כל שאינו מלמד את בנו אומנות כאילו מלמדו ליסטות

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2126
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: כל שאינו מלמד את בנו אומנות כאילו מלמדו ליסטות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

יער האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 11:24 pm
קיינמאל האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 7:57 pm
100 פערצענט אז יונגערלייט סטראגלען היינט ווי משוגע אריינצוגיין אין א דשאב
איך וויל דיר סתם פארציילן נייעס, אז אין די גויאישע גאס מוטשענען זיך די יונגע ווי משוגע אריינצוגיין אין א דזשאב.

ס'האט נישט מיט אויסלערנען א דזשאב צו נישט (פארשטייט זיך אז ס'איז נישט קיין איסור אויסצולערנען), ס'האט מיט אויסלערנען צו נעמען אחריות. פינטל.
לייק איז נישט גענוג
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4367
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע: חאן יוניס

Re: כל שאינו מלמד את בנו אומנות כאילו מלמדו ליסטות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

קיינמאל האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 7:57 pm
יצחק אייזיק האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 5:59 pm
די קורצע ענטפער איז אז זאכן זענען אנדערש היינט פון אמאל. ס'נעמט נישט אוועק די פשטות דברי חז"ל אז יעדער טאטע האט א חיוב, נאר א שטיקל לימוד זכות פארוואס היינט איז עס אנדערש.

אמאל האט מען געמוזט האבן א פאך צו קענען האבן פרנסה. יעדער אין שטעטל האט געהאט זיין פאך. וואסער שעפער, האלץ האקער, בעקעריי, שוסטער, שניידער, תהילים זאגער, שערער, בויער, סטאלער, דעכער, שוחט, סופר, און אזוי ווייטער. אויב איינער נישט געקענט קיין איינס פון די פאכן האט ער נישט געהאט קיין פרנסה.

היינט ארבעטן 75 פראצענט היימישע אידן אין אפיסעס וואס מ'דארף איבעראל קענען די בעסיקס און ס'איבריגע לערנט מען צו אין די ארבעט. די בעסיקס איז א זאך וואס יעדער אינגערמאן קען זיך אליין צולערנען, אדער קען ער גיין צו א קורס זיך צו לערנען עפעס מער ווי קוויקבוקס און אקאונטינג. ס'איז נישט ווי אמאל וואס מ'האט זיך געדארפט לערנען צו פאררעכטן שוך אדער צו האקן האלץ.
די מאכסט אוועג א שטיקל גמרא מיט דיין אייגענע דעת אן קיין שום דעקונג פון א ספר
100 פערצענט אז יונגערלייט סטראגלען היינט ווי משוגע אריינצוגיין אין א דשאב
די חיוב ליגט אויף די טאטע יעצט ער קען דינגען איינעם זיי צו אויסלערנען פונקט ווי מקען דינגען איינעם צו לערנען מיט די קינד
הייבצעך נישט אן טרייבסט שטארק איבער!! מ'סטראגעלט אפשר פאר פרנסה אבער נישט צו טרעפן א דזשאב,

אגב, דיין טאטע האט דיך אויסגעלערנט שווימען?? זאגן אז ד'מציאות האט זיך געטוישט מיינט נישט אוועק מאכן א שטיקל גמרא מיט דיין אייגענע דעת,
klmn
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 29, 2022 2:44 pm

Re: כל שאינו מלמד את בנו אומנות כאילו מלמדו ליסטות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך klmn »

לאמיר נאכברענגען די משנה וואס איז דער יסוד פון די גמרא וואס דער פותח האשכול ברענגט
וואס דאס אליין עפנט אביסל מער די נושא ע"פ השקפה
און שפעטער העמיר אריינקומען בל"נ מיטן השקפות הענין אויב מוועט האבן צייט:

מסכת קידושין · פרק ד · משנה יד

רבי יהודה אומר, לא ירעה רווק בהמה, ולא יישנו שני רווקים בטלית אחת.

וחכמים מתירין.

כל שעסקיו עם הנשים, לא יתייחד עם הנשים.

ולא ילמד אדם את בנו אומנות בין הנשים.

רבי מאיר אומר: לעולם ילמד אדם את בנו אומנות נקיה נב (וקלה), ויתפלל למי שהעושר נג והנכסים שלונד, שאין אומנות שאין בה עניות ועשירות, שלא עניות מן האומנות ולא עשירות מן האומנות, אלא הכל לפי זכותונה.

רבי שמעון בן אלעזר אומרנו, ראית מימיך חיה ועוף שיש להם אומנות? והן מתפרנסין שלא בצער. והלא לא נבראו אלא לשמשני, ואני נבראתי לשמש את קוני, אינו דין שאתפרנס שלא בצער? אלא שהרעותי נז מעשי וקיפחתי את פרנסתי.

אבא גוריין אש צדיין אומר משום אבא גוריא, לא ילמד אדם את בנו, חמר, גמל, ספרנח, ספן, רועה, וחנווני, שאומנותן אומנות לסטים.

רבי יהודה אומר משמו, החמרים, רובן רשעים, והגמלין, רובן כשרים.

הספנין, רובן חסידים.

טוב שברופאים, לגיהנם.

והכשר שבטבחים, שותפו של עמלק.

רבי נהוראי אומר: מניח אני כל אומניות שבעולם ואיני מלמד את בני אלא תורה, שאדם אוכל משכרה בעולם הזה והקרן קיימת לעולם הבא.

ושאר כל אומניות אינן כן.

כשאדם בא לידי חולי או לידי זקנה או לידי יסורין ואינו יכול לעסוק במלאכתו, הרי הוא מת ברעב.

אבל התורה אינה כןנט, אלא משמרתו מכל רע בנערותו ונותנת לו אחרית ס ותקוה בזקנותו.

בנערותו מהו אומר, (ישעיהו מ) וקוי ה' יחליפו כח.

בזקנותו מהו אומר, (תהלים צב) עוד ינובון בשיבהסא.

וכן הוא אומר באברהם אבינו עליו השלום, (בראשית כד) ואברהם זקן, וה' ברך את אברהם בכל.

מצינו שעשה אברהם אבינו את כל התורה כולה עד שלא נתנה, שנאמר, (שם כו) עקב אשר שמע אברהם בקולי וישמור משמרתי מצוותי חקותי ותורותי.

klmn האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 4:02 am

יעצט וואס טוט זיך מיט השקפה אויף למעשה

ערשט: די ארבעטס פלעצער היינט ע"פ רוב איז נישט קלאר ווי אויסגעהאלטן עס איז אפילו לויט רבי מאיר וואס האלט מזאל יא גיין ארבעטן זאגט ער דאך דייקא אומנת נקי'

אבער לאמיר שוין רעדן פון יא אומנת נקי' איז נאך אלס א חילוק פון אמעריקא ווי הרה"ק מסאטמאר זי"ע און אנדערע וואס האבן געהאלטן פון גיין ארבעטן באופן כללי ווי שיטת רבי מאיר און משא"כ ארץ ישראל'דיגע און בעיקר ליטווישע האבן געהאלטן מזאל בלייבן ביים לערנען כשיטת רבי נהוראי

די שאלה איז לויט די וואס האלטן יא פון גיין ארבעטן איז עס נאר א טפל כדי צי קענען אויפציען א ערליכע שטוב דעריבער איז אלס וויכטיג אכט צי געבן אויף די נקודה אז די פרנסה זאל נישט זיין די עיקר נאר די תורה ומצוות וכו'
אבער גיין מאכן מצב אז יעדער זאל האבן דשאב'ס און זיין כלשונם סוקסעספול איז זייער מעגליך אז דאס פירט אראפ דאס אידישקייט פון די רעלסן ווען עס ווערט א טפל דאס יהדות
איז אוודאי מעג מען אויפטוהן אינעם ענין אז יעדער זאל האבן פרנסה אבער דער קאנצעפט אז די סוקסעס פון א איד ווענדט זיך אין זיין אומנות שמעקט אביסל פון יאפעד וכו' וואס אויך דער קעפל פון דעם אשכול האט מיר גלייך געשמעקט פון די חברה אביסל, כאטש מרעדט נישט פון חינוך נאר פון נאך די חתונה אבער זייער ציהל איז אז מיר זאלן זיין ווי מער אפען צי די מאדערנע וועלט און מזאל זיין סוקסעספולע מגושמים

(אגב האלט איך מצד שני אז א טייל בחורים וואלטן אויך געדארפט ארבעטן אפילו אין ישיבה מיט א אומנת נקי' אינטער א מסגרת צוליב וואס בטילה מביאה לידי שעמום און אז זיי לערנען מילא נישט אדער האבן נישט די קאפ אדער געדולד דערצי זאלן זיי כאטש ארבעטן און בלייבן ביי אידישקייט אינטער א מסגרת, והכל לפי המצב ובלבד שיכון לבו לשמים)
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3578
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: כל שאינו מלמד את בנו אומנות כאילו מלמדו ליסטות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

klmn האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 4:02 am
לאמיר נאכברענגען די משנה וואס איז דער יסוד פון די גמרא וואס דער פותח האשכול ברענגט
די מקור איז פון די משנה אין די ערשטע פרק דארט שטייט עס מער מיט א לשון פון אן הלכה
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
אחד מהחבורה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 6:51 pm

Re: כל שאינו מלמד את בנו אומנות כאילו מלמדו ליסטות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד מהחבורה »

איך זעה אז מאנכע האבן נישט ריכטיג אויסגעטייטשט מיינע ווערטער אויף אזוי ווייט אז ביי געוויסע בין איך שוין ערגער ווי די נוי יארק טיימס אין יאפפעד צוזאמען. אבער דאס איז דער מנהג המקום דא אז קודם שרייט מען פוי...

וויל איך אויסקלארן מיינע ווערטער איך האב בכלל נישט געמיינט צוזאגן אז מען זאל גיין שטודירן, איך האב סך הכל גערעדט אז יונגעלייט זאלן אין די ערשטע יארן נאך די חתונה ווען זיי לעבן רואיג אין האבן אסאך צייט צו גיין צו כשרע קורסעס, ס'היינט דא אן אויסווייל פון קורסעס אויף כמעט יעדע אינדעסטרי,

א יונגערמאן זאל זיך אפשאצן אדער פרעגן איינעם וואס פארשטייט וואס סוואלט געווען פאסיג פאר אים זיך צו לערנען, אין דאס גייט מוראדיג ארויפברענגן זיין וועליו שפעטער ווען ער גייט זוכן א דזשאב צו טרעפן א גוט באצאלטע פאזיציע בעז"ה, ווי איידער אנהייבן זוכן ווי א גרינע למך.

אין די עלטערן דארפן צורעדן אין מחזק זיין די קינדער דאס צו טוען. אין די קהילות וואלטן ווען אויך געדארפט צושטעלן אזאלכע קורסעס אדער לכה"פ צוהעלפן אין באגלייטן די יונגעלייט אנצוקומען צו די ריכטיגע קורסעס.

און בנוגע די מאמר חז"ל פון מלמדו ליסטות. דאס איז קאי וקיים עד היום הזה, ווי דער מציאות ווייזט אז מענטשן ווערן האלבע אדער גאנצע ליסטים וועגן די דרוק פון פרנסה, איך ווייס אז דו גייסט יעצט שרייען אז ס׳דא התירים, אמת.. אבער הכל מודים אז עס איז נישט קיין לכתחלה די גאנצע זאך, און אזוי ווייטער קען איך גיין צו דער מציאות וואס איז שטארק איינגעריסן ביי אונז פון גיין לכתחלה אנזעצן קרעדיט קארדס אלעס אונטערן דרוק פון פרנסה,
און אזוי קען איך ברעגן משלים איינס נאכן צווייטן.

רבותי אונז זעמיר בעסער ווי דעם, אונז זעמער די עם סגולה.
.Stay away from negative people,they have a problem for every solution
אחד מהחבורה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 6:51 pm

Re: כל שאינו מלמד את בנו אומנות כאילו מלמדו ליסטות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד מהחבורה »

יער האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 11:24 pm
קיינמאל האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 7:57 pm
100 פערצענט אז יונגערלייט סטראגלען היינט ווי משוגע אריינצוגיין אין א דשאב
איך וויל דיר סתם פארציילן נייעס, אז אין די גויאישע גאס מוטשענען זיך די יונגע ווי משוגע אריינצוגיין אין א דזשאב.

ס'האט נישט מיט אויסלערנען א דזשאב צו נישט (פארשטייט זיך אז ס'איז נישט קיין איסור אויסצולערנען), ס'האט מיט אויסלערנען צו נעמען אחריות. פינטל.

די גוישע גאס גייט דורך דעם סטראגל בעפארן הייראטן ווען דאס לעבן קאסט נאך נישט אזויפיל אן קיין שום אנדערע דאגה משאּ"כ אונז וואס גיי מיר דאס דורך ווען דאס לעבן קאסט שוין גאר אסאך אין מ׳האט שוין אסאך אנדערע געווענליכע לעבנס דאגות
.Stay away from negative people,they have a problem for every solution
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: כל שאינו מלמד את בנו אומנות כאילו מלמדו ליסטות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

איך זעה נישט עכט וואס דאס האט מיט אומנות צו טוהן.

לאמיר זאגן אז א אינגערמאן קען גוט מארקעטינג.
אדער אקאונטינג
אדער פראגרעמינג

ביי די 30 יאר

א בעגינער וועט באקומען באצאלט ווי א בעגינער

א אינגערמאן ביי די דרייסיג קען נישט לעבן מיט בעגינער וועידזשעס.

ווען א אינגערמאן גייט אריין אין די ווארקפארס ביי די צוואנציג, נישט קענענדיג קיין שום פאך,
אן סייט לערנינג,
און קען קרישקעלע מישקעלע ענדיגן דעם חודש, מיטן ווייב איניינעם,
קען ער ביי די דרייסיג באקומען וואס פעלט אים אויס.

דאס איז חוץ מזה וואס ער באמערקט אפארטאניטיס, וואס ער וואלט קיינמאל באמערקט ווען ער ארבעט ווען נישט.

זעה איך נישט וואס דאס האט מיט מלמדו אומנות.

ווען א פארפאלק האט חתונה דארפן ביידע וויסן

די ריעליטי וואס דאס לעבן קאסט.
די ריעליטי פון וויאזוי עס צו קאווערן, וואקסט נישט אויפן בוים.
די ריעליטי אז זיי זענען אליינס אחריות דערויף.

איז דאס די מציאות ביי אינגע פארפעלקער?
klmn
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 29, 2022 2:44 pm

Re: כל שאינו מלמד את בנו אומנות כאילו מלמדו ליסטות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך klmn »

אחד מהחבורה האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 10:36 am
איך זעה אז מאנכע האבן נישט ריכטיג אויסגעטייטשט מיינע ווערטער אויף אזוי ווייט אז ביי געוויסע בין איך שוין ערגער ווי די נוי יארק טיימס אין יאפפעד צוזאמען. אבער דאס איז דער מנהג המקום דא אז קודם שרייט מען פוי...

וויל איך אויסקלארן מיינע ווערטער איך האב בכלל נישט געמיינט צוזאגן אז מען זאל גיין שטודירן, איך האב סך הכל גערעדט אז יונגעלייט זאלן אין די ערשטע יארן נאך די חתונה ווען זיי לעבן רואיג אין האבן אסאך צייט צו גיין צו כשרע קורסעס, ס'היינט דא אן אויסווייל פון קורסעס אויף כמעט יעדע אינדעסטרי,

א יונגערמאן זאל זיך אפשאצן אדער פרעגן איינעם וואס פארשטייט וואס סוואלט געווען פאסיג פאר אים זיך צו לערנען, אין דאס גייט מוראדיג ארויפברענגן זיין וועליו שפעטער ווען ער גייט זוכן א דזשאב צו טרעפן א גוט באצאלטע פאזיציע בעז"ה, ווי איידער אנהייבן זוכן ווי א גרינע למך.

אין די עלטערן דארפן צורעדן אין מחזק זיין די קינדער דאס צו טוען. אין די קהילות וואלטן ווען אויך געדארפט צושטעלן אזאלכע קורסעס אדער לכה"פ צוהעלפן אין באגלייטן די יונגעלייט אנצוקומען צו די ריכטיגע קורסעס.

און בנוגע די מאמר חז"ל פון מלמדו ליסטות. דאס איז קאי וקיים עד היום הזה, ווי דער מציאות ווייזט אז מענטשן ווערן האלבע אדער גאנצע ליסטים וועגן די דרוק פון פרנסה, איך ווייס אז דו גייסט יעצט שרייען אז ס׳דא התירים, אמת.. אבער הכל מודים אז עס איז נישט קיין לכתחלה די גאנצע זאך, און אזוי ווייטער קען איך גיין צו דער מציאות וואס איז שטארק איינגעריסן ביי אונז פון גיין לכתחלה אנזעצן קרעדיט קארדס אלעס אונטערן דרוק פון פרנסה,
און אזוי קען איך ברעגן משלים איינס נאכן צווייטן.

רבותי אונז זעמיר בעסער ווי דעם, אונז זעמער די עם סגולה.
Sorry for the chashad but some other tgivas was sure not best on the point
א גוטע תגובה
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 29, 2023 1:29 pm

Re: כל שאינו מלמד את בנו אומנות כאילו מלמדו ליסטות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטע תגובה »

עפעס איז דא רמב"ם אויף דעם ענין
כקען מיך נישט דערמאנען יעצט
איינער ווייסט?
כתר מלוכה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 412
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2022 2:51 pm

Re: כל שאינו מלמד את בנו אומנות כאילו מלמדו ליסטות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר מלוכה »

היינטיגע צייטן איז זייער שווער פרנסה. כ'ווייס נישט צו ס'איז בכלל שייך צו אויסלערנען א אומנות וואס גאראנטירט צו מאכן 200K פלאס. וואס דאס פעלט זיך אויס צו מאכן פרנסה בהרחבה.

פאר 40 יאר צוריק אויב האסטו געארבעט ווי א נארמאלע מענטש איז געווען גענוג צו באצאלען די הוצאות פלאס אוועקלייגן עפעס. היינט דארף מען האבן א ביזנעס פאר דעם, ס'איז נישט שייך אויסצולערנען צו זיין א גוטע ביזנעסמאן, ס'האט מער מיט די מענטש אליינס, און מיט סייעתא דשמיא.
לעצט פארראכטן דורך כתר מלוכה אום פרייטאג מארטש 31, 2023 12:53 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
רינדעכיג
שר האלף
תגובות: 1829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2015 1:16 pm
לאקאציע: אין טעלער

Re: כל שאינו מלמד את בנו אומנות כאילו מלמדו ליסטות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינדעכיג »

זייענדיג פאר א פאר יאר אין די HR דעפארטמענט פון א קאמפאני, האב איך גערילייזד אז די וויכטיגסטע זאך צו פארהערן ביים אויפנעמען א קי אימפלאוי פאר א גוטע פאזישען איז א שווערע תוספות...

קורסעס איז נישט נוגע קענסט דיך לערנען בוקקיפינג אין די גייסט טרעפן אן אמעזאן דזשאב.

קענסט דיך לערנען אמעזאן און די גייסט טרעפן א ווערהוי דזשאב.

און אזוי ווייטער איז מיט אלע קורסעס למיניהם

זיך אויסשארפן די קאפ און טראכטן ווי א גמרא קאפ איז די קי צו ליעדן עני סיריעס פאזישען.
א קורס אויף א געוויסע סובדזעקט איז א רעסיפי צו בלייבן אויף א מידיעם אדער גאר קליינע פאזישען אויף אייביג...

מניח אני כל אומנות שבעולם ואיני מלמד את בני אלא תורה!
רעוואלטאלתי יותר מדי...
א גוטע תגובה
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 29, 2023 1:29 pm

Re: כל שאינו מלמד את בנו אומנות כאילו מלמדו ליסטות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטע תגובה »

רינדעכיג האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 4:52 pm

שוין געהערט א לאנגע צייט צירוק אבער
איך בין נישט זיכער עס איז אזוי
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: כל שאינו מלמד את בנו אומנות כאילו מלמדו ליסטות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

צו געזונט האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 7:36 pm
אומנות איז נישט א DEGREE!! פינטל!
געהערט מת״ח מפורסם אז די חיוב איז צו געבן פאר די קינדער די כוחות הנפש צו קענען ארויסגיין אין די ארבעט וועלט כולל קאנפידענס , מידות טובות וכו
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: כל שאינו מלמד את בנו אומנות כאילו מלמדו ליסטות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

אחד מהחבורה האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 10:36 am

איך האב סך הכל גערעדט אז יונגעלייט זאלן אין די ערשטע יארן נאך די חתונה ווען זיי לעבן רואיג אין האבן אסאך צייט צו גיין צו כשרע קורסעס, ס'היינט דא אן אויסווייל פון קורסעס אויף כמעט יעדע אינדעסטרי,

א יונגערמאן זאל זיך אפשאצן אדער פרעגן איינעם וואס פארשטייט וואס סוואלט געווען פאסיג פאר אים זיך צו לערנען, אין דאס גייט מוראדיג ארויפברענגן זיין וועליו שפעטער ווען ער גייט זוכן א דזשאב צו טרעפן א גוט באצאלטע פאזיציע בעז"ה, ווי איידער אנהייבן זוכן ווי א גרינע למך.
צוויי נקודות,

איינס. לערנען אן סייט, איז די בעסטע טיטשער, ספעציעל פאר איינער וואס קען תוספות

צוויי. איינער וואס האט גענומען א קורס איבער עפעס א נושא, איז ווערט פונקט ווי יעדע בעגינער, (אויב עפעס צייגט עס סך הכל אז ער איז באמת אינטערסירט)

סך הכל די יסוד פון די פראבלעם איז אז דער עולם זענען בעגינער, ווען בעגינער וועידזשעס קלעקטן שוין נישט פאר האלב וויפיל מען דארף.

זעה איך נישט וואס קורסעס קענען העלפן

אויב עפעס א קורס אין
די מציאות הדברים,
אוועטאר
רינדעכיג
שר האלף
תגובות: 1829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2015 1:16 pm
לאקאציע: אין טעלער

Re: כל שאינו מלמד את בנו אומנות כאילו מלמדו ליסטות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינדעכיג »

א גוטע תגובה האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 4:56 pm
רינדעכיג האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 4:52 pm
זייענדיג פאר א פאר יאר אין די HR דעפארטמענט פון א קאמפאני, האב איך גערילייזד אז די וויכטיגסטע זאך צו פארהערן ביים אויפנעמען א קי אימפלאוי פאר א גוטע פאזישען איז א שווערע תוספות...

קורסעס איז נישט נוגע קענסט דיך לערנען בוקקיפינג אין די גייסט טרעפן אן אמעזאן דזשאב.

קענסט דיך לערנען אמעזאן און די גייסט טרעפן א ווערהוי דזשאב.

און אזוי ווייטער איז מיט אלע קורסעס למיניהם

זיך אויסשארפן די קאפ און טראכטן ווי א גמרא קאפ איז די קי צו ליעדן עני סיריעס פאזישען.
א קורס אויף א געוויסע סובדזעקט איז א רעסיפי צו בלייבן אויף א מידיעם אדער גאר קליינע פאזישען אויף אייביג...

מניח אני כל אומנות שבעולם ואיני מלמד את בני אלא תורה!
שוין געהערט א לאנגע צייט צירוק אבער
איך בין נישט זיכער עס איז אזוי
היות דו ביזט נישט זיכער, צו איך שוין צוריק פון די פאקטן...
רעוואלטאלתי יותר מדי...
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7783
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: כל שאינו מלמד את בנו אומנות כאילו מלמדו ליסטות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

להלכה דארף מען ארבעטן און הערט אויף
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1736
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN

Re: כל שאינו מלמד את בנו אומנות כאילו מלמדו ליסטות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

וואס עפעס? האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 5:07 pm
צו געזונט האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 7:36 pm
אומנות איז נישט א DEGREE!! פינטל!
געהערט מת״ח מפורסם אז די חיוב איז צו געבן פאר די קינדער די כוחות הנפש צו קענען ארויסגיין אין די ארבעט וועלט כולל קאנפידענס , מידות טובות וכו
יענער האט זייער גוט געזאגט...
קאנפידענס איז די נומבער 1 סקיל וואס פעלט אויס.
(נאכן זיין 10 יאר און די ביזנעס וועלט און דערלייגן שווערע אלפים פאר זיין צו קליג און האבן ווייניג קאנפידענס.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: כל שאינו מלמד את בנו אומנות כאילו מלמדו ליסטות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

אין ישיבה זוכן מיר נישט צו לערנען לימודי חול, און ס'וואלט ממילא קנאפ געהאלפן. ווען מ'האלט שוין נאכ'ן אויסניצן אלע רעגירונג פראגראמען און מעגליכע הלוואות און מ'דארף דעקן גרויסע בילס, איז שוין רוב מאל היבש שפעט.

די גוטע צייט איז די ערשטע פאר יאר נאך דער חתונה, ווען בדרך כלל קען מען זיך נאך דעקן. מ'דארף נישט ארויסגיין פון כולל, אבער אין זייטיגע צייטן קען מען קוקן אויף עטליכע יאר פאראויס, מ'זאל נישט ווערן באטראסקעט פון איין מינוט אויף דער צווייטער. ס'זענען דא היינט ב"ה מערערע קורסן וואס מ'קען נעמען, און ענגליש און בעיסיק קאמפיוטער איז רעקאמענדירט פאר אסאך מענטשן.

און פארשטייט זיך, וואס אנדערע האבן שוין ערווענט, א טאטע איז מחויב אויסצולערנען זיין קינד אחריות אויפ'ן לעבן און צו פירן א נארמאלן פינאנציעלן בודזשעט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
א גוטע תגובה
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 29, 2023 1:29 pm

Re: כל שאינו מלמד את בנו אומנות כאילו מלמדו ליסטות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטע תגובה »

אין שיינערס כולל אין מאנסי אין 18פארשיע
איז געווען א כולל ווי סיז געווען א יחץ האלבע טאג פאר לימוד התורה און פון 3:00 א קאפיוטער קאורס
אזא געדאנק וואלט נישט געווען שלעכט
איך ווייס נישט אויב עס גייט נאך אן
אוועטאר
איך נוץ מיין JELLY
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 06, 2021 2:17 pm

Re: כל שאינו מלמד את בנו אומנות כאילו מלמדו ליסטות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך נוץ מיין JELLY »

רינדעכיג האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 4:52 pm
זייענדיג פאר א פאר יאר אין די HR דעפארטמענט פון א קאמפאני, האב איך גערילייזד אז די וויכטיגסטע זאך צו פארהערן ביים אויפנעמען א קי אימפלאוי פאר א גוטע פאזישען איז א שווערע תוספות...

קורסעס איז נישט נוגע קענסט דיך לערנען בוקקיפינג אין די גייסט טרעפן אן אמעזאן דזשאב.

קענסט דיך לערנען אמעזאן און די גייסט טרעפן א ווערהוי דזשאב.

און אזוי ווייטער איז מיט אלע קורסעס למיניהם

זיך אויסשארפן די קאפ און טראכטן ווי א גמרא קאפ איז די קי צו ליעדן עני סיריעס פאזישען.
א קורס אויף א געוויסע סובדזעקט איז א רעסיפי צו בלייבן אויף א מידיעם אדער גאר קליינע פאזישען אויף אייביג...

מניח אני כל אומנות שבעולם ואיני מלמד את בני אלא תורה!
וואס מיינט HR ?
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: כל שאינו מלמד את בנו אומנות כאילו מלמדו ליסטות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

Human Resources
די אפטיילונג אין א קאמפאני וואס איז אין טשארדזש צו זעהן וואס דער ארבעטער דארף, העלפן דעם ארבעטער ווען עפעס שווער קומט אונטער
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
שמעון ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2023 11:28 am

Re: כל שאינו מלמד את בנו אומנות כאילו מלמדו ליסטות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעון ישראל »

סומכוס האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 5:49 pm
כ'האב אמאל געהערט א חקירה צו מ'קען יוצא דער חיוב מיט'ן בפירוש אויסלערנען ליסטות
;l;p-
א *לייק* איז געז. א *קאמענט* איז בענזין.
אוועטאר
כאלעט'ל
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2022 9:49 am
לאקאציע: דער דעמאקראטישער פעסטונג: ניו יארק

Re: כל שאינו מלמד את בנו אומנות כאילו מלמדו ליסטות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאלעט'ל »

יער האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 11:24 pm
קיינמאל האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 7:57 pm
100 פערצענט אז יונגערלייט סטראגלען היינט ווי משוגע אריינצוגיין אין א דשאב
איך וויל דיר סתם פארציילן נייעס, אז אין די גויאישע גאס מוטשענען זיך די יונגע ווי משוגע אריינצוגיין אין א דזשאב.

ס'האט נישט מיט אויסלערנען א דזשאב צו נישט (פארשטייט זיך אז ס'איז נישט קיין איסור אויסצולערנען), ס'האט מיט אויסלערנען צו נעמען אחריות. פינטל.
נישט ריכטיג. דער שטודירטער גוי באקומט א דזשאב ווי נאר ער פארלאזט דעם אוניווערסיטעט און דער נישט שטודירטער זעצט זיך באלד אויף א טראקטאר. דער היימישער ציבור וואס מאכט אסאך געלט קומט אלעס פון עפענען א ביזנעס וואס איז נישט געמאכט פאר יעדן, און קאסט אומגעהויערע כוחות, און אין גאר אסאך פעלער בלייבט מען מיט חובות לעולמי עד. א דזשאב וואו מען מאכט פרנסה ברווח עכ"פ גענוג פאר א דרייסיג יעריגער אינגערמאן מיט פינף קינדער איז נישט בנמצא ביי אונז.
פארוואס זאג איך אייך דאס? כדי איר זאלט דאס וויסן.
אוועטאר
כאלעט'ל
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2022 9:49 am
לאקאציע: דער דעמאקראטישער פעסטונג: ניו יארק

Re: כל שאינו מלמד את בנו אומנות כאילו מלמדו ליסטות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאלעט'ל »

צו געזונט האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 7:36 pm
אומנות איז נישט א DEGREE!! פינטל!
אוודאי נישט. לערן דיין זוהן צו פירן א טראקטאר.
פארוואס זאג איך אייך דאס? כדי איר זאלט דאס וויסן.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”