סתרי תורה

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

סתרי תורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

בס״ד

43d-84d9-e9b7c0c503ad copy.jpg
43d-84d9-e9b7c0c503ad copy.jpg (223.98 KiB) געזען 774 מאל



רויטע צינגען, ווילדעווען הויעך
פאקלען שפרינגען, שטיקט א רויעך
די רויטע זאמדן צובלאזן אין שרעק
שטיינערנע שפיצן צולויפן זיך אין יעדע עק

די בריאה ערשיטערט, ציווארפן די קארטן
דער קאקטוס פארציטערט, געביטן צו גארטן
די וואלקענעס פון פחד דינערן אומנאטורליך
מאויומדיגע בליצן רייסן אויף אין שנירלעך

דער נעפל שטעכט, די אומוואוסנד טאפנד
די וועלט ווי א לעכט, אטעם פארכאפנד
פייפט די וועלט, מיט א לאנגע הארן
צו טונקל פארשטעלט, אויך די זון געווארן

ווארפן קאלירן, בליצן בילדער
זיך אינגאנצן פארלירן, אין די געפילדער
עפעס גערירט אראפ פון זינען
קוועלער חכמה פון די בערג ווי רינען

די וועלט באשאף צופייערט גענצליך
פייער און וואסער אינאיינעם רינגען טענצעלעך
רעש, קולות, א פארבלענדעניש פון טומל
הימל איז ערד, ערד הימל

ווי קאלעך אויוון רודערט, יעדע ווינקל גליעט
די נפש צורודערט, די נשמה כמעט פליט
פארשלאפן טיף, יעדע גליד אין בהלה
צוקראכן פון התפעלות, פארפאסט יעדע קבלה

צווישן מהפיכה, דארט אפשר איז די שפיץ
צווישן רויעך און ווינטן, שוין איינמאל א בליץ
רויעך, בליצן און פייער, די זעלבע מהות
זעהן דערין נסיון, אדער אלוקות

זיי זעהען א מבול, שפירן ס׳צרות
מיר זענען תורה מקבל, עפענען גמרות
פארכטיגע סצענעס, מצבים טריבע
אפשר זיין קען עס, אפענע ליבע

א גאס פון בינה, א איבערפלוס פון אפנקייט
התגלות השכינה, ווי קיינמאל אין פארגאנגענהייט
ניין, נישט יעצט הייבן, א פאן פון מורא
תשפ״ג שרייבן, א נייע קבלת התורה
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
יכולתי
שר חמש מאות
תגובות: 952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 16, 2022 12:14 am

Re: סתרי תורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יכולתי »

הערליך!!!
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: סתרי תורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

בין איך עקסייטעד ווען איך זעה אז @ענדע צדיק! האט ארויפגעלייגט א נייע פאעזיע?
יא. דעפיניטלי יא.

בין איך איבערראשט און באגייסטערט יעדעס מאל ווי גוט עס איז?
אויך יא.

בין איך העווי מקנא ענדע מיט זיין טאלאנט, און שטילערהייט פארגין איך אים עס נישט?
אויך יא. הונדערט פראצענט אז יא.
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
טינט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

Re: סתרי תורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינט »

און די חוצפה פון צולייגן די הערליכע בילדער צו יעדע דריטע פאעזיע!
אנבעליוויבל.
אין מיין וועלט, בין איך קעניג!
אוועטאר
משה יצחקי
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע: א סוד!

Re: סתרי תורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

פאעטיש ביז גאר
צונומען אויפן האר
און פארשטייט זיך זייער קלאר
יעדעס ווארט אזוי וואר
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9979
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: סתרי תורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

זייער זייער שיין!
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: סתרי תורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

די ענדלאזע טאלאנט פון ענדע!
זאל נישט שאטן א בייז אויג...
אוועטאר
פה מפיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 01, 2022 9:15 am

Re: סתרי תורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פה מפיק »

קונצליך אבער פארט מיט אזא פשטות

מאיומדיגע טאלאנט!
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: סתרי תורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

פארכטיגע דיבורים.
בילל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 16, 2022 10:27 am

Re: סתרי תורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בילל »

WOW WOW WOW זייער רייך און בארירנד,
ממש ווי א אלטע גוטע וויין.
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2106
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: סתרי תורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

ענדע צדיק! האט געשריבן: זונטאג מאי 28, 2023 11:18 am

אטעם פארכאפנד

עפעס גערירט אראפ פון זינען

קוועלער חכמה

יעדע ווינקל גליעט

די נפש צורודערט

די נשמה כמעט פליט

צוקראכן פון התפעלות
@ענדע צדיק!
דעיס איז וואס איך קען דיר זאגן......
די עבר איז - זכרונות,
די עתיד איז - דמיונות,
די הווה איז - נסיונות.


2000'סטע תגובה

אניווערסערי? אשת חיל האט יומולדת? שיקט א רינגל פאר'ן כלה?
דא איז די פלאץ:

גראמען גמ"ח
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: סתרי תורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

יישר כח אלע
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: סתרי תורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

Wow
דא ליגט דער אוצר! לעבעדיגע שורות! מ'קען עס כמעט אנכאפן!
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”