ער וויל נישט, צי ער קען נישט?! - באלערנדע פארזעצונג

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
קוקט אויס ווי מען גייט אנקומען צו ADD אדער ADHD?
נישט פארשטאפטע קאפ...?
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4616
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

וואה לייגסט עס גיט אראפ
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

נשמת השכל האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:
קוקט אויס ווי מען גייט אנקומען צו ADD אדער ADHD?
נישט פארשטאפטע קאפ...?
ער שרייבט דאך אז אין די ערשטע פאר מינוט פונעם שיעור פרעגט ער באמבע קשיות

ערגעץ וואו אינצווישן עסט ער מסתמא פון עפעס וואס איז נישט אונזער הכשר..

האהא האסט מיר אויפגעשאסן :lol:
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע: אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

''עס איז מיר זייער שווער צו אנהאלטן דעם גאנצן סוגיה''. פרובירט שלומי צו מסביר זיין וואס קומט פאר אין זיין פארנעפלט'ן קאפ. ''דאס ערשטע פאר מינוט האלט איך עס נאך אן מיט געוואלד'', אבער ווען דער סוגיה ווערט פארברייטערט, איז עס שוין ממש נישט שייך.'' פילט שלומי ווי ער האט זיך פיין מסביר געווען.

אדער אפשר דארף איך מיך פשוט מער אנשטרענגן? קומט צוריק דאס פארצווייפלונג.

אינעם טינקעלן שיעור צימער שיינט שוין אריין א שוואכער שיין פון דאס גאס לאמפ, א צייכן אז דער נאכט סדר קומט שוין באלד צו אן ענדע.

''לאמיר כאפן א שפאציר'' טראגט דער מגיד שיעור אן. שלומי שטעלט זיך אויף מיט געמישטע געפילן, און מען גייט ארויס אויפן גאס.
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!

:lol:

יישר כח אלע באדאנקערס! עס געט די געז אנצוגיין.

''די האסט געהערט פונעם דיבנער מגיד?'' דרייט זיך דער מגיד שיעור אויס צו שלומי.

''איך מיין אזוי'', קומט א שעמעדיגער ענטפער.

''עס איז באקאנט א משל פון איהם וואס איך מיין קומט אריין דא יעצט. א רייכער איד האט אמאל געבעהטן א טרעגער, אז ער זאל איהם ארויפשלעפן א פעקל צו זיין האטעל צימער אויפן פערדער שטאק, און ער וועט איהם שיין באצאלן.''

''און אזוי איז געווען, דער טרעגער האט ארויפגעשלעפט דעם פעקל, און געגאנגען אפמאנען דאס געלט... ''

''איך קען דער משל'' האקט שלומי איבער דעם מגיד שיעור מיט א שמייכל.

''אדרבה לאמיך הערן'' זאגט דער מגיד שיעור מיט הנאה.

און שלומי דערציילט ווייטער ווי דער גביר זאגט פאר דעם טרעגער, ''דער פעקל וואס די האסט געשלעפט איז נישט מיין פעקל.''
''די האסט דאך עס נישט געזעהן?!'' טענ'ט דער טרעגער. ''איך דארף נישט זעהן דעם פעקל'', זאגט דער גביר. ''איך זעה דער שווייס וואס רינט פון דיר, ''מיין פעקל וועגט נישט! אויב די שוויצט אזוי שטארק, איז עס נישט מיין!''

''זייער גוט'' באקומט שלומי א ליבליכער גלעט. ''און פארוואס די משל קומט אריין דא פארשטייסטו אויך''?

''איך נעם אידישקייט צו שווער?'' וואונדערט זיך שלומי, ''וואס האט דעס צו טוהן?''

''עס זעהט מיר אויס אז זאכן דארפן זיין ביי דיר פערפעקט, דאס שטרענגט דיך אן ביים לערנען און סיי ווען,'' איז דער מגיד שיעור מסביר.
''דער פעקל דארף אבער נישט וועגן אזוי זאך! אחריות איז א גוטע זאך, אבער אן א שטארקע פערפעקשעניזם''!

''אויב וועסט נישט לייגן אזוי סאך דגוש צו פארשטיין אלעס און פינקטליך, וועסטו מן הסתם נישט זיין אזוי אנגעשטרענגט.''

''א גוטע נאכט שלומי'', ענדיגט דער מגיד שיעור צו דעם שמועס. '' גיי רוה דיך אויס, און איך האף צו זעהן א פרייליכען שלומי מארגן!''
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

צד השוה האט געשריבן:
''עס איז מיר זייער שווער צו אנהאלטן דעם גאנצן סוגיה''. פרובירט שלומי צו מסביר זיין וואס קומט פאר אין זיין פארנעפלט'ן קאפ. ''דאס ערשטע פאר מינוט האלט איך עס נאך אן מיט געוואלד'', אבער ווען דער סוגיה ווערט פארברייטערט, איז עס שוין ממש נישט שייך.'' פילט שלומי ווי ער האט זיך פיין מסביר געווען.

אדער אפשר דארף איך מיך פשוט מער אנשטרענגן? קומט צוריק דאס פארצווייפלונג.

אינעם טינקעלן שיעור צימער שיינט שוין אריין א שוואכער שיין פון דאס גאס לאמפ, א צייכן אז דער נאכט סדר קומט שוין באלד צו אן ענדע.

''לאמיר כאפן א שפאציר'' טראגט דער מגיד שיעור אן. שלומי שטעלט זיך אויף מיט געמישטע געפילן, און מען גייט ארויס אויפן גאס.
דאס קען זיך אויך נעמען פון א שווערע שטוב ווי די עלטערן קריגן זיך און / אדער די עלטערן קלאפן דאס קינד נאכאנאנד. אלעס ביז אהער האט מיין טייערע ערוואקסענע בחור מיין זוהן לעצטענס מיר געזאגט מיט טרערן סך הכל איך בין א דורכפאל. איך שפיר ווי איך פלאץ. מיינע געפילן נעמען מיך איבער אהן קאנטראל, איך קען נישט לערנען. ווען עס קומט די צייט הער נישט קיין שידוכים איך בין נישט גרייט. איך קען גארנישט איך ווייס גארנישט. זיין פראבלעם איז לכאורה זיינע מיטמאכענישן און אראפגעקלאפטקייט פון די מצב אינדערהיים. בתוך הדברים אמר לי מיינע ערשטע 13 יאהר האב איך נישט געלעבט בכלל, יעצט לעב איך כאטש. ער שרייט גיב מיר טעראפי בעוד מועד פאר איך קראך. באמת איז ער א חשובע בחור א מתמיד 100 א קאפ 90 א קענער 89 א ידען 105 א שיינער 101 ארויפגעקוקטער 110.
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע: אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

איבערלעבער האט געשריבן:
צד השוה האט געשריבן:
''עס איז מיר זייער שווער צו אנהאלטן דעם גאנצן סוגיה''. פרובירט שלומי צו מסביר זיין וואס קומט פאר אין זיין פארנעפלט'ן קאפ. ''דאס ערשטע פאר מינוט האלט איך עס נאך אן מיט געוואלד'', אבער ווען דער סוגיה ווערט פארברייטערט, איז עס שוין ממש נישט שייך.'' פילט שלומי ווי ער האט זיך פיין מסביר געווען.

אדער אפשר דארף איך מיך פשוט מער אנשטרענגן? קומט צוריק דאס פארצווייפלונג.

אינעם טינקעלן שיעור צימער שיינט שוין אריין א שוואכער שיין פון דאס גאס לאמפ, א צייכן אז דער נאכט סדר קומט שוין באלד צו אן ענדע.

''לאמיר כאפן א שפאציר'' טראגט דער מגיד שיעור אן. שלומי שטעלט זיך אויף מיט געמישטע געפילן, און מען גייט ארויס אויפן גאס.
דאס קען זיך אויך נעמען פון א שווערע שטוב ווי די עלטערן קריגן זיך און / אדער די עלטערן קלאפן דאס קינד נאכאנאנד. אלעס ביז אהער האט מיין טייערע ערוואקסענע בחור מיין זוהן לעצטענס מיר געזאגט מיט טרערן סך הכל איך בין א דורכפאל. איך שפיר ווי איך פלאץ. מיינע געפילן נעמען מיך איבער אהן קאנטראל, איך קען נישט לערנען. ווען עס קומט די צייט הער נישט קיין שידוכים איך בין נישט גרייט. איך קען גארנישט איך ווייס גארנישט. זיין פראבלעם איז לכאורה זיינע מיטמאכענישן און אראפגעקלאפטקייט פון די מצב אינדערהיים. בתוך הדברים אמר לי מיינע ערשטע 13 יאהר האב איך נישט געלעבט בכלל, יעצט לעב איך כאטש. ער שרייט גיב מיר טעראפי בעוד מועד פאר איך קראך. באמת איז ער א חשובע בחור א מתמיד 100 א קאפ 90 א קענער 89 א ידען 105 א שיינער 101 ארויפגעקוקטער 110.
זאגסט זייער ריכטיג. ענליך'ס צו דעם האט זיך אפגעשפילט ביי שלומי, ווי די וועסט אי''ה זעהן.

מען וועט אי''ה אריין גיין אין דער טיפקייט דערפון צו באקומען מער קלארקייט.
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע: אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

א וואך נאכן שמועס מיטן מגיד שיעור....

דער בית המדרש איז פיל מיט בחורים וואס זיצן איבערן גמרה מיט א חשק, עס דינערט אפ א קול תורה מיטן גאנצן קנאק.
צווישן די פילע בחורים געפינט זיך אונזער שלומי ווי ער האלט אינמיטן געשמאק דורכטוהן דעם רשב''א מיט זיין חברותה דוד.

דער זון וואס שיינט אריין פונעם גרויסן פענסטער גיט נאר צו, צו שלומי'ס גיסטע.

דער ראש ישיבה האט פינקט דורכגעוואקט און שטארק הנאה געהאט פונעם ריתחא דאורייתא.
''די לערנסט פיין ''! פארגינט דער ראש ישיבה א קאמפלימענט.

שלומי שמייכלט צוריק פאררויטלט, ''ב''ה איך פרוביר''.

''אז מען פרובירט קען מען'' קומט גלייך אן ענטפער.

שלומי זעצט זיך צוריק צום גמרה, דער גוטער געפיל ווערט ארוםגענימען מיט אן אנגעצויגנקייט. ''ס'איז גארנישט, עס איז פערפעשעניזם'' זאגט זיך שלומי. און פאלט צוריק אריין אינעם ים התלמיד.

דער געפיל נאכן סדר איז מעין עולם הבה! שלומי'ס נשמה איז געזעטיגט און פילט גוט.

דער אומאידענטפיצירטער שווערער געפיל פרובירט שלומי צו איגנארירן. ''עס איז פערפעקשעניזם'' ווייזט ער שוין מיט א קלארקייט.
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע: אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

א גוט מארגן מיין טייערע ברודער.

איך בעהט ענק באמת איבער פארן נישט ווייטער שפאצירן אין די לעצטע פאר חדשים מיט אונזער באליבטער שלומי און זיך לערנען פון זיין עקספעריענס.
איך בין געווען שטארק פארנומען אנהייב יאר, און נישט אנגעקומען ווייטער צו גיין.

בס''ד וועט מען ווייטער פארן מיט זיין רייזע, הנאה האבן, מיטפילן, און זיך לערנען.

און ווי פארשטענדליך אן אונזער גוטע באשעפער איז גארנישט דא. וועלן מיר ענדיגן מיט א תפילה אז די נושאים זאלן גוט פארשטיין ווערן, און ברענגן קלארקייט.

צד השוה
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע: אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

''אה שלומי! ווילסט כאפן א שפאציר? איך זוך מיט וועם צו גיין, די היינטיגע וועטער איז אשאד נישט אויסצוניצן'' האט אליעזר געפרעגט.

''ניין!!!'' איז געקומען א קאלטע נערוועזע ענטפער, ''איך וויל נישט!.''

אליעזר האט געעפנט זיין מויל און פארמאכט נישט וואוסנדיג וויאזוי צו ריאגירן. וואס האב איך געטוען ראנג אז די אלעמאל צוגעלאזענע שלומי איז אזוי בייז?
שלומי האט אבער אויסגעזעהן ווי געביסן פון א שלאנג און אוועקשפאצירט פון דארט אן א ווארט.

....

א ביסל פריער ביים מיטאג סדר...

שוין באלד צוויי וואכן פון דעם שמועס מיט'ן מגיד שיעור ר' ישראל, שלומי האט פיין געלערנט אין די צייט, צו דער צופרידענהייט פון די ארימיגע.

און אנהייב האט זיך שלומי אליין אויך מחיה געווען, ''איך דארף נישט זיין פערפעקט'' האט ער שוין געוויסט מיט א קלארקייט, און אזוי וועל איך שוין זיין א נארמאלער בחור אין ישיבה.

אבער יעצט צוויי וואכן שפעטער האט איהם די קלארקייט גארנישט געהאלפן! די לערנען האט איהם אנגעשטרענגט ווי קיינמאל בעפאר ביז ער האט געפלאצט.
''איך גיי נעמען א קאווע'' האט שלומי געזאגט פאר זיין חברותה ארי, לייגנדיג א טישא אויפן גמרא.

''די האסט געמאכט א קאווע צען מינוט צוריק''! האט ארי געזאגט פארצווייפלט, ''מ'קען נישט אזוי לערנען.''

יענע סעקונדע האט עס פאסירט, די עקספלאוזען געפילן וואס האט פארפלייצט שלומי'ס הערצעלע איז שווער צו מסביר זיין, איגנארירנדיג ארי האט ער געמאכט דעם וועג ארויס פון בית מדרש.
אין די האלוועי האט יעדע גארבידז קען געכאפט א שטויס און געוויסע אפילו צוויי.
כאפן א בחור אין דארמעטארי בשעת'ן סדר איז פון די הארבסטע עברות אין ישיבה. ישיבה תקנות זענען אבער נישט געליגן אויף שלומי'ס געדאנק יעצט, ער האט אויפגעפראלט דעם טיהר און אריין.
....
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע: אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

א דאנק @בעל מנוחה פאר די לייק!

אלץ א בשר ודם האב איך וואס צו טוהן דערמיט.
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע: אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

פון די פענסטער קען מען גארנישט זעהן אחוץ די וואסער וואס פליסט אויף דעם, די שלאקס רעגן ווערט נאר שטערקער פון מינוט צו מינוט צו שלומי'ס הנאה.
די רואיגקייט פון די נאכט שטונדען מיט די גערויש פון די אנגייענדיגע רעגן האבן געטוען דאס זייעריגע, א געוויסע רואיגקייט האט ארומגענימען שלומי און איהם ערמעגליכט צו טראכטן.

פארוואס בין איך געווארן אזוי נערוועז היינט? וואס האט מיר געטריגערט?
איז עס געווען די קאווע? פארוואס זאל מיר עס אזוי שטערן?

קען זיין אז איך פרוביר צו זיין פערפעקט נישט צו זיין פערפעקט?

''דאס מאכט סענס'', פילט שלומי. און דאס איז אפשר די סיבה פארוואס איך וויל די מגיד שיעור זאל מיינען אז די פראבלעם איז שוין געסאלוועד? ווייל אויב נישט מיינט עס אז איך ארבעט נישט אויף מיך צו ווערן אויס פערפעקשעניסט, און איך וויל נישט אז דער מגיד שיעור זאל מיך אזוי אנקוקען?

''אדער ווייל איך האב זיך אליינס מורא אזוי אנצוקוקען,'' שרייט א שטיל אבער קלאר שטימע פון די באהאלטענע מוח קעמערלעך?

''הייסט דער פערפעקשעניזם וועט אייביג קומען פון אינטער טירן'' בליצט אריין קלארקייט אין שלומי'ס מחשבה.

''געפילן און מחשבות זענען דאך אזוי קאמפלעצירט'' קומט צוריק די אומרואיגקייט. עפעס קלארקייט פעלט דא. וויאזוי וועל איך טרעפן קלארקייט און ארויסקריכן דערפון?

און שלומי איז אריינגעפאלן אין א טיפער שלאף

....
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

איך ליין, דו שרייב. נאך און נאך!
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4616
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

נאפיינע פעדער וואס שפאצירט ארום אויף אפענע און פארמאכטע געפיהלן
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע: אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

די ליכטיגקייט וואס האט אריינגעשיינט פונעם פענסטער האט קלאר געשטעלט אז די זון האט זיך באקוועם געמאכט העכערן ישיבה און מיט דעם עסטעבלישט נאך א טאג. זעהנדיג די ליידיגע צימער, האט זיך שלומי פלינק אויסגעדריידט צום וואנט פון ווי דער זייגער לאזט יעדען טאג געמיטלעך וויסן דער צייט. ''נאך א טאג וואס איך וועל פארפאסן פארטאגס מיטן דאווענען?''

7:30 האט די זייגער געוויזן קאלטערהייט. שלומי האט אביסל אפגעאטעמט, דאווענען הייבט זיך ערשט אן 8:15.

די ווארעמע דאכענע האט אבער געשאנקען א ליבליך שמייכל צו שלומי, און ווי א נאנטער חבר איהם מסביר געווען אז שלאפן נאך 10 מינוט קען נאר ברענגן א טובה. ממה נפשך, פארטאגס האסטו שוין ממילא פארפאסט, און צום דאווענען וועסטו זיין צייטליך אפילו די בלייבסט נאך אביסל אין בעט, איז פארוואזשע זיך יאגן?

ס'איז נישט געווען די ערשטע מאל שלומי האט געדארפט דעצעדירן דעם מאלטי מיליאן דאלער פראגע. בלייבן אין בעט און צאלן א פרייז דערנאך, אדער טוהן דעם אזוי שווערע פעולה פון אויפשטיין, אבער אנהייבן דעם טאג אויפן רעכטן זייט.

שלומי האט געוויסט וואס עס לוינט זיך, אבער דער קערפער האט זיך פשוט אפגעזאגט מיטצוארבעטן! שטיי אויף שלומי, האט ער געבעהטן צו זיך אליין. די דארפסט זיין א נארמאלע בחור! וואס טראכט יעדער ווען די קומסט כסדר שפעט?!

דער דאכענע האט גובר געווען, און שלומי האט זיך אויסגעדרייט צום צווייטען זייט.

''וואס איז דעס שלומי!?!'' האט א שארף קול איבערגעהאקט דעם זיס חלום. ''8:25 און די שלאפסט נאך?! דא איז א ישיבה! אויב די ווילסט זיי א פעפער טוה עס אינדערהיים, נישט דא!''

וויאזוי איז געווארן 8:25? האט שלומי גערעדט האלב צו זיך האלב צום משגיח, דער משגיח איז אבער נישט געווען אין דעם גיסטע פון הערן.
''די כאפסט אז די הרגסט זיך אליינס שלומי?!'' האט ער געראכטן זיינע ווערטער צו שלומי, זעהסט נישט אז אלע נארמאלע בחורים שטייען אויף אין צייט און נאר די שלאפסט ביז שפעט יעדן טאג? ווילסט שטארבן א בחור, אדער די ווילסט חתונה האבן? האט דער משגיח פארגעזעצט מיט דעם וויכטיגער ''חינוך שמועס''.

''די דארפסט סך הכל אפמאכן מיט אן עקשנות אז די שטייסט אויף אין צייט און זיך האלטן צודעם, האט דער משגיח ווייטער געגאסן פערל ווערטער''

שלומי האט שוין אבער נישט געהערט, זיין אנגעשטרענגט מח'ל האט שוין געזעהן די לויה צעטליך וואס מעלדן אז הב' שלומה האט זיך געזעגנט פון דעם עולם, און מען בעהט דעם עולם צו לערנען לע''נ דעם עלנדער נשמה.

צובראכענערהייט האט ער געמאכט זיין וועג צום בית המדרש ווי זיינע נארמאלע ערענסטע חברים האלטן שוין אינמוטן דאווענען....
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע: אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

יישר כח טייערע באדאנקער'ס!

געהאט א פארנומענע טאג, אבער ווען איך זעה עטץ האט'ס הנאה מוז מען מאכן צייט אפילו אין אזא טאג.

גוטע נאכט.
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
אוועטאר
זויער טייג
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 21, 2023 5:48 pm
לאקאציע: אין בעקעריי

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זויער טייג »

א הערליכע ארבעט מיט א גלאנציגע פעדער, די ציבור זיצט געשפאנט און קוקט ארויס אויף די קומענדיגע חלק!
רוב מאל איז די תירוץ "ניין"
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע: אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

''הערשל וואלט געמעקט געבן מער פאר'ן נייעם בנין'' טענה'ט בענצי ווען זיינע רויטע באקן זענען עדות ווי ערנסט ער מיינט עס. ''אלץ ראש הקהל פונעם קהילה דארף ער זיך מער צושטעלן!''

יצחק איז אבער נישט שולדיג געבליבן. ''הערשל גיבט מיליאנען פאר'ן מוסדות יאר יערליך, ער דארף נישט אייביג געבן די מערסטע''

די קופקע איז ווייטער געגאנגען מיט אייפער, אבער שלומי איז שוין נישט דארט געווען צו הערן. א געוויסע אומאיינגענעמע געפיל האט איהם פארטריבן פון דארט אן דעם וואס ער זאל זיין באוויסטזיניג צו דעם.

די ישיבה עס זאל האט געטומלט מיט הונדערטער בחורים.

שלומי האט באטראכט די בחורים און אויפגעמערקט ווי אנדערש איין בחור איז פונעם צווייטען.

למשל חיים הערש די מתמיד פון ישיבה האט שוין גענדיגט זיין האלבער ברויט מיט איין איי, און געווען אויפן וועג צוריק צו זיין גמרא,
ווען שמואלי פון די אנדערע זייט איז נאך געווען פארנימען אנשמירן זיין 6 ברויט מיט אדוואקאדא.

וואס מאכט מענטשן אזוי אנדערש? האט שלומי געטראכט צו זיך. איז עס בחירה? נאטור? ביידע? אנדערע פאקטארן אינעם לעבן?

''שלומי די האסט א פאון קאל וואס ווארט פאר דיך אין די לאבי'' האט שמעי איבערגעהאקט שלומי'ס מחשבות.
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

א ריזיגער יש׳כ. דו האסט א שטארקע ציענדע, לייכטע פעדער.
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע: אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

שלומי קוקט זיך ארום אינעם לאבי, ווילנדיג זעהן וועלכע טעלעפאון האט א רויטע לעמפל אלץ צייכן אז איינער ווארט אויפן ליניע.
מיט צופרידנהייט זעהט ער אז עס איז די פאון ביים קארנער, די פאון וואס ער גלייכט.

''אינטערסאנט ווער ס'ריפט מיר יעצט,'' טראכט שלומי נעמענדיג דעם טרייבל.

''העלא'',
''א גוטן שלומי'' הערט זיך זיין מאמע'ס קול אויפן אנדערע זייט טרייבל. וואס מאכסטו עפעס? וויאזוי גייט עס אין ישיבה?
''ס'איז געוואלדיג מאמי'' ענטפערט שלומי. איך לערן דאווען, שטייג אין רוחניות, קען נישט זיין בעסער!

שלומי זעהט אין געדאנק זיין מאמע'ס שמייכל.

''די האסט גוטע געזונטע עסן'? פרעגט זיין געטרייע מאמע.
''ס'איז זייער גוט צוגעשטעלט'' קומט אן ענטפער.

''אקעי, כ'האב פשוט געוואלט זיכער מאכן אלעס איז פיין. אלעס גוט'ס מיין צדיק!''
''ביי מאמי שכ'ח פארן ריפן''.

''ווען איך קען נאר זיין אפען מיט מיין מאמע'' שפאצירט שלומי אוועק פון דארט מיט א שווער הארץ. פארוואס קען איך נישט זיין אפען מיט איר??
.....
3 יאר פריער...

''גיב איהם נישט די פענסיל, יענקי'' האט דוד געלאכט! ''די מיינסט נאר שלומי'ס טאטע איז א גנב?! די חינוך ביי זיי אינדערהיים איז גניבה! אויב די בארגסט איהם די פענסיל, וועט עס זיין די לעצטע מאל די זעהסט עס''!

יענקי האט שווייגענדיג צוריק אריינגעלייגט די פענסיל אינעם קעיס, לאזנדיג שלומי הענגן.

די בעל האט זיך צוקלינגען לאזנדיג וויסן אז ריסעס איז געקומען צו אן ענדע, צייטוויילנדיג געבנדיג אביסל מנוחה פאר שלומי.
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע: אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: ער וויל נישט, צי ער קען נישט?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

פאר איך גיי ווייטער וויל איך בס''ד אויסשמועסן א נקודה וואס איך מיין איז וויכטיג נאכן ליינען געוויסע פון די אישי'ס וואס זענען אריינגעקומען.

(א דאנק נאכאמאל פאר אלע וואס האבן געשיקט אישי'ס און אלע וואס באדאנקען און גיבן לייקס. עס ווייסט מיך אז עס זענען דא וואס ליינען און אפרישיעטן אזעלכע ארטיקלן)

עס זענען דא די סיפטאמען און עס איז דא די סיבה וואס ברענגט עס. ווען מען זעהט 5 מענטשן מיטן זעלבן סימפטאם, קען זיין אז דאס וואס ליגט באגראבן דערונטער, איז אנדערש ביי יעדעם כרחוק מזרח ממרב.

דערנאך איז דא די פארקערטע. צוויי מענטשן קענען דורך גיין די זעלבע איבערלעבנישן, און דער וואונדערליכער מח וואס נאר דער באשעפער קען באשאפען, וועט רעספאנדען אינגאנצן אנדערש.
(מען קען אריין זייער טיף פארוואס עס איז אזוי אויף וויפיל אונז קליינע מענטשליך קענען פארשטיין, געוויסע מאל ווייסט מען, געוויסע מאל שפעקעלירט מען, און געוויסע מאל האט מען נישט קיין אנונג. מען וועט אי''ה זעהן ווי טיף מען וועט גיין)

פארוואס שרייב איך דעס? אויב די זעהסט זיך אין די סימפטאמען וואס שלומי איז אדורך, מיז נישט זיין אז ווען מען וועט פארשטיין דעם גאנצער פאזל מיט א קלארקייט, וועט דאס זיין דיין פאזל.
און אזוי אויך פארקערט. אפילו די ביזט נישט דורך דאס וואס שלומי איז אדורך, קען זיין אז די וועסט בס''ד באקומען געוויסע קלארקייט אויף דיינע סטראגל'ס.

וועסט אבער יא מיטן באשעפער'ס הילף באקומען קלארקייט אויף דיינע שוועריקייטן דורכן זיך בעסער באקענען מיטן נפש'ל.

איך וועל אי''ה פרובירן אז עס זאל ענהאלטן וואס מער ידועות אויף אסאך נושאים אז מען זאל זיך קענען לערנען דערפון וואס מער (אויף ווי ווייט דער באשעפער האט מיר געגעבן צו פארשטיין.)

יישר כח פארן מיטהאלטן די רייזע!

א גוטע נאכט!
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”