קרבת אלוקים ווען איך פארליר א מיליאן דאלער.

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

חיים זילבער
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 27, 2023 5:47 pm

קרבת אלוקים ווען איך פארליר א מיליאן דאלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים זילבער »

דער ארטיקל איז ההמשך פון: ניין! עס נישט פיצא אין זיי נאכאלץ נאנט מיטן אויבערשטן!


שמואל, וויאזוי קען איך אנקומען צו קרבת אלוקים לי טוב אפילו ווען עס איז מיר שווער, צום ביישפיל: איך האב פארלוירן א גרויסע סומע געלט אין א אינוועסמענט און עס טוט מיר זיי לייד, איך שפיר צעבראכן, אנגעלייגט און פארווייטאגט, וואס קען איך טון צו זיין פריילעך, צו שפירן אין אזא מאמענט ״קרבת אלוקים לי טוב״?

אָ! יענקל, יעצט שטייסטו אין זייער א הויכע ארט, די קענסט יעצט איינקויפן גאנצע וועלטער פון שלימות, עולמות פון קרבת אלוקים, דו קענסט אפילו שפירן אז אלץ איז לי טוב, אלעס איז פיין און וואויל, געשמאק און געמיטלעך. איך בין צופרידן און איך ווייס אז אלעס וואס דער באשעפער טוט איז דאס בעסטע פאר מיר, און אפשר גאר דערפאר האט ער דיר עס אנגעברענט, ער וויל דיך דערנענטערן צו אים ״ווייל ער האט דיך אזוי ליב , דו ביסט זיין טייער באליבט קינד, זיין בריליאנט שטיין, זיין שטאלצקייט!״.

דא קומט אריין, יענקל, א מושג וואס הייסט עבודת המידות. וואס איז דאס עבודת המידות, ווי אזוי קען מען טאקע שאפן גוטע אויפפירונגען און שטייגערס, און ווערן אן עובד ה׳?
איינער פון די ערשטע שטאפלען אין עבודת ה׳ איז הכרת הטוב, אנערקענען דאס גוטס. יא יענקל, איך ווייס אז ס׳נישט אזוי גרינג ווי עס הערט זיך אבער איינמאל מ׳געוואוינט זיך צו צו דעם ווערט עס ווי א זעקסטער חוש, אן אטאמאטישער אינסטינקט, עס ארבעט שוין צוזאמען מיט דיין צוגעוואוינטע לעבנסשטייגערס.

נאר מיט הכרת הטוב קען מען באמת זיין פריילעך, דערפאר איז כדאי ארייצולייגן אלע כוחות דיינע אין דעם פירונג און אנערקענען אין אלע גוטס וואס דו האסט און באקומסט. ווי אזוי קויפט מען איין הכרת הטוב? - דער ערשטער שטאפל פון זיך אויסארבעטן און איינקויפן הכרת הטוב דארף זיין מיט מענטשען ארום דיך, נאר דערנאך קענסטו האבן הכרת הטוב צום באשעפער, דערפאר לעבסטו טאקע צווישן מענטשן כדאי זאלסט קענען איינקויפן פירונגען פון בין אדם לחבירו און אזוי קונה זיין דעם קומענידיגן שטאפל פון בין אדם למקום און שפירן קרבת אלוקים, אבער יענקל, זאלסט וויסן געוויס אז דער ׳לי טוב׳ קען מען שוין שפירן איינמאל מהאט שוין קונה געווען, אפילו אביסל, הכרת הטוב צו דיינע פריינד און בפרט צו דיין ווייב, ווייל איינער פון די עיקר סיבות פון חתונה האבן איז זיך אויסארבעטן די מידות בין איש לאשתו, אבער דאס וועט מען שוין לאזן אויף אן אנדער מאל.

כדי איינצוקויפן הכרת הטוב צו מענטשן איז כדאי צו טון ווי פאלגנד:

1. כאפן א תפילה צום קל מלא רחמים, וואס קען אלץ טון און מאכן און וויל אז דו זאלסט נאר זיך אויסבעטן און ער וועט דיך עס געבן: ״ביטע ליבער טאטע מיינער, געב מיך הכרת הטוב, איך זאל קענען באמת אנערקענען די גוטס וואס מיין ארומיגע {בפרט מיין ווייב} טוען מיט מיר, דורכן אייביג געדענקן אז איך בין א צייטווייליגע גאסט דא אויפן וועלטעלע און וואס איך באקום איז מתנה״.

2. איינ׳חזר׳ן ביי זיך אז דו ביסט א גאסט דא אויפן וועלטל, ס׳קומט דיר גארנישט, און וואס די האסט איז א געשאנק פון אויבן, למשל, ווען דו שטייסט אויף אינדערפרי, נאך מודה אני, זאג: ״זה היום עשה ה׳ נגילה ונשמחה בו (דעם טאג האט דער באשעפער געמאכט, איך וועל לוסטיג און פריילעך זיין מיט אים) איך בין אזוי דאנקבאר פאר מיר געבן נאך א טאג פון זיסע לעבן, נאך א געלעגנהייט צו זיך איינהאנדלען עולם הבא, און אלץ געסטו מיר אומזיסט אפילו איך בין ׳עפר אני בחיי׳ און עס קומט זיך מיר גארנישט״. ס׳כדאי צו עס איינ׳חזר׳ן גלייך נאכן אויפשטיין אזוי איז עס משפיע אויפן גאנצן מהלך פונעם טאג, אבער אויך רעדן פון דעם אין שטוב, מיט חברים א״נ.

3. פארן גיין שלאפן נעם דיך איין מינוט און שרייב אראפ אויף א צעטל פינעף גוטע זאכן (אדער מער) וואס די האסט היינט באקומען פון ארומיגע און ביסט דאנקבאר דערויף, אפאר דוגמאות: די עסן וואס דיין ווייב/מאמע האט דיר געמאכט, דער היטש וואס דיין שכן האט דיר געגעבן, דער בעל קורא וואס האט היינט פארגעליינט אין שול, דיין קינד וואס האט דיך דערפריידט מיט א זיס ווארט און אזוי ווייטער.

מיט צייט וועט עס אריינדרינגען אין דיר, און די וועסט גריגער קענען זאגן שכויח פאר מענטשן און זיין א ׳שמח בחלקו׳, פיל מיט הכרת הטוב צו דיין ארומיגע. און אזוי ווען די פארליסט אפילו א מיליאן דאלער נאכאלץ וועסטו קענען זיין פריילעך, אויב נישט אסאך לפחות אביסל, ווייל דו וועסט זיין אייגעוואוינט צו דערקענען די גוטס וואס דו פארמאגסט ארום דיר.

וואו! שכויח שמואל פארן קלארע וועג איינצוקויפן ׳לי טוב׳ אפילו אין שווערע מאמענטן.
אבער וואס טוט זיך מיט איינקויפן הכרת הטוב צום באשעפער, דאס איז דאך א העכערע מדרגה, איך וויל אויך אנערקענען דעם אויבערשטנס גוטס, ווי אזוי טו איך עס?

בע״ה יענקל אינעם קומענדיגן ארטיקל.

אויב האט איר סיי וועלכע אבזערוואציע צי קאמענטאר, ביטע לאזט א תגובה, ש׳כויח.
לעצט פארראכטן דורך חיים זילבער אום זונטאג אפריל 02, 2023 3:17 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7981
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: קרבת אלוקים ווען איך פארליר א מיליאן דאלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

דער עולם ווארט!
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”