אז מען טראכט אריין, אינקאמבענטס אין אלגעמיין אווערפערפארמען כמעט אלעמאל די אנקעטעס.
אין אמעריקע איז אזוי געווען מיט פארד, קארטער, רעיגן, בוש הראשון, (קלינטאן דאכציך נישט) בוש השני, אבאמע, טראמפ.
אין דרויסן איז אזוי געווען מיט
לולע באלסענארא , מודי, מאקראן.
----------
יענץ פויגל האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 14, 2023 6:47 pm
פון וועלעכע פארטיי רעדסטו פון?
די פארטיי וואס דו עסומסט מיט א פשטות אז זיי גייען מיט דעם מתנגד, זייער קאמפיין איז געווען מיוסד אויף אנטי אימיגראציע נאציאנאליזם.
די וואס האבן זיך געהאלטן ביים צוזאמענשטעלן, האבן זיך שוין לאנג צוזאמענגעשטעלט, קוק אויף די פארלאמענט וואלן וויפיל יעדע פארטיי האט עכט אומצאמגעשטעלט.
מאטעמאטיש, חוץ אויב די ציילונג עידזשענסי'ס זענען וועי אף, איז יעצט מיט 99% געציילט דאמעסטיקלי, כמעט אוממעגליך פאר ערדוגאן צו פארלירן דעם ראנאף
דו רעפיוזט צו כאפן ווי נאנט 49.5 איז צום טרעשהאלד מיט קלענערע ענטוזיאַזם ביי די ארויסגעפאלענע פארטייען. אויך מאקראן באקומט נישט נאנט צו אלע שטימען פון די ארויסגעפאלענע פארטייען, וואס שטיצן אים..