בראקן/זיך מישן אחרון של פסח

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: בראקן/זיך מישן אחרון של פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

איך האב די געהערט אז אין באבוב פלעגט יעדער ברענגן קניידלעך אחרון של פסח און מ'האט דאס אויסגעמישט און געטיילט פאר'ן עולם (קען זיין די מנהג שטאמט פון צאנז).

איך פארשטיי אבער נישט ווייל עפעס א גדר מוז דאך זיין. האט מען דען אויך געגעסן פון איינער וואס האט גענוצט מאשין מצות? אלא מאי מוז דאך זיין אז נישט ממש מיט יעדן האט מען זיך געמישט.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אָנליין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 11, 2022 3:42 pm

Re: בראקן/זיך מישן אחרון של פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אָנליין »

דריידל האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 1:58 am
ראובן איש מהעם האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 1:50 am
אָנליין האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 1:43 am
sheetrock האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 1:34 am
אָנליין האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 1:02 am

איך פארשטיי. אבער איך פרעג צי די מנהג האט א הסבר אדער ס'איז א טעות.
די מנהג פון נישט עסן קנאבל האט א הסבר? אדער מ'ניצט עס נישט ווייל אונזערע עלטערן האבן עס נישט געניצט?
מובא בפמ"ג (תס"ד א"א א) יש נוהגין שלא לאכול שום בפסח, ואיני יודע טעם למה, ומכל מקום עתה אין להקל בפני עם הארץ, ובצנעא לתלמיד חכם אין להחמיר
געהערט אמאל אז די טעם איז ווייל שום איז א דבר חריף און ס'איז א חשש אז ס'איז בולע פון די מעסער ביים שניידען.
לפי"ז איז צוויבל די זעלבע איסור
אם האיסור הוא משום חשש אה"נ , המג"א נקוט להלכה דשום בפסח מותר ומה שאסר זה דווקא שום שנחתך בסכין חמץ.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: בראקן/זיך מישן אחרון של פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

אפשר האט מען מורא געהאט אז קנאבל איז דומה צו קורט של חלתית, וואס קען אויפלעבן א טעם פגום אויך. משא"כ אויף אנדערע דברים חריפים האט מען נישט מחמיר געווען.
און אפילו אונז זעמיר סייווי מחמיר אז נוטלפ"ג איז אסור אום פסח, רעדט מען דאך נישט ווען ס'איז באמת א שאלה, ווייל דעמאלט טאר מען דאך טאקע נישט.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: בראקן/זיך מישן אחרון של פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אָנליין האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 1:43 am
sheetrock האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 1:34 am
אָנליין האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 1:02 am
sheetrock האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 12:05 am
אָנליין האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 01, 2023 11:35 pm

כ'האב מיר אלעמאל געוואונדערט ווי אזוי עס גייט ביי אנדערע.

ביי אונז פירט מען זיך, אז אלע אינגרידיאנץ וואס מען עסט אום פסח וועט מען יעצט עסן פון א צווייטען.

איך פארשטיי נישט דעיס וואס אנדערע עסן מכל הבא ליד. וואס טוט זיך מיט די אויל וואס ליגט דערין? די חומרא פון נישט עסן אויל האט נישט מיט זיך מישן אזוי אויך מיט פיל אנדערע אינגרידיאנץ.

אויב איינער קען מיר מסביר זיין תשואות חן חן לו.
דאס איז די אפטייטש פון א מנהג.
איך פארשטיי. אבער איך פרעג צי די מנהג האט א הסבר אדער ס'איז א טעות.
די מנהג פון נישט עסן קנאבל האט א הסבר? אדער מ'ניצט עס נישט ווייל אונזערע עלטערן האבן עס נישט געניצט?
מובא בפמ"ג (תס"ד א"א א) יש נוהגין שלא לאכול שום בפסח, ואיני יודע טעם למה, ומכל מקום עתה אין להקל בפני עם הארץ, ובצנעא לתלמיד חכם אין להחמיר.

וי"ל דאסור או משום שלא לאכול פירות יבשים המובא ברמ"א או כי בעבר היה נהוג ליבש שום עם פירורי לחם.
קבלתי פון אידן פון דור הקדום אז די פויערן פלעגן אריינלייגן די קנאבל אין מעל ס'זאל זיך האלטן פריש.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אָנליין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 11, 2022 3:42 pm

Re: בראקן/זיך מישן אחרון של פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אָנליין »

המברך יתברך האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 6:53 am
אפשר האט מען מורא געהאט אז קנאבל איז דומה צו קורט של חלתית, וואס קען אויפלעבן א טעם פגום אויך. משא"כ אויף אנדערע דברים חריפים האט מען נישט מחמיר געווען.
און אפילו אונז זעמיר סייווי מחמיר אז נוטלפ"ג איז אסור אום פסח, רעדט מען דאך נישט ווען ס'איז באמת א שאלה, ווייל דעמאלט טאר מען דאך טאקע נישט.
י"א דשאר דברים חרופים הוא כקורט של חלתית. וכן תפסו להלכה רוב הפוסקים מגדולי האחרונים.
אוועטאר
Rishi Sunak
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 24, 2022 1:28 pm

Re: בראקן/זיך מישן אחרון של פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rishi Sunak »

ווי שטייט בכלל די מנהג פון בראקן??
👍👍עס העלפט אייביג א לייק 👍👍
רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 681
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

Re: בראקן/זיך מישן אחרון של פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רב טקסט »

sheetrock האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 1:33 am
הרב_שלום האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 11:23 pm
געוויסע פירן זיך אינגאנצען נישט צו בראקען
אויב מאך איך נישט קיין טעות קומט עס פון יודן וואס קומען פון ארץ ישראל אז זיי בראקן נישט אחרון של פסח ווייל זיי ווילן נישט איינפירן קיין נייע זאכן
ביי אונז פירט מען זיך אזוי שוין עטליכע דורות.
געהערט אמאל פון א מומע זז"ג, אז דאס האט אונזער עלטער עלטער זיידע ז"ל מקבל געווען קומענדיג קיין אמעריקא, פאר אן ערך פון 130 יאר צוריק, זעהענדיג די מצב אין אמעריקא.

מ'האמיר אויך געזעהן אזוי ביי משפחות וואס קומען פון ליטווישן חדר, וועלכע האבן אליין גענומען אויף זיך די חומרא.

בנוגע אנדערע פראדוקטן,
ביי מיין טאטע זז"ג אינדערהיים פלעגט מען בעבר הרחוק זיך בכלל נישט מישן, ביז מיין פעטער זז"ג האט אונז אמאל געזאגט אז ביים זיידן האט מען זיך יא געמישט אחש"פ.
אהיימקומענדיג האבן די קינדער גענומען פון די געקויפטע קוכן, האט מיין טאטע גלייך ערקלערט אז ניט דאס מיינט מען.
אָנליין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 11, 2022 3:42 pm

Re: בראקן/זיך מישן אחרון של פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אָנליין »

Rishi Sunak האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 11:14 am
ווי שטייט בכלל די מנהג פון בראקן??
ס'איז א פארצווייגטע נושא, דא איז א תשובה פונעם תניא וואס איז עס מבאר בקיצור.

שו"ת סימן ו

גלילי ידיו הטהורות ואת כל אשר בה ראיתי וקריתי, ובאתי בקצרה לאמר עם הספר, אודות איסור בישול מצה שנתפררה.

באמת כי גם שאינו איסור גמור וברור מדינא, מ"מ המחמיר תבא עליו ברכה, ואינו מן המתמיהין לאמר כי היא חומרא בלא טעם, אלא טעמא רבא איכא במלתא, ליזהר מחשש איסור דאורייתא, לפי דעת סמ"ק ורבינו ירוחם, הובאו ב"י סי' תס"א, וכן פסק הפרי חדש שם (ס"ב), בקמח שנקלה דחיישינן שמא לא בשול שפיר.

והנה עינינו רואות בהרבה מצות שיש עליהם מעט קמח אחר אפייה וזה בא מחמת שהיתה עיסה קשה ולא נילושה יפה יפה. ומ"ש בט"ז (סוף) סי' תנ"ט דבדיעבד שרי היינו המצות לחודייהו אבל לשום במרק מסתפק המג"א סי' תס"ג אפילו בדיעבד. ואף דמסיק להחמיר משום הפסקת המצה בין הקמח והאור, והכא לא שייך האי טעמא בקמח שעל גבי המצה, היינו לפי דעת רש"י והרמב"ם שם במג"א, אבל לפי דעת הפרי חדש שפסק כסמ"ק ורבינו ירוחם, בקמח שעל גבי המצה נמי איכא למיחש אפילו בדיעבד. ואף שהפרי חדש ס"ל לחלק בין קמח הרבה למעט שעל פני העוגה, וחולק על הרשד"ם דלא סבירא ליה חילוק זה, פשיטא שהמחמיר כהרשד"ם תבא עליו ברכה ...

ואף דהמג"א והפרי חדש מיירי בקמח ממש שמערבים בידים, מכל מקום כיון שעינינו רואות מצות הרבה שמצוי בהם קמח מעט נראה לעין אחר האפייה, אי אפשר להכחיש החוש. ומה שלא הזכירו זה הפוסקים, היינו משום שזה אינו מצוי כלל אלא בעיסה קשה שלא נילושה יפה, ובדורות הראשונים היו שוהין הרבה בלישה וגלגול עד שהיה נילוש יפה. עד שמקרוב זה עשרים שנה או יותר נתפשטה זהירות זו בישראל קדושים, למהר מאד מאד בלישה, ואין לשין יפה יפה, ולכן נמצא קמח מעט במצות של עיסה קשה, כנראה בחוש למדקדקים באמת.

והנה משהו קמח בעין שעל פני המצה למעלה שמתחמץ במרק, כשמפררים את המצה לתוך המרק כנהוג בשבת, יש בזה חשש איסור דאורייתא, כי אין כאן תערובות כלל. אבל במצה טחונה שעושים ממנה עגולים יש לדון בזה דין תערובות, ותלוי באשלי רברבי, מחלוקת הפוסקים ביו"ד סי' ק"ד גבי תערובת יבש בלח ע"ש בפרי חדש. ומגודל טרדתי לא אוכל להאריך בזה.

ומ"מ אין למחות בהמון עם המקילים, כיון שיש להם על מה שיסמוכו, והעיקר ע"ד רש"י והרמב"ם. אבל לפי מ"ש האריז"ל להחמיר כל החומרות בפסח, פשיטא שיש להחמיר כהרשד"ם שבפרי חדש. ומ"מ ביו"ט האחרון המיקל משום שמחת יו"ט לא הפסיד. ובמי פירות פשיטא דאין להחמיר כלל כל הפסח.

והיה זה שלום מאדון השלום כנפש או"נ

שניאור זלמן במוה' ברוך זלה"ה

...
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: בראקן/זיך מישן אחרון של פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

sheetrock האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 1:33 am
shalsheles האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 1:08 am
הרב_שלום האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 11:23 pm
געוויסע פירן זיך אינגאנצען נישט צו בראקען
ווי פירט מען זיך אזוי?
אויב מאך איך נישט קיין טעות קומט עס פון יודן וואס קומען פון ארץ ישראל אז זיי בראקן נישט אחרון של פסח ווייל זיי ווילן נישט איינפירן קיין נייע זאכן

אסאך פוסקים (פרי חדש סי' תמ“ז ועוד) אז מען טאר נישט מיקל זיין אחרון של פסח ווייל עס איז א זלזול אין יו“ט שני
אבער ביי חסידים האט מען דוקא יא מיקל געווען כמבואר בזרע קודש דרך פקודיך ועוד
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אָנליין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 11, 2022 3:42 pm

Re: בראקן/זיך מישן אחרון של פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אָנליין »

farshlufen האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 10:30 am
אָנליין האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 1:43 am
sheetrock האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 1:34 am
אָנליין האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 1:02 am
sheetrock האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 12:05 am

דאס איז די אפטייטש פון א מנהג.
איך פארשטיי. אבער איך פרעג צי די מנהג האט א הסבר אדער ס'איז א טעות.
די מנהג פון נישט עסן קנאבל האט א הסבר? אדער מ'ניצט עס נישט ווייל אונזערע עלטערן האבן עס נישט געניצט?
מובא בפמ"ג (תס"ד א"א א) יש נוהגין שלא לאכול שום בפסח, ואיני יודע טעם למה, ומכל מקום עתה אין להקל בפני עם הארץ, ובצנעא לתלמיד חכם אין להחמיר.

וי"ל דאסור או משום שלא לאכול פירות יבשים המובא ברמ"א או כי בעבר היה נהוג ליבש שום עם פירורי לחם.
קבלתי פון אידן פון דור הקדום אז די פויערן פלעגן אריינלייגן די קנאבל אין מעל ס'זאל זיך האלטן פריש.
די אחרונים ברענגען אלע די מנהג פון נישט עסן קנאבל און רוב פון זיי פרעגן עס אפ, ממילא צי זאגן אז איינער ווייסט מיט א זיכערקייט אז מען פלעגט אזוי טוען איז נישט מסתבר.
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7927
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: בראקן/זיך מישן אחרון של פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

בראקן יא, מישן נישט
rutledge
שר חמש מאות
תגובות: 875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

Re: בראקען/מישען אחרון של פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך rutledge »

קעניג פון אפסטעיט האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 12:09 am
ביינונז עסט מען מכל הבא לפה...

אינקלודינג סאוער פיקל. (דעיס איז געווען די היט...)
עפעס וואס איז נישט געשיילט גלייב איך נישט אז סאיז דא מקום צו עסן אחרון
קיוקאמבערס געשיילט עס מיר גאנץ פסח
אָנליין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 11, 2022 3:42 pm

Re: בראקען/מישען אחרון של פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אָנליין »

rutledge האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 1:13 pm

לדעתי איז עס א טעות, וועגן די סיבה פארוואס מען עס נישט קיין אוגערקעס איז א בעלזא חומרא וועגן מען פלעגט עס פלאנצען מיט ביר, ממילא העלפט נישט אז עס איז אפגעשיילט.
געהערט אמאל א מעשה, אז א חסיד האט געברענגט פאר מהר"י מבעלזא אוגערקעס זאגענדיג אז ער האט זיכער געמאכט אז מען האט עס נישט געפלאנצעט מיט ביר און אפילו הכי האט ער עס נישט געוואלט עסן אלס אל תטוש, למעשה האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט אז זיין ארבעטער האט געוואלט אז עס זאל גוט וואקסען האט ער אן זיין וויסען עס געפלאנצעט מיט ביר.
אָנליין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 11, 2022 3:42 pm

Re: בראקען/מישען אחרון של פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אָנליין »

קעניג פון אפסטעיט האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 12:09 am
ביינונז עסט מען מכל הבא לפה...

אינקלודינג סאוער פיקל. (דעיס איז געווען די היט...)
אפשר האט איר א הסבר?
viewtopic.php?p=4218676#p4218676
קעניג פון אפסטעיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 27, 2021 2:24 pm

Re: בראקען/מישען אחרון של פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעניג פון אפסטעיט »

אָנליין האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 1:58 pm
קעניג פון אפסטעיט האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 12:09 am
ביינונז עסט מען מכל הבא לפה...

אינקלודינג סאוער פיקל. (דעיס איז געווען די היט...)
אפשר האט איר א הסבר?
viewtopic.php?p=4218676#p4218676
ווער זאגט אז די חומרא פון נישט נוצן אויל האט מיט עפעס אנדערש אויסער זיך מישן? (קען זיין אז ס'דא וואס נוצן עס נישט אויך וועגן נאך א סיבה? קען זיין)

און גראדע נוץ איך אויל אום פסח.
אָנליין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 11, 2022 3:42 pm

Re: בראקען/מישען אחרון של פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אָנליין »

קעניג פון אפסטעיט האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 2:12 pm
אָנליין האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 1:58 pm
קעניג פון אפסטעיט האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 12:09 am
ביינונז עסט מען מכל הבא לפה...

אינקלודינג סאוער פיקל. (דעיס איז געווען די היט...)
אפשר האט איר א הסבר?
viewtopic.php?p=4218676#p4218676
ווער זאגט אז די חומרא פון נישט נוצן אויל האט מיט עפעס אנדערש אויסער זיך מישן? (קען זיין אז ס'דא וואס נוצן עס נישט אויך וועגן נאך א סיבה? קען זיין)

און גראדע נוץ איך אויל אום פסח.
ווייל די ייטב לב שרייבט קלאר אזוי.
און איך פרעג אויך לגבי אנדערע אינגרידיאנץ.
rutledge
שר חמש מאות
תגובות: 875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

Re: בראקען/מישען אחרון של פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך rutledge »

אָנליין האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 1:19 pm
rutledge האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 1:13 pm
קעניג פון אפסטעיט האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 12:09 am
ביינונז עסט מען מכל הבא לפה...

אינקלודינג סאוער פיקל. (דעיס איז געווען די היט...)
עפעס וואס איז נישט געשיילט גלייב איך נישט אז סאיז דא מקום צו עסן אחרון
קיוקאמבערס געשיילט עס מיר גאנץ פסח
לדעתי איז עס א טעות, וועגן די סיבה פארוואס מען עס נישט קיין קיוקאמבערס איז א בעלזא חומרא וועגן מען פלעגט עס פלאנצען מיט ביר, ממילא העלפט נישט אז עס איז אפגעשיילט.
איך האב גארנישט מיט בעלזא חומראס
ביי אונז האט מען נישט געגעסן אומאפגעשיילטע ענינים גאנץ פסח
קעניג פון אפסטעיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 27, 2021 2:24 pm

Re: בראקן/זיך מישן אחרון של פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעניג פון אפסטעיט »

איך מיין אז רוב חומרות וואס איך האב דורכאויס פסח איז וועגן זיך מישן און אוודאי איז דא אנדערע חומרות אויך. אבער זאכן וואס האבן א אנדערע לעגעטימע סיבה חוץ זיך מישן גלייב איך נישט אז ס'דא צו קויפן כשר לפסח מיט א גאר היימישע הכשר.

איך ווייס נישט וואס דו מיינסט מיטן ייטב לב אבער זייער אסאך חומרות וואס אמאל האט עס געהאט א באזירטע חשש איז היינט צוטאגס שוין נישט שייך און איך מיין אז סגייט אריין אין די קאטעגאריע פון זיך מישן, וואס אסאך זענען מיקל אחרון של פסח.

פון די אנדערע זייט ביי מיר אליינס אזויווי איך האב געשריבן עסט מען נישט קיין פיש און הגם די ארגינעלע סיבה איז שוין נישט שייך איז עס אבער געבליבן און אפי' אום אחרון. פארוואס טאקע? ס'נישט דא קיין געהעריגע תירוץ אויף דעם און בכללות איז אסאך חומרות אום פסח פשוט ווייל מ'האט זיך אזוי געפירט אהן קיין געהעריגע הסבר
אָנליין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 11, 2022 3:42 pm

Re: בראקען/מישען אחרון של פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אָנליין »

rutledge האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 2:23 pm

גערעכט אז עס איז דא אזא חומרא אויך.
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: בראקען/מישען אחרון של פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

יעדער האט געשריבן: מוצ"ש אפריל 01, 2023 10:59 pm
קעניג פון אפסטעיט האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 8:47 pm
למעלה משבעים האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 8:24 pm
די חשש פון זיך נישט מישען איז נישט אלץ א דורכפאל, גראדע דאס איז באמת א פראבלעם מער ביי א קאמפאני ווי ביי א פריוואטע מענטש, ווייל ביי א קאמפאני איז מען צומאל מתיר אלץ הפסד מרובה משא"כ פריוואט [מעשה שהיה איין יאר פסח וואס איך ווייס...], דאס זיך נישט מישען איז אלץ מען ווייסט נישט צו יענער איז מחמיר אלע חומרות די זעלבע ווי דיר, משא"כ אחרון של פסח האט מען אויף דעם זאך מקיל געווען.
דעי פראבלעם מיט קאמפאניס האסטו דאך א גאנץ יאר ניין? און חוץ פון דעם איז דא נאך א חילוק צווישן א פרייוועט מענטש און א קאמפאני?
נישט אלעס וואס מען איז מיקל במשך די יאר איז מען אויך מיקל פסח
אחרון של פסח האט מען זיך געמישט מיט אזאלכע וואס מען האט א גאנץ יאר נישט געגעסן ביי זיי
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אָנליין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 11, 2022 3:42 pm

Re: בראקן/זיך מישן אחרון של פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אָנליין »

קעניג פון אפסטעיט האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 2:24 pm
איך מיין אז רוב חומרות וואס איך האב דורכאויס פסח איז וועגן זיך מישן און אוודאי איז דא אנדערע חומרות אויך. אבער זאכן וואס האבן א אנדערע לעגעטימע סיבה חוץ זיך מישן גלייב איך נישט אז ס'דא צו קויפן כשר לפסח מיט א גאר היימישע הכשר.

איך ווייס נישט וואס דו מיינסט מיטן ייטב לב אבער זייער אסאך חומרות וואס אמאל האט עס געהאט א באזירטע חשש איז היינט צוטאגס שוין נישט שייך און איך מיין אז סגייט אריין אין די קאטעגאריע פון זיך מישן, וואס אסאך זענען מיקל אחרון של פסח.

פון די אנדערע זייט ביי מיר אליינס אזויווי איך האב געשריבן עסט מען נישט קיין פיש און הגם די ארגינעלע סיבה איז שוין נישט שייך איז עס אבער געבליבן און אפי' אום אחרון. פארוואס טאקע? ס'נישט דא קיין געהעריגע תירוץ אויף דעם און בכללות איז אסאך חומרות אום פסח פשוט ווייל מ'האט זיך אזוי געפירט אהן קיין געהעריגע הסבר
דאס מיינעך מיט די ייטב לב
דעיס איז נאך היינט אויך שייך.

לדוגמא נישט עסן קאלירויג האט מיט זיך מישן?
קעניג פון אפסטעיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 27, 2021 2:24 pm

Re: בראקן/זיך מישן אחרון של פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעניג פון אפסטעיט »

קודם כל אזויווי איך האב געשריבן אז ביי מיר עסט מען ממילא אויל.

יעצט אפי' לאמיר זאגן אז די וואס עסן נישט קיין אויל איז וועגן די חומרא פון ייטב לב אז מ'זאל נישט טועה זיין מיט אנדערע, קען אבער נאכאלץ זיין אז אום אחרון של פסח האט מען מיקל געווען אויף דעם.
אָנליין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 11, 2022 3:42 pm

Re: בראקן/זיך מישן אחרון של פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אָנליין »

קעניג פון אפסטעיט האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 3:03 pm
קודם כל אזויווי איך האב געשריבן אז ביי מיר עסט מען ממילא אויל.

יעצט אפי' לאמיר זאגן אז די וואס עסן נישט קיין אויל איז וועגן די חומרא פון ייטב לב אז מ'זאל נישט טועה זיין מיט אנדערע, קען אבער נאכאלץ זיין אז אום אחרון של פסח האט מען מיקל געווען אויף דעם.
קען זיין, דאס איז מיין שאלה איז מען אחרון של פסח מקיל אויף אלעם?
(לגבי דיר פרעג איך וואס טוט זיך מיט פוד קאלירינג דאס איז אויך וועגן זיך מישן?)
אוועטאר
רינגל
שר חמש מאות
תגובות: 712
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 25, 2014 2:05 pm

Re: בראקן/זיך מישן אחרון של פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינגל »

דריידל האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 2:01 am
איך האב די געהערט אז אין באבוב פלעגט יעדער ברענגן קניידלעך אחרון של פסח און מ'האט דאס אויסגעמישט און געטיילט פאר'ן עולם (קען זיין די מנהג שטאמט פון צאנז).

איך פארשטיי אבער נישט ווייל עפעס א גדר מוז דאך זיין. האט מען דען אויך געגעסן פון איינער וואס האט גענוצט מאשין מצות? אלא מאי מוז דאך זיין אז נישט ממש מיט יעדן האט מען זיך געמישט.
שאלת חכם חצי תשובה. דאס איז טאקע וויאזוי דער מנהג איז בטל געווארן.

דער פריערדיגער באבובער רב ז״ל האט אמאל באמערקט אינעם הויפן קניידלעך עפעס א צווייטע סארט קניידל, און ס׳האט זיך טאקע ארויסגעשטעלט צו זיין פון מאשין מצה… און דאס איז געווען די סוף פון דעם מנהג.
אוועטאר
חיים צבי
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 12:18 pm

Re: בראקען/מישען אחרון של פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים צבי »

למעלה משבעים האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 8:07 pm
לפי השערתי די וואס עסן געקויפטע פראדוקטן קומט עס נישט מכח ידיעה וואס צו טון נאר מכח צומישעניש, אסאך כאפן נישט אז זיך מישן מיט וואס מען האט געמאכט ביים חבר איז בכלל נישט די זעלבע זאך ווי א זאך וואס איז געמאכט ביי א קאמפאני, און די קינדער האבן דאך עס שוין געזען ביים טאטן, און זאגן אז ביי זיי עסט מען אלדסדינג...
אויך קען מען גאר זאגן אז זיך מישן מיט מאכלים פון פירמעס איז פיל לייכטער ווייל ביפאר פסח ווערט דאך די חמץ בטל בשישים, משא״כ זיך מישן מיט עפעס וואס איינער מאכט אום פסח איז פיל הארבער ווייל אום פסח ווערט נישט די חמץ בטל, איז אויב מישט מען זיך מיט יענעמס קניידעל און כרעמזליך יעצט לא כל שכן די מאקאראניס, טשאקאלאדעס, און זויער פיקל, וכן אני נוהג כבר רבות בשנים
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”