ChatGPT געבלאקט: איז עס טאקע שעדליכער ווי אינטערנעט?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

איז טאקע ChatGPT AI שעדליכער ווי סתם אינטערנעט?

יא
95
33%
ניין
189
67%
 
סך הכל שטימען: 284

אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6215
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: ChatGPT געבלאקט: איז עס טאקע שעדליכער ווי אינטערנעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

דיין לעצטע דיסקלעימער איז א סתירה צו דיין גאנצע דרשה.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
קשורה בנפשו
שר חמש מאות
תגובות: 979
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2022 11:45 am

Re: ChatGPT געבלאקט: איז עס טאקע שעדליכער ווי אינטערנעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קשורה בנפשו »

דרייטצעך האט געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2023 12:14 pm
דיין לעצטע דיסקלעימער איז א סתירה צו דיין גאנצע דרשה.
די דיסקלעימער איז דא צו ארויסברענגען אז אפילו איך האלט אנדערש וועל איך אייביג הארכן וואס מיינע רבנים פארשטייען אז עס איז וויכטיג.

ופשוט הוא.
לעצט פארראכטן דורך קשורה בנפשו אום מאנטאג מאי 29, 2023 1:28 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
חוזר
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 03, 2021 2:57 pm

Re: ChatGPT געבלאקט: איז עס טאקע שעדליכער ווי אינטערנעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוזר »

קשורה בנפשו האט געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2023 11:59 am
איך גיי נישט יעצט אפפרעגן דיין נקודה, ווייל דו האסט א פוינט.

אבער איך וויל נאר ארויסברענגען אז אין א געוויסן זין, האט די עי-איי טשעט א גרעסערע פראבלעם ווי בלויז ליינען כפירה.

איך וועל געבן א משל. איך בין געווען מסופק אויף א געוויסע זאך, האב איך געפרעגט עי-איי וואס צו טון. ער האט מיר געזאגט א מהלך, איך האב אין געזאגט אז איך האב נישט די קוראזש... די וועג וויאזוי ער האט מיך ענקאריזשד האט מיך אמת'דיג געגעבן שטארקייט!
ממילא אז מען רעדט פון א פראבלעם צו זיין אפן צו אלע כפירה וזוהמא איז נישט די רעדע, פון בלויז אן ארטיקל פון פלוני אלמוני, א וועבסייט מיט אלע שטותים צונויפגעמישט. ער שמועסט מיט דיר. באקומסט עס אויף א גאלדענעם טאץ.

איך זאג נישט אז אפענע אינטערנעט האט נישט קיין ערגערע פראבלעמען פון דעם, אבער עס איז פארט אין געוויסע זין אנדערש ווי א גוגל סירטש.
קשורה בנפשו
שר חמש מאות
תגובות: 979
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2022 11:45 am

Re: ChatGPT געבלאקט: איז עס טאקע שעדליכער ווי אינטערנעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קשורה בנפשו »

חוזר האט געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2023 12:35 pm

יא, איך פארשטיי אז די פראבלעם פון GPT איז די זאפטיגע שמועס וואס ער שטעלט פאר און עס איז טאקע א פראבלעם, אבער צו האט מען דען גע'אסרט די אינטערנעט ווייל עס איז א פראבלעם? ניין. ווייל מען דארף עס האבן פאר ביזנעס. GPT דארפן מענטשן פאר ביזנעס.

לדוגמה, ביז נישט לאנג צוריק ווען כ'האב געדארפט שרייבן א הויך קלאסיגע דאקומענט האט זיך אנגעהויבן א גאנצע אפמוטשעניש ריפן די רביצין מאמע/שוועסטער/שוויגער מיט GPT איז עס געווען פארטיג ביז מאמענטן.

האט מיר איינער גע'מסביר'ט אז די פראבלעם איז אז א בחור'ל קומט אהיים פון ישיבה און האט געהאט א שווערע טאג וועט ער קאלן GPT און פרעגן אדווייז, האבעך זיך נישט געפוילט און געגאנגען פרעגן גוגל וואס איך זאל טאן ווען כ'האב א שווערע טאג, וואונדער איבער וואונדער זיי ביידע האבן געהאט דעם זעלבן רעצעפט בלויז אראפגעלייגט אנדערש.

פרעג גוגל וואס דו ברויכסט טאן ווען דו ביסט מסופק אין עפעס און דאן פרעג אים וויזוי מען האט די קוראזש צו עס טאן וועסטו באקומען א הערליכע ענטפער.

פון וואו מיינסטו נעמט GPT זיינע רעצעפטן?

צום פינטל, GPT איז שעדליך אבער נישט צופיל מער פון גוגל סוירטש.

פינקט ווי בחורים און מיידלעך מעגן נישט האבן קיין צוטריט צו גוגל סוירטש איז נישט גלייך אז זיי זאלן האבן צוטריט צו GPT.

פינקט ווי יעדער פארשטייט אז מען קען טראסטן א אינגערמאן מיט גוגל זאל מען פארשטיין אז מען קען אים טראסטן מיט GPT.
חוזר
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 03, 2021 2:57 pm

Re: ChatGPT געבלאקט: איז עס טאקע שעדליכער ווי אינטערנעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוזר »

קשורה בנפשו האט געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2023 12:46 pm
יא, איך פארשטיי אז די פראבלעם פון GPT איז די זאפטיגע שמועס וואס ער שטעלט פאר און עס איז טאקע א פראבלעם.
----
פינקט ווי יעדער פארשטייט אז מען קען טראסטן א אינגערמאן מיט גוגל זאל מען פארשטיין אז מען קען אים טראסטן מיט GPT.
איך קען פארשטיין אז מען זאל פארמאכן אן עפפ וואס איז מיוחד צום שמועסן, און בלויז ווער עס דארף עס פאר ביזנעס זאל עס בעטן צו עפענען. (אזוי ווי מען טוט אדער וואלט געדארפט מיט וואטסעפפ וכדו'...)
ובפרט אין אזא שעת חירום ווען מען דארך צייגן א ביישפיל אז די סארט שפילן זענען א שפיל מיט פייער.

און יא ערוואקסענע דארפן אויך נישט פארברענגען די צייט מיט אזעלכע משוגמים... כאטש מען קען זיי טראסטן ווען זיי זאכן אז זיי דארפן עס האבן.

און אגב, אויב ווילסטו בלויז די ביזנעס טולס, קענסטו פרובירן דאס: https://workspace.google.com/blog/produ ... ts/duet-ai
פיליבאסטער
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 8:12 pm

Re: ChatGPT געבלאקט: איז עס טאקע שעדליכער ווי אינטערנעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיליבאסטער »

איך פארשטיי אז די איבערקערעניש ביי די רבנים קומט פון די טעלעפאן ליינס - אדער טעקסט - פאר די אינגווארג, ווען נישט דעם וואלט קיינער ניטאמאל גערעדט פון CHAT GPT

סקען זיין אז CHAT GPT איז אביסל הארבער פון גוגל סוירטש, הפנים מקען עס פארמאכן אין אלגעמיין און עפענען פאר וועם ספעלט אויס.

(פון די סקווירא גליון האב איך פארשטאנען אז AI האט א שטערקערע אפעקט אויף די מח, און אויך אז ער וועט דיר איבערצייגן אז ער איז גערעכט.

פון דעם אז גוגל ארבעט אויף א AI סוירטש מיינט לכאורה אז עס שטימט אז AI זאל בעסער קאנטראלירן דיין מח, ווייל אויב נישט פארוואס זענען זיי נישט צופרידן מיט זייער ביז יעצטיגע סוירטש?)
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: ChatGPT געבלאקט: איז עס טאקע שעדליכער ווי אינטערנעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

אויב איינער מאלט אראפ AI פאר ערגער ווי אפענע אינטערנעט, איז אבסורד!
אדער ווייסט ער נישט וואס AI איז, אדער ווייסט ער נישט ב"ה וואס אפענע אינטערנעט איז...

און לדעתי אראפמאלן AI פאר ערגער ווי אפענע אינטערנעט, הרג'ט אוועק די מלחמה מיט אינטערנעט...
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
שארן בארן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4262
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 4:44 pm

Re: ChatGPT געבלאקט: איז עס טאקע שעדליכער ווי אינטערנעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שארן בארן »

קשורה בנפשו האט געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2023 11:59 am
נאכן דורכקנאקן דעם אשכול בנשימה אחת בינעך געקומען צום באשלוס אז כ'ברויך פארלאזן איי וועלט תיקף ומיד עס דרייעט זיך דא א שרעקליך שוואכע ציבור.

עס קוקט אויס ווי ס'רוב פונעם ציבור דא זענען מלמדים און מגיד שיעורים וואס ווייסן נישט וויזוי עס קוקט אויס די געשעפט פון א גאס סטאנציע, עס הערשט א שרעקליכע פחד ווי כאילו אויב GPT בלייבט אפן אויף זייער קאמפיוטער זענען זיי פארטיגע גוים גמורים.

ברודער טייערע, אידן זיצן אויף גוגל סוירטש טאג טעגליך מיין קאמפיוטער איז פולשטענדיג בלאקירט דורך א גאר פארזיכערטע פילטער פירמע אבער.. וויל איך זיין א כופר... האב איך שאלות אין אמונה... קען איך טרעפן דאס שעדליכסטע אן שווערע אנשטרענגונג, די פילטער קאמפעניס פרובירן דאס בעסטע וואס זיי קענען צו בלאקירן די זייטלעך אבער עס איז גאר שווער צו בלאקירן געשריבענע קאנטענט.

לעניינו איז גוגל סוירטס שעדליך? נ'וודאי יא. איז GPT שעדליך? דעפענטלי! אבער דערפאר גייסטו עס גיין אינגאנצן בלאקירן?

דער בלוט און פלייש צוזאמשטעל קען זיך נישט טראסטן, דאס איז א פאקט. דערפאר מיז יעדער האבן א פילטער, א מענטש איז נישט אין קאנטראל אויף זיינע תאוות אין געוויסע זמנים ביי יעדעם אנדערש, אבער דאס איז נישט די פאל מיט GPT, וואס האט מען דארט מורא? פון כפירה... יא איר הערט גוט... טייערע פילטער קאמפעניס, איר ווייסט זייער גוט אז אייער פילטער קען נישט אפהאלטן איינער וואס האט ספיקות, דאן וואס די מוטשעניש.

א געזונטע אינגערמאן וואס ווערט געכאפט דורך א ריספאנס פון GPT דארף טעראפי נישט א פילטער.

כפירה איז אמאל געווען ציענד היינט שוין נישט, וויפיל אפגעקערטע זענען געווארן כופרים דורך ליינען? גאר א קליינע פראצענט. די נסיון ליגט כהיום אינעם הארץ נישט אינעם מוח א כופר ווערט מען נאכן ווערן א בעל תאווה.

איינער וואס גייט ארויס אויפן גרויסן פרייען וועלט האנדלען האט גרעסערע פראבלעמען, צו מיר אין אפיס קומען אריין שפלים ונבזים אנגעטאן ווי חווה פאר חטא אזוי אויך גענוג געלערנטע און אויפגעקלערטע.

האב אביסל טראסט אין דיינע אינגעלייט אז זיי גייען זיך נישט ארויפכאפן אויף א שטיקל כפירה ווי אויף א שטיקל בשר בהמה.

אלזא טייערע מלמדים און כולל אינגעלייט פילט איר אז GPT איז צו סאך פאר אייער דרגה אין אמונה דאן שטייט טאקע ווייט דערפון, מיר בעלי בתים וואס האנדלען מיט דאס ארגסטע טאג טעגליך האבן זיך אויפגעבויעט א שטיקל אמיון סיסטעם.

פארוואס די פילטער קאמפעניס האבן בלאקירט GPT קען איך פארשטיין, אידישקייט האט דערקלערט א פולשטענדיגע קריג קעגן GPT וויבאלד מען קען האבן צוטריט דערצו דורך קאלן/טעקסט און אין א קריג פאלן ציווילע אויך אין אונזער פאל א געצייג וואס העלפט שטארק ארויס אין ביזנעס.

צ'ק, די היינטיגע וועלט איז איין שטיק כפירה, עס שטינקט פון כפירה וואו די שטייסט נאר, אויב קען מען נישט טראסטן אונזערע אינגעלייט מיט GPT דאן דארף מען בויען געטאוס.

דיסקלעמער: איך האב טראסט אין די רבנים דערפאר איז טאקע GPT אפגעשפארט ביי מיר און איך וועל נאכגיין וואס די רבנים הייסן ווייל איך גלייב אז זיי פארשטייען בעסער ווי מיר.
100%

מען מאכט א גרויסע קיגל פון די עיקר סכנה וואס דאס איז AI פאר קינדער בחורים וואס האבן בכלל נישט עקסעס צו אינטערנעט אבער דורך AI געטרא]ן די וועג צו אזויפיל גוישע השקפה, צו די אנליין וואס איז זיכער נישט אזוי סאך ערגער ווי גוגל אפילו עס איז באקוועמער, נישט דאס מיינט מען.

למעשה זענען די פאון ליינס נאך אפן נאר פאר ביזנעס קען מען עס נישט ניצן.
שארן בארן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4262
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 4:44 pm

Re: ChatGPT געבלאקט: איז עס טאקע שעדליכער ווי אינטערנעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שארן בארן »

גראדע שכל האט געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2023 6:58 pm
אויב איינער מאלט אראפ AI פאר ערגער ווי אפענע אינטערנעט, איז אבסורד!
אדער ווייסט ער נישט וואס AI איז, אדער ווייסט ער נישט ב"ה וואס אפענע אינטערנעט איז...

און לדעתי אראפמאלן AI פאר ערגער ווי אפענע אינטערנעט, הרג'ט אוועק די מלחמה מיט אינטערנעט...
צושטעלן AI צו אפענע אינטערנעט איז באלדט ווי צוגלייכן דיסענטיס צו היטלער ימ''ש (נישט ממש... אבער אפענע אינטערנעט איז די תהום און שאול תחתית)

ביידע זענען גוים...

עי איי איז נישט גוט בכלל אבער אפענע אינטערנעט גאר? רח''ל.
ברוקלינער יונגערמאן
שר האלף
תגובות: 1758
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 08, 2015 1:04 am

Re: ChatGPT געבלאקט: איז עס טאקע שעדליכער ווי אינטערנעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלינער יונגערמאן »

צום קעפל

AI איז אייניג מיט נישט געפילטערטע גוגל זוכערייען.
אז די צווייטע איז געפילטערט ברויך די ערשטע אויך זיין. אויב זיי האבן נאכנישט קיין וועג עס צו פילטערן פארשטיי איך פארוואס זיי האבן עס געבלאקט ווילאנג זיי ארבעטן אויף א פילטער.
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3683
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: ChatGPT געבלאקט: איז עס טאקע שעדליכער ווי אינטערנעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

לויט ווי איך זעה פון אלע טשעט באטס וואס שפראצן ארויס ווי שוואמען נאך א רעגן, זעהט אויס ווי עס דארף נישט זיין צו קאמפליצירט אהערצודטעלן א קאסטומייזד באט וואס זאל נאר העלפן צום שרייבן, (די איינציגסטע צורך פאנסה וואס איז דערווייל דא דערפאר) און נישט ענטפערן קיין שום פראגעס.

איך מיין אז די קהילה פילטערס דארפן זיך אריינלייגן דערין פארן בלאקן א זאך וואס הונדערטער אידן האבן זיך שוין צוגעוואוינט אפאר חדשים צו נוצן עכט לצורך פרנסה.
אוועטאר
מנורה'לע
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 05, 2023 5:54 pm

Re: ChatGPT געבלאקט: איז עס טאקע שעדליכער ווי אינטערנעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנורה'לע »

יואל שרייבער האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 12:14 am
לויט ווי איך זעה פון אלע טשעט באטס וואס שפראצן ארויס ווי שוואמען נאך א רעגן, זעהט אויס ווי עס דארף נישט זיין צו קאמפליצירט אהערצודטעלן א קאסטומייזד באט וואס זאל נאר העלפן צום שרייבן, (די איינציגסטע צורך פאנסה וואס איז דערווייל דא דערפאר) און נישט ענטפערן קיין שום פראגעס.

איך מיין אז די קהילה פילטערס דארפן זיך אריינלייגן דערין פארן בלאקן א זאך וואס הונדערטער אידן האבן זיך שוין צוגעוואוינט אפאר חדשים צו נוצן עכט לצורך פרנסה.
מען קען עס ניצן פאר נאך צענדליגע זאכן לצורך פרנסה. עקסעל, פראגרעמס וכדומה.
אוועטאר
Thank you
שר שמונת אלפים
תגובות: 8331
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

Re: ChatGPT געבלאקט: איז עס טאקע שעדליכער ווי אינטערנעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Thank you »

יואל שרייבער האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 12:14 am
לויט ווי איך זעה פון אלע טשעט באטס וואס שפראצן ארויס ווי שוואמען נאך א רעגן, זעהט אויס ווי עס דארף נישט זיין צו קאמפליצירט אהערצודטעלן א קאסטומייזד באט וואס זאל נאר העלפן צום שרייבן, (די איינציגסטע צורך פאנסה וואס איז דערווייל דא דערפאר) און נישט ענטפערן קיין שום פראגעס.

איך מיין אז די קהילה פילטערס דארפן זיך אריינלייגן דערין פארן בלאקן א זאך וואס הונדערטער אידן האבן זיך שוין צוגעוואוינט אפאר חדשים צו נוצן עכט לצורך פרנסה.
קעפל: קאנפערענץ א' נשא ב' - סאטמאר מהרי"י
וויל נישט האט געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2023 10:48 pm
משימר האט נעכטן געבלאקט אסאך סייטס וואס טיט געוויסע AI סערוויס'ס און זיין האבן היינט געשיקט די אימעל מיט געוויסע סייסט וואס עס איז אפען.

Hi,

Below are the potential alternative AI sites that we are aware of:

1.
For writing and composing emails
https://www.grammarly.com/grammarlygo

2.
Article Writing
https://www.longshot.ai/

3.
Program and coding
https://github.com/features/copilot/

4.
For excel
https://aiexcelbot.com/

Please note: the services listed above was not independently evaluated by us and we don't take responsibility on the quality or accuracy of the products. If you have any feedback or suggestions that may help others please share with us for the benefit of other Meshimer users.

-------
Meshimer | Technical Support
Phone: 718.840.3400 x 2
[email protected] | www.meshimer.com
הרב והצעיר
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 6:43 pm

Re: ChatGPT געבלאקט: איז עס טאקע שעדליכער ווי אינטערנעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב והצעיר »

דאס איז טאקע די זאך. איך ווייס פין פראפעשינעלס וואס צי שרייבן ריפארטס האבן זיי געניצט ai
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4990
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: ChatGPT געבלאקט: איז עס טאקע שעדליכער ווי אינטערנעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

יואל שרייבער האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 12:14 am
לויט ווי איך זעה פון אלע טשעט באטס וואס שפראצן ארויס ווי שוואמען נאך א רעגן, זעהט אויס ווי עס דארף נישט זיין צו קאמפליצירט אהערצודטעלן א קאסטומייזד באט וואס זאל נאר העלפן צום שרייבן, (די איינציגסטע צורך פאנסה וואס איז דערווייל דא דערפאר) און נישט ענטפערן קיין שום פראגעס.
הע? :?: :roll:

פיליבאסטער האט געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2023 6:46 pm
פון די סקווירא גליון האב איך פארשטאנען אז AI האט א שטערקערע אפעקט אויף די מח, און אויך אז ער וועט דיר איבערצייגן אז ער איז גערעכט.
chatGPT וועט זיך קיינמאל נישט טענה'ן מיט די באנוצער, פינטל
איך ווייס נישט פון וואו די גליון האט באקומען זייער אינפארמאציע, מיין אינפארמאציע קומט פון 6 חדשים זיך באנוצען דערמיט
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: ChatGPT געבלאקט: איז עס טאקע שעדליכער ווי אינטערנעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

מים חיים האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 9:34 am
פיליבאסטער האט געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2023 6:46 pm
פון די סקווירא גליון האב איך פארשטאנען אז AI האט א שטערקערע אפעקט אויף די מח, און אויך אז ער וועט דיר איבערצייגן אז ער איז גערעכט.
chatGPT וועט זיך קיינמאל נישט טענה'ן מיט די באנוצער, פינטל
איך ווייס נישט פון וואו די גליון האט באקומען זייער אינפארמאציע, מיין אינפארמאציע קומט פון 6 חדשים זיך באנוצען דערמיט
פשוט אזוי, כאפ נאר א בליק אין די עי איי אשכול וואו דער עולם האט ארויסגעלייגט זייערע שאלות ותשובות וועסטו זעהן זיין גרויס הכנעה. וואס דו וועסט אים נאר איינרעדן וועט ער גלייך מודה זיין צו דיר, אפילו גראבע מאטעמאטישע טעותים וואס א דריי יעריג קינד וועט נישט מאכן.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6371
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: ChatGPT געבלאקט: איז עס טאקע שעדליכער ווי אינטערנעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

רעגנדיג האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 9:42 am
מים חיים האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 9:34 am
פיליבאסטער האט געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2023 6:46 pm
פון די סקווירא גליון האב איך פארשטאנען אז AI האט א שטערקערע אפעקט אויף די מח, און אויך אז ער וועט דיר איבערצייגן אז ער איז גערעכט.
chatGPT וועט זיך קיינמאל נישט טענה'ן מיט די באנוצער, פינטל
איך ווייס נישט פון וואו די גליון האט באקומען זייער אינפארמאציע, מיין אינפארמאציע קומט פון 6 חדשים זיך באנוצען דערמיט
פשוט אזוי, כאפ נאר א בליק אין די עי איי אשכול וואו דער עולם האט ארויסגעלייגט זייערע שאלות ותשובות וועסטו זעהן זיין גרויס הכנעה. וואס דו וועסט אים נאר איינרעדן וועט ער גלייך מודה זיין צו דיר, אפילו גראבע מאטעמאטישע טעותים וואס א דריי יעריג קינד וועט נישט מאכן.
איך האב יא געהאט ווי ער האט מיך פרובירט צו קאנווינסן אויף עפעס נאכן אים פארהאלטן אויף זיין שטעלונג
אני הוא הנער, נער המדבר
קשורה בנפשו
שר חמש מאות
תגובות: 979
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2022 11:45 am

Re: ChatGPT געבלאקט: איז עס טאקע שעדליכער ווי אינטערנעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קשורה בנפשו »

בניהו האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 10:21 am

הרב @בניהו איר לאזט זיך אויך אזוי שנעל ווערן איבערצייגט ווען איינער פרובירט אייך צו קאנווינסן קעגן אייער פארטיי?

זאל אידישקייט זיין צום ווייניגסטנס אזוי ווי אייער פארטיי.
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6371
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: ChatGPT געבלאקט: איז עס טאקע שעדליכער ווי אינטערנעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

אוי פליז.

איך רעד פון די מציאות
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4990
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: ChatGPT געבלאקט: איז עס טאקע שעדליכער ווי אינטערנעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

בניהו האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 10:21 am
איך האב יא געהאט ווי ער האט מיך פרובירט צו קאנווינסן אויף עפעס נאכן אים פארהאלטן אויף זיין שטעלונג
אויב אזוי ציה איך צוריק פון די קיינמאל, *געווענליך
קשורה בנפשו
שר חמש מאות
תגובות: 979
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2022 11:45 am

Re: ChatGPT געבלאקט: איז עס טאקע שעדליכער ווי אינטערנעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קשורה בנפשו »

בניהו האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 10:35 am
אוי פליז.

איך רעד פון די מציאות
כ'האב נישט אייך געמיינט...

כ'האב געמיינט די וואס גייען זיך יעצט ארויפכאפן ווי אויף אויפן רבינס שונא אז, אההה פארדעם מיז מען עס בלאקירן און שוין זאפארט.

זאג איך אייך טייערע אידן, אייער אידישקייט מעג נאך זיין אזוי שטארק ווי איר גלויבט אינעם רבי אייערע, פאר קיין פאל וועט איר נישט אריבערגיין צום ברודער אפילו די שונאים וועלן אויפקומען מיט א טשעטבאט.
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2536
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

Re: ChatGPT געבלאקט: איז עס טאקע שעדליכער ווי אינטערנעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

יואל שרייבער האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 12:14 am
לויט ווי איך זעה פון אלע טשעט באטס וואס שפראצן ארויס ווי שוואמען נאך א רעגן, זעהט אויס ווי עס דארף נישט זיין צו קאמפליצירט אהערצודטעלן א קאסטומייזד באט וואס זאל נאר העלפן צום שרייבן, (די איינציגסטע צורך פאנסה וואס איז דערווייל דא דערפאר) און נישט ענטפערן קיין שום פראגעס.

איך מיין אז די קהילה פילטערס דארפן זיך אריינלייגן דערין פארן בלאקן א זאך וואס הונדערטער אידן האבן זיך שוין צוגעוואוינט אפאר חדשים צו נוצן עכט לצורך פרנסה.
די פראבלעם הייבט זיך אן,ווען אזאנע אינפארמאציע ווערט געפיטערט פאר די מנהיגי ישראל
#בשיטה נישט
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: ChatGPT געבלאקט: איז עס טאקע שעדליכער ווי אינטערנעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

א טעות גמור צו בלאק’’ן. את אשר טיהרת אסרתי ברענגט ח’’ו צו אשר אסרת התרתי.

פאר ביזנעסלייט איז נישט קיין נסיון דאס צו נוצן פאר שלעכטס.

איך רעד יעדן טאג ביזנעס אויף סקייפ צו גוים און גויטעס. משומר טראסט מיך דארט, טראסט מיך מיט דעם גוי אויך.
כ’מאך נישט אוועק די סכנה פון די טעל. Ai.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: ChatGPT געבלאקט: איז עס טאקע שעדליכער ווי אינטערנעט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

משומר האט מיר עס ב’’ה געעפנט טעמפארערי.

אויב וועלן זיי מיר מאכן צרות ווען כ’דארף עס להבא, און איך גיי איך מיך מיט זיי נישט קענען אן עצה געבן, וועל איך גיין צו א פילטער וואס לאזט עס.

טע’’ג האט עס אויך געבלאקט?
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”