הריני מקבל עלי… את עצמי

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

איך מיין מיר רעדן נישט פון די זעלבע מענטשן

איינער וואס האט א פראבלעם (איינער האט איהם געטשפעט אין חיידער), ביי איהם איז נישט שייך צו זאגן נעם זיך אן אזוי ווי דו ביסט, ניין פאר אזא איינעם זאג איך גיי צו א מטפל ער זאל דיר מטפל זיין.

נאר פאר איינעם וואס זיינע פראבלעמען זענען העכטע (מ'האט איהם טאקע אפגעזאגט א שידוך, און טאקע ווייל ער האט אביסל א קוויטשקעדיגע קול) פון אזא איינעם רעדן מיר.

איינער וואס האט פראבלעמען און ער קומט אריין אין שול אן ער מיינט אז וויבאלד איך האב גערעדט נעכטן מיט ראובן שמעון "מוז" זיין אז זיי רעדן יעצט אז איך בין א שפילער, אזא איינער טאר זיך נישט זאגן הריני אוהב את עצמי, אזא איינער מוז זיך גיין מטפל זיין.

דא רעדן מיר פון איינעם וואס ער בויעט זיינע קאמפלעקס אויף העכטע זאכן. לדוגמא: לוי קומט אריין אין ביהמ"ד און ער הערט ווי ראובן זאגט פאר שמעון: ער איז דאך א שפילער איינס אין דו וועלט. לוי הערט זיך צו און אינמיטן ערגץ אין זייער שמועס הערט ער ווי זיין נאמען קומט ארויף.ער ווייסט נישט פאר זיכער אויב דער ערשטער סטיעטמענט איז געזאגט געווארן אויף איהם אדער נישט, אבער מיר וועלן צולייגן דאס אז נעכטן האט ער געהאט א שמועס מיט זיי צוויי און ס'מאכט איהם סענטס אז דאס זאל זיין די ריעקשן.

אזא איינער גייט איהם נישט באדערן אז מהאט געשמועסט פון איהם און אז מהאט איהם אנגערופן שפילער, ער ווייסט דאך פארוואס דאס קומט. סא אויב איז אמת איז אמת און אויב נישט ... פון דעם רעדן מיר.

פאר אזא איינעם זאגן מיר: הריני מקבל עלי לאהוב את עצמי, און נישט הייב אן צו טראכטן אז זיי האבן גערעדט פון מיר ביז דו ווועסט צקומען אז זיי האבן נישט גערעדט. ניין, ווייס אז זיי האבן גערעדט פון דיר און נאכאלטס אויב האלטסו אז דו האסט געמעגט און געדארפט טוען א געוויסע זאך "אהוב את עצמך" און פיל זיך גוט אויך ווען זיי רופן עס שפילער.
אויב האלטסטו אז זיי זענען גערעכט, פיקס עס און טוה עס נישט נאכאמאל.

די חלק וואס באדערט דעם מענטש: פארוואס בין איך אין אזא מצב, פארוואס קוקן זיי מיר אן א שפילער, ס'איז דאך נישט אזוי. אויף דעם זאגט מען נעם דיך אן און זיי נישט אזוי שוואך ביי דיר.

א גוטן טיפ צו קענען אנקומען צו דעם, האב איך שוין געשריבן לעצטע וואך: זעה איין אז דו ביסט גארנישט אזא ספעציעלער מענטש, און דעמאלטס וועסטו שוין איינמאל זיין ספעציעל.
מיט דעם מהלך ווען איך הער ראובן זאגט אז איך בין א שפילער גייט מיר עס נישט אן: אדער ווייל איך האלט אז ס'איז נישט אמת, אדער ווייל איך האלט אז ס'איז טאקע אמת.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

איינס האט געשריבן:איך מיין מיר רעדן נישט פון די זעלבע מענטשן

איינער וואס האט א פראבלעם (איינער האט איהם געטשפעט אין חיידער), ביי איהם איז נישט שייך צו זאגן נעם זיך אן אזוי ווי דו ביסט, ניין פאר אזא איינעם זאג איך גיי צו א מטפל ער זאל דיר מטפל זיין.

ווען איך האב גערעדט פון איינעם וואס איינער האט אים געטשעפעט אין חדר איבער א געוויסע נושא, רעד איך נישט אז יעצט בשעת ער זעהט די צוויי רעדן ווייסט ער אז ער האט א פראבלעם אז איינער האט אים געטשעפעט אין חדר, און אז פארדעם האט ער יעצט קאמפלעקס,
ווען איך האב גערעדט פון דעם אז מען האט אים געטשפעט אין חדר און איך האב עס פארבינדן אהער, האב איך גערעדט וואס עס טוט זיך אין זיין 'סוב קאנטשעס', ער אליין ווייסט בכלל נישט אז ער האט א פראבלעם מיט דעם אז איינער האט אים געטשעפעט, נאר מיר האבן עס ארויסבאקומען פון אים אזוי במשיח לפי תומו,

און איך רעד אויך נישט פון דעם צו מען זאל זיך יא גיין העלפן צו נישט, אוודאי דארף א מענטש זיך גיין העלפן, נו און אויב א מענטש דארף זיך גיין העלפן איז פשט אז ער איז נישט גוט? איז פשט אז ער דארף אוועק לויפן פון זיינע פראבלעמען, פארקערט דאס אז א מענטש גייט זיך העלפן אז א באווייז אז ער איז גרייט אנצונעמען זיינע שוואכקייטן און ער ווערט נישט פארלוירן אוי! איך בין א דיזעסטער! ניין, נאר ער גייט זיך העלפן, און אפי' ער דארף זיך גיין העלפן פאר א געוויסע שוואכקייט בלייבט ער נאך אלס א געהעריגער נארמאלער מענטש, ער איז נישט קיין דיזעסטער.

און דא ביי אונזער מעשה איז זיין שוואכקייט די עצם קאמפלעקס גופא וואס ער האט, אז ער מיינט אז ער האט א שוואכקייט.

מענשטן זענען אלס פארנומען זיך צו זאגן אז איך האב נישט קיין שוואכקייטן און איך בין פערפעקט, אין די צייט וואס ער רעדט פון א צווייטן מענטש אינגאנצן, ער רעדט פון א פערסאנאליטי וואס ער זעלבסט האט זיך אויפגעבויעט כדי אוועק צולויפן פון זיין עכטע פערסאנאליטי, נו אוודאי האט ער אויפגעבויעט אזא סארט מענטש וואס איז פערפעקט, כדי צו פראוון זיין פוינט אז ער איז יא פערפעקט, און נישט טראכטן פונעם עכטן מענטש אינטער דעם וואס האט יא שוואכקייטן און איז נישט פערפעקט אין זיין שפראך.

און איך בין בכלל נישט דא געווען מסביר צו זיין וואס עס מיינט זיך אננעמען אזוי ווי מען איז, נאר איך באציה מיך צו די מהלך וואס @נפש'ל האט ארויפגעברענגט וויאזוי טאקע צו טרעפן זיך אליין, האב איך געוואלט מער מאריך זיין און אויסברייטערן דעם ענין, דאס אלעס.
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

איך בין באמת נישט קלאר ווי אזוי דער אשכול איז טראנספארמירט געווארן פון די נושא סעלף עקסעפטנ"ס [מקבל את עצמי] צו דער נושא פון אויסארבייטן די סוב קאנטשעס פיליגס פונעם מענטש [קאהירנס טעראפי וכדו']!!!???
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
נפש׳ל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:01 pm
לאקאציע: איבעראל, אבי נישט אין מיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפש׳ל »

בס״ד ארבעט איך אויף א לענגערע תגובה, וואס וועט בע״ה אויסקלארן די מיספארשטענדענישן, ווארטס מיט שפאנונג

_נפש׳ל
עבד אברהם אנכי
שיעורי מים עמוקים
אוועטאר
נפש׳ל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:01 pm
לאקאציע: איבעראל, אבי נישט אין מיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפש׳ל »

כ׳האב געשריבן אביסל בקיצור, כדי גוט צו פארשטיין, איז גוט צו ליינען שטייט.

לויט דער מהלך דא אינעם אשכול, זע איך אז די משלים טראגן אריין אין א דיטש,
סא אפגעזעהן פון די משלים, וועלן מיר בע״ה ממשיך זיין,
ווער ס׳האט א שאלה ביי א ספעציפישע משל, זאל ספעציעל אנפרעגן בנוגע דעם אדער יענעם משל,

הרב פותח האשכול, האט געהאט א פראבלעים,

וואס איז געווען זיין פראבלעים?
ער האט א שווערע געפיל, ער האט א חסרון,

אויף דעים זעמיר געקומען בע״ה צונעמענדיג וואס אזא מעשה קען אלץ אריין נעמען

דאס הייסט,
רוב מאל ווען איינער האט א שווערע געפיל, איז עס נאר א דמיון,
ס׳טייטשט בעצם האט ער נישט קיין חסרון, נאר אים דאכט זיך אז ער האט יא, ממילא האט ער ווייטאג,

דא קומט אריין אונזער מהלך חלק א׳
(געבעיסט אויף קאהארינס)
צו אוועקנעמען דעם דמיון, ממילא נפל היסוד, נפל הבנין,

למעשה איז דאך נישט קלאר צו הרב פותח האשכול איז פון די רובא דרובא מענטשן וואס האבן נאר דעם דמיון,
פארקערט גאר, פון פותח׳ן איז גאר משמע אז ער האט געהאט א פאקטישע פראבלעים,

מיר האבן בתוך הדברים גערעדט, וואס מ׳טוט אויב מ׳האט טאקע א פראבלעים,
אויב איז דאס א פראבלעים וואס קען פאראכטן ווערן, איז קלאר אז עס ליגט א פליכט אויפן מענטש זיך צו פארעכטן,

אויב אבער איז דאס א פערמאנאנטע פראבלעים, וואס ס׳איז נישט אינעם מענטש׳ןס בחירה צו פארעכטן,
למשל: אראנזשע האר,
אויף אזא פאל וועט מען איינזעצן די שאלה פון פותח׳ן ווי אזוי עקסעפט מען א פראבלעים,

איך מיין אז יעצט פארשטייט יעדער איינער קלאר די נושא

אויף דעם וועלן מיר ממשיך זיין מיט חלק ב׳ בעזר הוי׳ ישתבח שמו לעד

_נפש׳ל
עבד אברהם אנכי
שיעורי מים עמוקים
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

נשמת השכל האט געשריבן:איך בין באמת נישט קלאר ווי אזוי דער אשכול איז טראנספארמירט געווארן פון די נושא סעלף עקסעפטנ"ס [מקבל את עצמי] צו דער נושא פון אויסארבייטן די סוב קאנטשעס פיליגס פונעם מענטש [קאהירנס טעראפי וכדו']!!!???

ריכטיג מ'איז אביסל פארפארן פון נושא הגם נישט צופיל, אבער איך האב זיך ס"ה באצויגן צו די יסוד וואס @נפש'ל האט אראפגעברענגט.
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

מח בקדקדו האט געשריבן:

נא... ער איז דאך דער בעל דבר......
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

נשמת השכל האט געשריבן:
מח בקדקדו האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:איך בין באמת נישט קלאר ווי אזוי דער אשכול איז טראנספארמירט געווארן פון די נושא סעלף עקסעפטנ"ס [מקבל את עצמי] צו דער נושא פון אויסארבייטן די סוב קאנטשעס פיליגס פונעם מענטש [קאהירנס טעראפי וכדו']!!!???

ריכטיג מ'איז אביסל פארפארן פון נושא הגם נישט צופיל, אבער איך האב זיך ס"ה באצויגן צו די יסוד וואס @נפש'ל האט אראפגעברענגט.

נא... ער איז דאך דער בעל דבר......

גילו דא? איז ער קנקן?
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

Haklal האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:
מח בקדקדו האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:איך בין באמת נישט קלאר ווי אזוי דער אשכול איז טראנספארמירט געווארן פון די נושא סעלף עקסעפטנ"ס [מקבל את עצמי] צו דער נושא פון אויסארבייטן די סוב קאנטשעס פיליגס פונעם מענטש [קאהירנס טעראפי וכדו']!!!???

ריכטיג מ'איז אביסל פארפארן פון נושא הגם נישט צופיל, אבער איך האב זיך ס"ה באצויגן צו די יסוד וואס @נפש'ל האט אראפגעברענגט.

נא... ער איז דאך דער בעל דבר......

גילו דא? איז ער קנקן?

איך האב געמיינט צו זאגן, דער בעל דבר וואס האט פארפירט דעם אשכול.....
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
נפש׳ל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:01 pm
לאקאציע: איבעראל, אבי נישט אין מיר

בס"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפש׳ל »

אין די נושא פון אנעמען די אייגענע געפילן, בנוגע פאר הכנות פראבלעמען,
כדי א מענטש זאל קענען גיין הכנות, דארף ער האבן אסאך רואיגקייט, ווען א מענטש איז אנגעצויגן ווערט די גוף שטייף, גייט דאס נישט, אלע גלידער ווערן פארמאכט, ואכמ"ל.

דאס איז א אימעיל (מיט רשות צו פאבליצירן פארשטייט זיך)
וואס כ'האב באקומען פון מיין'ס א ידיד וואס קומט צו אונז פאר העלפ,
ס'איז אריבער בערך א וואך וואס איך בין געווען גאנץ רואיג אין ציפרידן, פיינע סעילס געווען ב"ה,
אבער ההכנות איננו,
למעשה נאך א וואך בין איך געווארן אנגעצויגן פאר א געוויסע סיבה, און הילד איננו, דער בחור איז דא, ב"ה פאר דעם,
די שטארקע שאלה וואס איך האב געהאט איז געווען וואס איז פשט פון דעם? ממש פונקט פארקערט פון די מציאות,

איך בין געגאנגען אין א ווינקל מאכן די בירורים, אזוי ווי איר האט מיר אויסגעלערנט
נאך א שטיק צייט בין איך געקומען צו די הכרה מיט די פאלגענדע,

אזוי ווי איך בין נישט זיכער מיט מיר אליינס, ס'טייטשט איך באשילדיג מיר אליינס א גאנצע צייט אז איך ארבעט נישט גענוג, ווייל איך האב נישט קיין אחריות אויף מיר וכו' וכו'
ממילא נאר ווען איך קלאץ קומט ארויף די הרגשים, ווייל דעמאלטס שטימט זייער גוט די באשולדיגונגס, אמער איך טו דאך גארנישט יעצט,
די זעלבע זאך פאסירט ווען איך בין סתם רואיג, האב איך אזא מיסטראסט אז איך טאר נישט זיין אזוי רואיג, ממילא ווער איך צוקלאפט אין אנגעצויגן אז איך טאר נישט אזוי פילן,

אבער ווען איך בין זייער ביזי פיל איך צופרידן פון מיר ווייל דעמאלטס פיל איך אז איך טו וואס איך קען,
נאכמער, ווי מער אנגעצויגן און ביזי איך בין אלץ מער צופרידן בין איך,

אין אנדערע ווערטער, איך וויל זיין אנגעצויגן ווייל נאר אזוי שפיר איך סעקיוריטי, איך אויב איך בין אנגעצויגן מיז זיין אז איך טו וואס איך קען, און ווען איך פיל אזוי בין איך צופרידן,
ממילא די גאנצע וואך וואס איך בין געווען רואיג, סאבקאנטשעס בין איך געווען אנגעצויגן , אמער ווי קענסטו זיין אזוי רואיג? בלא בלא בלא, ממילא האב איך נישט געקענט ארויסגיין
אבער ווי נאר איך בין געווארן אנגעצויגן האב תיכף באקומען די סעקיוריטי פון די אנגעצויגנקייט, בין איך געווארן סאבקאנטשסלי רואיג, ממילא איז די הכנות אנגעקומן,

יעצט איז די שאלה ווי אזוי קען מען זיין רואיג אפילו מען איז רואיג?

ע"כ די אמעיל
עבד אברהם אנכי
שיעורי מים עמוקים
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלף
תגובות: 1729
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

Re: הריני מקבל עלי… את עצמי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

איך האב דורכגעליינט די גאנצע אשכול מיט א פארכאפטען אטעם האפענדיג מען וועט מיר דא אריינפירען אינעם היכל ווי אלעס איז קליפ און קלאר..
אבער סאיז נישט געשען, סא איך וועל איבערפרעגן און פליז ווער עס קען זאל כאטש טרייען צו ענטפערן שקויעך

וויאזוי ארבעט עס אז איך זאל מיך עקספטען אדער עקספטען מיינע רעלעטיווס וואס איז די הגיון צו אקסעפטען דיינע חסרונות? אנטשולדיגט איר האט א חסרון! יא איך מאך נישט אוועק דיינע מעלות, אבער דיינע חסרונות פארוואס זאל איך יא אוועקמאכן?.. וואס? דו ווייסט נישט? גיי נאר אויף א זשאב אונטערוויא און זאג מיר צו דו האסט נישט חסרונות...
איז דא א קורצע תשובה וויאזוי די לאגיק ארבעט? (כמיין אויך צו מרמז זיין אפי' מען פארלייקענעט (די אייגענע) חסרונות אבער פאקטיש און גענוג מצבים אין לעבן, קוקט מען עס יא אן, און מען ברענגט עס ארויף אויפן טיש)

עפעס האט מען אנגעפאנגן אויסצושמועסן א חילוק פון אקסעפטענס אדער אקסעפטען ריעלעטי, באט איך בין נישט ארויסגעקראכן מיט א קלארקייט
מען דארף וויסן מיט יעדעס ביסל אידישקייט בתמימות ובפשטות ממש זענען מיר אזוי ווי מלאכי מעלה (גליון דורשי יחודך תמוז פ''ג)
אמעסידטשפארכללישראל
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2022 9:09 pm

Re: הריני מקבל עלי… את עצמי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמעסידטשפארכללישראל »

טשעירמאן האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 04, 2023 4:39 pm
איך האב דורכגעליינט די גאנצע אשכול מיט א פארכאפטען אטעם האפענדיג מען וועט מיר דא אריינפירען אינעם היכל ווי אלעס איז קליפ און קלאר..
אבער סאיז נישט געשען, סא איך וועל איבערפרעגן און פליז ווער עס קען זאל כאטש טרייען צו ענטפערן שקויעך

וויאזוי ארבעט עס אז איך זאל מיך עקספטען אדער עקספטען מיינע רעלעטיווס וואס איז די הגיון צו אקסעפטען דיינע חסרונות? אנטשולדיגט איר האט א חסרון! יא איך מאך נישט אוועק דיינע מעלות, אבער דיינע חסרונות פארוואס זאל איך יא אוועקמאכן?.. וואס? דו ווייסט נישט? גיי נאר אויף א זשאב אונטערוויא און זאג מיר צו דו האסט נישט חסרונות...
איז דא א קורצע תשובה וויאזוי די לאגיק ארבעט? (כמיין אויך צו מרמז זיין אפי' מען פארלייקענעט (די אייגענע) חסרונות אבער פאקטיש און גענוג מצבים אין לעבן, קוקט מען עס יא אן, און מען ברענגט עס ארויף אויפן טיש)

עפעס האט מען אנגעפאנגן אויסצושמועסן א חילוק פון אקסעפטענס אדער אקסעפטען ריעלעטי, באט איך בין נישט ארויסגעקראכן מיט א קלארקייט
יא יא. איך געדענק מיך אויך האבן די שאלה. עס האט מיר זייער געשטערט און איך האב געפרעגט אסאך מענטשן. איך קען דיר שרייבן וואס האט מיר געהאלפן, אפשר וועט עס אויך דיר העלפן.

קוק אן אלע מענטשן אינקלאדינג זיך ווי ליידיגע גלעזלעך. גלעזלעך דרייען זיך ארום, גלעזלעך רעדן צו מיר. יעצו ווען מיר וואלטן זיך אליינס אנגעפילט די גלעזלעך מיט כל ערליי מעלות און חסרונות, וואלט טאקע געווען א געפיל פון איך בין מער ווי דיר, די ביסט מער פון מיר א.א.וו. אבער וויבאלד מיר זענען אלע ליידיגע גלעזלעך, און די מציאות איז אז מיר פילן זיך נישט אליין אן די גלעזלעך, נאר כביכול פילט עס אן לויט ווי ער פארשטייט, פאר איינעם די מעלה, פאר איינעם די חסרון, לויט יעדעם'ס תכלית, אטאמאטיש קיקט מען אן יעדעם גלייך. מען פילט זיך נישט מער אדער ווייניגער ווי א צווייטן.

הגם עס איז נישט אזוי פאפולער צו גיין אויף אזא מהלך, נאר די טיפע קאמפליקעידעט מהלכים. אבער מיר האט דווקא דאס געהאלפן זיך אנקיקן איקוואל מיט יעדן. הצלחה.
אין צום לעצט, וואס איז דיין מעסידטש פאר כלל ישראל?
שפיי נישט אריין אין א ברינעם פון וואס די האסט געטרינקן.
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלף
תגובות: 1729
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

Re: הריני מקבל עלי… את עצמי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

אמעסידטשפארכללישראל האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 04, 2023 5:41 pm

הגם עס איז נישט אזוי פאפולער צו גיין אויף אזא מהלך, נאר די טיפע קאמפליקעידעט מהלכים. אבער מיר האט דווקא דאס געהאלפן זיך אנקיקן איקוואל מיט יעדן. הצלחה.
שקויעך פאר די געדאנק אין אמת'ן טראכט איך יעצט, אז במציאות מוז מען זיך אנקוקען אייניג, און סאיז א מוז צו האלטען (יא האבן א מיינונג) אז מען האט א זכות קיום דא אויף דעם עולם, אויב איינער האלט נישט אזוי -פארשטייט זיך אונטערן אדער ביים באוואסטזיין- דאן איז נישט מעגליך אז ער זאל אנגיין מיטן לעבן.
בקיצור אין אנדערע ווערטער איז די שאלה -מער די שפיץ- וויאזוי פעדעמט מען איין ביי זיך די מחשבה? און דאס איז א גוטע געדאנק, צו טראכטן אז אונז האב מיר זיך נישט אליינס אנגעפילט, און כביכול האט נישט קיין זאך אז ער איז אויסגעלאפן פון סופליי.. און וועגן דעם האב איך ווייניגער שכל.. נאר אלעס איז מיט אן השגחה וכו'

אז מרעדט שוין: די מין זאך ווי אוועקמאכען מענטשען און געבן א שטעמפל אויף איינעם, איז לדעתי ממש סם! יא אויפן מינוט פילט זיך עס גוט איך בין דער וואס מאכט יענעם אוועק, אבער צום סוף קומט עס און בייסט עס צוריק, וואס? יענער איז א שלאך ווייל א פאדעם האט זיך ארויסגעשטעקט? דאן וואס ביזטו? אא''וו, און בכלל די גאנצע זאך פון לעבלען און סטעמפלען און זשאדשען מענטשן און ארומיגע, איז די אבסולוט פארקערטע פון אקסעפטענס. וואס זאגט דער עולם?
מען דארף וויסן מיט יעדעס ביסל אידישקייט בתמימות ובפשטות ממש זענען מיר אזוי ווי מלאכי מעלה (גליון דורשי יחודך תמוז פ''ג)
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”