לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8096
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

שלום עליך כינור, א געשמאק צו ליינען דיין אנאליז!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1122
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

טנקס עי מיליון ! יא נעילד איט… פין דיינע בעסטע אנאליזן. האסט עס…
אוועטאר
לשובע
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 11, 2023 6:43 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לשובע »

שכח כינור
אוועטאר
די רב פון ליאן
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 07, 2022 12:04 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די רב פון ליאן »

כינור, א גרויסע שכח גאר שטארק הנאה געהאט

אבער טאמער וועסטו זאגן כ'האב פארגעסן פון שבתון, ניין זאג איך דיר...
אוועטאר
בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3430
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2022 10:39 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוקר »

הערליך שיין כינור,
א עקסטערע געשמאק איז צו גיין איבערהערן די קארדס אין ענינים וואס דו צייכנסט צו...
די זין שיינט אפילו ווען עס איז פארוואלקענט, דו זעהסט עס נאר נישט...
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1520
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

די רב פון ליאן האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 6:29 pm
כינור, א גרויסע שכח גאר שטארק הנאה געהאט

אבער טאמער וועסטו זאגן כ'האב פארגעסן פון שבתון, ניין זאג איך דיר...
גם אני מצטרף!
מיר ווארטן אויף שבתון..
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

שקויעך שקויעך שקויעך שקויעך כינור!

א געשמאק ווי אלעמאל,
באטעמט און זיס.

ישר כח!!!!!!
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
Potus
שר האלפיים
תגובות: 2870
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

יישר כח כינור

כזעה אז קהילות הקודש ניגון האט דיר נישט אזוי געכאפט אינטערסאנט
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
זעצל גראצאוויטש
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 28, 2022 12:51 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעצל גראצאוויטש »

גראדע שכל האט געשריבן: פרייטאג מארטש 17, 2023 1:03 am
די רב פון ליאן האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 6:29 pm
כינור, א גרויסע שכח גאר שטארק הנאה געהאט

אבער טאמער וועסטו זאגן כ'האב פארגעסן פון שבתון, ניין זאג איך דיר...
גם אני מצטרף!
מיר ווארטן אויף שבתון..
וואס רעדט מען דא? שבתון, די לעצטיגע סידי פון מיכאל? אויב יא שטעל איך מיך צו!
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

תגובה דורך כינור »

ענדע צדיק! האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 5:02 pm
שלום עליך כינור, א געשמאק צו ליינען דיין אנאליז!
יישר כח! ס׳מיר א כבוד אז דו ליינסט עס.
בא שבת בא מנוחה האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 5:05 pm
טנקס עי מיליון ! יא נעילד איט… פין דיינע בעסטע אנאליזן. האסט עס…
שכוח! יו מעיד מיי דעי...
לשובע האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 6:23 pm
שכח כינור
יו וועלקאם!
בוקר האט געשריבן: פרייטאג מארטש 17, 2023 12:57 am
הערליך שיין כינור,
א עקסטערע געשמאק איז צו גיין איבערהערן די קארדס אין ענינים וואס דו צייכנסט צו...
שכוח פאר די פידבעק! כ׳האב הנאה אז ס׳איז נישט געשריבן אומזיסט.
טינט האט געשריבן: פרייטאג מארטש 17, 2023 12:24 pm
שקויעך שקויעך שקויעך שקויעך כינור!

א געשמאק ווי אלעמאל,
באטעמט און זיס.

ישר כח!!!!!!
שכוח!!! טינט ס׳מיר א כבוד אז דו ליינסט. ווען די וועלטל זאל וויסן וויפיל טאלאנטן ס׳איז פארקערפערט אין דיר...
Potus האט געשריבן: פרייטאג מארטש 17, 2023 1:02 pm
יישר כח כינור

כזעה אז קהילות הקודש ניגון האט דיר נישט אזוי געכאפט אינטערסאנט
שכוח! גראדע איך מיין כ׳האב ארויסגעברענגט אז ס׳איז מיר יא געפאלן. טאקע נישט קיין הנני אבער איך גלייך עס שטארק.
די רב פון ליאן האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 6:29 pm
כינור, א גרויסע שכח גאר שטארק הנאה געהאט
שכוח רב לעבן!
די רב פון ליאן האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 6:29 pm

אבער טאמער וועסטו זאגן כ'האב פארגעסן פון שבתון, ניין זאג איך דיר...
גראדע שכל האט געשריבן: פרייטאג מארטש 17, 2023 1:03 am
די רב פון ליאן האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 6:29 pm
כינור, א גרויסע שכח גאר שטארק הנאה געהאט

אבער טאמער וועסטו זאגן כ'האב פארגעסן פון שבתון, ניין זאג איך דיר...
גם אני מצטרף!
מיר ווארטן אויף שבתון..
זעצל גראצאוויטש האט געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2023 2:21 am
גראדע שכל האט געשריבן: פרייטאג מארטש 17, 2023 1:03 am
די רב פון ליאן האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 6:29 pm
כינור, א גרויסע שכח גאר שטארק הנאה געהאט

אבער טאמער וועסטו זאגן כ'האב פארגעסן פון שבתון, ניין זאג איך דיר...
גם אני מצטרף!
מיר ווארטן אויף שבתון..
וואס רעדט מען דא? שבתון, די לעצטיגע סידי פון מיכאל? אויב יא שטעל איך מיך צו!
איך וועל אייך זאגן די אמת ברודער, כ׳האב שוין געהאט געשריבן דריי פערטעל ארטיקל אויף יוסי גרינס ווישעווער מיטן פלאן ווייטער צו גיין מיט שבתון, אבער ס׳איז פארלוירן געגאנגען. כ׳האב נישט קיין אהנונג ווי אזוי און פארוואס. כ׳טרעף עס נישט. בינעך אביסל פויל זיך ווידער זעצן צום שרייב טישל פאר די אלטע סחורה. אבער אויב מען וועט מוטשען... וועט מען זען
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18788
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

כינור האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 4:51 pm
הערט זיך א טראפקעלע הייזעריג ביים הויכע פאל.
נאכן טרייען מיטזינגען, פארשטיי איך שוין פארוואס..
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1520
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

כינור האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:50 pm

יישר כח! ס׳מיר א כבוד אז דו ליינסט עס.

שכוח! יו מעיד מיי דעי...

יו וועלקאם!

שכוח פאר די פידבעק! כ׳האב הנאה אז ס׳איז נישט געשריבן אומזיסט.

שכוח!!! טינט ס׳מיר א כבוד אז דו ליינסט. ווען די וועלטל זאל וויסן וויפיל טאלאנטן ס׳איז פארקערפערט אין דיר...

שכוח! גראדע איך מיין כ׳האב ארויסגעברענגט אז ס׳איז מיר יא געפאלן. טאקע נישט קיין הנני אבער איך גלייך עס שטארק.

שכוח רב לעבן!

איך וועל אייך זאגן די אמת ברודער, כ׳האב שוין געהאט געשריבן דריי פערטעל ארטיקל אויף יוסי גרינס ווישעווער מיטן פלאן ווייטער צו גיין מיט שבתון, אבער ס׳איז פארלוירן געגאנגען. כ׳האב נישט קיין אהנונג ווי אזוי און פארוואס. כ׳טרעף עס נישט. בינעך אביסל פויל זיך ווידער זעצן צום שרייב טישל פאר די אלטע סחורה. אבער אויב מען וועט מוטשען... וועט מען זען
עט ליסט שבתון... צו גוט צו אויסלאזן...
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
שמואל גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 517
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2017 12:36 am

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל גרינפעלד »

וואס רעדט מען דא? שבתון, די לעצטיגע סידי פון מיכאל? אויב יא שטעל איך מיך צו!
[/quote]

איך וועל אייך זאגן די אמת ברודער, כ׳האב שוין געהאט געשריבן דריי פערטעל ארטיקל אויף יוסי גרינס ווישעווער מיטן פלאן ווייטער צו גיין מיט שבתון, אבער ס׳איז פארלוירן געגאנגען. כ׳האב נישט קיין אהנונג ווי אזוי און פארוואס. כ׳טרעף עס נישט. בינעך אביסל פויל זיך ווידער זעצן צום שרייב טישל פאר די אלטע סחורה. אבער אויב מען וועט מוטשען... וועט מען זען
[/quote]
איך מוטשע
אוועטאר
די רב פון ליאן
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 07, 2022 12:04 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די רב פון ליאן »

שמואל גרינפעלד האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 7:51 pm
וואס רעדט מען דא? שבתון, די לעצטיגע סידי פון מיכאל? אויב יא שטעל איך מיך צו!
איך וועל אייך זאגן די אמת ברודער, כ׳האב שוין געהאט געשריבן דריי פערטעל ארטיקל אויף יוסי גרינס ווישעווער מיטן פלאן ווייטער צו גיין מיט שבתון, אבער ס׳איז פארלוירן געגאנגען. כ׳האב נישט קיין אהנונג ווי אזוי און פארוואס. כ׳טרעף עס נישט. בינעך אביסל פויל זיך ווידער זעצן צום שרייב טישל פאר די אלטע סחורה. אבער אויב מען וועט מוטשען... וועט מען זען
[/quote]
איך מוטשע
[/quote]
איך אויך
אוועטאר
דער צופרידענער חיים
שר האלף
תגובות: 1074
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 14, 2022 7:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער צופרידענער חיים »

הרב @כינור!

אפגעליינט בהעלם אחת דאס גאנצע אנאליז אויף 'אן ערליכע ליד'

קע"ה! פּוי פּוי פּוי!

דו האסט פון איינמאל הערן געהערט זאכן וואס איך האב אויפגעכאפט אין וואכן!

כ'בין נאכנישט רעדי צו גיין צו 'קידוש ד' פון שלום לעממער, כ'בין סטאק ביי לוי'נען...

בעיקר די ניגון 'גמילות חסדים' לאזט מיר נישט צורוה ס'איז מיר מעורר צו תשובה איעדעס מאל עקסטער איך הער עס, עיני זלגו דמעות ביים ערשטן מאל הערן...

לוי'ס נשמה איז אינעם ניגון.
קנאפער ידען האט געשריבן:
@דער צופרידענער חיים זאגט גוט ווי אלעמאל.
אוועטאר
די רב פון ליאן
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 07, 2022 12:04 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די רב פון ליאן »

די רב פון ליאן האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 6:29 pm
כינור, א גרויסע שכח גאר שטארק הנאה געהאט

אבער טאמער וועסטו זאגן כ'האב פארגעסן פון שבתון, ניין זאג איך דיר...
חבל חבל
אוועטאר
שמן ששון
שר האלף
תגובות: 1156
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 14, 2023 9:16 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן ששון »

די רב פון ליאן האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 15, 2023 10:36 pm
די רב פון ליאן האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 6:29 pm
כינור, א גרויסע שכח גאר שטארק הנאה געהאט

אבער טאמער וועסטו זאגן כ'האב פארגעסן פון שבתון, ניין זאג איך דיר...
חבל חבל
פארקערט איצטער איז עס א מאסט...
נעה, כ'נעם נישט אייוועלט אזוי סיריעס, דאונט ווארי!
כ'בין סך הכל דא זיך צו אויסליפטערן, באטטאם ליין האב איך ליב יעדעם איינעם דא אפי' זיי האלטן פונקט פארקערט פון מיר יעדעס איינציגסטע מאל, איט'ס אאל אקעי!!!
קרעדיט: @פוןאמעריקע
זעצל גראצאוויטש
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 28, 2022 12:51 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעצל גראצאוויטש »

כינור האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 16, 2023 4:51 pm
Screen Shot 2023-03-16 at 4.31.02 PM.png

בס״ד

שלום לעממער - קידוש השם

9. טאנץ
לחן: אפרים מארקאוויטש

די טרעק הויבט זיך מיט די קול פון א פארשנעלערטן זייגער? זייער א גוטע געדאנק דאס צו נוצן אלס ביעט.

די ערשט פאל איז שיין און דיפרענט. די ברידזש איז גאר געלונגען.

די הויעכע פאל איז רייך אין ריטעם אבער היפש ארעם אין מעלאדיע. איי איי איי יאם, איי איי איי יאם, וכו׳. אבער וואס א חילוק. די ניגון געבט אפ גאר א געשמאקע ווייב.

Wow! ווען ער הייבט אן נאכאמאל דעם ניגון זינגט ער אזוי אפפביעט. דאס איז ווידעראמאל חידוש וואס מ׳זעהט נישט.

ד

אויך הנאה געהאט ווי ער גייט אפביעט.
לעצט פארראכטן דורך זעצל גראצאוויטש אום דינסטאג אפריל 25, 2023 6:49 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זעצל גראצאוויטש
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 28, 2022 12:51 pm

Re: אלע אלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעצל גראצאוויטש »

כינור האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2019 2:55 pm

'טובת ונחמות'
פשיהא, נמש קומט אריין שיין און קלאר. די ערשטע פאל איז באמבאסטיש. ביי די דריטע פאל האט ער אזא שיינעם תזכרו כמה, אבער פארוואס נאכדעם הערט זיך שוין אביסל אלט? מאך ווייטער ניי, פאר נישט ווי דיין אינסטינקט זאגט דיר ווייל ער איז צוגעוואוינט צו אנדערע ניגונים.
מען באגנוגט זיך מיט א שיינע נייע תנועה'לע און דאס איבריג'ס 'טובות ונחמות עתיד אני' לאזט מען פארן אלט. וואס זאל איך טון די ניגון איז דאך שוין אויפן סידי. ס'טאר נישט זיין אזוי. נו,
טא, פארוואס ביסטו א צועק אויף אויסגעגאסענע מילך? ניין, לא על זה באתי, נאר קאנסטרוקטיווע קריטיק אויף ווייטער מען זאל אביסל מער קאפ צולייגען.
אבער רוב ניגון איז יא ניי און הערליך. 'ליתן לכם לעולם הבא' סוף דריטע פאל איז מעין עולם הבא. אוי האט ער עס הויעך געבויט, טאקע צוגעפאסט פאר מענדי אבער נישט צו געאייניגט פאר פשוטי עם. די מוזיק דא פון משה איז גאלד און הערליך קלאסיש.
ווידער מיט די מיקס, פון 4:39 ביז 4:42 פארט עס נישט גלאטיג.

'
איך האלט אז די אינטראו ביי טובות ונחמות די חזנות שטיקל קומט נישט אריין און יעדע מאל ביים הערן די ניגון- וואס איז משוגע צו ווערן- וויל איך מישן.
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4441
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

כ'בין אביסל שפעט, אבער כ'האב יעצט דורגעליינט די אנאליז אויף לוי'ס סידי מיט ישוב בדעת.

איינס אין די וועלט!
זעצל גראצאוויטש
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 28, 2022 12:51 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעצל גראצאוויטש »

כינור האט געשריבן: זונטאג יאנואר 24, 2021 1:55 am
יישר כוח פארן דאנק.
ס׳קאסט צייט, צייט, צייט, וואס מען האט נישט.
אז דו קוקסט צוריק אין די אייוועלט ארכיוון וועט איהר זען אן א צאל הערליכע אומפארענדיגטע פראיעקטן און אשכולות וואס יחידים האבן אנגעהויבן און נישט פארענדיגט.
מ׳שפרינגט אריין אמביציעז מיט שפרולדיגע געדאנקען, מעפענט אשכולות, און במשך הזמן ווערט די קוואל פארטריקענט. מען שרייבט דא בחינם אביסל אויסצוגעבן קריעטעוועטי, אבער ווען ס׳קומט צו גרויסע פראגראמען קאסט עס שעות על גבי שעות פון מח און שרייבן, און לעבן ערויבט עס נישט.
ס׳איז א הארץ וויי דאס צו זעהן. קען זיין ווען אייוועלט וואלט אריינגעווארפן עפעס פאר קביעות׳דגע שרייבער וואלטן זאכן זיך געהאלטן לענגער.
רעדנדיג פון דעם ענין, אייוועלט באקומט דאך באצאלט פון די אלע ספאנסערס וואס אדווערטייזן אויפן וועלטל, טא ווי גייט די געלט?
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4839
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

@כינור מ'ווארט מיר אויף א אנאליז אויף האניג'ס אלבום...
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

בס״ד

Screen Shot 2023-06-04 at 11.20.55 PM.jpg
Screen Shot 2023-06-04 at 11.20.55 PM.jpg (378.5 KiB) געזען 647 מאל

יצחק האניג – מתנה

יישר כח פאר אלע קאמענטארן און שטיצע... איך קום נישט אלעמאל אן צו ענטפערן יעדע תגובה אבער אלעס ווערד געליינט און יעדע קאממענט מיינט גאר אסאך. יישר כוחכם! האופ יו ענדזשוי.

מען טיילט מתנות אין די גאסן פאר נישט מער ווי פופצן טאלער. א פרישע סיזען, א פרישע סידי, א פרישע קאמפאזיטער, לאמיר טאפן די פרישקייט.

1. כד יתבון

אט אזוי הייבט מען אן א סידי. א געשמאקע אריינפיר. פלעזענט און געשמאק צום אויער.

א שיינעם איידעלן ערשטע פאל. די הויכע פאל לויפט געשמאק אויפן ביעט. א גוטער קאמפאזיציע. אימפרעסד.

ישראלי פרידמאן קומט אריין מיט שיינע ענערגיע. א שיין שטימע קעניינעהארע.

אורי זינגט געוואלדיג כידוע.

די קווייער איז גאר געשמאק.

שוין, די מיקס איז נישט א ציכטיגער אתרוג. מען טרעפט בלאט פלעקן.

די ניגון איז זייער בעטעמט און איז ווערד אנצוהייבן דערמיט דעם סידי.

הנאה באקומען. לאמיר זעהן וואס ווייטער.

2. חופה

די אינטרא איז הערליך.

גאר אן עמאציאנאלע טרעק. גאראנטירט אז אויב מען וועט טראכטן פון די אייגענע קינדער וועט דאס הארץ וויי טוהן.

Wow...

די מעלאדיע איז גאר א שיינע און הארציגע. קודאס מאטי אז די ווערטער זענען זיך מורא׳דיג מתחבר צום געזאנג. א שלימות. די ניגון טייטשט די ווערטער און די ווערטער טייטשט די ניגון.

טוט זיך שידוכים דא. א יצחק האניג ליד מיט מאטי גראמען און אן אייזיק האניג דואט מיט מאטי, לכאורה אן ערשטן.

מאטי האט באוויזן צו ניצען די פאסיגע דיבורים כאטש ער האט נאך א קינד נישט אינטערגעפירט פיר שטאנגען. א דיאלאג צווישן טאטע און קינד.

אפאר געוואלדיגע ליניעס:

׳שמייכלען מיט א געוויין׳

׳און אייביג, פונקט ווי יעצט, געהאלטן מיינע הענט׳

הערה׳לע אויף די ליניעס:

׳קוים דאס קינד געווארן איינס און צוויי׳ – לשון נסתר
׳געווישט דיינע קליינע טרערן אויף אונזער שויס׳ – לשון נוכח

(פרישע דערהער. קליינע טרערן)

דאס קינד זאגט:

״וויסן זאלט עטס א קינד קען אין ערגעץ נישט גיין,
אן מיטנעמען דאס הארץ פון טאטען און מאמען״

איך מיין אז די ליניע וואלט מער געפאסט ווען די עלטערן זאגן עס פארן קינד און נישט פארקערט.

מיט א תפילה אויף א לעבן א ׳וואוילעם׳

א ניי ווארט פריש געבאקן אין אילאוויטש בעקעריי.

5:41 – וואס אז די גרודער? הערט זיך ווי איינער עפענט א שאכטל טונא.

7:00 – איך גלייך שטארק האניג׳ס הארמאני. ס׳איז אויסגעצויגן די ווארט קעניגרייך.

די מיקס איז ווידער נישט ציכטיג און ריין.

זייער א געלונגענעם ניגון. די מעלאדי ווערטער און טאפיק זענען אלע פיין. די שאלה איז נאר אויב ס'איז נישט צו א לאנגע און צו א הארץ עמאציאנאלע ניגון פאר א צווייטע טרעק. ס'איז באלד אכט מינוט לאנג.

אדערווייל שיינט האניג צו זיין גאר א גוטע קאמפאזיטער. נאך א מזל ער האט פרנסה קענען מיר אלע הנאה האבן דערפון. ווער ווייסט וויפיל טאלאנט זענען נאך באהאלטן אונטערן טעפיך צוליב דעם בזיעת אפך תאכל לחם.

3. שפע

גאר א געשמאקע אינטרא! פון די מערסט געלונגענע. מען קען שפירן די ענערגיע. א מחי'.

לאמיר האפן די ניגון איז אזוי גוט ווי דעם אינטרא.

די וואקאלן קומען אריין אזוי נידריג. גם זו לטובה. פעלט Volume Automation (ישפע שפע רב ביי 1:00 ווערט גאר שטיל).

א געשמאקע מעלאדיע מיט אינטערסאנטע תנועה׳לעך. געלונגען.

די טרעק איז געשמאק! פארמאגט אסאך חידוש און ס׳איז גוט פראדוצירט געווארן. קודאס.

מען מארשירט פאראויס און ניגון ביי ניגון איז גאר בעטעמט. אז מען קען קען מען.

4. אב הרחמים

אה לאופער איז ביים רודער.

די אינטרא איז היפש קונצלעך. נישט טיפיקעל לאופער. שיין.

די סאלא הערט זיך אביסל צו טונד די ערשטע פאר סעקונדעס און אינמיטן אויך. ער זינגט דאך אזוי גוט א שאד די אומפערפעקציעס. ער זינגט מיט אזא תמימות און חן.

גענוצטע ווערטער אבער א שטארקן קאמפאזיציע.

די ערשטע פאל איז באמת א יופי און די הויעכע פאל איז ווידער הערליך. א קלאסישע אייזיק האניג ליד.

איך גלייך זייער די סעקסעפאן אין אינטערלוד. שניידט שטיקער.

3:05 א קונצליך שטיקל פונעם יונגל! (אדער פונעם מעלעדיין ענדזשינער... נישט אדער, זיכער.)

דאס קינד זינגט אריין קיין מארס.

5. לעתיד

געשמאק... דיפרענט און ניי. איך גלייך זייער די אררעינדזמשענט.

משה לאופער האט מיר געזאגט אז ער האט געהאט עפעס א יד אין דעם אררעינדזשמענט.

די סאלא איז שיין!

זייער א דיפרענט טרעק. ס׳הייבט די ברעמען, מען הערט כמעט נישט דעם ריטעם. הנאה געהאט.

ס׳טוט מיר פשוט וויי אין הארצן אזויפיל שיינע זאכן און הארמאניעס איז דא אבער צומאל איז עס פארוועטשט און פארקוועטשט.

6. אתה בחרתנו

אן אינטערסאנטע פתיחה. יוניק.

אתה בחרתנו פארשטיי איך איז טייטש דו האסט אונז אויסדערוועלט אבער אהבת אותנו איז נישט טייטש ס׳איז יום טוב אויפן וועלט. ס׳גראמט אבער ס׳שטימט נישט. שוין, א קשיא אויף א ניגון.

א געשמאקע יום טוב ליד. א שיין גוט געבויעטע קאמפאזיציע.

די הויכע פאל האט 2023 ספייס.

דער יענקי אויש האט א בעטעמט איידעלע שטימע.

7. קרב יום.

די ניגון רעדט ווערטער... די הויכע פאל איז עפעס מאסיוו. נפתלי משה קומט דא מיט גרויסע חידושים. די מוזיק איז איין שטיק חידוש. געוואלדיגע ארבעט.

אלעס וואס איך האב געשריבן אויף די אררעינדזשמענט פון זאנוויל׳ס זוכרי זמירות איז גילטיג דא.

דאס איז לכאורה מיין פעיוואריט טרעק.

1:53 – די שטיקל מיטן טראמפעט... פיין

3:02 - די אינטערלוד איז עפעס נישט צום זאך. נישט די מוזיק און נישט די קווייער.

שרולי אלטמאן קומט אריין שטארק. א קרעפטיגע שטימע מיט געזונטע ענערגיע.

8. עשה

די אררעינדזשמענט הויבט זיך אן היפש איידל און פשוט. די פיאנא איז גאר שיין.

פשיהא, נפתלי משה מיט א סאלא. איך האלט שוין לאנג אז ער ברויך זיך לאזן הערן מער. ער באזיצט א פיינעם שטימע.

די ערשטע פאל איז שיין און הארציג.

א דואט פון הערשי וויינבערגער און נפתלי משה? לאמיר הערן.

די הויכע פאל איז וואויל.

אן אינטערסאנטען ברידזש מיט רויע דראמס און א געשמאקע סעקסעפאן הערט זיך אריין פון פענסטער.

הערשי ווייזט דא א גרויסע רעינדזש. ער קאלערט אביסל א באנטש. טשעסט וואויס און העד וואויס, אראפ ארויף.

(האט נישט קיין פשט אז נפתלי משה קומט אריין נאר אנהייב און צום סוף, און הערשי זינגט די גאנצע טייג פונעם ניגון.)

דער ניגון איז שיין און הארציג. טאקע נישט קיין אויפרייס אבער וואויל.

9. שמע בני

שוין דעם פערטן דיסקא.

די ערשטע פאל איז פיין. די הויכע פאל האט חן. א געשמאקן לידל. איך גלייך די קאנטראסט פונעם ערשטן פאל צום צווייטן פאל.

ער האט דא קינדער פרענדלי ניגונים. צוויי ניגונים מיט תינוקות של בית רבן און א שמע בני.

1:56 די הארמאני פונעם קינדער קווייער איז עפעס געוואלדיג!

2:12 – די מוזיק איז מורא׳דיג... ער רעדט דיר איין אז ס׳קומט א מאדולעישען.

3:19 – נאכמאל דעם מאדולעישען פארבלענדעניש. אייזן.

א געשמאקע טרעק. ישראל לאם א דיסקא... אז מען דערלעבט דערלעבט מען.

10. תשובה

אוי וויי די נאמען שרעקט. לאופער איז ווידער ביים רודער.

דער אורי זינגט גאר פיין. גוטע דיינעמיקס.

די פיאנא איז פיין. א רייכע סאונד.

ביז די לעבעדיגע פאל שלענגעלט זיך די ניגון גאר שיין. די פתיחה איז מורא׳דיג, די פאל דערנאך און די שטיקל וואס דער עולם זינגט צוזאמען. די לעבעדיגע איז שוין מער טיפיקל.

איך גלייך ווי ווען ער זאגט עפר אני איז נישטא קיין מוזיק.

עפילאג:

ווירקלעך א מתנה פון הערליכע קאמפאזיציעס. דער האניג שיינט צו זיין א מלחין בחסד עליון.

די סידי שיינט אין קאמפאזיציעס אבער אביסל ווייניגער אין קאליר. איין מלחין, קינדער קווייער אויף יעדע טרעק און באלד א גאנצע צייט נפתלי משה. ער קומט אבער מיט סאליד אררעינדזשמענטס. ס'איז דא דא הערליכע ענינים. כל הכבוד. הלואי אבער ווען די .... איז ציכטיגער.

איך וועל זאגן דעם אמת. נפתלי משה האט מיר געשיקט די ניגונים צו אנאליזירן, און איך האב אים אפגעשריבן א באריכט. אבער ס'איז שוין געווען צו שפעט. צוויי טעג שפעטער איז שוין די אלבום געווען אינדרויסן. ס'איז געווען שטארקע דרוק אז די אלבום זאל שוין זיין אינדרויסן אויף דינסטאג בעפאר שבועות.

וועל איך אייך אויסזאגן א סוד. דער סידי האט געדארפט ענטהאלטן א ניגון וואס הייסט ׳מתנה׳ אויף די ווערטער מתנה טובה יש לי בבית גנזי, אבער ס׳איז די לעצטע מינוט ארויסגעפאלן. דאס ווייזט מורא׳דיג שטארק אויף א פראדוצירער אז ער איז דא פארן פראדוקט. און דאס האט זיך איבערגעחזר׳ט מיט נאך צוויי ניגונים וואס זענען אראפ פונעם סאנג ליסט ווייל ס׳איז נישט געווען ׳גענוג׳ גוט. דאס אלעס שוין נאכן רעקארדירן מוזיק. מען רעדט דא פון צענדליגע טויזענטע דאלארן און הונדערטע שעות פארווישט מיטן רויעך.

נהנתי מאוד. יישר כוחכם הרב האניג! ווי וואנט מאור. און נישט פארגעסן נפתלי משה ואיתו עמו אברומי לונגער וואס האבן אריינגעארבעט לילות כימים צו ברענגען קאליבאר קאמפאזיציעס און אררעינדזשמענטס צום טיש.
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4839
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

@כינור Wow!
אפגעליינט בהעלם אחת... גרעיט דזשאב!
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
עפעס א מענטש
שר האלפיים
תגובות: 2739
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 13, 2018 1:49 pm
לאקאציע: עפעס א פלאץ

Re: לענגערע אנאליזן אויף נייע אלבום'ס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס א מענטש »

כינור האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 12:07 am

הערלעכע כינורישע אנאליז! הערט זיך אנדערש נאכן ליינען!

א שאד אשאד מען האט דיר עס נישט געגעבען צו אנאליזירן פריער...
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”