אנדרוגינוס בריה בפני עצמה… - די אדער דער?!

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6155
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: אנדרוגינוס בריה בפני עצמה… - די אדער דער?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

היסטאריש האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
בענקל און בענדל זענען דימינוטיוון, ממילא קומט דאס.

אפילו אויב ס'וואלט געווען לשון-זכר וואלט מען דא געזאגט דעם בענדל, נישט דער, ווי ערקלערט דא.
און יעצט אז בענקל איז א לשון נקיבה אלס דימינוטיוו, זאגט מען נישט דעם בענקל?
אקוזאטיוו גייט נאר אן ביי לשון זכר (און גראדע, דאטיוו ביי לשון נקיבה טוישט פון די צו דער).
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

תגובה דורך היסטאריש »

דרייטצעך האט געשריבן:

גערעכט, און אפילו ס'טוישט יא, וואלט מען דא ביים דימינוטיוו וואס איז נייטראל (זיך טועה געווען מיט לשון נקיבה) אויך געדארפט שרייבן דאס.

(אקוזאטיוו גייט אודאי אויך אן ביי לשון נקיבה, נאר מען זאגט ווייטער די.)
לעצט פארראכטן דורך היסטאריש אום דינסטאג נאוועמבער 22, 2022 11:13 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6155
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: אנדרוגינוס בריה בפני עצמה… - די אדער דער?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

היסטאריש האט געשריבן:
דרייטצעך האט געשריבן:
היסטאריש האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
בענקל און בענדל זענען דימינוטיוון, ממילא קומט דאס.

אפילו אויב ס'וואלט געווען לשון-זכר וואלט מען דא געזאגט דעם בענדל, נישט דער, ווי ערקלערט דא.
און יעצט אז בענקל איז א לשון נקיבה אלס דימינוטיוו, זאגט מען נישט דעם בענקל?
אקוזאטיוו גייט נאר אן ביי לשון זכר (און גראדע, דאטיוו ביי לשון נקיבה טוישט פון די צו דער).
גערעכט.

(אקוזאטיוו גייט אודאי אויך אן ביי לשון נקיבה, נאר מען זאגט ווייטער דו.)
יא, דער כלל פון אקוזאטיוו גייט נישט אן... מען זאגט ווייטער "די".
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אנדרוגינוס בריה בפני עצמה… - די אדער דער?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

דרייטצעך האט געשריבן:
היסטאריש האט געשריבן:
דרייטצעך האט געשריבן:
היסטאריש האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
בענקל און בענדל זענען דימינוטיוון, ממילא קומט דאס.

אפילו אויב ס'וואלט געווען לשון-זכר וואלט מען דא געזאגט דעם בענדל, נישט דער, ווי ערקלערט דא.
און יעצט אז בענקל איז א לשון נקיבה אלס דימינוטיוו, זאגט מען נישט דעם בענקל?
אקוזאטיוו גייט נאר אן ביי לשון זכר (און גראדע, דאטיוו ביי לשון נקיבה טוישט פון די צו דער).
גערעכט.

(אקוזאטיוו גייט אודאי אויך אן ביי לשון נקיבה, נאר מען זאגט ווייטער דו.)
יא, דער כלל פון אקוזאטיוו גייט נישט אן... מען זאגט ווייטער "די".
אופס.. פארראכטן.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אנדרוגינוס בריה בפני עצמה… - די אדער דער?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

דער מצב ווערט נאר ערגער פון טאג צו טאג.
אונז האבן מיר שוין היינט צו טאגס פעטעס מיט מומעס...
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
ברוכווארג
שר האלפיים
תגובות: 2201
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 20, 2022 10:07 pm
לאקאציע: רעכטע ליניע

תגובה דורך ברוכווארג »

נישט געפערליך. ס'דא אזא זאך וואס הייסט לשון בני אדם און דאס ווערט געפארומט צו ס'שטימט מיט דקדוק אדער נישט.

ברוכווארג האט געשריבן:

און וואס וועט מען טון ווען איינער האט א פעטע פעטע?

הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

איינס האט געשריבן:

ווער זאגט פעטעס?
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אה, דאס גרעניצט שוין מיט חמירא סכנתא מאיסורא..
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אנדרוגינוס בריה בפני עצמה… - די אדער דער?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
דער מצב ווערט נאר ערגער פון טאג צו טאג.
אונז האבן מיר שוין היינט צו טאגס פעטעס מיט מומעס...
ווער זאגט פעטעס?
viewtopic.php?p=4065552#p4065552

לעצטנס מיין איך איז דאס שוין בכלל נישט קיין טעות. דער (די) עולם האט אנגעהויבן שרייבן לכתחילה אזוי…
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: אנדרוגינוס בריה בפני עצמה… - די אדער דער?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

איך האב געזען דעם טעות אין פילע סידורים, ריכטיג איז צו זאגן "די וואך, דער חודש און דאס יאר".

איך האב געוואלט קוקן אין די אלטע סידורים, אבער אין אלע אלטע סידורים שטייט בלויז "די וואך"...

image (7).png
image (7).png (166.37 KiB) געזען 1586 מאל
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4441
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: אנדרוגינוס בריה בפני עצמה… - די אדער דער?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

דער וועלט?

או די וועלט?
אוועטאר
מאנדלבאום
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 5:16 pm

Re: אנדרוגינוס בריה בפני עצמה… - די אדער דער?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנדלבאום »

איינס האט געשריבן:
די הייליגע רבי האט זיך פארטיפט אין זיינע מחשבות, די עולם איז געווען שטיל און אפילו די קליינע אינגל נעבן מיר האט זיך געהאלטן שטיל.
די עולם, די רבי, די ציבור און די מענטש. וואס גייט פאר לעצטנס?! געווארן א ליבעראלע וועלט?!
איך האב באמערקט לעצטנס אז אפילו אין די אפציעלע אויסגאבעס, אפגערעדט אויף די עדס, טרעפט מען א פארפלייצונג פון אנדרוגינס׳ן…

וואס טאקע פשט פון דעם? מ׳האט אפציעל אויפגעגעבן דעם לשון זכר?
קומט ווארשיינליך פון דאס ענגליש 'the'
די חברים פון "די טאטע" מיט "די אייבישטע" און פון "די חסידישע אינגערמאן" זענען אויך די וואס בעטן מען זאל עס "לייגן אויף/אין עס", די וואס פרעגן "פון וואס מען רעדט פון", און די וואס ווארטן "פאר צוויי שעה" "יעדע איינציגע טאג" און נאך צום באדויערן פיל...
אוועטאר
מאנדלבאום
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 5:16 pm

Re: אנדרוגינוס בריה בפני עצמה… - די אדער דער?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנדלבאום »

דרייטצעך האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן:
אויף איינע פון די קינדער סידיס, הער איך ווי ער זינגט דארט "די אייבירשטער...". הוי האט עס מיר געקרענקט!
גראדע אין רעדן איז געווענליך שווער מבחין צו זיין צו יענער זאגט "דע" אדער "די"... אבער אין שרייב ווערק ווערט עס בלויז ערגער און ערגער...
ביים רעדן ווערט אייביג פאשלינגען הברות סיי אין אידיש און נאך מער אין ענגליש, כגון "כאניש קא כח" "אייראנאו" "געמיר" "געראוט"
וועט איינער שרייבן אזוי?
גיי ווייס וואס קומט אונז נאך אונטער...
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: אנדרוגינוס בריה בפני עצמה… - די אדער דער?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

הארי פלארי האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 03, 2023 1:23 am
דער וועלט?

או די וועלט?
וועלט איז א לשון נקבה.

אלזא. איר זענט מסתמא באקאנט ווען מ'זאגט "ער, זי, אדער: דאס". און ממילא דעמאלט זאגט מען: "דער, די, אדער: דאס".

און אויב וואלט מען געזאגט "אים, איר, אדער: דאס", וועט מען זאגן "דעם, דער (אזהרה: עס האט געמאכט א געפערליכע צעמישעניש. וואס איז געבליבן? יא 'מעלות' גרעמער אדער נישט?), אדער "דאס".

און דאס איז אויך נוגע לגבי די אויספירן פון למשל: גרויסער-גרויסן-גרויסע, שטארקער-שטארקן-שטארקע. נאר וואס פאסירט איז, אז "די" און "דאס" ווערן ביידע געמערדזשט צו "גרויסע". נאכנישט גענוג צעמישט?

איך מיין אז מ'זאל לאזן יעדן שרייבן וויאזוי זיי ווילן, לכל הפחות דא, ווייל אפילו די אויסגאבעס הייערן ספעציעל געשולטע מגיהים, און זיי אליין ברעכן זיך קאפ, ציין און נעגל וואסער.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אנדרוגינוס בריה בפני עצמה… - די אדער דער?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

און פון די צווייטע זייט קומט די צווייטע מכה...

געליינט די וואך און סכאפט א שרעק
דער טאכטער, דער פאליציי, א איבערפלוס פון ר שלא במקומם
אפשר דארף ער טוישן זיין נאמען צו ״דער ווואך״...
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17776
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אנדרוגינוס בריה בפני עצמה… - די אדער דער?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

איינס האט געשריבן: מאנטאג אפריל 24, 2023 10:54 am
און פון די צווייטע זייט קומט די צווייטע מכה...

געליינט די וואך און סכאפט א שרעק
דער טאכטער, דער פאליציי, א איבערפלוס פון ר שלא במקומם
אפשר דארף ער טוישן זיין נאמען צו ״דער ווואך״...
ווייסעך ניש, איך זע נאר די...
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5068
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אנדרוגינוס בריה בפני עצמה… - די אדער דער?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

איינס האט געשריבן: מאנטאג אפריל 24, 2023 10:54 am
און פון די צווייטע זייט קומט די צווייטע מכה...

געליינט די וואך און סכאפט א שרעק
דער טאכטער, דער פאליציי, א איבערפלוס פון ר שלא במקומם
אפשר דארף ער טוישן זיין נאמען צו ״דער ווואך״...
לשון-נקיבה קומט דער ווען ס'איז דאטיוו, דהיינו נאך א פרעפאזיציע.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: אנדרוגינוס בריה בפני עצמה… - די אדער דער?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

גרשון האט געשריבן: מאנטאג אפריל 24, 2023 6:04 pm

ווען מ'ניצט עס אין פלאץ פון "איר".
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אנדרוגינוס בריה בפני עצמה… - די אדער דער?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

גרשון האט געשריבן: מאנטאג אפריל 24, 2023 6:04 pm
איינס האט געשריבן: מאנטאג אפריל 24, 2023 10:54 am
און פון די צווייטע זייט קומט די צווייטע מכה...

געליינט די וואך און סכאפט א שרעק
דער טאכטער, דער פאליציי, א איבערפלוס פון ר שלא במקומם
אפשר דארף ער טוישן זיין נאמען צו ״דער ווואך״...
לשון-נקיבה קומט דער ווען ס'איז דאטיוו, דהיינו נאך א פרעפאזיציע.
סאיז דא אזא זאך אז משרייבט דער טאכטער?!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5068
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אנדרוגינוס בריה בפני עצמה… - די אדער דער?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

יא.

פארדעם זאגט מען די היים, אבער אינדערהיים; די וויילע, אבער ביזדערווייל; די וועלט, אבער אויף דער וועלט; די זאך, אבער צו דער זאך.
לעצט פארראכטן דורך גרשון אום מאנטאג אפריל 24, 2023 6:37 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: אנדרוגינוס בריה בפני עצמה… - די אדער דער?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

פון דער טאכטער. יא.

מ'רופט עס ביי די שרייבערס "מעלות גראמאטיק".
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: אנדרוגינוס בריה בפני עצמה… - די אדער דער?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

גרשון האט געשריבן: מאנטאג אפריל 24, 2023 6:37 pm
יא.

פארדעם זאגט מען די היים, אבער אינדערהיים; די וויילע, אבער ביזדערווייל; די וועלט, אבער אויף דער וועלט; די זאך, אבער צו דער זאך.
געב מיר א דוגמא פון א סענטנס ווי משרבייט דער טאכטער.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: אנדרוגינוס בריה בפני עצמה… - די אדער דער?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

ער רעדט צו דער טאכטער, ער נעמט קעיר פון דער טאכטער,
אבער:
ער אינטערעסירט זיך וואס די טאכטער מאכט.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”