נקודות אויפן היינטיגן טאג - ערב שבועות

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

נקודות אויפן היינטיגן טאג - ערב שבועות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

עס לוינט:

1. צו לאזן די רביצין אפשערן די קינדער, ווייל אויב דו וועסט עס טון און דו וועסט בטעות נישט מאכן אזוי שיין רינדיג די פיאות וועט זי שרייען אויף דיר, אז זי טוט עס וועט זי האבן 100 תירוצים פארוואס ס'מוז אזוי זיין געשניטן.

2. אראפצוציפן א שטיקל פונעם טשיס-קעיק, אמת זי וועט זיין ברוגז אז די קעיק איז נישט גאנץ, אבער ס'איז ווערט פאר'ן טעם וואס א פרישע טשיס דעלקעלע פארמאגט, אדרבה פרובירט.

3. איינצוקויפן אפאר נייע ביכלעך אדער שפילצייגן פאר די קליינטשיגע, מ'וועט זיך ווייניגער רעגן אויף אייך פארוואס איר זענט אהיימגעקומען אזוי שפעט פון דאווענען, אדרבה זי וועט אייך נאך פארציילן ווי זיס די קינדער האבן זיך געשפילט.

4. זיך שוין איינהאנדלן א קליינעם תהלים, וואס וועט גאר גוט צוניץ קומען און די שעות וואס מען זיצט און שטייט אויף די בארענטשעס. אויך דעם ניסוח פון תנאים/כתובה. [נישט ברענגן דאס אייגענע פונדערהיים..]

5. שוין זאגן פארן ווייב יעצט, אויב מ'פלאנט נישט צו רעדן פון "ברכו" ביז "כתר", שלא תמות כדרך שמת פלוני וואס די ווייב האט געמיינט חלילה אז דער מאן האט אנגענומען דעם "אל תרבה שיחה עם אשה" פשוטו וכמשמעו, און זי האט אויספלאצט אין א געוויין.]

6. שוין צו זאגן אין שטוב, אז דער באגלייטן וועט זיך ענדיגן 2:30 פארטאגס, כדאי, ווען איר וועט זיין 1:45 אינדערהיים, וועט זי זיך ממש פרייען..


7. עס לוינט צו וואטן פאר מיר..
אוועטאר
יעקב אלי בראך
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 06, 2006 11:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב אלי בראך »

יגר'ל, אויף איינס בין איך מחולק. כ'זאג נישט וועלכע.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

יעקב אלי' בראך האט געשריבן:יגר'ל, אויף איינס בין איך מחולק. כ'זאג נישט וועלכע.


מסתמה וועגן נישט רעדן ביז נאך כתר...

יגר'ל, וועגן די בלימען האסטע נישט גערעדט, וויפיל ביימער זאל איך שניידן ?

און פארשטייט זיך, גיין שלאפן היינט נאכמיטאג, מ'אידאך אויף א גאנצע נאכט,
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

חחחחחחח.

זיבן מאל האב איך געלאכט.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

און איך האב געלאכט צען מאל, פון 4. האב איך געלאכט פיר מאל.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

גוטע פוינט'ס. כאף אלעס מקיים צו זיין.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

אויף אלעס נאו פראבלעם, חוץ אויף נאמבער איינס, טענות וועט זי האבן, אבער שערן זאל איך.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

פיינע פונקטן.

נומער 4 האט מיר גענומען א וויילע צו כאפן, עס האט זיך אבער אויסגעצאלט מיט ריוח.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

נומער 4 האבעך נאכניש געכאפט (מיין קאפ איז נאך פארגאזט פון די טשיז קעיק), אבער פארט האב איך געלאכט זיבן מאל, ווייל פון נומער 7 האב איך דאפלט געלאכט.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

8. אויפברענגן דעם אשכול לכבוד יו"ט.
אוועטאר
זעלבסטשטענדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2011 9:21 pm
לאקאציע: אין ביהמ"ד ביים תיקון טיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעלבסטשטענדיגער »

9. נישט איבערזינגען דעם והערב פון יודל ווערצבערגער מער ווי 7 מאל במשכ׳ן יו"ט ווייל דער ניגון וועפפפפפט שוין אביסל...
(כ׳בעט מעך צו מיין טאטן יעדעס יאר עקסטער אז נישט ביי יעדע סעודה ממש מוז מען דאס זינגען, אבער דערווייל קענער נישט נאך א והערב חוץ שוועקי׳ס...)
דער זעלבסטשטענדיגער איז זיך-זעלבסט, שטענדיג..
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8715
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

זעלבסטשטענדיגער האט געשריבן:9. נישט איבערזינגען דעם והערב פון יודל ווערצבערגער מער ווי 7 מאל במשכ׳ן יו"ט ווייל דער ניגון וועפפפפפט שוין אביסל...
(כ׳בעט מעך צו מיין טאטן יעדעס יאר עקסטער אז נישט ביי יעדע סעודה ממש מוז מען דאס זינגען, אבער דערווייל קענער נישט נאך א והערב חוץ שוועקי׳ס...)

10. קויפן א קליין בייטעלע פאר אלע גלגל גליונות, והמהדרים קויפן צוויי, איינס פאר די ערשטע טאג און איינס פאר די צווייטע
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
זעלבסטשטענדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2011 9:21 pm
לאקאציע: אין ביהמ"ד ביים תיקון טיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעלבסטשטענדיגער »

11. זיך מיטברענגען איבערבייס אויף פארן ליינען בכדי נישט אויסצוקוקן ווי די הגרגרנים חוטפין, יעדעס יאר הערט מען: שמואל... געב אהער, האלוי האלוי שיק ארויף, דו... מאכסט קידוש? מאך הויעך... נו? האסט א גלעזל, געב אהער א גלעזל, האלוי יונגעלע שיק ארויף די קיפעלעך פון יענע טאטע דארט...

מיין טאטע ברענגט זיך יעדעס יאר אליינס א באטעל ברוינפן, גרעיפ דזשוס און קעיק, גענוג פאר זיך און אפילו פאר די שכנים ארום אויכעט...!
דער זעלבסטשטענדיגער איז זיך-זעלבסט, שטענדיג..
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

12. [פיל אין די בלענק]
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: נקודות אויפן היינטיגן טאג - ערב שבועות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

א הערה אויף נאמבער 5 ס'נישט אזוי אויסגעהאלטען צי וויינען יום טוב
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: נקודות אויפן היינטיגן טאג - ערב שבועות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

13 שניידן די נעגל פין די פיס אויב די זאקן האט א לאך
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: נקודות אויפן היינטיגן טאג - ערב שבועות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

יגרסהדותא האט געשריבן: דינסטאג מאי 22, 2007 9:21 am
2. אראפצוציפן א שטיקל פונעם טשיס-קעיק, אמת זי וועט זיין ברוגז אז די קעיק איז נישט גאנץ, אבער ס'איז ווערט פאר'ן טעם וואס א פרישע טשיס דעלקעלע פארמאגט, אדרבה פרובירט.
?????????
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”