Warning!! Contents Under Pressure

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
א טאטע
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 11, 2008 12:24 pm
לאקאציע: א מאל אין קאך, אמאל אין הויף

Warning!! Contents Under Pressure

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טאטע »

פרי פארטאגס אין שול, די לעקטער איז נאך האלב פארלאשן, די טישן זענען נאך ליידיג פון ספרים,צוביסלעך הויבן זיך אן צוזאמענצוקלייבן די פלייסיגע פארטאגס אידן, דער זאגט ברכת התורה און דער אנדערער זיצט זיך רואיג מיט א קאווע און לערנט א מוסר ספר איידערן אנהויבן זיינע שיעורים, די אטמאספערע איז א שטילע און רואיגע די געמיטן זענען צופרידן יעדער איז אויסגערוהט, און די מייזעלעך אנטלויפן נאך און זייערע לעכער צו מאכן פלאץ פאר די עוסקים בתורה בלילות.

אט שפאצירט אריין און שול א אידל, אויסערליך זעהט ער אויס נישט עפעס ספעציעל אנדערש ווי די איבריגע אידן אין שול, ער באגריסט זיך מיט יעדן, זעצט זיך אויף זיין ארט, עפנט אויף א ספר און הייבט אן מיט זיינע טעגליכע שיעורים.

אזוי האלט עס פאר א וויילע ביז... עס קומען אריין אין שול צוויי יונגע בחורים, שטעלן זיך מיט א תמימות ביים שאנק צו זאגן ברכת התורה, גייען ארויס צו נעמען א קאווע און מיט א קענטיגע חשקות התורה געפונען זיי א זיץ פלאץ נישט צו ווייט אפגעריקט געאגראפיש פון דעם פריערדערמאנטער אידל'ס מקום קבוע, ווייזט אויס אז זיי האבן זיך אנגעשטאלפערט אין א שווער תוספות , די טענער גייען העכער און העכער, איינער שטעלט זיך שוין אויף ברענגען א שטענדער און מ'אמפערט זיך ארום כדרכה של תורה.

זיצט "א טאטע" און זייט און קלערט "מי יתננו ירחי קדם", געווען צייטן וואס מ'האב מיר ווען געקענט לערנען אן דאגות, אבער ליידער ליידער האבן מיר עס נישט אויסגענוצט ווי עס באדארף צו זיין, די יארן זענען אדורך און איצט קען מען זיי נישט צוריקברענגען, וויי וויי פאר די טייערע אינגע יארן וואס מ'האב מיר פארבראכט מיט שטותים:

וואס האב איך היינט פון וויסן און זיך אויסקענען מיט אלע נייע קארס?
וואס האב איך היינט פון זיך אויסקענען מיט אלע סארטן טולס?
וואס האב איך היינט פון זיך אויסקענען מיט אלע סארטן "ביפערס"?
וואס האב איך היינט פון מיטהאלטן אלע קאנסטראקשן פראדזעקטס?
וואס האב איך היינט פון אונטערשטעלן פארשידענע שפיצלען פאר די הנהלה?
וואס האב איך היינט פון אדורכלייעענען אלע וועכנטליכע צייטונגען?
וואס האב איך היינט פון כאפן א ציגארעטל ביים ביה"ח?
וואס האב איך היינט פון גיין שפאצירן אין דעם גרויסן וואלד אויפן בארג מיט די שלענג?
וואס האב איך היינט פון אדורכנישטערן די אלטע קירכע בילדינג טאפ טו באטאם?
וואס האב איך היינט פון ארומקרוזן איבער די גאסן ביינאכט?
וואס האב איך היינט פון צופיקסן דעם לאנטש רום שומר?

גארניקס! נאדא! זערא! זילטש!

איינקעשן קען מען עס נישט, פאר פרנסה האט עס נישט געהאלפן, און פאר תורה אודאי נישט.

אוי איז דאס געווען יארן, ווי שנעל און וואו אהין זענען זיי אוועקגעפארן?

און דא זיצן אזוי בא'טעמ'ט צווי בחורים און לערנען אז עס איז א נחת.

שטיל שעפשן מיינע ליפן א תפילה, טאטע גרויסער ממלא כל עלמין, העלף מיר מיינע קינדער זאלן אויך אזוי שפירן א טעם אין די הייליגע תורה, זאלן נאר און תורה הקדושה לעבן און קלערן, מחדש זיין חידושים און זיך פארהערן, זאלן צו דיר בורא עולם נאענט ווערן, און אננעמען באהבה וואס דו טוסט זיי באשערן.

אזוי וועבן זיך די מחשבות, און בעטן ביים מגן אבות, דעם בוחן לבבות...

ביז פלוצלינג קפץ עליהם רוגזם פון דעם איצט שוין שטארק נערוועזן אידל, ער שטעלט זיך אויף און גייט צו צו די צוויי אינגע תלמידי חכמים, און הייבט מיט א גאנצע דרשה ווי זיי ווואלטןווען אריין געקלאפט און זיין היים נאך צענע ביינאכט.

וואס דרייטס עס דא איבער? עטס קענטס נישט לערנען שטילער? איר מיינט אז דא איז דא איז א ישיבה? עס שטערט פון לערנען!!

די בחורים קוקן זיך אזוי אן איינער דעם צווייטן, וואס האבן מיר געטאן ראנג? מעג מען טאקע נישט לערנען דא? צו וואס האט מען דא אויסגעשטעלט דעם שול, סתם פאר א סינערי פון ליידיגע טישן און פולע שענק.

מיר האט דאס אבער א רוחניות'דיגע הנאה צושטערט, פארשטילט דעם קול תורה וואס מ'האט דא אזוי זיס געהערט, אלע געלטער איז דאך דאס ווערט.

וואס האט דעם איד געשטערט?

איין תירוץ האט דאס:

Warning! Contents under pressure!

פון וואס?

ווייסט דער איד אליינס נישט.
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

א טאטע זע צישרייבען דא אפטער ווייל יאך גלייך זייער אייער ארטיקעל זייער גיט געשריבען

דאס געפעלט מיר זייער
Warning! Contents under pressure!

יישר כח
Liberalism is a mental disorder
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

אוי טאטע טאטע, טאטע טאטע, (בניגון הידוע)
די האסט דא גאר גוט געשריבן.
די האסט מיינע געפילן צונימען.

די אלע זאכן וואס די רעכענסט דא אויס געדענק איך אויך גוט און ווי גערעכט ביסטו ווען די שרייבסט אז דאס האט צו גארנישט געהאלפן היינט.

טאטע, זייער א געפילישער און רעכטער ארטיקל.

יישר כח.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

א הערליכע ארטיקל. הגם, איך מיין אז איינס אדער מער פון די אויסגערעכנטע זאכן קענען גאנץ גוט צוניצקומען פאר פרנסה.
אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 10, 2009 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאיר »

יישר כח טאטע פארן שיינעם ארטיקל.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

נעבעך, דער איד איז אויפגעשטאנען אויף די לינקע זייט. איך וואלט אים צוריקגעענטפערט: וואו מיינט איר אז איר זענט? אין "רילעקס אין"?

עניוועי, שיק אים א לינק צו דעם ארטיקל, וועט ער מארגן אויפשטיין אין א בעסערע מוט.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוסטיג »

זייער גוט אין באלערענט..

ווי נעמט מען די אינגע יארן... אזוי שנעל אוועקגעפארן.. וכו'

שקועך אייך, מיר ווארטן אויף נאך.
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

יא! פארפאלן, עפעס 'א טאטע' לייגט דא פרעשור, ער שרייבט ארטיקלעך, און אפילו איך וויל זיין אין א בעד מוד, גייטעס נישט...

טאטעניו, איך ווייס נישט צו ס'שמעקט דיר, אבער איך פייף דיך עניוועי אן, און איך גיי דיר דאס נאכאמאל זאגן, דיינע ארטיקלען, איז זייער זייער גוט, ס'איז א הערליכע מיקס, פון תוכן, ווארעמקייט און הומאר, איי געס אז דאס איז די סיבה פארוואס דער עולם האט הנאה...

טאטעניו, גרעיט...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

;l;p- ייש''כ א פיינע ארטיקל
אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשי קניהויז »

טאטעניו איר שרייבט זייער ווארעם און געפיליש.

שכוח טאטע.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

געליינט און זייער הנאה געהאט, זייער פאסיג פאר די היינטיגע ביינעזמאנים דורכגאנג.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

טאטעניו, עס יוזשעל. געפיליש, ווארעם, און אינטערעסאנט.

יישר כחכם.
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

טאטעניו אוי טאטעניו א ארטיקעל א שיינע א ציפעדיגע א פריילעכע נישט דא נאך אזיינע לי ליי לייי ליי ליייי לייי לייייי ליייי
Liberalism is a mental disorder
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

טאטע,

זייער פיין געשריבן, יישר כח.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

וטאטת במטאטא, די פרעשור ברויך מען ארויסקערן מיט א 'מטאטא', דער טאטע אונזערער איז דער ריכטיגער שליח דערצו.

זאג נאר טאטע'לע, וועמענס טאטע ביסטו?......

פלעגט ר' ישעי' יעקב שרייבער ע"ה אדער ר' יעקב לייזער בערקאוויטש ע"ה פרעגן יענע צייטן, ווי נעמט מען די אידן מיט די הויזן ביים הארץ, מי יתנני ירחי תירוש.
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

thanks taty it was a pleasure to read this article its so true please do it more often:
yasher koiech zy gezint
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2125
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: Warning!! Contents Under Pressure

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

א טאטע האט געשריבן: מאנטאג מארטש 30, 2009 4:51 pm
פרי פארטאגס אין שול, די לעקטער איז נאך האלב פארלאשן, די טישן זענען נאך ליידיג פון ספרים,צוביסלעך הויבן זיך אן צוזאמענצוקלייבן די פלייסיגע פארטאגס אידן, דער זאגט ברכת התורה און דער אנדערער זיצט זיך רואיג מיט א קאווע און לערנט א מוסר ספר איידערן אנהויבן זיינע שיעורים, די אטמאספערע איז א שטילע און רואיגע די געמיטן זענען צופרידן יעדער איז אויסגערוהט, און די מייזעלעך אנטלויפן נאך און זייערע לעכער צו מאכן פלאץ פאר די עוסקים בתורה בלילות.

אט שפאצירט אריין און שול א אידל, אויסערליך זעהט ער אויס נישט עפעס ספעציעל אנדערש ווי די איבריגע אידן אין שול, ער באגריסט זיך מיט יעדן, זעצט זיך אויף זיין ארט, עפנט אויף א ספר און הייבט אן מיט זיינע טעגליכע שיעורים.

אזוי האלט עס פאר א וויילע ביז... עס קומען אריין אין שול צוויי יונגע בחורים, שטעלן זיך מיט א תמימות ביים שאנק צו זאגן ברכת התורה, גייען ארויס צו נעמען א קאווע און מיט א קענטיגע חשקות התורה געפונען זיי א זיץ פלאץ נישט צו ווייט אפגעריקט געאגראפיש פון דעם פריערדערמאנטער אידל'ס מקום קבוע, ווייזט אויס אז זיי האבן זיך אנגעשטאלפערט אין א שווער תוספות , די טענער גייען העכער און העכער, איינער שטעלט זיך שוין אויף ברענגען א שטענדער און מ'אמפערט זיך ארום כדרכה של תורה.

זיצט "א טאטע" און זייט און קלערט "מי יתננו ירחי קדם", געווען צייטן וואס מ'האב מיר ווען געקענט לערנען אן דאגות, אבער ליידער ליידער האבן מיר עס נישט אויסגענוצט ווי עס באדארף צו זיין, די יארן זענען אדורך און איצט קען מען זיי נישט צוריקברענגען, וויי וויי פאר די טייערע אינגע יארן וואס מ'האב מיר פארבראכט מיט שטותים:

וואס האב איך היינט פון וויסן און זיך אויסקענען מיט אלע נייע קארס?
וואס האב איך היינט פון זיך אויסקענען מיט אלע סארטן טולס?
וואס האב איך היינט פון זיך אויסקענען מיט אלע סארטן "ביפערס"?
וואס האב איך היינט פון מיטהאלטן אלע קאנסטראקשן פראדזעקטס?
וואס האב איך היינט פון אונטערשטעלן פארשידענע שפיצלען פאר די הנהלה?
וואס האב איך היינט פון אדורכלייעענען אלע וועכנטליכע צייטונגען?
וואס האב איך היינט פון כאפן א ציגארעטל ביים ביה"ח?
וואס האב איך היינט פון גיין שפאצירן אין דעם גרויסן וואלד אויפן בארג מיט די שלענג?
וואס האב איך היינט פון אדורכנישטערן די אלטע קירכע בילדינג טאפ טו באטאם?
וואס האב איך היינט פון ארומקרוזן איבער די גאסן ביינאכט?
וואס האב איך היינט פון צופיקסן דעם לאנטש רום שומר?

גארניקס! נאדא! זערא! זילטש!

איינקעשן קען מען עס נישט, פאר פרנסה האט עס נישט געהאלפן, און פאר תורה אודאי נישט.

אוי איז דאס געווען יארן, ווי שנעל און וואו אהין זענען זיי אוועקגעפארן?

און דא זיצן אזוי בא'טעמ'ט צווי בחורים און לערנען אז עס איז א נחת.

שטיל שעפשן מיינע ליפן א תפילה, טאטע גרויסער ממלא כל עלמין, העלף מיר מיינע קינדער זאלן אויך אזוי שפירן א טעם אין די הייליגע תורה, זאלן נאר און תורה הקדושה לעבן און קלערן, מחדש זיין חידושים און זיך פארהערן, זאלן צו דיר בורא עולם נאענט ווערן, און אננעמען באהבה וואס דו טוסט זיי באשערן.

אזוי וועבן זיך די מחשבות, און בעטן ביים מגן אבות, דעם בוחן לבבות...

ביז פלוצלינג קפץ עליהם רוגזם פון דעם איצט שוין שטארק נערוועזן אידל, ער שטעלט זיך אויף און גייט צו צו די צוויי אינגע תלמידי חכמים, און הייבט מיט א גאנצע דרשה ווי זיי ווואלטןווען אריין געקלאפט און זיין היים נאך צענע ביינאכט.

וואס דרייטס עס דא איבער? עטס קענטס נישט לערנען שטילער? איר מיינט אז דא איז דא איז א ישיבה? עס שטערט פון לערנען!!

די בחורים קוקן זיך אזוי אן איינער דעם צווייטן, וואס האבן מיר געטאן ראנג? מעג מען טאקע נישט לערנען דא? צו וואס האט מען דא אויסגעשטעלט דעם שול, סתם פאר א סינערי פון ליידיגע טישן און פולע שענק.

מיר האט דאס אבער א רוחניות'דיגע הנאה צושטערט, פארשטילט דעם קול תורה וואס מ'האט דא אזוי זיס געהערט, אלע געלטער איז דאך דאס ווערט.

וואס האט דעם איד געשטערט?

איין תירוץ האט דאס:

Warning! Contents under pressure!

פון וואס?

ווייסט דער איד אליינס נישט.
;l;p-

מ'דארף נאר אפדעיטן צו די היינטיגע בחורישע תאוות
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”