פארהוילן האט געשריבן:קען איינער פארטייטשן אויף אידיש דאס ווארט "פקידה" מיטן מיין פון געדענקן.
למשל וויאזוי טייטשט מען זכרנו ד"א בו לטובה ופקדנו בו לברכה, אדער וישמע ויפקד ויזכר
ופקדנו - און די זאלסט זיך אומקוקען. [דאס מיינט זיך אומקוקען און זעהן צו אלעס איז מסודר ובכוונה תחלה אז אויב עס נישט מסודר עס מסדר צו זיין, אדער הייסען אנדערע עס מסדר זיין]. מלשון 'השגחה' זעה רד"ק על הפסוק (יהושע ח,י) "וישכם יהושע ויפקד את העם", "השגיח בהם ונתן עינו עליהם". און דאס איז דער מכוון פון השגחה זוך אומקוקען כדי צו מסדר אדער מתקן זיין וואס עס פעלט זיך אויס, מיט דעם איז מובן דער ענין פון א 'פקיד'.
[הגם דער תרגום זאגט דארטען 'וימני' מיינט דאס לכאורה נישט אז ער האט זיי געציילט, נאר כנ"ל, ואדרבה ציילען ווערט אנגרופען מלשון פקידה ווייל ווען מען ציילט קוקט מען זיך אום אויף יעדען באזונדער דאס איז דער מכוון פון ציילען יעדער ווערט א מספר].