וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13529
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 2:33 am
גרשון האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 12:15 am
פאליטישע עקספערט האט געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2023 4:31 pm
וועל עפרישיעיטעד (גרשון, וויאזוי וואלסטו דאס ריפרעיזט?)
מ'האט שוין באהאנדלט דא אמאל די שאלה. מ'קען זאגן אנערקענען, אפשאצן, מעריך זיין, אדער ערקענען. אין פאל דאס איז נישט גענוג, דארף מען זוכן אן אויסוועג פון דעם ווארט.

אפרעשיעטן הערט זיך זייער ענגליש, און איך וואלט עס נישט געניצט ביים שרייבן פארמעל; ביי א קרעטשמעריש-סטיל ארטיקל מילא.

אז איינער וויל, קען ער באשאפן א ניי ווארט אפרעציאטירן. איך טו אבער נישט אין דעם תחום פון מאכן נייע ווערטער. (איניציאליזם איז אפשר ניי אין דעם פארעם, אבער דאס ווארט עקזיסטירט שוין פון לאנג.)
מע, ענדערש עפרישיעיט ווי אפרעציאטירן

אבער קיינס איז נישט גוט

__

אגב ביז ווען פלאנסטע צו זיין איבערגעדרייט?
טיף/ווארעם/שטארק אנערקענט/ען.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 9:12 am

טיף/ווארעם/שטארק אנערקענט/ען.
בדרך כלל איז שעצן נישט שלעכט, דער פראבלעם איז נאר לגבי די פעלער וואס מ'זוכט נישט קיין שעצונג אלס אנערקענונג, נאר א סובסטאנציעלע באצאלדינג, וואס קומט מכח'ן טיפן אנערקענונג...

וואס וועט מען נוצן דעמאלט?
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 9:06 am
תנא-קמא האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 7:53 am
mode
אנשטעל.
רעדאגיר אנשטעל.
גא"מ. זייער גוט געזאגט!
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 9:06 am
מאדוס וואלט באקומען פון מיר 'זייטיגע אויגן,' אין צוגאב צו די דערלאנגטע פראסקעס.
על זה אני לא מצטרף.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35432
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 9:06 am
מאדוס וואלט באקומען פון מיר 'זייטיגע אויגן,' אין צוגאב צו די דערלאנגטע פראסקעס.
שוין פון לאנג געווען דאהי אויסגעשמועסט.

אין אלגעמיין, היינטיגע קאמפיוטער און טעכנאלאגיע טערמינען, איז די בעסטע אז מ'לאזט נאטורליך לויטן לשון המדוברת.

אויב נעמט מען זיך דאס נישט אריין אין קאפ, טרעפט מען זיך מיט ענדלאזע ספיקות און דערנאך וועט דער ליינער אפילו נישט פארשטיין וואס איר ווילט.

***

א דוגמא, א חפץ וואס האט א פיינער נאמען אין ענגליש אבער אין אידיש רופט מען עס ע"ש פעולתו, נעמליך א Timer = שבת זייגער, פרוביר עס צו איבערטייטשן אהין און צוריק און ס'וועט זיין גוט פאר א פורים תורה.

Saturday clock
טיימער
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

אבער "אנשטעל" איז א גוטע ווארט, ס'איז געשמאק און יעדער ווייסט וואס ס'מיינט. אפשר רעדאגיר איז צו שווער.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

וואס וועגן "הגה-אנשטעל"?
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4023
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

פראקטיש האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 8:36 am
פאליטישע עקספערט האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 3:05 pm
דער ערשטער וואס וועט שרייבן רעדאגירונג מאָדוס וועט כאפן א פראסק פון מיר

נוץ ריוויו מאוד ווי א מענטש

א דאנק
איך באצאל דיר 50% פונעם פראסק צו האבן א גלייכע טייל אין די מצוה. אזוי לאנג ווי ס'איז טעכנאלאגיע רילעיטעט זאלסטו נוצן זייער שפראך.

רעוויו מאוד איט איז.
איך באצאל נישט פאר פראסקעס, אבער גא"מ אז פאר טעכנאלאגיע פארבינדעטע ווערטער זאל מען נוצן וויאזוי ס'איז אין ענגליש.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
קאריץ
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 3:10 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאריץ »

היסטאריש האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 12:28 pm
פראקטיש האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 8:36 am
פאליטישע עקספערט האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 3:05 pm
דער ערשטער וואס וועט שרייבן רעדאגירונג מאָדוס וועט כאפן א פראסק פון מיר

נוץ ריוויו מאוד ווי א מענטש

א דאנק
איך באצאל דיר 50% פונעם פראסק צו האבן א גלייכע טייל אין די מצוה. אזוי לאנג ווי ס'איז טעכנאלאגיע רילעיטעט זאלסטו נוצן זייער שפראך.

רעוויו מאוד איט איז.
איך באצאל נישט פאר פראסקעס, אבער גא"מ אז פאר טעכנאלאגיע פארבינדעטע ווערטער זאל מען נוצן וויאזוי ס'איז אין ענגליש.
איך בין אויך אויף דעם זייט. חוץ אין פאל וואס מ'טרעפט א ווארט וואס קלינגט היימיש און געשמאק.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

וועגן די פראסקעס, איז דא אן עצה צו זיין דער צוויטער
אוועטאר
קאריץ
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 3:10 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאריץ »

המברך יתברך האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 9:46 pm
וועגן די פראסקעס, איז דא אן עצה צו זיין דער צוויטער
וויאזוי מ'זאגט "פראסקעס" אין אידיש? פעטש. אדער פלעמיש. מיין רבי פלעגט זאגן אויב פארשטייסט נישט אידיש וועל איך דיך עס זאגן אין "פלעמיש" - און דאן איז געפלויגן "פראסקעס"...
אוועטאר
מרה דאבוה
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2022 8:47 am

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרה דאבוה »

קאריץ האט געשריבן: מאנטאג אפריל 03, 2023 5:56 pm
המברך יתברך האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 9:46 pm
וועגן די פראסקעס, איז דא אן עצה צו זיין דער צוויטער
וויאזוי מ'זאגט "פראסקעס" אין אידיש? פעטש. אדער פלעמיש. מיין רבי פלעגט זאגן אויב פארשטייסט נישט אידיש וועל איך דיך עס זאגן אין "פלעמיש" - און דאן איז געפלויגן "פראסקעס"...
פלעמיש מלשון פלאמעדיגע פראסקעס, יא יא.
אוועטאר
טאטעטריא
שר האלף
תגובות: 1510
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 03, 2023 12:26 am
לאקאציע: נישט דא!

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאטעטריא »

צ/ק

איינער וואס קען נישט שמעקן?
The quick brown fox jumps over the lazy dog
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

טאטעטריא האט געשריבן: מאנטאג אפריל 03, 2023 7:46 pm
צ/ק

איינער וואס קען נישט שמעקן?
און וויאזוי זאגט מען עס אין ענגליש? מ'וועט עס טרענסליטערעיטן.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

גרשון טענה'ט, אז אידיש פאר "סאו" איז "טא", און לכאורה איז ער גערעכט. איז אפשר לאמיר עס אנהייבן נוצן?

צ'ק
transliterate?
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4023
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

המברך יתברך האט געשריבן: מאנטאג אפריל 03, 2023 10:51 pm
צ'ק
transliterate?
גוגל טראנסלעיט שרייבט 'טראנסליטערירן'. 😦
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
חוט של חסד
שר חמש מאות
תגובות: 572
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2022 6:42 pm
לאקאציע: צווישן ירושלים און בארא פארק...

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוט של חסד »

המברך יתברך האט געשריבן: מאנטאג אפריל 03, 2023 10:51 pm
צ'ק
transliterate?
איבערזעצן - איבערטייטשן
טייערע אידן אין אמעריקא! אויפמערקזאם!

די דיפערענצן צווישן לשון הקודש ולהבדיל עברית קענען טיילמאל זיין כרחוק מזרח ממערב!

פארטייטשן העברעאישע נייעס באזירט אויף אייערע לשון הקודש קענטעניסן איז א רעצעפט פאר צעמישעניש.

א דאנק!
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7079
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

אין ענגליש איז עס INOSMIA, דאס מיינט עפעס מיט נאז (NOS) און די MIA איז די אנצינדונג אדער א דעפעקט דערינען (א שטייגער לוקעמיע א.ד.ג.)
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7079
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

TRANSLATE און TRANSLITERATE זיינען קרובים.
די ערשטע איז מער ביי איבערטייטשן און די צווייטע איבערזעצן.
צ.ב.ש. שפראך איז TRANSLATED צו LANGUAGE
אבער ביי די צווייטע ווארט איז עס ווי פאלגענד, א DESTINATION איז אמאל געווען איבערגעטייטשט צו "ציל" אבער ווען עס איז TRANSLITERATED איז עס מער ענליך צו די שפראך פון וואנען מען נעמט עס, און דאן ווערט די ווארט "דעסטינאציע"
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13529
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

היסטאריש האט געשריבן: מאנטאג אפריל 03, 2023 10:59 pm
המברך יתברך האט געשריבן: מאנטאג אפריל 03, 2023 10:51 pm
צ'ק
transliterate?
גוגל טראנסלעיט שרייבט 'טראנסליטערירן'. 😦
טרענסליטערעיט מיינט איבערשרייבן א ווארט פון איין שפראך נוצנדיג די אותיות פון א צווייטן שפראך, נישט איבערטייטשן.

צום ביישפיל, "טרענסליטערעיט."
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5117
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ווי שלמה זאגט.

אידיש איז אריגינעל געווען א טראנסליטעראציע. מ'האט פשוט געשריבן דייטש מיט אונזערע א-ב. נאר מיט דער צייט איז עס פארוואנדלט געווארן אין א שפראך פאר זיך. אזוי אויך פלעגן די ספרד'ישע ראשונים טראנסליטערירן אראביש צו אונזערע א-ב, און אנדערע אידן אין די לאנדסשפראכן פון זייערע וואוינערטער.

טראנסליטערירן קען רואיג זיין אידיש, זינט מיר ניצן אין אסאך ווערטער טראנס (אריבער) און אויך ליטער (שרייבן). פאקטיש זענען ביידע לאטיינישע ווערטער, און דאס ווארט איז אין אלע אייראפעאישע שפראכן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7924
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

המברך יתברך האט געשריבן: מאנטאג אפריל 03, 2023 10:50 pm
גרשון טענה'ט, אז אידיש פאר "סאו" איז "טא", און לכאורה איז ער גערעכט. איז אפשר לאמיר עס אנהייבן נוצן?
נאר אין א שאלה, דאכצעך.
מ’זאגט נישט ”איך האב נישט וואס צו טון טא איך שרייבט אויף אייוועלט”
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

דעת בעל הבית האט געשריבן: דינסטאג אפריל 04, 2023 1:08 am
המברך יתברך האט געשריבן: מאנטאג אפריל 03, 2023 10:50 pm
גרשון טענה'ט, אז אידיש פאר "סאו" איז "טא", און לכאורה איז ער גערעכט. איז אפשר לאמיר עס אנהייבן נוצן?
נאר אין א שאלה, דאכצעך.
מ’זאגט נישט ”איך האב נישט וואס צו טון טא איך שרייבט אויף אייוועלט”
גערעכט, ער האט ארויסגעשאסן נאך אפאר ווערטער פון ארבל, אזויווי נאר ער קען (און ער איז ביזי טענה'ן אז דער עולם ליינט פשוט נישט עפעס א ווערטער בוך...)ץ

דא דארף מען זאגן:
"איך האב נישט וואס צו טון (לגבי מיר עכ"פ, איז עס נישט אמת), ממילא\דערפאר\וועגן דעם שרייב איך אויף אייוועלט"
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17814
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

כ'מיין מען קען יא שרייבן אז נחום האט נישט וואס צו טון טא שרייבט ער אויף אייוועלט
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: דינסטאג אפריל 04, 2023 3:11 am
כ'מיין מען קען יא שרייבן אז נחום האט נישט וואס צו טון טא שרייבט ער אויף אייוועלט
והא ראיה, אז דו האסט עס געשריבן און ס'האט גארנישט פאסירט. טא, לאמיר עס אלע שרייבן. (יעצט, בין איך שוין דער צווייטער....)

(עפעס פיל איך ווי אין מיין קאנטעקסט, קלעבט עס יא. איינער קען אריינקומען קלאר?).
לעצט פארראכטן דורך המברך יתברך אום דינסטאג אפריל 04, 2023 7:10 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”