בארייכערט אייער וואקאבולאר

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9995
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

גרשון האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 22, 2023 12:53 pm
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 22, 2023 12:40 pm
אגב @גרשון, געאמאטריקע האט עפעס מיט געאָלאָגיע?
https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?p ... 4#p2629254
וואס איז די חילוק פון געאמאטריע, געאגראפיע און געאלאגיע?
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5064
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

געאָגראַפיע גיבט זיך אפ מיט די זאכן וואס זענען אויף דער ערד. אין פשוט'ע ווערטער: צו מאלן מאפעס. דאס נעמט אריין ימ'ען, טייכן, מדבריות, שטעט, בערג, פעלדער, אא"וו. געאָ|גראַפיע באדייט אראפשרייבן די ערד.

געאָלאָגיע, ווידעראום, איז שטודירן די ערד זעלבסט. פון וואספארא מאטעריאלן דער פלאנעט איז געמאכט, און וועלכע ערד איז פאסיג אויף וואס. די גמרא זאגט אז דאס פאלק חוי, פון די זיבן כנעני'שע פעלקער, האט געהייסן אזוי, וויבאלד זיי האבן געקענט שמעקן די ערד ווי א שלאנג ("חויא") צו וויסן וועלכע ערד איז פאסיג איינצופלאנצן דערין וואס.

געאָמעטריע איז עפעס אנדערש אינגאנצן. דאס איז א צווייג פון מאטעמאטיק, געווידמעט צו פארשטיין קאמפליצירטע פארמען און שטריכן. די גמרא אין עירובין און אין סוכה, וואו מ'לערנט פון עיגול בתוך מרובע, איז געאָמעטריע. אזוי אויך אין ערבי פסחים ווען די גמרא רעכנט אויס די גרויס פון ארבעים סאה און רביעית. ווי איך שרייב אין דער געלינקטער תגובה, דער בוכשטעבליכער באדייט פון געאָ|מעטריע איז מעסטן ערד. ווארשיינליך האט מען דאס בעיקר געניצט אמאל אויף מדידת קרקעות. אבער היינט האט עס גארנישט מיט דעם באזונדער.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5064
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

וויראָלאָגיע (virology) = דאס שטודירן ווירוסן.

סעראָלאָגיע (serology) = דאס שטודירן דעם סערום (דער פליסיגער חלק פונעם בלוט).

עטאָלאָגיע (ethology) = א צווייג פון זאָאָלאגיע וואס גיבט זיך אפ מיט'ן שטודירן די אויפפירונג פון באשעפענישן.

מיקסאָלאָגיע (mixology) = די חכמה פון מישן קאקטעילס און משקאות.

מיקאָלאָגיע (mycology) = דאס שטודירן פונגוסן.

פּענאָלאָגיע (penology) = דאס שטודירן פארברעכן, עונשים, און זיך אפגעבן מיט תפיסות (מלשון penalty).

געמאָלאָגיע (gemology) = דאס שטודירן טייערע שטיינדלעך.
לעצט פארראכטן דורך גרשון אום דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 8:53 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9995
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

איר דערמאנט מיר, אז הרב ביללער פלעגט האבן א שטיק צייט א קאלום וואו ער איז דורכעגלאפן פארשידענע נעמען פון חכמות לויט די רייע פון א"ב, און מסביר געווען די באדייט דערפון. און דערנאך געברענגט מקורות פון חז"ל ווי מען זעט זיי זענען באהאוונט אין די חכמות.

איך מיין עס האט זיך אפגעשטעלט אינדערמיטץ
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

יחליצך
שר חמש מאות
תגובות: 926
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע: מאחורי הפרגוד

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

גרשון האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 7:12 pm

פּענאָלאָגיע (penology) = דאס שטודירן פארברעכן, עונשים, און זיך אפגעבן מיט תפיסות (מלשון punishment).
ענדערש פון לשון penalty
גרשון האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 4:01 pm
געאָמעטריע איז עפעס אנדערש אינגאנצן. דאס איז א צווייג פון מאטעמאטיק, געווידמעט צו פארשטיין קאמפליצירטע פארמען און שטריכן. די גמרא אין עירובין און אין סוכה, וואו מ'לערנט פון עיגול בתוך מרובע, איז געאָמעטריע. אזוי אויך אין ערבי פסחים ווען די גמרא רעכנט אויס די גרויס פון ארבעים סאה און רביעית. ווי איך שרייב אין דער געלינקטער תגובה, דער בוכשטעבליכער באדייט פון געאָ|מעטריע איז מעסטן ערד. ווארשיינליך האט מען דאס בעיקר געניצט אמאל אויף מדידת קרקעות. אבער היינט האט עס גארנישט מיט דעם באזונדער.
פון זעלבן שורש ווי גימטריא
גרשון האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 21, 2023 3:22 pm
מיטאָלאָגיע (mythology) = לערנען איבער אלטע מיטאָסן, אדער א זאמלונג פון מיטאָסן פון א געוויסן פאלק אד"ג.
וואס מיינט מיטאסן?
(די חכמה פון נעאלאגיע?...)
כ'האב א פשוט'ע ראי' אז היינטיגע צייטן איז אכשר דרא, ווייל אפילו די אויסדרוק 'אכשר דרא' האט זיך היינט געטוישט פון בתמי' צו בניחותא...
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5064
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

יחליצך האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 8:46 pm
ענדערש פון לשון penalty
ריכטיג. פארראכטן.

גימטריא
מיטאָס
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5064
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

נאָסאָלאָגיע (nosology) = דאס קלאסיפיצירן אדער אפלערנען וויסנשאפטליך פארשידענע קרענק.

ענאָלאָגיע (US: enology, UK: oenology) = דאס שטודירן וויין.

אַקסיאָלאָגיע (axiology) = דאס שטודירן ווירדן און עטיק.

פּעדאָלאָגיע (pedology) = דאס שטודירן זאמד.

אַגראָלאָגיע (agrology) = דער צווייג פון פּעדאָלאָגיע אנבאלאנגט פלאנצונגען (אגריקולטור). דאס ווארט איז בעיקר באניצט אין קאנאדע.

האָראָלאָגיע (horology) = דאס שטודירן און מעסטן צייט.

צעטאָלאָגיע (cetology) = דער צווייג פון זאָאָלאגיע וואס גיבט זיך אפ מיט וואלפישן און דעלפינען.

פּאָסאָלאָגיע (posology) = דער צווייג פון מעדיצין וואס גיבט זיך אפ מיט צופאסן ריכטיגע דאזעס.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5064
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

פּאָמאָלאָגיע (pomology) = דאס שטודירן פלאנצן פרוכט.

טאָקאָלאָגיע (tocology, sometimes tokology) = דער צווייג פון מעדיצין איבער געבוירן קינדער.

פעטאָלאָגיע (fetology) = דער צווייג פון מעדיצין איבער עוברים.

אַנטילאָגיע (antilogy) = ווען איינער האט צוויי שיטות וואס זעען אויס סתירה'דיג.

זימאָלאָגיע (zymology) = דאס שטודירן פערמענטאַציע (יערן ברויט, אויפשפילן וויין, אא"וו).

נאָמאָלאָגיע (nomology) = דאס שטודירן געזעצן, סיי לעגאלע געזעצן און סיי וואס איז א חק על פי שכל.

מיסאָלאָגיע (misology) = ווען מ'האט עפעס פיינט פאר א סיבה (לאָגיע = הסבר).
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
א ברעקעלע שכל
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 4:47 pm
לאקאציע: פארשעמט אויף דר'ערד

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ברעקעלע שכל »

אקטועליזירטע PDF
לאגיע.pdf
(161.46 KiB) געווארן דאונלאודעד 62 מאל
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

יישר כח און זייער אינטערעסאנט. די שאלה איז צי די אלע "לאגיעס" העלפן פאר'ן פשוט'ן לייענער, אדער זיי שטערן בלויז, און די לייענער וואלטן מער הנאה געהאט פון א פאלקסישע אויסדרוק וואס ווערט גרינגער פארשטאנען? איך האב אמאל געהערט אז די לייטאנישע שפראך איז געמאכט (אדער: אדאפטירט) געווארן ספעציעל מיט'ן ציל אז די געלערנטע קלאס זאל האבן אן אייגנארטיגן שפראך, וואס דאס פאלק פארשטייט נישט.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5064
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

די אור-אלטע תקופה (געווענליך פריער ווי דער מיטלאלטער) איז אין ענגליש antiquity.

אין אידיש און אין דייטש איז עס אַלטערטום (-טום איז א סופיקס ווי אין אידנטום, קריסטנטום, רייכטום, אייגנטום, אא"וו. אין ענגליש איז עס -dom, ווי freedom און kingdom). אין אדיעקטיוון פארעם: אַלטערטימליך.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4441
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

מיטאלאגיע?
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3982
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

הארי פלארי האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 7:26 am
מיטאלאגיע?
פארוואס קוקן נישט מענטשן אויב איינער האט שוין געשריבן איבער דעם? (און אזא שאלה קומט עכט אינעם 'וואס באדייט די ווארט?' אשכול.)

זע דא פון @גרשון.
לעצט פארראכטן דורך היסטאריש אום פרייטאג יוני 02, 2023 4:04 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4441
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

היסטאריש האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 3:41 pm
הארי פלארי האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 7:26 am
מיטאלאגיע?
פארוואס קוקן נישט מענטשן אויב איינער האט שוין געשריבן איבער דעם? (און אזא שאלה קומט עכט אינעם 'וואס באדייט די ווארט?' אשכול.)

זע דא פון @גרשון.
געסוירטש אויף אייוועלט מיטאלאגיע, נישט באקומען די נויטיגע רעזולטאטן.

ואתכם הסליחה.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5064
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

א ווארט מיט נקודות קומט נישט ארויף ווען מ'זוכט אן נקודות.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

גרשון האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 12:44 pm
א ווארט מיט נקודות קומט נישט ארויף ווען מ'זוכט אן נקודות.
און לאמיר זיך נישט נארן, אז בין כך ובין כך איז אונזער SEARCH אפציע נישט אמבעסטן.
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3982
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

גרשון האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 12:44 pm
א ווארט מיט נקודות קומט נישט ארויף ווען מ'זוכט אן נקודות.
גערעכט, אויסערדעם וואס דו האסט נישט געשריבן דארטן 'מיטאלאגיע' נאר 'מיטאלאגיש', איז עפעס רעכט האט ער יא.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3982
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

גרשון האט געשריבן: זונטאג יאנואר 17, 2021 4:23 pm
סופערלאטיוו (superlative) = ביים סאמע שפיץ.

דאס ווארט איז באניצט אין גראמאטיק ווען מ'רעדט פון אדיעקטיוון אדער אדווערבן וואס זענען אינגאנצן ביים עק: גרעסטע, קלענסטע, העכסטע, נידריגסטע, בעסטע, ערגסטע, אא"וו.
אינטערעסאנט.

קענסט שרייבן איבער נאך אומבאקאנטע ווערטער וואס מען נוצט אין גראמאטיק?
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
שטריקלעוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 288
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 13, 2022 8:47 pm
לאקאציע: ברוקלין בריק

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטריקלעוויטש »

וואס באדייט די ווארט: פאנדזשעלוי?
מער ווי איינס מיינט נישט דייקא צוויי.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7038
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

שטריקלעוויטש האט געשריבן: מאנטאג יולי 10, 2023 8:33 pm
וואס באדייט די ווארט: פאנדזשעלוי?
אין אונגאריש PONGYOLA

א סארט GOWN אדער ROBE
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

גרשון האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 08, 2021 8:04 pm
פּאַכט = ארויסנעמען א lease אויף א שטיקל באדן (אזוי ווי אונזערע זיידעס אין פוילן-אוקריינע מיט די פריצים; חכירות בלשון הגמרא).
פּאַכטער = דער מענטש וואס דינגט ארויס דעם פעלד.

(מ'קען אסאך טרעפן דאס ווארט אין אלטע ביכער. מיר האבן נישט עכט אן אנדער ווארט היינט פאר lease.)
פּאַקט, אלס א "דיעל", ווי מ'פלעגט שרייבן אין "דער איד" שטאמט פון פאכט? (פארוואס פעלט אויס צו נוצן דאס זעלבע ווארט ווי ווען איינער פאקט פעקלעך?).

און לגבי דאס פאלגענדע?
גרשון האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 4:13 pm
פאַקטער = א מעקלער, א סרסר (broker).

אין לשון-רבים איז עס פאַקטוירים, אזוי ווי דאקטוירים און נאראנים.
א ברעקעלע שכל
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 4:47 pm
לאקאציע: פארשעמט אויף דר'ערד

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ברעקעלע שכל »

גרשון האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 4:13 pm
פאַקטער = א מעקלער, א סרסר (broker).

אין לשון-רבים איז עס פאַקטוירים, אזוי ווי דאקטוירים און נאראנים.
ביסטו סארקאסטיש? א "ם" פאר לשון רבים איז לשה"ק, נישט אידיש...???
אוועטאר
קאמיקאזי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 27, 2023 2:05 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמיקאזי »

א ברעקעלע שכל האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 10:45 am
גרשון האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 4:13 pm
פאַקטער = א מעקלער, א סרסר (broker).

אין לשון-רבים איז עס פאַקטוירים, אזוי ווי דאקטוירים און נאראנים.
ביסטו סארקאסטיש? א "ם" פאר לשון רבים איז לשה"ק, נישט אידיש...???
דאקטוירים יוכיחו...... כ'ווייס טאקע נישט וואס איז פשט ..פארוואס האב איך נישט טאכטוירים??
וואלט מער געפאסט צו זאגן דעקטער אבער אזוי זאגט מען
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5064
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

המברך יתברך האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:55 am
קען זיין די ווערטער שטאמען פון איין מקור, אבער למעשה זענען זיי שוין אנדערע ווערטער, יעדעס איינע מיט אביסל אן אנדערע משמעות.

"פּאַקט" איז אויך דא אין ענגליש. באקאנט איז דער ריבענטראפ-מאלאטאוו פאקט, וואו דייטשלאנד און רוסלאנד האבן זיך צעטיילט איבער פוילן, און דער ווארשעווער פאקט, די סאוויעטישע גירסא פון נאטא.

@א ברעקעלע שכל איך ברענג דאך צוויי אנדערע דוגמאות. היסטאריקער האבן אנטדעקט אז אידן די לעצטע טויזנט יאר האבן זיך באניצט אסאך מיט לשון קודש, ממילא איז עס נישט אזא וואונדער אז מ'האט געניצט א לשון-קודש'דיגן סופיקס פאר דייטשע ווערטער.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
א ברעקעלע שכל
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 30, 2022 4:47 pm
לאקאציע: פארשעמט אויף דר'ערד

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ברעקעלע שכל »

@גרשון
ש'כוח
יום טוב ערליך נוצט אפט דאס ווארט "מיין" צום ביישפיל אינעם ר' עקיבא ליד "ווייכע וואסער לעכערט א שטיין און מיין הארץ איז פלייש נישט מיין"

וואס באדייט דאס?
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”