"מבקש" וואס זיכט ער???

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נאר מיט א שמייכל
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 10:07 pm

"מבקש" וואס זיכט ער???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט א שמייכל »

איך בין נישט דא צו לייקענען אדער צו שפעטען חס ושלום פון מבקשים, ווייל זיכען און לערנען עבדות השם איז א גוטע זאך,
איך קום אדרעסירן די טיפ,די ביקוש פאר אור, אדער די אומצופרידנקייט וואס עס קען אסאך מאל זיין,
איך וויל נאר שערן מיין עקספריענס, און הערן אייער מיינונג, גיימער צום מעשה, אלץ בחור בין איך געווארן געלעבלט מיט די טיטל "מבקש", פירוש 'מ'זיכט', וואס זיכט מען?!
אה וואס הייסט, פשוט די רבש''ע האט מיר באשאנקען מיט א העכערע נשמה, און פארדעם פעלט מיר אויס מער טיפקייט,
אזוי ווי די רוטינע סדר האב איך געטראפן די "אמת" ביי איין פלאץ, און דאן איינגעזען אז עס איז נישט מיין שורש נשמה, בקיצור איך האב געזיכט עמקות, צו דערקוויקן מיין טיפע נפש.

היינט ווען כ'בין עלטער און כ'קוק צירוק אויך די לעכטיגע מבקש, זעי איך אז די ביקוש איז לאו דווקא געווען די עמקות וואס איך האב געזיכט, נאר אביסל אהבה, מחמת ס'האט מיר געפעלט, אנשטאט זיך מחזק זיין אז כבין א חלק אלוקי ממעל,האב איך געדארפט הערן אז כבין גוט,
דאנט געט מי ראנג איך לערן נאכאלץ די זאכן, ווייל איך האב טאקע הנאה דערפון, און דאס ברענגט מיר נענטער צום רבש''ע, איך וויל נאר אויפמערקען, אז נישט אייביג איז עס טיפקייט וואס מען זיכט,עס קען זיין אסאך סיבות, און מ'אנטלויפט צו נעמען סיקיאר ביי 'מבקש"......
אגב דאס אז די ביזט געגאגען צו עבדות ה' זיכן סיפוק, נישט ביי אנדערע פלעצער ווייזט גאר אסאך, און אז מ'זיכט אמת'ע סיפוק,
נאר די אומצופרידנקייט וואס די שפירסט, איז קען זיין א נפש פראבלעם פון עבר,
ס'איז אוודאי דא א טיפ וואס זיכט טיפקייט, מחמת זיין נאטור,און ער איז טיף און אלעס,די וועג צו קענען זען פון ווי ס'קומט, איז צו מ'זיכט טיפקייט אויך און אנדערע זאכן, דאס מיינט א טיפע נפש, וועגן דעם איז ער טיף און רוחניות אויך.
יעצט צו מיין שאלה צו די מושג פון מבקש אלץ א העכערע נשמה ומכח דעים קען נאר עבדות ה' אים צופרידן שטעלן,דהיינו די מענטש שפירט זיין דערהויבענע נשמה , (איך רעד על פי רוב), איז בכלל דא אז זאך?! אדער קימט עס פון עבר אויפן נפש?
לעצט פארראכטן דורך נאר מיט א שמייכל אום פרייטאג מארטש 31, 2023 1:17 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מנשה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 08, 2021 4:14 pm

Re: "מבקש" וואס זיכט ער???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנשה »

יש ויש
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2102
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: "מבקש" וואס זיכט ער???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

אין מיינע אויגן אלעמאל, איז א 'מבקש' געווען איינער וואס זוכט זיין צופרידן, ער זיכט זיין סיפוק. נישט קיין עמקות, נישט קיין איך-ווייס-נישט-וואס.....
ער פרובירט אויס אלע מינע וועגן, און אסאך זוכן טאקע מער עמקות'דיגע מהלכים, ווייל זיי מיינען אז 'פשוט' איז נישט גוט וכו' און צום טרעפט ער עס (אדער נישט....)

דרך אגב, אפשר געהערט די אשכול מער אין די בית מדרש דקהילתינו פארום?
די עבר איז - זכרונות,
די עתיד איז - דמיונות,
די הווה איז - נסיונות.


2000'סטע תגובה

אניווערסערי? אשת חיל האט יומולדת? שיקט א רינגל פאר'ן כלה?
דא איז די פלאץ:

גראמען גמ"ח
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

Re: "מבקש" וואס זיכט ער???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

גוטער נושא גראדע.

א בחור א מבקש זוכט סיפוק, באדייט אין זיין לעבן, אהבה, קאנעקשאן צו עפעס א העכערער ציל. דאס אלעס קומט פון א לאך אין זיין נפש און נישט פון זוכן עמקות, ער זוכט די עמקות כדי זיך אנצופילן זיין נפש חלל.

נאר וואס? דער אויבערשטער האט עס אזוי באשאפן אז דער נפש פון א מענטש האט א לאך, זוכט סיפוק, אהבה, באדייט, כדי דורך די רצונות אנצוקומען זיך צו מקשר זיין און לעבן מיט'ן אויבערשטן. עס זענען דא מענטשן וועלכע האבן א גרעסערער לאך, זיי שפירן א גרעסערן געברויך אין טיפע סיפוק, א שטערקערן געברויך אין שפירן א באדייט אין דעם לעבן, א שטערקערן געברויך פאר אהבה וכו'. זיי זענען די וועם מען וועט געווענליך רופן 'מבקשים', אין פאל זיי אנערקענען אז זיי האבן א געברויך פאר עפעס און הייבן עס אן צו זוכן.

בקיצור, עס הייבט זיך לכתחילה אן מיט פשוט'ע נפשיות'דיגע געברויכן, אבער עס גייט נאכדעם צום אויבערשטן. וואס מען דארף אבער זיכער מאכן, מער שפעטער אין דעם וועג, איז אז מען זאל נישט בלייבן שטעקן צו ניצן די קירבת אלקים וכדו' בלויז אויף אנצופילן דעם אייגענעם חלל הנפש, נאר אויסניצן דעם חלל הנפש אנצוקומען צו אמת'ע קירבת אלקים און צו טון דעם באשעפער'ס רצון.
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2102
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: "מבקש" וואס זיכט ער???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

זייער גוט געשריבן! ש'כח פארן מער קלארער ארויסברענגען מיינע ווערטער!
די עבר איז - זכרונות,
די עתיד איז - דמיונות,
די הווה איז - נסיונות.


2000'סטע תגובה

אניווערסערי? אשת חיל האט יומולדת? שיקט א רינגל פאר'ן כלה?
דא איז די פלאץ:

גראמען גמ"ח
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: "מבקש" וואס זיכט ער???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

יעדער איז א מבקש, ווייל דאס איז דאס וואס דרייווט די מענטש זיך צו פייטן קעגן די יצר הרע, מען זאל זוכן העכער, אראפפאלן, און ווייטער זוכן. די וואס זיכן נישט, אדער זוכן אין אנדערע פלעצער, ווייל זיי האבן שוין אויפגעגעבן אין רוחניות. אדער ווייל זיי האבן זיך אריינגעלייגט אין קרוז מואד.

אסאך מאל בלייבט מען סטאק אז מען בלייבט א מבקש, און ווען דו האסט שוין א וועג וואו דו קענסט שוין דארטן מיניה וביה זיין א מבקש, קען מען נישט סטאפן פון זוכן נאך וועגן ווייל מען איז דאך א מבקש..

וכ"ו.
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1736
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN

Re: "מבקש" וואס זיכט ער???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

א בהמה איז אויך א מבקש, הכפירים שואגים לטרף סאיז א גוטע טבע וואס דער אייבערשטער האט געמאכט אז א מענטש זאל גליסטן צו קרבת אלוקים
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2102
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: "מבקש" וואס זיכט ער???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

כווייס נישט אלעס האט געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2023 2:36 am
א בהמה איז אויך א מבקש, הכפירים שואגים לטרף.
סאיז א גוטע טבע וואס דער אייבערשטער האט געמאכט אז א מענטש זאל גליסטן צו קרבת אלוקים
בהמות זענען מבקשי ד'?
די עבר איז - זכרונות,
די עתיד איז - דמיונות,
די הווה איז - נסיונות.


2000'סטע תגובה

אניווערסערי? אשת חיל האט יומולדת? שיקט א רינגל פאר'ן כלה?
דא איז די פלאץ:

גראמען גמ"ח
אוועטאר
לפי עניות דעתי
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 30, 2021 1:39 pm
לאקאציע: במקום שאין איש

Re: "מבקש" וואס זיכט ער???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפי עניות דעתי »

יש משהו האט געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2023 2:41 am
כווייס נישט אלעס האט געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2023 2:36 am
א בהמה איז אויך א מבקש, הכפירים שואגים לטרף.
סאיז א גוטע טבע וואס דער אייבערשטער האט געמאכט אז א מענטש זאל גליסטן צו קרבת אלוקים
בהמות זענען מבקשי ד'?
ולבקש מק-ל אכלם
אוודאי זענען זיי מבקשי השם, זייער ביקוש איז אבער אויף עסן.
כן נראה לפי עניות דעתי והשם הטוב יכפר אם שגיתי
והחולק יחלוק
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2102
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: "מבקש" וואס זיכט ער???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

כווייס נישט אלעס האט געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2023 2:36 am
א בהמה איז אויך א מבקש, הכפירים שואגים לטרף סאיז א גוטע טבע וואס דער אייבערשטער האט געמאכט אז יעדע באשעפעניש גליסט צו אים, בהמות ולבקש מקל אכלם, יודן - קרבת אלוקים, את פניך ד' אבקש... נישט די עסן.

כך היו צריך לכתוב ודוק
די עבר איז - זכרונות,
די עתיד איז - דמיונות,
די הווה איז - נסיונות.


2000'סטע תגובה

אניווערסערי? אשת חיל האט יומולדת? שיקט א רינגל פאר'ן כלה?
דא איז די פלאץ:

גראמען גמ"ח
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: "מבקש" וואס זיכט ער???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

יש משהו האט געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2023 2:41 am
כווייס נישט אלעס האט געשריבן: פרייטאג מארטש 31, 2023 2:36 am
א בהמה איז אויך א מבקש, הכפירים שואגים לטרף.
סאיז א גוטע טבע וואס דער אייבערשטער האט געמאכט אז א מענטש זאל גליסטן צו קרבת אלוקים
בהמות זענען מבקשי ד'?
קיינער קיינער זוכט נישט גראד קרבת אלוקים. אלץ הייבט זיך עס אן מיט'ן זוכן עפעס, עפעס טיפער'ס עפעס מער אמת'דיג עפעס מער וואס רירט אן די טיפערע חלקים פון א מענטש. און אויב האט מען סיעתא דשמיא און א שפאר ביסל ביקוש של אמת - דאן מתוך שלא לשמה בא לשמה, און די ביקוש ברענגט צו אז מען זאל מכיר זיין אין די אמת'ע אמת און פירן דעם ביקוש אין יענעם ריכטונג, און געפונען את שהאהבה נפשו ונשמתו.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4441
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: "מבקש" וואס זיכט ער???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

א מענטש איז א מבקש ווילאנג ער לעבט, אז נישט איז ער אין מרה שחורה.

די נקודה וואס דעם מענטש ציהט, איז אין שום חולק, אז ס'איז אהבה, קשר, אדער וויאזוי דו וויללסט עס רופן, מענטשן וואס האבן טיפערע 'געפילן' קענען שפירן מער חיסרון, אין וועגן דעם זוכן מער עס צו טרעפן.

ס'איז דא מענטשן וואס זענען מחמת סיבות רוחניות, א ריינערע נפש, דאס מיינט אז ער האט א קלארערע הרגשה אז דער זאך וואס פעלט אים, איז העכערס, אין נישט גשמיות'דיגע הנאות, אבער דער עצם אינסטיקט איז א נפשיות'דיגע אינסטיקט.
אוועטאר
אוהב חסידים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 3:21 pm

Re: "מבקש" וואס זיכט ער???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב חסידים »

א מבקש היינט מיינט איינער וואס זיכט דעם אויבערשטן, אבער ער האט נאך ציפיל איגאו (גאוה) אז ער זאל זיך קענען מבטל זיין פאר א רבי, סאו לויפט ער ארים צי אלע משפיעים ביז ער..... בלייבט א מבקש.
בדרך החסידות נלך ובה תחזי ומינה לא תזוע, ובאותה מסילה נעלה כי לא יזנח לעולם ה' את עמו, וכבר הבטיחנו כי לא תשכח מפי זרעם וזרע זרעם עד עולם ובכל דור ודור יש צדיקים שהקב''ה מאיר עיניהם בתוה''ק וישורו דרכם לפני ישראל ויתהלכו לפני ה' בארצות החיים.
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4441
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: "מבקש" וואס זיכט ער???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

אוהב חסידים האט געשריבן: זונטאג אפריל 16, 2023 3:44 am
א מבקש היינט מיינט איינער וואס זיכט דעם אויבערשטן, אבער ער האט נאך ציפיל איגאו (גאוה) אז ער זאל זיך קענען מבטל זיין פאר א רבי, סאו לויפט ער ארים צי אלע משפיעים ביז ער..... בלייבט א מבקש.
פארואאס מאכסטו עס אזוי שלעכט?

ער האט נאך פשוט נישט געטראפן את שאהבה נפשו.
צד תמות
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

Re: "מבקש" וואס זיכט ער???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד תמות »

מיר אלע זענען מבקשים, איינער איז מבקש א סלייס פיצא מיט עקסטערע טשיז, א צווייטער איז שרעקליך מבקש געלט, א דריטער איז מבקש כבוד. סך הכל איז דער "מבקש" מבקש משמעות אין לעבן/עבודת ה'/רוחניות לכל הפחות אזוי סאך ווי מיר זוכן אנדערע זאכן.
נישט דער מבקש דארף זיך מסביר זיין. פארקערט גאר, דער "נאן-מבקש" דארף זיך מסביר זיין פארוואס ביי אלע זאכן אין די וועלט וועט ער זיך מוסר נפש זיין צו נאכלויפן כל עוד נשמתו בו, און צו אויסטרעפן נייע המצאות דערין, זאגנדיג מיט רעכט אז אויב וועט ער עסן/טון יעדן טאג די זעלבע זאך וועט ער נמאס ווערן דעפון, און פונקט ביי דעם תכלית החיים איז אים אלעס גוט, "וואס דארף מען זיך זוכן?" ...
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: "מבקש" וואס זיכט ער???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

האלוקים עשה את האדם ישר והם ביקשו.. זיי ווערן מיר מבקשים.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
טרעף דיך
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 14, 2022 12:49 pm

Re: "מבקש" וואס זיכט ער???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרעף דיך »

און א יעדע ערליכע פלאץ קען א מענטש לעבן מיט זיין העכערקייט און עבודת השם, די ווארט מבקש איז א מענטש וואס נאטורליך זוכט ער אלטס העכערקייט, און מ׳דארף דאס קענען טרעפן ביי זיך, העכערקייט איז עוועיליבל און אלע היימישע ערליכע פלעצער, והא ראי׳ איבעראל איז דא גאר גאר ערליכע אידן.

די אנהייבן לויפן ערגעץ אנדערש איז (און בעסטן פאל) דומה אין ביזנעס צו דער וואס טאנצט אריין און נייע אנדערע געשעפטן יעדע זמן ווי איידער סטיקען צו איין (געלונגענע) אינדוסטרי און קנאקן און הארעווען ביזן מצליח זיין דארט.

און איין ווארט ס׳איז נעמען די גרינגע עקזיט ווי איידער עכט פיליווען.

נאכדעים איז דא וואס ער איז בכלל נישט קיין נאטורליכע מבקש נאר עפעס גאר אנדערש נפשיות׳דיג נאגט אים און ווייסט נישט וויאזוי דאס צו אדרעסירן, די זענען די מערסטע וואולנארעבל צו אריינטשעקן און א קולט וד״ל.
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: "מבקש" וואס זיכט ער???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

טרעף דיך האט געשריבן: זונטאג אפריל 16, 2023 9:49 am
נאכדעים איז דא וואס ער איז בכלל נישט קיין נאטורליכע מבקש נאר עפעס גאר אנדערש נפשיות׳דיג נאגט אים און ווייסט נישט וויאזוי דאס צו אדרעסירן, די זענען די מערסטע וואולנארעבל צו אריינטשעקן און א קולט וד״ל.
דאס איז די וויכטיגסטע נקודה צו ארויסברענגען. אויב איינער איז פשוט א מבקש, נו מהיכי תיתי.. אבער די מציאות איז אז מענטשן פאלן אריין אין קולטן און דאס איז שוין פראבלעמאטיש, אויב פרעדיגט מען התבטלות צו א נעקסטע לעוול שמעקט עס נישט גוט.. אינדערהיים האסטו עס נישט געהערט פון דיין טאטן און אין דיין קהילה האסטו עס נישט געהערט פון דיין רעבין.. רעד פלעג נאמבער צוויי איז א פלאץ וואס פירט אפצוהאקן מיט משפחה. אויב די צוויי נקודות איז נישטא אין א פלאץ דאן לאז צורוה דעם מבקש, ער מעג טון וואס ער וויל.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
טרעף דיך
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 14, 2022 12:49 pm

Re: "מבקש" וואס זיכט ער???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרעף דיך »

מסתמא האט געשריבן: זונטאג אפריל 16, 2023 10:06 am
טרעף דיך האט געשריבן: זונטאג אפריל 16, 2023 9:49 am
נאכדעים איז דא וואס ער איז בכלל נישט קיין נאטורליכע מבקש נאר עפעס גאר אנדערש נפשיות׳דיג נאגט אים און ווייסט נישט וויאזוי דאס צו אדרעסירן, די זענען די מערסטע וואולנארעבל צו אריינטשעקן און א קולט וד״ל.
דאס איז די וויכטיגסטע נקודה צו ארויסברענגען. אויב איינער איז פשוט א מבקש, נו מהיכי תיתי.. אבער די מציאות איז אז מענטשן פאלן אריין אין קולטן און דאס איז שוין פראבלעמאטיש, אויב פרעדיגט מען התבטלות צו א נעקסטע לעוול שמעקט עס נישט גוט.. אינדערהיים האסטו עס נישט געהערט פון דיין טאטן און אין דיין קהילה האסטו עס נישט געהערט פון דיין רעבין.. רעד פלעג נאמבער צוויי איז א פלאץ וואס פירט אפצוהאקן מיט משפחה. אויב די צוויי נקודות איז נישטא אין א פלאץ דאן לאז צורוה דעם מבקש, ער מעג טון וואס ער וויל.
טויזענט פראצענט.

עטליכע סימנים פון א מאכט הינגעריגער פארדארבענע קולט פירער,

1-רעדט אויף די וואס האבן דיך אויפגעברענגט. דיינע רבי׳ס און עלטערן.
2- פרעדיגט ביטול און התבטלות צו ״אים״.
3-לאכט פון וואס איז ביי דיר ערליך, אייניציגסטע עכטע ערליכקייט איז זיין מבוטל צו אים.
4-נעמט פון פשוט׳ע מענטשן גרויס געלט.
5-שטיפט אריין די נאז ביז חדרי חדרים פון דיין לעבן.
6-אפהאקן פון משפחה. (רעכנט אריין פארלאנגען געוויסע דראסטישע טוישינגען אין דיין לעבן וואס גייט דיר אוטומאטיש פארפרעמדן אין דיין משפחה.)

אידן אנטלויפסטס ווי פון פייער!!!
אוועטאר
משה יצחקי
שר חמש מאות
תגובות: 748
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm

Re: "מבקש" וואס זיכט ער???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

אויב איינער איז א מבקש…לערענט טיפע ספרים…פרובירט צו זעטיגן זיין נפש, פיין ס׳איז א מורא׳דיגע זאך.
אבער אויב זעהט זיך עס נישט אן אויף זיין טעגליכע התנהגות, מדות, וכדו׳, דעמאלטס מהיכי תיתי…
אונז לעבן אין א עולם העשי׳, דא איז נוגע דו רעזאלטאטן…
יגעתי ולא מצאתי אל תאמין..(ברחניות העיקר אינו התוצאה..העיקר הוא היגיעה)
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: "מבקש" וואס זיכט ער???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

מיינע צוויי צענט
צולייגען צום ארגינעלען גזע / חסידות איז א גוטע זאך ווילאנג עס איז נישט א היפך פון די פלאץ פון וואו מען געהערט.
נאך אלעמען איז זייער שווער פאר א גרויסע חסידות צוצושטעלן די רוחניות׳דיגע באגער פאר מענטשן וואס ווילן אביסעל מער פנימיות און ווילן מער הקרבה פאר רוחניות - די היינטיגע חסידות׳ן זענען אוועקגעשטעלט וואו א ״סיסטעם״ כדאי צו קענען אקאמעדירען א ברייטע ציבור לבל ידח ממנו נדח וממיילא אז איינער וויל מער פאר זיך אשרי לו ווילאנג ער שטויסט נישט זיין יסוד פון וואו ער קומט
אוועטאר
משה יצחקי
שר חמש מאות
תגובות: 748
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm

Re: "מבקש" וואס זיכט ער???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

און אגב…אסאך מאל ווען איינער לערנט ״טיפע״ ספרים קומט עס דייקא פון א פלאץ פון ווילן ארויטשעקן…פון
אונזער וועלטל וואס הייסט עולם העשי׳…מ׳מעג שוין דאווענען שפעט…וכדו׳…
יגעתי ולא מצאתי אל תאמין..(ברחניות העיקר אינו התוצאה..העיקר הוא היגיעה)
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: "מבקש" וואס זיכט ער???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

ער זיכט ענטפערס, קלארקייט, הדרכה.



א יעדער (וואס איז נישט דיפרעסט) איז א מבקש.

יעדער זיכט עונג, אנצופילן זיין חלל, און יעדער אנטלויפט פון צער.

אבער נישט יעדער האט די זעלבע תכונות הנפש.

יעדען מוטשעט אנדערע זאכן.

עס זענען דא מענטשן וואס זיכן מער מאטריעליסטישע סיפוק, טייל וועלן זיכן געזעלשאפטליכע, טייל וועלן טרעפן מנוחת הנפש מיט די מינימאלסטע פון דאס לעצטע, וכדומה וכדומה.

די אינטערשטע שורה וועט אבער זיין ביי פארפוס אוו לייוו, יעדער ווייסט דעם אמת, טיף טיף, אז מען גייט שטארבן. און די שאלה דערקוטשעט, וועט עס זיין בהצלחה אדער א גראבע דורכפאל?

דער שפאלט וועט זיך בעיקר אנזעהן צווישן אויבערפלעכליכע אדער מער דורכדרינגליך פערסאנעליטיס. בעת דער אויבערפלעכליכער ווערט נישט אזוי געשטערט פון דיטעילס זעהט ער נישט די סתירות און וואס ער לעבט, דער צווייטער איז מער מרגיש די סתירות, אבער קען עס נישט פין פוינטן

דא האסטו וואס ער זיכט

נומבער איינס, ער וויל טאקע וויסן וואס ער זיכט, ער ווייסט אז עפעס שטימט נישט, אבער קען עס נישט דערטאפן

נומבער צוויי, נאכדעם וואס ער ווייסט שוין וואס ער זיכט, דארף ער הדרכה וויאזוי צו לעבן דערמיט אין א וועלט פון אימפערפעקשאן, די קוראזש און סבלנות פון לעבן מיט דיסציפלין און מוחין דקטנות, און נישט זיך איין רעדן אז מען האט עס געכאפט אין א מצב פון מוחין דגדלות, וויסן אז לא עליך המלאכה לגמור, ואי אתה בן חורין להבטל ממנה.
לעבן מיט א געשמאק אין די מאמענט פון ריעליטי, מכבד זיין יעדן, און מקבל זיין אחריות אויף זיך, און צורוה לאזן די וועלט, מיט אירע עוולות, וואס ער קען נישט מתקן זיין.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: "מבקש" וואס זיכט ער???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

דו זאגסט זייער גוט, אבער איך גלייב נישט אז ס'קומט אן. ווייל ער האלט יעדן\אלעס אלס צו פראסט.
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: "מבקש" וואס זיכט ער???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

המברך יתברך האט געשריבן: זונטאג אפריל 16, 2023 3:50 pm
דו זאגסט זייער גוט, אבער איך גלייב נישט אז ס'קומט אן. ווייל ער האלט יעדן\אלעס אלס צו פראסט.
דאס איז איינס פון די ענטפערס וואס מען ווערט געוואר דאון די ראוד.
נאר זיך נישט איינרעדן אדער ווערן אבסעסט מיט עני סאלאשען.

די "ווייל" האב אויסגעשטראכן, דאס איז סך הכל א לבוש, אין וועלכע זיין אומקלארקייט איז זיך מתלבש, ביי יעדן אנדערש.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”