מאסיוו+
שטיבל - וועכנטליכע אויסגאבע פון א בליק
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
Re: שטיבל - וועכנטליכע אויסגאבע פון א בליק
מענדי אונגער האט זיך פארליבט אין פארעמ'ס... נאר לעצטע וואך איז ער געווען אין בעטהעל פארעם פארן מאמענט..
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות.
א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.
א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.
Re: שטיבל - וועכנטליכע אויסגאבע פון א בליק
די שאלה איז נאר וואס באדייט די תורה געשנירטע שמועס בהיכלו פון ר' יוחנן... שווער צו גלייבן ר' יוחנן זאל זיך אוועקזעצן פאר א שמועס [ליין: אינטערוויו] מיט א מאגאזין...
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות.
א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.
א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.
- פרומע לבוש
- שר האלפיים
- תגובות: 2919
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
- לאקאציע: אין מיין רעזשוואלקע
Re: שטיבל - וועכנטליכע אויסגאבע פון א בליק
די שיעור השיעורים פראיעקט קוקט אויס אינטרעסאנט,
פין רעב זלמן טייטעלבוים האב איך נאכנישט געהערט, ווי גיבט ער זיין שיעור?
פין רעב זלמן טייטעלבוים האב איך נאכנישט געהערט, ווי גיבט ער זיין שיעור?
Re: שטיבל - וועכנטליכע אויסגאבע פון א בליק
גרעסטע שיעור אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר מהר"א קרית יואל.פרומע לבוש האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 23, 2023 2:25 pmדי שיעור השיעורים פראיעקט קוקט אויס אינטרעסאנט,
פין רעב זלמן טייטעלבוים האב איך נאכנישט געהערט, ווי גיבט ער זיין שיעור?
דיינע קינדער זענען דיין עול און אחריות, דיין ווייב איז נאר דא דיר ארויסצוהעלפן. ס'איז נישט איר אחריות און די העלפסט (אפשר) ארויס.
- פריש פון פריש
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 374
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 24, 2022 5:21 pm
Re: שטיבל - וועכנטליכע אויסגאבע פון א בליק
גערעדט צום שרייבער ווואס האט אים אנטערוויט
פרישער פון פריש איז אייביג גוט צו זיין, עס ברענגט נאר פרישקייט!!!!
Re: שטיבל - וועכנטליכע אויסגאבע פון א בליק
און?...
יענער? ער ליגט אין גרוב!
וואטעווער, אין א גאָלד גרוב...
וואטעווער, אין א גאָלד גרוב...
- בשבילי נברא
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9235
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am
Re: שטיבל - וועכנטליכע אויסגאבע פון א בליק
גראדע וואלט איך עס יא געגלייבט אויף אים, פארשטייט זיך נישט אלץ מאגאזין אינטערוויו, נאר צוליב:
במקום שאתה מוצא גדולתו שם אתה מוצא ענוותנותו... אמר ר' יוחנן!
וועט ר' יוחנן זז"ג זאגן און שמועסן מיט סיי וועמען..
למעשה האמיר דורכגעליינט דעם אינטערוויו און שטארק הנאה געהאט, ס'איז זייער באלערנד און רייך, געהעריג שיחת חולין של תלמיד חכם פון וואס מ'קען נעמען א א לימוד.
---
Re: שטיבל - וועכנטליכע אויסגאבע פון א בליק
גא"מפילאָזאָף האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 24, 2023 12:57 amאון?...
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות.
א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.
א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.
Re: שטיבל - וועכנטליכע אויסגאבע פון א בליק
ביינונז אין שטעטל איז עס נאכנישט אנגעקומען, אבער אז דו זאגסט עס איז א געהעריגע אינטערוויו איז שאלה צי ער האט געוואוסט אז עס גייט פובליצירט ווערן.. אבער, אלעס איז מעגליך..בשבילי נברא האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 24, 2023 1:04 amגראדע וואלט איך עס יא געגלייבט אויף אים, פארשטייט זיך נישט אלץ מאגאזין אינטערוויו, נאר צוליב:
במקום שאתה מוצא גדולתו שם אתה מוצא ענוותנותו... אמר ר' יוחנן!
וועט ר' יוחנן זז"ג זאגן און שמועסן מיט סיי וועמען..
למעשה האמיר דורכגעליינט דעם אינטערוויו און שטארק הנאה געהאט, ס'איז זייער באלערנד און רייך, געהעריג שיחת חולין של תלמיד חכם פון וואס מ'קען נעמען א א לימוד.
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות.
א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.
א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.
- דזשעק ענד דזשיל
- שר חמש מאות
- תגובות: 946
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2022 2:15 am
Re: שטיבל - וועכנטליכע אויסגאבע פון א בליק
זעהעך אז שטיבלאך איז טאקע אהיימגעגאנגען דעי וואך..דזשעק ענד דזשיל האט געשריבן: ↑מוצ"ש מאי 20, 2023 10:40 pm
שטיבאלאך האט דעי וואך בארכאשעם אויפגעהערט פרעידיגן ציונות אזויווי די לעצטע פאר וואכן...נישט אז כ'האב א גרויסע פראבלעם מיט דעם, נאר ס'מאכט פשוט נישט קיין סענס צו פארקויפן שטיקער ציונות אין פארום פון קנאות...
ס'פשט?..פארמאכט אויף אייביג?
אמת ויציב...
Re: שטיבל - וועכנטליכע אויסגאבע פון א בליק
איך האף אז די קאלום איז נישט קיין פארגאנגענהייט, כ'פלעג עס דורכלעזן פאר אלעס.דזשעק ענד דזשיל האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 24, 2023 2:36 pmזעהעך אז שטיבלאך איז טאקע אהיימגעגאנגען דעי וואך..דזשעק ענד דזשיל האט געשריבן: ↑מוצ"ש מאי 20, 2023 10:40 pm
שטיבאלאך האט דעי וואך בארכאשעם אויפגעהערט פרעידיגן ציונות אזויווי די לעצטע פאר וואכן...נישט אז כ'האב א גרויסע פראבלעם מיט דעם, נאר ס'מאכט פשוט נישט קיין סענס צו פארקויפן שטיקער ציונות אין פארום פון קנאות...
ס'פשט?..פארמאכט אויף אייביג?
לבי במזרח
- טישטוך
- שר האלפיים
- תגובות: 2608
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
- לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה
Re: שטיבל - וועכנטליכע אויסגאבע פון א בליק
בעיני איז שטיבאלאך געווען די שענסטע קאלום, א חידוש אין עולם הליטעראטור, און הרב ראזען האט מיט א זיסן פעדער געבליצט חידושים יעדע וואך.זקן ורגיל האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 24, 2023 3:17 pmאיך האף אז די קאלום איז נישט קיין פארגאנגענהייט, כ'פלעג עס דורכלעזן פאר אלעס.דזשעק ענד דזשיל האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 24, 2023 2:36 pmזעהעך אז שטיבלאך איז טאקע אהיימגעגאנגען דעי וואך..דזשעק ענד דזשיל האט געשריבן: ↑מוצ"ש מאי 20, 2023 10:40 pm
שטיבאלאך האט דעי וואך בארכאשעם אויפגעהערט פרעידיגן ציונות אזויווי די לעצטע פאר וואכן...נישט אז כ'האב א גרויסע פראבלעם מיט דעם, נאר ס'מאכט פשוט נישט קיין סענס צו פארקויפן שטיקער ציונות אין פארום פון קנאות...
ס'פשט?..פארמאכט אויף אייביג?
טאקע ווייל עס איז געשריבן געווארן הומאריסטיש און אן קיין נקודות אדער דעות האב איך עס געגליכן. כ׳האף אז עס קומט צוריק.
- זויער טייג
- שר האלף
- תגובות: 1436
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 21, 2023 5:48 pm
- לאקאציע: אין בעקעריי
Re: שטיבל - וועכנטליכע אויסגאבע פון א בליק
עני יאניט עוועילעבאל? ASAP!!!
וואס באדייט די ווערטער "געשנירטע שמועס"
וואס באדייט די ווערטער "געשנירטע שמועס"
רוב מאל איז די תירוץ "ניין"
- עירוב תבשילין
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8033
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am
Re: שטיבל - וועכנטליכע אויסגאבע פון א בליק
יאפ, גא''מ. אלס א ירושלימ'ער איינוואוינער האב איך הנאה געהאט צו לעזן זיינע זיסע אבזערוואציעס און הומאריסטישער געדאנקען איבער דער ארץ ישראל'דיגע לעבנסשטייגער. כ'האף ס'וועט ערזעצט ווערן מיט עפעס אנדערש.טישטוך האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 24, 2023 4:31 pmבעיני איז שטיבאלאך געווען די שענסטע קאלום, א חידוש אין עולם הליטעראטור, און הרב ראזען האט מיט א זיסן פעדער געבליצט חידושים יעדע וואך.זקן ורגיל האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 24, 2023 3:17 pmאיך האף אז די קאלום איז נישט קיין פארגאנגענהייט, כ'פלעג עס דורכלעזן פאר אלעס.דזשעק ענד דזשיל האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 24, 2023 2:36 pmזעהעך אז שטיבלאך איז טאקע אהיימגעגאנגען דעי וואך..דזשעק ענד דזשיל האט געשריבן: ↑מוצ"ש מאי 20, 2023 10:40 pm
שטיבאלאך האט דעי וואך בארכאשעם אויפגעהערט פרעידיגן ציונות אזויווי די לעצטע פאר וואכן...נישט אז כ'האב א גרויסע פראבלעם מיט דעם, נאר ס'מאכט פשוט נישט קיין סענס צו פארקויפן שטיקער ציונות אין פארום פון קנאות...
ס'פשט?..פארמאכט אויף אייביג?
טאקע ווייל עס איז געשריבן געווארן הומאריסטיש און אן קיין נקודות אדער דעות האב איך עס געגליכן. כ׳האף אז עס קומט צוריק.
Re: שטיבל - וועכנטליכע אויסגאבע פון א בליק
*תורה געשנירטע שמועסזויער טייג האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 24, 2023 4:35 pmעני יאניט עוועילעבאל? ASAP!!!
וואס באדייט די ווערטער "געשנירטע שמועס"
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות.
א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.
א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.
Re: שטיבל - וועכנטליכע אויסגאבע פון א בליק
א שטיבל זייער צום זאך געוועזן די שבועות ב''ה.
פון דעם מלאך, ר' שמעון'ס טעיסט, די ווערטעלאך פון דעם שטערן זעער, ביז די פארענטשעס די באטע מיט די גראמערלאך, ווי שטענדיג ברענגט עס אן אמת'ע עונג שבת ויו''ט, (און ווי שטענדיג לאז איך אויס דווקא עטליכע אז די אנדערע זאלן זיך נישט פילן געטראפן) אלעס אלעס איז לייכט געשמאק און תוכנ'פול.
מענין לענין די וואך האב איך דווקא עס געליינט צום לעצט הגם עס איז אייביג די ערשטע וויסנדיג אז אויב נישט גיי איך נישט האבן עפעס נארמאל צו לעזן שבת נאכן טשולענט, האט מען זיך איינגעהאלטן און באקומען די קאמפלימענט ערשט אפאר שעות צוריק. איך האב הנאה געהאט צו הערן אז די בעל תשובה איז שוין א כשר'ע יוד און ר' לייביש טוט זיך נישט סתם אזוי נארן פון א גוישע שאקל, איך ערווארט אן אינטעריוויא בקרוב מיט ר' צבי.
די שטיבאלאך איז די וואך געווען אימבאשרייבליך, איך גיי נישט מקבל זיין קיין שום תירוצים די קאלום זאל בעסער צוריק זיין אזוי שנעל ווי מלאך איז צוריק געקומען... סארא מעשה איז דאס מען געבט א סקיפ א וואך, אויף וועמענס חשבון?
די שיעורים אין אלע געגנטער איז געווען א היט, מען האט גענימען די בעסטע שרייבער וואס די היימישע גאס פארמאגט און זיי אראפגעלאזט ביי די באקאנסטע שיעורים אין יעדע שטאט, געווען זייער דערהויבן און געשמאק צו לעזן.
מענדי אונגאר האט געכאפט א שפאציר אין די פארעם, וואס האט פערצופאל קיען אבער גערעדט האט ער פון טשיקנס אין סאמע יו''ט שבועות, אבער געווען אן עונג יו''ט מיטצושפאצירן.
די נייע ארטיקל פון משה מילשטיין גייט מען נישט דזשאדזשן גלייך לאמיר עס געבן א וואך צוויי, עס מאכט אבער א גוטע איינדרוק.
יענעמס שיך שמעקט פיין... איך בין נייגעריג ווער די שרייבער איז, ר' לייביש שרייבט אז ער האט צענדליגע אזעלכע איז דאס אויך ער אדער איינער פון א''י, איך בין אביסל צעמישט.
די איבערגעמאכטע קאווע צימער, אינטרעסאנט וואס האט אויסגעפעלט די טויש, עס איז געווען פיין ביז יעצט אויך, קודם אברמי וויזויהייסטענאר (דער טוישט דאכצעך סייווי זיין לעצטע נאמען יעדע וואך א האלב...) האט געהאט א פעידזש ביי די מהפכה און איך האב גארנישט געוויסט, זייער שיין פון אייך, אלץ א שטענדיגע ליינער וואלט איך גערן געגעבן פאר דיין פעידזש אויב באקום איך די לינק. און ניין עס איז קיינמאל צו שפעט...
הרב יאזשעף מיט זיין נייע פראיעקט במקום די בא'טעמ'טערע קאווע צימער, די דורשין לשבח האב איך שטארק הנאה געהאט, דערצו אנהייבנדיג מיט א לחיים פאר א נייע וואכן שריפט ארטיקל, אז די לייקסט עס איז עס מנהסתם א שטארקע זאך.
יעצט קומט דער אבער... נע, לאמיר גיין די קליגערע וועג, איך האב זייער הנאה פון די דורשין לשבח, און ווען עס ענדיגט זיך נישט מיט א דורשין לגנאי וואלט עס געווען א שלימות...
טייערע היימישע שרייבער שרייבטס נאר פאזעטיוו גייט אונז גוט זיין, איך בעט ענק, וואס אין די טשיז קעיק ברויך איך א דיסלייק קאלום יעדע וואך נאכן טשולענט? פארוואס קלערט איר האט אייוועלט נישט קיין דיסלייק קנעפל? שטיבל דארף נישט זיין קליגער.
איך וואלט געמאכט א דורשין לשבח פאר א יחיד און דערנאך פארן רבים, און גראדע האט הרב יאזשעף מיר מורה'דיג צענימען מיט ווי פאזעטיוו ער האט אראפגעלייגט די מצב הרוחני די פילע בתי מדרשים היינטיגע צייטן, אין די ס''ה קאלום, אז די קענסט גיין פאזעטיוו די עולם האט ליב פאזעטיוו וואס פעלט אויס אריינצוגיין אין אזעלכע האקעלע הלכות לשון הרע שאלות?
עכ''פ מיין פיצי דעה...
די גראפיקס איז געווען א שלימות וואס איך האב נישט געזעהן ביז אהער אין די שטיבל.
א גוטע וואך...

לעצט פארראכטן דורך שארן בארן אום זונטאג מאי 28, 2023 12:11 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
- דזשעק ענד דזשיל
- שר חמש מאות
- תגובות: 946
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2022 2:15 am
Re: שטיבל - וועכנטליכע אויסגאבע פון א בליק
אז שטיבאלאך האט אויפעהערט פארקויפן שטיקער ציונות האט עס דעם דורשין לגנאי געברויכט איבערנעמען, א שריט וואס איז גאר באגריסנד...
און נאכאמאל כ'האב ליידער קיין פראבלעם מיט ציונת און כ'האב מיר וועכענטליך מחיה געווען דערמיט, אבער וואס איז דעי זיך אליינס נער'ן?
אויב ווילט איר פארקויפן עניטינג פארקויף עס און ''ווייז די פרייז''...רעד נישט איין פארן עולם אז די דורש'סט עס לגנאי...
וואספארא מין טיפשות איז דאס? מ'קען שרייבן וואס אזאנס מ'וויל, אבער מיט איין תנאי..אויב פאנגט מען אן מיט אזא קעפל ווי ''ראש כנסת המינים'' איז שוין אלעס מסודר על צד היותר...קיינם גייט עס שוין נישט אן...אבסורד.

- היסטאריש
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4023
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
- פארבינד זיך:
Re: שטיבל - וועכנטליכע אויסגאבע פון א בליק
@רויטע קרעיאן האט נישט געשריבן נאר איבער א פארלוירענעם שטרעכל, נאר איבער גאר באוואוסטע ווערטער וואס איז געווען געשריבן אומריכטיג, און פערצופאל אויך איבער א שטרעכל וואס האט פארלוירן איר וועג.מתמודד האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 19, 2023 10:14 amפאר איינער וואס פארהייליגט גראמאטיק זענען אזאנע טעותים קריטיש און אומפארגעבליך. פארן דורכשניטליכן ליינער, און יא. אפילו דער וואס קוקט ארויס אז די מאטריאל וואס ער ליינט זאלן זיין גראמאטיש אויסגעהאלטן, איז אזאנס נישט קיין פראבלעם.רויטע קרעיאן האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 19, 2023 9:42 am
שוואך לויט וועלכע מעסטל?
אין מיין פערספעקטיוו דארף כאטש א דעקל זיין ריין פון גרייזן. און מען רעדט פון עטליכע שטארקע גרייזן אויסער די שטרעכלעך.
שטיבל אין אלגעמיין איז אויסגעהאלטן גראמאטיש, מען קען רואיג זאגן אז ניין און ניינציג פראצענט וועכנטליך פערפעקט מוגה אויף אזויפיל אז עס איז ווייט נישט קיין זלזול אין די אינטעליגענציע פון די ליינער.
ווידער פאר איינער וואס ווערט פארלוירן פאר אן איבריג שטרעכל ווייס איך נישט וויפיל מאגאזינען וועלן קענען דורכשוויצן זיינע קריטעריאנען, אלזא ביסטו לכאורה גערעכט מיט דיינע אנדייטונגען, אבער בלויז פון דיין פרעספעקטיוו.
אינעם ביכל צו שרייבן גרייזיג איז איין זאך, אבער אויפ'ן דעקל וואו דו שטעלסט זיך פאָר פאַר די ליינער, דארף מען דאך די שטערקסטע אבאכט געבן עס זאל זיין אויסגעהאלטן הונדערט פראצענט פון גראמאטישן שטאנדפונקט, און אן קיין גרייזן.
נעם עס נישט פערזענליך, ווייל '@מאָמענט' האט אויך נישט זעלטן טעותים אויפ'ן דעקל, אבער יעדער קען זיך פארבעסערן.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
Re: שטיבל - וועכנטליכע אויסגאבע פון א בליק
'שטיבל' איז זייער א שיינע אויסגאבע, איך בין סובסקרייבט עס צו באקומען צום טיר, און עס ברענגט מיר אן עונג שבת וואך איין וואך אויס. עס קומט זיי א טוץ קאמפלימענטן.
אבער אלץ איינער וואס האט א ספעציעלע קינד וואס איז דיאגנאזירט מיט דאון-סינדראם, וויל איך ארויסברענגען אז די אויסטערלישע מאס דיס-רעספעקט און געפערליך-גרויליגע וועג פון שרייבן איבער די סארט קינדער, ביים 'שמחה'לע' ארטיקל דעם יו"ט, איז לדעתי אן עוולה שאין כדוגמתה, וואס האט געשטאכן מיך מיט מיין משפחה ווי מיט אייזערנע נאגל, און פשוט צושטערט מיין יום-טוב.
דאס אז א שרייבער איז יונג און אומוויסנד איז נישט קיין תירוץ. איך האף אז דער מגיה איז יא מער ערוואקסן, און עס וואלט נישט געמעגט אדורכגעלאזט ווערן. מיין ב"ב זאגט מיר אז אויף א גרופע פון מאמעס וואס האבן אזעלכע קינדער, האט זיך דערקענט די גרויס צער וואס די ארטיקל האט געברענגט (יא, כ'ווייס אז ס'האט געזאלט ברענגען חיזוק... כ'האב עס געליינט).
איך בין דן לכף זכות אז עס איז געקומען פון טפשות אנשטאט פון רשעות. ביטע זייט געווארנט מיט וואס איר שרייבט (אויב ווילט איר בלייבן פרעסטידזשפול און פראפעסיאנאל פארשטייט זיך, א זאך וואס איר האט לעצטנס באוויזן נאך שווערע ארבעט), און טראכטן בעפארן שיסן ארטיקלען.
אנטשולדיגט פאר די אויסברוך, אבער אז ס'טוט וויי שרייט מען. הצלחה.

ס׳האט מיר אויך געדריקט די געמארקטע סטעטמענטס פון די ארטיקל:
״מיט גרויסע קינדערישע…. ״א דאון סינדראם…

קוק עס אן אזוי ווי ס'איז: איך הייס משה יוסל
-
- שר חמישים
- תגובות: 57
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 05, 2021 2:29 pm
Re: שטיבל - וועכנטליכע אויסגאבע פון א בליק
זייער הנאה געהאט פונעם מאגאזין.
הרב וואזנער'ס שמועס איז געווען הערליך, מלא תוכן, און בעיקר הנאה געהאט פון די אפענע פראגעס און ענטפער'ס.
די שיעורים פראיעקט איז אויך זייער תוכנ'דיג.
אויף די בלומען פראיעקט האב איך א קשיא, פון וואו נעמט מען אז עס הייסט 'חג הפרחים'? ניטאמאל אן ענין צו לייגן בלומען איז דא, נאר 'עשבים', אויסער איין מקור אז מ'זאל אויך לייגן 'שושנים', און גראדע נישט וועגן בלומען, נאר וועגן שמחת יו"ט. אבער ס'מאכט נישט אפ די זיסע שורה'לעך.

זייער זייער ווייטאגליך!קאפיטאן האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 28, 2023 2:07 pm'שטיבל' איז זייער א שיינע אויסגאבע, איך בין סובסקרייבט עס צו באקומען צום טיר, און עס ברענגט מיר אן עונג שבת וואך איין וואך אויס. עס קומט זיי א טוץ קאמפלימענטן.
אבער אלץ איינער וואס האט א ספעציעלע קינד וואס איז דיאגנאזירט מיט דאון-סינדראם, וויל איך ארויסברענגען אז די אויסטערלישע מאס דיס-רעספעקט און געפערליך-גרויליגע וועג פון שרייבן איבער די סארט קינדער, ביים 'שמחה'לע' ארטיקל דעם יו"ט, איז לדעתי אן עוולה שאין כדוגמתה, וואס האט געשטאכן מיך מיט מיין משפחה ווי מיט אייזערנע נאגל, און פשוט צושטערט מיין יום-טוב.
דאס אז א שרייבער איז יונג און אומוויסנד איז נישט קיין תירוץ. איך האף אז דער מגיה איז יא מער ערוואקסן, און עס וואלט נישט געמעגט אדורכגעלאזט ווערן. מיין ב"ב זאגט מיר אז אויף א גרופע פון מאמעס וואס האבן אזעלכע קינדער, האט זיך דערקענט די גרויס צער וואס די ארטיקל האט געברענגט (יא, כ'ווייס אז ס'האט געזאלט ברענגען חיזוק... כ'האב עס געליינט).
איך בין דן לכף זכות אז עס איז געקומען פון טפשות אנשטאט פון רשעות. ביטע זייט געווארנט מיט וואס איר שרייבט (אויב ווילט איר בלייבן פרעסטידזשפול און פראפעסיאנאל פארשטייט זיך, א זאך וואס איר האט לעצטנס באוויזן נאך שווערע ארבעט), און טראכטן בעפארן שיסן ארטיקלען.
אנטשולדיגט פאר די אויסברוך, אבער אז ס'טוט וויי שרייט מען. הצלחה.
(אפשר ערקלערט איר אביסל וואס באדערט דא, מיר האט עס יא אויסגעזען א חיזוק ארטיקל)
- עס קען נישט זיין
- שר מאה
- תגובות: 162
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 20, 2022 4:08 am
Re: שטיבל - וועכנטליכע אויסגאבע פון א בליק
מיר דארפן צוריק שטיבעלאך! עס איז געווען גאר אינטרעסאנט, אז דער שרייבער וועט זען אז דער פארלאנג איז גרויס גייט מען עס צוריק ברענגען.