריכטער אין א פארלעגנהייט דארפנדיג קלייבן צווישן זיך אנננעמען פאר לארע אדער ריזיקירן אז גאר אסאך אנדערע וועלן מעגליך אצינד אויסשטיין צו ווערן דאפלט באשטראפט

די דריטע, פערטע, אכטע, און ניינטע קרייז געריכטן האבן אנגענומען די שטעלונג פון די צוויטע סירקוט צו גיין לחומרא אבער די צעהנטע און עלפטע קרייז געריכט האבן יא ערלויבט פאר דיסטריקט ריכטער צו גיבן סענטענסעס וואס זאלן לויפן אינאיינעם מיט אנדערע טורמע טערמינען אויך פאר אזעלכע פארברעכנס

לאורען ראזנבערג האט געמאכט די קעיס פאר לארע און אין צוגאב צו מאכן זיין קעיס אז די פאקטישע סובסעקשאן J דערמאנט נישט די חומרא און אז די טעקסט אין די געזעץ אן קיין דריידלעך איז אויף זיין זייט האט ער אנגעהויבן פרובירט צו איבערצייגן אז מען קען פארשטיין פארוואס טאקע קאנגרעס האט נישט געוואלט מחמיר זיין אין סובסעקשאן J

ריכטער קעווענאו האט אים פריינטליך איבערגעריסן און געראטן נישט פארצוזעצן זאגנדיג אז ער גלויבט נישט אז קאנגרעס האט טאקע געוואלט מקיל זיין ביי J מער ווי ביי C (נאר ער פארשטייט אז למעשה האבן זיי דאס געטוהן)

קעווענאו האט געהאלטן אז זיין טרוקענע טעקסט ארגומענט איז אזוי שטארק אז יעדע איבריגע ערלקערונג "פארוואס" קאנגרעס האט עס טאקע אזוי געמאכט איז איבריג און ריזיקירט בלויז אפצושוואכן זיין פאזיציע

קעווענאו: דו מאכסט אן העראאישע פארזוך צו ערקלערן פארוואס גענוי קאנגרעס האט געוואלט מקיל זיין אבער איך מיין אז די בעסערע ארגומענט איז איינפאך ווייל דאס איז וואס שטייט אין די געזעץ

קעווענאו איז נישט געווען דער איינציגסטער אין די קאנסערוואטיווע בלאק אפצולערנען די טעקסט אויף לארע'ס זייט און אויך ריכטער אליטא האט געזאגט פאר ראזנבערג: פילייכט די טעקסט פון די פראוויזיע טוט אפטויטן די רעגירונג'ס פאזיציע

טראץ וואס קעווענאו און אליטא האבן געגעבן היבש גוטע ראטעס פאר ראזנבערג איבער די טרוקענע טעקסט ארגומענט האבן זיי ביידע אויסגעדרוקט היבשע סימפאטיע מיט די רעגירונג ארגומענט אז קאנגרעס האט פילייכט אינזין געהאט צו גיין לחומרא אויך אין J

קעווענאו האט ארויסגעברענגט אז ווען מען האט געשריבן J איז די רעגירונג נאך געווען אין אן היבש אנטי פארברעכן שטימונג און עס איז שווער צו גלויבן אז קאנגרעס האט געזוכט מקיל צו זיין ביי הארבערע פארברעכנס מער ווי ביי לייכטערע

אויך אליטא האט באצייכנט די ראזנבערג ארגומענט אלץ מאדנע

געהילף סאליסיטאר דזשענעראל עריקא ראס האט געמאכט די קעיס פאר די רעגירונג און ריכטערין דזשעקסאן האט איר געצימבלט פארוואס קאנגרעס האט נישט געקענט קלארשטעלן אין סובסעקשאן J אז אויך דארט איז גילטיג די חומרא

ראס האט אומדירעקט אנערקענט אז קאנגרעס וואלט טאקע געקענט זיין קלארער אבער אונטערגעשטראכן אז קאנגרעס האט אויך נישט געשריבן אין סובסעקשאן J אז דארט זאל נישט חל זיין די חומרא און דעריבער איז די באהויפטונג פון לארע אז סובסעקשאן J גייט זיכער לקולא נישט ריכטיג

ווען ראס האט פרובירט אנצוגעבן א רייע ערקלערונגען פארוואס טאקע קאנגרעס האט יא געוואלט די חומרא אין J טראץ וואס זיי שרייבן עס נישט ארויס האט ריכטערין קעיגען געפרעגט לשיטתה איז דען נישט קלאר אז קאנגרעס האט איינפאך געמאכט א גרייז? (מיטן וועלן גיין לחומרא אבער עס פארזעהן פון ארויסשרייבן)

ריכטערין דזשקסאן איז געווען צופרידן פון קעיגען'ס באהויפטונג און צוגעגעבן אז J איז געשריבן געווארן צענדליגע יארן שפעטער פון C און דורך א צווייטע קאנגרעס און מען קען אננעמען אז האבן נישט געוזכט אזא חומרא און וואלטן מעגליך ארויסגעשניטן די חומרא פון C אויך אויב זיי וואלטן עס געשריבן

ווען ראס האט געזעהן אין וועלכן ריכטונג די ווינט בלאזט האט זי פרובירט כאטש צו ראטעווען וואס זי קען און געזאגט פאר די ריכטער אז אויב גייען זיי אורטיילן אז J און C זענען צוויי באזונדערע זאכן דאן גייען נידריגע געריכטן דאן מוז עס גיין ביידע וועגן און זאל כאטש די רעגירונג קענען קלאגן פארלעצער פון J באזונדער פארן פארלעצן אויך C

גראדע לארע וואלט מען נישט געקענט קלאגן מיטן פארלעצן C ווייל אויך יענע פארלעצונג איז עס שוין געווען נאך וואס די סטעטשו אוו לימיטעישאנס איז אפגעלאפן אבער פאר פארברעכער וועם מען כאפט אין צייט זאל מען קענען קלאגן מיט ביידע קאונטס זינט די געריכט איז גענויגט עס אפצוטיילן אלץ צוויי באזונדערע זאכן

אויב צוויי געזעצן זענען פארבונדן/פון זעלבן שניט און גאר ענליך קען מען נישט קלאגן אויף ביידע אבער אויב איז עס צוויי באזונדערע סארט געזעצן דאן וויל די רעגירונג כאטש פארדינען די רעכט צו קענען קלאגן די זעלבע מענטשן אויף ביידע

די טענה האט אביסל צומישט די ריכטער ווייל ראס האט זייער טראציג אראפגעשלפט די שלייער פון די רעיגרונג'ס געזיכט מאכנדיג די גענוי קאפויער'דיגע פארלאנג ווי אין די שריפטליכע ארגומענט

ווי דערמאנט אויבן האט זיך די רעגירונג דאן "געזארגט" אז פראקורארן וועלן "אויסנוצן" אן אורטייל אין שטיצע פון לארע צו באשטראפן מענטשן דאפלט און צוליב פארלאנגט אז טאקע צוליב די "חשש" זאל מען אפווארפן די פארלאנג פון לארע אבער אצינד שטייט די רעגירונג רעפרעזענאטאט פארלאנגט מיט א בלעכענע געזיכט אז אויב די געריכט אורטיילט אין שטיצע פון לארע זאלן זיי קלארשטעלן אז מען קען קלאגן מענטשן דאפלט

זי האט ערקלערט ווי וויכטיג עס איז אזא קלארשטעלונג ווייל נידריגע געריכטן וועלכע האבן ביז איצט געהאט א צוגאנג אז J גייט אינאיינעם מיט C וועלן הערן פון די סופרים קאורט פרא לארע אורטייל און אקצעפטירן די קולא וואס עס ברענגט מיט זיך (אז די שטראף זאל קענען לויפן אינאיינעם מיט אנדערע שטראפן) אבער נישט וועלן אדאפטירן די חומרא וואס (ראס וויל אז) עס זאל ברענגן מיט זיך (אז מען זאל קענען פראצעסירן די זעלבע אנגעקלאגטע אויף J און באזונדער אויף C סיידן די סופרים קאורט גיבט די גרינע ליכט דערפאר

ריכטערין דזשעקסאן האט אויפגעפאסט די שטיק פון ראס און איר אנגעמערקט אז זי האט געמאכט צוויי קעגנזייטיגע ארגומענטן (צווישן די שריפטליכע און מונדליכע) און איר געפרעגט אויב מען קען איבערלאזן די דאפלטע שטראף פראגע פאר א צווייטע מאהל

אויך ריכטער טאמאס האט אויסגעדרוקט צומישעניש מיט די ארגומנעטן פון ראס און לארע'ס אדוואקאט ראזנבערג האט אפגענטעפערט ראס זאגנדיג אז די פראגע פון דאפלטע שטראף איז נישט רעלעוואנט אין די קעי זינט די סטעטשו אוו לימיטעישאנס צו קענען קלאגן לארע מיט C איז שוין סייווי אפגעלאפן און דעריבער קען אזא פראגע בלויז באהאנדלט ווערן אין א קעיס ווא עס וועט זיין נוגע און דעריבער זאלן די ריכטער בלויז אדרעסירן די פראגע אויפן טיש
די סופרים קאורט הראט נארוואס געאורטיילט אין שטיצע פון לארע

ריכטערין דזשעקסאן האט געשריבן די איינשטימיגע אורטייל
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40137
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 1:05 pm
פאר לאנגע יארן טוט די יוסטיץ דעפארטמענט שווינדל אינפארסירונג דיוויזיע ווערן אונטערגעשטיצט דורך וויסלבלויער אנקלאגעס וואס אינדיווידועלע מוסרים פיילן אונטער די פאלשע קלעים אקט

עס ארבעט אז אנשטאט די רעגירונג וועלן די מוסרים ברענגן אין געריכט באשולדיגונגען אקעגן פארדעכטיגטע און די רעגירונג טוט שפעטער באשליסן אויב זיי ווילן איבערנעמען קאנטראל פון די קעיס אדער ערלויבן דעם מסור פאראויסצוגיין

טראץ די לאנגיעריגע צוזאמענארבעט צווישן רעגירונג אדוואקאטן און אדוואקאטן פאר מוסרים האט זיך אצינד אנטוויקלט א קעיס אין וועלכע די צוויי זייטן פארמעסטן זיך צווישן זיך אין געריכט אויף די פראגע ווען און ווילאנג די רעגירונג קען קאנטראלירן אזעלכע קעיסעס און באשליסן זיי אפצושליסן

עס פירט צו א נאטורליכע אבער מערקווירדיגע ערשיינונג ווען די יוסטיץ דעפארטמענט און שווינדלער אדוואקאטן האבן פארמירט אן אליאנץ און די לעצטע נעמען די זייט פון די רעגירונג און טענה'ן אז אויב זאל מען צוימען די מאכט פון די רעגירונג צו קענען באשליסן אז מען דארף שליסן א קעיס וועט עס ערלויבן אינדיוודועלע מוסרים צו באלעסטיגן די געריכטן מיט באזיסלאזע אנקלאגעס און פארשווענדן רעגירונג און פארטיידיגונג געלטער אפילו ווען די רעגירונג זעלבסט אנערקענט אז די קעיס האט נישט קיין ערנסטע שאנסן פאר סוקסעס

די רעגירונג האט שוין באוויזן צוריקצובאקומען צענדליגע ביליאנען דאלארן אין די לעצטע צענדליגע יארן דורך אזעלכע סארט קלאגעס אונטער די פאלשע קלעימס אקט ווען מוסרים - בעיקר אין די העלט קעיר און פארטיידיגונג אינדוסטריעס- דעקן אויף מיסברויכן און זיי באקומען געווענליך א 15 ביז 30% ביסן פונעם סומע וועלכע די רעגירונג כאפט צוריק, אלץ באצאהלט פאר זייער ארבעט

ווען מוסרים באריכטן מיסברויכן און שווינדל וועט די רעגירונג איבערנעמען די קעיס, אדער ערלויבן דעם מסור אליינס צו מאכן די קעיס אין שליחות פון די רעגירונג אדער בלאקירן די קעיס צו קענען געברענגט אפילו דורכ'ן מסור

טראץ וואס די ראטע פון סוקסעספולע קעיסעס איז פיל העכער ווען די רעגירונג נעמט עס איבער טוען די מסורים לעצטנס מער און מער אגרעסיוו קלאגן און באשולדיגן מענטשן האפנדיג צו כאפן א ביינדל און די רעגירונג פרובירט עס צו רעדוצירן מיטן פארבאטן דאס פאראויסגיין מיט קעיסעס וועלכע זיי האלטן נישט עס איז וועט ערגעץ פירן, בעיקר טרעפט זיך עס אין קעיסעס וועלכע די רעגירונג האט פון די ערשטע מינוט נישט געזעהן עפעס איבריג שטארק אין די קעיס און זיך אנטזאגט צו אינטערווענירן און איבערנעמען די קעיס און אויב זיי זעען אז דער מסור שלעפט די קעיס ווייטער וועלן זיי עס אפט בלאקירן

צוריק אין 2012 למספרם האט דאקטאר דזשעסי פאלאנסקי געפיילט אזא פאלשע קלעים לאוסוט נאכן ארבעטן פאר צוויי מאנאטן ביי די עקזעקוטיווע העלט ריסוירסעס פירמע וועלכע באלאנגט פאר יונייטעד העלט און העלפט ארויס שפיטעלער אריינשיקן בילס צו די רעגירונג פאר מעדיקעיר געדעקטע סערוויסעס

פאלאנסקי האט באשולדיגט אז די פירמע האט פארלעצט די פאלשע קלעימס אקט מיטן מוטיגן אירע קליענט שפיטעלער צו דעזיגנירן געוויסע סערוויסעס אלץ צוגעשטעלט אין שפיטאל ווי איידער אלץ סערוויסעס צוגעשטעלט פאר מענטשן ביי זיי אין שטוב און אזוי ארום רעכענען פון מעדיקעיר מער געלט

נאכן אריינקוקן דערין האט די יוסטיץ דעפארטמענט געמאלדן פאר פאלאנסקי מיט צוויי יאר שפעטער אז זיי וועלן נישט אינטערווענירן אין די קעיס און פאלאנסקי האט באשלאסן פאראויסצוגיין דערמיט אויף די אייגענע האנט

אין 2019 למספרם, נאך א 5 יאר פון פארצויגענע הין און צוריק געראנגל צווישן פאלאנסקי און די פירמע ווען פאלאנסקי אין שליחות פון די רעגירונג
האט פארפעהלט צו באגרעניצן די פארלאנג פון די פירמע פאר דיסקאווערי און די געריכט האט נאכגעגעבן די פארלאנג פון די פירמע אויפצודעקן ווער עס איז די אנאנימע קלעגער און פארלאנגען פון איר מער באווייזן אונטערצושטיצן איר קעיס, האט די רעגירונג פארארדנט פאלאנסקי צו שליסן די קעיס

די רעגירונג האט אנגעוויזן אז די קעיס פארברענט צופיל פון אירע ריסוירסעס און אז א פרישע אפשאצונג איבער די קעיס האט געוויזן אז עס האט נישט קיין ערנסטע שאנסן פאר סוקסעס

פאלאנסקי האט אבער פארפירט אז זי וויל פארזעצן מיט די קעיס אבער א פעדעראלע דיסטריקט ריכטער און דערנאך די דריטע קרייז געריכט האט גענוצען די זייט פון די רעגירונג אבער פאלאנסקי האט אפעלירט די אורטייל צום סופרים קאורט וועלכע איז איינגעגאנגען אויסצוהערן די קעיס צוליב וואס די אורטייל איז אין קאנפליקט מיט אנדערע אפעלאט געריכטן וועלכע האבן יא פארלאנג אז די רעגירונג מוז צושטעלן מער ספעציפישע ערקלערונגען פארוואס זיי האלטן אז א קעיס איז אזוי שוואך אז זיי דארפן בלאקירן מוסרים פון מאכן די קעיס און דעמאנסטרירן פאר דיסטריקט געריכטן א ראציאנאלע אונטערלאגע צו זייער באשלוס

פאלאנסקי טענה'ט אז איינמאהל די רעגירונג באשליסט אז זיי ווילן נישט אינטערווענירן אין א קעיס האבן זיי אויטאמאטיש אויפגעגעבן זייער רעכט צו קענען באפעלן פארן מסור זיך אפצולאזן פון די קעיס

לויט פאלאנסקי'ס אפטייטש פונעם געזעץ קען די רעגירונג ארויסווארפן די קעיס בלויז איידער זיי באשליסן צו ערלויבן דעם מסור פאראויסצוגיין דערמיט אויף די אייגענע האנט אבער איינמאהל זיי גיבן די גרינע ליכט פאר יענעם צו מאכן די קעיס און באשליסן בלויז נישט צו אינטערווענירן קענען זיי מער נישט שפעטער אריינרעדן דערין

(זעלבסטפארשטענדליך אז אויב די רעגירונג האט גאר איבערגענומען א קעיס קענען זיי עס שפעטער אפשטעלן און שליסן)

אויך פון א פראקטישן זין ווארנט פאלאנסקי אז אסאך ווערדפולע מסירות וועלן נישט געברענגט ווערן צוליב וואס פאטענציאלע מוסרים וועלן מער נישט זוכן אנצוהויבן קיין קעיסעס צוליב וואס די רעגירונג קען נאך יארן לאנג פון מוסרים אינוועסטירונג אין א קעיס באשליסן עס ארויסצואווארפן פון איין מינוט אויף די צווייטע און ווי זי ווייזט אן האט איר אדוואקאט שוין גערעכנט ארום 20 מיליאן דאלער פאר לאנגע שטונדן ארבעט אריינגעליייגט אין די קעיס

די רעגירונג מאכט די קאנטער ארגומענט צו אט די באהויפטונג און ווארנט אז אז מיט די פאלאסקי צוגאנג וועט די רעגירונג מוזן פריצייטיג ארויסווארפן מסירה קלאגעס נאך איידער עס איז קלאר אויב עס האט יא שאנסן פאר סוקסעס און אנשטאט ערלויבן די מוסרים צו פרובירן צו מאכן די קעיס אויף די אייגנע האנט און דאן באקומען א בעסערע בליק און באשליסן וואס צו טוהן דערמיט וועט די דעפארטמענט גראד בלאקירן קעיסעס וואס שיינען נישט צו זיין איבריג שטארק טראץ וואס עס וואלט מעגליך געהאט מער פאטענציאל ווי ארגינעל געקעלרט אויב וואלט די מסור עס גענומען ווייטער

זיי טענה'ן אויך אז די גאנצע סיסטעם פון מסירה קלאגעס איז בלויז געווידמעט פאראויסצושטופן די אינטערעסע פון די רעגירונג און דעריבער באמאגט עס אויסשליסליך פאר די רעגירונג צו באשליסן וואס עס איז אין אירע אינטערעסן סיידן די מסור קען איבערצייגן אז די אורזאך ארויסצואווארפן די קעיס איז א קאנסטיטוציאנאלע פארלעצונג ווי צום ביישפיל באזירט אויף די רעליגיע אדער ראסע פונעם מסור
די סופרים קאורט האט איצט געאורטיילט אין שטיצע פון די רעיגרונג אקעגן די מסור

די אורטייל איז געווען 1-8

ריכטערין קעיגען האט געשריבן די מאיאריטעט שטעלונג און ריכטער טאמאס די מינאריטעט שטעלונג
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40137
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די סופרים קאורט האט באהאנדלט א קעיס איבער א מאן מיטן נאמען ברייען קאולין וועלכע האט געבארגט געלט פון אן אנליין פעידעי פיליאלע וועלכע באלאנגט צו צו איינע פון די אינדיאנע אפשטאמיגע שבטים

די סארט פעידעי ביזנעסער פארבארגן באגרעניצטע סומעס פאר מענטשן מיט לייטע טערמינען אבער גאר הויכע פראצענטן און קאולין האט עווענטועל נישט געקענט באצאהלן און זיך דערקלערט באנקראט

אונטער געווענליכע אומשטענדן באדייט עס אז די פעידעי באנק וועלכע האט אים פארלייעט דאס געלט קען אים מער נישט באלמוטשען צו באצאהלן אבער אין דעם פאל האט זיי אים געקלונגען נאכאנאנד אויף א טעגליכע פארנעם אין לויף פון לאנגע מאנאטן און עס איז געקומען צו א פונקט אז קאולין האט פרובירט צו באגיין זעלבסטמארד

די פארזוך איז געווען אומסוסקסעפול און קאולין איז געווארן באהאנדלט אין שפיטאל און געבליבן מיט פערמענאנטע וואונדן

קאולין האט געקלאגט די שבט באנק אין געריכט און פארלאנגט אנטשעדיגונג אבער די באנק האט זיך פארטיידיגט זאגנדיג אז די זעלבסטשטענדיגקייט וואס די פעדעראלע רעגירונג האט געשאנקן פאר די שבטים רעגירונגען טוט זיי באשוצן נישט צו זיין אונטערגעווארפן צו די באנקראט געזעץ

קאולין האט גע'טענה'ט אז וויבאלד די באנקראט געזעץ וועלכע קאנגרעס האט באשטעטיגט שרייבט אז סיי וועלכע "רעגירונג אפטיילונג" זאל נישט פארמאגן קיין באשיצונג אקעגן די אויטמאמאטישע סטעי וואס באנקראטן שטעלן ארויך אויף חובות טוט עס אויטאמאטיש איינשליסן אויף שבטים רעגירונגען און עס נעמט אוועק די זעלבסטשטענדיגקייט וואס רעגירונגען געניסן אקעגן אנקלאגעס

די שבט קאנטראלירטע באנק טענה'ט אז וויבאלד די קאנסטיטוציע איז נישט קריסטאל קלאר איבער די סאטאוס וואס שבט רעגירונגען באזיצן וואלט די געזעץ געדארפט אויסרעכענען און דערמאנען באזונדער אז "שבטים רעגירונגען" פאלן אויך אונטער די קאנגרעס געזעץ און אז אין א רייע אנדערע געזעץ ווערן טאקע דערמאנט שבטים רעגירונגען ביים נאמען און וויבלאד דא ווערט בלויז ערווענט די ווארט רעגירונגען פאלן זיי נישט אויטאמאטיש אונטער די געזעץ

די סופרים קאורט האט אצינד געאורטיילט מיט 1-8 אין שטיצע פון קאולין און ריכטערין דזעקסאן האט געשריבן די מאיאריטעט אורטייל

ריכטער גארסוטש וועלכע איז ברייט בארימט מיט זיין שטארקע פרא שבטים שטעלונג ווי באשריבן אין דעם אשכול שוין מער ווי איינמאהל האט געשריבן די מינאריטעט שטעלונג
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום מאנטאג יוני 19, 2023 11:47 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40137
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די קריפטא וואלוטע אנליין עקטשעינזש פלאטפארמע קוינבעיס איז געווארן אנגעקלאגט דורך אברהם ביעלסקי וועלכע האט געהאט דארט אן אקאונט און קורצליך נאכן עס עפענען האט א סקעמער אים בארויבט

דער סקעמער האט זיך פארגעשטעלט צו אים אלס א פעיפאל רעפרעזענטאט און ביעלסקי האט געגעבן פאר יענעם זיין קוינבעיס לאגין אינפארמאציע
און יענער האט דאן ארויסגערוקט פון זיין אקאונט מער פון 31 טויזנט דאלער

ביעלסקי האט אנגעקלאגט די פלאטפארמע און זיך באקלאגט אז די פירמע האט איגנארירט זיינע קאמיוניקאציע פארזוכן אז זיי זאלן אויספארשן און דערגיין מער איבער די רויבעריי און אלץ א פינאנציעלע אינסטיטוציע זענען זיי פאראנטווארטילך לויטן געזעץ דורכצופירן א צייטליכע און גרונטליכע אויספארשונג אויף שווינדלערישע געלט טראנספערס

ער האט פרוביר צו אדרעסירן די אישו מיט א קוינבעיס לייוו טשעט און די קאנסטומער סערוויס האטליין וועלכע האט בלויז צוגעשטעלט אן אויטאמאטישע רעפרעזענטאט און שפעטער געשיקט צוויי בריוו צו די אפיס באזירט אין סאן פראנציסקא האפנדיג צו קענען ווערן פארבונדן צו א לעבעדיגע מענטש אבער ער האט באקומען אן אויטאמאטישע בריוו אלס אן אנטווארט
אויסער די ביעלסקי אנקלאגע האט אויך א צווייטע קלאגער מיטן נאמען דוד סאסקי אריינגעטראגן אן ענליכע לאוסוט און ביידע אנקלאגעס זענען באהאנדלט געווארן אין קאליפארניע פעדעראלע דיסטריקט געריכטן

געווענליך ווען א ביזנעס קלאפט זיך אן אין א ציווילע אנקלאגע/קלאס עקשאן דורך מערערע ווילן זיי די ערשטע זאך פיילן פאר א מאושען איינצופרירן די קלאגע און בעטן אז מען זאל אריבערפירן די קעיס צו ווערן אויסגעהערט דורך א געריכט באשטעטיגטע מפשר און דאס איז טאקע גענוי וואס קוינבעיס האט פארלאנגט און גע'טענה'ט אז לויט די אפמאך צווישן די פירמע און די וועלכע האבן דארט אקאוטנס דארפן די צוויי זייטן זיך פרובירן דורכצוקומען דורך א מפשר איידער מען קריגט זיך אויס אין געריכט

אין ביידע קעיסעס האבן אבער די ריכטער אפגעווארפן די אפציע פון צווינגען די קלעגער צו גיין צו א מפשר מיט באזונדערע ערקלערונגען אין איטליכער קעיס פארוואס אין דעם פאל מוז נישט מען נישט איינגיין צוזוכן קיין פשרה

ווען א דיסטריקט געריכט בלאקירט א פארלאנג צו גיין צו א מפשר באקומט דער אנגעקלאגטער די רעכט זאפארט צו קענען אפעלירן די באשלוס און די פירמע האט עס טאקע אפעלירט צום ניינטן קרייז געריכט

די סטאנדארד אין די ניינטע קרייז געריכט ווען עס קומט צו אזעלכע קעיסעס ארבעט אז בלויז די פאקט אז די סירקוט קאורט האט אקצעפטירט אויסצוהערן די מאושען אז מען זאל יא קענען צווינגען די קלעגער זיך צו שטעלן פארנטפון א מפשר מיינט נאכנישט אז דאס איז אן אויטאמאטישע סטעי אויף די אנטי מפשר באשלוס פונעם דיסטריקט געריכט

קוינבעיס האט דעריבער געדארפט פיילן א באזונדערע פארלאנגט מיט די דיסטריקט געריכט און געבעהטן אז אין ליכט פון זייער אפעלאט אינעם ניינטן קרייז געריכט וועלכע דארף באהאנדלען די פשרה פראגע זאל די דיסטריקט געריכט דערווייל איינפרירן די פראצעס ווייל עס איז מעגליך אז די ניינטע קרייז געריכט וועט עווענטועל אורטיילן אז מען דארף גיין צו א מפשר

די דיסטריקט געריכט האט אבער אפגעווארפן די פארלאנג פאר א סטעי שרייבנדיג אז קוינבעיס וועט נישט ליידן קיין ערנסטע שאדנס מיט דעם וואס די פראצעס גייט פאראויס אפילו אויב זיי וועלן עווענטועל באקומען דא זייעריגע פון די ניינטע קרייז געריכט און וועט יא פארלעצן די רעכט פאר ביעלסקי פאר א שנעלע פראצעס

קוינבעיס האט אפעלירט די אנטי סטעי באשלוס צום ניינטן קרייז געריכט וועלכע איז באקאנט אלץ א באנק וועלכע שטעלט זיך ענדערש אקעגן רעכטן פון ביזנעסער צו פארלאנגען א מפשר און האט געגעבן רעכט פאר די דיסטריקט געריכט און קוינבעיס האט עס אפעלירט צום סופרים קאורט

די ניינטע סירקוט קאורט איז באקאנט אלץ א באנק וועלכע שטעלט זיך ענדערש אקעגן רעכטן פון ביזנעסער צו פארלאנגען א מפשר און זיי האבן טאקע געמאלדן אז זיי זיי גייען נישט בלאקירן די פראצעסן פון פאראויסגיין אין די צייט וואס זיי קוקן איבער די אנטי מפשר באשלוסן פון די דיסטריקט געריכטן

די פראבלעם וואס האט אנטוויקלט די קעיס איז אז די געזעץ ערלויבט טאקע צו זאפארט אפעלירן אן אנטי פשרה אורטייל אבער די געזעץ אדרעסירט נישט אויב ווען די אפעלאט געריכט אקצעפטירט די קעיס זאל די אנטי פשרה ארדער פונעם דיסטריקט געריכט דערווייל געלייגט ווערן אויף האלד

די צוויי דיסטריקט געריכטן האלטן אז וויבאלד די ניינטע קרייז געריכטן האבן נישט ארויסגעגעבן קיין סטעי מעגן זיי דערווייל פאראויסגיין מיט די קעיס און האבן טאקע פארגעזעצט פאר ארום א יאר צייט מיט די פראצעדורן אבער אצינד טענה'ט קוינבעיס אין סופרים קאורט אז די רעכט פאר א באלדיגע אפעלאט ברענגט מיט זיך אויטאמאטיש א סטעי אינעם דיסטריקט געריכט

קוינבעיס באזירט זייער שטעלונג אויף א 1982 למספרם סופרים קאורט פרעצעדענט וואס שרייבט אז אן אפעלאט אין סירקוט קאורט טוט טעכניש אוועקנעמען קאנטראל פון דיסטריקט ריכטער צו ווייטער באהאנדלען די אספעקטן פון די קעיס וועלכע ווערן באהאנדלט אין קרייז געריכט

זיי ווייזן אויך אן אז קאנגרעס האט געגעבן רעכט זאפארט צו אפעלירן אנטי פרשה ארדערס אבער קלארגעשטעלט אז די רעכט פאר נישט געגעבן פאר דיסטריקט געריכט ארדערס זיך יא צו פארשטענדיגן ביי א מפשר וואס דאס צייגט אז קאנגרעס האט געציהלט דערמיט צו בעפארצוגן פשרות און אויב זאל מען ערלויבן ריכטער וואס גיבן ארויס אנטי פשרה ארדערס ווייטער פארצוזעצן מיטן פראצעס אפילו אין די צייט וואס עס ווערט אפעלירט נעמט עס ארויס די לופט פונעם געזעץ און האקט אונטער די ציהל פון קאנגרעס

ביעלסקי און סאסקי מאכן די ארגומענט אז מיט דעם וואס קאנגרעס האט געמאכט די אפעלאט געזעץ און אויסגעלאזט די רעכט פאר אן אויטאמאטישע סטעי מיינט עס אז זיי האבן עס נישט געוואלט און זיי צייגן אן אויף א צווייטע פראוויזיע אין די פשרה געעזץ באשטעטיגט דורך קאנגרעס וואס ערלויבט אפעלאטן אין געוויסע אנדערע פעלער און דארט שרייבן זיי יא קלאר ארויס אז דיסטריקט געריכטן זאלן איינפרירן פראצעדורן אין די צייט פון די אפעלאט און די צוויי טענה'ן איצט אז מכלל הן אתה שומע לאו

זיי ווייזן אויך אן אז די פראגע וואס ווערט באהאנדלט אין קרייז געריכט איז בלויז אויב קוינבעיס קען פארלאנגען א פשרה אדער נישט און די צייט וואס די דיסטריקט געריכט באהאנדלט די מעריטס פון די קעיס גופא און די צוויי זאכן זענען באזונדערע און אפגעטיילטע זאכן וואס קענען אדרעסירט ווערן אין די זעלבע צייט און עס איז אנדערש ווי אויב די דיסטריקט און קרייז געריכט וואלטן באהאנדלט די זעלבע פראגע און קענען מעגליך קומען צו פארקערטע מסקנות

די סופרים קאורט גרייט זיך אצינד צו אורטיילן איבער די קעיס
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום מאנטאג יוני 19, 2023 12:58 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40137
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

בולעטין:

קומענדי נענטער צו די ענדע פון יוני למספרם ווען די סופרים קאורט טוט געווענליך ארויסגעבן אירע לעצטע אורטיילן פונעם סעסיע קען מען מעלדן אז צום ערשטן מאהל זינט מען האט אנגעהויבן דעקן די קעיסעס וועלכע קומען אן צום העכסטן געריכט האט מען באשריבן יעדע איינציגסטע קעיס אן אויסנאם

געוויס זענען געווען קעיסעס וועלכע זענען געווארן געדעקט ברייטער ווי אנדערע אבער ביי אלע פון זיי האט מען באשריבן כאטש די קעיס זעלבסט און ביי א מאיאריטעט איז מען אנגעקומען צו דעקן אויך די מונדליכע ארגומענטן

אצינד ווארט מען נאך אויס אויף די לעצטע ארום צוויי צענדליג אורטיילן וועלכע איז ערווארטעט צו לאנדן אין די קומענדיגע טעג און מיט דעם וועט די איצטיגע סעסיע קומען צו א שליסונג

נאך א שטיקל איבערבליק אויף צוריק און קוקנדיג פאראויס צום קומענדיגן טערמין איז צייט איבערצוקלערן די ווייטערדיגע צוגאנג און זעהן וואס עס ארבעט די בעסטע פאר יעדן

עס שטעלט זיך ארויס אז די קעיסעס וועלכע ווערן באשריבן גאר לאנג און דעטאלירט ווערן אויפגענומען גוט דורך געוויסע אבער פאר מיינסטנס ליינער איז עס אן איבערגעטריבענע לאסט און זיי וואלטן ענדערש געוואלט זעהן די באריכטן אויף א קורצערע פארמאט טראץ וואס עס מיינט א מער אויבערפלעכליכע באריכט

מען קען מעגליך פרובירן אין אלגעמיין מיט קורצערע באריכטן און מפעם לפעם אריינקומען מיט א ברייטער באשריבענע קעיס

מיר וואלטן געווען זייער דאנקבאר אויב מען קען הערן פידבעק פון פאראויס איבער וואס עס וואלט געווען די בעסטע צוגאנג און אזוי אויך איבער סיי וועלכע טוישונגען וואס ליינער וואלטן רעקאמענדירט

א דאנק!
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

🎓🎓פראפעסער @הכל הבל 🎓🎓

שטייענדיג יעצט ביים סיום פונעם היי יעריגען זמן טוען מיר בשם כל הקהל הקודש, אייך באדאנקן על העבר פאר אייער איבערמידליכע ארבעט פון כסדר באשרייבן און דעקן די גאר גאר קאמפליצירטע און פארדרייטע געריכט קעיסעס מיט איהרע מינדליכע ארגומענטן, ווי מען פרובירט אפצולערנען ליטוויש דעם אמעריקאנע שטאטוטען, אדער לומדות איבער די מסורה און פרעצעדענטן פון די ערכאות, מאכן סתירות צווישן איין סירקוט און א צווייטע צירקוס, ובעיקר אייער חוש אראפצולייגן די גאנצע משא ומתן אזוי קלאר כשלחן ערוך אז מען פיהלט ממש ווי מ'האלט עס מיט לייוו!!!

ובבקשה על העבר ווייטער צו באשרייבן די לאנגע קעיסעס עד מקום שידך הנפלאה מגעת!

רוב קעיסעס האבען מיר דורכגעלעזט פון אנפאנג ביזן סוף, אבער טאקע געוויסע קעיסעס מחמת חוסר הפנאי נאר די ערשטע פאר שורות, אבער א יעדע קעיס איז געווארן געלעזט אויף א געוויסע לעוועל, ממילא זעה איך נישט פארוואס עס זאל זיין אן איבערגעטריבענע לאסט (ווי איהר זאגט) פאר סיי וועם.
-ע"כ די מיינונג פון איין מאן.

גראדע האב איך א שטיקל געדאנק אויב ס'בכלל שייך, צו צוטיילן די קעיסעס אין צוויי, קודם א קורצע איבערבליק אויף די קעיס די טענה אויף וואס מ'שלאגט זיך וכדו', און דערנאך אלע דאטעלן מיט די מינדליכע ארגומענטן.
עס איז ממילא אזוי אויסגעשטעלט און אפגעטיילט אין אייערע באריכטן, נאר די געדאנק איז דאס צו צוטיילן אין צוויי באזונדערע אשכולות, די צווייטע אשכול זאל הייסן "דעטאלן און מינליכע ארגומענטן אין די אמעריקאנע געריכטן" און סוף פון די קורצע באריכט לייגן א לינק צום אנדערן תגובה אינעם צווייטן אשכול מיט די דעטאלן, און אין די לענגערע באריכט זאל קודם זיין ציטירט די קורצע באריכט.

די אויפטוה דערפון איז עטליכע: ערשטנס ווי אנדערע ניקס האבן שוין ערווענט וועל איך צומאל נישט ליינען די פרישע אפדעיטעד קעיסעס ווייל איך וויל נישט פארלירן ווי איך האלט אין די נעכטיגע אדער פארגאנגענע וואך'ס קעיסעס, אבער מיט די אויבענדערמאנטע וועל איך נישט קליקן אוף די לינקס וואס פירט צו די לענגערע באהאנדלונג נאר ווען מען וועט שוין דארט האלטן, און צו די זעלבע צייט זיין אפדעיטעד מיט די פרישע קעיסעס. ווי אויך די וועלכע האבן נישט אזא לאנגע עטענשן ספעם וועלן נישט זעהן די לענגערע באריכטן. און דריטנס מען וועט אינעם צווייטן אשכול קענען אויסשמועסן די טענות מיט אייגענע דעת בעל הבית סברא'ס וכדו' וואס דא אין דעם אשכול וועט עס נאר פארשוועמן די נייעס און נאטיצן.
-נאר א געדאנק.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4526
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג יוני 19, 2023 11:45 am
בולעטין:
מיר וואלטן געווען זייער דאנקבאר אויב מען קען הערן פידבעק פון פאראויס איבער וואס עס וואלט געווען די בעסטע צוגאנג און אזוי אויך איבער סיי וועלכע טוישונגען וואס ליינער וואלטן רעקאמענדירט

א דאנק!
;l;p- פאר אלע רעפארטארזשן.
מיין מיינונג איז א קערצערע ווערסיע. -
אן אנקעעטע איז גלייכע זאך
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6154
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

@הכל הבל צוערשט דארף מען אריינקומען מיט א מאסיווע דאנק אויפן מעכטיגע ארבעט וואס דו לייגסט דא אראפ פארן ציבור!

יעצט לעצם השאלה, דעתי (געבויט אויף מיינע נגיעות און פרעפרענצן) איז אז מער אינטערעסאנטערע קעיסעס און/אדער קעיסעס וועלכע האבן ווייטגרייכנדע רעזולטאטן איז ווערט זיך אריינצולאזן אין א לענגערע ביאור און פרטי פרטים, משא"כ די רוב קעיסעס, בעיקר די וועלכע שלאגן זיך אויסצוטייטשן א געוויסע פראז אין א געזעץ וועלכע וועט נישט האבן קיין ווייטגרייכנדע רעזולטאטן וועלמיר זיך באגניגן מיט אויבערפלעכליכע דעקונג, א דאנק נאכאמאל!

(אן אנקעטע אויף אייוועלט האט בדרך כלל זעראו ווערט צו זען דעם מיינונג פונעם כלל, בפרט דא וואס כ'גלייב ווילסט בעיקר זען דער מיינונג פון דיינע שטענדיגע ליינער).
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”