עפענען קענס אום שבת וכדו'

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ב''ה
מופלאני-
כמה דיו כבר נשפך על שאלה סבוכה זו ---
וחכמי בית מדרשנו מביאים את האחרוני האחרונים
שדנים בזה -השאלה היא בין לאומית .ותלוי בכל
מדינה ומדינה אם משתמשים עוה''פ עם הקופסאות
האלו .וגם למשל קענס של סארדין או טונא אף אחד
לא משתמש בזה עוה''פ .אפילו במקומות העניים .
וכן תלוי מזמן לזמן משתנה איך סוגרים את הקען .ממילא אם זה פתח חדש .
הרבה ספרים-תשובות- וקונטרסים - ומאמרים נכתבו על נושא זה .
ישנו ספר שלם בשם ---פיתוחי-חותם מהרב פנחס ווייס ממאנטשעסטער .
נכדו של בעל מנחת יצחק .יותר מארבעה מאות עמודים שדן בדיני
פתיחת קופסאות-פקקים-ואריזות אוכלים בשבת.
דוד משמש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משמש »

farshlufen האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:.

הרב מיללער,
איך האב געהערט פון ר' מנחם מאיר וויייסמאנדל שליט"א, אז סאדע קענס איז א שטארקע חשש דאורייתא, ווייל עס איז סיי להכניס, דעם שטרוי, און סיי להוציא, די סאדע, די זעלבע שאלה איז אויך דא אויף באקס דרינקס, משא"כ טונא קענס וכדומה אז מ'ליידיגט עס אויס גלייך דארף מען אויך נישט מאכן קיין לאך פון אונטן.


עס איז א אינטערעסאנטע געדאנק להכניס די שטרוי - איך האב קיינמאל נישט געטראכט דערפון -

ביטע ערקלערען אויב אפילו ער גייט נישט אריינלייגען יעצט קיין שטרוי הייסט עס אויך להכניס- ?
אויך צו רוב מענטשען טרינקען בכלל מיט א "שטרוי "
למשל ביים שלום זכר שמועס - גיסט מען אריין און א גלעזעל -
עס קען אפילו זיין אז רוב מענטשען (אדער אום מענטשען) טרינקען גלייך פון דעם באטעל
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

פון די מאגאזינען וואס פארמאכט אין א פלסטיק, איך וויל דאס ליינען שבת, מעג אויפרייסען דעם פלסטיק אין שבת אדער נישט?
ווייל דעם פלעסטיק ווארף איך אוועק, אין אנדערש ווי א באטיל, ווערט דאס נישט קיין כלי.
לפי"ז מער הארב וועט זיין אויף מאכען א פעקל קאפס אדער נעפקינס, וואס דארט נוץ יא דעם פלעסטיק, ווייל דארט האלט מען דא איטבריגע קאפס אדער נעפקינס וואס איך דארף נאך נישט אויף יעצט.

מיין עיקר קשיא גייט ארויף אויף די פלעסטיק פון דער מאגאזין, איז בכלל דא א איסור?
אוועטאר
שטייסטענישט
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2011 10:35 pm
לאקאציע: וואו אימער כ'בין נישט וועלקאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייסטענישט »

מיט וואס איז עס אנדערש פון עפענען א פאטעיטא טשיפ בעג וואס מ'ווארפט גלייך אין מיסט ?
ביסטע דעפרעסט? איר זענט נישט אליינס, קליק דא און הער צו.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6747
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

יש להוסיף מען מעג.

שטייסטענישט, נישט אזוי ברור, וועןמען עפענט אויף א פאטעיטא טשיפ בעג דארף לכתחילה זיין א דרך קלקול און נישט די געהעריגע וועג

אידי ואידי - נישט עפענען דארט ווי עס איז פארקלעבט נאר אינמיטן
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

שאינו יודע האט געשריבן:יש להוסיף מען מעג.

שטייסטענישט, נישט אזוי ברור, וועןמען עפענט אויף א פאטעיטא טשיפ בעג דארף לכתחילה זיין א דרך קלקול און נישט די געהעריגע וועג

אידי ואידי - נישט עפענען דארט ווי עס איז פארקלעבט נאר אינמיטן


קען זיין אכילה איז אנדערש, נאך מער פון דעם - ווי לאנג די עסט די טשיפס פון דער בעג, איז דער בעג דיין כלי, האסטו דאך געמאכט א כלי, ווייל סוף סוף באנוצט דיך נאך מיט דעם זעקל ווי לאנג די עסט דערפון.

פון די מאגאזין פלעסטיקס איינמאהל דאס ווערט געעפענט ווערט דאס מער נישט גענוצט. דאס איז ריין קלקול.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6747
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

יא, עס איז דא וואס טענה'ן דאס אז מען לייגט אריין די הענט אפאר מאל איז א פראבלעם, דאכט זיך מיר אז הרה"ג ר' חיים קלמן גוטמאן שליט"א אין זיין ספר טל מלאכות דאכט זיך מיר הייסט עס, איז דן דערויף
אויך איז ער דן צו מען לייגט אריין די הענט אין מען נעמט ארויס הייסט עס א נקב העשוי להכניס ולהוציא ויש לדון בזה
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אותיות
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 1:25 am

Re: עפענען קענס אום שבת וכדו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותיות »

מעג מען עפענען א master carton באקס שבת?
אטעטשמענטס
master-cartons-edited.png
master-cartons-edited.png (206.8 KiB) געזען 171 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות שבת”