בד"ה בעל מנגן ר' מיכאל שניצלער ע"ה - כ"ג ניסן תשפ"ג

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קדוש ונורא
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 4:58 pm

Re: בד"ה בעל מנגן ר' מיכאל שניצלער ע"ה - כ"ג ניסן תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קדוש ונורא »

צדק תרדוף האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 15, 2023 11:12 pm
פלעגט גיין שלאפן פרי האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 15, 2023 10:12 pm
די לעצטע פלאץ ווי ער האט געזינגען איז געווען פאר יתומים אין ארץ ישראל


https://drive.google.com/file/d/1anCYhE ... p=drivesdk
דאס איז חול המועד?
מען זעהט דארט יעקב אליעזר שישא מיט א הוט
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2102
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: בד"ה בעל מנגן ר' מיכאל שניצלער ע"ה - כ"ג ניסן תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

קדוש ונורא האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 15, 2023 11:36 pm
צדק תרדוף האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 15, 2023 11:12 pm
פלעגט גיין שלאפן פרי האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 15, 2023 10:12 pm
די לעצטע פלאץ ווי ער האט געזינגען איז געווען פאר יתומים אין ארץ ישראל


https://drive.google.com/file/d/1anCYhE ... p=drivesdk
דאס איז חול המועד?
מען זעהט דארט יעקב אליעזר שישא מיט א הוט
טאקע אינטעראסאנט
די עבר איז - זכרונות,
די עתיד איז - דמיונות,
די הווה איז - נסיונות.


2000'סטע תגובה

אניווערסערי? אשת חיל האט יומולדת? שיקט א רינגל פאר'ן כלה?
דא איז די פלאץ:

גראמען גמ"ח
אזוי וויל איך
שר האלף
תגובות: 1374
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

Re: בד"ה בעל מנגן ר' מיכאל שניצלער ע"ה - כ"ג ניסן תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי וויל איך »

וועגן שטעגן האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 15, 2023 11:08 pm
אן אייניקל האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 15, 2023 11:06 pm
בן משי האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 15, 2023 10:47 pm
קען איינער אויסרעכנען זיינע קינדער, ברודער
ברודער

הרב ר' שלום ז"ל
הרב ר' אייזיק לייב ז"ל
הרב ר' ברוך יודא ז"ל

להבחל"ח
ר' אברהם וואלף
ר' אלימלך משה
ר' יעקב
ר' חנני'

בנו
משולם זושא

בנותיו
אשת ר' בערי ווייס
אשת ר' יואל שפילמאן
זיין איידעם איז נישט יואל שפילמאן נאר א אנדערע ברודער א זון פון משה דוד, און ער האט נאך טעכטער
זיין איידעם הייסט יושע שפילמאן
גערעכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2023 4:38 pm

Re: בד"ה בעל מנגן ר' מיכאל שניצלער ע"ה - כ"ג ניסן תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכט »

ווי א דונער אינמיטן העלן טאג איז אריינגעקומען דעם ערב שבת די שרעקליכע נייעס וואס האט אויפגעשאקעלט און צוטרייסלט יעדע אידיש הארץ, אז די הארץ פון די קעניג פון אידישע לידער האט געגעבן א קלאפ די לעצטע קלאפ, ניטעאמאל קיין צייט צו איינצורייסען און די ערגסטע האט פאסירט.

יעדער וויינט.. ווי קען מען זיך צאמנעמען ? ווי קען מען זיך טרייסטען ?

ס'לאזט זיך נישט גלייבן, עס וויל זיך נישט זאגען רבי מיכאל שניצלער עליו השלום... א נאמען וואס האט ארויפגעברענגט א שמייכל פאר אנשים נשים וטף פאר צענדליגער יארן נאכאנאנד, די פארלוסט איז אומשאצבאר !!!

פאר אזויפיל אידען איז ער געווען זייער בעסטע חבר, געווען ווי א רוקן ביין פאר אזויפיל לבבות נשברות, רבי מיכאל ! ווי טייער און חשוב ביסטו געווען , א יחיד בדור אין בין אדם לחברו, ווי טרעפט מען נאך היינט אזא ליבשאפט צו יעדע אידיש קינד ?!...

די גאנצע וועלט האט געוויסט צו דערציילען פון דיינע מעשים טובים, יעדעם האסטו עקסעפטעט מיט די גרעסטע כבוד און שעץ !

רבי מיכאל, פאר אונז איז עס גאר א שווערע נסיון, מ'וועט זיך אזוי בענקען נאך דיין שמייכעל, דיינע זיסע שטימע אוי ס'בענקט שוין יעצט...

האסט פארגינען א קאמפלימענט פאר א צווייטען, ס'איז דיר געגאנגען בנפשו יענעם צו דערפרייען און מאכן גוט פילען האסט מקיים געווען דעם 'ואהבת לרעך כמוך' במלוא מובן המילה, אשריך רבי מיכאל דארט אין גן עדן !!

אינטערסאנט אז דיין פטירה איז געװען ערב שבת וואס א גרויסע חלק פון דיינע ניגונים רעדן פונעם הייליגע שבת ובפרט די סידיס וברוכים הם מיט שבתון, אזויפיל אידען גרייטען זיך צום שבת מיט דיינע הערליכע אוצרות ווי די רעדסט פונעם קדושת השבת.

אז מ'טראכט אריין ווען האט די באשעפער צוריקגענומען דיין נשמה ?! די ערשטע טאג פונעם ספירה וואס מ'הערט נישט קיין מוזיק ! ווי צו ווייזן אז במשך די גאנצע מעגל נשמה האט מען דיך נישט געקענט ארויפנעמען למעלה, האסט דאך געזונגען יעדע טאג פאר אידישע קינדער, א טאג נאך פסח מ'הערט נישט קיין מוזיק מ'ניצט נישט אזוי די כח הנגינה האט מען אויסגעלאשן דאס ליכטעלע..!!!

אויף רבי אהרן קארלינער זאגט מען ער האט געמאכט 80 טויזענט בעלי תשובות האבן צדיקים מסביר געווען נישט פשט ער איז ארום געפארן נאר דארט ביי זיך אין אינדערהיים האט ער געהאט אזא שטארקע השפעה אויף די גאנצע וועלט.
רבי מיכאל ווער ווייסט וויפעל טויזענטע אידען די האסט געברענגט נענטער צום באשעפער מיט דיינע לידער?! ביזט געזיצען אין דיין סטודיא פארמאכט, און פון דארט זענען צענדליגער טויזנטער אידען נתעורר געווארן צו עבודת השם !!!
די שכר איז גאר גרויס האסט איבערגעלאזט הערליכע אוצרות יעדע סידי איז ווי א מוסר ספר וואס איז מחזק און וועט שטארקען אידישע קינדער לעולמי עד ס'איז א אייביגע זכות !!

רבי מיכאל מ'וועט דיר געדענקען מיט גאלדענע אותיות ! א זינגער וואס האט און וועט לעולמי עד אריינברענגען שמחה אין אידישע הערצער.

מיכאל טו בעטן, רבונו של עולם,
זעה דיינע קינדערליך צער,
גענוג שוין געליטען, אזויפיל יסורים, פתח לנו שער,
טויזענטע יארן, אין גלות געווען,
מיר ווילן שוין אלע די גאולה זען,
משיח צדקינו, במהרה אמן.
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

Re: בד"ה בעל מנגן ר' מיכאל שניצלער ע"ה - כ"ג ניסן תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

אוי וויי בד"ה איך בין באמת צושפילט און צושודערט...

איך בין נישט קיין בעל הספד אבער אויך נישט קיין בעל שתקן וויפיל איך וויל שוין יא רעדן שטיקן די טרערן.
אבער די פינגער קענען קלאפן און קלאפן קיינער קען עס נישט אפשטעלן, מיכאל טייערער סע טוט זיך נישט גלייבן און הערן.

מיין ברודער האט מיר גערופן ערב שבת פרעגן אויב סע אמת, איך האב אבער נאך דעמאלטס גארנישט געהערט - די טשיללס וואס איך האב באקומען ווען איך האב געהערט דערוועגן האב איך שוין נישט געהאט א לאנגע צייט. מיכאל האט פאר מיר געמיינט מער ווי סתם א זינגער. ווען ער וואלט געפירט טיש וואלט איך זיכער געגאנען זעהן ווי אזוי ער פרייט זיך מיט יעדן יוד. איך ווייס נישט ווי מע נעמט אזוינע מדריגות, על שלשה דברים העולם עומד וגו' על הגמילות חסדים... דאס איז געווען מיכאל שניטצלער מיט אלע מפרשים!

קוק מיך נישט אן! איך וויל שרייבן ברייט (כ'האב אבער מורא) איך קען נישט נאך רביי'ס היינט מיט אזא 'לעוועל' גוט הארץ! די מעשיות וואס איך האב מיט געהאלטן זענען א טיפה מן הים - די חברים זיינע (און מיינע) פארציילן - די שמייכל און שמחה וואס מיכאל האט געהאט איז בכלל נישט געווען עפעס וואס יעדער פארמאגט - גראדע האלט איך אז דער אויבערשטער האט עם געמאכט זינגען ווייל אז נישט ווער וואלט מיר מחזק געווען? יא דער מיכאל האב איך געהאט אויף 'ספיד דייל' לאך לאך דער האט געדענקט מיינע קינדערס נעמען! מיר פלעגן רעדן אויפ'ן טעלעפאון מיר און די קינדער - יעדער האט עם ליב געהאט!

איך האב געארבייט מיט עם = ווער נישט הא? איך פלעג כסדר רעדן מיט עם ווער נישט?
יעדער האט באמת געפילט ווי זיין בעסטע חבר. און בום מיכאל איז נישט דא! סע פארט יעצט ארום א קליפ ווי א היימלאזער מאן בעהט עם א קאפי און מיכאל גייט אריין אין געשעפט און קופט עם איינס. איך בין א מילליאן פערסענט זיכער אז דאס איז נישט די ערשטע מענטש וואס ער קויפט קאפי - ווי אויך בין איך 100 פערסענט זיכער אז מער אזוינע עובדות איז דא וואס מען האט נישט אפגעכאפט אויף קאמערע ווי יא!

אוי איך זיץ מיר אין קרעכץ - מיכאל אַיֶכָּה? פארפאלן מיר האבן פארלוירן א יוד וואס האט קיין פליג נישט געטשעפעט! א יוד וואס האט זיך אפגעגעבן מיט קינדער טאטעס און מאמעס - מיט א מין ליבליכקייט וואס איך האב מורא איז מער נישטא! מיאכאאאאאאלללל איך האף אז איך קען היינט ארויפגיין קיין ירושלים מיט דיר אין משיח - אויב נישט חלילה האף איך צו גיין דיר באגלייטן צום איביגן רוה!

-------

איך האב אזויפיל צו פארציילן אבער מיין קאפ און הארת זענען ערגעץ פארבלאנדזשעט - עוד חזון למועד (איך רעזערוו דאס פלאץ)
א יוד וואס האט יעדן אויפגענומען שיין - נישט יעדער וואס איז נארמאל - נאר יעדן אפי' וואס איך האב נישט געקענט שטיין אין זיינע ד' אמות! דער האט ארום גענומען יעדן אפי' ברייטע ביבער היטן וד"ל - איך האב אסאך געזעהן און געהערט - נישט אומזיסט איז יעדער געווען זיין פרענד! אוי מיכאל = סע בענקט זיך!
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: בד"ה בעל מנגן ר' מיכאל שניצלער ע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

חרבונא האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 15, 2023 6:15 pm
אוי געוואלד, אהוי געוואלד!!!

אן אמת'ער אוהב ישראל!!!
יאפ, א בעל מדריגה אין אהבת ישראל! נישט בלויז די היינטיגע סטייל גערעדאכטס. יעדע צובראכענע נשמה האט באקומען פון אים די פולע אטענשאן אפילו מיט אזעלכע וואס אנדערע האבן זיך געשעמט זיך צו אינדעטיפיצירן ודי. אסאך אידן שפירן יעצט ווי זיי האבן פארלוירן א אמתע חבר.

איך וואלט געראטן צו עפענען א באזונדערע אשכול פון אלע קליפס ווי מ'זעט אים מחזק זיין צובראכענע אידן (פיזישע און גייסטישע).

ממנו ילמדו!!
אוועטאר
א גוט ווערטעל
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 12:37 am

Re: בד"ה בעל מנגן ר' מיכאל שניצלער ע"ה - כ"ג ניסן תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוט ווערטעל »

דער בעל מנגן ר' מיכאל שניצלער, דער משמח אלקים ואנשים ר' זושא שמעלצער, און דער כאר-פירער ר' חילו פאזען: א געשמאקע שמועס לכבוד יום-טוב פסח איבער דעם סדר האלף-בית מיט בארימטע פיגורן. (חלק ב')
https://www.yiddish24.com/interviews/38/36621
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: בד"ה בעל מנגן ר' מיכאל שניצלער ע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

mosha g האט געשריבן: פרייטאג אפריל 14, 2023 6:49 pm
אוי טאטע😭 וואס איז מיט די לויה? ווערט לכאורה בערדיגט פאר שבת.
פארוואס טאקע ווארט מען אזוי לאנג ביז מארגן?

אפשר צו קענען אפגעבן די מאקסימום כבוד האחרון?
אוועטאר
פישל גרין
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 18, 2022 8:52 pm

Re: בד"ה בעל מנגן ר' מיכאל שניצלער ע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל גרין »

בן כלבא שבוע האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 15, 2023 11:49 pm
mosha g האט געשריבן: פרייטאג אפריל 14, 2023 6:49 pm
אוי טאטע😭 וואס איז מיט די לויה? ווערט לכאורה בערדיגט פאר שבת.
פארוואס טאקע ווארט מען אזוי לאנג ביז מארגן?

אפשר צו קענען אפגעבן די מאקסימום כבוד האחרון?
שמעתי אז איינע פון די קינדער וואוינט אדער איז אין אויסלאנד.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: בד"ה בעל מנגן ר' מיכאל שניצלער ע"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

פישל גרין האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 15, 2023 11:52 pm
בן כלבא שבוע האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 15, 2023 11:49 pm
mosha g האט געשריבן: פרייטאג אפריל 14, 2023 6:49 pm
אוי טאטע😭 וואס איז מיט די לויה? ווערט לכאורה בערדיגט פאר שבת.
פארוואס טאקע ווארט מען אזוי לאנג ביז מארגן?

אפשר צו קענען אפגעבן די מאקסימום כבוד האחרון?
שמעתי אז איינע פון די קינדער וואוינט אדער איז אין אויסלאנד.
איין קינד איז אין א"י מיינעך
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
קיין עין הרע
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 05, 2022 4:11 pm

Re: בד"ה בעל מנגן ר' מיכאל שניצלער ע"ה - כ"ג ניסן תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיין עין הרע »

Kollel האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 15, 2023 11:18 pm
הענדימען האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 15, 2023 11:10 pm
אן אייניקל האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 15, 2023 11:06 pm
הרב ר' שלום ז"ל
הרב ר' יצחק יודא המכונה אייזיק ז"ל
הרב ר' ברוך יודא ז"ל

להבחל"ח
ר' אברהם וואלף
ר' אלימלך משה
ר' יעקב
ר' חנני'

בנו
משולם זושא

בנותיו
וויינבערגער
אשת ר' בערי ווייס
אשת ר' יואל שפילמאן
נאך א טאכטער
https://www.geni.com/people/Michoel-Sch ... 6570552014
ער איז געבוירן אין קאלעפארניע?
achtov
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 9:16 pm

Re: בד"ה בעל מנגן ר' מיכאל שניצלער ע"ה - כ"ג ניסן תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך achtov »

א גוט ווערטעל האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 15, 2023 11:45 pm
דער בעל מנגן ר' מיכאל שניצלער, דער משמח אלקים ואנשים ר' זושא שמעלצער, און דער כאר-פירער ר' חילו פאזען: א געשמאקע שמועס לכבוד יום-טוב פסח איבער דעם סדר האלף-בית מיט בארימטע פיגורן. (חלק ב')
https://www.yiddish24.com/interviews/38/36621
כהאף ר ישיעלע קרויס דער אפטא רב וועט מספיד זיין
!Michael was real a yiddish hartz
מן הסתם קענסטו ווערען עפראווד 70K ALASKA MILES!!!
https://www.applyonlinenow.com/USCCapp/ ... 48ef456db8
אפשען צי נוצען ביי עלאל ביזנעס קלאס!
רבן גמליאל
שר האלף
תגובות: 1030
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 3:13 pm

Re: בד"ה בעל מנגן ר' מיכאל שניצלער ע"ה - כ"ג ניסן תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבן גמליאל »

achtov האט געשריבן: זונטאג אפריל 16, 2023 12:28 am
א גוט ווערטעל האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 15, 2023 11:45 pm
דער בעל מנגן ר' מיכאל שניצלער, דער משמח אלקים ואנשים ר' זושא שמעלצער, און דער כאר-פירער ר' חילו פאזען: א געשמאקע שמועס לכבוד יום-טוב פסח איבער דעם סדר האלף-בית מיט בארימטע פיגורן. (חלק ב')
https://www.yiddish24.com/interviews/38/36621
כהאף ר ישיעלע קרויס דער אפטא רב וועט מספיד זיין
!Michael was real a yiddish hartz
איך מיין מאיז נישט מספיד חודש ניסן ניין?
דודהמלך
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 03, 2016 5:41 pm

Re: בד"ה בעל מנגן ר' מיכאל שניצלער ע"ה - כ"ג ניסן תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דודהמלך »

דריידל האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 15, 2023 11:20 pm
דאכציך ער פלעגט זינגן ביי סאטמאר'ע חתונות און אויך ווען טאש''ע רבי איז געווען אין ניו יארק בערך תשנ"ה ביים הכנסת ספר תורה.
איך געדענק אים זינגען ביי די מוצאי יו"ט באגלייטן ביים ברך משה
פארגאנגענע וואך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 23, 2022 3:58 pm

Re: בד"ה בעל מנגן ר' מיכאל שניצלער ע"ה - כ"ג ניסן תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארגאנגענע וואך »

פינקי וועבער באוויינט די פטירה

https://www.yiddish24.com/interviews/12/81988
פון דא און פון דארט!
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: בד"ה בעל מנגן ר' מיכאל שניצלער ע"ה - כ"ג ניסן תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

ברוך דיין האמת ער איז געווען א מייסטער און אראפלייגן א אידישע ניגון, ער זינגט עס מיט הארץ און געפיל נישט דא בדומה לו
אפאהידא רב
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2023 7:16 pm

Re: בד"ה בעל מנגן ר' מיכאל שניצלער ע"ה - כ"ג ניסן תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפאהידא רב »

דאכצעך מיר אויב וויל מען זיכן ביי מיכאל, וואס איז געווען די נקודה׳לע זיינע, דארף מען נישט לאנג טראכטן, זיין רגש, זיינע געפילן, איז געווען וואס האט אים געמאכט פאר א יחיד במינו און אראפזינגען א אידישען ניגון, ער האט געהאט א כח און ארויסברענגען אינערליכע געפילן אין א ווארט, זאץ, און תנועה.
זיין כח ההרגש האט ער געניצט צו מחזק זיין אידישע קינדערלאך נישט אלס טערעפיסט נאר אלס א human being וואס זאגט ווי אזוי ער פילט באמת, ער האט געזאגט נאכאנאנד איי לאו יו אלל, ווייל ער האט באמת ליב געהאט די מענטשהייט און געשעירט מיטן עולם זיינע הרגישים, מיכאל איז נישט געווען קיין קאמפטזירער, מיכאל איז נישט געווען א גראמער, פילע זינגער וואס זינגען אידישע ניגונים פון די זעלבע קאמפזעטירער און זיי זענען ווייט פון אזוי באקאנט און באליבט ביים ציבור, מיכאל׳ס סוד איז אן קיין ספק געווען זיין אמת׳ע רגש אן קיין חשבונות. און די מינוט וואס ער האט דאס אריינגעלייגט אינעם ניגון איז דאס געבליבן ווי א חלק פונעם ניגון און ווען מען זינגט עס נאך קלינגט אונעם מח די געפיל מיט וואס מיכאל זינגט עס, מיכאל האט מחדש געווען אז ווען די זינגסט א ניגון זאלסטו פילן ווי די ביסט דארט, אין באמת געבן א ״כליפע״ ווען די פילסט טרויער, אדער א ״באכע״ ווען די פילסט שמחה... דוד׳לס מאמע… יוס׳לן דער חזן… דער שטיבל׳ס בעל העגלה… די טויבן פון ווילנא… דוב׳לע מיטן שאוועלע… אלע זענען אויפגעשטאנען תחיית המתים ווען מיכאל האט געזינגען, ווי לעבעדיגע ספרי תורה האבן זיי אלע מיטגעשאקלט מיטן קאפ צו די תנועה פון מיכאל׳ס געזאנג…


מיכאל! – אוי מיכאל!
דו האסט געעפנט א טויער’ל א שלאס’עלע
ביים טאטען – אין הימל
וואס הערט דיך אייביג נישט נאר די מאל
זינג ווייטער – בהאי גוונין
אלע מלאכים ווילן מיט דיר מיט דאווענען
זיי ווארטן שוין – מיט צמאון
דריי דיך נאכאמאל אויס און מיט מיר צוזאם הויב אָן

על דעת המקום, ועל דעת הקהל
בישיבה של מעלה, ובישיבה של מטה
אנו מתירין להתפּלל
מיר מאכן דיר פאר א שליח ציבור,
זאג פארן אייברשטען.

או טאטע! – אוי טאטע!
דו ווייסט דאך וואס טוט זיך דא בישיבה של מטה
אוי רחמים – שאלי
נעם ארויף אונזערע טרערן דארט בישיבה של מעלה
יתגדל ויתקדש שמי-ה רבה אמן.
דודהמלך
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 03, 2016 5:41 pm

Re: בד"ה בעל מנגן ר' מיכאל שניצלער ע"ה - כ"ג ניסן תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דודהמלך »

https://www.lebedigesifreitorah.com/

ר' מיכאל פארציילט אביסל פון זיין היסטאריע פאר ארי סאמעט..
אוועטאר
יכולתי
שר חמש מאות
תגובות: 945
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 16, 2022 12:14 am

Re: בד"ה בעל מנגן ר' מיכאל שניצלער ע"ה - כ"ג ניסן תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יכולתי »

Kollel האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 15, 2023 11:18 pm
הענדימען האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 15, 2023 11:10 pm
אן אייניקל האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 15, 2023 11:06 pm
הרב ר' שלום ז"ל
הרב ר' יצחק יודא המכונה אייזיק ז"ל
הרב ר' ברוך יודא ז"ל

להבחל"ח
ר' אברהם וואלף
ר' אלימלך משה
ר' יעקב
ר' חנני'

בנו
משולם זושא

בנותיו
וויינבערגער
אשת ר' בערי ווייס
אשת ר' יואל שפילמאן
נאך א טאכטער
https://www.geni.com/people/Michoel-Sch ... 6570552014
אחותו אשת ר' שלום יעקב שווארץ
יש תורה בעולם
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 25, 2021 2:20 pm

Re: בד"ה בעל מנגן ר' מיכאל שניצלער ע"ה - כ"ג ניסן תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש תורה בעולם »

דודהמלך האט געשריבן: זונטאג אפריל 16, 2023 12:54 am
https://www.lebedigesifreitorah.com/

ר' מיכאל פארציילט אביסל פון זיין היסטאריע פאר ארי סאמעט..
can anyone drive it
נצח ישראל לא ישקר עם ישראלחי לעולם
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16955
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: בד"ה בעל מנגן ר' מיכאל שניצלער ע"ה - כ"ג ניסן תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

יכולתי האט געשריבן: זונטאג אפריל 16, 2023 1:02 am
Kollel האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 15, 2023 11:18 pm
הענדימען האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 15, 2023 11:10 pm
אן אייניקל האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 15, 2023 11:06 pm
הרב ר' שלום ז"ל
הרב ר' יצחק יודא המכונה אייזיק ז"ל
הרב ר' ברוך יודא ז"ל

להבחל"ח
ר' אברהם וואלף
ר' אלימלך משה
ר' יעקב
ר' חנני'

בנו
משולם זושא

בנותיו
וויינבערגער
אשת ר' בערי ווייס
אשת ר' יואל שפילמאן
נאך א טאכטער
https://www.geni.com/people/Michoel-Sch ... 6570552014
אחותו אשת ר' שלום יעקב שווארץ
אחותו הרבנית מירמע
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: בד"ה בעל מנגן ר' מיכאל שניצלער ע"ה - כ"ג ניסן תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

את פתח לו האט געשריבן: זונטאג אפריל 16, 2023 1:09 am
יכולתי האט געשריבן: זונטאג אפריל 16, 2023 1:02 am
Kollel האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 15, 2023 11:18 pm
הענדימען האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 15, 2023 11:10 pm
אן אייניקל האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 15, 2023 11:06 pm
הרב ר' שלום ז"ל
הרב ר' יצחק יודא המכונה אייזיק ז"ל
הרב ר' ברוך יודא ז"ל

להבחל"ח
ר' אברהם וואלף
ר' אלימלך משה
ר' יעקב
ר' חנני'

בנו
משולם זושא

בנותיו
וויינבערגער
אשת ר' בערי ווייס
אשת ר' יואל שפילמאן
נאך א טאכטער
https://www.geni.com/people/Michoel-Sch ... 6570552014
אחותו אשת ר' שלום יעקב שווארץ
אחותו הרבנית מירמע
נאך 2 שוועסטערס
בוקסבוים
פריעד
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
טראכט הויעך
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 21, 2023 4:19 pm

Re: בד"ה בעל מנגן ר' מיכאל שניצלער ע"ה - כ"ג ניסן תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט הויעך »

עס באוויינט זיך שווער אזא לב טוב און עכטער אוהב ישראל ווי ר׳ מיכאל זכרונו לברכה.

עס איז זעלטן אז א איד וואס איז אזויפיל יארן געווען אויף די פובליק ארענע, און אין קאמפעטעטיוו אינווייארמענט - ווי מ׳רופט עס - און איז מיט דעם אלעם פארבליבן מיטן זעלטענעם חותם ביי גאנץ כלל ישראל פון אלע שיכטן און קרייזן אלס ״לאוו יו אלל - מיכאל״.
די ווערטער זענען פאר מיכאל נישט געווען סתם א סלאגאן וואס ער האט אויפגעפיקט ווייל סאיז אים געווען גוט פאר ביזנעס, ער האט די ווערטער געמיינט מיטן גאנצן אמת אין פולן בוכשטעבליכן זון, ער האט געליבט יעדן איד באשר הוא שם מיט א מוראדיגע לויטערקייט אן קיין חשבונות, טראץ וואס אין פערזענליך לעבן האט ער גארנישט געהאט אזא פרייליכע געשיכטע צו דערציילן - מילד גערעדט.
אין אונזער סאסייעטי פון אזוי ווייניג אמתדיגע פשוטע אהבת ישראל, נישט אז דער פרומער איד איז אן אוהב ישראל צום חבר זיינער און קען דולדן דעם אנדערן סארט איד, און פארקערט נאכווייניגער די פיעס ענד לאוו אידן וואס וועלן זייער גלייכן זייערס א נאנטן אבער האַסן א פרומער איד, איז מיכאל געווען א עכטער מוסטער אין העלד אין דעם פעלד.
און צוגאב האט זיך זיין אהבת ישראל נישט געענדיגט בלויז ביים ליב האבן, ער האט געהאט א ריזיגע הארץ פאר יעדן איד און טראץ הנ״ל איז ער אייביג געווען ווילינג רעדי און עיבל צו משמח זיין און א טובה טון א צווייטן איד בסבר פנים יפות ופנים שוחקות.

זיין טאלאנט אין נגינה בין איך נישט דער מומחה צו מספיד זיין, אבער זיין שניט האט נאך בשעתו געמאכט א מהפכה אין היימישן עולם הנגינה קודם זיין סטיל זינגן ביי חתונות, דערנאך זיינע אלבוימס מיט פריש בלויז אידישע קאמפאזיציעס איז ער געווען דער ערשטער, און דאס איז אלעס געקומען פון זיין אויסטערלישן הרגש (די שניצלער געפילן…). וואס דארף מען מער פון דעם אז עס האט קיינער נישט באוויזן אין לויף פון די יארן ארויסצורוקן שענערע סחורה פון פינקי וועבער ווי מיכאל. אבער דער זעלבער הרגש האט אים באמת געמאכט פרייליך ביי א אידישע שמחה ממילא האט ער געקענט הייבן א ציבור ווייל עס זענען געקומען פון זיינע לויטער גוט-הארציגע געפילן.

זאל ער זיין א גוטער בעטער והלך לפניך צדקך!
אוועטאר
Ny-17
שר האלף
תגובות: 1040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2020 11:30 pm

Re: בד"ה בעל מנגן ר' מיכאל שניצלער ע"ה - כ"ג ניסן תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ny-17 »

אזוי בעל החסד אין בעל מנגן ר' מיכאל שניצלער ע"ה איז שוין נישט דא מער, וועלט געווען א גוטע געדאנק אז די ל"ג בעומר מסיבה פאר "אחים בדרך" זאל זיין לעילוי נשמות רבי מיכאל ע"ה וואזי הייסט זיין טאטע ע"ה?
לעצט פארראכטן דורך Ny-17 אום זונטאג אפריל 16, 2023 2:10 am, פארראכטן געווארן 5 מאל.
[email protected]
קומען אריין געבן חיזוק פאר ענקערע ברודערס גרושים
viewtopic.php?t=48351#p2865116
https://abcharity.org/AB
גאלדגרוב
שר האלף
תגובות: 1688
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

Re: בד"ה בעל מנגן ר' מיכאל שניצלער ע"ה - כ"ג ניסן תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדגרוב »

Ny-17 האט געשריבן: זונטאג אפריל 16, 2023 1:37 am
אזוי בעל החסד אין בעל מנגן ר' מיכאל שניצלער ע"ה ס'איז שוין נישט דא מער, וועלט געווען א גוטע געדאנק אז די לג בעמר מסיבה פאר "אחים בדרך" זאל זיין לעלע נשמות רבי מיכאל ע"ה וואזי הייסט זיין טאטע ע"ה?
מיכאל בן משולם זושא
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”