ווייזט די השגחה און מאכט א ברכה

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טשעירמאן
שר האלף
תגובות: 1728
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

ווייזט די השגחה און מאכט א ברכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

איך בין געווען ביי א דינער פאר א צדקה צוועק, זייענדיג דארט האב איך געקלערט אז מען סערווירט פליישיגס אויב ווייס איך פון וואסערע שחיטה עס קומט וועל איך עסן, למעשה איך פרעג דעם און איך פרעג יענעם, איינער שיקט צום צווייטן, און איך קוק אויס ווי א נער אויפן מארק, האב איך מחליט געווען אז איך וועל נישט עסן וועל איך נישט אומקומען אויף קידוש השם, שוין אז נישט איז נישט, דא האט זיך עס געשלאסען.

אזוי האב איך געמיינט..
למעשה האט מיר אנגעהויבן צו בושעווען און מוח הלמאי? עס זיצען היימישע און טייערע אידען אין עסן פליישיגס און כמיין זיי וויסען ניטאמאל פון ווי סקומט..

אבער איין מינוט פארוואס האט דער זאל פארוואלטונג דער דינער קאמיטע וכו' נישט געשפירט פאר וויכטיג ארויס צולייגן א מודעה, מאין באת פון ווי קומט דער בתר? לכאורה איז עס א פאזעטיווע זאך צו מעלדען, איי (געוויסע נייע) סטארס עדווערטייזען זיך נישט מיט זייער הכשר? אפשר ווייל זיי מיינען אז מען וועט וויסען אז זיי זענען אידען.. אבער ביי א מסיבה וואס קען מען דערלייגן?

און שפינענדיג די מחשבות טראכט איך איין מינוט די אלע קעיקס און מזונות וואס מען לייגט אראפ ביים תיקון פארוואס שפירט נישט דער נדבן וויכטיג צו אראפלייגן א צעטיל פון ווי סקומט? מען זאל קענען טועם זיין מיט געשמאקייט און א רואיגע געוויסן

אפשר איז שוין צייט ארויסצוקומען מיט א קאמפיין? (א שוועסטער מיט די ווייז די פרייז קאמפיין)
מיינע טייערע ברודער אין אמעריקא! ווייז די השגחה דאן איז א ברכה
מען דארף וויסן מיט יעדעס ביסל אידישקייט בתמימות ובפשטות ממש זענען מיר אזוי ווי מלאכי מעלה (גליון דורשי יחודך תמוז פ''ג)
אוועטאר
זויער טייג
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 21, 2023 5:48 pm
לאקאציע: אין בעקעריי

Re: ווייזט די השגחה און מאכט א ברכה

תגובה דורך זויער טייג »

איך שטעל זיך פולקאם צו צום גראנדיעזע קאמפיין, וואס מ'מוז אירדזשענטלי פראקאלירט ווערן, עס איז א נושא וואס צענדליגע זענען שוין ליידער נכשל געווארן, און מ'דארף אנדרייען א אויפוואכונג, יודן מיינען ח"ו נישט קיין שלעכטס נאר פשוט מ'ווייסט נישט נזהר צו זיין...
רוב מאל איז די תירוץ "ניין"
אוועטאר
טא די פוינט!
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 18, 2022 3:58 pm

Re: ווייזט די השגחה און מאכט א ברכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טא די פוינט! »

😂👍
ביסט גוט!
איין שאלה האב איך נאר פארוואס ס'איז א שוועסטער קאמפיין און נישט קיין ברידער?
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלף
תגובות: 1728
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

Re: ווייזט די השגחה און מאכט א ברכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

זויער טייג האט געשריבן: מיטוואך מאי 24, 2023 1:09 pm
איך שטעל זיך פולקאם צו צום גראנדיעזע קאמפיין, וואס מ'מוז אירדזשענטלי פראקאלירט ווערן, עס איז א נושא וואס צענדליגע זענען שוין ליידער נכשל געווארן, רח'''ל און מ'דארף אנדרייען א אויפוואכונג, יודן מיינען ח"ו נישט קיין שלעכטס נאר פשוט מ'ווייסט נישט נזהר צו זיין...
מיין נקודה איז בעצם נישט ח''ו סאיז עפעס ראנג אדער טריפה מיט וואס מען גיבט פארן ציבור (וואס דאן דארף מען שטורעמן און קולקאלערן די ווענט) נאר
[*]עס גייט מיר אן [*]סמאכט מיר א חילוק (נאך אזויפיל ווי וויפיל סקאסט..) [*]סאיז מיר וויכטיג צו וויסען, וואס די הכשר איז איבער די מאכלים

יעצט צו וואסערע מכשולות באציט איר זיך?
מען דארף וויסן מיט יעדעס ביסל אידישקייט בתמימות ובפשטות ממש זענען מיר אזוי ווי מלאכי מעלה (גליון דורשי יחודך תמוז פ''ג)
אוועטאר
זויער טייג
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 21, 2023 5:48 pm
לאקאציע: אין בעקעריי

Re: ווייזט די השגחה און מאכט א ברכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זויער טייג »

טשעירמאן האט געשריבן: מיטוואך מאי 24, 2023 1:31 pm

איך באציה זיך בכללות צו די האקעלע הכשרים נושא וואס די ציבור אין אלגעמיין נעמט אן זייער לייכט, אין די צייט וואס אין די כשרות פעלד הערשט א שטארקע קאלטקייט צו די חומרות וואס פאר 10 יאר צוריק האט מען געהאלטן בתקפו
רוב מאל איז די תירוץ "ניין"
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4230
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

Re: ווייזט די השגחה און מאכט א ברכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

געווענדליך אין יעדע זאל ביי די סינקס שטייט פון ווי די עסן קימט מיט וועמענס הכשר !!
אוועטאר
טא די פוינט!
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 18, 2022 3:58 pm

Re: ווייזט די השגחה און מאכט א ברכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טא די פוינט! »

קודם איז שוין דא א סימבל.
110..png
110..png (48.52 KiB) געזען 615 מאל
הרים סביב
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 5:14 pm

Re: ווייזט די השגחה און מאכט א ברכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרים סביב »

צ"ק
עס וואלט טאקע געווען ראטזאם אז די השגחה זאל אויך שרייבן די ברכה פון יעדן עסענווארג.
דיהשגחהמיטדיברכה
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8706
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: ווייזט די השגחה און מאכט א ברכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

טשעירמאן האט געשריבן: מיטוואך מאי 24, 2023 12:43 pm
איך בין געווען ביי א דינער פאר א צדקה צוועק, זייענדיג דארט האב איך געקלערט אז מען סערווירט פליישיגס אויב ווייס איך פון וואסערע שחיטה עס קומט וועל איך עסן, למעשה איך פרעג דעם און איך פרעג יענעם, איינער שיקט צום צווייטן, און איך קוק אויס ווי א נער אויפן מארק, האב איך מחליט געווען אז איך וועל נישט עסן וועל איך נישט אומקומען אויף קידוש השם, שוין אז נישט איז נישט, דא האט זיך עס געשלאסען.

אזוי האב איך געמיינט..
למעשה האט מיר אנגעהויבן צו בושעווען און מוח הלמאי? עס זיצען היימישע און טייערע אידען אין עסן פליישיגס און כמיין זיי וויסען ניטאמאל פון ווי סקומט..

אבער איין מינוט פארוואס האט דער זאל פארוואלטונג דער דינער קאמיטע וכו' נישט געשפירט פאר וויכטיג ארויס צולייגן א מודעה, מאין באת פון ווי קומט דער בתר? לכאורה איז עס א פאזעטיווע זאך צו מעלדען, איי (געוויסע נייע) סטארס עדווערטייזען זיך נישט מיט זייער הכשר? אפשר ווייל זיי מיינען אז מען וועט וויסען אז זיי זענען אידען.. אבער ביי א מסיבה וואס קען מען דערלייגן?

און שפינענדיג די מחשבות טראכט איך איין מינוט די אלע קעיקס און מזונות וואס מען לייגט אראפ ביים תיקון פארוואס שפירט נישט דער נדבן וויכטיג צו אראפלייגן א צעטיל פון ווי סקומט? מען זאל קענען טועם זיין מיט געשמאקייט און א רואיגע געוויסן

אפשר איז שוין צייט ארויסצוקומען מיט א קאמפיין? (א שוועסטער מיט די ווייז די פרייז קאמפיין)
מיינע טייערע ברודער אין אמעריקא! ווייז די השגחה דאן איז א ברכה
מי יתן והי'
מזונות איז נאך בחסד, אבער פלייש? שוין געהאט אמאל געפארן מיט א פליגער און די כשר פלייש איז געווען בלויז OU, כ'האב א געוואוינהייט צו טשעקן וועמענס שחיטה, האב איך נישט געגעסן, אבער דער אנדערער עולם, יאכלו ענבים וישבעו
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
זויער טייג
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 21, 2023 5:48 pm
לאקאציע: אין בעקעריי

Re: ווייזט די השגחה און מאכט א ברכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זויער טייג »

הרים סביב האט געשריבן: מיטוואך מאי 24, 2023 5:39 pm
צ"ק
עס וואלט טאקע געווען ראטזאם אז די השגחה זאל אויך שרייבן די ברכה פון יעדן עסענווארג.
דיהשגחהמיטדיברכה
טאקע פארהאן הכשרים וואס שטייט דערוטער די ברכה
רוב מאל איז די תירוץ "ניין"
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלף
תגובות: 1728
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

Re: ווייזט די השגחה און מאכט א ברכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

הרים סביב האט געשריבן: מיטוואך מאי 24, 2023 5:39 pm
צ"ק
עס וואלט טאקע געווען ראטזאם אז די השגחה זאל אויך שרייבן די ברכה פון יעדן עסענווארג.
דיהשגחהמיטדיברכה
סאיז פארהאנען פעלער ווען די שגחה מיידט אויס דוקא צו שרייבן די ברכה א ביישפיל איז די געפרוירענע פיצא ווען דער עולם וויל מזונות און די קאמפעני מאכט עס פאר אן המוציא..
מען דארף וויסן מיט יעדעס ביסל אידישקייט בתמימות ובפשטות ממש זענען מיר אזוי ווי מלאכי מעלה (גליון דורשי יחודך תמוז פ''ג)
שמואל גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 517
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2017 12:36 am

Re: ווייזט די השגחה און מאכט א ברכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל גרינפעלד »

הרים סביב האט געשריבן: מיטוואך מאי 24, 2023 5:39 pm
צ"ק
עס וואלט טאקע געווען ראטזאם אז די השגחה זאל אויך שרייבן די ברכה פון יעדן עסענווארג.
דיהשגחהמיטדיברכה
דאכט זיך אז די עדה שרייבט ארויס די ברכה אויף א יעדע פראדוקט
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9171
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: ווייזט די השגחה און מאכט א ברכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

ביי איינעם אינדערהיים, טאמער קען איך יענעם אלץ ערליכע איד, וועל איך עסן אן פרעגן איבער די השגחה. אזוי האב איך געזעהן אנדערע ערליכע אידן זיך פירן. אין א זאל וועל איך פראבירן מברר זיין ווער די בעל מכשיר איז.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
שלאגמעך
שר חמש מאות
תגובות: 619
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 10:26 pm

Re: ווייזט די השגחה און מאכט א ברכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלאגמעך »

א גולם האט געשריבן: מיטוואך מאי 24, 2023 2:23 pm
געווענדליך אין יעדע זאל ביי די סינקס שטייט פון ווי די עסן קימט מיט וועמענס הכשר !!
איך פארשטיי אינגאנצן נישט די אשכול, אזוי ווי ער שרייבט דא אין יעדע זאל שטייט די השגחה
געטובל'ט און ארויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 423
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 01, 2021 9:19 am

Re: ווייזט די השגחה און מאכט א ברכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געטובל'ט און ארויס »

זויער טייג האט געשריבן: מיטוואך מאי 24, 2023 1:39 pm
טשעירמאן האט געשריבן: מיטוואך מאי 24, 2023 1:31 pm
זויער טייג האט געשריבן: מיטוואך מאי 24, 2023 1:09 pm
איך שטעל זיך פולקאם צו צום גראנדיעזע קאמפיין, וואס מ'מוז אירדזשענטלי פראקאלירט ווערן, עס איז א נושא וואס צענדליגע זענען שוין ליידער נכשל געווארן, רח'''ל און מ'דארף אנדרייען א אויפוואכונג, יודן מיינען ח"ו נישט קיין שלעכטס נאר פשוט מ'ווייסט נישט נזהר צו זיין...
מיין נקודה איז בעצם נישט ח''ו סאיז עפעס ראנג אדער טריפה מיט וואס מען גיבט פארן ציבור (וואס דאן דארף מען שטורעמן און קולקאלערן די ווענט) נאר
[*]עס גייט מיר אן [*]סמאכט מיר א חילוק (נאך אזויפיל ווי וויפיל סקאסט..) [*]סאיז מיר וויכטיג צו וויסען, וואס די הכשר איז איבער די מאכלים

יעצט צו וואסערע מכשולות באציט איר זיך?
איך באציה זיך בכללות צו די האקעלע הכשרים נושא וואס די ציבור אין אלגעמיין נעמט אן זייער לייכט, אין די צייט וואס אין די כשרות פעלד הערשט א שטארקע קאלטקייט צו די חומרות וואס פאר 10 יאר צוריק האט מען געהאלטן בתקפו
למשל וועלכע חומרות?
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”