מיצרים ההכנה לגאולה

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

candyman
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2014 11:12 pm

מיצרים ההכנה לגאולה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך candyman »

די שעות צום יו"ט פסח געציילטע,
פארנומען מיט הכנות געאיילטע,
פון איין אקט צום צווייטן מ'גאלאפירט,

יעדער האט פאר זיך א ליסטע,
צו ענדיגן גיך אפגעזעהן די גיסטע,
ווייל אט אט צום סדר מ'שפאצירט,

בו בזמן נאך איינער טוט שוויצן,
א לאנגע רשימה ער טוט באזיצן,
פון איינעם צום צווייטן ער מארשירט,

די הכנה דרבה ער קען נישט פארנעמען,
די ווארעמקייט טוט אים ממש קלעמען,
יעדעס ברעקל הכנה ממש אים נערווירט,

די רעדע איז געוויס נישט פון קיין צווייטן,
דער זקן וכסיל זיין נעץ טוט אויסשפרייטן,
אויסלעשן אונזערע הערצער ער פראבירט,

צומאל איז עס בגשמיות ווען ס'טוט דרוקן,
די בענק קאנטעס פון יעדן לחלוחית טרוקן,
פונקט ווען די הוצאות זענען אומסטאביליזירט,

אדער אין שטוב די מצב איז אנגעצויגן,
ווען אלעס טוט פון סקעדזשול אפנויגן,
ווען אסאך זאכן גייען ווייט פון געשמירט,

אבער נאכמער כוחות ער טוט פארלייגן,
די רוחניות'דיגע געפילן צו איבערשטייגן,
ווען דוקא אין די טעג נפילות עס פאסירט,

נסתרים דרכי ד' צומאל אן קיין שטראל,
מיר חזר'ן אבער אז ס'איז זיכער קיין צופאל,
ווייל השי"ת הוא לבדו אלעס ער פלאנירט,

אידן אין די מ"ט שערי טומאה פארזינקען,
הללו והללו עובדי ע"ז אן קיין תורה זיי הינקען,
די האפענונג אויף גאולה אט אט מ'פארלירט,

אבער דוקא ווען די חשכות מען קען טאפן,
דארט טוט די אור איר שיין די מערסטע כאפן,
די גאולת מצרים ס'ווערט ריכטיג דערשפירט,

בימים ההם בזמן הזה די זעלבע גענוי,
פאר א גאולה איז מיצרים די ריכטיגע געבוי,
א גאולה בלויז אויף חושך ס'איז באזירט,

אלזא לאמיר זיך נישט לאזן ברעכן,
פון די תכסוסי הייצר נישט זיך צושטעכן,
ווייל די שענסטע הכנה לגאולה עס פארמירט.
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2102
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: מיצרים ההכנה לגאולה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

ש'כח ש'כח פאר די ווארעמע חיזוק רייד!
ממש געראטעוועט! זייער קלאר ארויסגעברענגט!
שיינע גראמען!
די עבר איז - זכרונות,
די עתיד איז - דמיונות,
די הווה איז - נסיונות.


2000'סטע תגובה

אניווערסערי? אשת חיל האט יומולדת? שיקט א רינגל פאר'ן כלה?
דא איז די פלאץ:

גראמען גמ"ח
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”