געווינען/געוואונען אד"ג

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי שרייבט מען, זונגען/זינגען וואוסן/וויסן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

כר' סענדער ע"ה, אייביג א י' חוץ בלשון עבר.

געווענליך די ווערטער וואס טוישן זיך בלשון עבר פון י' צו ו' זענען אויך אנדערש אין ענגליש. צב"ש sang/sung, swam/swum, won, found, knew.

ביי רוב ווערבן קען מען אלס סימן פשוט קוקן אויב דאס ווארט פאנגט זיך אן גע-. צב"ש זינגען ווען אייביג זיין מיט א י', חוץ ווען דאס ווארט פאנגט זיך אן גע-. די אנדערע אזעלכע ווערטער זענען: בינדן, דינגען, דרינגען, ווינטשן, ווינקען, וויסן, זינקען, צווינגען, קלינגען, רינען, שווימען, שטינקען, שלינגען, שפרינגען, שרימפען.

ס'זענען אבער דא עטליכע ווערבן וואס האבן גע- אויך אין לשון עתיד: געלינגען, געווינען, געפינען. אויך זענען דא אזעלכע וואס באקומען נישט גע- אפילו אין לשון עבר: ערפונדן, פארגונען, פארשוואונדן. ביי די קען מען טראכטן ווי אזוי מ'וואלט געזאגט ווען מ'טוישט אויף דעם ווערב. למשל אויב איינער קען נישט באשליסן צי ס'קומט געפינען אדער געפונען, זאל ער אויפטוישן דאס ווארט מיט טרעפן, וועט ער גלייך קענען באשליסן צי ס'קומט דא טרעפן אדער געטראפן.

זאכווערטער איז א נושא פאר זיך. געוויקס, געווינס, געווינער, און זינגער.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

תגובה דורך היסטאריש »

ש'כח @גרשון.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
זשוליאנע
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2023 8:00 pm

Re: וויאזוי שרייבט מען, זונגען/זינגען וואוסן/וויסן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זשוליאנע »

גרשון האט געשריבן: מיטוואך מאי 24, 2023 10:12 pm
כר' סענדער ע"ה, אייביג א י' חוץ בלשון עבר.

געווענליך די ווערטער וואס טוישן זיך בלשון עבר פון י' צו ו' זענען אויך אנדערש אין ענגליש. צב"ש sang/sung, swam/swum, won, found, knew.

ביי רוב ווערבן קען מען אלס סימן פשוט קוקן אויב דאס ווארט פאנגט זיך אן גע-. צב"ש זינגען ווען אייביג זיין מיט א י', חוץ ווען דאס ווארט פאנגט זיך אן גע-. די אנדערע אזעלכע ווערטער זענען: בינדן, דינגען, דרינגען, ווינטשן, ווינקען, וויסן, זינקען, צווינגען, קלינגען, רינען, שווימען, שטינקען, שלינגען, שפרינגען, שרימפען.

ס'זענען אבער דא עטליכע ווערבן וואס האבן גע- אויך אין לשון עתיד: געלינגען, געווינען, געפינען. אויך זענען דא אזעלכע וואס באקומען נישט גע- אפילו אין לשון עבר: ערפונדן, פארגונען, פארשוואונדן. ביי די קען מען טראכטן ווי אזוי מ'וואלט געזאגט ווען מ'טוישט אויף דעם ווערב. למשל אויב איינער קען נישט באשליסן צי ס'קומט געפינען אדער געפונען, זאל ער אויפטוישן דאס ווארט מיט טרעפן, וועט ער גלייך קענען באשליסן צי ס'קומט דא טרעפן אדער געטראפן.

זאכווערטער איז א נושא פאר זיך. געוויקס, געווינס, געווינער, און זינגער.
יישר כח גרשון!

איך האב געהאט אמאל נאכגעקוקט אויף א געוויסער דיקשאנערי וועבזייט צי מען זאל שרייבן געוויקס אדער געוואוקס, באנוץ אדער באניץ, און ער געט ביידע אויסוואלן. ממילא בין איך געבליבן ביים ספק, איך ווייס טאקע נישט וויאזוי צו טון.

וואס בלייבט די מסקנא ביי דעם?

און אויך האב איך נאך א שאלה, ווען איך שרייב ניצן בלשון עבר, למשל "ער פלעגט עס נוצן" אדער "ער פלעגט עס ניצן", "ער פלעגט זונגען" אדער "ער פלעגט זינגען", ווייל עס האט נישט דעם גע-, אבער עס שטייט אין לשון עבר פראז.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: געווינען/געוואונען אד"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

וואוקס אבער געוויקס. ס'קוקט אפשר אויס סתירה'דיג, אבער בעצם איז דער גראמאטישער געבוי פון די צוויי ווערטער אנדערש. (אין דייטש האט געוויקס אן ä און וואוקס א U).

ער פלעגט זינגען. ווי דער סימן אויבן, טראכט ווי אזוי דו וואלסט געניצט אזא פראזע אין א צווייטן ווערב: ער פלעגט קומען, ער פלעגט גיין, נישט געקומען און געגאנגען. זינגען וועט קיינמאל נישט האבן קיין ו' נאר אויב ס'פאנגט זיך אן גע-.

ניצן/נוצן איז א צווייטע זאך. ס'איז א מחלוקת צי ס'קומט א ו' אדער א י', אבער ס'האט נישט מיט עתיד און עבר. אויב ניצן, דען געניצט, און אויב נוצן דאן גענוצט. אבער ביי א זאכווארט קען מען יא מחלק זיין צו שרייבן א ו': "ס'איז דא א נוצן פון דעם חפץ."
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
וויל וועלן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

Re: געווינען/געוואונען אד"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל וועלן »

צוגעוואוינען/צוגעוויינען?
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובה דורך abeg »

שמוץ אדער שמאָץ?
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: געווינען/געוואונען אד"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

וויל וועלן האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 3:49 pm
צוגעוואוינען/צוגעוויינען?
דאס איז היינו הך, געוואנדן אינעם אויסשפראך.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
וויל וועלן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

Re: געווינען/געוואונען אד"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל וועלן »

farshlufen האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 4:02 pm
וויל וועלן האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 3:49 pm
צוגעוואוינען/צוגעוויינען?
דאס איז היינו הך, געוואנדן אינעם אויסשפראך.
דאס איז מיין שאלה, ווי אזוי איז אנגענומען צו שרייבן?
מעלות שרייבט צוגעוואוינען, אבער וויינרעך שרייבט צוגעוויינען
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: געווינען/געוואונען אד"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

וויל וועלן האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 4:06 pm
דאס איז מיין שאלה, ווי אזוי איז אנגענומען צו שרייבן?
צוגעוואוינען.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
וויל וועלן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

Re: געווינען/געוואונען אד"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל וועלן »

גרשון האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 4:09 pm
וויל וועלן האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 4:06 pm
דאס איז מיין שאלה, ווי אזוי איז אנגענומען צו שרייבן?
צוגעוואוינען.
שכוח!
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: געווינען/געוואונען אד"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

abeg האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 3:52 pm
שמוץ אדער שמאָץ?
שמוץ.
(lash, whip = שמיץ.)
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: געווינען/געוואונען אד"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

גרשון האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 4:12 pm
abeg האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 3:52 pm
שמוץ אדער ?
שמוץ.
(lash, whip = שמיץ.)
פ״װ זאגן אסאך מענטשען שמאָץ? ובפרט ידן פון די עלטערע דור?
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: געווינען/געוואונען אד"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ווייל אריגינעל איז דאס דער קלאנג פון מלאפום. אזוי ווי אונגארן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
זשוליאנע
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2023 8:00 pm

Re: געווינען/געוואונען אד"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זשוליאנע »

א גרויסן יישר כח גרשון פארן אריינקומען אזוי קלאר!

אבער איך האב נאך פילע ספיקות אין דעם ענין.

למשל פארוואס ביי 'נוצן' זאל מען זיך באנוצן מיט א ו' און ביי 'זינגען' א י'. און דאס זעלבע איז ביי 'קומען', איך געדענק נישט איינער זאל שרייבן 'קימען'. וואס איז דער חילוק?

אדער למשל, "אסאך מענטשן גייען זיך געפונען/געפינען דארט"

ביי דעם פאל האב איך געשריבן גע- אבער עס איז בלשון עתיד, אנדערש ווי געווענליך וואס דאס גע- מאכט עס לשון עבר. וויאזוי דארף מען שרייבן ביי דעם פאל, געפונען אדער געפינען?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: געווינען/געוואונען אד"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

פארוואס קומען און זינגען? ווייל אזוי. ס'דארף נישט האבן קיין הסבר. זיי זענען צוויי אנדערע ווערטער. פארוואס טיש און באנק? פארוואס נישט טאש און בינק? א ו' און א י' זענען צוויי באזונדערע וואקאלן, נאר מיר פויליש-אונגארישע האבן זיי אנגעהויבן ארויסזאגן די זעלבע, און ווען מ'שרייבט האלט מען ווייטער אן דעם אריגינעלן כתיב.

געפינען/געפונען האב איך אויבן געשריבן.
viewtopic.php?p=4340459#p4340459
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
צום פוינט
שר חמש מאות
תגובות: 500
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2016 2:34 pm

Re: געווינען/געוואונען אד"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום פוינט »

איך האב שוין געפרעגט אין אן אנדערע אשכול אפשר איז דא דאס פלאץ.
פריוו אדער פרואוו ? [לשון הוה]
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: געווינען/געוואונען אד"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

צום פוינט האט געשריבן: מיטוואך יוני 14, 2023 3:52 pm
איך האב שוין געפרעגט אין אן אנדערע אשכול אפשר איז דא דאס פלאץ.
פריוו אדער פרואוו ? [לשון הוה]
'פרואוו', אדער 'פראבע'.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”